ווארפן האנטוכער א סגולה פאר שידוכים (מי מנוחות - חנוכה)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

ווארפן האנטוכער א סגולה פאר שידוכים (מי מנוחות - חנוכה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

ענדע צדיק איז געווען עפעס נישט סתם א בחור. א בחור וואס ברענגט מיט זיך אסאך קאפ וויי פאר די מגי"ש און א גוטע הכנסה פאר די משגיחים...

*
וואס איז היינט די תירוץ...?

אההם.. עעההה... אם אם אםאםם, מיין קוזין האט חתונה עעההה בר מצוה געמאכט נעכטן און און און... מיין חבר האט געזאגט ער גייט מיר אויפוועקן, און כ'האב פארגעסן מיין תפילין בייטל, און די שעמפאו האט געפלאצט און מיין טאש, און און און און...

און וואס???

אהההם, איך בין פארשלאפן...

פאשלאפן? אהער מיט א צוואנציגער!

משגיח, איך האב נישט געטראפן פון וועם צו בארגן... כ'האב נאר קוואדערס... אם.. אפשר קען מען עס אראפהאנדלען? און אויך מארגן גיי איך נישט...

ענדליך נאך 3 שעה זוכן קום איך צום משגיח מיט ס'געלט גרייט. 15 מינוט שפעטער.

משגיח... די משגיח האט געזאגט אז אויב גיי איך נישט פארשלאפן פאר צוויי טעג גיי איך קענען צוריק באקומען די 50'גער וואס איך האב איינגעלייגט פאריגע וואך...?

גייייי שוין אויף דיין פלאץ!!!

סאו ווען די משגיח האט מיר געזעהו האלב 5 פארטאגס ארויסקרוכן ווי פרעה מיט די נאכט קליידער האט ער געשמעקט אז סאמטינג... פישי.

*

איך שטיי אויף צופרי, די חברים ארום מיר אינעם דארמיטארי שלאפן נאך זיס, איי ווי זיס. אלעס איין שטיק פארע. די שטילקייט פון די נאכט איז נאך אין פולן קראפט, די זילבערנע פארטאגס האט נאך ניטאמאל אנגעהויבן שיינען. און איך בין שוין גרייט אויף א מיסיע!

דא דארט הערט מען מען שוין אפאר מתמידישע דאכענעס זיך וואקלען, זייערע נאטורליכע זייגערס הייבן אן קלונגען צום לערנען. און די בורטעשרייען פון די וואס ווערן געשטערט, נאכגעפאלגט מיט א הילכיגן שששששש הייבט אויך אן ווערן ווירקליכקייט.

שטילערהייט שטעל איך אראפ א טריט אינעם טונקעלן צימער, גראד אין... די נעגל וואסער. אופס.

נישט געפערליך, העכסטענס וועט מיין שכן'ס זאקן געוואשן ווערן עטליעסט איינמאל א יאר...

דארט ביים עק צימער ליגט די מתמיד פון ישיבה. יעדן אינדערפרי ווען איך וויש מיר אפ די אייגעלעך מיט די נעגל וואסער, האלט ער שוין נאך לאנטש. געדאווענט געלערנט, און מוחה געווען. דארט נעבן די טיר ליגט א בריסקער תלמיד. נעבן זיין בעט איז אנגעגרייט 4 וועקער זייגער כדי זיכער מאכן אז ער שטייט אויף, אלעס איז שוין אראפגעריקט אויף off אזוי ווי יעדע נאכט, איך גיי שלאפן אסאך שפעטער פון איהם און איך האלט מיר נישט ביים אויפוועקן...

צוויי קרי"ש ליינער אשכנז און ספרד, ליגן אויך דארט. 4 לעוואר נעגל וואסער, אלס שאלה פון (נאמען געהיט אין רעדאקציע). אויך מאכט ער זיכער מיר אויפצווועקן 6 מאל פאר סוף זמן קרי"ש. אויך עפעס א ספק..

איך עפן דעם צימער טיר, און באגעגן זיך מיטן נאכט וועכטער/משגיח, ער שטייט ביים וואנט און פרובירט צו קריכן דערויף... משוגע פון די נאכט צופלאצט פונעם שטילקייט, דרייט ער זיך פון רעכטס צו לינקס, פרייענדיג אז א נפש חי' דרייט זיך שוין ארום.

ענדע צדיק, דו?? דו ביסט אויף? עפעס טויג נישט דא...

זיך אריענטירענדיג גראד, גיב איך איהם נישט צופיל אויפמערקזאקייט, איך בין אויף א מיסיע...

ס'גייט געלונגען זאל זיין וואס זאל זיין, דאס יאר גיי איך אויספירן! זאל ער פלאצן!

די הכנות האט מען זיך שנעל צוגעאיילט, איך וויל נישט ציען איבריגע אויפמערקזאמקייט, ווילאנג ס'שטיל דארף מען אריינכאפן, ווען איך שטיי אויף געווענליך איז שוין אלעס פארשטאפט, און די נעגל וואסער בארג, איז שוין העכער ווי דער עווערעסט. איין שלעכטע טריט קען נאך אלעס חרוב מאכן. און איך שפאן מיט פעסקייט אריבער די קארידארן...

די לעקטערס זענען נאך אויסגעלאשן, נאר א בלאסע רויטע עקזיט לייט באלייכט מיר דעם וועג. די פלאר צוווארפן מיט קענדי רעפערס. אינטערסאנט, יעדן טאג מאך איך די וועג אריבער דעם קארידאר יעצט איז אבער אזוי אנדערשט, שטיל.

ס'ערשטע איז די השבת אבידה - קאוט רום אויף די רעכטע זייט. דארט הענגט וועש פון מיין פאטער וואס האט נאך געלערנט אין דעם בנין. בעגס מיט זייף, האנטוכער איינס עלטער פון צווייטען, צובויגענע שירעמעס, נאסע רעגן קאוטס, שאהלן, הענטשעך, בליקס און שטערןס באהאלטן דאבעל רעפט משון עינא בישא. ציגעררעטלעך – וויפל די משגיח האט נאכנישט געטראפן במשך די נאכט זוך. און וואס נישט?!

אויף די לינקע זייט איז די אוצר הספרים. דאס איז א לייברערי פון יעדע סארט שווארצע טעיפ אויף די מארקעט, שימעל, שטויב, דיקע בענדל, סקאטש טעיפ, לעקטער וויייערס און אויך ספרים...

ביים עק פון די האל געפונט זיך די לאנדרי... די גילא וואס איין בחור האט נעכטן גענוצט אנשטאט זייף ליגט דארט פארשעמט... מיט די קלעבעדיגע וועש דערנעבן. איין דרייער איז האלב אויסגעבויגן די טיר נאכדעם וואס זיין באנוצער האט צוגעהאקט די טיר מיט א זעץ, און צופרי האט ער נישט געהאט קיין ברירה נאר אויסבייגן די האלבע מאשין צו טרעפן א העמד פאר זיך. אנגעווארפן מיט גארבידזש בעגס און זאקן.

פונדערווייטענס שפירט זיך א גרוך פון עמאניע מיט אלטע האנטוכער, נאכפאלגנדיג פון א ביטער שארפע בליטש ציפ געמישט מיט כשר זייף. די מקוה!

איך קום אריין און צינד אן די לעקטער, איך קוק מיר ארום רעכטס לינקס, אונטער די בענק ביי די שאוערס, זיכער מאכן אלעס איז ליידיג, די אייז אין בור איז נאך נישט געבראכן, די האנטוכער ליגן נאך שיין צוזאמגעלייגט איינס אויף די אנדערע, ס'קוקט אויס גוט..
איך נעם ארויס מיין שאפינג בעג וואס כ'האב מיר שוין צוגעגרייט פון נעכטן, קוק נאכאמאל ארום צו קיינער זעהט נישט. ניין, ס'שא שטיל, יאלא...

איך נעם א פאק האנטוכער, אריין אין זאק, און מיט איין אטעם בין איך שוין געווען אינדרויסן! פיין, א גוטע התחלה...

די ערשטע שטאפלען פונעם פלאן הייבן אן ווערן, איך וועל איהם ווייזן!

פון דארט בינעך מיטן זאק געגאנגען גראד צום שמות באקס אין בעק פון בית מעדריש דארט אונטער די גאנצע הויפענעס שמות און אויסגעפולטע געטשידטע בחינות האב איך באהאלטן דעם זאק, דא וועט זיכער קיינער נישט זוכן.

אנגעצויגן, אויף שפילקעס, מיט שוין צוביסענע נעגל בינעך געזעצן ביים שיעור, די פיס מיינע האבן זיך געווארפן און געשאקעלט שנעלער וואו די הארץ באכעס.

גלייך נאכן דאווענען בינעך אראפ צום קאך, די פלאן איז וואו פאלגענד: איך וועל זאגן אז איך קום פון די לאנטש רום און ס'נישטא גענוג לעפלעך... חאחא די גוי וועט מיר געבן א באקס, און ס'וועט זיין מיינס.

אומר ועושה מיט א מינע פון תמימות ווי א בחור פון 'חברת מתמידים מבקשי ה'' גיי איך צו צום פעסטער, א טונקל הויטיגער שניידט טאמעטאס מיט די... בלויזע הענט!

אוי! רבוש"ע...

עקסקיוזמי... לעפלעך. איי ניעד לעפלעך. יא נאו, לעפלעך. און מיט די האנט שפראך פרוביר איך צו ריפלעיסן די אפריקאניש.

חאחאחא .. ס'געלונגען, איך האב די לעפלעך אין באזיס, יא יא, איך וועל געוואונען!

ביים פארמיטאג פארלערנען בין איך היינט געזעסן ס'גאנצע צייט. היסטאריע פאר זיך. פארזינקען אין די מחשבות און זיסע דמיונות, איי ווי גוט וועט זיין, די מנהל וועט נישט וויסן אפי' אויף וועם צו בלאזן!

נאך אפאר פעקלעך טישא דארף איך מיר איינהאנדלען, עטליכע שאכטלעך קאלער פעיפער, און דזשאב וועל דאן!

ביי נאכמיטאג שיעור האבעך שוין נישט געקענט שלאפן. בריוון זענען ארום געפארן אין די גאנצע כיתה, יעדע פאר מינוט האט זיך א צווייטער אויפגעוועקט ווען די שכן האט איהם געווינקען אז איך שיק איהם א בליץ פאסט... מיין סטאק פעיפערס וואס ווערט אין א געווענליכע טאג באנוצט אויף שרייב ארבעט, איז אויסגעלאפן נאך פאר וואס ווען. איך האב נאכגעמאלן די מגי"ש, די בחורים, דער בריסקער מיט'ן פינגער אויף ארויף פרעגנדיג א לעכעירע?!.

צוויי עף 99'ס, צוזאמגעשטעלט פון א בחינה בכתב און א התעוררות צעטל וואס איינער האט אויסגעשפרייט אינמיטן די נאכט אין ביהמ"ד, זענען אומערווארטעט ארויסגעפלויגן פון מיין טיש... און די מגי"ש האט זיך פיינעלי אויפגערעגט, "ענדע צדיק גיי ארויס"!

פיין, עס ארבעט זיך אויס... איך בין אויפן וועג צום בית כסא... קיינער זעהט סיי ווי נישט, איך גיי נעמען אפאר ראלס טישא און צושניידן.

פאר מיינע צוויי "בעסטע" פרענדס - מיט זיי פלעג איך אלס שטיין מיט א שאהל ביי 3 בעלאו זיראו ביי די טיר אינדרויסן מיט א ציגרעטל, וואס איך ווייס נאך היינט נישט פונקטליך וויאזוי מען נוצט. און מיט זיי פלעג איך טרונקען די נעגל וואסער אין וואלד קיינער זאל אונז נישט כאפן, צו זיך אפגיסן די מים אחרונים 'העכערן' טיש - האב איך שוין אויך מגלה געווען דעם סוד. אבער נישט אנפערטרויענדיג דעם ריזיגן אוצר וואס איך האב שוין. אויך אז מיין שפיצל איז שוין אט אט פארטיג! – האב איך זיי געזאגט, און אז די אפוינטעמענט וואס איך האב ביי לאנטש איז עכט א וויזיט ביי די טוי סטאר, ווי איך גיי איינקויפן די קאלער פעיפער.

Wow” די מנהל גייט שעלטן" זאגט מיר מיין חבר גערשי.

ווייסט - זאגט יענקי – די ראש הישיבה איז פשוט א אומפאגינער ער וויל נישט מיר זאלן חתנים ווערן! וואס גייט איהם אן צו לאזן ווארפן אויף דער וואס צינדט די מנורה?! סתם מיר זאלן צאלן נאך אפאר יאר שכר לימוד?!

ס'איז פאר מעריב, די משגיח עפנט אויף די מקוה, און די גאנצע ישיבה שטופט זיך אריין אויפאיינמאל, יעדער נעמט איין האאק, די מער פעשליכע נעמען איינס אהאלב, מען קען שיעור דערשטיקט ווערן. א ספעציעלע ממונה מטעם ההנהלה איז געשטעלט געווארן ביי די האנטוכער קיינער זאל ח"ו נישט פרובירן ארויסצושווערצן איינס. איך גיי אדורך, ווען א צינישע שמייכל פארמירט זיך אויף די באקן... חחח ער מיינט נעבעך אז איך קען איהם נישט אויסשפילן...

ענדע, איך מיין מעגסט שוין זאגן פאר יעדעם - זאגט מיר גערשי – ס'גייט זיין פאן היינט!

חברה! – רוף איך אויס אין די הייסע בור ווען די משגיח זעהט נישט - היינט קומט עקשאן! עטס וועטס נישט גלייבן, איך האב איהם גוווט אויסגעשפיעלט!

צוביסלעך ווערט ליידיגער די בחורים יאגן זיך ארייצוכאפן נאך א הייליג שטיקל קדושת לוי פאר מעריב, און די גבאי שטייט שוין דארט ביי די מנורה צורישנדיג די קנייטלעך, ווען די ראש הישיבה שטייט נעבן איהם, מיט שפיזיגע אויגן אויפן ארום.

פעניענדיג אין מקוה מיט מאכן די פיאות און דערציילן די נייעס, כאפ איך מיר אז עס איז שוין היפש שפעט. מען דארף זיך צויאגן.

איך לויף ארויס פון מקוה מיט נאסע צופלאטשקעטע פיאות (קיינער זאל נישט כאפן..). מיט איין אטעם פליה איך צו מיין אוצר, ארויף אויף די פלייצע, געגאנגען, יעצט קומט עס...

מיט א בארג האנטוכער אויף די פלייצע, א זאק טישאוס, און צושניטענע קאלערפעפערס אין אלע טאשען. דריי ראולס אין איין האנט, און א באקס לעפלעך אין די צווייטע, שטורעם איך אריין אין ביהמ"ד!!! העעעעייייי!

תָּמִיד יִמְלוֹךְ עָלֵינוּ לְעוֹלָם וָעֶד וְעַל כָּל מַעֲשָׂיו... שששששש...

טאךטאךטאך "ועל הניסים"!

ב-ז-י-ו-נ-ו-ת!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3947
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

איך האב עס געליינט אין מי מנוחות, איך מיז דיר זאגען צדיק'ל, יעצט וועסטו מיזען באווייזען נאכאמאל,א שלל פון זכרונות מימי בחרותי האסטו ערוועקט,און דער פאנטש ליין איז עי וואן!!!!
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

ענדע, יאפ איינס בעסער פונעם צווייטן זאפטיגס
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

wow איז דאס אראפגעשטעלט!!

טייערע אויסדריקען און אפשאצונגען!! חחחח!

פיין געשמייכעלט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8573
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יוא האב איך מקיים געווען דעם בנפול אויביך תשמח...
גוט געלאכט פון דיינע בושות

אבער זאג
די סגולה איז נישט געלונגען, די פוטער אויפן קאפ האסטו געהאט, נו וויזוי ביסטע ע חתן געווארן? (זאג מיר נישט אז דו בחור'סט נאך...)


-
געליינט על מי מנוחות
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

חחחחחחחחחחחחחחחחחחח איך קען נישט דאווענען שמו"ע ביי יעדע סוף ברכה צו'חחח'עך מיר נאכעמאל פון דיר..
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

יוש איז דעס גוט

זיך עטליכע מאל צולאכט
אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1240
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 15, 2012 10:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפטימיסט »

זעהר גוט ענדע! מורא'דיגע הומאריסטישע שפראך און געדאנקן!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פיינע שריפט דאס. נאר נייגעריג וויפיל פראצענט איז אמת און וויפיל פיקציע?
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

לכאורה האט געשריבן:פיינע שריפט דאס. נאר נייגעריג וויפיל פראצענט איז אמת און וויפיל פיקציע?

וויאזוי ער האט אראפגעמאלן א ישיבה, דאס איז די אמת'ע בילד פון א ישיבה געווענטליך
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
kyshtiper
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4287
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm
לאקאציע: קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך kyshtiper »

יוש איז דאס גוט געשריבן!

נישט דא קיין איין חלק וואס איז נישט גוט געשריבן!

WE WANT MORE LIKE THIS
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30752
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אזאנס משוגע, ביז גאר! האסט מיר אויפגעפלאצט אויף א נישט נארמאלער פארנעם. מיר צוריקגעשליידערט צו די יארן ווען עס האט זיך געבאכערט [העי! עס איז נאכנישט אזוי לאנג צוריק....] אין ישיבה, די טאקטיקן אין די מהלך המחשבה אזוי פונקטליך!!!

א ריזיגע יישר ענדע! דאס האסטו נאך געהאט צייט אחוץ'ן אנהויבן און פירן דער גאנצער מי-מנוחות פראיעקט? וויאזוי מאכסטו דאס?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
רייזענדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 29, 2013 11:42 am
לאקאציע: אינטערוועגנס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייזענדער »

סגולה אהער, סגולה אהין, א סגולה צו דערמינטערן אביסעלע די מילצן איז דאס זיכער...

פליז נעם שוין אוועק די האנטוכער פון דאנעט, ס'גערוך שטיקט מיר...דו האסט מיר אנגעכאפט בעל כורחי ביי די הערנער און אריינגעשליידערט גלייך אינעם אויסגעריבענעם ישיבה בילדונג אריין, צוריק אריין אינעם בחורישע פארייכערטע כאלעטל מיטן די שידוכים אמביציעס באגלייט...

ענדע, עי גרעיד דזשאב, און א וואונדערבארער ענדע!
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

העי ענדע, ס'מוז זיין אז מיר האבען געלערענט איו איין ישיבה, האסט עס אזוי גוט אראפגעלייגט אז מען פיל ט זיך ממש אין דעם.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

זייער זיס און פריילעך אראפגעלייגט. א גרויסען ייש"כ.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

קומען מיר זיך יעצט באדאנקן פאר די הנאה וואס מיר האבן געהאט שבת ביים ליינען דעם ארטיקל. אויסערגעווענליך גוט
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

קנאפער ידען האט געשריבן:אזאנס משוגע, ביז גאר! האסט מיר אויפגעפלאצט אויף א נישט נארמאלער פארנעם. מיר צוריקגעשליידערט צו די יארן ווען עס האט זיך געבאכערט [העי! עס איז נאכנישט אזוי לאנג צוריק....] אין ישיבה, די טאקטיקן אין די מהלך המחשבה אזוי פונקטליך!!!

א ריזיגע יישר ענדע!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

גרעפיק האמיר געוואוסט קענסטע,גראמען ווייס מיר שוין אויך פון לאנג,
און יעצט ווער מיר געוואר אז הומער קענסט אויך! און פונדערווייטענס זע איך אז היסטאריע קענסטו אויך,
געוואלדיג! קיפיראפ!
די ארטיקעל מיט אירע אויסדריקען איז צום באלעקן האסט מיך צוריק גשלעפט אביסל צו די אלד גוד טיימס,
ייש"כ ענדע צדיק
ענדע צדיק! האט געשריבן:פאר מיינע צוויי "בעסטע" פרענדס - מיט זיי פלעג איך אלס שטיין מיט א שאהל ביי 3 בעלאו זיראו ביי די טיר אינדרויסן מיט א ציגרעטל, וואס איך ווייס נאך היינט נישט פונקטליך וויאזוי מען נוצט.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נא. ס'גייט קומען נאך חתנים דאס יאר?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

הענדימען האט געשריבן:נא. ס'גייט קומען נאך חתנים דאס יאר?

די מיינסט עכט אז עס איז א סגולה צו ווערן א חתן איך בין אויכט אמאל געווען אין ישיבה עס איז א תירוץ פאר די בחורים
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

צו צינדן און ווערן באווארפן איז א סגולה (בשם ר' איציקל פשעווארסקער)

און ווארפן איז א מנהג

אסאך זענען געהאלפן געווארן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”