קאלעקציע: שיינע מארשן-וואלצן אויף קל אדון

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

קאלעקציע: שיינע מארשן-וואלצן אויף קל אדון

תגובהדורך דוד משה » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 12:22 pm

כהאב שוין לאנג געוואלט עפענען אזא אשכול נאר כבין נישט אנגעקומען דערצו, נאר אזויווי לעצטע וואך שבת אינדערפרי האט מיר דער בעל תפילה ארויפגעברענגט די נעכטיגע טאמעיטע דיפ ווען ער האט געזונגען די טרויעריג-בארימטע דרור יקרא ניגון אויף קל אדון (באמת איז ער נעבעך נישט שולדיג, נאר שולדיג איז דער גבאי וואס האט אים צוגעשיקט), אסאך מאל ווייסעך נישט צו כזאל לאכן אדער וויינען פון די ניגונים וואס כהער זינגען, כהאב שוין געהערט איינעם זינגען אויף קל אדון די ניגון פון האדרת והאמונה אויך.

לדעתי (איר מעגט האלטן אנדערש) קומט צו זינגען אויף קל אדון א מארש אדער א וואלץ און נישט קיין שטאטע אדער שנעלע ניגון, מקען דאס זעהן אין די הויפן ווי מפירט זיך צו זינגען הקל הפותח זינגט מען קודם א שטאטע ניגון אויף הקל הפותח און א מארש/וואלץ אויף קל אדון, און בכלל ווייל א שטאטע ניגון וועט עפ"י רוב נישט קלעקן פארן גאנצן קל אדון, וועט מען דארפן איבערזינגען די גאנצע אדער האלבע ניגון כדי צו קענען אנפילן דעם גאנצן שטיקל, און א שנעלע ניגון האט סתם אזוי נישט קיין טעם, סאיז נישט קדיש אדער לא תבושי, ווי אויך דארף מען צוזאמכאפן ווערטער געווענדליך כדי די פאל פון די ניגון זאל זיך ענדיגן צוזאמען מיטן שטיקל און אויך מעג מען האבן אביסל איינזעהעניש מיט די וואס דארפן אניאגן שמו"ע. האבעך באשלאסן צו נעמען די זאך אביסל אין די האנט און מאכן א קאלעקציע פון נארמאלע קל אדון ניגונים דער עולם זאל זיך קענען אביסל אויסלערנען.

לכתחלה (נד"נ) האב איך געקלערט ארויפצולייגן נאר געשמאקע נישט אויסגעדראשענע זאכן, אבער למעשה האב איך באשלאסן יא ארויפצולייגן אפילו אויסגעדראשענע זאכן ווילאנג די ניגון איז בעצם שיין, ווייל סאיז דאך ענדערש צו הערן א שיינע - אפילו אויסגעדראשענע – ניגון ווי איידער די.. עפמחח.. איך וויל נישט נאכאמאל מעלה גרה זיין...

וואס רוף איך אן אויסגעדראשן (עממי) ? געווענדליך איז עס א ניגון וואס מזינגט שוין צופיל אז סקריכט פון די נאז אדער אסאך מאל איז עס ווייל סזינגען עס מענטשן וואס זענען מכשיל אנדערע אין בל תשקצו ווען זיי זינגען עס.. און דערנאך ברעגנט דער ניגון ארויף קאשמארן, אבער ביטע נעמט נישט פערזענדליך אויב איר גלייכט יא איינער פון די ניגונים.

הייב איך בעז"ה דא אן א שטיקל זאמלונג פון שיינע מארשן און וואלצן וואס מקען זינגען אויף קל אדון, איינס פיט בעסער און איינס שוואכער (ביי רוב ניגונים וועט מען דארפן זינגען די ערשטע פאל אדער די הויכע פאל 2 מאל (ליין: 4 מאל) כדי סזאל ארויפפיטן אויף קל אדון אבער דאס איז נארמאל), כגיי אלעס לייגן אין די פאלגענדע קאפי פאלדער אזוי וועט מען נישט דארפן דאונלאודן יעדע לינק באזונדער און כגיי אויך לייגן לינקס צו יעדע ניגון, איך וועל פרובירן צו לייגן עטליכע ריקארדינגס פון יעדע ניגון (מוזיק, וואקעלס) כדי מזאל קענען זעהן א קלארן בילד פון יעדע ניגון.

אזויווי רוב מארשן האבן נישט קיין נעמען און געהעריגע מקורות ע"כ ווער סהאט מקורות ווער סהאט עס געמאכט און אין וועלכע אירועים מפלעגט דאס זינגען ווערט געבעטן מיטצוטיילן מיטן עולם, אויך ווער סקען משלים זיין ריקארדינגס פון ניגונים וואס פעלן דא זאל ביטע עס ארויפלייגן אדער מיר שיקן.

די ניגונים וואס כשרייב מיט די קאליר זענען ניגונים וואס כהאב נאר ריקארדינגס דערפון וואס ווערן געזונגען אויף אנדערע ווערטער, און כוועל דאס טוישן ווען כוועל באקומען א בעסערע ריקארדינג.
וזה החלי:

מארשן

1) כמדומה מחצר באבוב -- מוזיק -- וואקעלס
2) מארש מחצר מעליץ -- מוזיק מיט וואקעלס -- מוזיק -- וואקעלס
3) כמדומה מחצר באבוב -- מוזיק -- מוזיק -- וואקעלס
4) כמדומה מחצר באבוב -- מוזיק -- וואקעלס
5) כמדומה מחצר באבוב -- מוזיק -- וואקעלס
6) די באוויסטע באבובע קל אדון -- מוזיק מיט וואקעלס -- מוזיק מיט וואקעלס -- וואקעלס
7) באבוב - פוילן -- מוזיק מיט וואקעלס -- מוזיק -- וואקעלס
8) מודזיצער אין קצבה -- מוזיק -- וואקעלס
9) כמדומה מחצר באבוב -- מוזיק -- מוזיק
10) ווערט געזינגען אין וויזניץ אויף לכה דודי -- מוזיק מיט וואקעלס (ווי ר' ירמי' זינגט דאס אויף ברוך קל עליון)
11) כמדומה מחצר באבוב -- מוזיק
12) ר' בן ציון שענקער -- וואקעלס -- וואקעלס
13) עממי -- מוזיק מיט וואקעלס
14) עממי -- מוזיק
15) 15) עממי -- מוזיק מיט וואקעלס


וואלצן

16) עממי -- מוזיק מיט וואקעלס
17) עממי -- מוזיק -- וואקעלס
18) עממי -- מוזיק
19) ר' משה גאלדמאן ז"ל -- מוזיק מיט וואקעלס
20) ר' בן ציון שענקער -- מוזיק מיט וואקעלס (ווי ר' משה שטעקל זינגט א אידישע ניגון דערויף)

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 12:35 pm

גאר א גוטע געדאנק
יישר כח
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3183
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 12:47 pm

פשיהא, אזא שיינע צוזאמשטעל!
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 1:07 pm

סביב העולם האט געשריבן:גאר א גוטע געדאנק
יישר כח
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5150
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 1:17 pm

אט איז עס! פיינע איידיע דאס

א יישר כח ר' דוד משה, רייכע קאלעקציע
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 1:22 pm

א גרויסן ייש"כ ר' דוד משה,
מיר האבען שטארק הנאה,
ישלם ה' פעלך, ותהי משכורתך שלימה,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 1:24 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אט איז עס! פיינע איידיע דאס

א יישר כח ר' דוד משה, רייכע קאלעקציע

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 3:01 pm

געהערט אמאל די סיגעטע אשת חיל, עס האט זייער גיט אריינגעפאסט, יעדע פאל צוויי מאל

purple knish
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

תגובהדורך purple knish » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 3:03 pm

דאאאס האבעך געזוכט

א גרויסן שקויעך

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 4:54 pm

1) כמדומה שמעתי בשם חב''ד (נברר בל''נ)
אויך געזונגען אין קאשוי אויף אין קצבה
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

קאכעדיגע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

תגובהדורך קאכעדיגע » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 5:01 pm

הערליכע קאלעקציע, איך בין זיך ממש מחיה, יישר כח

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 6:40 pm

א גרויסן יישר כח ר' דוד משה! ישלם השם פעלך!

איך וויל מוסיף זיין נאך אן הערה פאר בעלי תפילה, די סדר פון די פעלער וואזוי מען זעצט עס אויף די שטיקלעך פון קל אדון:

רוב ניגונים האבן דריי פעלער, הייבט מען אן אזוי:

קל אדון - ערשטע פאל.
המתגאה - ערשטע פאל.
טובים מאורות - צווייטער פאל.
מלאים זיו -דריטע פאל .
פאר וכבוד - דריטע פאל.*
שבח - צוריק צום צווייטן פאל.

אויף אזא אופן איז וויכטיג צו האלט אין קאפ בשעת'ן זינגען טובים מאורות, אז אויב דער ניגון באלאנגט צו איבערזינגען דעם צווייטן פאל צוויי מאל איידער מען נעמט זיך צום נעקסטן, זאל מען עס 'יעצט' טון, און נישט ווארטן אויף מלאים זיו. וויפיל אומשולדיגע ניגונים זענען פארהארגעט געווארן צוליב דעם וואס דער בעל תפילה האט איבערגעזינגען דער פאל פון טובים מאורות אויף מלאים זיו... (קיין וויץ, מען טרעפט זיך ביי שבח אז מען האט נאך א וועג צו גיין ביזן ענדיגן דעם ניגון און... קאמענטארן איבריג...)

*אויך זענען דא עטליכע באקאנטע מארטשעס וואס האבן פיר פעלער, (אין געוויסע פעלער איז די פערטע פאל שטייטער, אדער גאר מיט אן אנדערע סארט ביעט ווי דער גאנצע ניגון), דעמאלטס דארף מען פארשטייט זיך אפ-ענדיגן דער דריטע פאל אויף מלאים זיו, און ביי פאר וכבוד גיין צום פערטן פאל.
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 7:00 pm

אפגעזעהן צו מען דאווענט אמאל פאר שחרית בצפרא דשבתא, איז עס א קאלעקציע איינס אין די וועלט!

שכח! שכח!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 8:14 pm

20# איז נישט ב"צ שענקער'ס.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 8:28 pm

א ריזן דאנק ר' דוד משה פאר דיין הערליכע ארבעט! עס קען צוניץ קומען.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1540
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 8:32 pm

דוד משה, איים ספיטשלעסס
אזאנע גוטע ווערק און אזוי שיין סערווירן...

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » זונטאג ינואר 11, 2015 8:53 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:20# איז נישט ב"צ שענקער'ס.

בישלוימע (דריי מיטן גראבן פינגער) איך שרייב אז סאיז פון ר׳ בן ציון ווייל כהאב אזוי געהערט פון מער ווי איין מקור, אבער איר שרייבט אז סאיז נישט פון אים פון וואנעט נעמט איר דאס ? האט איר געהערט פון איינעם אז סאיז נישט פון אים ? דאס איז נישט מסתבר, אלא מאי האט איר געהערט אז סאיז פון א צווייטן, פארוואס טיילט איר נישט מיט מיט אונז ווער איז יא דער מחבר ??

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2508
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג ינואר 12, 2015 2:15 pm

דוד משה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:20# איז נישט ב"צ שענקער'ס.

בישלוימע (דריי מיטן גראבן פינגער) איך שרייב אז סאיז פון ר׳ בן ציון ווייל כהאב אזוי געהערט פון מער ווי איין מקור, אבער איר שרייבט אז סאיז נישט פון אים פון וואנעט נעמט איר דאס ? האט איר געהערט פון איינעם אז סאיז נישט פון אים ? דאס איז נישט מסתבר, אלא מאי האט איר געהערט אז סאיז פון א צווייטן, פארוואס טיילט איר נישט מיט מיט אונז ווער איז יא דער מחבר ??

איך בין נישט 100% זיכער, אבער דאכט זיך עס איז נתחבר געווארן דורך האדמו"ר ר' אשר רימנובער מח"ס מעדני מלך בן האמרי נועם חתן ה"ר יוסף רימנובער. קען מען דאס מברר זיין?
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום מאנטאג ינואר 12, 2015 8:05 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2724
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג ינואר 12, 2015 4:37 pm

שיינע קל אדון געזינגען מיט די ווערטער

פון פאפא סידי "אהבת קדומים"
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1754
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג ינואר 13, 2015 12:58 pm

1. איז נישט באבוב
3. יאסעלע מאנדלבוים, אויך גוט פאר הללו ראש חודש*
4. דאכציך אהרן מיללער׳ס
5. חיים דוד בלום
6. קדושת ציון
7. בלום
9. מאנדלבוים
11. בלום
13. מאדזיץ
14. גער, כ׳מיין אויף לכה דודי גאר
15. מאנדלבוים

* ערשטער פאל: הודו, צווייטער פאל: כי גבר: דריטער.הויכער פאל, הודו, יאמר, פערדער פאל, יאמרו יאמרו, און אזוי פאר יעדער לעבעדיגער מארש.
אויב זענען די פעלער קורץ, אדער די לעצטער פאל זינגט זיך נישט צוויי מאל, קען מען, זינגער דער צוויטער פאל אויף הודו, דריטער.הויכער אויף יאמר און יאמרו, און דער פערדער אויף יאמרו האחרון.

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

תגובהדורך דוד משה » דינסטאג ינואר 13, 2015 4:15 pm

WOW
אזויפיל אינפארמעישאן אין 1 תגובה, א ריזן דאנק
ווייסט איר פון נאך שיינע זאכן וואס ליגן נאכנישט דא ?

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דינסטאג ינואר 13, 2015 10:30 pm

דוד משה האט געשריבן:וואלצן

16) עממי -- מוזיק מיט וואקעלס

דער ניגון איז א סאטמארער ניגון וואס איז פארפאסט געווארן לכבוד די ימים נוראים אין איינע פון די יארן בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

ארץ ישראלי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 4:38 pm

תגובהדורך ארץ ישראלי » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 6:38 pm

מארש נומער 1 איז חב"ד דעם ניגון רופט מען "דער פולישער מארש" המארש הפולני
מארש נומער 7 איז גענומען פון די סידי ברח דודי יו"ל ע"י משפחת פאסטן דארט שטייט אז דער ניגון איז נתחבר ע"י ר' חיים דוד בלום
מארש נומער 13 איז נישט מודז'יץ נאר א גאליציאנער מארש, לא ידוע מי חיברו
וואלס נומער 16 איז א מעליצער וואלס, ווערט געזונגען אויך אין וויז'ניץ
וואלס נומער 17 איז גור - וולס כי אנו עמך-תש''ל. נתחבר ע"י ר' לייבל גולדקנופף
וואלס נומער 18 איז וולס מודזיץ המושר בויזניץ (זאלאשיץ)
לעצט פאראכטן דורך ארץ ישראלי אום דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 7:20 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

ארץ ישראלי
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 4:38 pm

תגובהדורך ארץ ישראלי » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 6:58 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:20# איז נישט ב"צ שענקער'ס.

בישלוימע (דריי מיטן גראבן פינגער) איך שרייב אז סאיז פון ר׳ בן ציון ווייל כהאב אזוי געהערט פון מער ווי איין מקור, אבער איר שרייבט אז סאיז נישט פון אים פון וואנעט נעמט איר דאס ? האט איר געהערט פון איינעם אז סאיז נישט פון אים ? דאס איז נישט מסתבר, אלא מאי האט איר געהערט אז סאיז פון א צווייטן, פארוואס טיילט איר נישט מיט מיט אונז ווער איז יא דער מחבר ??

איך בין נישט 100% זיכער, אבער דאכט זיך עס איז נתחבר געווארן דורך האדמו"ר ר' אשר רימנובער מח"ס מעדני מלך בן האמרי נועם חתן ה"ר יוסף רימנובער. קען מען דאס מברר זיין?


דער ניגון איז נתחבר געווארן ע"י ר' הערש (משרת) מרימינוב זצ"ל בדוק אצל יודעי ח"ן

חאצאצקע רבי
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 21, 2015 9:16 pm

תגובהדורך חאצאצקע רבי » דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 8:06 pm

אפשר נעמסטו צאם די אלע ניגונים אין איין פאלדער מזאל עס קענען צוזאמען דאונלאדען?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט