ווי אזוי מאכט מען דעם קאניאק ?

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

ווי אזוי מאכט מען דעם קאניאק ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

פון אלע וואדקע'ס און סקאטש וואס איך האב אמאל נאר געטרונקען האט מיך דאס מערסטע געכאפט דער קאניאק.

איך האב עס פשוט ליב, זארגטס ענק נישט, איך בין נישט קיין שיכור און מ'דארף מיך נישט אהיימטראגען פון די קרעטשמע וואו עס שיכור'ן די אלע פויערן אונטער די בענק, נאר פאר א קנאק יאנקעל נאך די פיש איז עס געוואלדיג.

ס'איז דא עטליכע היימישע אידן וואס מאכן דאס און ס'קאסט א געוואלד, איינער דא האט השגה ווי אזוי דאס ווערט פראדוצירט ? עפעס פון אויסגדאמפטע וויין, וואסערע מאשינען דארף מען האבן דערצו, וכו' וכו'
מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחר »

מען קען קויפן א WATER DISTILLER פאר בערך $100 עס גייט אריין א גאלאן וויין עס קומט ארויס בערך 750ml קאניאק וואס איז גוט, מען קען אויך צולייגען oak cubes/chips פאר מער טעם, דאס איז נאר בקיצור נמרץ
נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

ישר כח מחר פאר די התחלה, ווייס מיר שוין ווי אזוי מ'הייבט אן.
אויב ס'איז דא איינער וואס ווייסט קען געבן מער דיטעילס, סטעפ ביי סטעפ וויזוי דאס גייט צו.
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

פאר ריק איך מיר שוין די וואנצעס און איך מאך נאס די טרוקענע לעפצען צו קענען זיין גרייט פאר א גלעזעלע קאניאק
העלמיר זעהן ווער עס ברענגט עפעס מער דיטעילס
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

איך האב אמאל געזען ווי איינער מאכט עס אבער כ'האב נישט געכאפט פונקטלעך וואס ער טוט, א מאשין האט געארבעט
און די דאמפ ווערט פארוואנדעלט אין משקין וואס האט אריינגעטראפט אין א באטעל, איך בין טאקע נייגעריג צו ס'איז אזוי פשוט.

דיסקלעימער, איך טרינק נישט.
אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוימען קערער »

אויף ענגליש הייסט עס Cognac

קענסט טרעפן אויפען געוועבאכטס וויאזוי מען מאכט עס
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
פטר חמור
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 8:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטר חמור »

וויאזוי מ'מאכט קאניאק האב איך נישט קיין השגה.
אזויפיל וויל איך דיר בעטן, ווען דו ביזט פארטיג דערמיט, פארגעס נישט פון מיר...
כ'וועל מיר פרייען מיט א גלעזל היימישע משקה..
נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

קוימען קערער האט געשריבן:אויף ענגליש הייסט עס Cognac

קענסט טרעפן אויפען געוועבאכטס וויאזוי מען מאכט עס

פונעם געוועב קען איך נישט דערגיין די פרטי פרטים ווי אזוי דאס גייט, זיי זאגן די כללים אבער דאס העלפט נישט, אויך רעדן זיי נאר פון א גרויסע פראדוקציע.
כדי איך זאל דאס אליינס קענען מאכן פאר מיר אליינס דארף איך וואסערע געצייג צו ניצן, וואסערע וויין צו דאמפן, און אזוי ווייטער.

אויב איינער דא האט עס שוין געמאכט אדער געזען ווי מ'מאכט עס טריט ביי טריט דאס וואלט איך געוואלט הערן.

פטר, נאו פראבלעם, איינמאל כ'האבעס, פעקס איך דיר אריבער א באטל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קאניאק הייסט ברוינפען געמאכט פון וויין.

בראנפען איז אלקעהאל, און וויין איז אלקעהאל. נאר וויין איז די אלקעהאל פיל ווינציגער ווי אין בראנפען. אלזא אויב האט איר וויין, קענט איר מאכען פון דערפון בראנפען. נאר מען ברויך זעהן "ארויסצונעמען" די אלקעהאל פון די וויין, אזוי אז עס זאל ווערן א גרעסערע פראצענט אלקעהאל.

די עצה צו דעם איז, אז מען קאכט אויף די וויין. און יעדע זאך אויף די וועלט האט א גראד ביי ווי זי קאכט. וואסער קאכט ביי א געוויסע גראד, און אלקעהאל ביי א געוויסע גראד.

יעצט פונקט ווי אלקעהאל איז אנדערשט פון וואסער, אז וואסער וועט פרירען ביי 32 און אלקעהאל דארף זיין היפש קעלטער, איז ביי קאכען אויך די גראד פון ווען די צוויי זאכען קאכן אנדערשט.

נאר פונקט פארקערט ווי ביי פרירען! ביים קאכען, וועט אלקעהאל קאכען שנעלער ווי וואסער!!

פאר כ'גיי ווייטער, ווילעך נאר מוסר מודעה זיין, דאס אזוי ווי עס איז פארבאטען אין ניו יארק צו מאכען בראנפען, איז אלעס וואס כ'שרייב "פאר לערנען פערפעסעס אנלי", נישט חלילה אז איינער זאל צוליב דעם מאכען אליין בראנפען. נאר איינער וואס האט לייסענס.

אוקעי, יעצט איז אזוי. אמאל פלעגט מען נעמען א טאפ, צומאכען שטארק מיט א דעקל, אינעם דעקן געמאכט א לאך, צוגעטשעפעט א פייפ, און אריינגעגאסען אינעם טאפ וויין, און געשטעלט קאכען אויפן פייער.

אגב, פאר מען גייט ווייטער, אזוי ווי אין בראנפען גיימער דעך "ארויסנעמען" די אלקעהאל, און די איבערגעבליבענע גייט אין מיסט, איז וואס מען טוט געווענדליך איז אז מען מאכט די בראנפען פון "יין שני". יין שני מיינט, אז נאכדעם ווי די וויין האט אויסקאכט און עס איז שוין פערטיג, נעמט מען די "שמוץ" וואס בלייבט איבער, און מען מאכט נאכאמאל וויין. (פאר מען קוקט אין די "וויאזוי מאכט מען וויין" אשכול.)

אלזא, די וויין האט זיך גענומען ווערן הייסער און הייסער. ביי א געוויסע גראד - דארט ווי די "וואסער חלק" פון די וויין קאכט נאכנישט - האט די אלקעהאל גענומען קאכען, ווייל ווי געשמועסט, קאכט אלקעהאל שנעללער ווי וואסער, איז געווארן א "פארע" - אדער רויעך ווי מען רופט עס אומריכטיג - די פארע פארט דאך ארויף, און איז אריין אין די פייפ וואס איז צוגעטעפעט צו די דעקל פון אויבן.

די פייפ דרייט זיך אזוי, ביז עס קומט אן צו א פלאץ, ווי ווען עס זאל זיין וואסער אין די פייפ, וועט עס נישט אריין רינען אין טאפ אריין, נאר רינען צו די צווייטע זייט. דאס הייסט מען "דרייט עס אוועק" נידריגער ווי די עפענונג אין די דעקל פון די טאפ.

איינמאל עס איז אין יענעם פלאץ, מאכט מען די פייפ דורכלויפן אין עפעס וואס מאכט עס קאלט - למשל קאלט וואסער - און וויבאלד די פארע אין די פייפ ווערט קאלט, ווערט עס צוריק ליקוואוד!!

איינמאל עס איז צוריק ליקוואוד, וועט עס "אוועקרינען" און ביים צווייטען עק פייפ, ליגט א כלי קיבל - א טאפ וכדו' - וואס דארט רינט עס אריין.

יעצט וויבאלד ווי געשמועסט, טיען מיט נישט מאכען די וויין גענוג הייס אז די וויין בעצם זאל קאכען, נאר די אלקעהאל שבו קאכט, קומט אויס, אז די פארע איז אלקעהאל פארע, קומט אויס אז ווען די פארע ווערט צוריק ליקוואוד, איז עס ........ בראנפען!!

דאס איז געווען אמאל, היינט איז פארהאנדען "דיסטילערס". די דיסטילערס זענען געמאכט פאר פלעצער ווי די וואסער איז נישט ריין, אדער פאר קליינע קינדער וואס קענען נישט פארטראגען נאר "געקאכטע וואסער" - אדער פארשטייט זיך פאר מענטשען מיט ....... וואס האבן מורא צו טרינקען "וואסער פון די סינק ארויס"... - נעמט מען די דיסטילער - עס קוקט אויס ווי א פערקעלעטאר, מען לייגט ארין וואסער, און מען קאכט עס אויף. די וואסער ווערט פארע, און די פארע ווער אפגעקילט, אזוי אז עס ווערט צוריק וואסער, און אצינד איז עס ריין. ווייל ווי באקאנט איז די פארע וואס קומט ארויס ווען מען קאכט אויף וואסער די ריינסטע וואס איז שייך, עס איז א געוואלדיגע פילטער, אז די גרעסטע סמים וואס זענען אין די וואסער, קומט נישט מיט מיט די פארע.

יעצט אויב אזוי, קען מען דאך נוצן די דיסטילער צו מאכען די בראנפען.

מען גיסט אריין די וויין, די דיסטילער קאכט עס אויף און מאכט דערפון פארע, די פאר גייט ארויף צום דעקל פון די דיסטילער, דארט ווערט עס אפגעקילט און "צוזאם גענומען" איינמאל עס ווערט צוריק אין "ליקוואד". אבער פארשטייט זיך אז די דיסטילער איז געמאכט "אינגאנצען אויסצוקאכען", ממילא אויב וועסט לאזען קאכען ביז אויס, וועט אויך אויסקאכען די איבריגע חלק פון די וויין, איינמאל די אלקעהאל איז פערטיג קאכען. ממילא מוז מען עס אפשטעלן.

כ'דענק נישט אויסעווענדיג ביי וויפיל, דאס דארף מען פרעגען איינעם וואס ווייסט. אבער אזויפיל פארשטייט מען אליין, אז ווי לענגער מען לאזט עס, אלץ שוואכער וועט די בראנפען זיין, ווייל קודם קומט 96'גער (100 פראצענט אלגעהאל ווערט א גאז, און "אנטלויפט".) און שפעטער ווערט די פראצענט ווייניגער און ווייניגער, ווייל מער און מער פון די ווין קאכט אויף. אלזא מוז מען אפשטעלן דאס קאכען, נישט צו פרי, ווייל די אלקעהאל וועט זיין צו שטארק, און נישט צו שפעט, ווייל עס וועט זיין צו וואסעריג.

נאך אזאך, די ערשטע מאל די בראנפען קומט ארויס, איז עס "ראף", שטימפיג, שטעכעדיג וכו', ווי מער מאל מען קאכט עס, ווערט עס אלס מער און מער "סמוד", גלאט, און ווי זיידן. ווען איז זעהט אויף א בראנפען אז עס איז "געקאכט עטליכע מאל", איז דאס די מעלה.

נאכאמאל עס איז אלעס להלכה ולא למעשה, ווייל די געזעץ ערלויפט נישט צו מאכען בראנפען נאר מיט א לייסענס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער »

געוואלדיג איז נישט דאס ווארט חילי !! א שיעור אין הלכות קאניאק וואס נאר דו קענסט באווייזן, א הערצליכן דאנק פאר די טירחה, ווייסן מיר שוין ווי אזוי דאס ארבעט,

יעצט דארף מען געוואר ווערן אין פראקטיק (פארשטייט זיך מיט לייסענס) ווי לאנג ס'מעג קאכן, וויפיל מאל ס'דארף קאכן, וואסערע וויין צו נוצן אא"וו.

יעצט שטימט פארוואס דאס קאסט אזוי טייער, לויט ווי דו לייגסט עס אזוי פרעכטיג אראפ איז דאס א שטיקל חכמה ומלאכה אז ס'זאל ארויסקומען א דבר נאה ומתקבל.
מחר
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחר »

איך וועל שרייבן אביסעל מער בפרטיות
די ערשטע זאך דארף מען האבען א זאך ענדליך צו אן Hydrometer וואס הייסט א Proof & Tralle Hydrometer וואס מעסט אלקהאל
נאכדעם נעמט מען 5 ball jars וואס יעדע איז די סייז פון א cup
די ערשטע פאר אנסעס ווארף אוועק, נאכדעם לאז אריינגיין די איבריגע אין די JARS, צייכן אן 1 2 3.......
נאכדעם מעסט די אלקהאל פון יעדע, ווי פריער וועט זיין מער אלקהאל, מיש עס צוזאם צו די סכום אלקהאל וואס די ווילסט עס זאל זיין
עס איז דא אן הנחה אז מען זאל עס קודם דיסטילין 3 מאהל עס זאל ווערן סמאדער
אויך די OAK CHIPS וואס מען לייגט אריין אין מען לאזט עס ווייקן אפאר וואכן מאכט עס סמאדער און גיט אויך צו קאליר (ווייל קודם איז עס ווי וואסער) און טעם
אבער ווי שוין דערמאנט איז עס להלכה ולא למעשה
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

חילי הערליך שיין, לייסענס דארף מען האבן אפילו מען מאכט נאר פאר זיך? מקור אויב שייך
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

נישט האט געשריבן:חילי הערליך שיין, לייסענס דארף מען האבן אפילו מען מאכט נאר פאר זיך? מקור אויב שייך

http://ypdcrime.com/abc/article10.htm

S 153.

נעקסטיים העסטו גלייבן אויפן ווארט?.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

מיין טייערע מגי"ש לכתחילה פונקט ווי אלעמאל געשמאק אראפגעלייגט רעדי צו טרינקען
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1195
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
נישט האט געשריבן:חילי הערליך שיין, לייסענס דארף מען האבן אפילו מען מאכט נאר פאר זיך? מקור אויב שייך

http://ypdcrime.com/abc/article10.htm

S 153.

נעקסטיים העסטו גלייבן אויפן ווארט?.....

חילטשע, די ווייסט אז עך גלייב דער אויפן ווינק

וויבאלד ס'איז נוגע למעשה, האבעך געוואלט זעהן פונקטליכער וואס יא און וואס נישט
אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאגר »

פאר אלע אייערע געברויכן צו מאכן וויין / ברוינפן / ביר / קעז פארבינדט זיך מיט:

http://www.midwestsupplies.com/

בילד

בילד
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

וואס טוט זיך וועגן 'עידזשן' קאניאק, וויאזוי? ווי לאנג? ווערט עס בעסער? וכו'
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
באלזאם
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 9:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלזאם »

עצה טובה , אריינצולייגן אין די פלאש ווי מען עידשד די קאניאק, קערלעך פון פיטשעס/נעקטערינס פאר א וואך צוויי ,סגיבט צו א ספעציעלע טעם
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

א דאנק, לחיים...
אבער
וויאזוי? ווי לאנג? ווערט עס בעסער? וכו'
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
באס דרייווער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 22, 2013 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באס דרייווער »

א קליינע דיסקלעימער פאר אונזערע ניי אויפגעקומענע בראונפען מאכער,..
מאכן בראונפן איז בכלל נישט קיין זשאוק און איז נישט דומה צו וויין מאכן... איך האב זייער א נאנטען באקאנטן וואס פלעגט מאכן בראונפן אבער איין שיינעם מאהל האט ער זיך מיאוס פארברענט אבער נישט סתם פארברענט... איך געדענק עפעס הערן (סאיז שוין אפאר יאר) אז די אלקעהאל איז ארויס געשפרונגען פון טאפ און אנגעכאפט דאס בארד, טלית קטן, און זיינע הענט (זיין פרנסה איז מיט די הענט) ... סאו פליז וואטש וואס עטס טוטס, אפשר וועגן דעם דארף מען א לייסענס...
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”