אורייתא האט געשריבן:how do i record a voice note on the whats app on computer? do i have to install a microphone?
Probably not, the computer does have a microphone
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
אורייתא האט געשריבן:how do i record a voice note on the whats app on computer? do i have to install a microphone?
אורייתא האט געשריבן:do i need to plug in a mice ? as when i talk woth someone via the computer? (Skype etc.)
איז דער מעשה אזוי, איך האב שוין עטליכע מאל פרובירט - נישט פאר מיר נאר פאר חברים ידידים און קרובים - צו שאפן וואטסעפפ אויפן קאמפיוטער, אז ווען די וואס האבן נישט קיין סמארטפאון - אדער אפילו אויב יא נאר ווען מען זיצט ביים קאמפיוטער - זאלן קענען נהנה זיין פון דער הייפ..., אבער ביז היינט האב איך געטאפט א וואנט.
עס איז דא א בארג מיט גיידס וכדו' איבעראל אויפן געוועב, אבער דער רוב פון זיי באציען זיך צו דער בלוסטעיקס ענדרויד סומיולעטאר וואס - חוץ פון דעם וואס עס א שווערע פראגראם וואס מאכט צומאל פראבלעמען פארן קאמפיוטער - האב איך קיינמאל נישט מצליח געווען צו מאכן דער וואטסעפפ רעגעסטראציע אין דעם.
א וויילע צוריק האב איך געטראפן דער Android x86 פראיעקט, וואס איך האב אינסטאלירט אין ווירטשואל-באקס און עס געבט א געהעריגע ענדרויד טעבלעט אין ווינדאוס. עס האט טאקע דערינען געארבעט וואטסעפפ [נישט פון דער פלעי-סטאר אבער מיט דער APK], אבער דאס איז דאך א נארמאלע ווירטשואלער מאשין און עס איז שטייצעך שווער פארן קאמפיוטער און מאכט אלעס שטאט אינקלודינג זיך אליינס וואס איז זייער שטאט און נישט באקוועם צו נוצן.
נעכטן האט מיר איינער נאכאמאל געבעטן און איך מיך ווידעראמאל אריינגעלייגט דערינען, און ב"ה היינט האב איך געטראפן דער וועג! דער מעשה איז אז עס איז דא אפאר טירד-פארטי ווינדאוס פראגראמען וואס זאגן אז זיי קענען דאס טון אבער ווען עס קומט למעשה שטויסט מען זיך אן אין פראבלעמען, ווייל כדי צו קענען עקסעסען דער וואטסעפפ אקאונט דארף מען דער אקאונט פעסווארד, וואס אמאל פלעגט דאס זיין דער פאונס IMEI אבער היינט איז עס זייער קאמפלעצירט צו טרעפן.
ענדליך האמיר געטראפן דער פראגראם WART [מען דאונלאודט דער EXE פון דער לינק, און מען לייגט אריין 1 + עריע קאוד און סעלפאון נומער, און מען דריקט ריקוועסט קאוד, עס קומט אן א טעקסט מיט א קאוד מען לייגט עס דארט אריין און ער גיבט דיר דער פעסווארד] וואס אזוי ארום האב איך ארויסבאקומען דער פעסווארד פון מיין וואטסעפפ אקאונט.
יעצט וויאזוי מאכט מען נוצן דערפון? האב געטראפן צוויי פראגראמען, ביידע האבן מעלות מיט חסרונות אבער דער ערשטער וואלט איך אוועראלל געגעבן דער אויבערהאנט.
1 - דאונלאוד דער PIGDIN פראגראם, וועלכער איז א כל בו פאר אלע סארט טשעטטינג סערוויסעס אלעס אין איין פראגראם, מען אינסטאלירט דער פראגראם [עס איז אויכעט דא א פארטעבעל ווערסיע דערפון דא], דאן דאונלאודט מען דער וואטסעפפ פלאג-אין [last-whatsapp.dll], און מען לייגט אריין דער DLL פייל אינעם קאמפיוטער ביי C:\Program Files (x86)\Pidgin\plugins.
דאן עפענט מען דער פראגראם און מען מאכט עדד אקאונט [Accounts > Manage Accounts > Add], מען וועלט אויס וואטסעפפ פון די אפציעס ביי Protocol, ביי יוזערנעים לייגט מען 1 + עריע קאוד און נומער פון דער פריער גענוצטער [ביי WART] סעלפאן, מען לייגט א טשעקל ביי רימעמבער פעסווארד און מען דריקט עדד. און דער אקאונט איז דא! עס ברויך צו שטיין עוועיליבעל. צו שיקן א מעסעדזש גייט מען צו Buddies>Add Buddy - אדער קאנטראל+B און מען לייגט אריין ביי יוזערנעים א נומער פון א וואטסעפפ אקאונט און ביי Alias קען מען לייגן א דיספלעי נאמען פאר יענעם, און מען דריקט עדד. וילך... און מען שיקט מעסעדזשעס....
מען קען שיקן פיקטשערס און ווידיאוס דורך'ן אריינדרעגן אין דער פיעלד וואו מען שרייבט א מעסעדזש. אויב מען וויל אז עס זאל בלייבן די טשעט און באדדי היסטאריע דארף מען גיין צו Tools>Plugins - אדער קאנטראל+U - און מאכן א טשעק ביי דער History פלאג-אין.
2 - איז דער פראגראם Wassapp, וואס כאטש עס איז מער אויסגעשטעלט פאר וואטסעפפ איז עס מיר געווען נישט אזוי גוט ווי דער פריערדיגער. מען אינסטאלירט דער פראגראם פון דער לינק, דאן עפענט מען דער פראגראם און מען ביי קאנטרי וועלט מען אויס North america, דאן לייגט מען ביי טעלעפאן נומער דער עריע קאוד און נומער, און ביי פעסווארד דער פעסווארד וואס WART האט ארויסגעגעבן, מען וועלט אויס New WhatsApp און מען לייגט א טשעקל ביי Login at startup און ביי Save account, און מען ענדיגט צו מיט א קלאפ אויף Login. און היידא....
דורך עדד קאנטעקט אדער אימפארט קאנטעקטס לייגט מען צו נומערן און דערנאך קען מען שמועסן. דער היסטאריע איז זייער זייער נישט גוט, נעמליך אז ער לאזט נאר דער צווייטער זייטס טשעטס אבער נישט די אייגענע. בילדער און ווידיאוס גייט נישט - עטליעסט ביי מיר - צו שיקן.
ובזה תם ונשלם... נאכן שיעור וועט מען קענען פרעגן שאלות. דער שיעור איז ערמעגליכט געווארן דורך אייוועלט טעכנאלאגיע ווינקל, מיר האפן אז איר האט הנאה געהאט.
משיח האט געשריבן:שוין לאנג געוואלט אינסטאלירן וואטס עפפ אויף מיין מחשב, ווייל מיין פאון-פילטער בלאקירט די בילדער און וואויסנאוטס.
פאר איך גיי דורכמאכן דעם אויסגעטרעטענעם וועג פון קנאפער(?) ידען, וויל איך וויסן אויב מ'קען האבן די זעלבע אקאונט סיי אופן פאון און סיי אופן קאמפיוטער.
שכוח
פאטאקי08 האט געשריבן:משיח האט געשריבן:שוין לאנג געוואלט אינסטאלירן וואטס עפפ אויף מיין מחשב, ווייל מיין פאון-פילטער בלאקירט די בילדער און וואויסנאוטס.
פאר איך גיי דורכמאכן דעם אויסגעטרעטענעם וועג פון קנאפער(?) ידען, וויל איך וויסן אויב מ'קען האבן די זעלבע אקאונט סיי אופן פאון און סיי אופן קאמפיוטער.
שכוח
משומר בלאקט Pidgin אויפן קאמפיוטער
משיח האט געשריבן:ווען איך פרוביר צו עפענען די לינק צו WART, קומט ארויף א עררער. בלאט נישט געפונען.
דא האסטו WART:
https://copy.com/TAPoyNiMCYLdctj9
i m here האט געשריבן:כהאב עס יעצט פראבירט אבער די wartz לינק ארבעט נישט קען מיר איינער העלפען ביטע?
משיח האט געשריבן:אוקעי,
באקומען פון קנאפער ידען אבעסערע לינק צום ווארצלדא האסטו WART:
https://copy.com/TAPoyNiMCYLdctj9