א בריוו וואס האט מיך צוריקגעקערט מיין אמונה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

abest
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 02, 2015 2:39 am

א בריוו וואס האט מיך צוריקגעקערט מיין אמונה

תגובהדורך abest » מיטוואך ינואר 07, 2015 9:34 pm

איך לייג דא פאר די בריוו עס קען זיין אז איינער אויף דער וועלט וועט הנאה האבן דערפון אל תמנע טוב מבעליו,


צו מיין טייערע "געוועזענע" באליבטע חבר,
אזוי ווי עס איז מיר באוויסט אז דיין הנאת הנפש איז חכמה וואס חכמה איז א טיפע זאך און ווי טיפער אלץ ווערט מען געוואויר חדשות און אמאל קען איין קליינע טיפע חכמה עפענען א נייע וועלט און א נייע בליק אויף אלעמען,

און אזוי ווי עס איז דא חכמה דקליפה וואס דאס איז אויך טיף עמוק עמוק ווי דו ביסט אריינגעגאנגען, אבער ווען דער באשעפער וועט נאכאמאל מאכן אזוי ווי ביי מתן תורה וואס יעדער האט געזען כי ה' הוא האלקים און יעדער וועט באקומען אזא כח החכמה אז אלע אנדערע חכמות פון די קליפה וועלן בטל ווערן און עס וועט זיין יכירו וידעו כל יושבי תבל ויקבלו כולם את עול מלכותך און מען וועט איבערגעצייגט ווערן מיט אלע חושים און מיטן גאנצן נפש די ריינע אמונה וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יצור כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה דעמאלטס וועט מען זען ווי נאריש און ביטער די חכמה דקליפה איז,

אבער וויבאלד די חכמה דקליפה איז זייער גרויס און די הסתרת פנים פון חכמה דקדושה איז געוואלדיג באהאלטן דערפאר ווען איינער קריכט אריין אין די חכמה דקליפה איז זייער שווער ער זאל זיך ארויסזען פון דעם ווייל דאס זעט אים אויס אמת און אלעס חוץ דעם פאר שקר און דערפאר איז די תשובה דערפון זייער שווער ווייל עס איז שווער צו טוישן א קאפ וואס איז אויסגעבויט מיט חכמה דקליפה און דערפאר איז כל הפורש ממינות מיית

אבער מיר געפונען אין די ספרים הקדושים אז מיט א שטארקע תשובה מיט מסירות נפש קען מען יא תשובה טון אפילו אויף כפירה און מינות
און מיט סייעתא דשמיא איז מען זוכה צו תשובה טון באמת און דעסטוועגן זאל מען קענען בלייבן לעבן אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט אין א בריוו (עי' דברי יואל שובה דף רי"ג)
און כאטש דו האסט נישט לויט דיין חכמה קיין שום טראכט צו האבן מסירות נפש אויף א זאך וואס דו האלטסט אז דאס איז שקר, אבער האב רחמנות אויף דיר אליינס זיך נישט צו מאכן "מוזרעבל" א גאנץ לעבן, האב רחמנות אויף דיין זיידע און באבע, האב רחמנות אויף דיין טאטע און מאמע, האב רחמנות אויף דיין שווער און שוויגער, האב רחמנות אויף דיין ווייב,האב רחמנות אויף דיין צוקונפטיגע איידים, האב רחמנות אויף דיינע זיסע קינדערלעך, עס וועט דיר זיין זיס און גוט ווען דו וועסט מיט א שטארקייט זאגן פאר דיינע חברים איך זאג אפ ענקערע טעקסט, ווען דו וועסט יעדן טאג זאגן די ווערטער "פארשאלטן זאלן זיין די אלע משכילים רבונו של עולם העלף מיר איך זאל געראטעוועט ווערן פון זיי"

אדרבה זאלסטו ווייזן א סעמפל וויאזוי מען קען זיין א העלד און זיך שלאגן מיט די גרעסטע כח הטומאה ברעך דאס דורך און טו העלפן אנדערע ארויסקריכן פון די חכמה דקליפה
אדרבה מען מוטשעט זיך זייער אין הילף פון נפשיות'דיגע פראבלעמען פרנסות, שלום בית, תאוות פראבלעמען, חכמה דקליפה פראבלעמען, זיי דו דער וואס וועט העלפן אנדערע אידן אין די פראבלעם פון חכמה דקליפה,

באקומסט דאך זיכער עפעס א הרהור תשובה אמאל אמאל, !!הלואי וואלט איך נישט אריינגעפאלן אין די חכמה דקליפה!! נאר עס ווערט תיכף אוועקגעשטויסן, נא דאס איז דאך די בת קול וואס השי"ת שיקט אריין אין דיין הארץ שובו בנים שובבים און דו ביסט דאך מחויב צו תשובה טון אויף כפירה און מינות ד.מ. אז השי"ת זאגט דיר, עס איז טאקע שווער צו תשובה טון אויף כפירה און מינות אבער דו דארפסט און דו קענסט און דו ביסט מחויב צו טון אלעס מעגליך צו תשובה טון אויף דעם (דברי יואל שבת שובה דף רי"ג)

יעדע קלייניגקייט איז היינט ווי מסירות נפש די פאר קליינע זאכן וואס דו וועסט טון השתדלות די עיקר אפהאקן מיט די אלע אויפגעקלערטע און גיין מיט "תמימות" אזוי ווי אברהם אבינו דער גרעסטער פילוסוף אבער מיט עקשנות און תמימות התהלך לפני והיה תמים נישט מיט קיין איין ווארט ליצנות איז ער אנגעקומען,
גיב נישט אויף אפילו נאך מיליאן מאל פרובירן אז דו וועסט טון וועט דיר השי"ת העלפן,

געדענק אפילו ווען איינער האט זיך זיין נשמה אויפגעטוישט מיט א נשמה פון ערב רב אדער מיט א נשמה פון זרע עמלק אבער מיט די כח פון טראכטן אסאך מאל "איך וויל זיין ערליך" "איך גיי פרובירן צו טון וואס השי"ת וויל" "איך גיי פרובירן צו האבן ריינע אמונה אין חז"ל און נבואה", די מחשבות פון תשובה וועלן איבערטוישן די נשמה צו א נשמה קדושה

ליין איבער די בריוו יעדן טאג מיט תמימות אן קיין איין משהו ליצנות אבער די בריוו זאלסטו נישט פארפאסן צו ליינען קיין איין טאג ביז דו וועסט חתונה מאכן דיינע קינדער על דרך ישראל סבא
דיין געוועזענע חבר ... און האפט צו זיין נאכאמאל דיין חבר נאכן זיך אויסרייניגן
עצה טובה קמ"ל פאר צו רבי ר' אלימלך זי"ע כ"א אדר וויין דיך אויס פאר השי"ת עס קען דיר אסאך העלפן
לעצט פאראכטן דורך abest אום מיטוואך ינואר 07, 2015 9:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מיטוואך ינואר 07, 2015 9:40 pm

אנבעליוועבעל!
שכח פארן מזכה זיין דעים עולם

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5222
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 07, 2015 9:47 pm

אן אומבאשרייבליכער מוסר השכל וואס א גוט ווארט קען אמאל אויפטוהן. זאל אונז השי"ת אלעמאל פירן אויפן ריכטיגן וועג
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך ינואר 07, 2015 9:54 pm

א מורדיגע מוסר השכל אין לך דבר העומד, און מען קען ארויסקריכען ב"ה,


מן הטובות אשר היטיב השם יתברך עם ברואיו, כי הכין להם הדרך לעלות מתוך פחת מעשיהם ולנוס מפח פשעיהם, לחשוך נפשם מני שחת ולהשיב מעליהם אפו, ולמדם והזהירם לשוב אליו כי יחטאו לו, לרוב טובו וישרו כי הוא ידע יצרם.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:אן אומבאשרייבליכער מוסר השכל וואס א גוט ווארט קען אמאל אויפטוהן. זאל אונז השי"ת אלעמאל פירן אויפן ריכטיגן וועג

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 12:23 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:אן אומבאשרייבליכער מוסר השכל וואס א גוט ווארט קען אמאל אויפטוהן. זאל אונז השי"ת אלעמאל פירן אויפן ריכטיגן וועג

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג ינואר 09, 2015 1:48 pm

זייער גוט האט איר געטוען מיט'ן מעתיק זיין דעם בריוו בפני העולם היהודי.

זאל טאקע הקב"ה העלפען שילמדו תועים בינה. און ס'זאל שוין נתמלא ווערען די וועלט מיט מלכות שמים.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

purple knish
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

תגובהדורך purple knish » זונטאג ינואר 11, 2015 10:10 pm

א גרויסן דאנק פארן מעתיק זיין.

ווען איך זעה עס ווען נישט וואלט איך נישט געגלייבט ווי ווייט עס איז די כח פון א גוטן און געטרייען חבר!

זאלן די גוטע כוחות דיר ווייטער באגלייטן.

געדענק... כלל ישראל האט גאר א הערליכע און רייכע היסטאריע פון בעלי תשובה... בלייב א חלק פון זיי..

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 3:28 pm

נו... דיין חבר איז צוריקגעקומען??...
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 7:12 pm

און דער עיקר מוסר השכל ארויסצונעמען איז זיך צו משתדל זיין בכל הכוחות צו נוצן די חכמה וואס דער אויבערשטער האט אונז געשאנקען, און דוקא אויף גוטע זאכן.

די אידישע חכמה איז דאך אזוי גרויס, און דאס איז א זאך וואס איז באקאנט פאר יעדן גוי וואס ווייסט וואס טוהט זיך מיט זיך. זיי אלע ווייסן אז די אידן זענען "די פאלק פון די ביכער". און די אוצרות פון אידישע ספרים איז דאך ריזיג. ווער רעדט נאך צו קענען קונה זיין די חכמה פון די אלע ספרי קודש, דאס איז דאך ממש "עד אין שיעור" אהן קיין שום גוזמאות.

נאר וואס דען, מ'דארף נישט קענען אלע ספרי השקפה און אמונה צו ווערן קלאר אין אידישקייט - קונה זיין אמת'ע חכמה - און וויסן אז ס'איז דא א בורא עולם, ס'איז גענוג נאר זיך ארום צו קוקן און זיך געבן א כאפ אויף, און אנערקענען די אמת'ע מציאות. און די מציאות איז, אז קיין איין איינציגע פראפעסאר אויף די וועלט לייקנט נישט די חכמה און די אויטענטישקייט פון די אידישע ספרים, קיין שום היסטאריקער קען נישט אפלייקענען די מציאות פון כלל ישראל. נאך מעהר ווי דעם. עס איז דא עטליכע ביליאן גוים אויף די וועלט וואס זענען מודה אז די תורה איז אמת, און אז כלל ישראל איז דער אויסדערוועלטע פאלק. (נאר זיי פרובירן צו איינרעדן פאר זייערע מענטשן שקרים וכזבים וואס שטימען נישט מיט די מציאות, און ס'נעמט נישט מעהר ווי דריי מינוט פאר א איינעם מיט אביסל היסטארישע ידיעות און קראנטע פאקטן צו כאפן א שמועס מיט איינעם פון זיי, און זעהן ווי זיי ווערן ממש פארלוירן און צוטומלט, והדברים ידועים).

ס'איז דאך ממש א הארץ ווייטאג ווען מ'זעהט מענטשן וואס מוטשענען זיך ארום מיט בלבולים און מחשבות, און קומען אהן צו פארשידענע פלעצער ווי זיי האפן איינצוקויפן "חכמה". און למעשה ווערן זיי אינגאנצן פארלוירן.
אנשטאטס זיך איינרעדן אז מגייט ווערן קלאהר מיט זיך, און אלע בלבולי הנפש גייען זיך אפשטעלן, דורך דעם וואס מען וועט זיך אנליינען מיט דברי "ח.. - ..." געשריבן דורך מענטשן וואס זענען חכמים בעיניהם און זענען אליינס צומישט. קוק דעם אמת אין פנים אריין, און זוך אויף די ריכטיגע וועג צו קענען אנקומען צו אמת'ע חכמה, און אזוי זיך איינקויפן מנוחת הנפש רואיגקייט און צופרידנקייט, און א גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות.

ס'איז דא אסאך וואס צו שרייבן אויף דעם ולא נגעתי רק באפס קצהו, שלא יתקיים בנו כיון דאידחי אידחי.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 8:28 pm

משה כהן האט געשריבן:נו... דיין חבר איז צוריקגעקומען??...


די שאלה איז צו טעכניש גערעדט קען אזא בריוו ארבעטן אויף א מענטש, עס דערמאנט נישט גארנישט איבער מענטעל דיסארדער
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

ע.ב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 26, 2017 11:40 am

תגובהדורך ע.ב » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 9:05 pm

Wow

שבתי בוים
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 10:34 pm

מיט וואס גענוי קערט אזא בריוו צוריק די אמונה?

ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

תגובהדורך ישתבח שמו לעד » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 11:23 pm

שיחות הר״ן סי רכב

שמעתי בשמו שדבר עם איש אחד שהיה לו בלבולי אמונה. וחזק אותו רבנו זכרונו לברכה ואמר לו שאיתא שכל התהוות מעשה בראשית היה רק בשביל מה שצפה השם יתברך שיהיו אנשים שיהיה להם יסורים בענין האמונה הקדושה מחמת הבלבולים והכפירות העולים על מחשבתם רחמנא לצלן, והם יתגברו כנגד אלו המחשבות ויתחזקו באמונה. ורק בשביל זה ברא השם יתברך את כל מעשה בראשית. ועל ידי דבורים אלו נתחזק זה האיש מאד תמיד בכל עת שבאו עליו בלבולים הנ"ל. וכן מבאר בדברי רבנו זכרונו לברכה כמה פעמים שעקר הבריאה היה בזכות האמונה, כמו שכתוב : וכל מעשהו באמונה:

ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

תגובהדורך ישתבח שמו לעד » דאנארשטאג מארטש 15, 2018 11:27 pm

מכתב ממוהרא״ש מברסלב

בעזה"י יום ב' לסדר במדבר כ"ט אייר ה'תשע"ב

שלום וברכה אל משה נ"י

לנכון קבלתי את מכתבך.

הנה מוהרנ"ת ז"ל כתב (שיחות הר"ן סימן רכ"ב) שמעתי בשמו שדיבר עם איש אחד שהיה לו בלבולי אמונה. וחיזק אותו רביז"ל ואמר לו שאיתא שכל התהוות מעשה בראשית, היה רק בשביל מה שצפה השם יתברך שיהיו אנשים שיהיה להם יסורים בעניין האמונה הקדושה, מחמת הבלבולים והכפירות העולים על מחשבתם רחמנא ליצלן, והם יתגברו כנגד אלו המחשבות ויתחזקו באמונה, ורק בשביל זה ברא השם יתברך את כל מעשה בראשית. ועל ידי דיבורים אלו נתחזק זה האיש מאד תמיד, בכל עת שבאו עליו בלבולים בעניני אמונה וכו', עיין שם.

הרי שלך לפניך שיש עוד הרבה שמבלבל להם עניני אמונה וכו', אך אתה צריך לזכור מה שאמר רביז"ל (שיחות הר"ן סימן ל"ב) דע כי יש עבירות שהם מכניסים כפירות באדם. ויש שבאים עליהם מחשבות על האמונה מחמת שלא נולדו בקדושה כראוי. ויש שהוסיפו על זה מעשיהם הרעים שעשו בעצמם, כי יש עבירות שהם מזיקים ופוגמים את האמונה הקדושה. ולזה צריכין בושה ולב נשבר, שמי שיש לו חקירות ומחשבות אלו חס ושלום ראוי לו להתבייש מאד על אשר נולד בגשמיות כזה או שעשה מעשים כאלו שבא לזה שיבואו לו מחשבות כנגד אמונתנו הקדושה "וכבוד הוי"ה מלא את כל הארץ" (במדבר י"ד כ"א) כי "מלא כל הארץ כבודו" (ישעיה ו' ג'), ועליו באים מחשבות חס ושלום לגרשו ולעקרו חס ושלום מאלקים חיים, אשר הוא חי החיים יתברך ויתעלה שמו. ואין צריך לבאר גודל הבושה שראוי שיהיה לו כשבאים עליו מחשבות כאלו חס ושלום. ועל ידי בושה ולב נשבר על ידי זה מגרש ומשבר החקירות והמחשבות.

ובאמת אמונה הוא ענין חזק מאד וחייו חזקים מאד על ידי אמונה. כי כשיש לו אמונה אפילו כשבאים עליו יסורים חס ושלום אזי יוכל לנחם עצמו ולהחיות את עצמו, כי השם יתברך ירחם עליו וייטיב אחריתו. והיסורים הם לו לטובה ולכפרה, ובסוף ייטיב לו השם יתברך בעולם הזה או בעולם הבא. אבל מחקר שחוקר חקירות וכו', ושואל שאלות ואין לו אמונה, כשבא עליו איזה צרה אין לו למי לפנות ואין לו במה להחיות את עצמו ולנחם את עצמו, והמשכיל יבין דברים אלו מאליו ויבין דבר מתוך דבר, כי אי אפשר לבאר הכל בכתב.

והכלל שעיקר הוא האמונה בלי שום חקירות כלל, ובזה יהיה חזק לעולם, בעולם הזה ובעולם הבא, ולעולם לא ימוט אשרי לו. גם זאת צריך לדעת, שיש נשמות כשרות שנולדו בכשרות וגם לא קלקלו מעשיהם שאין באים עליהם כלל מחשבות כאלו, ואפילו כשמדברים בפניהם מעניינים אלו לא איכפת להם כלל ואינו מבלבל דעתם כלל. וזה דומה כמו שמדברים מתאוה הידוע בפני סריס שבודאי אינו מבלבל דעתו כלל, כן אלו האנשים כשרים אינם שומעים כלל ואינו נכנס באזניהם כלל עניני חקירות ובלבולים.

והנה רביז"ל אמר (ליקוטי מוהר"ן חלק ב' סימן מ"ד) האמונה תולה בפה של אדם, כמו שכתוב (תהלים פ"ט) "אודיע אמונתך בפי". היינו על ידי שמדברין האמונה בפה, זהו בעצמו אמונה, וגם על ידי זה באים לאמונה. ומחמת זה צריך להזהר מאד מדיבורים של כפירה ואפיקורסות, אף על פי שאינו אומרם מלבו; היינו שהוא בעצמו מאמין ואינו כופר, חס ושלום, רק שהוא חוזר ואומר דברי אפיקורסות ששמע בשם אחרים, שהם אפיקורסים, והוא מתלוצץ מהם, אף על פי כן גם מזה צריך להזהר מאד, כי הדיבור הזה של כפירה מזיק לאמונה. גם הוא איסור גמור, כי על השם יתברך ברוך הוא, אסור לומר דברי הלצות, אפילו בדרך שחוק וכו', עיין שם.

הרי שלך לפניך שעיקר האמונה תלוי בפה של אדם, שצריכים תמיד לחזור על האמונה הקדושה, כי הדיבור יש לו כח גדול מאד מאד, ובזה שתמיד מזכיר שם שמים, על ידי זה ממשיך על עצמו אור וזיו וחיות ודביקות באין סוף ברוך הוא, והעיקר להיות רגיל לומר כמה וכמה פעמים ביום את הי"ג עיקרים של הרמב"ם, שזה מאד מסוגל לטהר את המח והמחשבה, ולהגיע לאמונה ברורה ומזוככת, ולכן הרגל את עצמך כל יום לומר כמה וכמה פעמים ביום את העיקרים האלו, וזה יועיל לך מאד מאד לצאת מכל הספיקות והבלבולים שמבלבלים אותך.

והרב הקדוש מצאנז זי"ע בעל "דברי חיים" היה אומרו כמה פעמים ביום בקול רעש גדול, ואיתא מצדיקים שזה מסוגל לפרנסה בניקל, כי מי שיש לו אמונה פשוטה בו יתברך, הקדוש ברוך הוא זן ומפרנס אותו בקלות.

הקדוש ברוך הוא השומע תפילות ישראל ישמע בתפילתי שאני מבקש ומתפלל בעדך תמיד שיהיה לך הצלחה מרובה ובכל אשר תפנה תשכיל ותצליח.
המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים

אוועטאר
טשיפקא
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » פרייטאג מארטש 16, 2018 12:47 am

ידיעות שונות האט געשריבן:און דער עיקר מוסר השכל ארויסצונעמען איז זיך צו משתדל זיין בכל הכוחות צו נוצן די חכמה וואס דער אויבערשטער האט אונז געשאנקען, און דוקא אויף גוטע זאכן.

די אידישע חכמה איז דאך אזוי גרויס, און דאס איז א זאך וואס איז באקאנט פאר יעדן גוי וואס ווייסט וואס טוהט זיך מיט זיך. זיי אלע ווייסן אז די אידן זענען "די פאלק פון די ביכער". און די אוצרות פון אידישע ספרים איז דאך ריזיג. ווער רעדט נאך צו קענען קונה זיין די חכמה פון די אלע ספרי קודש, דאס איז דאך ממש "עד אין שיעור" אהן קיין שום גוזמאות.

נאר וואס דען, מ'דארף נישט קענען אלע ספרי השקפה און אמונה צו ווערן קלאר אין אידישקייט - קונה זיין אמת'ע חכמה - און וויסן אז ס'איז דא א בורא עולם, ס'איז גענוג נאר זיך ארום צו קוקן און זיך געבן א כאפ אויף, און אנערקענען די אמת'ע מציאות. און די מציאות איז, אז קיין איין איינציגע פראפעסאר אויף די וועלט לייקנט נישט די חכמה און די אויטענטישקייט פון די אידישע ספרים, קיין שום היסטאריקער קען נישט אפלייקענען די מציאות פון כלל ישראל. נאך מעהר ווי דעם. עס איז דא עטליכע ביליאן גוים אויף די וועלט וואס זענען מודה אז די תורה איז אמת, און אז כלל ישראל איז דער אויסדערוועלטע פאלק. (נאר זיי פרובירן צו איינרעדן פאר זייערע מענטשן שקרים וכזבים וואס שטימען נישט מיט די מציאות, און ס'נעמט נישט מעהר ווי דריי מינוט פאר א איינעם מיט אביסל היסטארישע ידיעות און קראנטע פאקטן צו כאפן א שמועס מיט איינעם פון זיי, און זעהן ווי זיי ווערן ממש פארלוירן און צוטומלט, והדברים ידועים).

ס'איז דאך ממש א הארץ ווייטאג ווען מ'זעהט מענטשן וואס מוטשענען זיך ארום מיט בלבולים און מחשבות, און קומען אהן צו פארשידענע פלעצער ווי זיי האפן איינצוקויפן "חכמה". און למעשה ווערן זיי אינגאנצן פארלוירן.
אנשטאטס זיך איינרעדן אז מגייט ווערן קלאהר מיט זיך, און אלע בלבולי הנפש גייען זיך אפשטעלן, דורך דעם וואס מען וועט זיך אנליינען מיט דברי "ח.. - ..." געשריבן דורך מענטשן וואס זענען חכמים בעיניהם און זענען אליינס צומישט. קוק דעם אמת אין פנים אריין, און זוך אויף די ריכטיגע וועג צו קענען אנקומען צו אמת'ע חכמה, און אזוי זיך איינקויפן מנוחת הנפש רואיגקייט און צופרידנקייט, און א גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות.

ס'איז דא אסאך וואס צו שרייבן אויף דעם ולא נגעתי רק באפס קצהו, שלא יתקיים בנו כיון דאידחי אידחי.

הרב ידיעות שונות, זאלסט אודאי נישט ברוגז זיין אויף וואס איך גיי דיר שרייבן, כי כמוך כפרעה, (דרך צחות)
פון דיינע ווערטער קוקט אויס, אז די ביזט די זעלבע מבולבל ווי דער וואס האט באקומען דעם בריוו,
נאכאמאל, ביטע זיי נישט ברוגז,
פון ווי ווייס איך? ווייל איך האב געלערנט אינעם זעלבן חדר ווי די, און איך האב צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אויך געהאט די אלע בלבולים, און איך האב געצאלט דערפאר פולע פרייז, פאר קיין שום איד געדאכט,
וואס יא? אז דווקא דעמאלטס ווען איך האב געהאט די אלע ספיקות, האב איך גערעדט פונקט ווי דיר, און זיך ארומגעדרייט כאילו ביי מיר איז אלעס מסודר, אדרבא, איך בין גאר געווען דער תרצן, דער ידען, און איך האב גענוצט דעם זעלבן מעטהאד ווי די, יענעם און מיר צו פארענטפערן,

פארוואס נעם איך דעם פילן קאנטראווערסיע צו שרייבן אזוי ווילד? ווייל איך וויל, אז יעדער וואס ליינט די שורות זאל וויסן אז עס איז אויף אלעם דא א לעזונג, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, -מבשרי אחזה,
און איך וויל נישט אריינגיין אין קיינע דעטאלן, ווייל ארוכה מארץ מידה, און עס איז זייער הייקל,
און נאכאמאל, ביטע זיי נישט ברוגז אויף מיר, און עס קען זיין אז איך האב דיר נישט גוט אפגעשאצט, דאך האב איך גענומען דעם ריזיקע צו שרייבן, צוליבן אנגעגעבענע סיבה.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג מארטש 16, 2018 2:41 am

טשיפקא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:

הרב ידיעות שונות, זאלסט אודאי נישט ברוגז זיין אויף וואס איך גיי דיר שרייבן, כי כמוך כפרעה, (דרך צחות)
פון דיינע ווערטער קוקט אויס, אז די ביזט די זעלבע מבולבל ווי דער וואס האט באקומען דעם בריוו,
נאכאמאל, ביטע זיי נישט ברוגז,
פון ווי ווייס איך? ווייל איך האב געלערנט אינעם זעלבן חדר ווי די, און איך האב צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אויך געהאט די אלע בלבולים, און איך האב געצאלט דערפאר פולע פרייז, פאר קיין שום איד געדאכט,
וואס יא? אז דווקא דעמאלטס ווען איך האב געהאט די אלע ספיקות, האב איך גערעדט פונקט ווי דיר, און זיך ארומגעדרייט כאילו ביי מיר איז אלעס מסודר, אדרבא, איך בין גאר געווען דער תרצן, דער ידען, און איך האב גענוצט דעם זעלבן מעטהאד ווי די, יענעם און מיר צו פארענטפערן,

פארוואס נעם איך דעם פילן קאנטראווערסיע צו שרייבן אזוי ווילד? ווייל איך וויל, אז יעדער וואס ליינט די שורות זאל וויסן אז עס איז אויף אלעם דא א לעזונג, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, -מבשרי אחזה,
און איך וויל נישט אריינגיין אין קיינע דעטאלן, ווייל ארוכה מארץ מידה, און עס איז זייער הייקל,
און נאכאמאל, ביטע זיי נישט ברוגז אויף מיר, און עס קען זיין אז איך האב דיר נישט גוט אפגעשאצט, דאך האב איך גענומען דעם ריזיקע צו שרייבן, צוליבן אנגעגעבענע סיבה.


טשיפקא - איך קען מיך נישט דערמאנען דיין ערשטע נאמען - אה! מסתם ביסטו געווען א כתה עלטער :P

ערנסט גערעדט - איך האב מיך באצויגן אויף דעם בריוו, און איך האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט אין פלעין אידיש. ס'קען זיין מ'האט מיר נישט גוט פארשטאנען.

דער בריוו איז אזוי צו זאגן געשיקט געווארן צו א אינגערמאן וואס עס האט איהם געצויגן צו חכמה און וויסנשאפט, און צוביסלעך איז ער געווארן אויפגעקלערט, און ער איז געווארן אינגאנצן איבערגענומען מיט דעות זרות און אפיקורסות.
דער עולם דא האט זיך באצויגן צו די געוואלדיגע חיזוק אינעם בריוו, און די גרויסע כח און געוואונטשענע רעזולטאטן וואס אזא בריוו פון א גוטן חבר קען אויפטוהן.

האב איך צוגעלייגט א זייטיגע נקודה, אז ווער ס'זוכט חכמה, זאל מתחלה וויסן אז חכמה און וויסנשאפט ליגט ביי כלל ישראל, און אויב מען וויל קונה זיין חכמה, איז אין דער אידישער 'סעלעקשאן' דא גענוג און נאך ידיעות - קלוגשאפט - און פארשטאנד, די והותר צו קענען ווערן פון די גרויסע חכמי הדור, כאטש נאך אזוי גרויס ווי די גרויסע פראפעסאר'ס. (און אין איינוועגס איז גוט צו וויסן אז אפילו אויב מען זאל לעבן מתושלח'ס יארן איז מן הסתם נישט דא גענוג צייט צו קענען אניאגן צו אלעס). אז מען וועט איינזען אז ביי אונז ליגט דאס חכמה און מען וועט נישט גיין זוכן חכמת חיצונית, וועט מען נישט דארפן אנקומען צו דעם, בבחינת שוב יום אחד קודם.

פארשטייט זיך אז עס זאגט זיך גרינג און מען דארף האבן שימוש וויאזוי זיך צו אריינלייגן אין דעם. אבער עכ"פ אז מען ווייסט אז די אלע וואס רעדן ווי כאילו זיי ווייסן אלעס, קענען אפילו נישט די מספר פון וויפיל ספרים עס איז דא, און אוודאי נישט וואו די תירוצים אויף זייערע קשיות זענען, העלפט עס צו אז מען זאל פארשטיין אז יש מנהיג לבירה אפילו איך פארשטיי נישט אלעס.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג מארטש 16, 2018 6:15 am

טשיפקא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:און דער עיקר מוסר השכל ארויסצונעמען איז זיך צו משתדל זיין בכל הכוחות צו נוצן די חכמה וואס דער אויבערשטער האט אונז געשאנקען, און דוקא אויף גוטע זאכן.

די אידישע חכמה איז דאך אזוי גרויס, און דאס איז א זאך וואס איז באקאנט פאר יעדן גוי וואס ווייסט וואס טוהט זיך מיט זיך. זיי אלע ווייסן אז די אידן זענען "די פאלק פון די ביכער". און די אוצרות פון אידישע ספרים איז דאך ריזיג. ווער רעדט נאך צו קענען קונה זיין די חכמה פון די אלע ספרי קודש, דאס איז דאך ממש "עד אין שיעור" אהן קיין שום גוזמאות.

נאר וואס דען, מ'דארף נישט קענען אלע ספרי השקפה און אמונה צו ווערן קלאר אין אידישקייט - קונה זיין אמת'ע חכמה - און וויסן אז ס'איז דא א בורא עולם, ס'איז גענוג נאר זיך ארום צו קוקן און זיך געבן א כאפ אויף, און אנערקענען די אמת'ע מציאות. און די מציאות איז, אז קיין איין איינציגע פראפעסאר אויף די וועלט לייקנט נישט די חכמה און די אויטענטישקייט פון די אידישע ספרים, קיין שום היסטאריקער קען נישט אפלייקענען די מציאות פון כלל ישראל. נאך מעהר ווי דעם. עס איז דא עטליכע ביליאן גוים אויף די וועלט וואס זענען מודה אז די תורה איז אמת, און אז כלל ישראל איז דער אויסדערוועלטע פאלק. (נאר זיי פרובירן צו איינרעדן פאר זייערע מענטשן שקרים וכזבים וואס שטימען נישט מיט די מציאות, און ס'נעמט נישט מעהר ווי דריי מינוט פאר א איינעם מיט אביסל היסטארישע ידיעות און קראנטע פאקטן צו כאפן א שמועס מיט איינעם פון זיי, און זעהן ווי זיי ווערן ממש פארלוירן און צוטומלט, והדברים ידועים).

ס'איז דאך ממש א הארץ ווייטאג ווען מ'זעהט מענטשן וואס מוטשענען זיך ארום מיט בלבולים און מחשבות, און קומען אהן צו פארשידענע פלעצער ווי זיי האפן איינצוקויפן "חכמה". און למעשה ווערן זיי אינגאנצן פארלוירן.
אנשטאטס זיך איינרעדן אז מגייט ווערן קלאהר מיט זיך, און אלע בלבולי הנפש גייען זיך אפשטעלן, דורך דעם וואס מען וועט זיך אנליינען מיט דברי "ח.. - ..." געשריבן דורך מענטשן וואס זענען חכמים בעיניהם און זענען אליינס צומישט. קוק דעם אמת אין פנים אריין, און זוך אויף די ריכטיגע וועג צו קענען אנקומען צו אמת'ע חכמה, און אזוי זיך איינקויפן מנוחת הנפש רואיגקייט און צופרידנקייט, און א גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות.

ס'איז דא אסאך וואס צו שרייבן אויף דעם ולא נגעתי רק באפס קצהו, שלא יתקיים בנו כיון דאידחי אידחי.

הרב ידיעות שונות, זאלסט אודאי נישט ברוגז זיין אויף וואס איך גיי דיר שרייבן, כי כמוך כפרעה, (דרך צחות)
פון דיינע ווערטער קוקט אויס, אז די ביזט די זעלבע מבולבל ווי דער וואס האט באקומען דעם בריוו,
נאכאמאל, ביטע זיי נישט ברוגז,
פון ווי ווייס איך? ווייל איך האב געלערנט אינעם זעלבן חדר ווי די, און איך האב צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אויך געהאט די אלע בלבולים, און איך האב געצאלט דערפאר פולע פרייז, פאר קיין שום איד געדאכט,
וואס יא? אז דווקא דעמאלטס ווען איך האב געהאט די אלע ספיקות, האב איך גערעדט פונקט ווי דיר, און זיך ארומגעדרייט כאילו ביי מיר איז אלעס מסודר, אדרבא, איך בין גאר געווען דער תרצן, דער ידען, און איך האב גענוצט דעם זעלבן מעטהאד ווי די, יענעם און מיר צו פארענטפערן,

פארוואס נעם איך דעם פילן קאנטראווערסיע צו שרייבן אזוי ווילד? ווייל איך וויל, אז יעדער וואס ליינט די שורות זאל וויסן אז עס איז אויף אלעם דא א לעזונג, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, -מבשרי אחזה,
און איך וויל נישט אריינגיין אין קיינע דעטאלן, ווייל ארוכה מארץ מידה, און עס איז זייער הייקל,
און נאכאמאל, ביטע זיי נישט ברוגז אויף מיר, און עס קען זיין אז איך האב דיר נישט גוט אפגעשאצט, דאך האב איך גענומען דעם ריזיקע צו שרייבן, צוליבן אנגעגעבענע סיבה.

טשיפקא איך בין שוין א אלטע בעל חוב שוין אמאל צוגעזאגט צו שרייבן ווען עס ווערט נאכט, יעצט איז שוין באלד טאג וועל איך נישט מאריך זיין
לא הרי זה כהרי זה
דיין טעות איז דעי כי כמוך כפרעה אין דיין רייזע וואלסטו שוין לכאורה אויפגעפאסט אז עס איז דא אלע סארטן מענטשן נישט יעדע זאך וואס וועט דיר נישט ניצן, ניצט נישט א צווייטען, און נישט יעדע זאך וואס וועט די יא ניצן, וועט ניצן א צווייטען,
און אז איינער זאגט עפעס וואס די האסט געזאגט אין דיין שווערע טעג מיינט נישט אז ער איז אין די זעלבע מצב אין זאגט עס פאר די זעלבע סיבה

אמונה ופשטה
צו די טענה'ריי
מען קען נישט פארשטיין על בוריה אמונה יהדות אין מען קען נישט פארענפערן קשיות אן קענען ספרי חסידות -השקפה אין אן חכמה וועט עס נישט גיין מען קען נישט ענפערן מח מיט הארטץ

אבער מען דארף "נישט" פארשטיין אמונה ויהדות צו האבן אמונה אין צו זיין א יוד, ווייל אמונה איז א מציאות א פאקט איינגעבאקען אין א אידישער נפש, א מציאות דארף מען נישט מסביר זיין, אין א מציאות ווערט נישט שטערקער פין א תירוץ אדער שוואכער פין א קשיא, דעי געדאנק קענסטו טרעפן אין יעדע אידיש ספר ווי קוקסט נאר, דאס איז טיישט א איד האט א נשמה א חלק אלהו ממעל, אז א מענטש האט אין זיך א חלק אלוקי איז דאך דאס זיין מציאות, פונקט ווי זיין גוף איז זיין מציאות, אמאל ווערט די נשמה פאלעזירט אין דער מענטש שפירט נישט זיין מציאות זיין נשמה, אזוי ווי א מענטש וואס ווערט פאלעזירט שפירט נישט אמאל איברים,

נשמה בריאה
אז א איד ווערט געבוירן צו ערליכע עלטערן, אין נתחנך ערליך, אין פירט זיך ערליך, איז זיין נשמה געזונט איז זיין אמונה שטארק, פונקט אזוי שטארק ווי איך ווייס איז איך האב א פינגער, אין אז קשיא "דרוק" אין אין איז גורם א ספק מיינט אז ער שפירט נישט זיין נשמה, עס איז פאלעזירט, למשל מיין פינגער אפי' איך זאל האבן גאר א שטארקע ביילאגישע קשיא קעגן די מציאות פין מיין פינגער, באדערט מיר נישט די קשיא, אויב די קשיא באדערט מיינט איך שפיר נישט מיין פינגער, אמת אז איך וועל שטארק ליב האבן די ביילאגיע וועל איך זוכן די תירוץ, פשוט אלטץ מיין ליבשאפט צו ביילאגיע נישט ווייל איך האב א ספק

אבער אויב ח"ו איך בין פאלעזירט אין בלינד איך פיל נישט אין זעה נישט מיין פינגער וועט א ביילאגישע קשיא טוט מיר ממש איבעצייגען אז איך האב נישט קיין פינגער אין א גוטע תירוץ וועט מיר אויפווייזען און בארואיגען אז איך האב יא

ידיעת הבורא
אוודאי א איד וואס האט ליב די בורא אין האט א מח אויפן פלייצע וועט וועלן פארשטיין וואס איז דאס זיין נשמה וואס איז דאס זאך פין חלק אלוקי ממעל, אין וואס איז דאס אלוקי ממעל, נישט וויל ער האט א ספק פשוט ווייל ער האט ליב אלוקית, אין ער וועט זיך אריין לייגן וועט ער ווערן מער אין מער דערהויבן ער וועט מער פארשטיין די חשיבות פין זיין נשמה, אין ער וועט שטייגן אין עבדות השם

דע מה, שתשיב
אבער אז איינער פילט נישט זיין פינגער וועט אים די תירוץ סך הכל העלפן אז ער זאל וויסן אז ער האט יא א פינגער, אין אז ער וועט וויסן וועט ער עס האפענטלעך היילן, אין אז ער וועט עס היילן וועט ער צירוק אנהייבן שפירן, ווייל ווילאנג משום זיינע קשיות האלט ער אז ער האט נישט קיין פינגער וועט ער זיך דאך נישט היילן, די תירוץ וועט אים אבער נישט היילן די פינגער אין אז ער וועט זיך נישט היילן וועט ער מיטן גוטן תירוץ אינאיינעם בלייבן מיט א פאלעזירטע פינגער

אויב אבער ער וועט היילן זיין האנט אפי' ער שפירט נישט, נאר פשוט ווייל זיין טאטע זאגט אין אז ער האט א האנט אין מען דארף עס היילן וועט ער ווערן די זעלבע אין אפי' נאך שנעלער אויסגעהיילט ווייל ער וועט נישט ווארטן אויף א ראיה אז ער האט א האנט, נאר גראד היילן

ראשון הוא ,חשבון עוונות,
תמצית היוצא פראבלעמען אין אמונה , איך רעדט פין פראבלעמען אין אמונה נישט קשיות, קשיות אליינס איז נישט קיין פראבלעמען אין אמונה, איך רעדט דירעקט פין ספיקות
וואס אסאך מאל איז ספיקות פשט פין מח די קשיות באדערן אין מאכן ספיקות אין אמאל איז עס די געפיל די הארטץ זאגט מאן יאמר נישט ווייל מען האט א קשיא, (ווענט זיך ווער, דאס איז שוין א נאטור דער וואס זוכט תירוצים איז עס קשיות אין דער וואס זיכט א גוט ווארט א שאקל אויף א מיילעך בידערמאן איז עס געפיל, אין דער מח נאטור זעט נוצען געפיל רעגט ער זיך, וכן להיפוך ) פראבלעמען קומט, נאר אין ווען די נשמה איז פאלעזירט דער גוף שפירט עס נישט, די אמת'ע עצה איז היילן די נשמה

עפי"ר היימישע אידן איז די נשמה נישט אינגאנצען פארלעזירט עפעס שפירט מען עס נאך, אין אין נארמאלע פעלער איז דא נאר אביסל ספיקות נים ולו נים אין מען פארשטייט אליין אז פשוט היילן מיט תשובה ותיקון המעשים, אז מען איז יא אינגאנצען פארשלאפן קען א איבערצייגונג אז ר' איד די האסט א נשמה מאכן די מענטש זיך היילן, אין ווי שוין געשריבן אויבן איז די בעל הרגש וועט זיך איבערצייגן אין אויפוועקן פין גוטע משפעים צו פין פין ברסלב וכ', די בעל מח פין שטארקע תירוצים אין הסברים אין אמונה אין בעלי השקפה

אבער דאס קען דיר כמעט יעדער מודה זיין, יעדער האטדאך עליות וירידת אז ווען מען פירט זיך ערליך אין הייליג איז די אמונה שטערקער אין ח"ו אז נישט איז פארקערט

אמת אתה הוא ראשון
וואס איך שרייב דא איז באמת פשוטער ווי פשוט ווי די וועסט נאר קוקן וועסטו זעהן דעי יסודות, איך ווייס עס קען אויסקוקן יאנטשי א משל מיט א פינגער, פאלעזירט, נשמה קראנק, היילן, ווואלסט בעסער ליב געהאט איך זאל רעדן טבע הטוב להיטוב , די איינציגסטע אמונה ווי מיליאנען האבן עס מיטגעהאלטן וכו' עס איז מער פענטצי, באט וואס זאך איך טוען אז דאס איז די אמתער הסבר דא אין דעי משל איז מיר יעצט איינגעפאלן, נעקסט טיים וועל איך טרייען נישט צו שרייבן פינגער נאר זוכן עפעס א פעסטע ווארט פאר א פינגער

וואס איך שרייב קען מען אפענפערן מיט איין סענטינס ווי אין די עבר, איך זעה ביזט א בעל הרגש אטאמאטיש האב איך גארנישט געזאגט ווייל לגבי די גרויסע בעלי מוחות איז נישט נוגע הרגש זענען דאך קאלטע קעפ ווערן נישט איבער גענומען, וואלט איך דיר געוואלט זאגן פאראויס, אז אין בעלי מוחות איז אויך דא צוויי סארטן איינער איז טאקע א בעל מח אבער האט א הרגש צו דעם אז ער איז א בעל מח, אין די הרגש לאזט נישט אלטץ צו קומען צום אמת, ווייל אויב איז די אמת צו פשוט אין נישט גענוג מח'דיג, וועט די הרגש עס אפווארפן, וויילעס פאסט נישט פאר אזא בעל מח, אבער א ריכטיגע בעל מח וועט אויף דעי הרגש אויך זיין מח שליט אין לאזן די אמת שטיין,

לעצט פאראכטן דורך פרידן אום זונטאג מארטש 18, 2018 1:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » פרייטאג מארטש 16, 2018 12:19 pm

לויטן חשבון האט די אויבנדערמאנטע בריוו בפשטות נישט געהאט קיין שום השפעה אויף יענעם נפש. אדרבה עס האט מן הסתם געגעבן יענעם א שטופ ווייטער אנצוגיין מיט זיינע שטדורינגען... אבער הכלל, איז דער מציאות פון דעם יעניגן צו וועם דער בריוו איז געשריבן געווארן, נישט קלאר. אשר על כן איז שווער דן צו זיין במה דברים אמורים, און וואס יענעמס מצב איז בכלל און וואס עס האט יענעם געבאדערט וכדומה.
לעצט פאראכטן דורך משה כהן אום זונטאג מארטש 18, 2018 4:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג מארטש 18, 2018 2:31 am

פרידן האט געשריבן:
טשיפקא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:און דער עיקר מוסר השכל ארויסצונעמען איז זיך צו משתדל זיין בכל הכוחות צו נוצן די חכמה וואס דער אויבערשטער האט אונז געשאנקען, און דוקא אויף גוטע זאכן.

די אידישע חכמה איז דאך אזוי גרויס, און דאס איז א זאך וואס איז באקאנט פאר יעדן גוי וואס ווייסט וואס טוהט זיך מיט זיך. זיי אלע ווייסן אז די אידן זענען "די פאלק פון די ביכער". און די אוצרות פון אידישע ספרים איז דאך ריזיג. ווער רעדט נאך צו קענען קונה זיין די חכמה פון די אלע ספרי קודש, דאס איז דאך ממש "עד אין שיעור" אהן קיין שום גוזמאות.

נאר וואס דען, מ'דארף נישט קענען אלע ספרי השקפה און אמונה צו ווערן קלאר אין אידישקייט - קונה זיין אמת'ע חכמה - און וויסן אז ס'איז דא א בורא עולם, ס'איז גענוג נאר זיך ארום צו קוקן און זיך געבן א כאפ אויף, און אנערקענען די אמת'ע מציאות. און די מציאות איז, אז קיין איין איינציגע פראפעסאר אויף די וועלט לייקנט נישט די חכמה און די אויטענטישקייט פון די אידישע ספרים, קיין שום היסטאריקער קען נישט אפלייקענען די מציאות פון כלל ישראל. נאך מעהר ווי דעם. עס איז דא עטליכע ביליאן גוים אויף די וועלט וואס זענען מודה אז די תורה איז אמת, און אז כלל ישראל איז דער אויסדערוועלטע פאלק. (נאר זיי פרובירן צו איינרעדן פאר זייערע מענטשן שקרים וכזבים וואס שטימען נישט מיט די מציאות, און ס'נעמט נישט מעהר ווי דריי מינוט פאר א איינעם מיט אביסל היסטארישע ידיעות און קראנטע פאקטן צו כאפן א שמועס מיט איינעם פון זיי, און זעהן ווי זיי ווערן ממש פארלוירן און צוטומלט, והדברים ידועים).

ס'איז דאך ממש א הארץ ווייטאג ווען מ'זעהט מענטשן וואס מוטשענען זיך ארום מיט בלבולים און מחשבות, און קומען אהן צו פארשידענע פלעצער ווי זיי האפן איינצוקויפן "חכמה". און למעשה ווערן זיי אינגאנצן פארלוירן.
אנשטאטס זיך איינרעדן אז מגייט ווערן קלאהר מיט זיך, און אלע בלבולי הנפש גייען זיך אפשטעלן, דורך דעם וואס מען וועט זיך אנליינען מיט דברי "ח.. - ..." געשריבן דורך מענטשן וואס זענען חכמים בעיניהם און זענען אליינס צומישט. קוק דעם אמת אין פנים אריין, און זוך אויף די ריכטיגע וועג צו קענען אנקומען צו אמת'ע חכמה, און אזוי זיך איינקויפן מנוחת הנפש רואיגקייט און צופרידנקייט, און א גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות.

ס'איז דא אסאך וואס צו שרייבן אויף דעם ולא נגעתי רק באפס קצהו, שלא יתקיים בנו כיון דאידחי אידחי.

הרב ידיעות שונות, זאלסט אודאי נישט ברוגז זיין אויף וואס איך גיי דיר שרייבן, כי כמוך כפרעה, (דרך צחות)
פון דיינע ווערטער קוקט אויס, אז די ביזט די זעלבע מבולבל ווי דער וואס האט באקומען דעם בריוו,
נאכאמאל, ביטע זיי נישט ברוגז,
פון ווי ווייס איך? ווייל איך האב געלערנט אינעם זעלבן חדר ווי די, און איך האב צוליב מאנגל אין אינפארמאציע אויך געהאט די אלע בלבולים, און איך האב געצאלט דערפאר פולע פרייז, פאר קיין שום איד געדאכט,
וואס יא? אז דווקא דעמאלטס ווען איך האב געהאט די אלע ספיקות, האב איך גערעדט פונקט ווי דיר, און זיך ארומגעדרייט כאילו ביי מיר איז אלעס מסודר, אדרבא, איך בין גאר געווען דער תרצן, דער ידען, און איך האב גענוצט דעם זעלבן מעטהאד ווי די, יענעם און מיר צו פארענטפערן,

פארוואס נעם איך דעם פילן קאנטראווערסיע צו שרייבן אזוי ווילד? ווייל איך וויל, אז יעדער וואס ליינט די שורות זאל וויסן אז עס איז אויף אלעם דא א לעזונג, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, -מבשרי אחזה,
און איך וויל נישט אריינגיין אין קיינע דעטאלן, ווייל ארוכה מארץ מידה, און עס איז זייער הייקל,
און נאכאמאל, ביטע זיי נישט ברוגז אויף מיר, און עס קען זיין אז איך האב דיר נישט גוט אפגעשאצט, דאך האב איך גענומען דעם ריזיקע צו שרייבן, צוליבן אנגעגעבענע סיבה.

טשיפקא איך בין שוין א אלטע בעל חוב שוין אמאל צוגעזאגט צו שרייבן ווען עס ווערט נאכט, יעצט איז שוין באלד טאג וועל איך נישט מאריך זיין
לא הרי זה כהרי זה
דיין טעות איז דעי כי כמוך כפרעה אין דיין רייזע וואלסטו שוין לכאורה אויפגעפאסט אז עס איז דא אלע סארטן מענטשן נישט יעדע זאך וואס וועט דיר נישט ניצן, ניצט נישט א צווייטען, און נישט יעדע זאך וואס וועט די יא ניצן, וועט ניצן א צווייטען,
און אז איינער זאגט עפעס וואס די האסט געזאגט אין דיין שווערע טעג מיינט נישט אז ער איז אין די זעלבע מצב אין זאגט עס פאר די זעלבע סיבה

אמונה ופשטה
צו די טענה'ריי
מען קען נישט פארשטיין על בוריה אמונה יהדות אין מען קען נישט פארענפערן קשיות אן קענען ספרי חסידות -השקפה אין אן חכמה וועט עס נישט גיין מען קען נישט ענפערן מח מיט הארטץ

אבער מען דארף "נישט" פארשטיין אמונה ויהדות צו האבן אמונה אין צו זיין א יוד, ווייל אמונה איז א מציאות א פאקט איינגעבאקען אין א אידישער נפש, א מציאות דארף מען נישט מסביר זיין, אין א מציאות ווערט נישט שטערקער פין א תירוץ אדער שוואכער פין א קשיא, דעי געדאנק קענסטו טרעפן אין יעדע אידיש ספר ווי קוקסט נאר, דאס איז טיישט א איד האט א נשמה א חלק אלהו ממעל, אז א מענטש האט אין זיך א חלק אלוקי איז דאך דאס זיין מציאות, פונקט ווי זיין גוף איז זיין מציאות, אמאל ווערט די נשמה פאלעזירט אין דער מענטש שפירט נישט זיין מציאות זיין נשמה, אזוי ווי א מענטש וואס ווערט פאלעזירט שפירט נישט אמאל איברים,

נשמה בריאה
אז א איד ווערט געבוירן צו ערליכע עלטערן, אין נתחנך ערליך, אין פירט זיך ערליך, איז זיין נשמה געזונט איז זיין אמונה שטארק, פונקט אזוי שטארק ווי איך ווייס איז איך האב א פינגער, אין אז קשיא "דרוק" אין אין איז גורם א ספק מיינט אז ער שפירט נישט זיין נשמה, עס איז פאלעזירט, למשל מיין פינגער אפי' איך זאל האבן גאר א שטארקע ביילאגישע קשיא קעגן די מציאות פין מיין פינגער, באדערט מיר נישט די קשיא, אויב די קשיא באדערט מיינט איך שפיר נישט מיין פינגער, אמת אז איך וועל שטארק ליב האבן די ביילאגיע וועל איך זוכן די תירוץ, פשוט אלטץ מיין ליבשאפט צו ביילאגיע נישט ווייל איך האב א ספק

אבער אויב ח"ו איך בין פאלעזירט אין בלינד איך פיל נישט אין זעה נישט מיין פינגער וועט א ביילאגישע קשיא טוט מיר ממש איבעצייגען אז איך האב נישט קיין פינגער אין א גוטע תירוץ וועט מיר אויפווייזען און בארואיגען אז איך האב יא

ידיעת הבורא
אוודאי א איד וואס האט ליב די בורא אין האט א מח אויפן פלייצע וועט וועלן פארשטיין וואס איז דאס זיין נשמה וואס איז דאס זאך פין חלק אלוקי ממעל, אין וואס איז דאס אלוקי ממעל, נישט וויל ער האט א ספק פשוט ווייל ער האט ליב אלוקית, אין ער וועט זיך אריין לייגן וועט ער ווערן מער אין מער דערהויבן ער וועט מער פארשטיין די חשיבות פין זיין נשמה, אין ער וועט שטייגן אין עבדות השם

דע מה, שתשיב
אבער אז איינער פילט נישט זיין פינגער וועט אים די תירוץ סך הכל העלפן אז ער זאל וויסן אז ער האט יא א פינגער, אין אז ער וועט וויסן וועט ער עס האפענטלעך היילן, אין אז ער וועט עס היילן וועט ער צירוק אנהייבן שפירן, ווייל ווילאנג משום זיינע קשיות האלט ער אז ער האט נישט קיין פינגער וועט ער זיך דאך נישט היילן, די תירוץ וועט אים אבער נישט היילן די פינגער אין אז ער וועט זיך נישט היילן וועט ער מיטן גוטן תירוץ אינאיינעם בלייבן מיט א פאלעזירטע פינגער

אויב אבער ער וועט היילן זיין האנט אפי' ער שפירט נישט, נאר פשוט ווייל זיין טאטע זאגט אין אז ער האט א האנט אין מען דארף עס היילן וועט ער ווערן די זעלבע אין אפי' נאך שנעלער אויסגעהיילט ווייל ער וועט נישט ווארטן אויף א ראיה אז ער האט א האנט, נאר גראד היילן

ראשון הוא ,חשבון עוונות,
תמצית היוצא פראבלעמען אין אמונה , איך רעדט פין פראבלעמען אין אמונה נישט קשיות, קשיות אליינס איז נישט קיין פראבלעמען אין אמונה, איך רעדט דירעקט פין ספיקות
וואס אסאך מאל איז ספיקות פשט פין מח די קשיות באדערן אין מאכן ספיקות אין אמאל איז עס די געפיל די הארטץ זאגט מאן יאמר נישט ווייל מען האט א קשיא, (ווענט זיך ווער, דאס איז שוין א נאטור דער וואס זוכט תירוצים איז עס קשיות אין דער וואס זיכט א גוט ווארט א שאקל אויף א מיילעך בידערמאן איז עס געפיל, אין דער מח נאטור זעט נוצען געפיל רעגט ער זיך, וכן להיפוך ) פראבלעמען קומט, נאר אין ווען די נשמה איז פאלעזירט דער גוף שפירט עס נישט, די אמת'ע עצה איז היילן די נשמה

עפי"ר היימישע אידן איז די נשמה נישט אינגאנצען פארלעזירט עפעס שפירט מען עס נאך, אין אין נארמאלע פעלער איז דא נאר אביסל ספיקות נים ולו נים אין מען פארשטייט אליין אז פשוט היילן מיט תשובה ותיקון המעשים, אז מען איז יא אינגאנצען פארשלאפן קען א איבערצייגונג אז ר' איד די האסט א נשמה מאכן די מענטש זיך היילן, אין ווי שוין געשריבן אויבן איז די בעל הרגש וועט זיך איבערצייגן אין אויפוועקן פין גוטע משפעים צו פין פין ברסלב וכ', די בעל מח פין שטארקע תירוצים אין הסברים אין אמונה אין בעלי השקפה

אבער דאס קען דיר כמעט יעדער מודה זיין, יעדער האטדאך עליות וירידת אז ווען מען פירט זיך ערליך אין הייליג איז די אמונה שטערקער אין ח"ו אז נישט איז פארקערט

אמת אתה הוא ראשון
וואס איך שרייב דא איז באמת פשוטער ווי פשוט ווי די וועסט נאר קוקן וועסטו זעהן דעי יסודות, איך ווייס עס קען אויסקוקן יאנטשי א משל מיט א פינגער, פאלעזירט, נשמה קראנק, היילן, ווואלסט בעסער ליב געהאט איך זאל רעדן טבע הטוב להיטוב , די איינציגסטע אמונה ווי מיליאנען האבן עס מיטגעהאלטן וכו' עס איז מער פענטצי, באט וואס זאך איך טוען אז דאס איז די אמתער הסבר דא אין דעי משל איז מיר יעצט איינגעפאלן, נעקסט טיים וועל איך טרייען נישט צו שרייבן פינגער נאר זוכן עפעס א פעסטע ווארט פאר א פינגער

וואס איך שרייב קען מען אפענפערן מיט איין סענטינס ווי אין די עבר, איך זעה ביזט א בעל הרגש אטאמאטיש האב איך גארנישט געזאגט ווייל לגבי די גרויסע בעלי מוחות איז נישט נוגע הרגש זענען דאך קאלטע קעפ ווערן נישט איבער גענומען, וואלט איך דיר געוואלט זאגן פאראויס, אז אין בעלי מוחות איז אויך דא צוויי סארטן איינער איז טאקע א בעל מח אבער האט א הרגש צו דעם אז ער איז א בעל מח, אין די הרגש לאזט נישט אלטץ צו קומען צום אמת, ווייל אויב איז די אמת צו פשוט אין נישט גענוג מח'דיג, וועט די הרגש עס אפווארפן, וויילעס פאסט נישט פאר אזא בעל מח, אבער א ריכטיגע בעל מח וועט אויף דעי הרגש אויך זיין מח שליט אין לאזן די אמת שטיין,


You're deep. Wow, amazingly written

שמש שטיבעל
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 2:45 pm

תגובהדורך שמש שטיבעל » מיטוואך מארטש 21, 2018 12:26 pm

הרב פרידען: טוב מאד! עפעס נישט נארמאל טיעף..... אבער זייער אמת'דיג, איך האב איין הגה: אז אפילו בעל הרגישם וועלען פארשטיין וואס דו זאגסט ווייל עס איז זייער גוט צוקליבען, און לאך לאך, טאקע די משל מיט די פינגער איז זייער גוט צו פארשטיין! אפילו עס איז נישט גענוג פענסי

נאכאמאל, זייער טיעף און זייער אמת, ישר כח


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט