שיעורים בהבנת תורת הנפש

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 10:39 pm

אויסנאם קלאר און שיין צולייגט!!

וויאזוי טאקע קען מען דערגרינטעווען דעם אמתן אמת? א יעדע נארמאלע מענטש האט דאך מערערע זאכן וואס קוועטשן אים. פון ווי ווייסט מען וועלכע איז באמת דער שורש?

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 1:35 am

די שרייבסט א מחי' זעה נאר אז איך זאל נישט מאכען מ"ר אויף דעם, נאר זיי ממשיך אויף דעם וועג.

יישר כח, זאלט איר ווייטער זוכה זייין צו העלפען אידישע קינדער.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 8:21 am

די אשכול ליגט געבוקמארקט ביי מיר. ס'איז צו גוט עס פשוט דורך צולויפן, ס'דארף געהעריג עיון

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מוצ"ש נובעמבער 22, 2014 9:15 pm

געלעגער האט געשריבן:די אשכול ליגט געבוקמארקט ביי מיר. ס'איז צו גוט עס פשוט דורך צולויפן, ס'דארף געהעריג עיון
written using the Meshimer web filter

מקבל
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 13, 2014 6:26 pm

תגובהדורך מקבל » זונטאג נובעמבער 23, 2014 1:09 pm

יישר כוחכם ותזכו למצות

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

הערה אויף די לעצטע שיעור

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:12 am

מתבונן שרייבט דאס פאלגענדע:

ביים צווייטן סעסיע איז ארויסגעקומען זייער קלאר מיט וואס ער מוטשעט זיך. ער האט אנגעפאנגען צו פארציילען וואס ער האט זיך דערמאנט במשך די וואך, וואס האט פאסירט מיט איהם זייענדיג א יונגעל אין כתה ז'. במשך אלע יארן איז ער געווען פון די 'מנהיגים' אין זיין כתה. אין יענע יאר האט זיך זיין כתה שטארק צוקריגט מיט איהם, און מען האט איהם אראפגעווארפן פון זיין 'הויכען בענקעל'. זיין צער איז דעמלטס געווען אין לשער, אבער ער האט זיך צו קיינעם נישט אויסגערעדט און עס איז געבליבען שטעקן אין איהם די ווייטאג. אין זיין וועלטעל, איז איהם געבליבן די צער עד היום הזה. ווען ער האט זיך דאס דערמאנט, האט ער זיך אויך דערמאנט וואס ער האט דעמאלטס זייער קלאר מחליט געווען אין זיין קינדערישען מוח'ל, 'גרויס וועל איך קיינמאל מער נישט זיין, ווייל אויב בין איך גרויס, וועל איך נאכדעם פאלען!' מדארף באמערקן די שטארקע ספעציפישע החלטה וואס ער האט מחליט געווען דעמאלטס אין לעבן, 'גרויס וועל איך קיינמאל מער נישט זיין'.פינטעל. אן קיין פשרות. דאס איז א פאקט אין לעבן, אז אויב מען איז גרויס, גייט מען זיכער באקומען א פאטש אין פנים, און מען גייט צירוק פאלן. עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז הערשל האט במשך אלע זיינע יארן זייער שיין אויסגעפירט זיין החלטה. אין ישיבה איז ער געווען א בחור וואס האט קיינמאל נישט געזוכט צו צוען קיין שום אויפמערקזאמקייט. אבער דא אין די נייע לעבן ווי ער איז אריין, האט ער געהאט א גרויסע פראבלעם. דא אין דעם גרופע, אויב ארבעט מען, שטייגט מען אין ראנג און מען ווערט 'גרויס'! דאס איז געווען אינטער זיין באוויסט-זיין אלטס א גרויסע פחד, וואס האט איהם כסדר געשטיפט זיך צו 'האלטן אין די ראמען' און נישט ארבעטן געהעריג. דאס איז געווען פאר הערשל א גרויסע סורפרייז, אז זיינע אלטע החלטות גייען נאך אן עד היום הזה.וויס עס שטעלט זיך ארויס איז הרשל נישט קיין פשוטער 'עצלן', נאר ער האט מורא פון א גאר 'אמת'ע פאקט', אז סלוינט זיך נישט צו זיין גרויס, 'ווייל ווען מען איז גרויס, פאלט מען' און די צער נאכדעם איז זייער גרויס.איז מעגליך אפצופרעגן דעם פאקט? דא וועט ווייטער ארויפשפרינגען די אינסטינקט פון יעדע בר דעת און פארהאלטען הרשל אויף זיינע 'שטותים'. 'וואס מאכסטו דיך משוגע? קינדער זענען סתם נאריש, וועגן נארישע קינדערישע זכרונות גייסטו קאליע לייגען דיין קארעריע? לאז דיך אפ מיט די נארישקייטן!'



מתבונן, א דאנק פאר דיין שווערע און שיינע ארבעט צו מסביר זיין די נפשיותדיגע מעטאדען זיך צו בויען

איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי מען נוצט אזא געדאנק 'איבעראל' האסט אין אזא פאל גוט געשריבען אז דער בחורל האט געלעבט אין א טעות כל ימיו אז דאס וואס כתה ז' האט אים צוקלאפט מיינט שוין אז כל ימיו גייט ער זיין איינער וואס פאלט נאך זיין סוקסעס, ביי די איינצעלע פאל האסטע אים זייער קלאר איבערגעצייגט אז ער לעבט בטעות אין א פאלשע קאלקעלעישאן.

אבער וואס זאל מען טון מיט מענטשען וואס האבען צוקלאפט זייער האפענונג געבויעט אויף מער ערנסטערע טיפערע שרשיות'דיגע ''אמתע'' פראבלעימען וואס מען קען נישט אין אזא פאל זאגען אז די קינדערישע חשבון איז נישט נוגע היינט??? אין אזא פאל קען מען נישט בויען דעם מענטש?

מיר קוקט אויס אז די וואס ווייזען איבער דעם מענטש אז ''ער קען יא'' אין אלע מצבים אפילו ווען זיין דמיון זאגט אים אז ''די מציאות איז מחייב זיין דורכפאל'' ווייזט מען איבער דעם מענטש אז דאס איז שקר והא ראי' קוק דא און דארט האסטו יא געמאכט טוישונגען און די קענסט בויען דיין נפש און דיינע הצלחות, דער 'פאקט' אז די קענסט יא ווייזען גיטע שנויים און זיך יא בויען דאס ווייזט פאר די מענטש אז דאס איז די אמתע מציאות
אזוי קוקט אויס די מציאות אז דאס איז מער ווירקזאם אויף א מענטש. ווייל דער מענטש דערזעהט זיך אין א נייער מציאות אז ער ''קען יא'' און דער אלטער עבר איז בלויז הוילע לופט און פאלש.

א שטילער איד
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 24, 2014 3:10 pm

תגובהדורך א שטילער איד » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 7:25 pm

די שיעורים זענען פארטיג???

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 7:26 pm

כ'האף אז נישט

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:35 pm

די שיעורים זענען ווייט פון פארטיג (האפענטליך בס"ד).
יצחק דו פרעגסט א גוטע הערה, און מקען אויף דעם ענפערן א קנאפע שיעור פאר זיך.
איך האב שוין געהאט עפעס פארן קומענדיגן שיעור, אבער דיין הערה האט מיך געמאכט טראכטן אביסל צו פארקירעווען דעם שיעור.
אלזא ווער עס האט נאך הערות אויף די פאריגע שיעור זאל ביטע אנפרעגן (בנוסף צו וואס נפש אמתי האט שוין געפרעגט אנפאנג דעם בלאט), אזוי וועט מען קענען מאכן א פילע שיעור פאר זיך.

@יצחק, כדי צו קענען קלארער ענפערן די שאלה, לייג ביטע אראפ וואס עס מיינט פאר דיר מער א 'ערענסטע טיפע שרשיות'דיגע אמת'דיגע פראבלעם', אין מיינע אויגען האט אונזער הערשל אויך געהאט א אמת'ע פראבלעם פון זיך נישט קענען העלפן מיט זיין געפיל אז ער איז גארנישט ווערד (ער האט געהאט אלע סימנים פון זיין נישט ווערד, א שטייגער ווי מורא האבן פון א עין הרע וכדו', און אוודאי פארשטיי איך אז ס'איז דא ערגערס פון דעם, אבער זיי דיר מער מסביר ביטע).
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 11:03 pm

ווען דער מענטש זעהט קלאר איין אז ער איז גארנישט ווערט!! ביי דעם יונגערמאן פונעם פאריגען שיעור האסטו געהאט צוויי זייטן: איך טויג נישט- איך טויג יא, האט מען עים געקענט אויפווייזן אז דו טויגסט יא, אבער וואס איז מיט א יונגערמאן וואס ווייסט קלאר בבירור אז ער טויגט נישט ער האט ראיה'ס ברורות אז ער טויגט נישט! און ער איז גארנישט ווערט! סא ווי מאכט מען דא צוויי אמת'ע זייטן?

איך מיין יצחק פרעגט דעס טאמער נישט, פרעג איך עס!
לעצט פאראכטן דורך fiena nieas אום פרייטאג נובעמבער 28, 2014 3:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

תגובהדורך יצחק דע באנקיר » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 8:32 am

פיינע נייעס פרעגט אויך א גיטע פוינט, מיין פראגע איז אבער געווען איבער א טיפע שרשיותדיגע פראבלעים ווי א קינד וואס האט געהאט א גאר שווערע עבר סיי מצד אייגענע באגרעניצונגען, אדער מצד משפחה פראבלעימען וכו' וואס די אלע טיפע שווערע מצבים האבן אפגעסטעמפעלט אין די מח פינעם מענטש אז ער איז א לא יוצלח, בכגון דא איז זייער שווער צו איבערצייגען די זעלבע נקודה ווי איינער וואס איז סך הכל געווארען מיס אינפארמירט פון א כתה ז' מעסעדזש אז ער איז א לא יוצלח.



נאך א פאל ווי עס ווערט מער שרשיותדיג די פראבלעים איז אין א פאל ווי די טעות ליגט סך טיפער ווי א נארישע מעסעדזש וואס איז געליבען ביי אים פון כתה ז', נאר א מענטש וואס האט בטעות געקוקט אויף א מצב אדער אויף זיין מציאות נישט מיט א ריכטיגע בליק, און זיין בליק האט געהאט היבש קראנטערע סיבות ווי דאס אז כתה ז' יונגלעך האבן אים צוקלאפט, וואס איז בכגון דא די עצה? וויאזוי טוישט מען דאס

(לכ' קומט דא יא אריין גאר שטארק די מהלך פון איבערצייגען מיט א שטארקייט די מענטש ''אז די קענסט יא'' און דער הוכחה וועט איבערוועגן און ארויסנעען 'מיט די צייט' די אלטע הנחות)

נפש אמיתי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2014 6:19 pm

תגובהדורך נפש אמיתי » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 11:36 am

איך מיין וואס מתבונן פראבירט ארויסצוברענגן איז אז מ׳קען נישט איבערציייגן אדער מסביר זיין פאר איינעם אז ער איז באמת יא גוט, דער מענטש דארף עס אליין אנערקענען פון זיין אינירליכע פארשטאנד און געפיל. א געניטע טעראפיסט ווייסט וואס און וויאזוי צו פרעגן כדאי דער קליענט זאל ׳אליין׳ קומען צו די ריכטיגע מסקנא.

מייעץ נפלא
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2014 9:24 am

תגובהדורך מייעץ נפלא » זונטאג נובעמבער 30, 2014 10:32 am

מתבונן ממש א מייסטער ארבעט.

נפש אמיתי זיי קלארער מסביר דיין לעצטע תגובה.

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » זונטאג דעצמבער 07, 2014 1:52 am

מתבונן האט געשריבן:
דמתה לתמר האט געשריבן:
דרוריקרא האט געשריבן:http://we.tl/s1g9dATmm1

באות הכרת הטוב

ארבעט נישט


https://www.dropbox.com/s/b47qygahurz8f ... n.pdf?dl=0


דרור, גייסט צולייגן די נייע שיעורים?

איך ווארט אומגעדולדיג. שכוח פאר דיין הערליכע ארבעט
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
דער נייגעריגער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 08, 2014 1:20 pm

תגובהדורך דער נייגעריגער » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 11:44 am

שלום עליכם. א גרויסן יש״כ פאר די געוואלדיגע רייכע אינפארמיטיווע און הילפסבארע מאטריאל, איך בין נאר נייגעריג ווען מיר גייען ווייטער, איך האלט שוין נישט אויס :roll:

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור ו' – מיט וואס איז מיין פראבלעם 'וויכטיג' פאר מיר?

תגובהדורך מתבונן » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 12:02 pm

וויאזוי קומט מען אן צום שורש?

אין די פאריגע שיעורים האבן מיר ארויסגעברענגט וואס דאס מיינט צו טרעפן דעם שורש – א פאקט וואס ערווארט אז עפעס אומבאקוועם זאל פאסירן.

עס האט אייביג אין זיך א, 'אויב... דעמאלטס...' נוסח. אויב גיי איך דאס און דאס טון, דעמאלטס קען איך ערווארטן אז דאס און דאס זאל מיר פאסירן.

