יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,
"מאמענט" מאכט זייער דראמאטישע טריט פאראויס, אבער - אבער - זייט נישט קיין אויבער חכמים.
"גויים" מיט צוויי יודעלעך איז אדער גראב אמעראצעס אדער גראב איווריטיזם. קיין איינס איז ניט ווילקאמען ביי אייערע קליענטן, די שויניגע אדער פאטענציעלע.
שויניגע, נייע ווארט, הא? און איר מעגט מאכן נייע ווערטער, אנטי-חרדיזם, ניטאמאל מיט א שטרעכל?
נאכאמאל, א טאפ קוואליטי אויסגאבע, איז איין זאך, אבער שטעלן פאר א ציל צו רעפארמירן די געשריבענע שפראך ביים חרדישן אידענטום, איז שוין גאר אן אנדערע מעשה. די חרדישע ניו יארק איז נישט ביראבידזשאנ.
"גויים" איז מלא, "גוים" איז חסר. רוב ווערטער זענען אין די תורה חסר. אבער אין שריפט ניצן מיר נישט שטענדיג ווי אין פסוק. צב"ש רוב שרייבן נישט פינחס ווי אין פסוק, נאר פנחס. און נאך פיל.
"שויניגע"? וואו האסטו געזען דעם ווארט?
"חרדיזם" ווילסטו אלץ "חרד'יזם"? וויאזוי שרייבסטו, ציוניזם אדער ציונ'יזם?
אונטערשטע שורה. ס'שיינט אז דו ליינסט נישט אינענווייניג, נאר דעם דעקל, ווייל אויב יא, גלייב איך וואלסטו געטראפן עפעס מער זאכליכע גרייזן…
פליז נעם עס נישט פערזענליך…