ר' שלמה סופר ז"ל מבערעגסאז בעל חוט המשולש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' שלמה סופר ז"ל מבערעגסאז בעל חוט המשולש

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 11:42 am

[איך עפן דעם אשכול משום דבר שנתחדש בהיברו בוקס כמו שיתבאר, אבער קודם אביסל ביאגראפיע]

ר' שלמה סופר איז געווען א זון פונעם גרויסען כתב סופר ר' אברהם שמואל בנימין סופר בנו ומ"מ פונעם הייליגען חתם סופר זצ"ל, ער האט משמש געווען ברבנות קודם אין דערעטשקא דערנאך אין בערעגסאז, אונגארן און ער האט מזכה געווען את הרבים ע"י חיבוריו: 'ספר זכרון' מזקינו מרן החת"ס, 'חוט המשולש' לתולדות זקניו הגרעק"א והחת"ס ואביו הכתב סופר זצ"ל, וספר 'אגרות סופרים' והוא אוסף מכתבים מזקיניו ואבותיו הקדושים ומשפחתם, וספר 'אבל כבד' הספד על פטירת אחיו ר' שמחה בונם סופר ה'שבט סופר' מ"מ אביו ברבנות פרעשבורג.

'ספר זכרון':
http://www.hebrewbooks.org/29111

ספר חוט המשולש:
http://www.hebrewbooks.org/29070

ספר אבל כבד:
http://www.hebrewbooks.org/33452

ווען ר' שלמה סופר איז נפטר געווארן איז אנטשטאנען א גרויסע מחלוקה אין שטאט בערעגסאז אינערהאלב די ארטאדאקסישע קהילה, די מער מאדערנע און אויפגעקלערט האבן אויפגענומען פאר רב דער איידעם פונעם פריערדיגען רב 'הרב' אברהם שלמה הירש וועלכער האט גענויגט צו התחדשות און די פרומערע האבן זיך אפגעטיילט און געגרינדעט די 'שומרי הדת' קהילה.

היברו-בוקס אין זייער לעצטערע אפדעיט האבן זיי אריינגעשטעלט א קונטרס 'מכתב גלוי' וועלכע אנטהאלט די השתלשלות הדברים פון די קהילה און די סכסוך.

קונטרס 'מכתב גלוי':
http://www.hebrewbooks.org/44003

תמונות הרה"ג ר' שלמה סופר ז"ל אב"ד בערעגסאז
צוגעלייגטע
1234.jpg

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 11:54 am

ישר כוח מילער פארן גיין פתיחה.

דער בערגסאזער רב האט אונז באמת מזכה געווען מיט זיינע חיבורים, אבער כ'מיין אז נישט אלע זענען געווען אזוי צופרידן פון די בילדער וואס מ'האט געדרוקט אין איגרת סופרים. אויב כ'דענק גוט רעדט דערפון דער מנח"א אין דברי תורה.

כ'האב געהערט פון הרה"ח ר' אלי' שלמה קאהן שליט"א, מנה"ר בית רחל בקרית יואל, אן אייניקעל פון בערסאזער רב, (זיין זיידע'ס מאמע איז געווען א טאכטער, זי איז אוועק אינג און ער איז אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן) אז ווען דער קול ארי' איז אוועק פון בערגסאז, איז ער אוועק מיט זייער א שווער הארץ, ווייל די חברה האבן אים דארט געצאפט דאס בלוט (דאכט זיך אז אין איגרת סופרים איז דא א בריעוו וועגן די רדיפות פונעם קול ארי' זי"ע פון הגה"ק רבי שמעון סופר זי"ע צו הרה"ק רבי יהושע מ'בעלז זי"ע) האט מען מורא געהאט אנצונעמן ס'רבנות וועגן זיין הקפדה, אבער רבי שלמה, זייענדיג אן אייניקעל פון רבו החת"ס האט עס אנגענומען און דאכט זיך אז ער האט מאריך ימים געווען.