איינמאל מען האט דעם 'אויב... דעמאלטס...', קען מען אנהויבן זיכען א קלארע פאקט וואס ווייסט אויך אז 'אויב... איז 'נישט' דעמאלטס...' און דער אלטער פאקט גייט זיך לחיים ולשלום.

די שאלה איז נאר, ווי כמה ניקים האבן אנגעפרעגט,

נפש אמיתי האט געשריבן:וויאזוי טאקע קען מען דערגרינטעווען דעם אמתן אמת? א יעדע נארמאלע מענטש האט דאך מערערע זאכן וואס קוועטשן אים. פון ווי ווייסט מען וועלכע איז באמת דער שורש?


וויאזוי קומט מען אן צו דעם 'אויב... דעמאלטס...'? און וויאזוי איז דאס שייך צו טון ביי גאר טיפערע שורש'דיגע איינגעגעסענע פראבלעמען, ווי הרב יצחק האט אנגעפרעגט,

יצחק דע באנקיר האט געשריבן:איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי מען נוצט אזא געדאנק 'איבעראל' האסט אין אזא פאל גוט געשריבען אז דער בחורל האט געלעבט אין א טעות כל ימיו אז דאס וואס כתה ז' האט אים צוקלאפט מיינט שוין אז כל ימיו גייט ער זיין איינער וואס פאלט נאך זיין סוקסעס, ביי די איינצעלע פאל האסטע אים זייער קלאר איבערגעצייגט אז ער לעבט בטעות אין א פאלשע קאלקעלעישאן.

אבער וואס זאל מען טון מיט מענטשען וואס האבען צוקלאפט זייער האפענונג געבויעט אויף מער ערנסטערע טיפערע שרשיות'דיגע ''אמתע'' פראבלעימען וואס מען קען נישט אין אזא פאל זאגען אז די קינדערישע חשבון איז נישט נוגע היינט??? אין אזא פאל קען מען נישט בויען דעם מענטש?


און ווי הרב פיינע האט אנגעפרעגט, אז איינער ווייסט קלאר פאר א פאקט אז ער איז נישט ווערד, וויאזוי ווערט דאס אפגעפרעגט?

די תשובה אויף דעם איז, אז דאס איז די ארבעט פון די ערשטע שטאפל פון די מ"ר פראצעדור – וואס איז די פונקטליכע פראבלעם?

ווי מיר האבן געשריבן אינעם פארגען שיעור, דארף מען קודם ארויפברענגען די זייער ספעציפישע פאקט וואס ווייסט וואס דער פראבלעם איז. די עיקר טערעפי גייט אוועק אויף דעם, צו דערגיין וואס איז דער אמת'ע ספעציפעשע פראבלעם וואס דארף בכלל ווערן אפגעפרעגט. אויף דעם קען מען אמאל אוועקגעבן גאנצעטע סעשענס. איינמאל דער פאקט איז ארויס, איז א שאלה פון מינוטן ביז דער סתירה קומט צו גיין.

ס'איז דא כמה מהלכים אין טערעפי וואס טוט אויפדעקן דעם געהיימניס, ווי Internal Family Systems, Focusing, Hakomi, NLP, Gestalt Therapy. אלע די סארט שיטות פראבירן – יעדער אויף זיין וועג, צומאל אומדיירעקט – צו העלפן דעם מענטש זיך צו באמת קענען ארויסברענגען, און בעיקר 'מיטלעבן' די אמת'ע פאקטן וואס דרייען זיך ארום אין די מענטשענס לעבן וואס האלטן איהם איינגעשפארט.

די פאסיגסטע וועג וואס איך האב געטראפען פאר דעם צוועק איז coherence Therapy, וואס איז געווארן דעוועלאפד דורך ברוס עקער, און איז ברייט אויסגעשמועסט אינעם ביך, Depth Oriented Brief Therapy. מיט דעם מהלך, טוט מען צילען דיירעקט אנצוקומען צום פונקט ווי מען טרעפט דעם סתירה (ביי אנדערע מהלכים איז נישט דאס די ציל, נאר עס פאסירט אומדיירעקט). ס'איז נישט מעגליך מסביר צו זיין די גאנצע היקף דערפון, אבער מיר וועלען פראבירן אין קורצ'ן מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט, כדי צו פארשטיין וויאזוי מען קען ענדגילטיג אויפרוימען די פארקרומטע געפילן פון אין זיך.

איינמאל מען פארשטייט וויאזוי מען דערגייט דעם פראבלעם, וועט מען שוין פארשטיין וויאזוי מען קען אזוי אויסהיילן אפילו גאר טיפע קאמפלעצירטע פראבלעמען.

פאר מען פאנגט אן, וועט מען מאכן א הקדמה וואס דאס איז די יסוד אויף וואס די גאנצע מהלך איז געבויט. דער יסוד איז אזוי ווי דער GPS וואס ווייזט דעם וועג אנצוקומען צום שורש.

פראבלעמען זענען coherent – עס לעבט מיט א פונקטליכע פשט

די יסוד איז, א אלע אונזערע שווערע פראבלעמען זענען coherent.

וואס מיינט coherence?

קוהירענס מיינט, אז עס פארט צוזאמען מיט א פשט. Symptom coherence מיינט, אז סימפטומען וואס א מענטש מוטשעט זיך, פארט שטארק מיט א פשט. עס איז נישט אומזינסט. עס איז דא צו פראטעקטען דעם מענטש פון א גאר שווערערע ווייטאג פון וואס דער מענטש האלט אז ער קען נישט סובל זיין.

לאמיר דאס צונעמען אביסל אויף קליין געלט.

ווי מיר האבן שוין געשריבן אין די ערשטע שיעורים, לערנט זיך יעדע קינד אויס זיין אייגענארטיגע וועג וויאזוי מען לעבט. א קינד וועט בוחר צו אננעמען געוויסט פאקטן פאר א פאקט, פשוט ווייל אזוי פילט זיך באקוועמער. מחליט צו זיין אנדערש, וועט זיין מער שרעקעדיגער.

לאמיר נעמען א קליינע דוגמא. און איך וועל געבן אביסל אן עקסטרעימע דוגמא, בכדי צו ווייזן פאר די ליינער וויאזוי עס שפילט זיך אפ ביי מער קאמפלעצירטע פעלער.

בעסער זיין א פערפעקשעניסט, ווי צו בלייבן אינגאנצן פארלוירן

א טאטע איז נערוועז יעדן טאג ווען ער קומט אהיים פון דער ארבעט, און וואס ס'שטייט איהם נאר אין וועג נעמט ער זיך שרייען, אפגעזען אויב ס'איז זיין ווייב, אדער א קינד. יעדער ווייסט, אז ווען טאטי קומט אהיים 'יו גאטע סטעי בעק טו האנדרעד פיט!!!'

וואס לערנט זיך א קינד אויס?

אויבן אויף, לערנט זיך דער קינד אויס, אז מ'דארף פשוט וואטשען נישט צו טרעטען אויף די טאטעס נערווען ווען ער קומט אהיים.

דאס איז אינדרויסן פונעם באוויסטזיין.

אבער וויאזוי נעמט א קינד אויף אזא סארט התנהגות אונטערן באוויסטזיין, טיף אין זיין נפש? וויאזוי פארשטייט ער עס?

איי וועט מען פרעגן, וואס א נפק"מ? זאל דער קינד אפטייטשען וויאוזי ער וויל, אבי ער ווייסט וואס ער האט צוטון? דער תירוץ איז, אז יעדע קינד האט דאך טיפע צרכים, ווי באקומען ליבשאפט פון זיין טאטע, פילן פיזיש און גייסטיש פארזיכערט פון זיין טאטע, וכדו'. אויב א טאטע פירט זיך אזוי אויף, איז א דבר פשוט אז פאר א קינד דאס צו צוקוקען מאכט דאס איהם זייער פארלוירן (געוואנדען אלטס ווי שטארק די כוחות הנפש פונעם קינד איז, אבער אזוי צו אזוי, גייט עס איהם מאכן פארלוירן). א געפיל וואס א קינד קען האבן איז, 'אויב מיין טאטע איז אזוי נערוועז, גיי ווייס וואס ער קען טון נעקסט? אויב איז ער נערוועז יעצט, קען ער אויך זיין נערוועז א אנדערע מאל?, האט ער מיך ליב ווען ער איז נערוועז, אדער גייט ער מיך אפשר ארויסווארפן פונדערהיים ווייל איך מאך איהם צופיל נערוועז? אויב איך האב א פראבלעם, קען איך איהם פרעגן, אדער ער וועט ווערן זייער אויפגערעגט? אזעלכע געפילן זענען א פחד אויפן קיום פונעם קינד, און מאכט איהם זייער פארלוירן. א קינד איז משוכנע און עס איז פאר איהם א פאקט, אז אויב דער מצב גייט אזוי אן, גייט ער נישט קענען לעבן געהעריג (פארשטייט זיך ווי מער סענסעטיוו, אלטס מער איז דער פחד).

די ריכטיגע בליק וואס דער קינד וואלט געדארפט האבן איז, אז אזוי ווי קיינער איז נישט קיין מושלם, האט מיין טאטע אויכעט גרויסע חסרונות, און ער איז א נערוועזע כאראקטער וואס איז אומשטאנד צו טון וואס ס'לאזט זיך איהם בשעת ער איז אנגעצויגען, און איך דארף פשוט שטיין אין א זייט זיך צו האלטן סעיף און באשיצט. און מעגליך אז טיף אונטער זיינע געפילן האט ער מיר שטארק ליב, און ער גייט מיר קיינמאל נישט ארויסווארפן פונדערהיים.

דאס איז אויב איז דא איינער וואס קען דאס מסביר זיין פארן קינד בשעת דער פחד פונעם קינד איז קלאר אפען אויפן טיש. אבער אויב איז קיינער נישטא דאס מסביר צו זיין, גייט דער קינד פון זיך אליין פראבירן צו מסדר זיין זיין וועלט אז עס זאל זיין די מערסטע סעיף וואס קען נאר זיין. אבער וואס קען ער – קליינע נשמה'לע – טון אפצושטעלן זיין טאטעס התנהגות? די ריכטיגע תשובה איז, גארנישט. אבער אויב גארנישט, איז דאך די מצב נישט אין קאנטראל? דער קינד גייט זייער שטארק מורא האבן וואס קען אלטס פאסירן דא, אז ס'איז נישט מעגליך זיך צו שיצן פון זיין נערוועזן טאטען.

כדי זיך צו האלטן רוהיגער און כדי צו קענען האבן א געוויסע 'מאפע' צו וויסן ווען און וויאזוי צו קאנטראלירן דאס לעבן, גייט דער קינד מאכן דא נייע, מער פראקטישע, ווערסיע אויף וואס שפילט זיך אפ ארום דעם טאטענס נערוועזקייט.

די פשוט'סטע 'פשעטיל' וואס דער קינד גייט מאכן אין זיין וועלטעל איז, 'טאטי איז עכט זייער וואויל, עכט איז ער בכלל נישט קיין נערוועזע מענטש. די פראבלעם איז עפעס אנדערש. 'איך' בין נישט גענוג וואויל און בסדר, אויב וויל איך זיכער מאכן נישט צו ווערן ארויסגעווארפן פון שטוב, דארף איך זיכער מאכן צו זיין מער וואויל און מער וואויל, קענען בעסער אין חדר, זיכער מאכן אז מיין רבי זאל האבן ווי מער 'נחת קאלס', און טאטי וועט זיין גליקלעך און צופרידען. מער וועט ער פון קיין נערוועזקייט מער נישט וויסן, און פארשטייט זיך אז איך גיי בלייבן סעיף און פארזיכערט'.

פארשטייט זיך אז די אלע פשעטליך ווערן געטון אונטערן באוויסטזיין פונעם קינד. (אויב וואלט דער קינד געכאפט וואס ער טוט, וואלט ער דאך נישט געגאנגען ווייטער.)


שוין. דרייט זיך יעצט דער קינד ארום נערוועזערהייט זיכער צו מאכן אז ער זאל זיין גענוג וואויל, כדי טאטי זאל זיין גענוג רוהיג. זיין נערוועזקייט איז יעצט, 'וואס נאך דארף איך טון כדי צו זיין בעסער? אפשר דארף איך זיכער מאכן אז פאר טאטי קומט אהיים זאל אלעס זיין מסודר אין שטוב, און דעמאלטס וועל איך זיין גענוג וואויל?' ערלעדיגט, פראבירט דער קינד צו טון כל אשר בידו בכדי צו זיין 'וואויל'.

גייט אריבער אפאר טעג, און אזוי ווי דער טאטע ווייסט דאך נישט וואס דער קינד פילט, בסה"כ לעבט ער דאך נאר אין זיין וועלט, קומט ווייטער אהיים נערוועזערהייט כמתמול שלשום. דער קינד קוקט דאס צו און קען נישט פארשטיין, 'איך בין דאך שוין מער וואויל? וואס איז יעצט? אהה, מוז זיין אז איך בין נישט גענוג וואויל, איז וואס קען איך טון יעצט צו זיין נאך מער וואויל?' עפעס א ענפער וועט ער שוין מוזן אפירקראצן. אפילו יעצט וועט ער נישט האבן קיין קלארע ענפער, איז אבער דער געפיל אז עווענטואל וועט זיין א געוויסע וועג וויאזוי צו ווערן מער וואויל. דערווייל וואקסט זיין ענקזייעטי אויף א הויכען שטאפעל, און פראבירט עס צו בארוהיגען דורך זיין מער בעסער און מער בעסער. די פירות זעהן זיך אן אין חדר ווען דער רבי פאנגט אן צו זעהן ביים קינד, אז ווי פיין ער קען זיינע לימודים, איז ער נאך אלסט זייער נערוועז אויב ער קען עס גענוג 'גוט'. 'זיין התנהגות איז נישט צום פארשטיין', פראבירט דער רבי מסביר זיין פארן טאטען, 'ער קען פיין און ער לעבט עפעס אין אומזינסטע פערפעקשעניזעם, און מדארף זעהן עפעס צו טון, אז די פראבלעם זאל נישט ווערן ערגער'.

יענעם טאג קומט דער טאטע אהיים נאכן ארבעט שוין דאפעלט נערוועז. חוץ וואס ער האט זיינע אייגענע סטרעסעס, קפץ עליו רוגזו של בנו היקר שיחי'. ער דארף יעצט זעהן אז זיין זין זאל איהם נישט קאסטען נאך עפעס. ער רופט צו זיין זין אינגאצען אויפגעברויזט, 'דיין רבי זאגט אז דו ביזט לעצטענס צו נערוועז און מאכסט דיך נאריש אז דו קענסט נישט גוט, זאלסט בעסער אויפהערן ווי שנעלער מיט דיינע משוגעת'ן, פארשטאנען?!'

דאס קינד דרייט זיך אויס אינגאנצען צומישט. 'איך האב געמיינט אז אויב איך וועל זיין מער וואויל וועט טאטי שוין זיין אקעי צו מיר, דערווייל ווערט עס נאר ערגער, וואס טו איך יעצט? איך דארף מיך נאך מער וואטשען...'

פארשטייט זיך אז יעצט איז דאס קינד שוין אינגאנצען פארלוירן. ער האט שוין פרישע 'פראבלעמען', וועלן זיין די 'בעסטע שב'בעסטע' איז שוין געווארן א פראבלעם פאר זיך. אבער ווי גיט מען זיך דא אן עצה, איך דארף דאך זיין נאך בעסער אז טאטי זאל זיך האלטן רוהיג. און ווען צו זיין נאך בעסער ארבעט אויך נישט, קומט דער קינד צו צו א זיכערע החלטה אז עפעס איז שטארק נישט בסדר מיט איהם, און 'גוט' וועט ער אין זיין לעבן שוין מער נישט זיין, און פאלט אריין אין א גרויסע יאוש.

די ענקזייעטי און צובראכענקייט וואקסט. און די שלאפלאזע נעכט וואקסן מיט.

דאס קינד האט שוין פון לאנג פארגעסן וואס זיין מטרה איז דאס געווען און וויאזוי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן.

אויב קען זיך דאס קינד כאפן פון ווי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן, וועט ער זעהן אז ער זיך פשוט געוואלט באהיטן פון צרות און אנדערע מער שרעקעדיגע פחדים וואס זענען נישט אין זיין קאנטראל. ער האט זייער מורא געהאט צו מקבל זיין אז זיין טאטע איז דער וואז איז דער פראבלעם און נישט ער. נישט נאר דאס, וויפל ער וועט נאר פראבירן צו זיין גוט, גייט דאס גארנישט משפיע זיין אויף די מצב רוח פונעם טאטן ווען ער קומט אהיים פון דער ארבעט, ווייל זיין אנגעצויגענקייט האט גארנישט מיטן קינד דיירעקט, און ס'איז גארנישט בידו צו טון עס אפצוהאלטן. ווען ער זאל ווען באקומען סאפארט וויאזוי זיך אומצגיין ווען זיין טאטע איז נערוועז, אן דעם וואס ער זאל עס אפטייטשען אז עס איז עפעס א פראבלעם מיט 'איהם' אליין, דעמאלטס בלייבט ער אקעי וויאזוי עס זאל נאר זיין, אן זיינע אנגעצויגענקייטן צו וועלן זיין נאך בעסער. דאס צו אנערקענען אליינס דארף א קינד אסאך סאפארט, און אויך דאס צו אנערקענען ווען מ'איז שוין 25 דארף מען אויך סאפארט דאס צו קענען עקסעפטען און אנערקענען און עס מיטלעבן.

וואס וועט זיין אויב מ'וועט בארוהיגען דעם קינד, 'קוק נעכטן האסטו פיין געקענט, און אייער-נעכטן האסטו פיין געקענט, דו ביזט דאך פון די בעסטע קינדער?! דו האסט סתם א נארישקייט אז דו טראכטס אז דו קענסט נישט.' עס קען זיין עס וועט עפעס משפיע זיין אויף איהם, אבער צו דאס גייט אוועקנעמען זיין ענקזייעטי אינגאנצען? מוז נישט זיין. דער אמת'ע פראבלעם דא איז דאך, אז ער פראבירט צו קאנטראלירן זיין לעבן מיט עפעס א מממשיות'דיגע פראקטישע וועג, כדי צו קענען קאנטראלירן די מצב אינדערהיים – 'אויב וועל איך זיין בעסער און בעסער, גייט די מצב אינדערהיים אויך ווערן בעסער, ווייל די פראבלעם איז 'מיך', נישט טאטי'. אויב גייט מען איהם איבערווייזן און איבערווייזן אז ער קען יא, און מוועט איהם מאכן פילן ווי א חוזק, וועט ער טאקע אפשר אויפהערן מיט זיין משוגעת, אבער ביז אפאר טעג גייט זיין א אנדערע משוגעת, 'וואס ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט איהם נישט קענען אפפרעגען', און מיט דעם האפען צו קאנטראלירן די מצב אינדערהיים. דאס איז זייער א שכיח'דיגע פראבלעם, אז ווען איין משוגעת גייט אוועק, שפראצט פלוצלינג ארויס א נייע משוגעת וואס טוט איבערנעמען די אלטע, און אויב וועט ער נישט טרעפן א אנדערע וועג, וועט ער אנהאלטן 'זיין' וועג, און אויפווייזן מיט ראיות ברורות אז ער קען טאקע נישט גוט, און ער דארף זיך 'מער' פארבעסערן. דאס איז אלעס פארדעם, ווייל פארן קינד איז וויכטיג אנצוהאלטן זיינע משוגעת'ן ווייל דאס ראטעוועט איהם פון א גאר ערענסטערע דילעמע אויף וואס ער האט נישט קיין קאנטראל. ווען די אמת קומט ארויס, גייען די אלע משוגעת'ן אוועק פון זיך אליין, ווייל די סתירה וואס פאסירט דא, מעקט אויס די גאנצע בנין וואס דער קינד האט זיך פראדעצירט פאר זיך אליין. די סתירה איז, אלעמאל האט ביך געמיינט, אז איך קען נישט זיין סעיף ווען טאטי איז נערוועז, און היינט ווייס איך, אז איך קען זיין סעיף אפילו ווען טאטי איז נערוועז און גארנישט שלעכטס גייט נישט פאסירן'. דאס פרעגט אוטאמאטיש אפ די געפיל וואס ער האט אויף זיך אליינס אז, 'אויב וועל 'איך' זיין בעסער גייט אלעס זיין גוט און סעיף, צו, היינט ווייס איך אז איך בין אקעי וויאזוי איך בין, דער פראבלעם איז אז טאטי האט זיינע אייגענע פראבלעמען ואס איך 'דארף נישט' און איך קען 'נישט' קאנטראלירן.'

די מעשה איז פיקטיוו און אביסל עקסטרעים, אבער קען ליידער זיין אמת אויך.

דאס איז א ביישפיל וויאזוי א 'פראבלעם' וואס א מענטש האט, איז גאר מער 'וויכטיג' עס צו האבן און אנהאלטן, ווי עס אויפצוגעבן. דער מענטש וועט ענדערש אנהאלטן א פראבלעם פון פערפעקשעניזם, אפילו ווען ער זעהט ווי ער וועט קריטיקרט פאר דעם, און מאכט איהם שטארק אנגעצויגען פאר גארנישט און פאר נישט, ווייל אן דעם פילט ער זיך זייער פארלוירן.

די וויכטיגקייט פון פיזישע געפילן

כדי דאס אביסל מער צו פארשטיין, וועל איך נעמען א משל פון די מטרה פון אלגעמיינע געפילן.

לאמיר נעמן א ביישפיל פון פיזישע הרגשים. אויב איך נעם א מעסער און איך וויל שניידן מיין פינגער, וועט מיר דאס זייער שטארק וויי טון, און היות עס טוט וויי, וועל איך מיך צירוק האלטן פון שניידן. אונז לערנען אויס פאר אונזערע קינדער פון קליינ ווייז אן נישט זיך צו שפילן מיט פייער ווייל עס איז א סכנה, אבער ווען 'דערהערט' דאס קינד אז ס'איז טאקע א סכנה, ווען ער בריט זיך אפ אפילו פאר א רגע, און סגעט איהם א ציפ, דעמאלטס כאפט ער זיך, אוטש! ס'טוט וויי! אזא זאך טוט מען נישט! ער פילט עס אין די ביינער. מער וועט ער דאס נישט טון.

וועט איינער פרעגן, פארוואס פעלט אויס אז ס'זאל וויי טון? איז נישט גענוג אז מ'ווייסט אז מלייגט נישט אריין די פינגער אין פייער? די תירוץ איז, ווייל אויב ס'טוט נישט וויי, נעמט מען עס נישט אן אזוי ערענסט, און 'בטעות' וועט מען אפשר לאזן די פינגער אין פייער ביז עס איז שוין צו שפעט, און אויב גוט מען נישט גענוג אכטונג קען עס מיט די צייט אויך קאסטען דאס לעבן ל"ע. צו פילן ווייטאג איז טאקע זייער אומבאקוועם, אבער דער 'אומגעווינטשענע' געפיל פונעם ווייטאג, ראטעוועט אונז פון פון נאך א גרעסערע אומגעווינטשענע געשעעניש – די פינגער, און אויך דאס לעבן.

די וויכטיגקיט פון נפשיות'דיגע געפילן – ענקזייעטי, דעפרעסיע וכדו'

אונזערע נפשיות'דיגע געפילן ארבעטן פונקט אזוי. אויב איך גיי מיך פלוצלינג דערזעהן שטיין פאר א לייב, גייט מיר אנכאפן א געפערליכע ציטער. די ציטער זאגט מיר אזוי: לויף אוועק פון דא, די לייב וואס שטייט דארט, קען דיר צופליקען! גיי פון דא!! צו פילן פחד איז זייער נישט א באקוועמע געפיל, אבער אן פחד וואלט געווען נאך ערגער, וויייל א מענטש וואלט זיך נישט געכאפט גלייך אז ער מוז לויפן פון דא, ממילא איז וויכטיג צו פילן דעם אומבאקוועמען געפיל פון פחד, כדי דאס זאל אונז ראטעווען פון א מער אומבאקוועמערע מצב.

עס גייט נאך ווייטער. וואס געשעט אויב דער מענטש דערזעהט זיך אין א טרעפ, און ער קען נישט אנטלויפען? דער לייב קומט נענטער, וואס טוט מען דא? שכל'דיג וואלט מען געקענט זאגן, שוין ס'איז דערנאך, ס'איז נישטא וואס צו טון, זיי משלים מיטן מצב. אויב טראכט מען אזוי, קען מען זיך אוועקשטעלן מיט ישוב הדעת, און האפן צום אויבערשטען אויפן בעסטן, אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם, אל יתייאש מן הרחמים. אבער ביי סתם מענטשן גייט נישט זיין אזוי, צו טראכטן פונעם סוף איז זייער אומאנגענעם (וואס איז אזוי אומאנגענעם, קען מען אריין גיין נאך טיפער פון וואס מהאט זיך מורא צו טרעפן מיט). איך דעם פאל וועט דער מוח פונעם מענטש נעמען א פרישע סטראטעיגיע - צו ווערן אינגאנצן פאראלאזירט. אזוי ווי ווען א לייב פארציקט א אנדערע חיה, ווערט דער חיה פאראלאזירט, ווייל דאס היט אפ די קרבן אין א געוויסע וועג. איינס, עס גיט א געפיל פארן לייב אז דער קרבן איז שוין טויט, און אולי וועט דער לייב שוין אויפהערן מיט זיין רציחה. צוויי, אפילו ווען דער לייב פארציקט ווייטער, מאכט דאס די צער פונעם קרבן אביסל ווייניגער, היות מען פילט נישט וואס גייט פאר. זיין פארלאזירט איז באקוועם? ניין. עס נעמט אוועק די גאנצע ישוב הדעת, אבער פארט ראטעוועט עס אויף דערוויל פון גאר ערגערע געפילן.

די פחד פארן לייב, פארשטייט יעדער איינער אז דאס מוז זיין כדי אונז צו ראטעווען פון א גרעסערע געפאר, אבער אונז טוען פאר זיך אליין פראדעצירן נייע געדאנקען און געפילן, אונז צו ראטעווען פון אנדערע שווערערע געפילן אדער מצבים וואס אונז באגעגענען זיך אן און אונזער לעבן. אויב דאס העלפט אדער נישט איז א צוייטע שאלה, אבער אונז מיינען אז דאס העלפט, און דאס ווערט א חלק פון אונזער לעבן. דאס ווערט א נייע 'אמת'. פארן אויבערדערמאנטן קינד, איז געווארן א נייע 'אמת'ע פאקט' אז ער איז נישט בסדר און ער מוז זיין נאך בעסער, ווייל אן דעם געפיל, איז אין זיין וועלטעל, זיין גאנצע לעבן ארויס פון קאנטראל, און דאס איז סאך מער שרעקעדיג.

פון דעם קען מען פארשטיין, אז יעדער איינער וואס דערזעהט זיך מיט ענקזייעטי אדער דעפרעסיע, אדער סייוואספארא 'בלאק' ער טרעפט אין זיין לעבן, און וויפעל ער פראבירט נאר פטור צו ווערן דערפון גייט עס איהם נישט, איז א ראיה, אז ווי שטארק ער וויל פטור ווערן פונעם פראבלעם, וויל ער – פון א אנדערע פלאץ אין זיין נפש – עס דיירעקט יא אנהאלטן פאר זייער א וויכטיגע סיבה. ווען דער וויכטיגע סיבה קומט ארויס, קען ער זעהן די צוויי וועגן פון לעבן פאר זיינע אויגן, און שוקל זיין מיט ישוב הדעת וואס לוינט זיך ענדישער, און וואס איז טאקע מער וויכטיג. ווען מען האלט דארט און מען איז שוקל מיט ישוב הדעת וואס איז וויכטיגער, פאסירט אינזער 'סתירה' און די אלטע ניוראנס מעקן זיך אויס, און מען קען רוהיגערהייט ווייטער לעבן מיטן נייעם וועג וואס מען האט יעצט געטרארפן.

(עס איז וויכטיג אנצומערקען, אז די נושא ווערט שטארק ארומגערעד אין ספה"ק בנוגע די נושא פון שבירת הכלים. ס'איז נישט די פלאץ ארייצוגיין אין דעם באריכות, אבער די נקודה איז, אז אלע מידות זענען די שורש פון גאוה – אנא אמלוך. וואס דאס מיינט, 'איך וויל מיך צופרידען שטעלן, און אלעס וועט מיר דינען, אפילו דאס מאכט אנדערע פראבלעמען'. דאס איז די עבודה פון ביטול היש, אויפצוגעבן אויף די אייגענע מטרות, און זיך מכניע זיין פאר די אומבאקוועמע זאכן וואס פאסט אונז נישט, און וואס פילט זיך נישט באקועם פאר אונז. און ווען מען הערט אויף אלעס 'אריינצונעמען אין זיך', און מען איז מקבל אלעס ווי אזוי עס איז, קומט דער מענטש צו צו אינערליכע רוהיגקייט. צום סוף דארף זיך יעדע מענטש מכניע זיין צום רצון ה' צו ס'איז באקוועם אדער נישט, און ווען דאס פאסירט קען מען אויפגעבן אנדערע התנהגיות וואס מען האט אנגעהאלטן בכדי צו פילן אז 'איך' פיר מיין לעבן און 'איך' פיר די וועלט. אבער דאס איז שוין א נושא פאר זיך. והמבין יבין.)

לסיכום:

ווען איינער קומט מיט א פראבלעם וואס ער וויל שטארק פטור ווערן און ס'גייט איהם נישט, שטעלט זיך די ערשטע שאלה:

וואספארא אומבאקוועמע זאך גייט געשען אויב דער יעצטיגער פראבלעם איז נישטא?
וואס איז וויכטיג אז דער יעצטיגער פראבלעם זאל בלייבן און נישט אוועקגיין?
וועלעכע מטרה האלט דער מענטש אן, מיט דעם וואס ער האלט אן דעם פראבלעם?

אויב גייט מען נאך דעם פראבלעם מיט די שאלות אין קאפ, וועט מען אי"ה אנקומען צום שורש פונעם פראבלעם, און עווענטואל, וויאזוי דער פראבלעם איז מער נישט וויכטיג ס'זאל בלייבן.

אינעם נעקסטן שיעור, וועט מען אי"ה ארויסברענגען די פארשידענע סארט 'וויכטיגע' סיבות וואס איז דא אנצוהאלטן ענקזייעטי און דעפרעסיע, און אביסל ווייזן וויאזוי ווען מען גייט מיט אזא מהלך קען מען אי"ה צוקומען צום פונקט ווי דער מענטש קען זעהן מיט די אויגען די 'אמת'ע אמת' און מאכן א סתירה דערמיט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 12:38 pm

WOWOWOWOW

די פאזעל הייבט זיך אן צוזאמענשטעלן, אלעס הייבט זיך אן אויסצוקלארן!

יישר כוח!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 1:32 pm

שכל'דיג. קלאר. אא"ו (און ווייטאג'לעך) א גרויסער דאנק.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 1:54 pm

אזעלכע רייכע סחורה!
איך וויל דאס ליינען גרינטלעך אויף פאפיר.
לדרור אקרא, איך אפעליר צו דיר דרור אויב דו קענסט פליז צולייגן די נייע סחורה אויף דיין הערליכע PDF.

שכוח מתבונן און דרור!
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 12:47 am

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:שכל'דיג. קלאר. אא"ו (און ווייטאג'לעך) א גרויסער דאנק.

הרב טייטלבוים פארוואס איז עס ווייטאג'לעך?

מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

תגובהדורך מחר » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 11:27 am

די שיעורים זענען מורא'דיג
איך האב נישט געקענט ווארטען מען זאל ברענגען חלק ב' אויף PDF, האב איך עס געמאכט אויף PDF כאטש נישט אזוי PROFESSIONAL, דא האט איר א לינק ביז עס וועט געלייגט ווערן אפיציעל
https://copy.com/DL1rWzIC1avEFRDF

מייעץ נפלא
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 28, 2014 9:24 am

תגובהדורך מייעץ נפלא » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 12:03 pm

שיינע ארבעט

מתבונן מאכסט א געוואלדיגע ארבעט אזויפיל כוחות אוועקצוגעבן פאר די ציבור איז ממש א זעלטנהייט
עס איז נאר כדי צו באטאנען אז לויט מיין עקספיריענס אין די ליין לוינט נישט צו מאכען א גאנצע טיפע אפאראציע צו דערגיין שרשים פון פראבלעימען נאר ממש ביי זעלטענע פעלער מיט גאר שווערע סארט קינדער צו ערוואקסענע.
אבער ביי סתם פעלער ווי מענטשען שטויסען זיך אן אין פראבלעימען וואס זענען גאנץ נארמאל אז עס זאל זיך ענטוויקלען ביי אסאך מענטשען אין אזא פאל לוינט נישט צו מאכן א גאנצער טיפער אנאליז וועגן דעם שורש, ווייל טיילמאל קען עס נאך ערגער מאכן דאס אויפגראבן טיפע שרשיות'דיגע פראבלעימען
הנלענ''ד כתבתי

עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 12:16 pm

איך וןיל וויסן אויב דאס איז א כלל אז די נישט ריכטיגע וועג האט אייביג צוטון צו זיין אין קאנטראל און פילן סעיף?
נאך א זאך, וויל איך פארשטיין, למשל, אז א קינד האט גערעדט צו איינעם און ער הערט ווי יענער זאגט פאר א צווייטן, דו זעסט דער רעדט ווי א באבע. זייט דעמאלטס האט דער קינד א קאמפלעקס אז ער רעדט צו סאך. לויט קאהירענס טעראפי, קומט אויס אזוי, אז ווען ער טראכט מיט שכל וואלט ער פארשטאנען אדער אז דער יוד איז פונקט געווען נערוועז, אדער ער האט טאקע גערעדט דאס מאל צו סאך און עס איז נישט עק וועלט, אבער כדי זיך צו פילן סעיף האט ער אפגעמאכט אז אזוי ווי רעדן קען אויפברענגען בייזע געפילן אין מענטשן דערפאר וועל איך שטארק שטיין על המשמר און נישט רעדן א איבריגע ווארט.
וואס איך וויל פארשטיין איז אז דאס איז דאך אמת אז א קינד'ס שכל איז גענוג אנטוויקלט און ער נעמט אן זאכן כמות שהוא, פעיס וועליו, אויב מען זאגט אים אז רעדט אסאך וועט ער עס גלייבן און דערנאך וועט די הנחה מיטווואקסן. אדער למשל אויב א קינד קען נישט אזוי גוט און ער מאכט ביי זיך אפ אז ער איז א דורכפאל פארוואס מוז זיין אז עס ליגט אונטער דעם א קאוועראפ, אפשר זעט דאס אזוי אויס פארן קינדס מח? ווען מען רעדט פון א גרויסן מענטש פארשטיי איך אז ער וואלט געדארפט טראכטן מיט שכל אבער ביי קינד מהיכי תיתי?

אוועטאר
דער נייגעריגער
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 08, 2014 1:20 pm

תגובהדורך דער נייגעריגער » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:35 pm

הרב מתבונן שפתים ישק -p:a

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 5:13 pm

מייעץ נפלא האט געשריבן:אבער ביי סתם פעלער ווי מענטשען שטויסען זיך אן אין פראבלעימען וואס זענען גאנץ נארמאל אז עס זאל זיך ענטוויקלען ביי אסאך מענטשען אין אזא פאל לוינט נישט צו מאכן א גאנצער טיפער אנאליז וועגן דעם שורש, ווייל טיילמאל קען עס נאך ערגער מאכן דאס אויפגראבן טיפע שרשיות'דיגע פראבלעימען
הנלענ''ד כתבתי


וואס איז דיין אפטייטש פון 'שורש'?

במשך פון די שיעורים האב איך אראפגעלייגט זייער א ספעציפישע דערהער וואס 'שורש' מיינט. 'שורש' מיינט נישט, 'ווייל מיין טאטע האט מיר דאס און דאס געטון, ממילא בין איך געווארן א קאליקע', אדער ווייל דאס און דאס איז געשען ממילא לייד איך פון דעם. נישט נאר וואס דאס איז נישט דער 'אמת'ע' שורש, נאר עס העלפט אפילו נישט דאס וויסן (און רוב פעלער) 'פון ווי עס קומט' כדי צו מאכן א סוף צום פראבלעם. פסייכאונאלעסיס און פסייכאודיינאמיק ארבעטן יא בעיקר אויף דעם, צו 'וויסן' פון ווי עס קומט, און 'פארשטיין' פארוואס עס איז אזוי. אבער די אלע סארט ידיעות העלפט כמעט קיינמאל נישט דעם פראבלעם, און די סארט ידיעות קען אויך אמאל מער צומישען דעם מענטש מיט אלע סארט געפילן.

מיר רעדן פון א אנדערע דערהער. 'שורש' מיינט, אז אויב איך לאז אפ מיין פראבלעם, קען עפעס אומבאקוועם פאסירן, און איך וויל דאס אויסמיידען. וויאזוי ווייס איך וואס דער אומבאקוועמע זאך איז? דער תירוץ איז, עס ליגט גראד אונטער דיין נאז, פראביר ער אויס, וועסטו גלייך אריינקנאקען אין דעם. דו דארפסט עס נישט זיכען. לפעמים קען מען אביסל קריכען צום אמאל, כדי צו פארשטיין וואס איז דער פחד איז 'יעצט' ממש. אויב האט זיך דער פראבלעם אנגעהויבן ביים טאטען, איז די שאלה, וואס וועגן דעם מאכט אז 'יעצט' זאלסטו מורא האבן אפצולאזען דעם פראבלעם. איך האב שוין געזען, אז אפילו א פראבלעם האט זיך מכלומרשט אנגעהויבן ערגעץ, אבער די סיבה פארוואס עס האלט זיך אן, האט גאר א אנדערע פחד, און ווען יענע פחד פילט זיך מער נישט ווי קיין פחד, קען דער אלטע פראלבעם, פון ווי עס האט זיך אנגעהויבן, אוועקגיין פון זיך אליין. אבער אזאנע פעלער קענען ווערן אביסל קאמפלעצירט.

ועל כולם, דאס איז נישט קיין אנאליז, נאר מען לעבט עס מיט בחוש ממש. אפילו ביי קליינע פראבלעמען, קען מען גלייך טרעפן וואס דער פחד איז, און ביי גרעסער פראבלעמען קען עס ווערן מער קאמפלעצירט, און מערערע 'פאקטן' קענען זיין דא פארמישט, און אלע 'אויב... נישט..'ס' דארפן ארויסקומען בכדי צו ענדיגען דעם פראבלעם, ממילא קען עס דוירען לענגער.

איך האב נאך נישט געוויזן וויאזוי מען מאכט דאס במציאות, און אינעם נעקסטן שיעור האף איך אי"ה צו ווייזן אביסל מער בפרטיות וויאזוי א שורש פון א פראבלעם קען ארויסקומען גאנץ שנעל, און וויאזוי דער שורש קוקט אויס.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט