שיעורים בהבנת תורת הנפש

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 10:14 pm

עת לחשוב האט געשריבן:איך וןיל וויסן אויב דאס איז א כלל אז די נישט ריכטיגע וועג האט אייביג צוטון צו זיין אין קאנטראל און פילן סעיף?


בדרך כלל, אבער נישט אלעמאל. עס זענען דא כמה געפילן וואס פילט זיך שרעקעדיג פאר א מענטש. ווי אויך אין די פחד פון נישט זיין אין קאנטראל, איז דא כמה דרגות. עס קען זיין א פחד פון קאנטראל פון די ארומיגע, און עס קען זיין א פחד פון קאנטראל פון זיך אליין.

עת לחשוב האט געשריבן:וואס איך וויל פארשטיין איז אז דאס איז דאך אמת אז א קינד'ס שכל איז גענוג אנטוויקלט און ער נעמט אן זאכן כמות שהוא, פעיס וועליו, אויב מען זאגט אים אז רעדט אסאך וועט ער עס גלייבן און דערנאך וועט די הנחה מיטווואקסן. אדער למשל אויב א קינד קען נישט אזוי גוט און ער מאכט ביי זיך אפ אז ער איז א דורכפאל פארוואס מוז זיין אז עס ליגט אונטער דעם א קאוועראפ, אפשר זעט דאס אזוי אויס פארן קינדס מח? ווען מען רעדט פון א גרויסן מענטש פארשטיי איך אז ער וואלט געדארפט טראכטן מיט שכל אבער ביי קינד מהיכי תיתי?


יעדע קינד לעבט מיט איבערלעבענישן ווי ער דערזעהט זיך אז ער איז אנדערש ווי אנדערע, בפרט פון עלטערע. איך האב שוין דערמאנט אין א פאריגע תגובה א משל. יעדע קינד לערענט מען אויס אז 'דו טארסט נישט אליין אריבערגיין די גאס, ווייל דו ביזט נאך קליין'. האסטו געזעהן איינעם אויפוואקסן אויף דער עלטער און ער גייט נישט אריבער די גאס ווייל מ'האט איהם כסדר געזאגט אז ער איז קליין? איך האפ אז נישט. און די תירוץ אויף דעם איז, ווייל ווען ער ווערט גרעסער, טוישט זיך פון זיך אליין זיין בליק אויף זיך אליין, אז אמאל בין איך געווען קליין און איך האב נישט געמעגט אריבער גיין די גאס אליין, אבער היינט בין איך שוין גרויס, און איך מעג יא ארבער גיין אליין, ווייל איך האב גענוג שכל אכטונג צו געבן אויף מיר אליין. איז פארוואס ווען מען זאגט פאר קינד, דו ביזט א באבע און דו טויגסט נישט, וואקסט ער אזוי אויף? די תירוץ איז, ווייל ער האט עס אנגענעמען אלטס זיין 'עצם מהות', זיין איידענטעטעיט. און די סיבה קען זיין פילפאכיג, צו פון די וועג וויאזוי מען האט עס איהם געזאגט, צו פאר אנדערע סיבות וואס האט באוואויגען דעם קינד אזוי אנצונעמען אז 'דאס בין איך'. די סיבה פארוואס דער קינד האט אנגענומען אז 'דאס בין איך', האט א קוהערינס און א סיבה, ווייל אויב ס'וואלט נישט געווען א סיבה, וואלט ער עס פון זיך אליינס אויסגעוואקסען, פונקט ווי ער וואקסט אויס דאס נישט מעגן אליינס אריבער גיין די גאס. איינער וואס איז שוין צוואנציג יאר, וואלט שוין געמעגט האבן זיין שאצונג אויף זיך אליין, און וויסן ווי ער פאלט דורך און ווי נישט, און נאר גיין צו די פלעצער ווי ער טויג. פארוואס איז ער אנשטאטס דעם מחליט אז 'איך בין א לא-יוצלח?' אויף דעם איז דא גאר א וויכטיגע סיבה. איך האף איך די קומענדיגע שיעורים, אביסל ארויסצוברענגען פארשידענע שווערע געפילן וואס קענען משפיע זיין אויף א מענטש זאל וועלן בלייבן מיט דעם 'זיך' ענדערשער ווי עס אויפגעבן.

און עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען, דו פרעגסט אז א עדאלט וואלט געדארפט מחליט זיין מיט שכל, אבער א קינד מהיכי תיתי? סיי ביים עדאלט און סיי ביים קינד ווערט אלעס געטון אונטערן באוויסטזיין, מ'כאפט נישט אז דאס איז וואס גייט פאר, ביז מען צונעמט עס אויף קליין געלט. דער קינד איז אזוי מחליט נישט כאפענדיג, און אזוי לעבט ער אפ זיין גאנץ לעבן. אבער דאס איז עס.

לסיכום, מחליט זיין אז 'דאס בין איך', איז גורם אז א מענטש זאל זיך נישט טוישן אפילו ווען ער ווערט עלטער. די סיבה פארוואס ער איז אזוי מחליט, האט א סיבה, צו ווייל מחליט זיין אז ער איז עכט נישט וואס מ'האלט אויף איהם, מאכט איהם פילן פארלוירען, ועוד ועוד. דאס איז עפעס וואס איך האב שוין צוגעזען מיט מיינע אויגען, ווי מענטשן זאגן, 'וואס קען איך טון איך בין א צופלויגענע בריה, 'דאס בין איך', און איך ווייס נישט אויב איך קען טוישן פון דאס וואס איך בין?' בשעת אביסל אריינגיין האט זיך גאר געוויזן פאר איהם שווארץ אויף ווייס ווי ער 'וויל' אזוי זיין, און ער 'מיינט' אז דאס איז ער, ער קען גאר זיין עפעס אנדערש, און דעמאלטס געשעט טוישינגען.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 10:40 pm

איבערגעלייענט אפאר מאל.. דאס איז א ׳פיס אוו ארט׳!!! צו קענען ארויסברענגן און אויסשמועסן אזוי געלאסן און קלאר אזעלכע פארפלאנטערטע נפשיות׳דיגע ענינים ווייזט ווי שטארק אדורכגעטוען די ביסט אין דיין מהלך. ב׳קיצור, די קומסט ארויס אלץ א ריל פראפעשינעל!

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 10:54 am

מתבונן דער עולם ווארט שוין אויף נאך

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 3:12 pm

מחר האט געשריבן:די שיעורים זענען מורא'דיג
איך האב נישט געקענט ווארטען מען זאל ברענגען חלק ב' אויף PDF, האב איך עס געמאכט אויף PDF כאטש נישט אזוי PROFESSIONAL, דא האט איר א לינק ביז עס וועט געלייגט ווערן אפיציעל
https://copy.com/DL1rWzIC1avEFRDF


שכוח. הערשט יעצט באמערקט. א גרויסען דאנק
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ז' – פארוואס וויל איך בלייבן מיט מיין ענקזייעטי/פאניק?

תגובהדורך מתבונן » זונטאג ינואר 04, 2015 3:39 pm

שיעור ז' – פארוואס וויל איך בלייבן מיט מיין ענקזייעטי / פאניק / דעפרעסיע וכדו'?

פיר סיבות אנצוהאלטן ענקזייעטי וכדו'

אינעם פאריגען שיעור האבן מיר ארויסגעברענגט א יעדע פראבלעם און סימפטאם וואס א מענטש טרעפט זיך אין דעם, האט א טיפע וויכטיגע משמעות פארן מענטש. ווי שטארק ער וויל פטור ווערן פון דעם, וויל ער – פון א אנדערע חלק אין זיין נפש – עס דווקא אנהאלטן פאר א גאר וויכטיגע סיבה. ווען די סיבה קומט ארויס, קען דער מענטש האבן קלאר פאר זיך זיינע צוויי ברירות, און שוקל זיין מיט ישוב הדעת, וועלעכע פון די צוויי וועגן זענען אמת, וואס דאס וועט עווענטואל צוברענגען דערצו אז דער אלטע וועג פון לעבן זאל מער נישט זיין וויכטיג, און דער פראבלעם ווערט נעלם.

אין דעם שיעור וועלן מיר אביסל ארומרעדן פארשידענע סיבות פארוואס עס זאל זיין וויכטיג אנצוהאלטן ענקזייעטי, פאניק, דעפרעסיע וכדו'. און אין דעם קומענדיגען שיעור האפן מיר אביסל ארומצורעדן פארוואס עס זאל זיין וויכטיג אנצוהאלן נודריגע זעלבסט ווירדע.

עס זענען דא דריי הויפט סיבות אנצוהאלטן ענקזייעטי און דעפרעסיע (פאר ענקזיעטי איז דא אויך א פערדע סיבה).

סיבה א'.
עס טוט אויספירן א דיירעקטע מטרה וואס דער מענטש האלט אן אין לעבן. דאס הייסט, דער מענטש האלט אן א שטארקע וויכטיגע מטרה וואס גייט איהם אין לעבן, און יעצט איז נישט מעגליך דאס אויסצופירן נאר דורך ענקזייעטי און דעפרעסיע. א דוגמא פאר דעם וועט מען אי"ה זעהן אין די מעשה מיט אונזער אלטע חיים מיט זיינע פאניק אטאקעס, וואס מיר וועלן אי"ה צרירוק ארויפברענגען ווייטער אינעם שיעור.

סיבה ב'.
עס פירט נישט אויס קיין דיירעקטע מטרה, אבער עס איז א תוצאה פון א דיירעקטע מטרה וואס מאכט כמעט אוממעגליך אויצומיידען די ענקזייעטי. א דוגמא פאר דעם פון די פיקטיווע מעשה וואס מיר האבן געברענגט אינעם לעצטן שיעור מיטן קינד וואס האט באקומען א גרויסע שטופ צו זיין פערפעקט, און ווען ער האט געזען אז ער איז נישט מצליח האט ער געהאט שלאפלאזע נעכט און אנגעצויגענקייטן. די ענקזייעטי פאר זיך האט נישט קיין מטרה, אבער עס איז נישט מעגליך אויסצומיידען ענקזייעטי ווען ער האט א מטרה צו זיין הונדרעט פראצענט פערפעקט, וואס דער מטרה קומט איהם זייער שווער אויסצופירן אויף הונדרעט פראצענט. די ענקזייעטי איז די שרעק וואס גייט פאסירט אויב די מטרה ווערט נישט אויסגעפירט.

סיבה ג'.
ענקזייעטי און דעפרעסיע וואס האט באמת א ריכטיגע פלאץ פאר זיך, אבער ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין מעגליכקייט עס מסדר צו זיין און עס ארויסברענגען (צו ווייל מען האט איהם כסדר קריטיקירט פאר דעם און איהם אונטערדריקט וכדו'), האט זיך עס יעצט צופיפען און עס וויל פשוט ארויסקומען.

סיבה ד' (ביי ענקזייעטי).
אסאך מאל זענען די פחדים א flashback פון א טראומע. דאס הייסט, בעצם איז נישטא היינט פארן עצם פחד א געהעריגע סיבה, אבער עס 'פילט' זיך אמת'דיג היות עס קומט פון א געוויסע שווערע שרעקעדיגע דורכגאנג אין לעבן וואס האט איהם איבערגעלאזט מיט שווערע צומישטע געפילן, און ס'פילט זיך נאך היינט 'כאילו' ער לעבט דארט אינעם שרעק, אפילו דער שרעק איז שוין לאנג אריבער.

עס איז דא אמאל, וואס עס זענען פארהאן כמה סיבות צוזאמען, און דעמאלט ווערט דער ארבעט סאך מער קאמפלעצירט.

וויאזוי טרעפט מען דעם וויכטיגען סיבה? / געפיל שפראך

איז יעצט צום פונטעל, וויאוזי טרעפט צו דעם 'וויכטיגען זאך'?

די ערשטע זאך וואס מען דארף פארשטיין, אז אזא מין ארבעט קען נישט געטון ווערן מיט סתם שכל. אז איך וועל פרעגן איינעם, 'זאג נאר, וואס גייט פאסירן אז דו וועסט נישט זיין אזוי אנגעצויגען? הא?' פארשטייט זיך אז יענער וועט מיר אנקוקען אראפ פון די לבנה, 'וואס הייסט? ס'גייט זיינאמאחאיע?!' און אויב וועל איך נישט נאכלאזען און פרעגן, 'יא, אבער וואס גייט זיין נישט גוט?' פארשטייט זיך גייען זיך זיינע אויגען ברעמען נאך מער אויפהייבן, 'וואס? נישט גוט, כפארשטיי נישט וואס דו פרעגסט?' אזא שאלה האט נישט קיין שום לאגיק פארן שכל, און קיין תירוץ אויף דעם גייט נישט זיין. שכל פארשטייט איין זאך, יעצט איז נישט באקוועם, און יעצט גייט געשען איין זאך אויב איך גיי פטור ווערן פון מיינע פראבלעמען – אלעס גייט זיין גוט.

די סיבה פארוואס דאס האט נישט קיין שכל'דיגע תירוץ, איז ווייל שכל'דיג מאכט עס טאקע נישט קיין סענס. אבער אונזערע געפילן האבן אנדערע הלכות. געפילן האבן א אייגענע לאגיק פאר זיך, און אויך א אייגענע שפראך פאר זיך.

צו באקומען א מושג וויאזוי עס שפירט זיך ווען מען רעד געפיל שפראך, קען יעדער אויספראבירן פאר זיך א פשוטע עקספערימענט.

דערמאן דיר א צייט ווען דו ביזט געווען היבש אויפגערעגט אויף איינעם. זאג פאר דיר אליינס, 'אוי בין איך געווען אויפגערעגט אויף יענעם! דעמאלטס האט מיר יענער זייער וויי געטון ווער ער האט דאס און דאס געטון'.

יעצט פראביר עפעס אנדערש. רעד מער פון 'דיר' פערזענליך פון וואס 'דו' פילסט. לדוגמא, 'יענקי, איך בין זייער אויפגערעגט אויף דיר, און אפשר נאך סאך מער ווי פלעין אויפגערעגט – איך בין טויט אויפגערעגט אויף דיר! האסט מיר אזוי וויי געטון ווען דו האסט דאס און דאס געטון'. זייער מעגליך אז עס וועט ארופיקומען די בילד פון דער וואס האט דיר אויפגערעגט, אדער קענסטו דיירעקט ארויפברענגען א בילד פון יענעם און איהם עס זאגען אין פנים אריין.

באמערק די חילוק פון וויאזוי ס'פילט זיך ווען דו רעדסט ווי די ערשטע וועג, ווי פון די צווייטע וועג. אין די ערשטע וועג קען מען נאך פילן ווי אן עדאלט וואס רעד פון א אומבאקוועמע מצב, אבער אין די צווייטע וועג רעד מען ווי א קינד, און די געפילן פילן זיך אסאך טיפער אין די ביינער. מ'רעד וואס 'איך' פיל, נישט וואס 'מ'-פילט.

דער צווייטער וועג איז די געפיל שפראך, וואס פילט 'היינט' די צער כמעט די זעלבע וויאזוי ער האט עס געפילט פאר צען יאר צירוק, ווייל געפיל ווייזט נישט די חילוק פון קיין צייט. נעכטן איז היינט, און היינט איז נעכטען. וואס האט פאסירט פאר צען יאר צירוק, 'מיינט' ער אז עס פאסירט נאך 'יעצט'. משא"כ דער ערשטער וועג איז מער שכל, וואס ווייסט א חילוק פון צייט, און ער פארשטייט אז אמאל איז אמאל און היינט איז היינט, און ער ווערט נישט אזוי שטארק איבערגענומען פון אמאליגע איבערלעבענישן.

ווען איינער דערזעהט זיך אין א פראבלעם, מיינט דאס אז ער 'לעבט' מיט און ער איידענטעפעצירט זיך מיט די געפילן וועלט, און דערפאר שפירט זיך די פאניק און די ענזייעטי אזוי שטארק, ווייל די געפילן שפילן עפעס אפ וואס פילט זיך פאר די געפילן פאר זייער וויכטיג, אן דעם וואס די שכל זאל האבן דא א ווארט בכלל. ווען די געפיל זאגט ארויס וואס ער וויל, קען נאכדעם די שכל איבערנעמען און שוקל זיין אויב די געפיל האט וואס מורא צו האבן אדער נישט. אבער כדאי צו פארשטיין די געפיל, מוז מען זיך קודם אריין לייגען אין זיין וועלט, און טראכטן די לאגיק וואס ער טראכט.

וואס איז דער פראבלעם / סימפטאם?

איינמאל מען פארשטייט אז מען דארף רעדן צום געפיהל, קען מען גיין ווייטער און צוטרעפן צום עצם מציאות פונעם פראבלעם – צו וויסן וואס איז דער פונקטליכער פראבלעם מיט וואס מ'הייבט דא אן. און כדי דאס צו פארשטיין, דארף מען וויסן פונקטליך וועלכע מחשבות, געפילן, און בעיקר מעשים, פראדעצירן דעם סימפטאם.

לדוגמא, איינער וואס קומט מיט אן ענקזייעטי פראבלעם, ברויך מען קודם וויסן פונקטליך ווי דאס פאסירט? אין וועלכע פלעצער? מיט וועלכע מענטשן? וואס זענען די געפילן דעמאלטס? וועלעכע מחשבות לויפן דורכ'ן קאפ? איינמאל מען האט דאס ארויס, קען מען זיך נעמען זעהן וואס גייט זיין אומבאקוועם אן דעם.

