רבי אהרן יחיאל האפשטיין מקאזניץ זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

הרה"ק מקאזניץ זי"ע

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » זונטאג סעפטעמבער 05, 2010 11:32 pm

ווען איז די יאהרצייט פין הרה"צ רבי אהרן יחיאל זצוק"ל?
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג סעפטעמבער 06, 2010 11:29 am

מיילעך האט געשריבן:אין ספר "המופלא בדורו" ווערט טאקע געברענגט אז ער איז נסתלק געווארן צום גדלי' אין זשעליכאוו, ווי אויך ווערט דארט געברענגט בילדער פין די לוי',
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » דינסטאג סעפטעמבער 07, 2010 7:49 am

מנשה אונגער און זיין בוך "ספר קדושים רביים אויף קידוש השם" בריינגט פארשידענע ווערסיעס ווען אין ווי אזוי הרה"צ רבי אהרן יחיאל זצוק"ל איז נסתלק געווארן

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג ינואר 23, 2011 2:53 pm

איך ברענג דא צו אן אויסשניט פונעם "בחצר הקודש" (סקווירא) וועלכע איז א טייל פון א שמועס וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט פארפירט מיט ש"ב האדמו"ר מקאזניץ-ב"ב/ת"א, דער שמועס איז ווי שטענדיג פארצויגן געווארן איבער הרה"ק ר' אהר'לע מקאזניץ זי"ע, איך ברענג עס אהער צוליב דער אינטערעסאנטער אנעקדאט -ווי הרה"ק האט געוואלט קומען קיין אמעריקא אויף טוהן פאר אידישקייט- וועלכע האט ביי מיר אלס אמעריקאנער-היסטאריע-ליבהאבער א ספעציעלער חשיבות.
צוגעלייגטע
koznitz1.jpg
koznitz.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג ינואר 24, 2011 12:27 pm

בן בוזי האט געשריבן:איך ברענג דא צו אן אויסשניט פונעם "בחצר הקודש" (סקווירא) וועלכע איז א טייל פון א שמועס וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט פארפירט מיט ש"ב האדמו"ר מקאזניץ-ב"ב/ת"א, דער שמועס איז ווי שטענדיג פארצויגן געווארן איבער הרה"ק ר' אהר'לע מקאזניץ זי"ע, איך ברענג עס אהער צוליב דער אינטערעסאנטער אנעקדאט -ווי הרה"ק האט געוואלט קומען קיין אמעריקא אויף טוהן פאר אידישקייט- וועלכע האט ביי מיר אלס אמעריקאנער-היסטאריע-ליבהאבער א ספעציעלער חשיבות.

איך זעה נישט אין דעם געשפרעך אז דאס איז געווען דער כוונה. וואס פארשטיי מיר אונז. מה מאד עמקו מחשבותיו.
לחיים ולברכה!

ישבב הסופר
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2011 8:18 am

תגובהדורך ישבב הסופר » מאנטאג פאברואר 20, 2012 3:55 pm

אפשר פארמאגט איינער דער המופלא בדורו און קען דאס ארויפלייגן דאהי? ביקשתיו ולא מצאתיו

ישבב הסופר
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2011 8:18 am

תגובהדורך ישבב הסופר » מאנטאג פאברואר 20, 2012 4:01 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:איך ברענג דא צו אן אויסשניט פונעם "בחצר הקודש" (סקווירא) וועלכע איז א טייל פון א שמועס וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט פארפירט מיט ש"ב האדמו"ר מקאזניץ-ב"ב/ת"א, דער שמועס איז ווי שטענדיג פארצויגן געווארן איבער הרה"ק ר' אהר'לע מקאזניץ זי"ע, איך ברענג עס אהער צוליב דער אינטערעסאנטער אנעקדאט -ווי הרה"ק האט געוואלט קומען קיין אמעריקא אויף טוהן פאר אידישקייט- וועלכע האט ביי מיר אלס אמעריקאנער-היסטאריע-ליבהאבער א ספעציעלער חשיבות.

איך זעה נישט אין דעם געשפרעך אז דאס איז געווען דער כוונה. וואס פארשטיי מיר אונז. מה מאד עמקו מחשבותיו.

"טאמער איך וואלט געפארן קיין אמעריקא וואלט איך געקענט אסאך אויפטוהן דארט". מה בדיוק לא הבנת?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 20, 2012 4:29 pm

אז מ'האט שוין ארויפגעברענגט דעם אשכול, אין 'די צייטונג' פאריגע וואך איז דא א אונטערשמועס מיט ר' גבריאל גראסבארד פון לאנדאן לאויט"א, ער דענקט א באזוך פון ר' אהר'לע קאזניצער זצ"ל אין לאנדאן.

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

ארויפגעבראכט לרגל יומא דהילולא קדישא היום ג תשרי

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:41 pm

זכותו הגדול דהאי חסידא קדישא יגן עלינו ועל כל ישראל בגו"ר.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:16 am

היה יהודי אחד ר' אברהם מרדכי שמו שהיה גר בתל אביב , וקודם המלחמה הוא היה צריך לללכת לצבא, אז נסע לאטוואצק להרה"ק רבי אהרן יחיאל זי"ע לבקש ברכה. ונשאר לל"ג בעומר. ובל"ג בעומר היה טיש מילכיג עם הרבה אנשים והרבי ראה אותו ונתן לו כף חמאה, ואח"כ אמר : "נתתי לו חמאה כי אי' בשו"ע שחמאה מפליט לכל דבר טמא, אז להטמאים לא יהיה שליטה עליך". וכשהגיע לצבא אז הרופא שאלו מה יש לך, והוא אמר שיש לו לב חלש. אז הרופא אמר הא הא לכל היהודים יש לב חלש... ושם אותו להיות רוכב על סוס בצבא שזה מאד מסוכן. וההורים שלו מאד בכו, אבל הוא לא דאג ואמר שיש לו אמונה ברבי.
בסוף כששלחו לכולם צו לבוא בתאריך המסוים לצבא אז הוא לא קיבל שום מכתב... והתברר שהם לגמרי שכחו ממנו ולא קראו לו בכלל יותר... וכך הוא ניצל... זי"ע ועכ"י בגו"ר אמן.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

הרב האפשטיין

תגובהדורך dovidal » מיטוואך ינואר 02, 2013 12:57 am

הרב הופשטיין מי שמנדב הקאווע אצל פינטערס שול בלאנדאן הבירה סיפר לי כמה עובדות
וכעת בונים מחדש אהל על קברו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 31, 2014 1:59 pm

אן אינטערעסאנטער באזוך פון רבי אהר'לע קאזשניצער אינען ווארשעווער טעאטער.
צוגעלייגטע
NLI-Article (2).pdf
(116.86 KiB) דאונלאודעד 470 מאל

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

דברי תורה מהרה"ק מ'קאזניץ זצוק"ל.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוקטובער 14, 2014 8:51 am

רבי אהרל'ע זיע"א פלעגט נישט זאגען קיין תורה ביים טיש
.
פארציילט הגאון רבי פנחס הירשפרונג זצ"ל גאב"ד מאנטריאל (מובא בספר אש פנחס), אז און פולין איז געווען א'קאזניצער רבי, הרה"ק רבי אהר'לע זצוק"ל און ער האט זיך זייער וואונדערליך אויפגעפירט ,און די גערער רבי זצוק"ל (האמרי אמת) האט געזאגט אויף אים זייער דערהויבענע הויכע זאכן,אמאל האט ער אינמיטן טיש זיך צו קאכט און געזאגט ס'ווערט גיברענגט... (און די עולם האט געמיינט אז די רבי גייט זאגען תורה) א'טשאלענט פונעם בעקער, עכ"ל.

אדער האט ער אמאל געזאגט אינמיטן טיש, "ס'שטייט... ס'שטייט, א'בעזום אונטער די טיר".
אדער האט ער אמאל געזאגט , מ'זאגט נאך ... מ'זאגט נאך, אמן יהא שמיה רבא נאכן חזן.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג אוקטובער 19, 2014 9:25 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוקטובער 14, 2014 12:14 pm

הלוית הרה"ק רבי אהרן יחיאל מקאזניץ זצ"ל הי"ד
צוגעלייגטע
New Picture (8).jpg

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הרה"ק מ'סקווירא זצ"ל סיפר מרוח הקודש של הרבי מ'קאזניץ זצ"ל.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוקטובער 14, 2014 1:03 pm

בן בוזי האט געשריבן:
גרונם האט געשריבן:דאס וואס בן בוזי שרייבט אז ער האט גענומען שבת דעם באן,פאסט נישט צו שרייבן, (לענ"ד איז עס זיכער נישט אמת, ס'איז חילול שבת).

קודם כל ס'בכלל נישט קיין חילול שבת צו פארן מיטן באן, אפשר נישט יודיש, און ווי לעווי האט געשריבן רעדט מען דא פון פיקוח נפש, און דאס איז טאקע דער חידוש.

דא ציטיר איך א'חלק פון א'שמועס וואס הגאון האדיר פוסק הדור רבי שמואל וואזנער שליט"א האט געהאט מיט כ"ק אדמו"ר מ'סקווירא שליט"א מוצש"ק פרשת יתרו תשמ"ט.
וזה תוכנו.

פארציילט הרב וואזנער שליט"א אז ביי די אכצען יאר האט אים מורו ורבו הרה"'ק רבי שימעלע זעשליכאווער זצוק"ל געשיקט צו צוויי רעביס , צו הרה"ק רבי אהרלע פון קאזניץ זצוק"ל, און צו הרה"ק רבי פיניע'לע פון אוסטילא הי"ד.

האט זיך סקווירא רבי שליט"א אנגערופן אז הגם זיין טאטע הרה"ק מ'סקווירא זצוק"ל פלעגט נישט צופיל רעדן פון צדיקים וואס האבען געוויזן אפענע מופתים,אבער פון רבי אהרלע זצוק"ל האט ער יא גערעדט, און אז ער איז געווען א'איש פלא, און זיין טאטע הרה"ק סקווירא רבי זצוק"ל האט פארציילט, אז אמאל אינמיטן שבת קודש איז רבי אהרלע זצוק"ל ארויף אויפן באן,און די פערטע סטאנציע איז ער אראפ געגאנגען און ער איז צו געגאנגען צום ים און געראטוועט א'איד וואס האט זיך געוואלט דערטרונקען לא עלינו.

האט רב וואזנער שליט"א פארציילט אז אמאל אינמיטן שבת איז רבי אהרלע געגאנגען צום טיאטער ,און ער איז געלויפן צום סטענד (ווי מ'פארקויפט די בילעטן אריין צו גיין צום טיאטער) און געשריגען הויעך "שבת" "שבת" "שבת", ביז די טיאטער שפילער וואס איז געווען א'איד איז אראפ פון דארט, און אנגעטוהן א'קאפל מיט ציצית.

(מכתבי זכרונות פון הרה"ח רבי מאיר קנאבלאך שליט"א).

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

פארשטאנען אויפן ווינק.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:33 am

פארציילט הרבנית פון שעניצא ע"ה אז און זומער תרצ"ד ווען די קאזניצער רבי האט געוויילט און אטוואצק,איז זי ארום געגאנגען צו די טישין פון די רבי'ס וואס האבען געוויילט דארטן פרייטאג צו נאכט,און זי איז אויך אריין צום טיש פונעם קאזניצער רבי ,זעהט זי ווי די גבאי שטייט אויפן טיש,און נאך ווען די רבי האט געגעסן די פיש האט זיך די רבי אנגערופן זייער הויעך "גיב אים א'קאפ אין בויך אריין".

איז זי געשטאנען און געוואונדערט וואס וועט די גבאי טוהן פאר יענעם מענטש וואס די רבי האט געהייסען טוהן אזוי,האט זי געזעהן ווי די גבאי האט פארשטאנען די רבי'ס רמז,און ער האט גענומען די קאפ פון די פיש וואס הייסט"קארפן קאפ" און געגעבן פאר יענעם צו עסען.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 8:59 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג נובעמבער 16, 2014 1:43 pm

נורא נוראות!
בד"א וויל איך מיך באדאנקען פאר אייך פאר די אלע מעשות וואס איר ברענגט דא אראפ מיר האבען שטארק הנאה!
כה לחי!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג נובעמבער 16, 2014 2:23 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:נורא נוראות!
בד"א וויל איך מיך באדאנקען פאר אייך פאר די אלע מעשות וואס איר ברענגט דא אראפ מיר האבען שטארק הנאה!
כה לחי!

גם אני מצטרף מעומק הלב.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג נובעמבער 17, 2014 7:14 am

המברך יתברך.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

האסט געכאפט פון מיר, וועסטו נישט כאפען פון זיי!

תגובהדורך יאפין » זונטאג נובעמבער 23, 2014 7:11 am

א איד פון אהאיא איז אמאל געקומען קיין אנטווערפען, האט ער דערציילט פאר מיין טאטע זז"ג די מעשה, וואס האט פאסירט מיט אים אליין.

דער איד איז געווען פון די דוואויסק (מיליטער - די פשוט'ע חסידים וואס האבען זיך געדרייט ביים רבי'ן). פאר די צווייטע וועלט'ס מלחמה האט אויסגעבראכען, האט הרה"ק ר' אהרל'ע אים איינמאל צוגערופען, און געזאגט "קום, מען גייט אין מקוה".

די מקוה איז געווען לעהר, און די רבי האט אים געהייסען שטיין.
אויפאיינמאל איז הרה"ק ר' אהרל'ע געקומען צו לויפען מיט א שנעלקייט, און מיט א שטארקע כח האט ער אים געגעבן א געזונטען שטופ. דער איד איז אראפ געפאלען אלע טרעפ פונעם ליידיגע מקוה, און ער האט זיך צובראכען אלע ביינער, עס איז געווען ממש ריסוק איברים.

דער איד האט נישט געוואוסט וואס ער האט זיך פארזינדיגט, הגם ס'איז געווען שייך אמאל צובאקמען א פראסק, אבער אזאנס איז נישט געווען קיין נארמאלע זאך. ווען דער איד איז ארויף געקומען פון מקוה האט אים הרה"ק ר' אהרל'ע געזאגט "הער, האסט געכאפט פון מיר, וועסטו נישט כאפען פון זיי!"

דער איד פארציילט מיין טאטע: איך האב אדורך געלעבט די גאנצע קריג אין פוילען, די גאנצע פינעף יאר, קיינער האט מיך נישט געזען, קיינער האט מיך נישט באמערקט,איך האב מיך קייינמאל נישט געדארפט באהאלטען, מען האט מיר קיינמאל נישט געבעטן קיין פאפירען, איך האב מיך ארום געדריייט פראנק און פריי די גאנצע קריג!

זי"ע ועכי"א.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

בולקע
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2014 2:55 am

תגובהדורך בולקע » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:11 am

תודה רבה פאר אלע חברים װאס האבן געשריבען דא. איך האב שוין לאנג געװאלט לײנען מער איבער דעם צדיק נאר ס׳איז די ערשטע
מאל װאס איך לײן צוזאם אזוי פיל ידיעות װעגן איהם.
איך זעה דא עטליכע עובדות װאס מען ברענגט דא װי ער האט אװעק געלײגט בחורים אײנס צװײ פאר לאכן פון איהם. איעדע נעמט עס אן
מיט א פשטות אבער איך גלײב עס נישט. א איד א צדיק װאס האט מקרב געװען אלע מינע עלעמענטן װאלט נישט געטיען אזאנס.
אפשר בין איך נישט גערעכט אבער זײ זענען נישט געװען קײן משכילים נאר סך הכל ״בחורים״.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

עדות החפץ חיים זיע"א על הרבי מ'קאזניץ זיע"א.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 7:57 am

פארציילט הרה"ג רבי ישראל עזריאל מאנדעלבוים שליט"א רב דק"ק שמחת ישראל מאנסי,אז ער האט געהערט פון ר'נפתלי בנימין עקשטיין ז"ל (מחסידי באבוב) אז ער האט געהאט בשותפות א'פיש געשעפט אין די וועסט סייד מאנהעטען,און הרבנית מרת פייגא זאקס ע"ה (טאכטער פון די חפץ חיים זיע"א) איז געווען פון זיינע קליענטען,רבי נפתלי בנימין האט איר געזאגט אויב ווען זי קומט אריין אין געשעפט ,וועט זי אים פארציילן א'מעשה פון איר טאטע ,וועט ער איר אליינס בייהאנדלען פאר אלע אנדערע קליענטען.

האט זי אים פארציילט,אז זי פלעגט אסאך מוטשען איר טאטע אז ער זאל איר פועל'ן אז זי זאל האבן קינדער,אבער די חפץ חיים זיע"א האט איר געזאגט אז ער קען איר נישט העלפן דערמיט,אבער זי האט זיך נישט בארואיגט זאגענדיג אז ער קען איר יא העלפן,והיות אז זי האט געזעהן ביי אים פארשידענע מופתים.

האט איר די חפץ חיים געשיקט צום קאזניצער רבי זיע"א ,האט זי געפרעגט איר טאטע,צו דען קענסטו מיר נישט אליין העלפן אז די שיקסט מיר דארטן?! האט איר די חפץ חיים זיע"א גענטפערט אז די קאזשניצער רבי האט א'שטארקע כח,ווייל ער איז מוציא יקר מזולל,ער מאכט בעלי תשובה איז כפי תהיה,קען ער באווייזען מופתים.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:59 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

אז די וועסט אויס צאלען דראשקעס פאר די דוואויסק וועט מען קומע

תגובהדורך יאפין » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:10 am

אין אנטווערפען האט געוואוינט א איד מיט'ן נאמען הופמאן, האט ער דערציילט מיין פאטער א פלא'דיגע מעשה, וואס איז געווען ביי אים.

דער איד האט געוואוינט אין קוריסטשוב, עס איז צו דעם איד געבוירען געווארען (פאר'ן קריג ) למז"ט א אינגעל, דעם איד'ס ווייב איז געווען א קאזשניץ'ער חסידות'טע, האט זי געזאגט צו איר מאן: איך געב נישט ארויס דאס קינד צום מל'ן נאר אויב הרה"ק ר' אהרל'ע קאזשניצער וועט זיין סנדק.

דער איד האט קיין צוויי ברירות נישט געהאט, איז ער אראפ געפארען צו ר' אהרל'ע וואס איז דעמאלטס געווען אין סוסנאווצע (א קוהר-ארט וואו מען רוהט זיך אפ). ער גייט אריין אין ביהמ"ד, זעהט ער וואו דער רבי דרייט זיך וואו א בין, ארויף אראפ, אראפ ארויף. עס האט דארט געהערשט א מורא'דיגע פחד, ער האט געציטערט צו צוגיין. ער האט געזען אז ס'נעמט נישט קיין סוף, האט ער נישט געוואוסט וואס צוטוהן. ביז ער האט גענומען קוראזש און צוגעלאפען צום רבי'ן און געגעבען א זאג "רבי, אויב די רבי קומט נישט, איז נישטא קיין ברית!".

הרה"ק ר' אהרל'ע האט זיך געגעבען א שטעל אפ, און אריין געטראכט. נאך א מינוט זאגט אים ר' אהרל'ע "אז די וועסט אויס צאלען דראשקעס פאר די דוואויסק וועט מען קומען" (דראשקע - די ביליגע פערד און וואגען וואס די פויערען פלעגען ניצען, א פיאקער איז די בעסערע סארט וועגענער). דער איד האט קיין געלט נישט געהאט, אבער ער האט צאם געקראצט א סכום וויפיל ס'האט געקאסט די דראשקעס, און ר' אהרל'ע איז געקומען מיט די גאנצע דוואויסק צום ברית.

ווען מען איז אנגעקומען, האט הרה"ק ר' אהרל'ע געהייסען פאר אלע זיינע מענטשען בלייבען אינדרויסען, און ער איז אליין אריין געגאנגען צום הויז צו זיין סנדק. נאכ'ן ברית איז ער ארויסגעקומען און אהיים געפארען מיט די דוואויסק.

מי יבין בסוד קדושים, זי"ע ועכי"א.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

דבר אחד מדבריו לא ישוב ריקם.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:18 am

פארציילט החסיד הישיש רבי משה ראזענוואסער געהערט פונעם בעל עובדא אליינס,אז אמאל איז א'איד מיט זיין טאטע מאמע אריין צום קאזניצער רבי זצוק"ל און אים דערלאנגט א'קוויטל ,ליינענדיג די קוויטל האט זיך די רבי אזוי אנגערופן,וויסן זאלסטו,אז פון דיין טאטע מאמע וועט גארנישט איבערבלייבן,און פון מיר אויכעט נישט,אבער די וועסט יא איבערבלייבן, וועגן דעם בעט איך דיר אז די זאלסט מיך געדענקן.

וכך הוה ,מדברי הרבי לא נפל ארצה, זיי זענען ל"ע אומגעקומען ביי די מלחמה,און ער די זון, האט איבער געלעבט די קריג,איז ער געגאנגען צום "בית ישראל פון גער" זצוק"ל,און אים אנגעפרעגט וואס זאל ער טוהן?,האט אים גערער רבי געהייסן ארייגעבען א'ספר תורה אויפן קאזניצער רבי'ס נאמען.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2460
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » זונטאג נובעמבער 30, 2014 12:13 pm

מיילעך האט געשריבן:.
ר' אהרן איז געווען א איידעם ביי ר' אברהם פנחס ספרד קיניוב-אוסטראה רבי (א אייניקל פין רב ייבי), אין וויבאלד זיין ווייב איז געווען געוואינט צי לעבן מלכות'דיג מבית אבותיה, אין ר' אהרן האט זיך געפירט פארקערט אלעס אוועקציגעבן פאר יענעם, אין געלעבט אין א כאטקע. האבן זיי זיך גע'גט נאכן זיין צוזאמען אפשר אפאר וואכן. ר' אהרן האט שוין נישט חתונה געהאט פין דעמאלס.
זיין גרושה האט שפעטער געהייראט צו ר מנחם נחום טברסקי ממאחנובקה-סקווירא וואס ליגט אין בית דוד-עלמאנט קווינס.
ר' אברהם פנחס ספרד האט שפעטער געפליכטעט קיין אמעריקא ווי ער ליגט אין וועלוואד-לאנג איילאנד.

רבי אהרלה'ס זיע"א רעבעצין איז געווען זיין ערשטע שוועסטער קינד, ווייל זיין מאמע הרבנית ברכה צפורה גיטל מ'קאזניץ מיט זיין רעבעצין'ס מאמע(אשת הרה"ק רבי אברהם פנחס זצ"ל פון קינעוו נוא יארק).
זענען געווען טעכטער פון הרה"ק רבי מאטיל טווערסקי זצוק"ל פון לאיעוו (בן רבי נחום זצוק"ל בן הרה"ק רבי אהרן פון טשערנאביל זצוק"ל).


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], פילידעלפיא און 25 געסט