דפוס: אותיות רש"י/מרובעות
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
ס'איז דא א מקור / שיטה אזוי אז ס'איז הייליגער און מען זאל עס נישט נוצן לעניני חולין, בפועל פירט מען זיך נישט אזוי על פי רוב.
אבער צו זאגן אז רש"י איז נישט גענוג הייליג צו פארנעמען קדושת אותיות מרובעות, ולזה נתכוין המדפיס הראשון - וכל המדפיסים בעקבותיו - ומה עמקו מחשבותיו הטהורות, איז נישט צום זאך, מילד גערעדט.
און אין רמ"א איז נישטא קיין רמז רמיזא כל שהוא אין אזא ריכטונג.

מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:זעהט אויס נישט פאר אלע יודעים, אבי געהאקט
נישט אלא יודעים, נאר כידוע ליודעים זיי מדייק בלישנא,
געהערט פון הרה"ח ר' יוסף בעריש פארטיגאל'ס א אייניקל, וואס דער שומרי אומנים רבי זצ"ל האט ביי איהם אין שטוב (אין סנהדריה) געשריבן זיין ספר, און אויסגעשטעלט צום דריק
אז דעמאלט'ס איז נישט געווען צו טרעפן קיין אותיות רש"י כמעט נאר פאר זייער טייער, און אותיות מרובעות איז געווען אסאך ביליגער (מ'האט נאך געמאכט יעדע אות א סטענצל פון בליי און נישט כהיום מיט א פילעם),
און אפי' שפעטער ווען דער תו"א רבי זצ"ל האט אנגעהויבן דריקן איז נאך געווען רש"י אותיות א יקר המציאות
און יאך טראכט א סברא, דער שומר אמונים רבי ר' אהרלע זצ"ל האט כידוע געדרוקט זיין ספר בלעטל נאך בלעטל, ער האט געשריבן א בלעטל, געשיקט צום דרוקער, און נאך א בלעטל געשיקט צום דרוקער, און אזוי ווייטער, (דהיינו נישט געשריבן א גאנצער ספר אויפאמאל און געשיקט דרוקן), נו, אויף אזא אופן אולי איז טאקע שווער געווען מיט רש"י, ווייל אותיות מרובעות, איז מער געווען צי די האנט, כנלע"ד בדרך אפשר
http://www.otzar.org/forums/viewtopic.p ... 709#p53709
כמדומה אז אין 'דברי תורה' פון מונקאטשער רב איז אויך דא ווערטער איבער די חשיבות פון דרוקן א ספר אין כתב רש"י דייקא.
---
נאך א נושא וואס איז א ביסל ענליך צו דעם: ווי אזוי זאל מען צייכענען די עמודים, מיט נומערן אדער מיט אותיות, עס איז דא עפעס וועגן דעם פון דעם היילגן יעב"ץ.
אבער ווי געזאגט דער נושא געהרט נישט דא אריין.

פרשיסחא האט געשריבן:http://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?p=53709#p53709
כמדומה אז אין 'דברי תורה' פון מונקאטשער רב איז אויך דא ווערטער איבער די חשיבות פון דרוקן א ספר אין כתב רש"י דייקא.
און די היינטיגע דברי תורה איז געדרוקט מיט אותיות מרובעות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
אוהב ספרים האט געשריבן:עכ"פ דאס איז זיכער אז בזמנינו היום, ספרים באותיות מרובעות גייען מער.
בין איך מחולק ספרי חסידות איז דא אין רש"י פונט לרוב
לדעתי ברויך מען מאכן וואוט"ס וואס דער עוילעם וויל
די אלע וואס האבן א יד אינעם ספר בנין שלמה, זאלן זיין בארעכטיגט צו שטימען, צו רש"י צו מרובעות
וע"פ רוב יקום דבר
כך נראה לי, וועט מען מוזן געבן פאר יודישע קהילות דאס לעצטע ווארט
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6816
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
אוהב ספרים האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:מען קוקט אריין אין רמ"א זעהט מען גראד אז ער רעדט פון אנדערע כתבים לעומת כתב אשורית. בכלל נישט נוגע צום שמועס איבער אותיות מרובעות vs. כתב הסופרים (רש"י / משיטא / אידיש). סאו ס'איז נישט קיין תיקו, ס'איז קושיא מעיקרא ליתא.
מיין תיקו איז נישט לגבי די רמ"א, נאר לגבי די אלע שרייערס כנגד כתב מרובעות
דיין תיקו נעמט זיך פון נישט אריינקוקן אינעם רמ"א
מאך נישט קיין אסאמפשענס, קשיות מיט תירוצים.
דער רמ"א שרייבט "נישט" וועגן עס האט א קדושה, נאר וועגן דברים שבכתב.
שאינו יודע האט געשריבן:
וואס איך וויל ארויסברענגען אז ווען עס איז דא א שמועס, האלט ביטע מיט די גאנצע שמועס, און ווארף נישט אריין קיין פלאקן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4666
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm
- הילולא דצדיקיא
- שר האלפיים
- תגובות: 2420
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:40 am
- לאקאציע: באהלי צדיקים
שמו האט געשריבן:בין איך מחולק ספרי חסידות איז דא אין רש"י פונט לרוב
וע"פ רוב יקום דבר
כך נראה לי, וועט מען מוזן געבן פאר יודישע קהילות דאס לעצטע ווארט
איך שטים מיט דערצו,
(אישית האב איך מער ליב רש"י אותיות)
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
אפשר אינטערעסאנט צו צולייגן:
כתב המדפיס רבי אהרן ב"ר אורי ליפמן מווין, בהקדמתו לספרו של רבי שמעון עקיבא בער ב"ר יוסף משנייטוך, פי שנים, זולצבאך תס"ב.
כתב המדפיס רבי אהרן ב"ר אורי ליפמן מווין, בהקדמתו לספרו של רבי שמעון עקיבא בער ב"ר יוסף משנייטוך, פי שנים, זולצבאך תס"ב.
ואף גם לרבות מעלות הספר הנחמד הלז אשר מכתבים שונים למעליותא, בכל המאמר והקדמה אשר התחיל בראשונה עם הפסוק הצייגתי [=הצגתי] בכתב עברי הנקרא 'בחיי כתב', ושארי מאמרים או הקדמות או איזה פשטים הנחמדים צייגתי [=הצגתי] ב'כתב רשי' כדי שבנקל ימצא איש מבוקשו...
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 433
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am
החכם ר' יצחק דוראן 'האפודי' שרייבט אין זיין ספר מעשה אפד, הקדמה, עמ' 21 (געשריבן אין יאר ה'קס"ג, נאך פאר המצאת הדפוס באירופה):
אויף אידיש איז עס בערך אזוי:
אויף אידיש איז עס בערך אזוי:
ווען מען לערנט תנ"ך אדער גמרא, זאל מען זען צו לערנען פון א ספר וואס איז געשריבן געווארן אין 'אותיות מרובעות', וועלכע ענדלען צום אריגינעלן 'כתב אשורית' וואס מיט אים איז געגעבן געווארן די תורה פון באשעפער...
פארוואס פונקט דעם שריפטסארט? ווייל עס איז דער שענסטער פון אלע אנדערע שריפטסארטן, און וואס שענער עס איז, אלס בעסער ווערט עס איינגעקריצט אין מוח, און מען געדענקט עס לענגער. דערפאר איז פון אלעמאל געווען איינגעפירט, און עס איז נאך היינט דער מנהג אזוי, צו שרייבן תורה, נביאים, כתובים און גמרא, דווקא מיט 'אותיות מרובעות'...
דאס וואס איך האב געזאגט, אז מען קען בעסער געדענקען א זאך וואס איז געשריבן אין 'אותיות מרובעות', האב איך געהערט פון מיינע רבי'ס, וועלכע האבן אזוי מקבל געווען פון די קדמונים. צוערשט האב איך געמיינט אז דאס איז א גוזמא, אבער נאכדעם וואס איך האב עס אויספרובירט האב איך געזען אז עס איז וואר!
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
איך פארשטיי נישט.
א ספר איז דאך א הייליגע זאך, און מ'היט עס בקדושה. סא וואס איז שלעכט מיט אותיות מרובעות? פארקערט! אפילו ווען דער שם שמים זאל ארויסשטיין איז דאך אויך נישט קיין חסרון. אדרבה, זאל דער ספר אין וועלכער איך לערן האבן מער קדושה!!!

החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6816
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
יידישע קהילות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט.
א ספר איז דאך א הייליגע זאך, און מ'היט עס בקדושה. סא וואס איז שלעכט מיט אותיות מרובעות? פארקערט! אפילו ווען דער שם שמים זאל ארויסשטיין איז דאך אויך נישט קיין חסרון. אדרבה, זאל דער ספר אין וועלכער איך לערן האבן מער קדושה!!!
איינער האט מיר צוגעשיקט דעם לינק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=27947&st=&pgnum=5&hilite=%D7%9E%D7%94
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8850
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
אדער יא האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:איך פארשטיי נישט.
א ספר איז דאך א הייליגע זאך, און מ'היט עס בקדושה. סא וואס איז שלעכט מיט אותיות מרובעות? פארקערט! אפילו ווען דער שם שמים זאל ארויסשטיין איז דאך אויך נישט קיין חסרון. אדרבה, זאל דער ספר אין וועלכער איך לערן האבן מער קדושה!!!
איינער האט מיר צוגעשיקט דעם לינק
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=27947&st=&pgnum=5&hilite=%D7%9E%D7%94
איך זעה נישט פונקליך וואס דו ווילסט מיר ווייזן. און רבי מאיר אמסל זי"ע איז נישט דער פוסק הדור, ווי אויך דער שואל דארט.
תכלית.
וואס איז דער פראבלעם מיט דריקן א ספר מיט אותיות מרובעות?
סתם ג'האקט אין טשייניק און ג'מאכט פראבלעמען!
החודש אשר ישועות בו מקיפות... ניס"ן בגימטריא ניסי"ם
שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו - והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
-
- שר העשר
- תגובות: 11
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 01, 2018 4:57 pm
בטעות אריינגעבלאנדזשעט אין דעם אשכול, אבער אלס ארויסגעבער פון א ספר עטליכע יאר צוריק, און ס'איז אביסל קרוב לליבי די גאנצע מערכה, אחווה דעתי העני' בענין:
הכל מודים אז אלע ספרים ביז פארן קריג איז געווען געדריקט מיט רש"י אותיות.
איז וואס מיזטו זיין קלוגער ווי דיין זיידע, ער האט אויך געוויסט אז מ'קען דריקן א ספר מיט אותיות מרובעות, און ער האט נאכאלץ נישט געדריקט מיט מרובעות נאר מיט רש"י, א"כ צאו לך בעקבי הצאן און טו עם נאך מיט בלינדע אויגן.

כנראה אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל האט נישט אזוי געהאלטן. אז דו טרעפסט נישט קיין שום סיבה פ"וו מען האט דאס געטוהן, און קומסט אראפשטעלן אז דאס מוז עס זיין המוציא מחבירו עליו הראיה, ברענג א מקור לאיסור. געפיל פארשטיי איך, אבער לעומת זה אז עס איז שענער מרובעות וועגט דאס איבער, וויבאלד ספרים דארף מען דריקן ווי שענער מען קען נאר, און דאס האט ת"א זצ"ל לכאו' געהאלטן.