צייטונגען/מאגאזינען; פראנט קאווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 447
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

Re: צייטונגען/מאגאזינען; פראנט קאווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

קלארשטעלונג פון די הנהלה בנוגע וואס איז ערלויבט צו שטעלן אין דעם אשכול און וואס נישט:
◄ ווייז ספוילער

1. א דעקל וואס פראפאגאנדירט אייגענע לייסטונגען און שטעלונגען (אפילו מיט זעלבסט פאבריצירטע פאקטן), אן אראפרייסן א צווייטן, וועט טאלערירט ווערן
2. א דעקל וואס רייסט אראפ א צווייטן, וועט אראפגענומען ווערן (בעסער געזאגט: זאל מען בכלל נישט ארויפשטעלן - סיידן מען פארמעקט די פראוואצירנדע ווערטער)
3. וויבאלד הא גופא קען זיין מוטל בספק, רעזערווירט די הנהלה די רעכט אליינס צו באשליסן וועלכע דעקל פאלט אין וועלכע קאטעגאריע

והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל ואמרו אמן
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער בלאט האט א פראנט פעידש כדבעי'.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יא! פאר א עד וואס רופט צו א דרשת התעוררות איז דאס כדבעי'!
פאר א צייטונג?!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מיסטעריעז האט געשריבן:יא! פאר א עד וואס רופט צו א דרשת התעוררות איז דאס כדבעי'!
פאר א צייטונג?!

גערעכט,
אזאנס מאכט מען פאר א דרשת התעוררות וואס זוכט ווי מער משתתפים און די זעלבע פאר א צייטונג וואס זיכט צו ציען קאסטומערס!
האסטיך אמאל געווינדערט פארוואס די בלאט האט די מערסטע קאסטומערס פון די היימישע קרייזן מיט זייערע אלע חסרונות?
אטא דאס איז דער תירוץ!
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דער בלאט האט דאס מאל א פיינע קאווער.

אין אזא צייט לאזט מען אלעס אין א זייט און מ'רעדט נאר פון די "ביג איווענט", אזוי דארף א צייטונג זיין.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

תגובה דורך והנה און נון »

כאפצעם האט געשריבן:

ניין, איך ווינדער זיך מער פון דיין גאטס צו שיסן א סטעיטמענט אן דעקונג... דער איד מיט'ן בלאט פארקויפן כמעט אייניג, ארויף און אראפ ווי א וואך.
יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 30, 2011 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקוםפרקן »

די צייטונג האט זיך אויך זשורנאליסטיש אהערגעשטעלט!
אטעטשמענטס
11.JPG
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

שמעלקא טויב האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:יא! פאר א עד וואס רופט צו א דרשת התעוררות איז דאס כדבעי'!
פאר א צייטונג?!

דער בלאט האט דאס מאל א פיינע קאווער.
אין אזא צייט לאזט מען אלעס אין א זייט און מ'רעדט נאר פון די "ביג איווענט", אזוי דארף א צייטונג זיין.

א צייטונג באשרייבט נייעס און די קעפל פון יעדע נייעס גיט א קורצע סך הכל פון די באשרייבונג, די גאר גרויסע 'איווענטס' גייען ארויף אויפן קאווער אויך.
יעצט קוק צוריק, די דעילי ניוס האט אוועקגעגעבן דעם גאנצן דעקל פאר די 'ביג איווענט', אזוי אויך דער ישראל היום (צו דער איד אויך? יש לדון, ווייל זיי האבן א מאדנע קאווער), וויאזוי קוקט עס אויס? גאר דראמאטיש, און די סך הכל פון די גאנצע מעשה איז געשריבן אין די העדליינס אין קורצן.
משא''כ די בלאט'ס קאווער, איז דראמאטיש, וזהו! דאס איז גוט פאר א עד, אבער פאר א צייטונג נישט.

יעצט קען מען דן זיין צו דער שמועס באלאנגט דא ווייל מרעדט פון קאווערס...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מיסטעריעז האט געשריבן:

סאו קודם זעה איך פארשטייסטו שוין די איידיע פון קאווערן א 'ביג עווענט' אויף די גאנצען פעידזש אזוי ווי די 'דעילי ניוז' און 'ישראל היום', און אז די סיבה איז צו מאכן די קאווערידזש "דראמאטיש";
יעצט טראכט אריין וועסטו זעהן אז ווען מ'לאזט די באשרייבונג אויף די אינעווייניגסטע בלעטער און אויפן דעקל שרייבט מען גארנישט נאר בלויז אזעלעכע ספאאקי לעכט מיט בילדער און לשון קודש'ע פסוקים איז דער קאווערידזש אסאך מער דראמאטישער. ודו"ק.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

כאפצעם האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:יא! פאר א עד וואס רופט צו א דרשת התעוררות איז דאס כדבעי'!
פאר א צייטונג?!

דער בלאט האט דאס מאל א פיינע קאווער.
אין אזא צייט לאזט מען אלעס אין א זייט און מ'רעדט נאר פון די "ביג איווענט", אזוי דארף א צייטונג זיין.

א צייטונג באשרייבט נייעס און די קעפל פון יעדע נייעס גיט א קורצע סך הכל פון די באשרייבונג, די גאר גרויסע 'איווענטס' גייען ארויף אויפן קאווער אויך.
יעצט קוק צוריק, די דעילי ניוס האט אוועקגעגעבן דעם גאנצן דעקל פאר די 'ביג איווענט', אזוי אויך דער ישראל היום (צו דער איד אויך? יש לדון, ווייל זיי האבן א מאדנע קאווער), וויאזוי קוקט עס אויס? גאר דראמאטיש, און די סך הכל פון די גאנצע מעשה איז געשריבן אין די העדליינס אין קורצן.
משא''כ די בלאט'ס קאווער, איז דראמאטיש, וזהו! דאס איז גוט פאר א עד, אבער פאר א צייטונג נישט.

יעצט קען מען דן זיין צו דער שמועס באלאנגט דא ווייל מרעדט פון קאווערס...

סאו קודם זעה איך פארשטייסטו שוין די איידיע פון קאווערן א 'ביג עווענט' אויף די גאנצען פעידזש אזוי ווי די 'דעילי ניוז' און 'ישראל היום', און אז די סיבה איז צו מאכן די קאווערידזש "דראמאטיש";
יעצט טראכט אריין וועסטו זעהן אז ווען מ'לאזט די באשרייבונג אויף די אינעווייניגסטע בלעטער און אויפן דעקל שרייבט מען גארנישט נאר בלויז אזעלעכע ספאאקי לעכט מיט בילדער און לשון קודש'ע פסוקים איז דער קאווערידזש אסאך מער דראמאטישער. ודו"ק.

און אזוי פירן זיך כמה וכמה גרויסע צייטונגען.

די איד ווען ער וויל ווען מאכן דראמאטיש לייגט ער אויס די גאנצע גרויסקייט פונעם קאווער די אטאקע, ער שטעלט אלעס אין א זייט פאר דעם, זיי קענען עס לכאו' נישט טוען ווען ס'דא צו א גרויסע איווענט די וואך אין ווילי וואס זיי האבן אזויפיל כוחות אריינגעלייגט דערין, אבער דאס איז עכט א צייטונג,

קודאס פארן בלאט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

קודאס אויף וואס? זיי האבן דאך גארנישט געריקט אין א זייט!? דער איווענט אין ווילי איז פאר'ן בלאט נישט אזוי וויכטיג ווי פארן איד.
איך האלט אבער אויך אז דער איד וואלט יא געדארפט האבן א בעסערן קאווער.
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

כאפצעם האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:יא! פאר א עד וואס רופט צו א דרשת התעוררות איז דאס כדבעי'!
פאר א צייטונג?!

גערעכט,
אזאנס מאכט מען פאר א דרשת התעוררות וואס זוכט ווי מער משתתפים און די זעלבע פאר א צייטונג וואס זיכט צו ציען קאסטומערס!
האסטיך אמאל געווינדערט פארוואס די בלאט האט די מערסטע קאסטומערס פון די היימישע קרייזן מיט זייערע אלע חסרונות?
אטא דאס איז דער תירוץ!

דער בלאט האט טאקע געמאכט פיל שטארקער, און אזוי דארף עס זיין. דער איד איז היבש שוואך מיט די נייעס. אבער נישט פאר דעם האט די בלאט די מערסטע קאסטומערס, נאר פשוט ווייל אונזער ציבור איז נישט עדזשוקעיטעד און פאר קינדער פארקויפט מען לאליס...
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

דע מה שתשיב האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:יא! פאר א עד וואס רופט צו א דרשת התעוררות איז דאס כדבעי'!
פאר א צייטונג?!

גערעכט,
אזאנס מאכט מען פאר א דרשת התעוררות וואס זוכט ווי מער משתתפים און די זעלבע פאר א צייטונג וואס זיכט צו ציען קאסטומערס!
האסטיך אמאל געווינדערט פארוואס די בלאט האט די מערסטע קאסטומערס פון די היימישע קרייזן מיט זייערע אלע חסרונות?
אטא דאס איז דער תירוץ!

דער בלאט האט טאקע געמאכט פיל שטארקער, און אזוי דארף עס זיין. דער איד איז היבש שוואך מיט די נייעס. אבער נישט פאר דעם האט די בלאט די מערסטע קאסטומערס, נאר פשוט ווייל אונזער ציבור איז נישט עדזשוקעיטעד און פאר קינדער פארקויפט מען לאליס...

נו טאקע דאס זאג איך!
איך בין נאר מסביר פארוואס עפעס מענטשן זעהן אינעם בלאט א 'שענערן לאלי' ווי אנדערע צייטונגען.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ווען ס'שטייט ווען אויך: (למשל) 'שרעקליכע שחיטה אין הר נוף', וואלט דאס געווען געלונגען.
א דראמאטישע פעידזש אן קיין שום רמז צו נייעס איז נישט פאר די קאווער פון א צייטונג.

שמעלקא טויב האט געשריבן:און אזוי פירן זיך כמה וכמה גרויסע צייטונגען.

למשל‎ וועלעכע‎?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

מיסטעריעז האט געשריבן:ווען ס'שטייט ווען אויך: (למשל) 'שרעקליכע שחיטה אין הר נוף', וואלט דאס געווען געלונגען.

מיסטעריעז: נאדיר א דוגמא פון א דעקל פון א גרויסע צייטונג, ביי אן ענליכע פאל דעם פארלאפענעם זומער.
אטעטשמענטס
cover.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

הלשון האט געשריבן:

בילד

ייש‎''כּ‎. טאקע‎ קליינע‎ אותיות,‎ אבּער‎ דאך‎ א‎ תמצית פון די נייעס.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 24, 2012 3:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והנה און נון »

המודיע טעגליכע צייטונג איז ווי גרויס?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

המודיע איז המודיע.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

דער בלאט'ס פראנט פעיזש איז זייער סטרייקונג און זייער אין פלאץ. כ'זעה נישט קיין שום פראבלעם דערמיט. עס איז דא אמאל א געשיכטע וואס נעמט איבער אלעס. ביים באמבעי אטאקע איז דאס אויך אזוי געווען.
פראנט פעיזשעס האט נישט כללים, יעדער קען אפמאכן וויאזוי ער וויל פרעזענטירן זיין צייטונג, זיין קאווער, וכדו'. די ניו יארק טיימס האט עטליכע נייעס טעגליך אויפן פראנט זייט, אנדערע האבן א גרויסן בילד מיט בלויז איין גרויסע נייעס.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אינטערעסאנט, אבער כ'קען נישט דיסיידן איבער מיין מיינונג אין די שמועס דא. די איד דארף ארויסגענומען ווערן פון די פראגע בכלל, ווי אסאך האבן שוין ארויסגעברענגט, ווייל זיי האבן געדארפט געמוזט דעקן נאך עפעס.

די גוי'שע פעפערס - וואס געוויסע האבן אויפגערענגט - איז אויך נישט אינטערעסאנט דא, ווייל יענע מייטונגען האבן יעדן טאג אין "גרויסע" געשיכטע אויף די קאווער.

די איינציגסטע וואס מען קען פארגלייכען, איז "די צייטונג" אדער איינע פון די גוי'שע צייטונגען וואס שרייבן נייעס ווי די אידישע, דאס איז די טיימס, WSJ וכדו'.

די צייטונג האט געמאכט א קאווער פונקט ווי דער איד, נאר געלייגט די צווייטע נייעס אונטן, וואס איז ווייטער נשיט קיין אפציע פארן איד, זינט זי האט דאך א רעשוואלקע סטייל קאווער. דארף איינער זעהן צו ער קען טרעפן א קאווער פון איינע פון די גוי'שע צייטונגען אין א דרעמאטישע טאג, און זעהן ווי ווייט זיי זענען געגאנגען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

מיסטעריעז האט געשריבן:ייש‎''כּ‎. טאקע‎ קליינע‎ אותיות,‎ אבּער‎ דאך‎ א‎ תמצית פון די נייעס.

דער בלאט האט אויך געשריבן א תמצית פון די נייעס
"קדושי הר נוף....."
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

אפילו ביי 9.11 האט עס נישט אויסגעקוקט אזוי אין די גויאישע פאפירן. דאס איז טאבלויד סטיל. נאר וואס דען? אונזערע צייטונגן זענען עתים צייטונג ועתים טאבלויד.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

דא האסטו נאך א דוגמא פון א קאווער.

די המודיע האט געווענליך עטליכע נייעס'לעך אויפ'ן דעקל.
אטעטשמענטס
Cover 2.JPG
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 16, 2013 8:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דע מה שתשיב »

מיסטעריעז האט געשריבן:ווען ס'שטייט ווען אויך: (למשל) 'שרעקליכע שחיטה אין הר נוף', וואלט דאס געווען געלונגען.
א דראמאטישע פעידזש אן קיין שום רמז צו נייעס איז נישט פאר די קאווער פון א צייטונג.

שמעלקא טויב האט געשריבן:און אזוי פירן זיך כמה וכמה גרויסע צייטונגען.

למשל‎ וועלעכע‎?

משפחה די וואך.
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

דע מה שתשיב האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ווען ס'שטייט ווען אויך: (למשל) 'שרעקליכע שחיטה אין הר נוף', וואלט דאס געווען געלונגען.
א דראמאטישע פעידזש אן קיין שום רמז צו נייעס איז נישט פאר די קאווער פון א צייטונג.

שמעלקא טויב האט געשריבן:און אזוי פירן זיך כמה וכמה גרויסע צייטונגען.

למשל‎ וועלעכע‎?

משפחה די וואך.

איינער קען ארויפלייגן די משפחה קאווער?
תודה למפרע.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8609
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

די דיסקוסיע איז אינגאנצן נישט דאס געווען (פאסט נישט פאר דיר מיטגעכאפט צו ווערן, חילי), מ'האט נישט דן געווען צו מ'דארף אוועקגעבן דעם גאנצן פראנט פעידזש דערפאר, צו נישט.
דער דיון איז געווען צו אזא זאך ווי דער בלאט האט געטון - א דראמאטישע פעידזש אן א תמצית פון וואס ער רעדט - איז א צייטונג סטייל, אדער זיי וואלטן געדארפט שרייבן כאטש א פאר ווערטער.
הלשון האט געברענגט די המודיע פון די דריי בחורים, און איך האב געוויזן אז זיי שרייבן טאקע יא א תמצית (דער צווייטער המודיע וואס ער ברענגט צו, מיין איך אז איינמאל מ'שרייבט אויף א גאר באקאנטער פערזאן 'זצ''ל' וועט יעדער - אפי' איינער וואס האט נישט געהערט קול מבשר אדער געליינט איי-וועלט - כאפן די נייעס, אז ער איז נישט מער בין החיים און אויב אזוי איז דאס א תמצית פון די נייעס וואס די קאווער טראגט אויף זיך, משא''כ ווען עס קומט פאר א גרויליגער שחיטה, אין א ביהמ''ד, אינמיטן דאווענען, איז שרייבן קדושי הר נוף מיט פיקטשערס נישט קיין שום תמצית, און א אומאינפארמירטער וועט מוזן אליינס דמיון'ן).
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”