די עצם זאך צו וויסן די אנדערע חלק וואס ווייסט אז ס'איז וויכטיג אהצוהאלטן דעם ענקזייעטי, איז בדרך כלל אונטער די נאז, און מ'קען דאס זייער גרינג טרעפן. עס איז נישט עפעס וואס מ'דארף זיכען עפעס פון אונטער דער ערד, און ס'איז גאנץ אפען. אבער וואס דער פראבלעם איז אין אנפאנג, דאס קען שוין זיין א שטיקל עבודה צו דערטאפען וואס דאס איז פונקטליך, און דאס קען אמאל נעמען אביסל צייט.

צירוק צו חיים'ס פאניק אטאקעס – 'אויב איך לייד פון פאניק, וועט מיר דער באשעפער היטן פון פראבלעמען!'

לאמיר נעמען א ביישפיל פון אונזער אלטע פריינד חיים מיטן פאניק אטאקע. חיים האט זיך געכאפט א האלבע יאר נאכן זיין אין א נייעם זשאב, ווי ער לייד פון פאניק ווען ער דערזעט זיך 'פארמאכט'. דאס האט איהם געמאכט זייער שווער זיך צו האלטן רוהיג אויפן באס צו די ארבעט, אין ביהמ"ד אין א צייט ווען ער האט געוויסט אז ער קען נישט ארויסלויפן. אין די אלע מצבים האט חיים געשפירט ווי ער ווערט זייער דיזי, אלעס דרייט זיך, און עס באנעמט איהם א גרויסע פחד, אז אפשר גיי איך כאפן א הארץ אטאקע אויפן פלאץ?!

ווען חיים איז געקומען צו מיר האט ער מיר פארציילט ווי ער האט יעצט אנגעהויבן ארבעטן, און פערצופאל איז ער זייער צופרידען פון זיין זשאב, און ווי אויך איז זיין בעה"ב זייער צופרידן פון איהם. זיין בעה"ב האט איהם געשטעלט צו זיין זיין 'רעכטע האנט' אין מענעזשען די ביזנעס, בבחינת משנה למלך, און איז כסדר איהם גרייט ארויסצוהעלפן מיט וואס ער דארף נאר, און ווי ער איז גאר שטארק אינטרעסירט איהם ארויפצוארבען אין די ביזנעס. 'אויף אזוי ווייט פארט אלעס אזוי פיין', פירט חיים אויס, 'אז איך קען מיך אפילו נישט פארשטעלן וואס זאל מיר פלוצלינג אנכאפן אזעלכע פאניק אטאקעס ווי קיינמאל בעפאר?'

די ערשטע זאך וואס איך האב געוואלט זעהן איז וואס פונקטליך איז די פראבלעם – וואס דער פאניק איז בכלל במציאות. חיים האט געטראפן נאך פלעצער ווי ער האט נישט געכאפט אז עס פאסירט, ווי למשל ווען ער זעצט זיך מיט זיין פאמיליע. איך האב געטון אביסל ארבעט דארט, און האט זיך עטוואס בארוהיג. די נעקסטע מאל ער איז געקומען, האט ער געוואלט ארבעטן דיירעקט אויף די פאניק וואס פאסירט ווען ער ווערט 'געטרעפט', ווי למשל, ביי נקדישך, וואס דעמאלטס ווייסט ער אז ווען ער ווערט דיזי און די קאפ נעמט זיך איהם שווינדלען קען ער נישט ארויסלויפן.

איך האב געהייסן חיימ'ן זאל זיך דמיונען ווי ער איז דארט אין ביהמ"ד, און איך האב גענומען אויף א רייד פון אנפאנג דאווענען 'מה טובו', ביז שמונה עשרה און נקדישך, און איך האב געהייסן חיים'ן זאל באמערקען ווי ער פאנגט אן צו שוויצן. צו זיין ווינדער, האט ער באמערקט ווי גלייך אנפאנג ביי הודו ווען ער וויל זיך 'נעמען' דאווענען מיט כוונה און פארגעסן פון די וועלט ארום, פונקט דעמאלטס נעמט ער זיך שוויצן און ווערן דיזי, ממש להכעיס. עס איז נאך נישט געפערליך אזוי ווי ביי נקדישך, אבער עס האט די זעלבע ענערזשי – 'איך קען נישט בלייבן דא אין זיך קאנצעטרירען אויף וואס איך דאווען', האט חיים אויסגעפירט, 'איך פלי אוועק'.

דער מיטלעבעניש האט מיר געזאגט אביסל מער איבער חיימ'ס פאניק. 'עפעס אין איהם לאזט איהם נישט דא זיין, אפילו ער וויל זיין דא', האב איך געטראכט צו מיר. אבער אנשטאטס אויסצולערנען חיים'ען וויאזוי צו מענעזשען זיינע מחשבות און זיך שלאגען מיט דעם אנשיקעניש, א שטייגער ווי אין סי.בי.טי., האט איך געוואלט געזען דיירעקט וואספארא באדייט עס האט פאר זיין געפיל וועלט.

כדי צו פארשטיין וואס דא גייט פאר, און בעיקר אז חיים אליין זאל 'זעהן' וואס דא גייט פאר, האב איך געהייסן חיים (וואס איז נאך אלטס אין זיין דמיון דארט אין ביהמ"ד), ער זאל זיך לאזן איבערקומען מיט דעם פאניק און דיזינעס. די מינוט וואס ער האט זיך געלאזט איבערנעמען פון דעם, האט חיים גלייך געשפירט בעסער, און די שטארקע פאניק האט נאכגעלאזט, א שטייגער ווי קינד וואס בעט און מוטשעט אן אויפהער אז זיין טאטע זאל איהם אויסהערן, און ענדליך ווען דער טאטע דרייט זיך אויס און הערט איהם אויס, ווערט דאס קינד בארוהיגט און הערט אויף אזוי פיל צו שרייען. דאס זעלבע האט פאסירט דא אויך, ווי נאר חיים האט זיך געלאזט אויסהערן פון זיין 'קינד' אין זיך, האט ער אויפגעהערט צו שרייען אויף הויכע טענער, ווי צו זאגען, 'ענדליך הערסטו מיך אויס'. דאס גיט מיר אויך א סיגנאל, אז עפעס וויכטיג קומט דא פאר, און אז מ'רירט אן עפעס א פינטל אין חיים'ס געפילן.

כדי צו באקומען א געפיל אויף די איבערלעבעניש וואס חיים האט דא, האב איך איהם געפרעגט, 'וואס טוט דער פאניק פאר דיר יעצט?' (די שאלה האט געדארפט מער אריינברענגען חיים אין די איבערלעבעניש ער זאל קענען זעהן וואס דער באדייט פונעם פאניק איז בכלל, און וואס עס טוט פאר איהם. איך האב דיירעקט געפרעגט די שאלה אויף א וועג אז ער זאל זיך קענען מער מקשר זיין מיט זיינע געפילן, אן דעם וואס די שכל זאל איבערנעמען. שכל'דיג, וואלט איך געפרעגט, 'פארוואס ווערסטו יעצט איבערגענומען פון דיין פאניק?' פארשטייט זיך אז א גראדע ענטפער וועט ער נישט האבן פאר דעם. אנשטאטס דעם האב איך איהם פשוט אריינגעברענגט מער אין די מיטלעבעניש וואס ער האט דא, אן דארפן ענפערן עפעס שכל'דיג, נאר פשוט זעהן די מציאות פאר די אויגען, 'וואס טוט דער פאניק פאר דיר יעצט?' ווי צו פרעגן, וואס פאסירט צו דיר יעצט אנדערש פון וואס דו האסט געוואלט פריער ווען דו האסט געוואלט אנהויבן דאווענען מיט כוונה?)

אן טראכטן צו לאנג, האט חיים באלד געזאגט, 'עס מאכט מיך דיסטרעקטעד פון וואס איך וויל עכט טון, און איך קען שוין נישט דאווענען נארמאל וויאזוי איך וויל ווי א חסידישע יונגערמאן דארף דאווענען. ער וויל שטערן פון וואס איך וויל טון, אז איך זאל מיך בכלל נישט קאנצעטערירן'.

האב איך שוין דעם פראבלעם פון די פאניק. די פראבלעם דא איז, אז די פאניק וויל האלטן חיים דיסטרעקטעד פון וואס ער וויל טון, אפילו בעניני רוחניות. דער פאניק וויל אז וואס חיים טוט, זאל ער טון אויבערפלעכליך אן זיך צו קאנצעטרירן צו שטארק. דערפאר גלייך ביי הודו ווען חיים וויל זיך מער קאנצעטרירען מיט מער כוונה, ווערט דער פאניק צווילדעוועט און לאזט נישט חיים גיין ווייטער.

יעצט דארף מען זעהן, פארוואס איז 'וויכטיג' פאר חיים'ן נישט צו בלייבן קאנצעטרירט. האפענטליך ווען דער סיבה וועט ארויסקומען, וועט חיים פון זיך אליין קענען זעהן פאר די אויגען וואס דארף זיין אנדערש אין זיין לעבן.

איך האב געהייסן חיים'ן זאל פרעגן דעם 'דיסטרעקטער' (ווי חיים האט עס אנגערופען), 'פארוואס טאר איך מיך נישט קאנצעטרירען און דאווענען וויאזוי איך וויל?' פרעג עס איהם אזוי ווי דו פרעגסט עפעס פון א צווייטע מענטש.

עס האט אויסגעזען זייער מאדנע אזוי צו רעדן, אבער אז דער טערפיסט הייסט, האט ער געפאלגט.

'דיסטרעקטער, פארוואס טאר איך מיך נישט קאנצעטרירען אזוי ווי איך וויל?'

יעצט האב איך געהייסן טון עפעס נאך מער מאדנע, 'יעצט נעם דו איבער די פלאץ פון דעם פאניקער / דיסטרעקטער, און ענפער פאר חיים וואס דו האסט צו זאגען אויף דעם. זיי דיך מדמיין כאילו דו שטייסט פאר חיים און דו זאגסט איהם אין פנים אריין פארוואס דו לאזט איהם זיך נישט קאנצעטרירען אויף וואס ער וויל.' (די מטרה פון מאכן די 'מאדנע' שמועס, איז געווען כדי צו קענען אפטיילען די צוויי חלקים אין חיים, און קענען קלאר הערן וואס ביידע זייטען האבן צו פארציילען. מען קען עס מאכן אויף נאך וועגן, אבער אזוי האט מיר געפילט דאס גלאטסטע צו טון אים דעם מצב. נאך א וועג וויאזוי איך וואלט עס געקענט מאכן, וואלט געווען צו הייסן חיים צו פראבירן צו 'טעסטן' דעם דיסטרעקטער און איהם אנפייפן און דווקא יא זיך מצמצם זיין און זיך קאנצעטרירען און זעהן וואס פאסירט, און פארשטייט זיך אז יעצט וועט שוין חיים זעהן אז ער לאזט נישט, און דעמאלטס קען מען טון אזוי, מען זאגט א סענטענס וואס מ'דארף לאזן ענדיגן פון זיך אליינס. למשל, בשעת מען פילט ווי די פאניק קומט צירוק, זאגט מען אזוי, 'אויב איך גיי מיך קאנצעטרירן און טון וואס איך וויל, דעמאלטס...? און מען לאזט ענדיגן דעם סענטענס פון זיך אליין וואס עס קומט ארויס נאטירלעך, אן דעם וואס מ'זאל 'טראכטן' וואס מ'זאל' זאגען. דאס איז א וועג פון רעדן 'געפיל שפראך', שכל'דיג וואלט אזא שמועס און אזא סענטענס בכלל נישט געמאכט קיין סענס, און ווייל חיים האט זיך קאנעקטעד מיט זיינע געפילן, זענען די אמת'ע געפילן טאקע ארויסגעקומען).

חיים האט איבערגענומען די פלאץ פונעם דיסטרעקטער און האט אנגעהויבן זייער שיין צו זאגען וואס זיין מטרה איז. איך געדענק נישט פונקטליך די ווערטער, אבער די תוכן השמועס איז געגעאנגען בערך אזוי, 'ס'איז סאך בעסער פאר דיר אז דו זאלסט האבן איין גרויסע פראבלעם, ווי צו האבן אסאך קליינע, דו האסט נישט קיין אנונג וויפעל פראבלעמען דו קענסט האבן מיט פרנסה, ווייב און קינדער, און דו וועסט עס נישט קענען הענדלען ווי עס באדארף צו זיין, בעסער האב איין גרויסע פראבלעם און דיסטרעקט דיך פון אלע דיינע פראבלעמען, און אזוי אויך וועט דיר די באשעפער שוינען אז דו זאלסט נישט האבן קיין סאך קליינע פראבלעמען מיט פרנסה און משפחה, בעסער לייד אויף דעם, ווי צו ליידען אויף עפעס אנדערש!' (אויב וואלט איך גענוצעט די וועג וואס איך האב פריער דערמאנט, פון ענדיגן א סענטענס, וואלט זיך עס געגענדיגט בערך אזוי, 'אויב איך גיי מיך קאנצעטרירן און טון וואס איך וויל, דעמאלטס... גיי איך האבן פרישע פראבלען און איך גיי עס נישט קענען הענדלען און איך גיי נישט וויסן וואס צו טון, סוי ס'איז בעסער אז איך זאל האבן א ריזיגע פראבלעם און דער באשעפער וועט מיר שוינען פון האבן נאך פראבלעמען')

איך האב מיך אויסגעלערנט פון חיים וואס דא גייט פאר. דער פאניקער איז משום מה משוכנע אז 'פראבלעמען גייען זיין' אין לעבן, ובפרט מיט פרנסה און מיט די קינדער וכדו', א זאך וואס האט אין זיך א שטיקל אמת, אבער זייער שטארק אויפגעבלאזן. אויב פראבלעמען פאר זיך איז נאך א האלבע צרה, בשעת וואס מ'קען עס מסדר זיין אז עס זאל נישט זיין קיין פראבלעם (איז נישטא אזויפיל ארגענעזאצעיס פאר אלע מיני פראבלעמען?), איז אבער דער פאניקער געווען משוכנע, אז דער חיים האט נישט די כוחות מסדר צו זיין זיינע פראבלעמען, ניטאמאל איז דא וואס צו טון דערמיט – ס'איז פארלוירען. די איינציגסטע זאך וואס ער קען טון, איז זיך צו דיסטרעקטען און מסיח דעת זיין פון די פראבלעמען 'וואס גייען קומען'. די תועלת דערפון איז פון צוויי זייטען, איינס, פשוט מ'איז מסיח דעת און מ'מאכט זיך נישט צו טון פון די פראבלעמען, ווי געזאגט, איך זעה דיך נישט און דו זעה מיך נישט. צווייטענס, דער צער פון נישט קענען טון וואס מ'וויל, גייט שוין זיין אזוי ווי א שטראף וואס גייט שוין זיין אפגעקומען פאר זיינע אנדערע פראבלעמען, אזוי אז די פראבלעמען גייען מער נישט אנקומען, ווייל חיים האט שוין געהאט זיין פעקעל צרות.

אלזא די עיקר מטרה פון די פאניק / דיסטרעקטען איז, 'די איינציגסטע וועג וויאזוי דו קענסט אויסמיידען די 'קליינע' פראבלעמען פון פרנסה וכדו', איז נאר אויב דו וועסט האבן איין גרויסע פראבלעם – איין גרויסע פאניק און אנטלויפן פון אלע אנדערע פראבלעמען, און גוט ליידען פון דעם אז דער באשעפער וועט דיר פשוט שוינען פון האבן נאך קליינע פראבלעמען'.

די מטרה פון די שטארקע פאניק פון חיים איז ווי דער ערשטער סיבה וואס איך האב געשריבן אנפאנג שיעור פארוואס ענקזייעטי איז וויכטיג. חיים פראבירט צו מסדר זיין אלע קליינע פראבלעמען וואס קומען איהם אונטער אין וועג אין זיין נייעם לעבן (חתונה געהאט, נייע זשאב וכדו'), און די וועג דאס צו טון איז דורך זיך פייניגען מיט עפעס אנדערש, און זיך דיסטרעקטען און אנטלויפן, נישט דורך פעיסען דיירעקט. די וויכטיגקייט אין חיים'ס וועלט צו האבן פאניק, איז כדי זיך צו ראטווען פון אנדערע פראבלעמען וואס ער וועט זיך נישט קענען אן עצה געבן.

ווען חיים האט זיך געכאפט וואס ער רעד דא, האט ער גלייך צירוקגעשפרינגען צו זיין 'זיך', און זיך גענומען צירוקשרייען, 'דו האסט א סטופיד סאלאשען, נישט אזוי סאלווד מען פראבלעמען! דער באשפער פירט די וועלט מיט די פראבלעמען, און דו זיי נישט זיין 'פראבלעם סאלווער'! און איך בין יא גענוג שטארק צו קענען האנדלען פראבלמען ווען זיי קומען אן!'

וואס חיים האט דא געטראפן איז זייער א שכיח'דיגע דילעמע אין וואס מענטשן טרעפן זיך ווען מ'איז פארלוירן. עס איז זייער שכיח פאר מענטשן מורא צו האבן ווען זאכן גייען גוט, אז עפעס שלעכטס גייט פאסירן, און מען פראבירט זיך מחזק צו זיין אז אלעס זאל גיין גוט. מ'פראבירט אויך אנדערע זאכן צו טון, ווי לעשן עין הרע'ס, זוכען סגולות ועוד ועוד. מ'כאפט זיך נישט, אז חוץ פון אלע סגולות טוט מען אליינס נאך עפעס וואס מאכט דער פראבלעם נאך ערגער – מ'ברענגט ארויף אויף זיך פאניק כדי אפצוהאלטן שלעכטס פון קומען (און נאכדעם גייט מען זיכען סגולות פאר די עצם פאניק).

חיים האט דא גענומען אויף אחריות אויף וואס ער טוט, צוום ערשעטן מאל אין זיין לעבן. יעדעס מאל וואס חיים איז געווען אין א מצב פון 'זיך קאנצעטרירן' און זיין 'דא' אין די מציאות, האט דאס געטריגערט די פאניק אז 'אין דער וועלט איז דא פראבלעמען מיט וואס דו ביזט פארלוירען, און דו דארפסט אנטלויפן'. ווען חיים האט געכאפט וויאזוי ער לעבט, האט ער עס געקענט צאמפארן אין זעהן צוזאמען מיט א אנדערע וועג וויאזוי צו האנדלען פראבלעמען, און אז ער דארף נישט זיין דעם באשעפערס פראבלעם סאלווער. ביידע וועגן קענען נישט זיין אמת, און נאר איין וועג קען זיין אמת, און ביידע וועגן ווייסט חיים פון זיך אליין, ער האט זיך נאר נישט געכאפט אז ער האלטן אן א אנדערע וועג. פון זיך אליין האט חיים'ס באוויסטזיין אנגעהויבן צו באקוקען פראבלעמען פון די נאנט. און מיר האבן געארבעט נאך אביסל אויף געוויסע פראקטישע פראבלעמען וואס חיים האט ניטאמאל געקענט כאפן ביז היינט אז עס שטייט איהם אין וועג.

איך האב אראפגעשריבן ביידע וועגן אויף א צעטל, און עס איבערגעגעבן פאר חיים'ען צו ליינען די נעקסטע פאר טעג, כדי צו מחזק צו זיין די סתירה פאר די אויגען, און זעהן אויב עס האלטן אן.

איבריג צו זאגען אז זיין אינטענסיווע פאניק איז מער קיינמאל נישט צירוקגעקומען, און האט געקענט שטיין רוהיג ביי נקדישך און פארן רוהיג אויפן באס. פון היינט און ווייטער האט ער שוין געקענט אנקוקען פראבלעמען מיט מער א מבוגר'דיגע בליק אן אריינפאלן אין דעם אלטן וועג פון לעבן.

איך האפ אז דער דוגמא קען געבן א טיפערע בליק ארום דאס וואס מען האט גערעדט אין די פאריגע פאר שיעורים.

אינעם נעקסטען שיעור האף איך אי"ה אביסל ארום צורעדן פארוואס נידעריגע זעלבסט-ווירדע זאל זיין וויכטיג אנצוהאלטן, און וויאזוי פטור צו ווערן דערפון.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » זונטאג ינואר 04, 2015 3:48 pm

WOWOOWOWOOWOW!!!!!!!!!!!!!

צולייגן אזא קאמפליצירטע נושא מיט אזא קלארקייט...

דאס קען נאר מתבונן!

יישר כוח! קיפ איט אפ!

----

סתם פאר אינטערסאנקייט, מיין פערזענליכע ערציילונג איבער די מהלך וואס מען שמועסט דא ארום

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג ינואר 04, 2015 5:05 pm

מתבונן, u made it again
!!!
עמיר זיך באלד זעצן ליינען מיט יישוב הדעת בעז"ה.
הנותן לשכוי בינה...

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » זונטאג ינואר 04, 2015 5:55 pm

Wow האסטו מיר גענומען אויף א רייד!! מיין פולס איז ארויף און אראפ בשעת׳ן לייענען, ממש מיטגעלעבט ווארט ביי ווארט.. דאנק איך ג-ט אז איך לייד נישט דערפון.

ס׳איז זייער אינטערעסאנט ווי די מח ענטפערט/פרעגט זיך אליינס אפ. וויאזוי געשעהט דאס? איז דאס פארבינדן מיט היפנאזיע?

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » מאנטאג ינואר 05, 2015 11:44 am


עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » מאנטאג ינואר 12, 2015 10:43 am

איך וויל פרעגן נאכאמאל א שאלת תם, איך וויל פשוט קלאר פארשטיין.
איך וויל ארויסהאבן די געדאנק אונטער די מהלך און וויאזוי די אנקאנטשעס מיינד ארבעט.
לויט ווי איך פארשטיי איז די הנחה געבויט אז פארוואס זאל א מענטש זיין ענקשעס ווען עס מאכט נישט קיין סענס? פארוואס פארשטייט ער נישט פשוט די אלע פשוטע געדאנקען וועגן ענקזייעטי סעלף עסטים וואס מאכט פשוט נישט קיין סענס, אלא מאי איז א סימן אז באמת וויל ער אזוי טראכטן און ער האט עפעס א בענעפיט, נאר ער כאפט דאס נישט ווייל די אנקאנטשעס מיינד פארפירט אים, דער אנקאנטשעס רעדט אים איין וועגן סיבה וואס ער אליין כאפט נישט, במילא דארף מען דערגיין וואס דאס איז. ביז אהער בין איך מסכים.
די נעקס סטעפ איז, הרב מתבונן איז מסביר, אז דער מענטש האט גאנצעטע הנחות און אויסקוק אויף די וועלט וואס דאס מאכט אים פראבלעמען און דער סובקאנטשעס כאפט אז עס איז צרות ברענגט ער אים אן א צווייטע מחשבה אדער געדאנק וואס זאל אויסקרויסן די ערשטע וואס איז ערגער, למשל ביים מעשה פון די קינד וואס דער טאטע איז געווען אייביג אויפגערעגט וואו איידער צו טראכטן אז ער קען גארנישט טון, איז באקוועמער צו טראכטן אז איך בין שולדיג במילא אז איך וועל מיך מער אנשטרענגען וועט עס ווערן פאראכטן. במילא, מען דארף אייביג פרעגן אויב די גייסט נישט האבן די פראבלעם וועלכע אנדערע פראבלעם גייט ארויפקומען.
איך פארשטיי נישט פארוואס קען נישט זיין אז דער פראבלעם יעצט איז א דירעקטע תוצאה פון די פאלשע בליק אויף די וועלט, דאס הייסט ווייל ער האט פאלש אפגעלערנט די וועלט במילא קומט ארויס אומגעוואנטשענע תוצאות, איי וועסטו פרעגן פארוואס כאפט ער נישט אז עס איז פאלש, די תירץ איז ווייל די בליק פון א מענטש איז באגראבן עס איז אין די איקאנטשעס עס איז נישט אויבן אויף, און בכלל איז זייער שווער פאר מענטש צו כאפן וואו ער איז ראנג מיט זיין טינקינג, , במילא קומט ארויס די פארפוילטע פירות.
בקיצור איך פארשטיי אז די אנקאנטשעס פארדרייט א קאפ, אבער מהיכי תיתי אז דער אנקאנשטעס איז אזא קרומער פארדרייטער קאפ? איך וואט געזאגט ער איז זייער גראד און די פראבלעם וואס ער האט טיפ באגראבן קומט ארויס, פארוואס דארף מען זאגן אז עס קומט ארויס מיט א קאוועראפ?
למשל, ביי דו אויבערשטע מעשה, וואלט מען געקענט זאגן אז דער קינד האט פארשטאנען פון דעם וואס דער טאטע איז אנגעצויגן אז דער וועלט דארף זיין פערפעקט במילא פרובירט ער צו זיין פערפעקט, ער האט פשוט קינדעריש אדער גרויסע מענטשן קענען אויך האבן אזא טעות. און ער בויט אויף דעם טעות.
אדער ביי דימעשה איז עס גרינגער צו פארשטיין , ווען מען זאגט פאר א קינד קריטיק און ער נעמט אן אז ער איז גארנישט, און דאס גייט מיט מיט אים ווען ער איז גרויס, וועט מען זאגן לויט המתבונן אז עס מיז זיין אז מיט די הנחה ווילער פארמיידן עפעס א ערגערע זאך.
לכאורה איז די הכרח ווייל אויב נישט וואלט ער געדארפט סעלף קארעקטן און כאפן ווען ער ווערט גריוס אז עס איז פאלש. איך וואלט פארשטאנען פשוט אז מרוב קריטיק און מרוב מעסעדזשעס האט זיך אים אויגעמאלן אין זיין בעק אפ די מיינד א פיקטשער אז ער איז גארנישט מיט נישט. איי וועסטו פרעגן פארוואס כאפט ער נישט היינט אז עס איז נישט אמת, ווייל דאס איז דאך נישט קיין אויבן אויף זאך עס ליגט דאך לעיערס און לעיערס פון מעסעדזשעס און קריטיק וואס איז אים געקומען במשך פון די יארן וואס די אנקאנטשעס האט דאס אזוי מסדר געווען מיט אזא פיקטשער אז ער איז א שלימזל א לא לנו, ער אליין כאפט נישט פון ווי עס קומט און פארוואס ער שפירט פשוט אזוי אדורך און אדורך, און אלעס וואס ער קוקט איז מיט די גלעזער, און ווען ער טראכט ליגט אונטער דעם און די קאנטשעס מחשבה אריינגעוועבט די אנקאנטשעס הנחות און הקדמות, במילא כאפט ער נישט ער קען זיך נישט העלפן.
איז דא א סיבה צו זאגן אדערש?
איז עס סתם א טעאריע אן א הסבר? פארשטיי איך נישט גענוג פרוידס חידושים?אדרבה ווער עס קען זאלזיך אנרופן ווארעם דורכצוטון די נושא.

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג ינואר 12, 2015 9:32 pm

@עת לחשוב.

קאוהירענס טערעפי פאקט נומער איינס.

אונטער יעדע פראבלעם (לדוגמא אין מתבונן'ס משל-מעשה, די פראבלעם פונעם קינד מיט פערפעקשעניזאם) ליגט א פחד (ווייטער די משל פון מתבונן, דער פחד אז זיין טאטע גייט שרייען) און/אדער א בענעפיט (אז אזוי וועט זיין טאטע נישט שרייען), וואס רייצט דעם פראבלעם, (דעם פערפעקשעניזאם) דהיינו אז אן דעם פחד און/אדער בענעפיט וואלט נישט געווען דעם פראבלעם. (אן דעם פחד פונעם טאטען וואלט נישט געווען דעם פראבלעם) דהיינו אז דו נעמסט אוועק דעם פראבלעם (דו נעמסט אוועק דעם פערפעקשעניזאם) וועסטו טרעפן א פחד און/אדער ס'וועט פעהלן א בענעפיט, פון א געוויסער זאך. (אז דער מצב וועט זיין אוט אף קאנטראל)

און אונטער דעם פחד און/אדער בענעפיט ליגט א אומריכטיגער בליק אויף די וועלט וואס דער מענטש האט.(אז איך דארף קאנטראלירן דעם מצב אינדערהיים) דאס הייסט אז מיטן ריכטיגן בליק (דע אמת'ע מציאות אז זיין טאטענ'ס שרייען האט גארנישט מיט איהם) וואלט ער נישט געהאט דעם פחד און/אדער בענעפיט, (וואלט ער נישט געהאט דעם פחד אז ער גייט עפעס גורם זיין, ווייל ס'האט גארנישט צוטון מיט איהם) און במילא נישט געהאט דעם פראבלעם (וואלט ער נישט געווען א פערפעקשאניסט).

אויב אזוי קומט אויס אז ווען דו וועסט גרובלען טיפער וועסטו אלעמאל געפינען אז ס'איז וויכטיג פארן מענטש צו האבן דעם פראבלעם כדי צו אנטלויפן פון עפעס א פחד. פונקט אזוי ווי ס'איז וויכטיג פארן מענטש וואס שטייט פארן לייב צו האבן דעם פראבלעם פון ענגזייעטי, ווייל דער מח ווייסט אז ער מיטן לייב איז אן ערגערער פראבלעם ווי ענגזייעטי. קומט אויס אז ענגזייעטי איז גאר א בענעפיט ניצל צו ווערן פונעם ערגערן פראבלעם. קומט אויס אז דער מענטש "מוז" האבן דעם פראבלעם.

כדי די מח זאל פארנישטן דעם אומריכטיגען בליק, מוזטו צוגיין דייקא מיטן צוגאנג פון קאוהירענס פרעמווארק. ס'איז נישט דא עפעס אן אנדערע וועג, עכ"פ אויף וויאזוי מ'ווייסט היינט. דאס הייסט אז דו קענסט נישט זאגן פאר א קלייענט "דו ביסט א פערפעקשאניסט, ווייל דיין בליק איז פאלש, ווייל דו האסט געמוזט געפעלן דיין טאטע, ווייל דו האסט געמוזט האלטן דיין טאטע רואיג, ווייל דיין טאטע האט געשריגן" ס'ארבעט נישט, ס'וועט גארנישט אויפטוהן אויסצומעקן דעם אומריכטיגען בליק בשרשו.

סוף דבר, ס'איז אמת טאקע אז ס'קען זיין אז אונטער - למשל - פערפעקשעניזאם ליגט דאס אז זיין טאטע האט געשריגען אינדערהיים. אבער דער טערעפיסט האט גארנישט פון דעם אז ער שטעלט זיך פאר אז דאס איז דער סיבה. דער קליינעט מוז עס אליין איינערקענען און צוקומען דערצו. סאו דו קענסט נישט זאגן פארן קלייענט, "הער צו איך וועל דיך זאגן דעם ריכטיגן בליק אויף די וועלט, קודם כל, ס'איז נישט דיינע דאגות אויב א צווייטער שרייט, דו ביסט נישט שולדיג" ס'וועט נישט העלפן, ווייל דער קלייענט מוז מיטלעבן מיטן אויסטרעף אז זיין פערפעקשעניזאם האט צו טון מיט פחד פון זיין טאטעס אויסברוכן. ער מוז מיטלעבן און עקספיריענסען פארוואס ער האט דעם פראבלעם פון פערפעקשעניזאם, פארוואס ס'איז איהם אזוי וויכטיג און ער מוז האבן דעם פערפעקשעניזאם. פארוואס מוז ער זיין פערפעקט.

סאו, דו שרייבסט, אז פארוואס מוז איך זאגן אז יעדע פראבלעם איז נאר א קאוועראפ, פארוואס מוז איך זאגן אז אויב דו נעמסט אוועק דעם פראבלעם וועט ארויסקומען אן אנדערער ערגערער פראבלעם, אפשר קומט עס פון די בליק וואס ער האט אויף די וועלט, וואס ער האט זיך אויסגעלערנט במשך די יארן.

די תירוץ איז אז דו מוזט צוגיין מיט דעם צוגאנג אז דער פראבלעם טוט אוועקנעמען סך אן ערגערן פראבלעם. ס'איז אזוי ווי איינער זאל זאגן פארוואס דארף איך עסן אזוי סך, די גאנצע זאך וואס מאכט מיר זאט איז דאך נאר די לעצטע שטיקל, נו, קען איך דאך עסן גראד דעם לעצטן שטיקל. נאר אז דו זאגסט אז יעדע פראבלעם וואס א מענטש האט איז וויכטיג צו האבן, און ס'איז א עצה פאר אן ערגערן פראבלעם, נאר אזוי קענסטו אנקומען צום שורש, סתם ארבעטן אויפן בליק פונעם מענטש וואס האט לכאורה גורם געווען דעם פראבלעם איז גארנישט ווערד, אויף אויסצומעקן דעם פראבלעם בשרשו.

ווייל א פראבלעם איז צאמגעשטעלט פון צוויי זאכן, א בליק אויף די וועלט, און א פראבלעם וואס געשעהט וועגן דעם בליק. דאס הייסט אזוי, למשל מיטן קינד וואס איז א פערפעקשאניסט. איז דא צוויי זאכן, איינס דאס אז ער האט אזא מין בליק אז וואס פאר א גיסטע זיינע ארומיגע זענען האט צו טון מיט איהם, און צווייטענס די פראבלעם מיטן זיין א פערפעקשאניסט. יעצט אויב גייסטו צוגיין מיט דעם אז זיין פערפעקשעניזאם איז נישט דוקא א קאווער אפ, נאר פשוט אן אומריכטיגען בליק, וויאזוי וועסטו טרעפן דעם סיבה וואס ליגט אונטער דעם, דו קענסט נאר טרעפן די סיבה צום פראבלעם אויב דו גייסט צו אז אונטער יעדן פראבלעם ליגט א סיבה וואס מאכט דעם פראבלעם וויכטיג צו האבן, סאו, דו פרעגסט דעם קלייענט "וואס גייט זיין אויב דו גייסט נישט זיין א פערפעקשעניסט" און דער קלייענט ענטפערט "טאטי גייט שרייען" (אקעי נישט אלעמאל גייט עס אזוי שנעל ביז מ'טרעפט אויס דע ווערטער "טאטי גייט שרייען" ס'קען געדויערן,) יעצט אויב גייסטו צו מיטן זאגן "הער צו דיין בליק אויף די וועלט צו זיין א פערפעקשאניסט איז נישט ריכטיג. א מענטש קען נישט זיין א פערפעקשאניסט, קיינער איז סייווי נישט פערפעקט. דו דארפסט האבן מער א גוטע זעלבסט בליק, ביסט גוט וויאזוי דו ביסט" און אזוי ארום פראבירן צו טוישן זיין בליק אויף דער וועלט. דאס וועט נישט ארבעטן. ווייל ער מוז זיין א פערפעקשאניסט, ווייל אויב נישט "שרייט טאטי" וואס א האק האט ער מיט דעם אז קיינער איז סייווי נישט פערפעקט, וויאזוי וועט זיך זיין בליק טוישן, זיין בליק האט דאך גארנישט צו טון מיט פערפעקשעניזאם, זיין בליק וואס דארף ווערן געטוישט האט צו טון מיט עפעס אנדערש. זיין בליק "איך בין אחריות אויף די גיסטע פון ארומיגע" דארף ווערן געטוישט מיט "איך דארף נישט קאנטראלירן די גיסטע פון מיינע ארומיגע".

ס'האט גארנישט מיט פערפעקשעניזאם בכלל. אדער מיט צופיהל קריטיק, אדער מיט נידריגער זעלבסט שאץ, ס'האט צו טון מיט דעם בליק, "די גיסטע פון ארומיגע איז מיין שולד".
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:11 am

איך האב זייער א גוטע סיבה פארוואס דער פוילער פעניעט ביינאכט און גייט נישט שלאפן, איר ווילט הערן, אט איס עס, ווייל עס פילט זיך זייער גוט יעצט צו פארברענגען און דאס מאכט ער זאל באמת וועלן אויף בלייבן פארשטייט זיך אנקאנטשעסלי קאנטשעסלי מיינט ער ווייל ער איז פארנומען וכדו' אבער דאס אלעס איז ווייל באמת האט ער יעצט פלעזשור פון וואס ער טוט און גיין שלאפן איז נישט קיין פלעזשור

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך ינואר 14, 2015 10:36 am

עת לחשוב האט געשריבן:איך האב זייער א גוטע סיבה פארוואס דער פוילער פעניעט ביינאכט און גייט נישט שלאפן, איר ווילט הערן, אט איס עס, ווייל עס פילט זיך זייער גוט יעצט צו פארברענגען און דאס מאכט ער זאל באמת וועלן אויף בלייבן פארשטייט זיך אנקאנטשעסלי קאנטשעסלי מיינט ער ווייל ער איז פארנומען וכדו' אבער דאס אלעס איז ווייל באמת האט ער יעצט פלעזשור פון וואס ער טוט און גיין שלאפן איז נישט קיין פלעזשור


דו קענסט דעיס נישט זאגן פאר א מענטש מיט די שיטה פון קאוהירענס טערעפי, ס'קען זיין גאר גאר אן אנדערע סיבה פארוואס ער גייט שלאפן שפעט, אפילו ער ווייסט אז ער האט פיינט דאס גיין שלאפן שפעט, און ער ליידט דערפון, טוט עס אבער פארמיידן סך אן ערגערער פראבלעם, סך אן ערגערער פילינג, און ס'קען זיין אסאך זאכן, איינס דערפון איז, אויב איך גיי יעצט שלאפן מיינט עס אז מיין טאג האט זיך געענדיגט מיט גארנישט טון.

אבער פארשטייט זיך אז קאוהירענס טערעפי, טארסטו נישט זאגן פארן מענטש די סיבה, ער מוז אליין טרעפן דע סיבה. און עס לעבעדיג מיטלעבן, און פילן מיטן גאנצן עקספיריענס אז דאס איז עס טאקע.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך ינואר 14, 2015 3:14 pm

אדער קען זיין די סיבה פארוואס ער גייט שלאפן שפעיט איז ווייל ער האט מורא אז ער גייט שטארבן אינמיטן שלאף ממילה שטיפט ער אפ די צייט פון גיין שלאפן וויפיל ער קען...

דארף מען ארבעטן אויף זיין פחד בכלליות... ווייל מסתם האט ער סתם אזוי מורא פון אסאך זאכן נישט נאר פון שלאף. נאכדעם גייט מען אריין פארוואס האט ער טאקע מורא?! זאגט ער ווייל טאטי האט געשריגן אינדערהיים ממילה האב איך מורא געהאט פון עים, נאכדעם האט זיך עס אריבערגעטראנספערט צו אלע מענטשן נאכדעם האט ער שוין מורא פון אלעס ... מענטשן, שלאף , נאכט , טינקל, טשעלענדזעס, אלעס אלעס ציטערט ער!!

נאכדעם פרעגט עים די טערעפיסט וואס וועט זיין אויב.... נאר א אויב! אויב דו וועסט נישט מורא האבן פון טאטי?!?! דעמאלטס ענטפערט די סאבקאנטשעס מיינד זייער א פאני אויב, למשל די מענטש קען זאגן , אז אויב איך האב נישט מורא פון טאטי דעמאלטס פיל איך מיך אליינס אויפן וועלט! ווייל די סיבה פון מורא איז געווענליך ווייל מען האט קאנעקשאן.... יעצט שרייט די קלייענט אז איך "ציטער" נישט מורא צו האבן ווייל דעמאלטס בין איך דיסקאנקטעד פון טאטי און דעמאלטס וועט ער מיך נישט ליב האבן און איך וועל בלייבן אליינס.....

דא זעהט מען ווי וויכטיג ס'איז פארן מענטש צו בלייבן מיטן סימפטאם פון שרעק

עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 12:53 pm

איך וויל נישט יעצט רעדן פון די פראקטישע חלק וויאזוי מען ווערט געוואויר דאס דארף מען טאקע דורך גיין מיט זייער מהלך. איך רעד יעצט פון די יסוד די הנחה וואס זיי לייגן אראפ. איך פארשטיי אז זיי האלטן אז די סיבה פון אנעקזייעטי איז נישט ווי עס זעט אויס שכל'דיג, נאר עס קומט פשוט פארדעקן א אנדערע אנדערלייאינג פראבלעם, איך וואלט עס גערופן א Illogical sequent . ס'איז א ביסל שווער מסביר צו זיין מ'דארף האבן גוטע משלים.
למשל אז א מענטש האט א סאשל פאביע ער האט מורא צו קומען צוווישן מענטשן קען זיין די סיבה ווייל אויב יא וועט ער מאכן א מיסטעיק? און די נעקסטע סטעפ וועט זיין און וואס איז אויב די וועסט מאכן א מיסטעיק? דעמאלטס ווועט מיך יעדער אויסלאכן אדער קריטיקירן, פארוואס טראכסטו אזוי? ווייל אזוי האט מיין טאטע אדער רבי אדער חברים געטון פאר מיר. איך רעד יעצט נניח אז דאס וואלט ארויסגעקומען פונעם קליענט נישט אז דער טעראפיסט זאגט דאס, איז דאס א גוטע סיבה אז ער וויל האבן די פאביע ווייל אזוי ראטעוועט ער זיך פון א ערגערע זאך פון ווערן פארשעמט? אדער דאס הייסט נישט קיין אנדערע זאך דאס איז דאך איין זאך פארשטייט זיך אז א מענטש ווערט פארשעמט וועט ער נישט קומען צווישן מענטש , עס מוז דוקא זיין עפס א אנדערע סארט סיבה. אזוי ווי ביים קינד וואס איז פערפעקט די לאגישע סיבה וואלט געווען ווייל ערגעץ אינמיטן וועג האט ער געהאט אומאנגענעמע קאנסעקווענצן פון נישט טון גוט במילא שטרענגט ער זיך יעצט איבער, דאס וואלט געהייסן אז ער וייל זייער שטארק זיין פערפעקט ווייל ער ראטעוועט זיך פון א ערגערע זאך דאס איז דאס דורכפאלן און נישט טון גוט. איך רעדט לאמיר זאגן אויב דאס וועט ארויסקומען וועט די מהלך מסכים זיין אדער זאגן ניין, עס מוז זיין א אנדערע אנדערלייאונג פראבלעם וואס איז נישט אזוי שטארק קאנעקטעט, אזוי ווי, ווייל די טאטע איז גערעגט וואס בעצם האט עס נישט קיין שום שייכות מיט דיר און מיט דייין זיין פערפעקט נאר די האסט פארדרייט די יוצרות און דאס איז דיין טעות.

איך וועל עס פרובירן אין אנדערע ווערטער, די cbt טעראפיס ארבעטן געווענליך אויף א מהלך אז עס איז דא ערגעץ א טעות און וועג פון טראכטן למשל איבערטרייבן זאכן, טראכטן בלעק און ווייט, דאס זענען טעותים וואס ווען מען ווייזט דאס פארן מענטש באמערקט ער אז עס איז טאקע נישט אויסגעהאלטן אזוי צו טראכטן נאר ער ווייסט אליינס נישט פארוואס זיין מח פארט אזוי, מ'גייט אים צוגעוואוינען ער זאל טראכטן מער שכל'דיג. אויף דעם טענה'ט די קאהירענס טעראפי פארוואס כאפט ער נישט אלינס דעם טעות ער ווייסט דאך אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג פון טראכטן אלא מאי מוז זיין ער וויל דירעקט אזוי טראכטן עס איז גארנישט קיין צופאל, איז דאך די קשיא נו פארוואס וויל ער אזוי טראכטן קרום? דער תירץ איז ווייל עס איז דא א אנדערע טעות וואס דאס כאפט נישט דער מענטש ווייל עס איז באהאלטן אוןן יענס איז א געפערליכע זאך און כדי זיך צו ראטעווען פון יענס מוז ער האבן די יעצטיגע אנקזייעטי.
פרעג אני הקטן, מוז די אנדערע באהאלטענע זאך זיין טאקע גאנץ אן אדערע זאך, וואס דערפאר קען עס דער מענטש נישט אליין קארעקטן, אדער קען עס זיין פון די סארט פראבלעם נאר אביסל טיפער פון וואו עס האט זיך אנגעהויבן וכדומה וואס דער מענטש כאפט נישט. פון די דוגמאות וואס מען גיט דא און אויך פון די ארגינעלע קאהירענס זעט אויס וואו זיי צילן אלץ אויף עפעס אן אנדערע סארט פראבלעם אינגאנצן וואס איז אינגאנצן נישט און משפחה מיטן ארגינעלן פראבלעם.

יישר כח פארן העלפן אויסארבעטן די זאך, יעדער וואס קען עפעס צולייגן, און ווי איז מתבונן אליינס?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג ינואר 15, 2015 3:21 pm

ווייל געווענליך טראכט די סאבקאנטשעס מיינד זייער פאני און בעיביאיש

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 16, 2015 12:23 am

איך וויל נישט יעצט רעדן פון די פראקטישע חלק וויאזוי מען ווערט געוואויר דאס דארף מען טאקע דורך גיין מיט זייער מהלך. איך רעד יעצט פון די יסוד די הנחה וואס זיי לייגן אראפ. איך פארשטיי אז זיי האלטן אז די סיבה פון אנעקזייעטי איז נישט ווי עס זעט אויס שכל'דיג, נאר עס קומט פשוט פארדעקן א אנדערע אנדערלייאינג פראבלעם,

*זיי זאגן נישט אזוי, זיי זאגן אז דע ענגזייעטי האט א סיבה טיפער פון וואס ס'קוקט אויס אויפן אויף. און זיי האלטן נישט דייקא אז ס'קומט פארדעקן*


איך וואלט עס גערופן א Illogical sequent . ס'איז א ביסל שווער מסביר צו זיין מ'דארף האבן גוטע משלים.


למשל אז א מענטש האט א סאשל פאביע ער האט מורא צו קומען צוווישן מענטשן קען זיין די סיבה ווייל אויב יא וועט ער מאכן א מיסטעיק? און די נעקסטע סטעפ וועט זיין און וואס איז אויב די וועסט מאכן א מיסטעיק? דעמאלטס ווועט מיך יעדער אויסלאכן אדער קריטיקירן, פארוואס טראכסטו אזוי? ווייל אזוי האט מיין טאטע אדער רבי אדער חברים געטון פאר מיר. איך רעד יעצט נניח אז דאס וואלט ארויסגעקומען פונעם קליענט נישט אז דער טעראפיסט זאגט דאס, איז דאס א גוטע סיבה אז ער וויל האבן די פאביע ווייל אזוי ראטעוועט ער זיך פון א ערגערע זאך פון ווערן פארשעמט? אדער דאס הייסט נישט קיין אנדערע זאך דאס איז דאך איין זאך פארשטייט זיך אז א מענטש ווערט פארשעמט וועט ער נישט קומען צווישן מענטש , עס מוז דוקא זיין עפס א אנדערע סארט סיבה.

*ס'מוז נישט דוקא זיין אן אנדערע סיבה, די פאקט איז אז ס'איז אלעמאל דא, און זיי טרעפן, א טיפערע אנדערע סיבה*


אזוי ווי ביים קינד וואס איז פערפעקט די לאגישע סיבה וואלט געווען ווייל ערגעץ אינמיטן וועג האט ער געהאט אומאנגענעמע קאנסעקווענצן פון נישט טון גוט במילא שטרענגט ער זיך יעצט איבער, דאס וואלט געהייסן אז ער וויל זייער שטארק זיין פערפעקט ווייל ער ראטעוועט זיך פון א ערגערע זאך דאס איז דאס דורכפאלן און נישט טון גוט. איך רעדט לאמיר זאגן אויב דאס וועט ארויסקומען וועט די מהלך מסכים זיין אדער זאגן ניין, עס מוז זיין א אנדערע אנדערלייאונג פראבלעם וואס איז נישט אזוי שטארק קאנעקטעט, אזוי ווי, ווייל די טאטע איז גערעגט וואס בעצם האט עס נישט קיין שום שייכות מיט דיר און מיט דייין זיין פערפעקט נאר די האסט פארדרייט די יוצרות און דאס איז דיין טעות.

*יא, דאס איז די שיטה פון קאוהירענס טערעפי, אז ס'מוז זיין א טיפערע הונטערבאוואוסטזיניגער פראבלעם. נישט נאר אז דאס איז די שיטה, נאר דו און יעדער קען עס פראווען, אז יעדער סימפטאם וואס א מענטש האט קומט פון אן עמאושענאל לערנונג, וואס דער מענטש האט זיך קליינערהייט, אויסגעלערנט א פאקט, און ס'איז איהם אריינגעקריצט געווארן אין זיין זכרון (אדער דזשינעטיק, געבוירן אזוי)*

איך וועל עס פרובירן אין אנדערע ווערטער, די cbt טעראפיס ארבעטן געווענליך אויף א מהלך אז עס איז דא ערגעץ א טעות און וועג פון טראכטן למשל איבערטרייבן זאכן, טראכטן בלעק און ווייט, דאס זענען טעותים וואס ווען מען ווייזט דאס פארן מענטש באמערקט ער אז עס איז טאקע נישט אויסגעהאלטן אזוי צו טראכטן נאר ער ווייסט אליינס נישט פארוואס זיין מח פארט אזוי, מ'גייט אים צוגעוואוינען ער זאל טראכטן מער שכל'דיג. אויף דעם טענה'ט די קאהירענס טעראפי פארוואס כאפט ער נישט אליינס דעם טעות ער ווייסט דאך אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג פון טראכטן

אלא מאי מוז זיין ער וויל דירעקט אזוי טראכטן עס איז גארנישט קיין צופאל, איז דאך די קשיא נו פארוואס וויל ער אזוי טראכטן קרום? דער תירץ איז ווייל עס איז דא א אנדערע טעות וואס דאס כאפט נישט דער מענטש ווייל עס איז באהאלטן

*נישט דייקא ווייל ס'איז באהאלטן, נאר דער מענטש האט זיך אויסגעלערנט א געוויסע בליק אויף א געוויסער זאך, אז אזוי און אזוי איז די וועלט, איז די פאקט, . און ס'איז נישט דא, קיינער, קיינמאל, וואס זאל איהם זאגן אנדערש. פון וואו זאל סתם אזוי א מענטש וויסן אז די וועג וויאזוי ער קוקט אן די וועלט אדער זיך איז ראנג? ס'קען געשעהן אז ס'זאל זיך טוישן, אבער געווענליך, לעבט מען דערמיט אגאנץ לעבן מיט א שקר'דיגע פאקט*

און יענס איז א געפערליכע זאך און כדי זיך צו ראטעווען פון יענס מוז ער האבן די יעצטיגע אנקזייעטי.
פרעג אני הקטן, מוז די אנדערע באהאלטענע זאך זיין טאקע גאנץ אן אדערע זאך, וואס דערפאר קען עס דער מענטש נישט אליין קארעקטן, אדער קען עס זיין פון די סארט פראבלעם נאר אביסל טיפער פון וואו עס האט זיך אנגעהויבן וכדומה וואס דער מענטש כאפט נישט.

*די באהאלטענע זאך מוז נישט זיין גאנץ אן אנדערע זאך, נאר געווענליך איז עס א אנדערע זאך, ווייל דער מענטש כאפט נישט אז ער האט עס, און אפילו ער כאפט יא אז ער האט עס, כאפט ער נישט אז דע פאקט איז קיינמאל נישט אזוי.

פון די דוגמאות וואס מען גיט דא און אויך פון די ארגינעלע קאהירענס זעט אויס וואו זיי צילן אלץ אויף עפעס אן אנדערע סארט פראבלעם אינגאנצן וואס איז אינגאנצן נישט און משפחה מיטן ארגינעלן פראבלעם.

*זייער עיקר ציהל איז אנצוקומען ביזן עמאושענאל לערנונג, זיי ווילן ארויסבאקומען פונעם קלייענט "וואס האט זיך דער מענטש געמוזט אויסלערנן כדי אנצוקומען צו דעם סימפטאם. וואס פאר א בליק האט דער מענטש געמוזט אננעמען אויף די וועלט, אז ער זאל יעצט האבן דעם סימפטאם. וואס פאר א פאקטן ווייסט דער מענטש פון די וועלט ארום איהם, וואס דאס טוט דזשענערעטן דעם סימפטאם. זיי האבן נישט קיין אגענדע אנקומען צו אנדערע סארט פראבלעמען. זיי קומען אבער אן אהין. פשוט ווייל דאס איז דער פאקט, אז יעדער סימפטאם, ווערט געטריבן פון א געוויסער פאקט וואס דער מענטש האלט אין זיין הונטערנבאוואוסטזיין, יעדער מענטש וועט זיך צושטעלן צו די פאקט וואס ער ווייסט אויף די וועלט, אויף זיך, אויף די תורה, וכו'. די פאקטן וואס דער מענטש ווייסט, דאס פיהרט דעם מענטש פון מינוט צו מינוט, ווען ראובן האט יא ענגזייעטי און שמעון נישט, איז עס, ווייל ראובן האט די וועלט אנדערע פאקטן, ווי שמעון. ווען ראובן פעניעט יא, און שמעון נישט, איז עס ווייל ראובן האט אנדערע פאקטן אויף וויאזוי די וועלט איז, ווי שמעון.*"

יישר כח פארן העלפן אויסארבעטן די זאך, יעדער וואס קען עפעס צולייגן, און ווי איז מתבונן אליינס?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » פרייטאג ינואר 16, 2015 1:10 pm

נו אז עס איז יא אזוי פארוואס מוז זיין אז דער מענטש וויל האבן די יעצטיגע מצב אדער אנעקזייעטי, אפשר האט ער זיך פשוט אויסגעלערנט א וועג וואס ברענגט אטאמאטיש ענקזיעטי, למשל, אויב מ'האט אים געטשעפעט ווען ער איז געווען קליין אז ער האט עפעס א פעלער אדער זיין טאטע האט אים פארשעמט אדער אפשר אפילו זיך אליין איינגערעדט אז ער קען נישט אזוי גוט ווי זיין חבר און ער האט זיך אזיו איינגעואוינט צו טראכטן און עס איז נישט דא קיינער וואס זאל אים זאגן אנדערש, איז לפי זה וואס איז די שאלה "אויב די וואלסט נישט געהאט די ענקזייעטי וואס וואלט געעוען די פראבלעם?"
איז פשט אז זיי לערנען אפ דוקא אז עס איז עפס א ריוח, און עס קען נישט זיין סתם א געוואוינהייט פון טראכטן שלעכט אדער סתם א שלעכטע בליק אויף די וועלט, פארוואס ווייל די סברא איז אז אויב עס איז סתם פארוואס כאפסטו נישט דיין טעות, אלא מאי איז עס טיפער, אבער די טיפער זע איך אויך נישט פארוואס עס מוז זיין דוקא ער זאל האבן א ריוח עס קען זיין טיפע קאמפליצירטע טעות. און מיר זעט יא אויס אז זיי זוכען דוקא עפס א צווייטע טעות

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » פרייטאג ינואר 16, 2015 1:38 pm

נו אז עס איז יא אזוי פארוואס מוז זיין אז דער מענטש וויל האבן די יעצטיגע מצב אדער ענגזייעטי, אפשר האט ער זיך פשוט אויסגעלערנט א וועג וואס ברענגט אטאמאטיש ענגזייעטי,

נישט אפשר נאר זיכער האט ער זיך אויסגעלערנט און איינערקענט אלץ אן אמת א געוויסער פאקט וואס דאס ברענגט איהם אוטאמאטיש ענגזייעטי. דער עיקר וואס מ'וויל דא געוואר ווערן איז "וואס איז דער פאקט".

למשל, אויב מ'האט אים געטשעפעט ווען ער איז געווען קליין אז ער האט עפעס א פעלער אדער זיין טאטע האט אים פארשעמט אדער אפשר אפילו זיך אליין איינגערעדט אז ער קען נישט אזוי גוט ווי זיין חבר און ער האט זיך אזוי איינגעוואוינט צו טראכטן און עס איז נישט דא קיינער וואס זאל אים זאגן אנדערש, איז לפי זה וואס איז די שאלה "אויב דו וואלסט נישט געהאט די ענקזייעטי וואס וואלט געווען די פראבלעם?"

זיי פרעגן נישט דעם קשיא, זיי פרעגן "פארוואס האסטו מורא"? זיי פרעגן נישט "אויב דו וואלסט נישט געהאט ענגזייעטי וואס וואלט געווען דעם פראבלעם" ווייל די תירוץ איז אז ס'וועט נישט זיין קיין פראבלעם. נאו ענגזייעטי, נאו פראבלעם. זיי פרעגן פארוואס מוזטו האבן ענגזייעטי. וואס וואלט געווען ווען דו פיהרסט דיך אויף אן די ענגזייעטי, פון וואס האסטו מורא, פון וואס אנטלויפסטו, זיי זענען נישט סטופיד. זיי פרעגען נישט קיין נארישקייטן, נאו סענס, זיי פרעגן זייער פשוט, וואס פיהלסטו אין דיר טאמער דו גייסט גובר זיין אויף דעי ענגזייעטי, טאמער דו גייסט דיך ווי כאילו נישט וואוסענדיג מאכן פון דעם ענגזייעטי? וואס פיהלסטו, וואס גייט דעמאלסט געשעהן?

איז פשט אז זיי לערנען אפ דוקא אז עס איז עפס א ריוח,

"דו אליין ווייסט אז א מענטש גייט צו ריוח, און אנטלויפט פון שלעכטס, איי פארוואס אנטלויפט ער נישט פונעם ציגארעטל, ווייל פאר איהם איז ערגער צו פיהלן דעם פיהלונג וואס ס'פיהלט זיך איהם, ווען ער האט נישט דעם ציגארעטל. און פארשטייט זיך אז דאס איז א געוויסער פאקט, ווייל איך רייכער נישט, און אויב וואלט איך געהאט דעם פאקט וואלט אויך גערייכערט, נאר זעהט אויס אז איך האב אנדערע פאקטן."

און עס קען נישט זיין סתם א געוואוינהייט פון טראכטן שלעכט אדער סתם א שלעכטע בליק אויף די וועלט, פארוואס ווייל די סברא איז אז אויב עס איז סתם פארוואס כאפסטו נישט דיין טעות,

וואס הייסט א געוואוינהייט צו טראכטן שלעכטס, אפשר זאגסטו מיר וויאזוי א מענטש וואס איז געבוירן געווארן א פאזיטיוו טינקער, געוואוינט זיך פלוצלינג צו, צו טראכטן שלעכטס. (מעדיקעל אומבאלאנס, נישטא ווער ס'זאל לאכן)


אלא מאי איז עס טיפער, אבער די טיפער זע איך אויך נישט פארוואס עס מוז זיין דוקא ער זאל האבן א ריוח עס קען זיין טיפע קאמפליצירטע טעות. און מיר זעט יא אויס אז זיי זוכען דוקא עפס א צווייטע טעות.


ניין. זיי זוכן אויסדרוקליך נישט קיין צווייטע טעות, .זיי זוכן א "מעמארי". א מעמארי וואס טרייבט דעם סימפטאם.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » דינסטאג ינואר 27, 2015 12:20 pm

נו, מתבונן דער עולם איז זיך מתבונן אז עס איז געקומען די צייט פאר נאך.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ח' – נידריגע זעלבסט-ווירדע

תגובהדורך מתבונן » זונטאג פאברואר 01, 2015 6:27 pm

שיעור ח' – נידריגע זעלבסט-ווירדע

'מען דארף נעמען אזעלכע קליינע סטעפס, אז ס'זאל זיך ניטאמאל פילן אז מען האט זיך געטוישט'

עת לחשוב האט געשריבן:איך וויל פרעגן נאכאמאל א שאלת תם, איך וויל פשוט קלאר פארשטיין.
איך וויל ארויסהאבן די געדאנק אונטער די מהלך און וויאזוי די אנקאנטשעס מיינד ארבעט.


א גרויסע שכוח פאר אלע וואס זענען אריינגעקומען זיך מתווכח זיין און קלארער אויסשמועסן דעם ענין. איך מיין אז א קליינע חזרה וועט אביסל אויסגראדען דעם ענין.

איך וועל עס מסכם זיין אביסל אין נארמאלע טערמינען בלשון הרגיל בבני אדם, פאר מען קומט צירוק צו די קוהירענס טערעפי שפראך.

דאס איז קלאר אז א מענטש קען זיך נישט טוישן פון איין מינוט אויפן צווייטען. דאס איז כו"ע מודו. אין א געוויסע זין, קען זיך דאס זיך טוישן פילן פאר מענטש נאך ערגער ווי דאס טויט אליינס. איך קען דאס אסאך מאל הערן פון מענטשן, 'אויב טויש איך מיך פיל איך ווי איך גיי שטארבען, ווייל איך ווייס נישט ווי איך גיי אריין'. די סיבה פאר דעם איז, ווייל א מענטש במשך זיין לעבן, הן מצד זיין עצם מהות, ועל כולם מחמת זיין חינוך און זיינע איבערלעבענישן, פארמירט זיך א געוויסע 'פארעם' אויף זיך אליין ווי ער שפירט זיך די מערסעט באקוועם.

דאס ווערט זיין 'וועלט'.

די וועג וויאוזי דער מענטש פארמירט זיין באקוועמען לעבן, ווערט פארמירט אין א געוויסע 'אימעדזש' אויף זיך אליין. ווי מער דער אימעדזש ווערט שטערקער, אלטס מער גייט זיך פון איין זייט דער מענטש פילן באקוועמער אין לעבן, אבער פון די אנדערע זייט, גייט איהם זיין זייער שווער זיך צו טוישן אין גיין 'אינדרויסן' פון דעם אימעדזש. אויב גיין שלאפען ביינאכט אדער אויפשטיין אינדערפרי, איז א סטעפ ארויס פון זיין אימעדזש, דעמאלטס גייט זיך פילן פאר דעם מענטט, אז אויב ער שטייט אויף גייט ער שטארבן! פשוטו כמשמעו. ווייל מיט דעם ווייזט ער זיך אליין אז ער האט נישט קיין 'באקס' אין וואס ער לעבט, און דאס לעבן איז נישט אין קאנטראל.

דאס איז די סיבה פארוואס אין ספרים שטייט זייער שטארק (ידוע מש"כ האוהב ישראל פ' ויקרא בליקוטים), אז מען טאר נישט שפרינגען קיין מדרגות. אויב וויל מען זיך טוישן מוז מען גיין בהדרגה. די סיבה פאר דעם איז, ווייל אויב א מענטש טוישט זיך מער וויפל ס'פילט זיך גענוג זיכער פאר איהם, דעמאלטס קען זיך דער מענטש שטארק דערשרעקן און נישט איבערטראגען די 'פלוצלומדיגער' טויש, און צום סוף אינגאנצן אויפגעבן.

איך האב לעצטענס געהערט א שיעור אויף דעם ענין פון איינע פון די גרעסטע בעלי מחנכים בדורינו, הרב יחיאל יעקבזון שליט"א, ווי ער רעד שטארק ארום ווי שווער ס'איז פאר א מענטש זיך צו טוישן, אפילו ווען ער וויל זיך טוישן. ער ברענגט ארויס סיי די נקודה אז אויב א מענטש האט ערגעץ ווי א געוויסע אימעדזש וואס שטעמפלעט איהם אפ, גייט דער מענטש נישט פילן זיכער זיך צו טוישען (אפילו עס איז א נארישע אימעדזש ווי 'איך בין נישט קאנפעדענט', האט זיך שוין דער מענטש צוגעוואוינט אז איך בין נישט אין די קאטעגאריע פון קאנפעדענט מענטשן, און זיך צו דערזעהן קאנפעדענט, גייט זיך פילן ווי דער טויט אליין, ווייל ער ווייסט דאך נישט וויאזוי מען עסט דאס). צווייטענס, אז מען מאכט א טויש אפילו אין די עצם התנהגות, וואס איז צו גרויס. ער ברענגט שטארק ארויס, אז די סיבה פארוואס מען דארף גיין בהדרגה איז נישט ווייל אזוי איז די סדר בבחינת גזיה"כ, נאר גיין אנדערש איז ממש 'טויט' פארן מענטש, און איז ממש נישט מעגליך.

איך האב זייער הנאה געהאט פון די הגדרה וויאזוי ער לייגט אראפ וויאזוי מען דארף גיין בהדרגה.

'מען דארף נעמען אזעלכע קליינע סטעפס, אז ס'זאל זיך ניטאמאל פילן אז מען האט זיך געטויטש.'

ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו אויף אזא אופן, באקומט ער צוביסלעך א אימעדזש אויף זיך אז איך בין א 'טוישער' – איך בין א מענטש וואס קען זיך גרינגערהייט טוישן, אנשטאטס צו זיין א מענטש 'וואס קען זיך נישט טוישן'. אלע פראבלעמען קומען פון זיך זעהן אלטס א מענטש וואס קען זיך נישט טוישן, ווייל איך בין 'דאס און דאס', און עס 'טייטשט' זיך אויס אויף פארשידענע נעמען, ווי נודריגע זעלבסט ווירדע, ענקזייעטי, דעפרעסיע וכדו'.

צום שלוס:

ווען א מענטש זעהט אז ער קען זיך רוהיגערהייט טוישן, איז א סימן אז פאר איהם איז דאס נישט קיין טויט, ווייל עס איז נאך אין זיין 'קאמפארט זאון' און עס שטומט מיט זיין בליק אויף זיך אליין און אויף די וועלט. אבער ווען א מענטשן פילט זיך 'געבלאקט', איז א סימן אז ער האט מורא אז ער גייט שטארבן (נפשיות'דיג) אויב ער גייט זיך טוישן, ממילא וויל ער זיך נישט טוישן. א מענטש מוז טרעפן דער וועג וויאזוי ער קען זיך טוישן און ער זאל נאך אלץ נישט שפירן ווי ער טוישט זיך במציאות.

און אנדערע ווערטער:

די אפטייטש פון א פראבלעם איז, 'אז איך פיל אז איך קען מיך נישט טוישן', אויב וואלט דער מענטש געהאלטן אז ער קען זיך טוישן וואלט ער זיך דאך געטוישט און נישט געבליבן אין זיין פלאנטער. וועלעכע נער וויל דען בלייבן סטאק?

די מטרה פון קוהירענס טערעפי

יעצט צירוק צו אונזער טעמע.

קוהירענס טערעפי איז דיירעקט דעוועלאפט געווארן פאר מצבים וואס א מענטש פילט אז ער וויל זיך טוישן, אבער ער פילט זיך געבלאקט.

דאס איז די יסוד פונעם פראבלעם – איך האלט אז איך קען מיך נישט טוישן. עס איז נישט קיין 'קאגנעטיוו / טראכטן' פראבלעם, עס איז אויך נישט קיין 'התהגות' פראבלעם. דער פראבלעם איז, אז דער נייער טויש וואס דו ווילסט נעמען אויף זיך אליין, שטימטט נישט וויאזוי דו האסט דיך פארמירט דיין לעבן. עס גייט ארויס פון דיין 'באקס' און עס פילט זיך זייער שרעקעדיג.

עת לחשוב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס קען נישט זיין אז דער פראבלעם יעצט איז א דירעקטע תוצאה פון די פאלשע בליק אויף די וועלט, דאס הייסט ווייל ער האט פאלש אפגעלערנט די וועלט במילא קומט ארויס אומגעוואנטשענע תוצאות, איי וועסטו פרעגן פארוואס כאפט ער נישט אז עס איז פאלש, די תירץ איז ווייל די בליק פון א מענטש איז באגראבן עס איז אין די איקאנטשעס עס איז נישט אויבן אויף, און בכלל איז זייער שווער פאר מענטש צו כאפן וואו ער איז ראנג מיט זיין טינקינג, , במילא קומט ארויס די פארפוילטע פירות.
בקיצור איך פארשטיי אז די אנקאנטשעס פארדרייט א קאפ, אבער מהיכי תיתי אז דער אנקאנשטעס איז אזא קרומער פארדרייטער קאפ? איך וואט געזאגט ער איז זייער גראד און די פראבלעם וואס ער האט טיפ באגראבן קומט ארויס, פארוואס דארף מען זאגן אז עס קומט ארויס מיט א קאוועראפ?


