פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל
זונטאג ינואר 14, 2007 1:24 pm
איך וויל גרינדן דעם אשכול נאכדעם וואס איך האלט אין איין געוואויר ווערן פרישע זאכן וואס איך האב נישט געווואוסט איבער די טעכנישע חלקים פון די קרעטשמע. מאנכע וועלן אפשר לאכן אבער איך האב נישט געוואוסט אז:
1) ווען מען איז איינגעשריבן קען מען זען אויף די פארומס צו סאיז דא פרישע הודעות (א שטייגער ווי אין הייד פארק און די קרעטשמע בלויז אויף די אשכולות).
(די סיבה פארן נישט וויסן שרייב איך צו, ווייל דער לינק צום קרעטשמע איז אריינגעלייגט אין מיין בראוזער צו די פארום היימישע קרעטשמע גופא, און נישט צו די הויפט בלאט)
2) וויאזוי מען מאכט א url. אז ווערטער זאלן לינקן צו עפעס. (מען דארף סתם דרוקן אויף די url אייקון אויבן, און ער וועט דיר שוין אנצייגן וואס צו טון)
3) אז מען קען ארויפלייגן אסאך בילדער אין איין הודעה.
4) אז אפילו מען האט שוין געעפנט איין אשכול אין א פארום, וואס אין שטאט הייד פארק וועט דאן ביים ריפרעשן דעם פעידזש אלעס באצייכנט ווערן אלץ געליינטע אשכולות (נושא ישן, עס בלינקט מער נישט), אבער די קרעטשמע וועט זיך האלטן ביי זיינס, אז דער אשכול האסטו שוין יא געליינט און דער נישט. ביז? איך בין עס נישט נאכגעגאגנען.
אפשר קומט באלד נאך. לאמיר הערן פון אייך. (ס'מוז נישט זיין זאכן וואס איר האט נישט געוואוסט, ס'קען זיין סתם זאכן וואס איר קלערט אז אנדערע ווייסן נישט).
Advertisement
זונטאג ינואר 14, 2007 3:47 pm
נומבער דריי ווייס איך נישט וויאזוי.
זונטאג ינואר 14, 2007 6:10 pm
יא, גרויזאמער, איך וויל אויך עפעס וויסן בנוגע בילדער, וויאזוי מאכט מען אז די בילד זאל נישט זיין ביים סוף פון די תגובה נאר אינדערמיט (אזוי ווי דו מאכסט ביי דיינע רעיונות). ווען איך לייג צו אן אטעטשמענט, קומט עס אייביג אויס נאך די גאנצע תגובה.
מאנטאג ינואר 15, 2007 10:40 am
קרעמער, ער לייגט עס נישט צו ביי אטעטשמענט, ווען ער האלט אינמיטן א תגובה, דריקט ער אויפן קנעפל Img וכדומה
מאנטאג ינואר 15, 2007 11:27 am
יישר כח
זונטאג ינואר 21, 2007 4:43 pm
ווייסטו וויאזוי מען מאכט אז די פארום פעידזש זאל אויסקוקן אזוי?
- עטעטשמענטס
-

- ScreenShot099.jpg (214.9 KiB) געזעהן געווארן 614 מאל
זונטאג ינואר 21, 2007 5:10 pm
איז דא מעגליכקייט דו זאלסט מסביר זיין דיין קשיא?
זונטאג ינואר 21, 2007 5:39 pm
גרויזאמער;
יא קליק ווי אנגעצייכענט אויפן בילד וואס איז בייגעלייגט.
- עטעטשמענטס
-

- untitled.JPG (24.34 KiB) געזעהן געווארן 3756 מאל
זונטאג פבואר 25, 2007 11:11 am
אנדערש ווי אלע אנדערע וועבסייטס, וועלכע האבן דעם "סקראול באר" אויף די רעכטע זייט (ד.ה. ווען דו ווילסט אראפ אדער ארויף רוקן דעם פעידזש, דרוקסטו מיטן מייזעלע אויף דעם באר וואס לויפט פון אונטן ארויף), איז עס דא, אינעם היימישן קרעטשמע אויפן לינקן זייט. פארוואס? קען מען דאס טוישן?
זונטאג פבואר 25, 2007 11:50 am
אין אנהייב האט דאס אונז אויך געשטערט, אבער מיר האבן זיך זייער שנעל צוגעוואוינט דערצו, און יעצט לוינט זיך שוין נישט צוריקצודרייען, ווייל מיר אלע זענען שוין צופרידן באשר הוא שם.
זונטאג פבואר 25, 2007 11:58 am
שמעק טאביק, דו דארפסט פארשטיין אז דאס איז אזוי ווייל דאס איז א אידישע וועבסייט, וואס אלעס לויפט פארקערט פון די געווענליכע וועבסייטס אויף ענגליש.
זונטאג פבואר 25, 2007 12:03 pm
וועט ער מסתם פרעגן, און היידפארק?
למעשה בין איך שוין אזוי שטארק צוגעוואונט אז עס איז אויף די לינקע זייט, אז ביי אנדערע סייט, וואס עס איז אויף די רעכטע זייט, מאכט עס מיר נערוועז.
דאנערשטאג יולי 24, 2008 10:44 pm
איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען לייגט אריין בילדער אינמיטן די ארטיקל, קען מיר איינער דאס מסביר זיין ברחל... ?
דאנערשטאג יולי 24, 2008 10:57 pm
דאס קען מען נאר טון מיט א בילד וואס איז אויפ'ן ברייטן געוועב; נישט מיט א בילד פון דיר אין קאמפיוטער.
דאנערשטאג יולי 24, 2008 11:32 pm
אהה, איך האב עס ארויס, שכויעח, סוועט שוין צוניץ קומען
דאנערשטאג יולי 24, 2008 11:37 pm
[align=center]טעסטינג[/align]
[align=center]

[/align]
מאשקע, איך לערן מיר אויף דיינע ביינער, זיי נישט
ב
פרייטאג יולי 25, 2008 12:27 am
זייער גוט.
(נו, גילוי... איך בין נישט ב. פון די שטאט ל...)
פרייטאג יולי 25, 2008 3:34 am
וויזוי מאכט מען אז די בילד זאל מען זעען אטאמאטיש אזויווי מאטשע האט יעצט געלייגט א טעסטינג, אדער מען זאל דארפען דריקן דאנלויד אזויווי גרויזאמער'ס איז אויסגעקומען ??
פרייטאג יולי 25, 2008 3:41 am
נאך א שאלה, איך האב געוואלט ארויפברענגען דא אויפן קרעטשמע א error וואס איז ארויפגעקומען אויפן קאמפיוטער, דארעך מאכן פרינט סקרין און פעסטען און word און אטעטשען מיט א תגובה דא אין קרעטשמע, איינמאל האט עס געארבעט, און די צוויטע אטעטש איז געווען צו גרויס, איך פארשטיי נישט די חילוק, ביידע האבעך געמאכט אויפן זעלבע וועג,
קעמיר איינער העלפן ???????
פרייטאג יולי 25, 2008 3:47 am
נאכאזאך, אסאך מאל ווען איך בין אין קרעטשמע און איך בלייב ביי איין זאך א לאנגע צייט, ווען איך געב א דריק אויפן הוים פעדש זע איך אז אלע אראנדשע סימבעלס איז געווארן ווייס כאילו איך האבעס שוין געליינט, און דערוויל איזעס נאך ניי, וואס קעמען טוען דערצו ???
פרייטאג יולי 25, 2008 8:22 am
שמעק_טאביק האט געשריבן:אנדערש ווי אלע אנדערע וועבסייטס, וועלכע האבן דעם "סקראול באר" אויף די רעכטע זייט (ד.ה. ווען דו ווילסט אראפ אדער ארויף רוקן דעם פעידזש, דרוקסטו מיטן מייזעלע אויף דעם באר וואס לויפט פון אונטן ארויף), איז עס דא, אינעם היימישן קרעטשמע אויפן לינקן זייט. פארוואס? קען מען דאס טוישן?
ביי מיר איז עס יא אויף די רעכטע זייט, גיי ווייס פארוואס.
פרייטאג יולי 25, 2008 9:36 am
KCSP האט געשריבן:וויזוי מאכט מען אז די בילד זאל מען זעען אטאמאטיש אזויווי מאטשע האט יעצט געלייגט א טעסטינג, אדער מען זאל דארפען דריקן דאנלויד אזויווי גרויזאמער'ס איז אויסגעקומען ??
אויב איז עס א קלענערע דימענשן וועט עס ארויף געהעריג, אויב איז עס גרעסער וועט ווערן א דאונלאוד באטטען.
פרייטאג יולי 25, 2008 12:30 pm
k און וואס איז מיט מיין אנדערע שאלה'ס ????