חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי נ. זש.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חיים של פרנסה האט געשריבן:
און איבעראל וועט סאטמאר האבן אן אייגענע חדר, מיר קענען די חברה...

נא, להגדיל תורה ולהאדירה.

וועסטו אבער מוזן האבן א תורה אויטאריטעט מיט די זעלטן זעלטענע אייגענשאפט פון צוזאמענעמען אלע 6 סאטמארס תחת קורת גג אחד, סוף כל סוף "אב אחד לכולנו" איין רבי, איין נוסח התפילה, די זעלבע ניגון אויף שלום עליכם, דאכט זיך אז נאר ביי די צייטונגען ווערן מיר פונאנדערגעטיילט..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

כולם אהובים, כולם ברורים.

יעדע פעולה וואס וועט בעז״ה העלפן לינדערן דעם דירות קריזיס דארף ווארעם באגריסט ווערן. יעדע פלאץ איז געאייגנט פאר א צווייטן, און ס׳איז דא גענוג און נאך פון וויליאמסבורג און בארא פארק אנצופילן יעדע נייע פלאץ.

מען דארף נאר ״באמת״ וועלן אוועקמופן... דאס איז די שווערסטע טשעלענדזש וואס יעדע נייע פלאץ גייט און וועט דורכגיין. פון די נייע ישובים זעלבסט פעלט באמת גארנישט.
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

סראלי האט געשריבן:כולם אהובים, כולם ברורים.

יעדע פעולה וואס וועט בעז״ה העלפן לינדערן דעם דירות קריזיס דארף ווארעם באגריסט ווערן. יעדע פלאץ איז געאייגנט פאר א צווייטן, און ס׳איז דא גענוג און נאך פון וויליאמסבורג און בארא פארק אנצופילן יעדע נייע פלאץ.

מען דארף נאר ״באמת״ וועלן אוועקמופן... דאס איז די שווערסטע טשעלענדזש וואס יעדע נייע פלאץ גייט און וועט דורכגיין. פון די נייע ישובים זעלבסט פעלט באמת גארנישט.

און אויב מ'מופט נישט צום סוף איז אויך ווערט די talk אלעס אנדערש איז אויסגעדראשן,
ווי דאווענסטו די ימים נוראים ? ביידע תפלות ? ווער איז בעל תפלה דארט ? (ווי למשל איך בין עכט אינטערסירט, יא?)
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערקא »

היי דיס איס בערקא פראם קנא, ענד איי וואלד לייק טו שעיר וויט יא מיי אפיניאן אן דע האוזינג אישו

1 גייט דער עולם בכלל מופן פון וויליע?
2 אויב יא מופן דאן צו וועלכע געגנט/שטעטל גייט מען מופן?
3 גייט זיך וויליאמפעסט אויסליידיגן?

1 דער עולם מופט שוין! סאטמאר מהר"א גייען קיין ק"י, אדער די בעל הבית'ישערע גייען קיין מאנסי,
סאטמאר מהרי"י גייען אויך היבש קיין ק"י (איינער לכתחילה און א צווייטער מחוסר ברירה) און א טייל קיין מאנסי, (די גרויסע סאטמארע מוסד האט צובאקומען איבער 100 קינדער אין תשע"ד, בלויז פון מענטשן וואס האבן ארויסגעמופט), און א טייל קיין לעיקוואוד, סתם עמך אידן פון פארשידענע קרייזן מופן קיין מאנסי, (זעה די אשכול פון מוסדות אין מאנסי), בעלזא גייען אויך קיין לעיקוואוד.... הקיצור מופן איז שוין א מציאות

2 ווי שוין ערווענט, מופט יעדער ווי זיין הארץ ציעט ס'מערסטע, ממילא איז נישט שייך צו זאגן, דאס ווענדט זיך יעדעס פלאץ ווי אזוי דער קראוד וועט זיך אוועקשטעלן, עסטריעם פרום (אסר'ן בחירות [וועלכע], קינדער דרייוון נישט קיין שגץ בייק, מען איז מוחה אויף סקול דיסטריקט און טריפנע סעלפון געשעפטן), פרום בעל הבית'יש ענליך צו די מעזשאריטי פון ק"י ווילי, מעסיג פרום, ענליך צו רוב חסידישע קרייזן וויזניץ, בעלזא, צאנז, באיאן, ודומיהם, אויפגעקלערט פרום, ע"ע מאנסי, וכו' והבן, ודוק, ודי וגאל וחל

3 בפשטות נישט אזוי שנעל, באט נעמענדיג אין באטראכט קרוינהייטס, די איסט סייד, און סאטמאר לעיקוואוד, איז דאס נישט אויסגעשלאסן..... מ'מוז מחלק זיין היינט פון אמאל עס איז אינגאנצן א אנדערע מציאות, אין וויליאמסבורג וואוינען מער אידן ווי עס האבן דאן געוואוינט אין די אלע פלעצער, (ירושלים איז נישט געווארן ליידיג, אפילו די יונגווארג גייען היינט וואוינען אין בית שמש, ביתר, צפת, אשדוד, טברי' וכו') באט יו קען נעווער קנאו!
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

לויט ווי זאכן פארן ביז איצט, איז לא ימלט אז נומער 3 זאל זיין פארמיידבאר, נישט אין די נעקסטע צווי יאר, אבער ווייניגער פון צוואנציג יאר ארום, וועט וויליאמסבורג אויסקוקן פונקט ווי איסט סייד, די פרייזן אין די גויאישע גאס שפרינגען צום הימל, נישטא קיין שום וועג בדרך הטבע דאס זאל אראפ גיין, אדער סטאפן ארויפגיין, דער גוי איין הויז נאכן יוד, צאלט טאפעלט געלט פאר א סקווער פיס, עס איז א פראגע פון צייט וואס מען וועט זיך אויפוועקן צו א מציאות, אז אונזער שכן אין בנין, האט נישט געקענט עומד זיין בנסיון, און פארקויפט זיין דירה פאר א גוי, און זיינע שכינים אין בנין האבן אפילו נישט קיין טענות צו אים, אדרבה, זיי זענען גאר צופרידן, ווייל אצינד קענען זיי אלע פארקויפן זייערע דירות פאר טאפעלט אדער טריפלט געלט, און קיינער וועט זיי נישט קענען אפהאלטן, (זאג נאר, דו ווילסט איך זאל וואוינען מיט א גוי אין איין הויז?)
דער פאקט אז דער גוי וויל צאלן אזויפיל פאר א דירה, וועט אויסליידיגן וויליאמסבורג ווי א וועקיום קלינער, עס איז אינו דומה צו ירושלים בכלל, דא אין ווילימאסבורג איז נישט נאר א מאנגל אין דירות, די דעוועלעפערס וואס פארקויפן פאר רויבערישע 500 דאלארר א סקווער פיס, זענען גאר גרויסע צדיקים, ווייל זיי קענען ווען פארקויפן פאר גוים פאר 1500 א סקווער פיס, איר כאפט וואס דא טוצעך? דאס צוזאם פאל פון וויליאמסבורג איז אומפארמיידליך!
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

הערליך בדרך הטבע וועט וויליאמסבורג בלייבן הערליך אידיש שטעטל עד ביאת הגואל!
1. די סיבה וואס מאכט גוים צאלן אזוי פיל געלט צו וואוינען דא, איז דא ביי אידן אויך, הגם אז 93%... איז אויף מעדיקעד, איז דאך עס נאר א בילבל, פארוואס זאלן אידן באטראכט ווערן פאר לאו סטאנדארט מענטשן וואס גייען וואוינען אין א ביליגע געגענט, ווי אר די עם הנבחר די טאפ פון די קעיק, מיר דעזארווען די בעסט!
2. די אידישע געגענטער וואס זענען געווארן אויסגעליידיגט דא אין אמעריקע, דארט איז אלעס געווען אויף "רענטאל" הייזער בתי מדשים מוסדות אין געשעפטן, משא"כ אין א פלאץ וואס אלעס איז גוט עסטעבלישט, אפילו טויזנעטער מענטשן זאלן אוועק מופן וועלן נאך אלץ צענדליגע טויזענטער דארט בלייבן הם ונשיהם ובניהם
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

הערליך,
האסט נישט אויסגעפירט פארוואס ווילי זאל למעשה זיין אנדערש ווי ירושלים.

----
אה ניק זאגט עפעס, לאמיר זעהן.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

ניק ניק האט געשריבן:הערליך בדרך הטבע וועט וויליאמסבורג בלייבן הערליך אידיש שטעטל עד ביאת הגואל!
1. די סיבה וואס מאכט גוים צאלן אזוי פיל געלט צו וואוינען דא, איז דא ביי אידן אויך, הגם אז 93%... איז אויף מעדיקעד, איז דאך עס נאר א בילבל, פארוואס זאלן אידן באטראכט ווערן פאר לאו סטאנדארט מענטשן וואס גייען וואוינען אין א ביליגע געגענט, ווי אר די עם הנבחר די טאפ פון די קעיק, מיר דעזארווען די בעסט!
2. די אידישע געגענטער וואס זענען געווארן אויסגעליידיגט דא אין אמעריקע, דארט איז אלעס געווען אויף "רענטאל" הייזער בתי מדשים מוסדות אין געשעפטן, משא"כ אין א פלאץ וואס אלעס איז גוט עסטעבלישט, אפילו טויזנעטער מענטשן זאלן אוועק מופן וועלן נאך אלץ צענדליגע טויזענטער דארט בלייבן הם ונשיהם ובניהם


ווען דער פאקט וועט אנהויבן שמייסן אין פנים, יעדער שמויגער פארקויפט פאר גוים, וועט וויליאמסבורג גיין א גאנג, נישט אויף אייביג וועט ארבייטן די איסורים מיט צעטליך פאשקעווילן, עס קען אביסל שטיפן דעם קען דאוין די ראוד, אבער נישט אויף אייביג.
קוק דא viewtopic.php?f=3&t=24762

האלטסט אז וויליאמסבורג גייט קענען סערווייווען ווען עס גייען וואוינען מאסן גוים אין אונזערע קאנדאס? איך האלט אז נישט.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

כאפצעם האט געשריבן:הערליך,
האסט נישט אויסגעפירט פארוואס ווילי זאל למעשה זיין אנדערש ווי ירושלים.


פשוט, ירושלים האט א שרעקליכע מאנגל אין דירות, וויליאמסבורג האט נישט נאר א מאנגל, נאר א א שרעקליכן ניסיון, וואס סאיז א פראגע פון צייט ביז מענטשן וועלן זיך מאכן דעם חשבון, און זיך אריינפייפן, און פארקויפן פאר גוים, עטךיכע געזונטע מחוצפים, און ווילימאמסבורג באלאנגט פאר די היסטאריע
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

הערליך האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:הערליך בדרך הטבע וועט וויליאמסבורג בלייבן הערליך אידיש שטעטל עד ביאת הגואל!
1. די סיבה וואס מאכט גוים צאלן אזוי פיל געלט צו וואוינען דא, איז דא ביי אידן אויך, הגם אז 93%... איז אויף מעדיקעד, איז דאך עס נאר א בילבל, פארוואס זאלן אידן באטראכט ווערן פאר לאו סטאנדארט מענטשן וואס גייען וואוינען אין א ביליגע געגענט, ווי אר די עם הנבחר די טאפ פון די קעיק, מיר דעזארווען די בעסט!
2. די אידישע געגענטער וואס זענען געווארן אויסגעליידיגט דא אין אמעריקע, דארט איז אלעס געווען אויף "רענטאל" הייזער בתי מדשים מוסדות אין געשעפטן, משא"כ אין א פלאץ וואס אלעס איז גוט עסטעבלישט, אפילו טויזנעטער מענטשן זאלן אוועק מופן וועלן נאך אלץ צענדליגע טויזענטער דארט בלייבן הם ונשיהם ובניהם


ווען דער פאקט וועט אנהויבן שמייסן אין פנים, יעדער שמויגער פארקויפט פאר גוים, וועט וויליאמסבורג גיין א גאנג, נישט אויף אייביג וועט ארבייטן די איסורים מיט צעטליך פאשקעווילן, עס קען אביסל שטיפן דעם קען דאוין די ראוד, אבער נישט אויף אייביג.
קוק דא viewtopic.php?f=3&t=24762

האלטסט אז וויליאמסבורג גייט קענען סערווייווען ווען עס גייען וואוינען מאסן גוים אין אונזערע קאנדאס? איך האלט אז נישט.

וואס איך פערזענליך האלט איז, אז די גאנצע יופיס אנשיקעניש איז נישט מער ווי א דורכלויפנדע טורנעדא און ביז א קורצע צייט לאזן זיי אלעס איבער און גייען אויסטרייען נאך געגענטער, אבער לאמיר אננעמען אז איך דמיון און אלעס בלייבט פארן וויאזוי ס'פארט יעצט וועלן בדרך הטבע די אידן אויך עפענען די סעווינגס אקאונטס און אריינגוסן אין וויליאמסבורג, מ'האט ציפול אינוועסטעד דא אז מ'זאל עס אזוי גרינג לאזן פאלן
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

ווער רעדט פון לאזן פאלן די אינוועסטמענטס? מען פארקויפט פאר א ריזן פראפיט, אקעי גענוג גערעדט, גייט צוריק שלאפן, ששש
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

הערליך האט געשריבן:ווער רעדט פון לאזן פאלן די אינוועסטמענטס? מען פארקויפט פאר א ריזן פראפיט, אקעי גענוג גערעדט, גייט צוריק שלאפן, ששש

איך רעד נישט נאר פון געלט אינוועסטמענט וק"ל, עניוועי וויליאמסבורג האט גענוג פראדאקשן סיי פאר זיך און סיי פאר עקספארט, סא לאמיר בעטן א תפילה אז זאכן זאלן זיך שוין רירן לטובה
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
ערליכער גרעפיקער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 29, 2014 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערליכער גרעפיקער »

ניק ניק האט געשריבן:
הערליך האט געשריבן:ווער רעדט פון לאזן פאלן די אינוועסטמענטס? מען פארקויפט פאר א ריזן פראפיט, אקעי גענוג גערעדט, גייט צוריק שלאפן, ששש

איך רעד נישט נאר פון געלט אינוועסטמענט וק"ל, עניוועי וויליאמסבורג האט גענוג פראדאקשן סיי פאר זיך און סיי פאר עקספארט, סא לאמיר בעטן א תפילה אז זאכן זאלן זיך שוין רירן לטובה

איך עגרי, ס'האלט נאך זייער ווייט אז עס זאל צושטאנד קומען א פונקטליכע קאפיע פון וומסב"ג מיט אלע דעטאלן (טראכט אליין ביי דיר, וועלכע דו ווילסט) און נאך ווייטער פון עפעס וואס זאל איבערשטייגן און עווענטועל אינטערברענגן וומס"ב.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

די נערישע זאך אז סאיז יאפיס אין זיי גייען אוועק גיין איז געווען די נושא פאר 10 יאר צוריק ,היינט איז די געגנט גארנישט מיט יאפיס סאיז געווארן א טייערע היפסטער געגענט טייערער פון מאנהעטען אין געוויסע געגענטער , אין מיליאנערען קויפן קאנדאס אין היייזער צו וואינען אין די געגענט ,

אין דעס איז סתם שקר אין קרוין הייטס אין און איסט סייד און אין בראונסוויל האבן היימישע יודן פונקט אזוי געהאט אייגענע הייזער פונקט ווי אין ווילאמסבורג איר קענט זיך נאכפרעגן ביי זיידעס אדער אנדערע וואס לעבן נאך

למעשה איז נאכנישט געווען דער נחשון וואס האט פארקויפט א הייזקע אין ווילי פאר גוים , אבער די מחשבה לאזט נישט טראכטן אז פריער ווי שפעטער גייט איין נחשון פארקויפן אין די איבריגע איז היסטאריע , ס'גייט לכאורה פארן שנעלער ווי מ'וויל קלערן אין ס'גייט זיין ליידער א גירוש , וואס די באדייט גירוש איז אונטער געשאטסט , פארשטייט זיך סאיז אלעס דמיונות אין איין באשעפער ווייסט וואס גייט זיין , אבער בדרך הטבע וויאזוי סאיז געפארן ביז יעצט , גייט די ענדע זיין ביטער ,מ'קען מיך אפווענדען וועגן סאיז אויף אזאך וואס גייט זיין , אבער אלע היימישע ריעל עסטעיט חברה זאגן די זעלבע , סאיז באמת א פחד

און נאך איין זאך וואס איך ווייס פון אביסעל אינסייד אינפא, ווען נישט די סאטמארע ראשי קהלה אין מנהלי המוסדות וואלטן שוין געווען נייע געגענטער און שטעטלעך , נאר וועגן זיי האבן נאר פון טראכטן אז טאמער סאיז דא א ניי שטעטל זענען זיי אויס א נומבער .....ליידער האלט עס דא

ווי למשל קאסקעיד ..א.א.וו. ודי
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

צו עס גייט געשען צו נישט קענמען שפעקולירן, אבער אויב גייט מען יא אוועק גיין, איז עס א "גירוש"?? יעדער גייט אוועק גיין מיט אנגעשטאפטע קעשענעס, אזש מען וועט נישט וויסען וואס צו טאן מיטן געלט קודם!

טויזענטער אידן גייען זיך אויסלעבן די ריטייערמענט ווי עשירים!

נאר איין זאך וועט זיין א שאד, אזא סארט שטאט ווי וויליאמסבורג, הייליג פרום און אויך מיט א שטאטישע "טוויסט", גלייב איך נישט וועט אזוי שנעל זיין. אדער נישט פרום, אדער שטעטעליש.

(וואס? דו האלסט אז וויליאמסבורג איז גאאאארנישט בעסער ווי... וואטעווער? אוקעי נישט צו דיר האבעך גערעדט.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

פיין די עשירים וועלן נישט דארפן אנטלויפן איך רעד פון דריי פערטעל ווילאמסבורג וואס זענען אויף רענט אויף זיי וועט מען ווארפן ווי הינט אינמיטן די נאכט , איך פערזענליך קעם קוים ווארטן איינצוקעשען וואס סאיז דא אין ווילי איך רעד פון די יונגעלייט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35244
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

moneyMINDED האט געשריבן:

שמך נאה לך..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

moneyMINDED האט געשריבן:פיין די עשירים וועלן נישט דארפן אנטלויפן איך רעד פון דריי פערטעל ווילאמסבורג וואס זענען אויף רענט אויף זיי וועט מען ווארפן ווי הינט אינמיטן די נאכט , איך פערזענליך קעם קוים ווארטן איינצוקעשען וואס סאיז דא אין ווילי איך רעד פון די יונגעלייט

קיינער גייט נישט ווארפן ווי הינט! אויב ווערט ווילי אויסגעשפילט, גייט זיין נייע געגענטער, דארט וועט מען קענען רענטען פאר ביליגער ווי אין ווילי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

יא יא דעס איז געזאגט געווארן טאמער דעס גייט געשען אין 5 יאר ארום , און ביזדערווייל איז נישדא קיין געגענטער אין זיכער נישט קיין רענטאל דירות , אפילו אין מאנסי אין קרית יואל זענען רענטאל דירות פאר א משפחה מיט 6 קינדער שווער צו טרעפען פאר ווער סווייסט ,
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

moneyMINDED האט געשריבן:יא יא דעס איז געזאגט געווארן טאמער דעס גייט געשען אין 5 יאר ארום , און ביזדערווייל איז נישדא קיין געגענטער אין זיכער נישט קיין רענטאל דירות , אפילו אין מאנסי אין קרית יואל זענען רענטאל דירות פאר א משפחה מיט 6 קינדער שווער צו טרעפען פאר ווער סווייסט ,

עס גייט געדאורן מער ווי 5 יאר אויסצוליידיגען ווילי. אויב נישט, גייט נישט זיין די נסיון אזוי גרויס, ווייל די פרייזען וועלן טראסקענען. עס וועט זיין צופיל סופליי.

#היתר כרוך
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

מ' רעדט נישט פון אויסליידיגן , אפילן א מיעוט , א מענטש מיט א קינדער געבענטשע משפחה ווי וועט ער מופן ?
אפילו נאר 100 משפחות
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

פרנסה איז נאך אלץ זייער א גרויסע פאקט מיט וואס מען רעכנט זיך ביים מופן.

אויב גייט נישט זיין עפעס א משל פון בי & עיטש, וואס וועט אריבער ברענגען דזשאבס, וועט זיך וומס"ב ארויסרוקן גאאאאר שטייט.

צו גיין פון איסט סייד קיין וויליאמסבורג אדער קרוין הייטס, איז די דזשאב געבליבן די זעלבע. אבער קיין אפסטעיט דארף מען דורך גיין צוויי ימ'ען, איינס איז קשה פרנסתו של אדם כקריעת ים סוף, און קשה זיווגו של אדם כקריעת ים סוף.

דערפאר וועט וויליאמסבורג בלייבן גאנץ לאנג, נאר די נייע מציאות קען ח"ו זיין אז אידן לענדלארד'ס וועלן וואוינען אין איין בנין מיט זייערע באליבטע טעננענטס גוים. (פון א עקסטרע אריינגאנג פארשטייט זיך)

אוי וויי.
לעצט פארראכטן דורך חיים של פרנסה אום דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 5:32 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

moneyMINDED האט געשריבן:מ' רעדט נישט פון אויסליידיגן , אפילן א מיעוט , א מענטש מיט א קינדער געבענטשע משפחה ווי וועט ער מופן ?
אפילו נאר 100 משפחות

קיינער ווארפט נישט ארויס קיינעם איבערנאכט. אז איינער קויפט אפ א הויז, נעמט עס א היפשע צייט ווילאנג יענער קלויזט, און מען קען אלס בעטן צייט פאר די טענענטס. בעסער געזאגט עס נעמט מינימום עטליכע חדשים ארויסצוזעהן א מענשט פון א דירה בע"כ.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

חיים של פרנסה האט געשריבן:דערפאר וועט וויליאמסבורגבלייבן גאנץ לאנג, נאר די נייע מציאות וועט זיין אז אידן לענדלארד'ס וועלן וואוינען אין איין בנין מיט זייערע באליבטע טעננענטס גוים. (פון א עקסטרע אריינגאנג פארשטייט זיך)

אוי וויי.


מיט אזא מציאות וועט דאך וויליאמסבורג מער נישט זיין וויליאמסבורג....
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

אשאד מיין ווערטער , דער עולם זע איך קען נישט דא די יעצטיגע ניו יארק סיטי ריעל עסטעיט מארקעט בכלל , אין די גוטע ברוקלינע געגענטער קויפט מען הייזער פאר איבער בייצאלטע פרייזן ,סעים דעי קלואזינג , אפילו נאך יעצט אין ווילי ביים היימישען עולם , א גוטע זאך ווערט צוכאפט אינמיטן די נאכט במלוא המובן המולא , מיט נאך אפאר טאלער שטעלו מען ארויס די טענעענטס שנעלער ווי מען טראכט
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”