Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דער איראנער מטורף

מאנטאג ינואר 15, 2007 1:25 pm

וואס איז אייער מיינונג איבער די פאליטישע מצב איבער די וועלט

לויט ווי עס קוקט מיר אויס האט זיך איראן געהויבען די קאפ נאר נאכדעם וואס סאדאם איז אראפ פין בענקעל וואס לויט דעם קומט אויס אז אמעריקע איז שילדיג ווייל ביז דאן האט איראן מורא געהאט פין איראן

איראק

יעצט בנוגע איראן אין זייער פרעזידענט איז יעצט די שאלה וואס די אמת איז . איז דער אכמאדינישאד ימ"ש טאקע אזא משיגענע אזוי ווי די מערב מידיא לייגט עס אראפ אדער ער ווייסט וואס ער טוט אין ער

האט א פלאן וואס ער גייט נאך נאך אלע מעשיות לאכט ער די אמעריקאנער אין פנים אריין אין אין זיי שטייען ווי לעמעלעך אין קענען גארנישט טאן חוץ א פאר ווערטלאזע סטעטמענטס אין צי די זייט בויען זיי

נוקלארע וואפען אין דרייען א קאפ פאר די גאנצע וועלט אז עס איז פאר פרידליכע צוועקען אז אפילו זייערע חברים די איירפיער זענען שוין אויך ארויס פין די כלים איז זעט מען ווי ער שפילט גיט די פאליטיק אין

צים סוף טוט ער וואס ער וויל למעשה דארף מען וויסען אז עס איז גארנישט אזוי פשוט ווי די נטורא קרטא ווילען עס אראפלייגען די איראנער זענען שרעקליכע שנאי ישרא' די גאנצע חינוך דארט אין די מידיא איז

פיל מיט שרעקליכע העצע קעגען יודען זיי ברענגען אפילו א ראי' פין די מגילה (וואס איז געווען אין פרס =איראן) אז אסתר המלכה האט געהייסען הרגענען איראנער (יא הערט אין שטוינט) ממילא האבען די

יודען געמאכט א האלאקאסט אויף איראן וכו' מיט נאך אזאלכע שטותים פיל מיט גיפטיגע שנאת ישרא' ה' יצילנו

אין אמעריקע שטייט הילפסלאז ביי די זייט אין קוקט צי ווער ווייסט וויזו דאס וועט זיך ענדיגען ה' יצילנו אמן

Advertisement

מאנטאג ינואר 15, 2007 2:19 pm

פלעינע מענטש:
קודם דקודם שלום עליכם א יוד, וואס האלטסטו זיך אזוי קליין אז דו פארופסט זיך אלס פלעינער (איינפאכער בלע"ז) מענטש?

יעצט עמער צוגיין צום קודם...
איז קודם וויל איך דיר באגריסן פאר דיין זוי פלעינע גוטע איינפאל! כ'שטיי און איך ווינדער זיך, די קרעטשמע עקזעסטירט שוין א היבשע תקופה און ס'נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו עפענען אפענע טעמעס, פלעינע טעמעס, א שטייגער ווי פאליטישע אפשאצונגען און אפהאנדלונגען אלעס בנוגע ארום כלל ישראל. ואי לא באת אלא בשביל זה דיינו, על אחת כמה וכמה וואס דיין קומען וועט אונז נאך האפנטלעך שאפן א פארגעניגן.

איבער דיין עצם געדאנק, וועל איך קודם ווארטן צו הערן דעת החברים דפה הקרעטשמע. כ'האף נאר אז ס'וועט נישט פארפארן פון די רעלסן. ודי למבין מיטן שם המפורש...

מאנטאג ינואר 15, 2007 2:26 pm

לויט ווי די מידיא לייגט עם אראפ איז ער א קליינע בעבי ער פירט זיך אויף ווי א בחור אין ישיבה , ווען בוש האט עם געפרעגט וועגן נאקלערע וואפן האט ער פלען געלאכט , ער מיינט אז פירן א לאנד איז א דזטשאק JOKE

דינסטאג ינואר 16, 2007 2:37 pm

איך האב אן אינטערסאנטע אפשאצונג אויף מאכמוד אכמעדינדזשאד, און איך האף אז איך וועל נישט אויפברענגן בייז בלוט ביי עטליכע.

איך בין ביי די דעה, נאכן לעזן מערערע אנאליזן אויף אים, אז ער איז טאקע פשוטו כמשמעו אן "אויפמערקזאמקייט זוכער" (אטענטשן סיקער בלעז), און ער איז אומשטאנד צו קושן אידן (וועמען ער האסט בטבע, הלכה בידוע) אויב דאס וועט ווערן פאטאגראפירט און ארומגעפירט איבער די וועלט מידיא.

זייענדיג דער מושל בכיפה אויף גאר א וויכטיגע לאנד, וואס פארמאגט ריזיגע אויל קוועלער און א שטארקע איינפלוס אויף די גאנצע ראיאן, נוצט ער אויס - אדער פרובירט זייער שטארק דאס צו טאן - זיינע מאכטן צו ערווארבן אנערקענונג אדער כאטש אויפמערקזאמקייט איבעראל.

והיינו טעמא דשופר, וואס ער הערט נישט אויף צו רעדן גרויסמעריש "איך וועל דאס, איך וועל יענץ" ווי גלייך ער קען טאקע טאן וואס זיין הארץ באגערט (למעשה איז ער זעלבסט אונטערגעווארפן אונטער דעם פארלאמענט זיינעם, ווי אויך אונטערן גייסטליכן שעיך כאמעיני וואס על פיו יצא ועל פיו יבא און האט די לעצטע ווארט אויף אלע אינערליכע און אויסערליכע אנגעלעגנהייטן אין פערסיע), והיינו טעמא דמגילה וואס ער העצט אויף די איסלאמישע וועלט אקעגן די אידן להשמיד להרוג ולאבד, ווייל ער ווייסט אז דאס איז א טעמע וואס די אראבער קויפן אפ פאר גוט געלט און וועלן אים ארויפקוקן אלץ העלד אויב ער זאל זיין דער ווארטזאגער פאר אלע זייערע פינצטערע פלענער, היו לא תהיה.

די טעמע פון די אידעלעך וועלכע זענען אראפגעפארן קיין טעהראן אויף א האלאקאוסט קאנפערענץ, איז ווייטאגליך און בלוטיג, איך וועל זיך נישט אריילאזן דערין מכמה סיבות ידועות, נאר אויף אזויפיל צו זאגן, אז הגם טייל פון די גרופע זענען טאטאלע "אויפמערקזאמקייט זוכער", זענען אבער געווען צווישן זיי איינס אדער צוויי ערנסטע אידן, וואס האבן דאס געטאן מחמת דעם וואס זיי האבן געהאלטן אז דאס איז דער רצון השם, און ברויכן אפלאדירט ווערן אז זיי האבן נישט געקוקט אויף אלע שווערע קאנסעקווענצן וואס זענען נאכגעקומען, און האבן געטאן דאס וואס זיי האבן איינגעזען פאר רעכטפארטיג ארויסצוברענגן א כבוד שמים - לויט זייערע באגריפן.

דינסטאג ינואר 16, 2007 2:55 pm

קרעמער די האסט עס שיין ארויסגעברענגט ,און לגבי די אידען וואס זענען געפארן אויף טעהראן האלט איך אויך אזוי ווי דיר אפשר דריי פיר וואס האבען געמיינט כבוד שמים אבער נישט אלע

דינסטאג ינואר 16, 2007 3:03 pm

אפילו אויב לאמיר זאגן זיי האבן געמיינט כבוד שמים, האבן זיי זיך נישט גערעכנט מיט קיין שום דעת תורה. זיי האבן געזאלט פרעגן א רב בישראל בעפאר מ'טוט אזא האקעלע שריט.

דינסטאג ינואר 16, 2007 3:14 pm

האסט א פוינט ,איך גיי נישט זאגען אז זיי זענען גערעכט אבער עס איז דאך דא מענטשן וואס האבען געמיינט כבוד שמים

דינסטאג ינואר 16, 2007 5:10 pm

כ'האב הנאה אז מיר זענען אלע כמעט איינשטימיג אויף די האקעלע טעמע, ווער נישט, קען זיך נאך אנרופן..

דינסטאג ינואר 16, 2007 5:54 pm

קודם קרעמער'טשע, דיין אנאליז אויף אכמעדזשינער האב איך בפירוש שוין געזאגט פאר עטליכע אין מקווה, קענסט זיי פרעגן, און אויב איז עמיציר דא, דאן זאל ער עס באשטעטיגן.

אויף די אידן איז דאך זיכער אז א חלק פון זיי -אויב זאגסטו וויפיל וועסטו נאך איין טאג הערן א מחלוקה אין די מקוה צו פופצן פון זיי האבן עס אמת'דיג געמיינט צו נאר צען, סאו נומערן איז דא נישט שייך בכלל צו שרייבן- האבן געמיינט לשם יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה, און כ'קלער איצט אז אפשר אלע פון זיי, אבער די פוינט דא איז אביסל אנדערש, כלל ישראל האט א היסטורי', מיר זענען נישט קיין גרים, און די היסטורי' האט געוויזן אז אין אזעלכע סארט ענינים אזעכע האקעלע טעמעס, דארף מען האבן א טיפן דענקער ער זאל באשליסן ווי איין און ווי אויס, אזאך וואס קען האבן תוצאות לטב ולמוטב, דארף מען קענען באגרייפן וואס גייט וואס איבערוויגן, אלזא וואס שייך צו זאגן, מאשקע האט שוין פארציילט, אז קיין רבנים ומנהיגי ישראל האבן נישט געלאזט הערן זייער מיינונג אז זיי זאלן דאס טוהן. ממילא -דריי מיט די פינגער אויף ארויף- איז עס זעהר ווייטאגליך לאמיר נאר האפן אז קיין שאדן זאל פון דעם נישט ארויסקומען.

דינסטאג ינואר 16, 2007 6:26 pm

עס איז אמת אז אין אזעלעכע האקעלע ענינים דארף מען זיין גיט דורך געטראכט אבער עס נעמט נאך נישט אוועק פין זייער שם שמים אינזינען האבען

דינסטאג ינואר 16, 2007 6:52 pm

איך זעה אז יעדער איז אייניג געשטימט איבער די נושא, דעריבער וועל איך אויך אריינווארפן, אין קורצן, מיינע צוויי צענט.

מאשקע און סאכדעס, דער פונקט פון פרעגן א רב איז נישט רעלאוואנט. אויב א פראבלעם איז נישט דאס דער פראבלעם, איר כאפט נישט אן די זאך ביים שורש.

צי די צוויי מזומנים אידן האבן דאס געטוהן לשם שמים, צי נישט, דאס וועל איך לאזן פאר אייך צו באהאנדלען, אבער וואס איינמאל זיכער איז אז זיי זעלבסט האבן נישט געוואוסט אין וואס א פאסטקע זיי טרעטן אריין, מיט דעם איצטיגן שריט זייערער. כלומר, לו יצוייר ווען דער באטייליגונג וואלט ווען זיך אויסגעשטעלט צו זיין סוקסעספול (ס'וואלט געקענט זיין א מעגליכקייט דערצו), וואלטן זיי אין א געוויסן זין פאררעכנט געווארן, ביי געוויסע קרייזן (עכ"פ ביי זייערע זיכער) פאר האלבע העלדן, אויפן ארגסטן פאל וואלטן אלע געהאלטן דאס זעלביגע וואס מען האט געהאלטן איבער זיי ביז היינט, דהיינו, זיי פארטרעטן נישט קיינעם, די זעלבע זעקס-זיבן זעהט מען אלעמאל איבעראל, און אולי טוהן זיי עפעס אויף, דעריבער השתיקה יפה און געגאנגען ווייטער, אזוי ווי מען האט געטוהן ביז היינט. דער גאנצער אויפברויז איז נאר געקומען צוליב זייערע צווייפלהאפטיגע אויסדריקן... און דאס האט געברענגט צו אן אויפוואכונג און געפירט צו אן אויספיר, אפי' צווישן זייערע קרייזן, אז עפעס מער טיפערס ליגט דא באגראבן ווי דער בלויזער סאלאגאן זייערער...

דינסטאג ינואר 16, 2007 7:58 pm

זארעך;

איך כאפ נישט פארוואס "פרעגן א רב" איז אומרעלעוואנט, אין מיינע אויגן איז פרעגן א רב שטענדיג רעלעוואנט, ביי יעדן צווייפל וואס א מענטש האט, בפרט אין זאכן וואס זענען נוגע דעם כלל, ברויך מען אנפרעגן א גדול בתורה וואס האט אויך א ידיעה אין מילי דעלמא.

ווייטער פארשטיי איך נישט וועלכע צווייפלהאפטיגע אויסדרוקן עגבערן דיר, וואס האבן זיי דען געזאגט? האט איינער פון זיי מינימיזירט דעם וועלט מלחמה? און אויב האבן זיי געזאגט אז די ציונים נוצן דאס אלץ אן אויסרייד אויף אלע זייערע מלחמות און אונטערדריקונגען, קענסטו מחולק זיין דערויף?

ביטע, ערקלער מיר בעסער דיינע רייד.

דינסטאג ינואר 16, 2007 8:24 pm

לבקשת קרעמער אסביר דברי:

אומרעלאוואנט האב איך געמיינט, אז צו-צוטשעפענען און באצייכענען די עוולה פון זייער נסיעה קיין איראן אלס נישט פרעגן רבנים איז נישט רעלאוואנט. 1] ווייל נישט דאס איז דער פראבלעם דא, וכמ"ש. 2] זיי פרעגן סייווי נישט די רבנים. זיי האבן אלעמאל געטוהן על דעת עצמם, ועם כל זה האט מען זיי קיינמאל נאך נישט אזוי פארדאמט ווי ביי די איצטיגע פרשה.

צווייפלהאפטיגע אויסדריקן האב איך טאקע דאס, וואס דו ערווענסט, געמיינט.

1] קודם, זיי האבן נישט אויסגעשריגן מיט קיין פאטאס:
רבותי טייערער מאכט אייך נישט נאריש, איר לייקענט פאקטן! וויפיל איר זאלט נאר דרייען מיטן צונג אהין און צוריק וועט אייך גארנישט העלפן, ווייל מען קען נישט מכחיש זיין שמש בצהרים! דאס יודישע פאלק טאר נישט און וועט נישט פארגעסן דאס פארטילונג פון די זעקס מיליאן קדושים הי"ד, און אודאי נישט דעם אויפן וויאזוי דאס איז צוגעגאנגען; די רציחות, די אכזריות, וכדומה. אבער וויסן זאלט איר – טייערע פאזאמעלטע - אז צו דעם שואה זענען די דייטשן מיט די ציונים געווען שותפים האנט-ביי-האנט, יעדער צוליב איר אייגענע סיבה וכו' וכו' וכו'.
אפשר ווייסטו פארוואס זיי האבן דאס נישט אזוי אפן און גראב ארויס געזאגט? זיי האבן דאס נאר ארויסברענגט בתוך דבריהם, בשפה רפוי וקל אויפן שפיץ גאפל, אפשר ביסטו דאס מסביר?

2] דערנאך, געוויסע סטעיטמענטס זענען גראדע יא געווען אין צווייפלהאפטיגן ריכטונג, ועיי' בהעיתונות קודם האנטשולדיגונג, וואס דער גאנצער אנטשולדיגונג איז אויך נאר געקומען צוליב'ן אויפברויז, אפי' פון זייערע קרייזן, נגדם.

דינסטאג ינואר 16, 2007 10:27 pm

אפילו נאך דיינע רייד, קלער איך נאך אלץ אז "פרעגן פון רבנים" איז רעלעוואנט אהער, און גראדע דאכט זיך מיר אז ביז אהער האבן זיי זיך יא שואל געווען מיט - זייערע אייגענע - רבנים.

ובנוגע זייערע סטעיטמענטס: הנה, איך האב נישט אויסגעהערט זייערע דרשות, נישט אין איראן, נישט אויפן הייסן-ליניע (האטליין בלעז), ווי אויך האב איך נישט אדורכגעליינט די היידפארק אשכולות בנושא זה, וגם לרבות אז איך האב נישט געליינט די (כלומר'שט) היימישע צייטונגן וועלכע האבן געדעקט פון דעקל צו דעקל מיט אלע איינצלהייטן וואס האבן יא אדער נישט פאסירט, על כן קען איך נישט אריינגיין אין די פרטי הדברים מחמת חסרון ידיעה. אבער איך גלייב שווער אז דער עלטערער איד (כהן/קאהן? פון מאנטשעסטער) האט געזאגט ווערטער וואס קענען צווייפלהאפטיג אויסגעטייטשט ווערן.

דאס וואס דו שרייבסט ווען אויסשרייען מיט פאטאס "מאכט אייך נישט נאריש", איך האב אויך אזוי געקלערט, און אפילו געלאזט הערן מיין מיינונג פריוואט פאר עטליכע, אז עס דאכט זיך מיר, אז אילו זכינו און מרן ר' חיים מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל וואלט נאך געווען צווישן אונז, וועלט ער זיך אויפגעהויבן און אהינגעפלויגן טראץ זיין שוואכן מצב הבריאות, און זיי פארשריגן פון קאפ ביז פוס מיט ראיות והוכחות ברירות, וואס נאר ער האט געקענט, און ווער נאך ווי ער וואלט אויך געוואוסט צוצושרייען דעם מי נתן למשיסה יעקב, ווי ער האט באקאנט געמאכט אין א הארץ-רייסנדע בריוו וואס איז ערשינען באלד נאכן קריג געשריבן מיט זיין אייגן בלוט.

וואס קענסטו אבער טאן אז דו האנדלסט דא מיט "אויפמערקזאמקייט זוכער", וועלכע האבן געכאפט א געלעגנהייט געזען צו ווערן אין אלע שטובער איבער די וועלט, געפאקט פעק און אפגעפלויגן קיין איראן אין אזא איילעניש, אז זיי האבן פארגעסן מיטצונעמען אהין זייער שכל.

מיטוואך ינואר 17, 2007 11:47 am

קרעמער, האסט אזוי גוט געשריבן, אבער ביי די לעצטע שורה האסטו זיך פארפאטשקעט, אפילו זיי מיינען נישט לשם שמים, -כ'קען זיי אלע, אפשר איינער איז אן אויפמערקזאמקייט זוכער, ובלעז אטענשאן סיקער- האבן זיי דא עפעס אנדערש וואס שטופט זיי איידער אויפמערקזאמקייט.

קום לאמיר דיר מסביר זיין, ס'איז דא אלע סארט מענטשן, ס'איז דא אזעכע וואס פאר זייער אידעלאגיע גייען זיי אזש ביז טעהראן, זיי ווילן גארנישט קיין באשעפער, פארשטייט זיך אז עפעס רוקט מען אריין דעם גאט ברוך הוא, אבער למאנסע איז דא א נאטור פון 'נישט אויפגעבן' און דאס איז ביי הוק אי ביי קרוק, און דאס איז דוקא נישט רילעטעד צו אויפמערקזאמקייט, די סארט מענטשן באמערקן אפילו נישט קיין דברים פשוטים, ווען עס שטימט נישט מיט זייער אידעלאגיע.

א שטייגער ווי מר פרעזידענט בוש יר"ה, איהם האט געברענט נקמה אין כוסעין, משה זוכמיר, סיז איהם גארנישט אנגעגאנען, ער האט נישט געזעהן די מאנטאליטעיט פון די שיאטין און די סוניס, ער האט געהאט פאר די אויגן איין איינציגע זאך, הרגענען כוסעין, נו מ'האט איהם שוין געהרג'עט, אוקיי, דער שיכור איז ניכטער געווארן, אהה ער כאפט שוין אז די שיאטען זענען די זעלבע דארפיש און דיקטאטוריש ווי די סוניס, ער שיקט שוין א מעסעדזש צום איראקער פרעזידענט אז ער איז פראסטרעדעט מיט די פראגרעס, ככככחחחח, ווער האט דיר געבעטן שיקן די סאלדאטן פאר דו האסט זיך באקענט מיט די עלעמענטן, נאר וואס? בוש איז בטבע א נוקם ונוטר, אלזא זעהט מען נישט גארנישט, נאר שוין מלחמה, והיינו טעמא דאפגאניסטאן היינו טעמא דאיראק.

די זעלביגע להבדיל איז מיט די אידן, העטן זיי געפרעגט א רב א גדול בישראל וואלט ער זיי געזאגט אייערע אידעלאגיעס זענען זייער גוט, אבער מ'דארף קוקען אויף נאך זאכן אויסער אן אידעלאגיע, ס'איז דא א תורה וואס צייגט אן וויאזוי זיך צו פירן אין אלע צייטן אפילו ווען די אידעלאגיע איז אויבן אויף תורה'דיג.

צוריק צום ענין, ס'איז נישט קיין ענין פון אטענשאן זוכערס, כדבריי.

מיטוואך ינואר 17, 2007 12:02 pm

עס איז דא צווי חלקים , עס איז דא ערליכע אידן וואס זענען גרייט אויף מסינ"פ יעדע רגע , אין עס איז דא עסקנים , נישט יעדע ערליכע איד- צדיק- רבי -גאון קען זיין א עסקן, אהין צי פארן דארפן עסקנים נישט קיין רבנים מען דארף אויפוואזען אז עס איז יא געווען א האליקאסט אין קיינער זאל זיך נישט וואגען מער אופצילייקענען

מיטוואך ינואר 17, 2007 2:22 pm

קרעמער:

על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון

ביי זיי, ביי די גרופע, איז דאס נישט רעלאוואנט, און ביים היצטיגן פאל איז דאס נישט דער אישו.

דאס וואס דו זאגסט אז ביז אהער האבן זיי זיך יא שואל עצה געווען. איך מיין, אז זיי האבן ערשט געטוהן זייערע מעשים און הערשט דערנאך געגאנגען נעמען אן הסכמה אויף למפרע, נישט אז זיי האבן זיך ערשט שואל עצה געווען, דורך גערעדט און באהאנדלט, וואס יא און וואס נישט און אדעתא דהכי זענען געטוהן געווארן זייערע אקטיוויטעטן, ניין! זיי האבן קודם געטוהן על דעתם ועל דעת עצמם, הערשט דערנאך זענען געגאנגען זיך "שואל" (אולי מלשון שאלה...) עצה זיין.

איידער איך גיי ווייטער וויל איך זיך אפשטעלן אויף א זאך וואס ס'ווינדערט מיר אין דיינע ווערטער. שרייבסט, אז דו האסט נישט געליינט זייערע סטעינטמענטס וכו' וכו'. טא, וויאזוי קענסטו נעמען א שטעלונג אין זאכן וואס דו האסט נישט געטוהן דערין? תמה תמה אקרא. איך זאג נישט אז איך בין נאכגעגאנגען און באגלייט אלע זייערע סטעיטמענטס, אבער עטוואס האב איך דאס מיטגעהאלטן דורכ'ן אינטערנעט (רח"ל...).

דאס וואס דו שרייבסט וועגן דעם הרב .... פון מאנטשעסטער. קודם זיי וויסן אז פון אים איז אויך געווען עטליכע אומגעוואונטשענע סטעיטמענטס. און אמת ער איז טאקע דער 'איינציגסטער' צווישן די גאנצע גרופע וואס קען ריכטיג פארעכנט ווערן ווי א רעכטדענקענדיגער פערזאן, א תלמוד חכם ויר"ש, ועל כולם א חכם איז ער אויך. אבער, והיינו טעמא, טאקע נאר דער קלוגער קען זיך פארעכענען אין מאכן אמאל א טעות...
איך מיין, ווער דען מאכט טעותים אין לעבן אויב נישט א קלוגער מענטש?... דער נער?... דער נער איז דאך איין שטיק טעות פון קאפ ביז פוס... יא, ס'מאכט זיך אמאל אז דער נער טוט אויך א קלוגן שריט אבער אין אלגעמיין קען נאר באצייכנט ווערן א טעות צו אן אויפריכטיגער און טראכטנדיגער פערזאן.

דאס וואס דו זאגסט וועגן הגאון הצדיק רבי מיכאל בער זצוק"ל. איך בין מחולק, אכמ"ל.

סאכדעס, זיי נישט ברוגז ס'האט גארנישט מיט קיין אידעלאגיע, ביי רובם האט דאס שוין היינט צו טאגס מיט אן אינערליכע פריינדשאפט געפיל, אנגעהויבן האט זיך דאס מיט א שגעון וואס רופט זיך קנאות און פון דארט איז דאס געפארן ווייטער... ויוכיח סופם, מעשה איראן, על תחילתם. פארוואס זאג ויוכיח סופם? ווייל עד היום הזה האט מען זיי נאך קיינמאל נישט אזוי פארדאמט ווי ביי די מעשה, מחמת דער טעות אז זיי טראגן אינטער זיך אן אידעלאגיע וואס אולי איז דאס אויסגעהאלטן עפ"י תורה, אבער די מעשה, מעשה איראן, האט מוכיח געווען אז ס'האט מיט קיין אידעלאגיע קיין שייכות. עס קען זיין אז זייער אידעלאגיע איז ריכטיג ועל פי תורה, אבער דאן וואלט דאס, דער שריט, נישט געדארפט צו זיין דער פועל יוצא פון די אידעלאגיע. ודו"ק

ולאמיתו של דבר, דער גאנצער נושא והמסתעף קען ווען פארטראגן בלעטער אויף בלעטער, און אדרבה איך וואלט הנאה געהאט דאס אויסצושמועסן, ווייל ווי באקאנט איז דאך זארעכ צווישן אלגעמיינעם געזעלשאפט היבש א צוריק געצויגענער, ער איז דאך דער איינגעפיקלטער באלבאטישער אינגערמאן וואס אין ס'מעדרעש הערט מען נישט קיין פיפס פון אים, ער האט קיין מעגליכקייט נישט אויסצוגעבן זיינע געדאנקען אין ווירקליכן לעבן, און וואס ער הערט זיך יא אן דא און דארט איז דאס נאר אין בחי' פון מכניס ואינו מוציא... ער הערט און גייט ווייטער, טא, דעריבער וואלט איך הנאה זיך צו קענען אויסגעבן אלעס וואס איך ווייס און טראכט בנוגע די ענינים, אבער אבער איך שפיר אז אין כאן מקומו, און אדרבה אויב וועט זיך מאכן דא א ריכטיגע דעבאטע אדער דיסקוסיע אויף א נארמאלען שטייגער ווי מען וועט באהאנדלען די ענינים וועל איך תורם זיין דעתי.

מיטוואך ינואר 17, 2007 3:45 pm

זארעך;

צו ענטפערן אויף דיין פראגע: איך האב נישט 'גרינטליך' און 'דורכדרינגליך' אדורכגעטאן זייערע רעדעס און סטעיטמענטס, וואס דאס נעמט מיר אוועק די רעכט זיי צו פארטיידיגן געהעריג אדער גאר פארדאמען. איך האב אבער יא געזען (אין די קארידארן פון ק.נ.א.) די קורצע באריכטן פון די וועלטליכע מידיא, וועלכע גלייכן געווענליך אויפצושפילן איינצעלנע ווערטער פון א מענטש וועלכע קענען 'מאכן העדליינס', און צווישן אלע זייערע באריכטן האב איך נישט געפונען קיין איין סטעיטמענט וואס איז נישט געווען אין די ראמען פון די אלגעמיינע היימישע-אידישע שטעלונגען בנוגע דעם האלאקאוסט.

מיטוואך ינואר 17, 2007 7:55 pm

קרעמער, ס'געווילט זיך מיר צו פרעגן:
טא אויב אזוי, לפי ידיעתך, וואס האבן זיי דען אזוי שלעכט געטוהן? איבערהויפט אז לויט דיין אפשאצונג, וואלט דאס דער גרויסער חכם גאון וצדיק, רבי מיכאל בער זצ"ל, אויך געטוהן.

אין וועלכן פרט זעסטו אז זיי האבן איבערגעלאזט זייער שכל אין ניו יארק, וואס רבי מיכאל בער וואלט דאס מיטגענומען? ואת"ל דאס נישט אויסשרייען מיט פאטאס, דאס איז דאס גאנצע? אי משום הא, קענען זיי נאך פאררופן ווערן אלס האלבע העלדן. נישט אזוי?

מיטוואך ינואר 17, 2007 10:22 pm

רבי מיכאל בער זצ"ל - האלט איך - וואלט גאר אנדערש געטאן ווי זיי, ער וואלט קלאר אהינגעפארן צוליב דעם איינעם צוועק אריינצוגעבן מנה אחת אפים פאר די דומע האלאקאוסט לייקענער, זיי געבן אנצוזען אן ערשטהאנטיגער איבערלעבער און העלדישער רעטער פון די שוידערליכע מלחמה, און בדרך אגב וואלט ער אפשר צוגעלייגט דעם שולד אויף די ציונים ימ"ש.

אנדערש ווי די מאבדים מה שנותנים להם וואס האבן אויסגעשטעלט זייערע פריאריטעטן אויף דעם סדר: 1) אהבת ישמעאל 2) שנאת ציונים 3) ארויסברענגן אז עס איז ווירקליך פארגעקומען א האלאקאוסט.

אגב, קענסט לכאורה זעהן אז איך בין שוין אביסל נשפע געווארן פון דיין געשרייבעכץ דא... איך האב זיי אין אנהייב מער פארטיידיגט ווי יעצט... אדער בין איך פשוט עלטער און קלוגער געווארן פון נעכטן...

דינסטאג יוני 04, 2013 6:30 pm

זיכענדיג אין די ארכיווען האב איך געטראפן די אשכול, ווי איז קרעמער אים איבער צו פרעגן צו ער האט שוין געטוישט זיין מיינוג איבער אכמעדינדזשאד, עס איז אינטערסאנט צוריק צו קיקען וואס מענטשן האבן דעמלאטס געטראכט איבער דעם אכמעדינדזשאד.

+++++++++++++++++++
UPDATE

כ'האב נישט באמערקט אז מען רעדט דא פון נאך א האקעלע נושא, מען קען אויסמעקן מיין תגובה און צירוק לייגען די אשכול צו זיין אייביגע רו,
שרייב א תגובה

Advertisement