דער בעל פלוגתא איבער'ן רבנות איז געווען הגאון רבי אשר שטיינמעטץ זצ"ל הי"ד, חתן הגאון מהוניאד זי"ע, בן הרה"ק מנאסיוד זי"ע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 12:08 pm

אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז ר' אלי' שלמה'ס פאטער, ר' שמחה בונם ע"ה, אויפגעצויגן געווארן ביים בערעגסאזער.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 12:23 pm

מיללער האט געשריבן:ווען ר' שלמה סופר איז נפטר געווארן איז אנטשטאנען א גרויסע מחלוקה אין שטאט בערעגסאז אינערהאלב די ארטאדאקסישע קהילה, די מער מאדערנע און אויפגעקלערט האבן אויפגענומען פאר רב דער איידעם פונעם פריערדיגען רב 'הרב' אברהם שלמה הירש וועלכער האט גענויגט צו התחדשות און די פרומערע האבן זיך אפגעטיילט און געגרינדעט די 'שומרי הדת' קהילה.

כ'בין נישט אזוי באהאווענט אין די פונקטליכקייט פון די מחלוקה, ווי אויך האב איך נישט אדורך געטוהן דעם 54 בלעטערדיגע מכתב גלוי. מ'דארף אבער זייער אכטונג געבען לפענ"ד ווען מ'ברענגט אויף אלטע מחלוקת. מ'דארף פארשטיין אז וויבאלד מ'לעבט נישט מיט יענער תקופה, אין יענער אטמאספער, מיט די דעמאלסדיגע נסיונות און פראבלעמען, ווי אויך ווייסן מיר נישט "אלע" איינצלהייטן פון ביידע צדדים איז זייער האקעל צו לייגן הנחות באזירט אויף א מכתב גלוי.
מיט א צייט צוריק האב איך אבער געכאפט א שמועס הרה"ח ר' בערל פריעדמאן הי"ו(אבי ר' משה פריעדמאן - מנהל) לאורך ימים ושנים וואס שטאמט פון בערעגסאז דווקא פון די חסידישער געמיינדע. און מ'האט אזוי גערעדט פון די מחלוקה, געבט ער מיר א זאג מיט א קרעכץ בערך אזוי: איך זאג אייך וואס מחלוקת האט אנגעדרייט איז אין לשער. מ'האט נעבעך אזוי בארעדט דעם הרב הירש די איידעם פון ר"ש סופר, איך בין געוועהן אין לאגער צוזאמען מיט זיינע קינדער, א זון און א טאכטער, איך זאג דיר ס'איז געוועהן א מוסטער ווי באשיידען זיי האבן זיך דארט אויפגעפירט, אזוי ערליך, אז ס'האט מיר ממש איבערגענומען. עכת"ד.
מ'זעהט פון דעם, אז ווילאנג מ'האט געלעבט על המנוחה ועל הנחלה, האט זיך אנטוויקלט אזעלכע מחלוקת'ען - און אפשר אפי' מיט רעכט - צוליב געוויסע סיבות, וואס האט אבער צוגעברענגט אז פון דעם פונק זאל ווערן א פלאקער. איינמאל ס'איז אבער געקומען צרות און א קריג, האבען זיך אלע שלייערן פון שקר צורינען, און די אמת איז ארויף.
ס'איז דאך באקאנט אז דער גאון עולם וקדושו מרא דארעא דישראל מהרי"ץ דושינסקיא וואס האט משמש געוועהן מיט רבנות און אונגערן און דערנאך אין ארה"ק האט געפירט מערכות קדושות אומעטום ווי אויך איז צו איהם אנגעקומען שאלות מיט פראבלעמען פון פארשידענע מקומות און יחידים. פארשטייט זיך לויט די אומשטענדען פון יעדער מצב, זענען אין די בריעוון און די שאלות ארויפגעברענגט געווארן נעמען פון פארשידענע ראשי משפחות אדער קהילות ורבנים מיט די טענות אדער אנגריפן וואס מ'האט קעגען זיי, אדער די דין ודברים וכו וכו'. עס איז פארשטייט זיך פיל מאל צוגעלייגט געווארן פעפער און זאלץ. ווען אזאלכע בריעוועלעך קומען וועין היינט ארויס צום וועלט וואלט מען זיך דאך באלעקט מיט די גאר רייכע היסטארישע ידיעות, א שטייגער ווי אונזער מכתב גלוי.
ווייס איך פון מקורות'דיגע קוועלער אז זיין זוהן הגאון מהרי"ם דושינסקיא זצוק"ל וואס ווי באקאנט איז ער געוועהן מופלג במדות תרומיות נישט וויי צוטאן א יוד. האט בידים מבער געוועהן די בריעוון וואס זענען געשיקט געווארן צו זיין אייגנעם פאטער. אלעס נאר צוליב ווייל עס ווערן ערוועינט דארט נעמען מיט דין ודברים אויף זאכען וואס היינט צו טאג ווייסן מיר נישט אלע איינצלהייטן פון די פאסירונגען און אויך איז עס נישט נוגע אויף היינט, און די איינציגע תוצאה וואס קען דערפון זיין איז נישט אויף לטובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 12:43 pm

הרב ללמוד,
איר זענט כשר גערעכט, איך האב אראפגעברענגט דעם ענין פאר די חלק ההיסטאריע שבה, נישט חלילה צו נעמען א שטעלונג אין די מחלוקה זעלבסט אשר ללהב יוצאת, פונעם קונטרס הנ"ל וועלכע אנטהאלט גאר שארפע בריווען אין די נושא פון אזעלכע צדיקים ווי דער מונקאטשער רב, מרן רבה"ק מסאטמאר זצ"ל ועוד זעהט מען געוויס נאר איין צד פון די מטבע, אבער מען זעהט אויך אז געוויסע פוילישע גאונים ווי דער חבצלת השרון אדער דער פראבוזנא רב זצ"ל האבן געשטיצט הרב הירש.

איך האב געהערט פון מרס. שווארץ שתחי' אלמנת הרה"ח ר' ליפא מאר"י בל המאזרני חי"ל, וועלכע איז א בערעגעסאזע פון אינדערהיים (בת הרה"ח ר' ראובן הכהן שעהנברוין הי"ד) אויכעט ענליכעס, אז די מחלוקה האט ממש געברענט עד לב השמים.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 12:52 pm

קרעמער האט געשריבן:אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז ר' אלי' שלמה'ס פאטער, ר' שמחה בונם ע"ה, אויפגעצויגן געווארן ביים בערעגסאזער.


זעה וועגן ר' אלי' קאהן אין אהלי שם.
צוגעלייגטע
Kohn.jpg
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא טויב אום מאנטאג אוגוסט 16, 2010 2:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 2:03 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:דער בערגסאזער רב האט אונז באמת מזכה געווען מיט זיינע חיבורים, אבער כ'מיין אז נישט אלע זענען געווען אזוי צופרידן פון די בילדער וואס מ'האט געדרוקט אין איגרת סופרים. אויב כ'דענק גוט רעדט דערפון דער מנח"א אין דברי תורה.

די טענות וועגען בילדער ברענגט אויך די מנחת אלעזר. מערקווירדיג, אז די אויבנגעברענגטע בילד איז וואס ער האט אליין אריינגעלייגט פון זיך אנהייב ספר אגרות סופרים (ס'איז נישט שפעטער אריינגעלייגט ווייל איך האב די אריגינעלע אגרות סופרים אין מיין באזיץ)

דער גאנצער פולמוס שטייט אין נימוקי אורח חיים סי' רמ"ג . מ'זעהט דארט אז פון די עיקר זאכען וואס האט אויפגעברויז דעם הייליגען מנחת אלעזר איז וואס ער האט געברענגט דעם בריעוו פונעם הייליגען חת"ס צום הייליגען קאליווער בנוגע א גט, ווי דער חת"ס דרוקט זיך גאר שארף אויס אויף די הייליגער קאליווער, און אויף דעם שרייבט די מנחת אלעזר "ומצוה לומר שהמה מזוייפות".

קוקט אבער אין צפונות תמוז תשנ"ב, ציטירט ער די טענות פונעם הייליגען מנח"א, און ברענגט דארט צו מקורות אויף יעדען מכתב וואס דער מנח"א איז אויף דעם מעיר, אז זיי זענען אמת ויציב.

שטעלט זיך יעצט די פראגע, טאמער ס'איז יא אמת, וואס טוען מיר מיט די טענות פונעם הייליגען רשכבה"ג מרן המנחת אלעזר זי"ע ?

אני בעניי, האב א שטיקל מהלך דאס צו פארענטפערן בשילוב צו וואס איך האב שוין פריער מגיב געוועהן ובשילוב מיט אן עובדא ששמעתי על מרן הקדוש מסאטמאר זי"ע. ווי באקאנט איז די רבי זי"ע געוועהן זייער דערגעגען פון די מעשה'לאך וואס מ'פארציילט אויף צדיקים. געווענטליך ווייסן מיר אז דאס איז געוועהן צוליב וואס זיי ווערן פארציילט אנע מקור. אבער פון די מעשה (מיט א מקור...) זעהן מיר אז עוד יש דברים בגו.
אמאל ביי א שבע ברכות ווי עס איז אנוועזנד געוועהן מרן מסאטמאר זי"ע, האט זיך די זיידע אויפגעשטעלט רעדן און דערציילט א מעשה פון הייליגען שינאווער רב זי"ע (כ'דענק נישט לע"ע וואס ער האט פארציילט, כ'על בע"ה נאכגיין די מקור וואס איך האב אויף טעיפ). אויפן פלאץ, בפני קהל ועדה, רופט זיך די רבי אן אז די מעשה קאן נישט זיין אמת. נאכן שבע ברכות גייט צו דער זיידע צום רבין און פרעגט איהם פארוואס ער האט איהם אזוי אראפגעריסען, איך האב דאך דאס אליין געהערט פון הייליגען שינאווער רב זי"ע. ענטפער איהם די רבי, איך'על דיר זאגען די אמת, איך האב דאס אויך געהערט פון איהם, אבער נישט יעדע מעשה איז געמאכט צו פארציילן פארן ציבור, עכלה"ק.
די ווערטער זענען לפענ"ד זעהר עמוק. דען מען קען נישט יעדער מעשה און יעדע עובדא אראפלייגן פאר א ציבור מיט צוויי דורות שפעטער אדער מער, וואס לעבען נישט אין די דעמאלסדיגער תקופה, אז זיי זאלען משיג זיין די כוונה פון יענער צדיק אדער די צורך פון יענער פעולה וכו'.
יעצט צום ענין, פילייכט האט די מנחת אלעזר געהאלטן אז חאטש די בריעוון קאנען זיין אמת, אבער פארוואס פעלט דאס אויס מפרסם צו זיין? קענען מיר דען היינט פארשטיין די הלכה'דיגער פלוגתא לשם שמים וואס איז אין יענער פרטיתדיגער פאל געוועהן צווישען דער הייליגער חת"ס און די הייליגער קאליווער? אוודאי נישט! נו ווי אזוי מעג מען אראפברענגען די מכתב מיט אויסדרוקען פון איינעם אויפן צווייטן, טאמער מיר לעבען נישט מיט יענער ענין, ווי אויך איז די עצם מכתב נישט גיין בירור הלכה כדרכו בשו"ת שלו. דעריבער האט ער לצורך הענין ומשום כבודם של אותם צדיקים אשר מימיהם אנו שותים ובצלם אנו חיים, געשפירט אז ער מוז זאגען אז זיי זענען מזוייפות. דייקא נמי, ווייל ער שרייבט נישט בוודאי הם מזוייפות ער שרייבט נאר "ומצוה" לומר שהן מזוייפות. ואלו ואלו דברי אלוקים חיים, והכל על מקומו יבא בשלום,
אדרבא, איך זאג נישט אז מיין סברא איז תורת משה, והנני מוכן ומזומן צו הערן פון אנדערע א מיינונג איבער דעם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 2:11 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז ר' אלי' שלמה'ס פאטער, ר' שמחה בונם ע"ה, אויפגעצויגן געווארן ביים בערעגסאזער.


זעה וועגן ר' אלי' קאהן אין אהלי שם.

אלעס שטימט פיין. ר' שמחה בונם ע"ה איז געווען אן אייניקל פון בערעגסאזער רב, און ווען זיין טאטע ר' אלי' איז אוועק אינגערהייט איז ער אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן הרב מ'בערעגסאז.

ר' שמחה בונם קאהן ע"ה איז געווען א טייערער איד פאר זיך, מיר געדענקן אים גוט.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:22 pm

ר' שמחה בונם הי' אחיו של הרה"ג המפורסם ר' בנציון קאהן אב"ד סענפעטער ז"ל, שממנו הי' מהראוי לפתוח אשכול מיוחד בבית מדרשינו.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אוגוסט 17, 2010 12:18 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:דער בעל פלוגתא איבער'ן רבנות איז געווען הגאון רבי אשר שטיינמעטץ זצ"ל הי"ד, חתן הגאון מהוניאד זי"ע, בן הרה"ק מנאסיוד זי"ע.

רבי אשר הי"ד [נכד שינאווא ועוד], שימש לפני זה כאב"ד ור"מ ראגנא, במ"ס מקוה ישראל *, ונבחר ברוב קולות בין שלושה מעומדים.

שער דפוס ראשון, http://www.hebrewbooks.org/39020
שער דפוס שני, http://www.hebrewbooks.org/41216
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 12:33 pm

הגאון ר' אברהם שלמה הירש מבערעגסאז עם גיסו הגאון ר' אלי' קאהן אב"ד וואשאראנשנאמעני.
צוגעלייגטע
75.jpg

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 12:38 pm

קרעמער האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:אויב איך מאך נישט קיין טעות, איז ר' אלי' שלמה'ס פאטער, ר' שמחה בונם ע"ה, אויפגעצויגן געווארן ביים בערעגסאזער.


זעה וועגן ר' אלי' קאהן אין אהלי שם.

אלעס שטימט פיין. ר' שמחה בונם ע"ה איז געווען אן אייניקל פון בערעגסאזער רב, און ווען זיין טאטע ר' אלי' איז אוועק אינגערהייט איז ער אויפגעצויגן געווארן ביים זיידן הרב מ'בערעגסאז.

ר' שמחה בונם קאהן ע"ה איז געווען א טייערער איד פאר זיך, מיר געדענקן אים גוט.

ס'שטומט נישט צו פיין. פון אויבן געברענגעטע בילד זעהט ער אויס עפעס יונג? הגאון ר' אלי' איז געבוירן שנת תר"מ ועלה על מוקדה ג' סיון שנת תש"ד. עס קען זיין אז ער איז פשוט געגאנגען לערנען דארט אד"ג.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 2:32 pm

הגאון ר' שלמה סופר אב"ד בערעגסאז בימי עלומיו
צוגעלייגטע
72.jpg

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 4:42 pm

קרעמער באטשי האט רעכט ר' שמחה בונם ע"ה מאמע איז א טאכטער פון ר' שלמה, און ווען זי איז אוועק אינגערהייט איז ער אויפגעצויגען געווארן ביי זיין זיידער דער בערגסאזער רב ע"ה
ווידער דער ברודער ר' בנציון ע"ה איז שוין פונעם צווייטען זיווג.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 5:15 pm

יאסל האט געשריבן:קרעמער באטשי האט רעכט ר' שמחה בונם ע"ה מאמע איז א טאכטער פון ר' שלמה, און ווען זי איז אוועק אינגערהייט איז ער אויפגעצויגען געווארן ביי זיין זיידער דער בערגסאזער רב ע"ה
ווידער דער ברודער ר' בנציון ע"ה איז שוין פונעם צווייטען זיווג.

יישר כח יאסל, יעצט שטימט שוין אלעס. דער טאטע איז געווען א זקן אבער די מאמע איז אוועק אינג.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 18, 2010 6:51 pm

אינעם ארגינעלן תגובה האט שמעלקא טויב אויך גערעדט פון א פרוי וואס איז אוועק אינג, נאר ער האט געשריבן אז דאס איז געווען ר' שמחה בונם'ס באבע אבער למעשה איז דאס געווען ר' שמחה בונם'ס מאמע.
ללמוד וללמד האט געשריבן:הגאון ר' אברהם שלמה הירש מבערעגסאז עם גיסו הגאון ר' אלי' קאהן אב"ד וואשאראנשנאמעני.

לויט ווי הרב ללמוד איז מסביר אין אן אנדערע אשכול, איז רעכטס הרב הירש און לינקס דער נאמעני רב

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דאנארשטאג אוגוסט 19, 2010 10:21 am

קרעמער האט געשריבן: יעצט שטימט שוין אלעס. דער טאטע איז געווען א זקן אבער די מאמע איז אוועק אינג.

מערקווירדיג, די גאנצע זקנות פונעם פאטער איז אממערסטנס 64 יאהר אלט, ווייל ער איז געבוירן תר"מ. נו זעהט מען דען היינט 64 יאר אלטיגע יודען מיט אזא עלטערע געבויגענעם געשטעל? אזוי איז עס, אמאל איז מען שנעלער אלט געווארן.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג סעפטעמבער 02, 2010 10:26 am

אינעם פרישן אפדעיט באתר היבראובוקס.ארג האט מען ארויפגעלייגט דעם איגרות סופרים.

דא האט איר.
http://www.hebrewbooks.org/44152
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 1:30 pm

'אידיש-גען' האט א נייע שטעטל-לינק איבער 'בערעגסאז' דער וועב-ארט פארמאגט הונדערט פופציג היסטארישע פאסט-קארטען פון בערעגסאז מיט פאשידענע בילדער פון לאנדמארקס און פאנאראמאס, כולל דער אלטער שטאטישער שוהל פון דארט.
אויך פארמאגט דער זייטל פארשידענע אינפארמאציע אויף די שטאט און איר היסטאריע -אלגעמיינע און אידישע - זעהר אינטערסאנט פאר אפשטאמיגע פון דארט אדער פאראינטערעסירטע, פאלגענד איז א לינק צום בלעטל וועלכע באהאנדלט די רבנים און רעליגיעזע פירער פון בערעגסאז (זעהט אויבן די אנדערע בלעטטער-לינקס)
http://www.shtetlinks.jewishgen.org/Ber ... igious.htm

די קומענדיגע לינק איז צום בלאט וועלכע פארמאגט בילדער פון פערזענליכקייטן און סתם בירגער פון בערעגסאז (בתוכם; ר' שמואל דוד סאקס אביו של ר' יוסף הי"ו מוכ"ס, ר' השוחט ר' אברהם יעקב פעסטינגער, משפחת טויב ועוד)
http://www.shtetlinks.jewishgen.org/Ber ... Family.htm
בייגעלייגט איז אן אנדער בילד פונעם רב ר' אברהם שלמה הירש הנ"ל (זעהט אינעם ערשטן לינק זיין היסטאריע)
צוגעלייגטע
Rabbi-Avraham-Schlomo-HIRSCH.jpg

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 10:28 am

מילער, געוואלדיג.

-

צווישן די פילע בילדער איז דא דער בילד פון "שלום שווארץ". קאן זיין אז ס'איז דער זיידע פון הרבני החסיד ר' הערשל שווארץ ע"ה, אבי משפחת שווארץ הרוממה.
צוגעלייגטע
Sholom-Schwartz.jpg
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 12:26 pm

אין דברים ערבים ווערט געברענגט אז הגביר ר' שלום שווארץ פון בערעגסאז האט געהאט איין חלק פון א זאלץ מעסטל וואס ער האט באקומען בירושה פון זיין פאטער דער קול ארי' זי"ע וואס דער קול ארי' האט געקריגן במתנה פון הרה"ח ר' אלי' זיכערמאן פון מאד. די זאלץ מעסטל האט געהערט צו הצדיק הנגיד המפורסם ר' יעקב פיש פון קאלוב וואס ווי באקאנט האט מכניס אורח געוועהן הונדערטער צדיקי הדור און די צדיקים האבן זיך באנוצט מיט דעם מעסטל.

טאמער איך מעג זיך ערלויבען צו זאגן אן השערה, איז פילייכט (איך ווייס נישט) דער ר' אלי' זיכערמאן געוועהן פון די משפחה פון הנגיד ר' מיכל זיכערמאן פון קאלוב (שווער פון הגאון ר' יעקב ברוך ענגלענדער/פרענקל מב"ח וואס איז באריכטעט אין אן אנדער ארט בביהמ"ד) וואס איז געוועהן גאר בידידות מיט ר' יעקב פיש, און אזוי ארום איז די זאלץ מעסטל אנגעקומען צו איהם.

דער ר' מיכל זיכערמאן האב איך שוין ערוועינט דא אין ביהמ"ד ווי ער שרייבט אונטער אן המלצה בריעוו צוזאמען מיט ר' יעקב פיש און זיין איידעם הגאון ר' יעקב ברוך. דאס איז פון די אבידות וואס זענען פארלוירן געגאנגען בזוטו של ים אין די קרעטשמע צינאמי. וחבל על דאבדין!

שה אחד
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובהדורך שה אחד » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 2:47 pm

איז געבליבן דורות פון הג"ר אברהם שלמה הירש אב"ד בערעגסאז נאכ'ן קריג?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 3:23 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה און 13 געסט