די מושג 'קהורענס', איז לאו דווקא מיוחס צום פאקט אז עס איז דא א 'ערגערע' פחד, נאר יעדע פאקט וואס דער מענטש האלטן אן, וואס מאכט אז זיין התנהגות מאכט סענס. דאס איז דער אפטייטש פון 'קוהערינס' – דער פראבלעם 'שטימט' לויט וויאזוי דו לעבסט. סיי עס שטומט מיט פריערדיגע הנחות אויף דיר אליין און אויף די וועלט, וואס לפי זה מאכט נישט מער ווי סענס, אז דו גייסט היינט אזוי לעבן, און סיי אז עס גייט ממילא טריגערן דעם ענדגילטיגען פראבלעם – אויב דו ווילסט דיך טוישן פון דעם אלטן וועג, וועסט שפירן זייער פארלוירן און נישט אין קאנטראל.

צו העלפן דעם סארט 'פראבלעם', דארף מען פארשטיין די 'וועלט' אין וואס דער מענטש לעבט, כדי צו פארשטיין פון וואס ער האט מורא זיך צו טוישן. די מינוט וואס דער פחד קומט ארויס, איז דער מענטש ביכולת צו טון אזא מין טויש וואס פילט זיך ניטאמאל אז ער האט זיך עפעס געטוישט, ווען אין פאקט האט ער געמאכט א קליינע טויש. דאס איז דער 'סתירה' וואס מיר האבן דערמאנט אין ד פאריגע שיעורים – א סטעפ וואס האט זיך אמאל געפילט זייער טראגיש און אומדערהערבאר, פילט זיך היינט פשוט און נארמאל.

אויב איינער האט זיך מורא צו נעמען א שריט אין לעבן, און ער האט מורא צו טון היינט אנדערש ווי נעכטון ווייל 'אויב איך גיי מיך טוישן גיי איך שטארבן און איך גיי נישט וויסן ווי איך גיי אנקומען', א פחד וואס ער האט ביז היינט נישט געקענט אפילו ארויסזאגן מיטן מויל, און ויהי לפלא, ער גייט ארויס אין לעבן, און שפירט קלאר אז, 'העי, קוק איך האב געטון 'פאר א מיסטעיק' עפעס אנדערש ווי נעכטן, און... איך בין נישט געשטארבן! ס'איז גארנישט געשען!'

וואס דא פאסירט איז, אז עס ברייטערט אויס זיין זיכערקייט אין לעבן. עס פילט זיך נישט ווי ער גייט 'ארויס' פון זיין 'זיכערע זאון', ווייל ס'האט דאך למעשה גארנישט פאסירט. ער איז ווייטער געבליבן אין זיין קאנטראל. אזוי קען א מענטש מאכן טריט נאך שריט, און ווערן מער און מער באקוועם מיט זיך און די נייע וועלט ווי ער גייט אריין. מיט דעם איז מען פארזיכערט אז ער גייט זיך נישט טרעפן פלוצלינג אין פרעמדע טערעטארי ווי ער איז נישט זיכער, און זיין סאקסעס ראטע גייט ארויף. אויב פאלט מען צירוק, איז ווייטער א ראיה, אז מען דארף נאך אביסל אויסברייטערן זיין זאנע, כדי זיך נישט צו פילן ווי א פרעמדער אין די נייע סטעפ וואס ער האט זיך דא אונטערגענומען.

אין שיעור ז' האבן מיר אראפגעלייגט בעיקר דריי סיבות וואס די דעוועלפערס פון קוהערענס טערעפי האבן באטראכט אלטס גרויסע פאקטארן וואס מאכט א מענטש מורא האבן זיך צו טוישן, וואס דאס פארשאפט 'פראבלעמען' (פארשטייט זיך אז אונטער אלע דריי איז דער אויבערדערמאנטע פחד – איך גיי אריין אין פרעמדע טערעטאריע).

א', עס טוט דיירעקט אויספירן עפעס וואס מ'וויל זייער שטארק, און אין די יעצטיגע אומשטענדען איז נאר מעגליך דאס אויסצופירן מיטן יעצטיגן פראבלעם (א שטייגער ווי חיימ'ס פאניק אין פאריגען שיעור). ב', עס פירט נישט דיירעקט עפעס אויס, אבער עס איז נישט מעגליך אויסצומיידען דעם פראבלעם כתוצאה פון א געוויסע בליק וואס ער האט אויף זיך אדעד אויף די וועלט (בהמשך וועט מען ווייזען נאך אזא פאל). ג', עס איז א אמת'ע צומישעניש וואס דער מענטש האט קיינמאל נישט געהאט די געלעגענהייט אויסצושמועסן, ממילא איז נישט מער ווי גערעכט, אז אין דעם טערעטאריע וויל נישט דער מענטש אריינגיין.

רוב מאל, זענען אלע דריי סיבות אקטיוו. איין סיבה מאכט אויף דאס צווייטע, ביז אלע חלקי הנפש וואס האבן א דיירעקטע שייכות צו דעם ספעציפישען פראבלעם האבן זיך אויסגעגראד, און דער מענטש פילט זיך רוהיג ממשיך צו זיין אויפן נייעם וועג.

די מושג פון נודריגע זעלבסט-ווירדע

כדי דאס ממחיש צו זיין, וועל איך נוצן א פאל פון ארבעטן מיט נודריגע זעלבסט-ווירדע.

אין אלגעמיין איז נודריגע זעלבסט ווירדע א שם הכולל אויף יעדע זאך וואס א מענטש פילט זיך נישט ביכולת אויסצופירן. ער פראבירט און ער פראבירט, ביז ער איז מחליט אז איך קען נישט, און ער פארלירט די זיכערקייט אין זיך, אמאל זיך צו זעהן פאר א איש מצליח. אין אן אדערע אשכול איז געוען א גאנצע 'עיון' וואס פונקטליך דאס איז, אבער לדברינו, איז פשוט, אז יעדע מצב וואס ברענגט אן אז א מענטש זאל האבן א געוויסע באקס אין לעבן, ווי אויבן דערמאנט, גייט ער זיך שפירן 'פארמאכט', וואס אין די היינטיגע דיקשענערי ווערט דאס אנגערופען 'לאו סעלף קאנפעדינס'.

אין אמת'ן אריין, אז קיין איין מענטש ווערט נישט געבוירן מיט לאו סעלף קאנפעדענס. מדארף קיינעם נישט שטיפן זיך צו נעמען גיין, אדער עסן, עס קומט נאטירלעך (חוץ עלטערן וואס זענען נערוועז, און שיקן די קינדער פאר פיזיקעל טערעפי אויב האט מען מורא אז דער קינד ווייסט נישט פון זיך אליינס ווען ער וויל זיך נעמען גיין). במשך'ן לעבן לערנט זיך דאס קינד אויס פארשידענע 'כללים' אין לעבן, און דאס ווערט זיין 'זיך' און פון דעם רירט ער זיך נישט, ביז דאס לעבן צווינגט איהם אז דאס לעבן איז אביסל אנדערש. ווען מען וועט גוט אריינקוקען, וועט מען קלאר קענען וועלעכע 'באקסעס' און בליקען אויפן לעבן, טרייבן דעם אזוי גערופענעם נודריגע זעלבסט-ווירדע, אזוי ווי מיר וועלן זעהן אין דעם קומענדיגען דוגמא.

איך וועל אביסל פארציילען פון א פאל פון איינעם וואס איז געקומען צו מיר מיט ענקזייעטי און אומזיכערקייטן, און וויאוזי אלע דריי אויבערדערמאנטע סיבות, האבן עווענטואל געשפילט א וויכטיגע ראלע אין זיינע פראבלעמען.

איציקל'ס פחדים און נערוועזקייטן

איציק'ל איז א ניינצן יעריגע בחור, א בא בשנים, און קיין שידוך האט ער נאך נישט געטראפן. אין אמת'ן אריין האט איציק טיף אין זיך געהאפט אז ער זאל א חתן ווערט ווי שפעטער, אולי ואולי וועלן זיינע פראבלעמען שוין אוועקגיין ביז דעמאלטס. ער איז געווען זייער נערוועז א חתן צו ווערן וועגן זיינע אומזיכערקייטן און נערוועזקייטן, נישט וויסענדיג וואס ווארט איהם אפ נאכן חתונה.

ווען ער איז געקומען צו מיר האט ער מיר פארציילט וואספארא פחדן ער איז, און ווי שטארק ער האט מורא צו זיין צווישן מענטשן. זיין פחד לאזט איהם זיך נישט אנרופען אין קופקעס צווישן די בחורים, און אזוי אויך ווען ער האט זיך עפעס אנצורופען מיט עפעס א גוטע פשט אין די גמרא, קען ער ווערן היבש פאראלאזירט. פון די אנדערע זייט, האט איציקל זיך ארויסגעוויזן צו זיין א גאר שטארקע בעל כשרון, אבער זיינע כשרונות זענען געבליבן ביי איהם צוליב זיינע אומזיכערקייטן.

אין די ערשטע פאר סעסיעס איז שטארק ארויסגעקומען א חלק פון איציקל'ס גאר שטארקע פחדים. די ערשטע סיבה פאר זיינע פחדים, האבן געמאכט סענס. ער האט געזעהן אז אויב ער גייט זין אפען גייט מען איהם קריטיקירען און אראפקלאפן, און ער גייט זיך נישט קענען דיפענדען וכו' וכו'. 'בעסער זאל איך נישט ווייזן ווי געריבען איך בין, אז איך זאל נישט ווערן אראפגעקלאפט'.

זיין מצב האט זיך אבער נישט קיין סאך געטוישט, און דאס האט געזאגט, אז מדארף דא זעהן אויף וואספארא פאקטן זיינע פחד פון ווערן אראפגעקלאפט איז געבויעט.

דאס נעקסט מאל, האט ער מיר פארציילט, ווי ער איז געזעצען מיט א בחור פריוואט, און ער האט געוויסט אז ער האט עפעס זייער ספעציעל צו פארקויפן – א נושא וואס ער איז שטארק געריבען אין דעם, און ער איז געווען זיכער אז יענער בחור וועט זיכער זיין שטארק אינטרעסירט צו הערן וואס ער האט צו פארקויפן. אבער נאך אביסל רעדן איבער דעם נושא איז ער געווארען זייער נערוועז און האט אויפגעהערט צו רעדן. פאר איציק'לען האט זיך דאס ממש געווינדערט, נישט קענעדיג פארשטיין וואס גייט פאר מיט איהם, דא ווייס איך דאך שוין יא וואס איך רעד, וואס גייט פאר מיט מיר?

ס'האט מיר אויך זייער געווינדערט, און איך האב געוואלט טון א עקסערסייז מיט איהם כדי צו דערגרינטעווען א טריט ווייטער וויאזוי זיין לעבן איז אויסגעשטעלט.

איך האב געהייסן זיך מדמיין זיין כאילו ער זיצט דארט מיט דעם בחור, און ער פארציילט איהם זיינע חידושים, און ער זאל אביסל צולייגען קאפ, וואס גייט פאר אין די מינוט וואס ער פילט אז ער דארף אויפהערן רעדן. (דאס איז פארשטייצעך די וועג וויאזוי איהם ארייצוברענגען אין מציאות וואס פאסירט, אנשטאטס צו דארפן רעדן פון שכל ארויס).

ער האט אזוי געטון, און ער האט באמערקט ווי עפעס קריטיקירט איהם, אז ער איז נישט גענוג 'חשוב' צו זאגען זיינע רעיונות. איך בין געווען זייער נייגעריג וואס 'חשוב' מיינט, און פארוואס ער האלט אז ער איז נישט גענוג חשוב. כדי דאס זאל קומען פון די געפיל און נישט פון שכל, האב איך איהם געהייסן רעדן כאילו ער איז דער קול וואס רעד צו איציק, און ער זאל זאגען צו איציק וואס ער ווייסט וועגן איציק צו זאגען אז ער איז נישט חשוב.

דער קול האט איהם געזאט אזוי (בערך):

'דו ביזט נישט חשוב, ווייל דו ביזט זייער שוואך. דו ביזט נישט גענוג שטארק, סוי דו האסט דיך נישט וואס אנצורופען.'

האב איך מיך קודם אויסגעלערנט וואס 'חשוב' מיינט אין די וועלט פון איציק – חשוב מיינט א שטארקע מענטש.

יעצט וואס מיינט שטארק?

איך האב ווייטער געשטיפט דעם קול צו זאגען פאר איציק וואס ער ווייסט צו זאגען אויף דעם אז ער איז נישט שטארק.

און דער קול האט ממשיך געווען:

'וואס הייסט? דו ביזט דאף א דארע שטעקן, פון הויט און ביין, און דו קענסט נישט מאכן קיין אייגענע החלטות אין גארנישט. נאר איינער וואס איז 'ברייט ביינערדיג' קען פירן זאכן און זאגען וואס ער האט צו זאגען, ממילא האסטו נישט וואס צו זאגען בכלל.'

איך האב אנגעהויבן עפעס צו פארשטיין דא. אויב איציק ווייסט אז ער איז א 'שוואכעטשקע' אן קיין שום power, נישט פיזיש און נישט גייסטיש, פארשטייט זיך אז ער גייט זיין נערוועז און מורא האבן פאר זיין אייגענעם שאטן, און אוודאי נישט זיך צו טרויען אריינצורדען פאר אנדערע.

די שאלה איז נאר וויי ווייט דאס גייט. אויב איציק שפירט זיך ווי א 'מציאות' פון שוואכקייט, און דאס זיין 'אימעדש' אויף זיך אליינס, פאנגען זאכן אן צו מאכן סענס. בדרך כלל באקומט א קינד א סענס אויף די אייגענע אימעדזש לויט וויאזוי די ארומיגע פירן זיך אויף צו איהם.

האב איך געפרעגט איציק / קול, ווער נאך האלט אזוי ווי דיר, אז איציק איז א שוואכטשקע?

ער האט גלייך געענפערט, 'וואס הייסט? טאטי'.

'און וואס ווייסטו צו זאגען אז פאר איהם איז איציק שוואך?'

'אוואדאי איז ער שוואך, אויב טאטי זאגט עפעס, און ער פאלגט ווי א טאטעלע, איז א סימן אז ער איז שוואך'.

און דא האט זיך שוין איציק אליין אנגערופען, 'ס'איז ממש פשוט, איך ווייס פאר א פאקט, אז אויב איך פאלג מיין טאטע ווען ער הייסט מיר טון עפעס, איז א סימן אז איך בין שוואך'.

כדי צו פארשטיין ווי ווייט דאס גייט, פרעג איך איהם, 'און דיינע אנדערע ברודערס זענען אויך אזוי שוואך ווי דיר? זיי פאלגען אויך אלעס?'

'ניין', ענפערט ער גלייך, מיין עלטערע ברודער פירט זיך טאקע זיין אייגען לעבן, און פייפט איהם אסאך מאל אן, אבער איך פאלג אלעמאל ווי א שוואכלינג, און איך שטעל מיך קיינמאל נישט קעגן זיינע ווערטער. איך געדענק איין מאל אלטס קינד ווי איך האב מיך פראבירט איינצובעטן ביי איהם אויף עפעס, וואס פארשטייט זיך אז ער האט מיר נישט איינגעגעבן. סוי איך ווייס קלאר אז איך קען אפילו נישט טון אנדערש ווי איהם'.

אהא, די בילד האט זיך אנגעהויבן צאמצושטלען. פאר איציק איז געווען קלאר אויסגעשטעלט, אז די סיבה פארוואס ער פאלגט אזוי אלעמאל זיין טאטע ווי א לעמעלע, איז ווייל ער איז שוואך, און האט נישט קיין שום דיעה פאר זיך, א זאך וואס זיין אנדערע ברודער האט יא די מעגליכקייט צו טון. דער בליק אויף זיך אליין, טראגט איציק ארום איבעראל, און ער ווייסט אז פאר יעדעם איינעם איז ער די 'שוואכער' וואס האט נישט קיין שום כח צו עפענען דאס מויל. ווי איציק האט זיך אויסגעדריקט, 'איך ווייס אז יעדער איז שטארק און איך בין שוואך, און איך דארף פאלגען יעדעם איינעם, און יעדער קען זאגען דיעות, נאר איך נישט – איך בין דער פאלגער'.

וואס איז דאס זייער אינטרעסאנט, אז איציק האט פארשטאנען, אז אויב ער 'פאלגט זיין טאטע', איז א ראיה אז ער האט 'בכלל' נישט קיין שום כח – ער קען נאר מיטגיין, אבער נישט פירן. אנדערש ווי זיין ברודער וואס האט יא כח, און קען אמאל נישט פאלגען. וואס ער האט פארשטאנען, אז 'כח' איז תלוי אויב מ'פאלגט בפועל אדער נישט, און נישט אויב מ'האט די כח ב'כח', אפילו מען פירט עס נישט אויס בפועל.

בכל אופן, ס'האט זיך דא אנטפלעקט די צווייטע סיבה פארוואס זיינע אנגעצויגענקייטן זענען געווען וויכטיג. פאר איציק איז פשוט נישט שייך צו עפענען דאס מויל געהעריג, ווייל פאר איהם איז דער געדאנק פון power א פרעמדע זאך, און איז בכלל נישט אין זיין דיקשענערי. די קינץ גייט דא זיין, אז איציק זאל טרעפן א קלארע באווייז אז ער האט יא power אין זיך, אוטאמטיש, וועט ער זיך קענען ערלויבן צו עפענען דאס מויל, פונקט ווי א צווייטער עפענט דאס מויל.

איך האב אראפגעשריבן דעם פאקט אויף א צעטל, אז 'איך בין שוואך, און נאר דו ביזט גרויס וכו' וכו', און איך האב געזאגט פאר איציק אז יעדע מאל ער זעהט זיך נישט עפענען דאס מויל, זאל ער לכה"פ חזרן פאר זיך דעם פזמון, אז 'יא', אזוי גייט עס, איך קען נאר פאלגען, אבער נישט זאגען מיין דיעה וכדו'.

דאס נעקסטע מאל, איז איציק צירוקגעקומען זאגענדיג, אז לכה"פ אין שכל פאנגט ער אן צו פארשטיין, אז ווייל ער פאלגט אזוי שיין, מיינט נאך נישט אז ער האט נישט קיין דיעה בכלל. אבער במשך השמועס האט איך געזעהן אז טיף אין געפיל, האלט נאך איציק אז דאס איז יא אמת, אז 'נאר טאטי האט כח, אבער איך נישט'. אבער אויב אין שכל פארשטייט ער דאס שוין, האלט מען שוין א טריט ווייטער.

כדי צו זעהן פארוואס איציק האלט דאס נאך אן, האב איך געמאכט מיט איהם דעם עקספערימענט.

איך האב איהם געהייסן זיך דמיונען אז ער זעהט זיין טאטען פאר זיך, וויסענדיג קלאר, אז ווען ער הייסט עפעס האט ער נישט קיין פאטענציאלע כח אפילו צו זאגען 'ניין'.

איך האב איהם געזאגט, אז דו קענסט דיך שפירן צוויי וועגן ווען דו זעהסט דיך דארט פאר דיין טאטע, איין וועג איז אז וואס ער זאגט איז געזאגט, און דו ביזט כאין וכאפס אן קיין שום כח צו זאגען ניין, און אפילו צו האלטן דיין אייגענע דיעה, נאר טאטי האט כח, און דו ביזט גארנישט.

איך האב איהם געלאזט אריינאטעמען דעם וועג וואס ער ווייסט אויף זיך.

נאכדעם האב איך איהם געזאגט, אז יעצט זאלסטו זעהן עפעס אנדערש, טאטי זאגט וואס ער האלט, אבער טיף אין דיך ווייסטו אז דו ווייסט אנדערש – דו ווייסט אז דו האסט דיינע אייגענע דיעות, און דו קענסט האלטן אנדערש, און אויב דו גייסט במציאות טון אנדערש, איז שוין דיין אייגענע בחירה צוליב כיבוד אב וכדו', אבער דו ווייסט אז בעצם האסטו אן אנדערע דיעה אין דעם ענין... וויאזוי פילסטו וויסענדיג אז דאס איז די מציאות?

איציק זאגט גלייך, 'אויב דאס איז די מציאות, גיי איך מיך מיין וועג, און איך טו וויאזוי איך האלט, איך וועל מיך פרייען אויב דאס איז די מציאות'.

'נו', זאג איך איהם, 'אין דמיון איז יעצט זיכער אזוי, וואס איז דיין נעקסטע סטעפ?'

'איך גיי יעצט לערנען די מסכת וואס 'איך וויל' און וואס איז מיר געשמאק, און נישט וואס מיין טאטע וויל'.

'ערלעדיגט', פאר איך מיט מיט איהם, 'דארט שטייט דיין טאטע, און דו לערנסט די מסכת וואס איז דיר געשמאק, און וואס פאסירט נעקסט?'

דא ווערט שוין איציק אביסל אומבאקוועם.

'אממ... מיין טאטע קומט צו צו מיר און זאגט מיר אז ער האלט אז ס'איז מער א תועלת צו לערנען די אנדערע מסכת'.

'און'... פרעג איך איהם.

'און יעצט גיי איך מיך דארפן טענה'ן מיט איהם'.

'און'... פרעג איך ווייטער. 'וואס איז די פראבלעם מיט דעם?'

'איך נעם אוועק זיין ריספעקט, און זיין כבוד אויב איך טענה זיך מיט איהם, ער ווערט מער נידריגער'.

'אהא', פיר איך אויס. סוי דיין אייגענע כח און החלטות גייען גורם זיין אוועקצונעמען דיין טאטעס אייגענע כבוד און ערך?'

'יא, ממש אזוי', פירט איציק אויס.

כדי דאס מיטצולעבן קלאר ווי ער האט א פראבלעם צו האבן זיין אייגענעם כח, האב איך איהם געהייסן זאגן פאר זיין טאטע דאס וואס ער האט יעצט געזען אין א סענטענס. איך האב איהם געהייסן זאגן פאר זיין טאטע, 'מיין כח, איז שטער פאר דיין כבוד און ערך, טאטי, סוי איך גיי נישט נאכגיין מיין אייגענע דיעות, נאר איך וועל דיך נאכגיין'.

איציק האט דאס געזאגט און געפילט אז דאס איז אמת.

וואס איך האב דא פארשטאנען אז איציק האט א מטרה אין לעבן צו האלטן זיין טאטע'ס כבוד און ערך זייער טייער, א זאך וואס פאר זיך איז זייער ריכטיג. אבער אין דעם פאל, האט איציק אביסל איבערגעצויגען דאס שטריקל מיטן אינגאנצען אוימעקן זיין אייגענעם כח מיטן ציל צו האלטן זיין טאטענס כח שטארק. עס איז דא הלכות וויאזוי זיך צו טעה'ן מיט א טאטע, אבער זיך בכלל נישט טענה'ן כדי צו היטן אויף זיין כבוד, איז בכלל נישט ריכטיג. דאס נעקסעט שטאפעל איז געווען צו זעהן וואס איז אזוי וויכטיג צו האלטן זיין טאטענס כבוד אזוי טייער אפילו אויפן פרייז פון זיך אוועקלייגען.

איך האב געהייסן איציק זאגען פאר זיין טאטע, 'איך מוז שטארק אנהאלטן דיין כבוד און ערך, ווייל אויב איך גיי דיך לאזן לויז, דעמאלטס...' לאז די סענטענס זיך ענדיגען פון זיך אליינס, וואס עס קומט ארויס נאטירלעך אן דעם וואס דו זאלסט אפילו טראכטן פאר דעם וואס דו גייסט זאגען. דאס איז א וועג וויאזוי מוועקט אויף די געפיל וואס ווייסט ווי וויכטיג עס איז צו אנהאלטן טאטי ריספעקט פאר יעדע פרייז.

איציק האט זיך פארמאכט די אויגען, און אנגעהויבן צו זאגען, 'איך מוז... ווייל אויב נישט... דעמאלטס... אממ... אממ...' דא האט איציק קול אנגעהויבן אראפצוגיין, א סימן אז עפעס וואס ליגט איהם אויפן הארצן פאנגט אן ארויסצוקומען, 'דעמאלטס, גיי איך מיך דערזעהן אין א וועלט פון כאאס! – א עירוב טוב ורע, איך בלייב אינגאנצען צומישט'.

איציק האט זיך דא דערזעהן אין זיין דילעמע אין לעבן, פון איין זייט וויל ער גיין זיין וועג, אבער פון די אנדערע זייט האט ער אין זיין לעבן זיך נישט געקענט געפינען געהעריג דאס פלאץ היות עס איז אן 'עירוב טוב ורע', און קיין גראדע מהלך וואס איז טוב און וואס איז רע, האט ער קיינמאל נישט באקומען.

'וואס איז די קאנעקשען פון לעבן אין א וועלט וואס איז עירוב טוב ורע, צו האלטן זיין טאטען אזוי ריספעקפול?' האב איך איהם געפרעגט.

'אזוי טו איך לכה"פ וואס ער זאגט, און ער ווייסט אלעס, און אן איהם ריר איך מיך נישט, אזוי בין איך פארזיכער אז איך ווייס וואס איך טו, און איך מוז איהם האלטן זייער ריעספעקפול כדי איך זאל פילן ווי איך גיי נאך עפעס א פרימינאנטען מורה דרך'.

'אין אנדערע ווערטער', ענדיג איך צו, 'איז וויכטיג פאר דיר נישט צו האבן דיין אייגענע כח, כדי נישט צוצושטערן די הדרכה וואס דו באקומסט פון דיין טאטען, עס איז אזוי ווי דיין שיץ-צומער אין די וועלט צו וויסן וויאזוי זיך צו באגיין דא אין דעם צימישטן וועלט'.

'יא', האט ער צוגעשטומט.

אלזא איז געווארן קלאר, אז די איינציגסטע וועג פאר איציק'ל זיך צו פילן זיכער באופן כללי אין דער וועלט, איז אינגאנצען אויסצומעקן זיין 'זיך' און זיך דערזעהן אלטס א 'שוואכע' כאראקטער, ווייל נאר אזוי וועט דאס איהם העלפן צו קענען האלטן א זיכערער פלאץ מיט זיין טאטע.

אין דעם שטאפעל איז ארויסגעקומען די דריטע סיבה פארוואס מענטשן האלטן אן פראבלעמען – ער האט אמת'ע אלטע צומישענען וואס ער האט קיינמאל נישט געהאט די מעגליכקייט אויסצומשועסן מיט איינעם. אבער אנשטאטס צו בלייבן מיט דעם, האט ער – אלטס א באשיץ מיטל – זיך דערקלערט אלטס 'שוואכער', אזוי נעמט ער נישט קיין שום אייגענע טריט פאראויס אין לעבן אן זיין טאטע, אפילו דאס מאכט איהם נאך מער נערוועז באופן כללי אין לעבן, ווייל ער קען יעצט נישט עפענען דאס מויל אפילו אין א נושא וואס ער קען יא. ווייל האבן אייגענע כח, לייגט ער זיך אריין אין א נסיון צו נעמען אייגענע שריט, וואס דאס איז עפעס וואס ער וויל בשום פנים ואופן נישט.

און דאס אלעס שפירט זיך צום סוף, אפילו ביי די ניינצען יאר, און וועט אזוי ממשיך זיין לאורך כל ימי חייו – ווי נודריגע זעלבסט ווירדע.

כדי דאס אריינצוברענגען מער אין די באוויסטזיין פון איציקעל וויאזוי ער ספראוועט זיך מיטן לעבן, האב איך אפגעשריבן אויף א צעטל:

אויב איך ווייס אז איך האב power – איך האב מיינע אייגענע מיינונגען, דעמאלטס גיי איך מיך מיין וועג,
און דעמאלטס איז מיין power א threat פאר דיר, טאטי,
און דו וועסט קענען ווערן שוואכער, און איך וועל דיך פארלירן,
און דעמאלטס גיי איך מיך דערזעהן אין chaos!!! – א עירוב טוב ורע,
און איך וועל נישט טרעפן מיין שוץ-צומער ווי איך קען מיך האלטן רוהיג און סעיף.
סוי, איך גיי מיך האלטן powerless און נישט האבן קיין שום מיינונג, ווייל נאר אזוי דארף איך מיך נישט טענה'ן מיט דיר, און בין איך פארזיכערט אז דו בלייבסט מכובד, קאמפעטענט און רילייעבעל, און איך קען בלייבן אין מיין 'שיץ-צומער' רוהיג און סעיף אוועק פון די גאנצע chaos.
אפילו אויב איך בלייב אן מיין power, בלייב איך נאך מער אנגעצויגען.


די מטרה פון דעם איז ווייטער, אז איציק זאל אנהויבן נעמען אחריות אויף זיין אייגען לעבן, דארך אנערקענען וויאזוי ער אליינס מאכט זיך זיין פראבלעם, און דאס וועט איהם האפענטליך געבן די מעגליכקייט צו מאכן זיינע החלטות אויף 'זיך' פון דאסניי.

איך האף אז דאס איז א גוטע דוגמא צו ווייזן וויאזוי מיט געוויסע בליקען אין לעבן, מאכט זיך א מענטש א געוויסע אימעדזש אויף זיך אליין וואס זאל איהם העלפן זיך ספראווענען מיטן לעבן. ער לייגט זיך אריין אין א באקס, אפילו עס מאכט איהם נאכדעם שווערער צו נעמען א פיס-טריט ארויס פון דעם.

אבער אזוי זעמיר אונז מענטשעלעך. אונזער ארבעט איז, ארויסצוקריכען פון אונזערע פארמאכטע תפיסות און זעהן די שיין אינדרויסען פון די אייזענע גראטעס.

איך האף אז דער שיעור קלארט אביסל אויס די נושא דא, ובפרט פאר הרב עת לחשוב וואס איז דא שטארק אריינגעקומען.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » זונטאג פאברואר 01, 2015 8:23 pm

מייסטערהאפט ארויסגעברענגט אזוי קלאר און פארשטענדליך! זייער הנאה געהאט. יישר כח!

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » זונטאג פאברואר 01, 2015 8:51 pm

נפש אמיתי האט געשריבן:מייסטערהאפט ארויסגעברענגט אזוי קלאר און פארשטענדליך! זייער הנאה געהאט. יישר כח!

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » מאנטאג פאברואר 02, 2015 11:03 am


אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ט' - איבער היפנוסיס

תגובהדורך מתבונן » דינסטאג פאברואר 10, 2015 10:51 pm

וואס איז היפנוסיס?

אין דעם היינטיגען שיעור וועל איך מיך אביסל מתייחס זיין צו א שאלה וואס הרב נפש אמתי האט לפי תומו געפרעגט,

נפש אמיתי האט געשריבן:איז דאס פארבינדן מיט היפנאזיע?


האף איך אביסל אויסצושמעוסן דעם ענין דא. איך וועל אויסשמועסן דער יסוד פון היפנוסיס, און פון דעם וועט מען פארשטיין די חילוק פון די עקסערסייזעס וואס איך טו צו טראדיציאנאלע היפנוסיס.

קודם דארף מען פארשטיין, וואס איז היפנוסיס?

דר. דעיוועד סיגעל (א מעדיקעל דאקטער וואס טוט אויך אין היפנוסיס) האט אראפגעלייט די אפטייטש פון היפנוסיס אויף אזא וועג:

"Hypnosis is a natural psycho-physiological state of aroused, attentive, receptive, focal concentration, with a corresponding diminution in peripheral awareness."

דאס מיינט, א יעדע מענטש האט באופן כללי א 'פעריפיאל בליק' ארום זיך, דאס הייסט מזעט נישט נאר ווי מקוקט, נאר מזעט אזא מין 360 ענגעל בליק. ווען מאיז אין היפנוסיס איז דער פריפיעל בליק פארקלענערט, ממילא איז די קאפ נישט אזוי שטארק אפען צו אנאלאזירן פונקטליך וואס דא גייט פאר. פון די אנדערע זייט איז אבער די מוח אויף (משלאפט נישט), און עס קאנצעטרירט זיך פונקט ווי אלעמאל, נאר מיט א קלענערע פריפיעל בליק.

וואס זענען די בענעפטין פון היפנוסיס?

וואס טוט מען אויף ווען מען איז איז אזא מצב?

עס טוט אויף אז דער 'דעת' פון דער מענטש ארבעט נישט געהעריג. דער 'דעת' איז דער חלק פון דער מענטש וואס 'האלט קאפ' וואס ער זאל יא טון און נישט טון, יא אננעמען און וואס נישט. אן קיין דעת, איז דער מענטש נישט אנדערש ווי א בהמה און ס'האט נישט קיין שום קאנטראל אויף זיך. דער 'דעת' איז אזוי ווי א 'פילטער' וואס פילטערט דורך די אינפארמאציע וואס קומט אריין אין איהם, און ער איז מחליט אויב יא אנצונעמען די אינפארמאציע אדער נישט, און אויב יא, אויב איך זאל אנהויבן גיין טון למעשה מיט די נייע אינפארמאציע. מען פארלירט נישט אינגאצנען די כח הריכוז וכדו', ווי געשריבן אויבן בשם דר. סיגעל, אבער עס טוט שטארק אראפלאזן די דרגת הדעת.

דער ספעציפישער מצב פונעם מוח, ווערט אנגערופען אין די היפנוסיס שפראך - א 'טרענס' (trance).

די שטארקייט פונעם דעת, איז אנדערש ביי יעדע מענטש. ס'דא מענטשן וואס דער דעת איז זייער שטארק אקטיוו, אפשר נאך מער וויפל ס'פעלט אויס, א שטייגער ווי א שטארקע סקעפטיק. ווידער זענען דא מענטשן וואס זענען מער ווייעך, און לאזן גרינגער אריין אינפארמציע אין זיך. ביידע האבן מעלות און חסרונות. דער סקעפטיק, מחמת זיין גרויס סקעפטישקייט, קען פארלירן אסאך אינפארמאציע וואס וואלט איהם געקענט צינוצקומען, אבער וויל עס נישט אננעמען ווייל ס'שטומט נאך נישט און ס'מאכט נישט קיין סענס. פון די אנדערע זייט, איז דער סקעפטיק ווייניגער עלול צו ווערן אריינגענערט אין זאכן וואס זענען נישט לרוחו. פון די אנדערע זייט די ווייכע נאכגעלאזטע מענטשן האבן א מעלה אז זיי זענען מער אפען צו הערן וואס גייט פאר, אבער פון די אנדערע זייט קענען ווערן צו שנעל איבערגערעד צו זאכן וואס טויגען נישט. אזוי ווי יעדע פאל אין תורת הנפש, איז א באלאנס צווישן די צוויי דאס בעסטע.

וואס טו איך ווען איך וויל איבערערדען א שטארקע סקעפטיק ער זאל אננעמען מיין דעה?

עס איז דא צוויי וועגן. די ערשטע וועג איז, אז איך וועל איהם איבערווייזן מיט ראיות און הוכחות ברורות אז 'יש דברים בגו' און איך ווייס וואס איך רעד, און האפענטליך וועט דער סקעפטיק איינזעהן די אמת אין מיינע ווערטער און ער וועט עס מקבל זיין. מיט דעם וועג, איז דער 'דעת אנאליזער-פילטער' געבליבן ווי ער איז, און ער האט געפילטערט די חומר מיט זיינע כללים און מחליט געווען עס דורכצולאזן.

עס אבער דא א צווייטע וועג. איך קען איהם אוועקנעמען זיין אנאליזער-פילטער פאר א פאר מינוט, אזוי אז ס'זאל איהם נישט איינפאלן צו פילטערן מיין אינפארמאציע, און דעמאלטס בין איך פריי צו גיין און איהם פארקויפן וואס איך וויל. דער מהלך רופט זיך אן אין 'היפנוסיס', אדער אין אנדערע ווערטער, 'השפעה'. (פארשטייט זיך אז איך מיין נאר זיין גוטס, אויב וויל איך איהם שלעכטס טון, איז דאס נישט אויסגעהאלטן און נישט מענטשליך. און סתם אזוי איז גוט צו וויסן, אז אין יסודות'דיגע ענינים קען מען נישט היפנעטייזן א מענטש. למשל, מקען נישט היפנעטייזן א יוד, א שומר תורה ומצוות, אז ער זאל זיך וועלן שמד'ן רח"ל. דאס איז שוין צו א שטארקע סתירה צום מענטש, און אפילו אין היפנוסיס גייט עס דער מענטש אוועקמאכן און נישט אננעמען, ממילא דארף מען זיך נישט דערשרעקן פון היפנוסיס אז עס קען איבערדרייען א מענטש).

א מער ווייעכע מענטש וועט פארשטייט זיך, זיין גרינגער צו היפנעטייזן, ווייל זיין כח הדעת איז שוין סייווי שוואכער רעלאטיוו. אבער א סקעפטיק וועט אפשר זיין אביסל שווערער צו היפנעטייזן, ווייל זיינע מחיצות זענען סאך שטערקער געבויט. אבער אפילו א סקעפטיק קען מעגן גאר פיין היפנעטייזן אז ער זאל ניטאמאל כאפן וואס גייט פאר.

היפנוסיס איז א נאטירליכע חלק פונעם טאגטעגליכען לעבן

יעדער איינער ווערט במשך'ן טאג געהיפנעטייזט פון זיך אליינס, מ'כאפט נאר נישט אז מ'איז היפנעטייזט.

ווען מען קוקט א ווידיאו, און מען פילט מיט אלע געפילן וואס מען זעהט אויפן ווידיאו, איז מען אין יענע מינוטן היפנעטייזד און דער מוח גייט אריין אין א טרענס. ווען מען ליינט א גאר אינטרעסאנטען ארטיקל אדער ביך, איז מען היפנעטייזד. איז דען א ווינדער אז בשעת מען קוקט די ווידיאו, איז די וועלט געשטארבן? וואס איז 'ריכטיג' און שכל'דיג, איז יעצט נישט אזוי קלאר בשעת מעשה. די שכל ווערט אביסל צומישט פון די רעשיגע-ריקידיגע סקרין, און קען נישט געהעריג האלטן קאפ אז דער איבעלעבעניש איז נאר אין דמיון. וואס מזעט דארט גייט יעצט סאך טיפער אריין אין די נשמה, היות די שכל איז נישט אזוי שטארק דא. נישט אומזינסט פארפירט מען אזוי שטארק נישט צו קוקען נישט אויסגעהאלטענע ביכער, ארטיקלען, און ווידיאוס, ווייל די אינפארמאציע וואס מען זעהט און הערט זיך צאם אין אזעלעכע מאמענטן, גייט אריין סאך טיפער אין די מוח.

פון דער סארט היפנוסיס, קען זיך אפילו א סקעפטיק נישט ארויסדרייען.

דאס זעלבע איז מיט אדעווערטייזמענטס. די קונץ פון מאכן א גוטע אדווערטייזמענט, איז צו קענען היפנעטייזן דעם ליינער און איהם אביסל ארויסנעמען פון די שכל'דיגע וועלט, און אזוי איהם משכנע זיין אז ער זאל סוכ"ס קויפן דעם פראדוקט. עס איז א גרויסע חילוק ווען איינער שרייבט אויף זיין עדווערטייזמענט, 'ווער עס איז אינטרעסירט צו פארדינען אפאר עקסערע דאלארען זאל רופן דעם נאמבער ווי מקען זיך איינשרייבן פאר ביזנעס קלאס', צו, 'ווילט איר וויסן די געהיימע סודות וויאזוי צו דערגרייכען דעם נאמבער 'מיליאן' וואס נאר די גאר הויכע ביזנעס לייט ווייסן? דאן רופט דעם נאמבער און...' דער צווייטער אפציע האט מער פאטענציאל אז מען זאל רופען דעם נומער. דער ליינער איז שוין געווארן אביסל אנגערייצט – אפילו ער וויל נישט – מיט מיליאנען, אין זיין מוח בליטשעקט בילדער פון גרינע דאלארען, ס'איז שוין נישט אזוי גרינג צו האלטן דאס קאפ אויפן פלאץ און קענען ריכטיג שוקל זיין די אוטענטישקייט פונעם עדווערטייזמענט, ווי ווען מ'ליינט דעם ערשטן צעטל. ביים ערשטען צעטל וועט זיין גרינגער צו זאגען דעם 'ניין', אבער ביים צווייטען צעטל, ביזטו שוין פארנומען פאנטאזירן דעם גרינעם דאלאר, סוי נו, אפשר דא גייט מען טאקע געוואר ווערן דעם סוד וויאזוי מ'מאכט דעם מיליאן? אפשר נישט און אפשר יא? לאמיר פראבירן.

ווען א בעל דרשן שטייט אויפן בלעמער, און ווארפט זיך מיט די הענט ארויפ און אראפ און רעד זייער הויך מיט גרויס כאריזמע, אזש ביז דער עולם שטייט געפלעפט מיט די מיילער אפען, און די צינג פאנגט אן צו הענגען אביסל – דער בעל דרשן האט מצליח געווען צו היפנאטזירן דעם עולם, און די וועג איז פריי פאר איהם צו זאגען וואס ער וויל נאר בנוגע די נחיצות הענין פונעם צוועק. יעצטט ווען דער בעל דרשן גייט זיך אינמיטן געבן א הייב אויף זיין קול און שרייען אז 'ווי נאר דער דרשה גייט קומען צו אן ענדע, גייט יעדער איינער ארויסנעמען א הונדערעטער פון זיין קעשענע פאר דעם חשובן צוועק', גיען טאקע א גרויסע פראצענט פונעם עולם זיין זייער אנגעווארעמט צוג עבן א הונדערטער פארן צוועק, און אויב מהאט נישט, וועט מען בארגען.

דאס איז היפנוסיס.

די קינץ פון ארייננמען יענעם אין א טיפע טרענס

איז וואס טוט א היפנאטיסט ווען מען קומט אריין צו איהם אין אפיס?

ווען מען קומט אריין צו א היפנוטערעפיסט אויסצוהיילען א פוביע, גייט דער טערעפיסט נוצן פארשידענע מעטאדען בכדי אויסצוהיילען זיין קליענט דורך היפנוסיס. די עיקר ציל זיינער איז, צו אריינזאגען פארן אנקאנשעס מיינד זיינע דרשות, בשעת דער אנאליזער-פילטער איז נישט אקטיוו. ווי מיר האבן שוין געשריבן אין אנפאנג פון אונזערע שיעורים, איז די הויפט פראבלעם פון טערעפי, אז דער קליענט טוישט זיך נישט אפילו ער וויל, און עס דויערט סעשענס על גבי סעשענס אז דער קליענס זאל זיין ביכולת זיך צו טוישן. היפנוסיס, אזוי ווי יעדע אנדערע שיטה, וויל אויסקראסען דעם 'בלאקעדזש', און אנשטאטס צו משכנע זיין דעם סקעפטיק פילטער אריינצולאזען דעם טויש וואס דער מענטש וויל מאכן, נעמט מען איהם אוועק פאר א שעה צייט אויף א שיינעם וועג, און דעמאלטס איז דער טערעפיסט פריי צו זאגען פאר דעם מענשט א פונקטליכע בלו פרינט וויאזוי ער וועט אויסזעהן ווען ער קומט ארויס פון זיין טרענס.

עס זעהט אויס בערך אזוי. מיט פארשידענע טעקניקס לייגט מען אריין דעם מענשט אין א טרענס, ווי למשל קוק אויף א פינטעל אויפן וואנט, און לייג ארויף דיין גאנצע קאנצעטרירקייט נאר אויף דעם, נאך אפאר מינוט גייט דער מענטש אנהויבן פילן ווי ער ווערט רוהיג, און זיין מיינד ווערט שטילער. מיט דעם פאסירט וואס מיט האבן געשריבן אויבן – די פערעפיאל בליק ווערט שמעלער און מגייט אריין אין אזא פארקלאצטקייט, אזוי ווי דער יונגעל וואס קלאצט אריין אין קלאס און פליט אין א אנדערע וועלט. דא איז ער נישט.

איינמאל דער מענטש גייט דארט אריין, וועט איהם דער טערפיסט פירן ווייטער אריין אין טרענס אריין, און נאך טיפער און טיפער, ביז ער וועט זעהן אז ער איז שוין אין זיין 'טיפע שלאף', און וואס ער גייט זאגען גייט ער מקבל זיין אזוי ווי תורת משה מסיני. און דא הייבט ער אן צו רעדן, 'און יעצט אז דו ביזט אזוי רוהיג, ארבעט דיין אנקאשעס מיינד נאך שטערקער... און ווי שטערקער עס ארבעט... אלטס מער ווערן דיינע פראבלעמען פארשווינדען מיט די נעקסטע ווינד וואס גייט אריבערבלאזען... ווייל דיינע פראבלעמען זעהן נאר אויס ווי פראבלעמען... אבער עכט ווייסטו שוין יעצט וויאזוי דו וועסט דיך אן עצה געבן... ווייל דו האסט אלעמאל געוויסט... נאר יעצט וועסטו אזוי טון... וכו' וכו', כאפסט דעם געדאנק? דער טערעפיסט פלאנצט איין די געדאנק אין איהם אז ער האט נישט קיין פראבלעם, בשעת דער פארקלאצטער מוח נעמט עס אן במלוא מובן המילה אלטס אמת. ווען ער וועקט זיך אויף פון זיין טרענס לעבט ער שוין מיט די ידיעה אין מוח, אז ער גייט אין א געוויסע וועג סאלווען זיינע פראבלעמען, און אפילו זיין פאביע איז שוין אוועקגעגאנגען.

דער מהלך האט אין זיך אסאך גוטע חלקים, אבער זיי לאזן אויס א גאר וויכטיגע פוינט, וואס דאס מאכט עס נישט אנדערש פון אנדערע מהלכים וואס מקען פונקט אזוי צירוקפאלן.

ווען דער טערעפיסט היפנאטייזט דעם קליענט, איז ער נישט אינסטרעסירט צו וויסן און אויסהיילען די אינערליכע וועלט פונעם קליענט, וויאזוי ער פארשטייט וויאזוי די וועלט ארבעט. בסה"כ וואס ער זאגט איהם איז, אז מהיום והלאה ביזטו א אנדערע מענטש, וואס ווייסט וויאזוי צו סאלווען פראבלעמען. עס קען זיך שפירן גוט פאר א שטיק צייט, אבער נאך א שטיק צייט קען עס ווייטער צירוקפאלן, אדער לכה"פ ווי מיר האבן שוין ארויסגעברענגט אפאר מאל במשך די שיעורים, עס איז דא 'צוויי' ידיעות אין מוח, איינס וואס ווייסט אז איך האב א פראבלעם, און איינס וואס ווייסט אז איך האב נישט קיין פראבלעם, און זיי קאנקערירן איינער מיטן צווייטען. עס האט אבער נישט אויסגעלערנט דעם מענטש במציאות וויאזוי צו הענדלען מצבים לויט זיין יעצטיגע דרגה. עס איז ריכטיג אז עווענטואל איז דער אידיאלסטע וועג צו סאלווען פראבלעמען דורך וויסן אז עס איז נישטא קיין פראבלעם מתחלה בכלל, דאס איז דאך דער ציל פון יעדע יוד, צו קענען גלייבן און אנערקענען אז מיר אלע זענען אין די הענט פונעם אויבערשטען וואס היט אוף אונז אויף יעדע טריט און שריט, אבער עס דויערט צייט ביז א מענטש זאל באמת קענען לעבן דערמיט, און אפילו מען ווארפט עס אריין מיט היפנוסיס, איז אבער אין ריאלעטעיט דא א נפש הבהמיות וואס ווייסט אנדערש.

די חילוק פון די אויבערדעמאנטע עקסערסייזעס און טראדיציאנאלע היפנוסיס

אונזערע עקסערסייזעס זענען באמת זייער א לייכטע טרענס, בכדי צו קענען אוועקנעמען דעם מענטש פון זיין שכל, אריין אין זיין געפיל. עס איז אבער בכלל נישט קיין 'טיפע' טרענס, אין פאקט פאסירט עס אין א סעקונדע, דורך אריבער גיין פון שכל שפראך, צו געפיל שפראך. איינמאל מען איז דארט, קען זיך דער מענטש אליין זעהן מיט די אויגען, וויאזוי ער לעבט באמת, און וואס פונקטליך ער דארף זיך טוישן, אן דעם וואס דער טערפיסט זאל איהם דארפן אויסדרייען זיין מוח צו טראכטן אין א געוויסע וועג. משא"כ ביי סתם היפנוסיס, טוט דער קליענט גארנישט, נאר דער טערעפיסט רעד אריין צו איהם אוזי ווי צו א טעיפ ריקרארדער, און דערפאר דארף דער קליענט זיין אין א גאר טיפע טרענס.

אפילו אין היפנוסיס אליינס, גייט זיך כמעט קיין איין טערעפיסט נישט פארלאזן אויף ריינע היפנוסיס אליינס. יעדער גייט פראבירן אריינצוהאקען נאך זייטיגע טעקניקס אין א היפנעטייזד וועג. למשל, פון די באקאנטע טעקניקס וואס מ'ניצט איז 'ריגרעשען טערעפי' – א וועג וויאזוי צירוקצוגיין צו די צייט ווען דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן. עס ארבעט מיט די זעלבע מהלך פון אויבן, מען לייגט אריין דעם מענטש אין א טיפע טרענס, און דער טערעפיסט פירט דער מענטש אז ער זאל זיך דערמאנען וואס האט גורם געווען אז דער פראבלעם האט זיך אנגעהויבן, און מען פיקסט דארט די אינפאו וואס דער דעמאלטסדיגע קינד האט נישט געוויסט, אזוי ווי ביי inner child work טערעפי. דאס איז שוין אביסל דומה צו די ארבעט וואס מיר טוען, אבער ווייט פון די זעלבע (פונקטליך אין דיטאלען איז נישט יעצט די צייט). אבער עס איז שוין נישט ריין היפנוסיס, נאר מען לערנט אויס דער מענטש די אינפארמאציע וואס פעלט איהם אין לעבן וואס ער האט דעמאלטס נישט געוויסט. ווען מען ארבעט אזוי, איז דאס שוין די זעלבע וויאזוי מען ארבעט מיט אנדערע טערעפיס, ווי למשל inner child work, וואס אמאל פאסירט א סתירה און אמאל נישט.

אבער אפילו דאס קען מען טון אויך מיט א לייכטע טרענס. ווען איינער פאנגט אן צו רעדן געפיל שפראך, רעד ער שוין פון דער חלק וואס ווייסט פון ווי עס האט זיך אנגעהויבן און ער קען זייער לייכעט אנקומען דערצו צו ווי עס האט זיך אנגעהויבן.

אבער אזוי גייט עס. יעדער ארבעט מיט וואס ער האלט איז דאס בעסטע והכל על מקומו יבוא בשלום.

צום שלוס, צירוק צום ערשטען שאלה וואס הרב נפש אמתי האט אנגעפרעגט, צו די עקסערסייזעס וואס מיר טוען, האבן א שייכות מיט היפנאסיס? דער תירוץ איז יא און ניין. עס האט די 'יסוד' פון היפנוסיס, אזוי ווי יעדער האט דאס במשכ'ן טאג במדה זו או אחרת, אבער עס איז דיירעקט נישט טראדיציאנאלע היפנוסיס מחמת כמה סיבות.

איינס, עס איז נישט קיין טיפע טרענס אזוי ווי ביי נארמאלע היפנוסיס, צוויי, עס ווערט געפירט דורך דעם קליענט וויאזוי ער פארשטייט זיין וועלט, און נישט דורך די טערעפיסט דרשות.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט