שיעורים בהבנת תורת הנפש

עצות טובות אויפן טעגליכן לעבן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעורים בהבנת תורת הנפש

תגובהדורך מתבונן » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:24 pm

כבוד החברים החשובים הע"י.

לכבוד די פארלאנג פון כמה נקים חשובים אויף א הצעה וואס איך פארגעלייגט אין דעם אשכול, אויף צו ברייט אויסמועסן אויף כמה ענינים בעניני הנפש, בין איך נייגעריג אויב עס איז דא א פארלאנג אויף דעם צווישען דעם היימישן עולם דא. אויב איז דא גענוג א גרויסע פארלאנג וועל איך בע"ה אנגארטלען מיינע לייצעס און עדיוקעיטען דעם עולם אביסל עד כמה שידי מגעת און וויפל צייט איך האב.

עס איז דא היינט א גרויסע צומישעניש בעניני הנפש, וכמעט אין בית אשר אין שם מת, און דער עולם איז אביסל פארפלאנטערט און פארלוירען לדעת את המעשה אשר יעשון. נאכן דורכטון און עוסק זיין אין די נושא פאר א לאנגע צייט, און איך בין ב"ה דערגאנגען אסאך יסודות אין די ענינים, און געוויסע נקודות וואס איז נישט באקאנט אין די אלגעמיינע פסיכאלאגיע וועלט, און עס האלט זיך נאך אינמיטען פארשפרייטען (מעגליך אז אין 20 יאר ארום גייט דאס זיין די סטאנדארט, אבער דערווייל איז דאס נאך פריש), האב איך געקלערט אראפצולייגען פאר די חשובע ליינער דא אויפן וועלטעל די פשוטע פאקטען, מיט די האפענונג אז דאס וועט קענען געבן מער א קלארערע בילד פאר איינעם וואס מוטשעט זיך דערמיט צו קענען וויסן וואס ער זאל זיכען, און בעיקר, וואס קען ער ערווארטן פון סייוואספארא מהלך אין הילף ער נעמט. איך האף דאס צו קענען אראפלייגען אין עטליכע שיעורים, אדער וויפל עס וועט אויספעלן לויטן פארלאנג. איך האב נאכנישט קיין פונקטליכע פלאן, און דאס ווענד זיך אסאך וואס דער עולם וועט פארלאנגען און הנאה האבן.

די נושאים וואס איך האב אין פלאן דורכצושמועסן נעמט אריין די טעמעס:

וואס איז די אמת פון א נפשיות'דיגע מחלה? פארוואס לייד מען היינט מער פון אמאל – אויב בכלל? פארוואס איז היינט רפואת הנפש מער אין די הענט פון פשוטע יודען טערעפיסטן וכדו' און נישט אין די הענט פון די גדולי ישראל? / איז עס פשוט פארדארבענע מידות, אדער עפעס מער פון דעם? איז עס א פשוטע 'דיסארדער', אדער עפעס וואס דער מענטש האט זיך אליינס אויסגעוולעט? / איז עס א ביולוגישע 'ניורוטרענסמיטער' פראבלעם אדער נישט? באקומט מען עס בירושה פון די עלטערן? / האט דאס א שייכות מיט פשוטע אמונה און בטחון? / וואס זענען די פארשידענע מיני נפשיות'דיגע שוועריגקייטן – ענקזייעטי, דעפרעסיע, פוביעס, OCD, טראומע, און נאך? / וועט מעדעצינען העלפן? ווען יא און ווען נישט? אויב יא פארוואס דארפ מען האלטן אין איין טוישען דויזעס און ברענדס? זאל איך בכלל אנהויבן מיט מעדעצינען? / און וואס איז מיט ווייטעמינס? וואס טוט זיך מיט אנדערע אלטערנעטיווע מיטלען ווי קיירעפרעקעטער וכדו' / וואס זענען אלע שיטות שונות אין טערעפי? איז דא איין מהלך בעסער פונעם צווייטען? און וואס ווענד זיך די הצלחה? איז שייך צו וויסן וועלעכע שיטה גייט ארבעטן פאר איינעם מער ווי פארן צווייטען? / פארוואס פאלט מען צירוק? איז מעגליך אויסצומיידען מען זאל נישט צירוק פאלען? איז איינער וואס האט אנגעהויבן צו ליידען פון ענקזייעטי וכדו', א קרבן זיך צו מוטשענען און דארפן כסדר 'מענעזשען' זיין ענקזייעטי פאר א גאנץ לעבן? איז דא עפעס א magic וויאזוי מקען פטור ווערן פון די אלע פראבלעמען אויף אייביג? / וואס טוט זיך מיט ענערזשי הילינג, ס'העלפט אדער נישט? וויאזוי ארבעט עס בכלל? און אויב ס'העלפט, איז עס אויף אייביג אדער נאר צייטווייליג? / וואס טוט זיך מיט אזויפיל מיני פיזישע ווייטאגען וואס די שורש דערפון זענען נפשיות'דיג כידוע פון דר. סארנא? איז עס אמת אדער נישט? וואס איז זיין שיטה זיך ארויסצוזעהן פון דעם? וואס האט ער נישט גוט פארשטאנען, און לכבוד דעם ארבעט עס נישט אויף יעדעם? וואס איז יא די ריכטיג צוגאנג צו פיזישע ווייטאגען אז עס זאל זיין מער עפעקטיוו? ועוד ועוד.

אדער וויל מען הערן מער איבער פשוטע צילן אין לעבן וואס מען קען נישט דורכפירן און מזיכט עצה והדרכה? סתם בושה? איז א נפשיות'דיגע מחלה מער ערענסטער ווי סתם א 'ציל'?

דער עולם זאל זיך לאזן הערן וואס מען וויל בעיקר הערן, און לפי זה וועט זיין מיין החלטה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:32 pm

יישר כח פארען זיין גרייט צו אוועק געבען צייט און כח צו שרייבען
יעצט וועגען די שאלה וואס מען וויל בעיקר הערען איך וויל אלעס אבער קודם וויל איך א בקיצורדיגע תשובה אויף די שאלה
איז איינער וואס האט אנגעהויבן צו ליידען פון ענקזייעטי וכדו', א קרבן זיך צו מוטשענען און דארפן כסדר 'מענעזשען' זיין ענקזייעטי פאר א גאנץ לעבן?

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:47 pm

wow wow חברה דא קומט פיינע סחורה!

abr
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:48 pm

שכח מתבונן פארן אריינקומען אין רעדן און אזעלעכע וויכטיגע ענינים און היינטיגע טעג ליידער .
איך וואלט געוואלט הערן ווי אזוי א מענטש א בעל מחשבה און בעל געפילן קען אויספילן זיינע צילן
און אנקומען אן דעם וואס די געפילן זאל האלטן און איין אוועקשלעפען די מענטש . דעס איז פאר למעשה .

און פאר ידיעה וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו הערן דיין הסבר
1 וואס איז היינט אנדערש ווי אמאל ?
2 וואס איז די תירוץ פאר די אלע וואס טאנען (אויף יענעמ'ס שווערקייטן )
אז עס מען דארף סתם אביסל ארבעטען אויף די מידות ?

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 10:52 pm

קיווי סטראבערי האט געשריבן:wow wow חברה דא קומט פיינע סחורה!

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:04 pm

איך בין נייגעריג צו אינצעדענטען לאזען איבער אויף א מענטש פראבלעמען אויב ער האט נישט א שוואכע כח הנפש טו ביגין וויט.
און צי אייער שאלה האב איך נישט קיין תשובה ביידע קוקט מיר אויס אינטערסאנט
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:12 pm

מתבונן, אה.. מ'דארף זיך אויסשלאפן. ס'גייט דא קומען נקודות להתבונן.

נייגעריג אויף ביידע חלקים. פארשטייט זיך ווי מער מ'קען רעדן פון למעשה חלקים אלס מער וועט עס זיין לתועלת פאר די קומענדיגע דורות. מיר קענען נישט ווארטן. און אויך נישט גענוג דאנקן!
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:30 pm

שכוח הרב מתבונן מיר קענען קוים ווארטן!!

איך מיין די צווייטע חלק איז בעסער ערשטענס ווייל סגיט צו הערן אויף למעשה און צווייטענס די ערשטע חלק גייט דויערן זייער זייער לאנג

אבער ביידע איז פיינע נייעס

abr
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 11:46 pm

מתבונן מיר האפן אז די גייסט אונז נישט לאזען ווארטען לאנג פאר די ערשטע געשמאקע שיעור
מיר קענען קוים ווארטען .

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:19 am

ישר חילך מתבונן.
איך וויל הערן אלעס אבער קודם, איבער דעם טערמין תורת הנפש. מיר האבן אלעמאל געוואוסט אז נפש איז די חלק הרוחני אינעם מענטש, די נשמה וואס גיבט חיות און די חלק המחשבה וכו, טא איז ענקזייעטי OCD טאקע א פראבלעם מיט די נשמה?
אויב יא באלאנגט עס אויסשליסליך פאר צדיקים, רבנים וספרי מוסר צו באהאנדלען. אויב נישט וואס איז די תורת הנפש?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 12:50 am

פשוט'ער אידל האט געשריבן:מתבונן, אה.. מ'דארף זיך אויסשלאפן. ס'גייט דא קומען נקודות להתבונן.

נייגעריג אויף ביידע חלקים. פארשטייט זיך ווי מער מ'קען רעדן פון למעשה חלקים אלס מער וועט עס זיין לתועלת פאר די קומענדיגע דורות. מיר קענען נישט ווארטן. און אויך נישט גענוג דאנקן!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11885
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 8:16 am

מתבונן, דער אייבערשטער זאל דיר געבן כוח און מוח צו קענען שרייבן און מהנה זיין. ווילן וויל איך ליינען אלעס! אבער מ'דארף גיין שטייט און מיט א מהלך. פאנג אן פון א' וויאזוי די מוח ארבעט און דערנאך גיי צו ווען ס'ווערט פארדרייט וואס געשעט דארט, און דערנאך קענסטו גיין צום לעזונג.

אידער וועי, דאנק איך דיר שוין פארן האבן די רצון

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 9:33 am

קען קוים ווארטן!
וועלכע קודם? איך ווייס נישט. איך פרעג מיין יונגעלע וואס דארפסטו קודם די לאלי אדער זשעלי און ער ענטפערט "ביידע"....

בעיקר, הייב אן שרייבן און זעה וויאזוי ס'פירט זיך....
כ'על נישט קענען גענוג שכח'ן, איך הייב שוין אן לייגן אויפן חשבון.
ווארט מיר אויפן 1'טן שיעור...
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 1:27 pm

משנה מקום האט געשריבן:אבער קודם וויל איך א בקיצורדיגע תשובה אויף די שאלה
איז איינער וואס האט אנגעהויבן צו ליידען פון ענקזייעטי וכדו', א קרבן זיך צו מוטשענען און דארפן כסדר 'מענעזשען' זיין ענקזייעטי פאר א גאנץ לעבן?


ס'איז אנגענומען אין די אלגעמיינע וועלט, אז יא, איינמאל דו פאנגסט אן ביזטו א קרבן, אבער מקען זיך זייער גוט אויסלערנען מיט פארשידענע מעטאדען וויאזוי עס צו מענעזשען אז עס זאל נישט שטערן דאס לעבן און קענען ווייטער אנגיין מיט טאגטעגליכע געברויכן. און אוודאי מיינט דאס נישט אז מבלייבט אן 'עבד' דערצו לעולם ועד און מקען נישט לעבן נארמאל, מקען לעבן נארמאל, אבער עס 'קיצעלט' כסדר, אמאל מער און אמאל וויינגיער, ווענד זיך אויף ווי אנגעשטרענגט מען איז, און דאס מענעזשט מען דורך אלע 'טולס' וואס מען לערנט זיך אויס. און פארשטייט זיך, אז עס איז אלעמאל געווען און נאך אלץ דא א קליינע פראצענט וואס דערזעהן זיך יא ארויס דערפון אויף אייביג.

דאס איז וואס מלערענט אויס אין קאלעדזש, בפרט אין behavioral science, און אזוי איז געווען אנגענומען אין די סייענטיפישע וועלט ביז יאר 2000.

פארשטייט זיך אז דאס קען שווערער מאכן די קושיא איז ענקזייעטי בכלל עבודת המידות אדער נישט? און אויב יא, קען מען נישט אויסארבעטן די מידות? און אויב מקען טאקע נישט, איז אפשר א ראיה אז ענקזייעטי האט טאקע נישט מיט עבודת המידות? אויף דעם אלעם האף איך אי"ה אויסצוקלארען בטוב טעם ודעת.

אבער... די גוטע נייעס איז, אז דורך זייער א ספעציפישען פראצעדור קען מען יא פטור ווערן דערפון לעולם ועד כאילו לא היה. די גוטע נייעס איז ארויסגעקומען אין יאר 2000, און האט הערשט געכאפט די טערעפי וועלט אין יאר 2006, און פון דעמאלטס ווירבעלט זיך איבער עפעס א געפינס וואס קען איבערמאכן די טערעפי וועלט און שיינען עפעס ליכטיגקייט פאר די באטראפענע, און האט שוין ב"ה אנגעהויבן נושא פירות זיין.

די וועלט האט האפענונג און באטראכט מיט שפאנונג וויאזוי דאס דעוועלפט זיך. ס'איז איינע פון מיינע הויפט צילן צו אויסברייטערן און מסביר זיין וואס דא גייט פאר. אבער דאס וועט דויערן צייט.

און יעצט קען מען צירוקקלערן, אויב מקען דאס יא עווענטואל אויסארבעטן, האט דאס א שייכות מיט עבודת המידות? האטס אביסעלע געדולד.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 1:43 pm

זעה איך אז עס איז דא א פארלאנג דערפאר, און איך האף בע"ה צו קענען עדיוקעיטען דעם עולם עד כמה שידי מגעת.

איך וועל אנהויבן מיט שוועמעלס קושיא איבער דער מהות פון נפש בכלל און די שייכות צו צדיקים אדער טרעפיסטן, און דערנאך וועלן מיר אנהויבן פון אנפאנג כפי הצעת געלעגער, וויאזוי דער מוח פראקטעצירט א נפשיות'דיגע מחלה (אויב מקען עס אזוי אנרופען), און פון דארט גיין צו הלכה למעשה. כדי צוצוקומען צו דעם וועט דוירען עטליכע הקדמות צו פארשטיין וואס דא גייט פאר. איך האפ אז עס וועט זיין אינטרעסאנט און נישט אזוי בארינג ביז מען קומט אן צום ציל, און איך וועל משתדל זיין מקצר צו זיין און ארויסברענגען נאר די עיקר נקודות וואס פעלט אויס צוצוקומען צום פוינט. הערות והארות זענען נתקבל. האפענטליך וועלן אלע אנדערע קושיות פארענטפערט ווערן אויפן וועג.

איך האף אז נאך אנפאנג נעקסטע וואס צו קענען ארויפלייגען דעם ערשטען שיעור / הקדמה, אויב נישט וועט עס אי"ה זיין גלייך נאך ר"ה.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 10:09 pm

ישר כח למפרע
thanks tons in advance
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
ארטסקרול
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 5:14 pm

תגובהדורך ארטסקרול » מוצ"ש סעפטעמבער 20, 2014 11:54 pm

ברויך נישט אזאנע דיבורים אן הסכמה?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:08 pm

כבר אתמחי גברא ואתמחי קמיע, רב מתבונן איז א איד וועמענס צוגאנג צו תורת הנפש איז געבויעט אויף פעסטע תורה'דיגע יסודות. און די זעלבע צייט זייער יסודות'דיג און פראקטיש.

אוודאי כלפי טוהן למעשה מעגט איר פרעגן א דעת תורה
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:01 pm

ארטסקרול האט געשריבן:ברויך נישט אזאנע דיבורים אן הסכמה?

איך פרעג סתם, ווען דו גייסט צום דאקטער דארפסטו אויך אן הסכמה ?

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:02 pm

קיין פארגלייך, ווארום ביי פילע פעלער אין תורת הנפש, שפילט אמונה ודעה א גרויסע ראלע.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

עת לחשוב
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 3:53 pm

תגובהדורך עת לחשוב » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 4:49 pm

לכבוד הרב מתבונן, אפשר קענט איר געבן א קורצן איבערזיכט אדער דערמאנען א נאמען פאר דעם נייעם מהלך וואס איר האט דערמאנט כדי צו שטילן דעם נייגער ביז נאך דעם גאנצן אריכות.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

שיעור א' – הקדמה: צו וועמען גייט מען?

תגובהדורך מתבונן » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:58 pm

די ערשטע שאלה וואס איינער האט ווען מען פילט זיך סטאק בעניני הנפש איז, ווי גיי איך? דארף איך גיין צו איינעם וואס איז א מומחה בתורת הנפש (טערעפיסט / קאוטש)? און ווי שוועמעל האט אנגעפרעגט, איז דאס א נשמה פראבלעם און איך דארף טרעפן א צדיק וואס זאל מיר זאגען וואס צו טון? דארף איך צירוקגיין צו מיין ראש ישיבה?

(אדער נישט דאס און נישט דאס, נאר גאר א 'גופניות'דיגע' פראבלעם אזוי ווי סיי וואספארא אנדער פיזישע פראבלעם ווי הארץ פראבלעמען, ווי אסאך נעמען היינט אן די תיאריה פון די דראג קאמפעניס אז ענקזייעטי און דעפרעסיע איז א פשוטע גופניות'דיגע מחלה וואס רופט זיך 'קעמיקעל אומבאלאנס'?
אן אריינגיין בפרטיות יעצט צו ס'איז דא אזא זאך ווי קעמיקעל אומבאלאנס אדער נישט (וואס אויף דעם וועט מען מער אריינגיין בקרוב אי"ה), איז אבער קלאר אז דאס איז היבש איבערגעטריבן. דעיוועד בורנס וואס מ'האט דא דערמאנט, פון די גרעסטע דעוועלעפערס און סי. בי. טי., האט אנגעהויבן זיין קארעריע אלטס א פסייכייעטריסט און געגעבן רעצעפטן פאר מעדעצינען פאר זיינע דעפרעסטע פאציענטן, ביז ער האט איינגעזען אז ס'ארבעט נישט און האט אנערקענט אז דעפרעסיע אד"ג, האט צוטין מיט א מענטשענס מהלך המחשבה און נישט מיט קיין קעמיקאלען.)


אזוי צו אזוי, אפגעזעהן צו וועמען מען דארף גיין, צום בקי אדער צום צדיק, איז קלאר אז ענקזייעטי און דעפרעסיע פאסירט ווען א מענטש האט געלעבט אומבאלאנסירט מיט זיינע חלקי הנפש, און זיך אויסצוהיילען פעלט זיך אויס איינער וואס האט צוטריט צום נפש בכדי צו ווערן צירוק באלאנסירט.

איז לאמיר טאקע צירוקמישען דעם בלעטעל, און געבן א בליק אויף צירוק צו וועמען אונזערע זיידעס און עלטער זיידעס זענען געגאנגען זיך היילן דעם נפש, און אויב דאס איז נאך גילטיג היינט?

אמאליגע צייטן ווען איינער האט געהאט א פראבלעם איז מען געגאנגען צום צדיק זיך אויסרעדן דאס הארץ מיט אלע נסיונות און פראבלעמען, הן בעבודת ה' הן בעבודת המידות. וויאזוי האבן דאס די צדיקים געטון? די תירוץ איז, אז זיי האבן געלעבט אין העכערס, כמעט נישט אויף דער וועלט, און זיי האבן געוויסט פונקטליך וואס די שורש פון יעדע פראבלעם איז, און זיי האבן געקענט אנדייטן אויף זייער א פונקטליכען אופן ווי דער יוד האט פוגם געווען און וואס ער דארף פאררעכטן. אבער אפילו אן דעם, דאס עצם זיין ביי די אמאליגע צדיקים האט געהאט די השפעה אויפצוועקען דעם יוד פון זיין שלאף און איהם אויפהייבן העכער פון ווי ער איז יעצט, ווי דער הייליגער פיאסעצנער הי"ד שרייבט אין מבוא השערים (פרק י'):

בין החסידים הראשונים אם באה מעשה כזו (פון א געוויסע פראבלעם אין עבודת השם) לפני אחד מהם, נסע להרבי, אם נתן לו גם עצה לזה או לא, שפע הקדושה של הרבי והחברייא וזמן הרב שישב החסיד שם הי' בכחם לבטל את כח גשמיותו והרגשותיו עד שלא יהי' שום כח וסדר טבעי לעמוד נגדה... וחוץ אשר טיהר הרבי אותו בשפע הקדושה גם הוא בעצמו תיקן את אשר פגם, עכ"ל.

אינטרעסאנט וואס דער תפארת שלמה (שבועות ד"ה פנים בפנים וכו') ברענגט בשם דער ס' משיבת נפש, וויאזוי דער אר"י הק' פלעגט היילען יודישע נפשות. ער שרייבט אזוי:

והיה מוציא [האר"י הק'] נשמת האדם בחיים חיותו ומביאו אצלו ומדבר עמה להשיבה בתשובה, ואח"כ החזיר הנשמה להאדם.

פשוט און גראד. דער אר"י הק' האט ארויסגענמוען די נשמה פונעם יוד, עס אויסגעוואשען, און צירוק אריינגעשטעלט אין פלאץ. שטעלטס ענק פאר, איינער האט ענקזייעטי, מקומט צום טערעפיסט, ער נעמט ארויס דעם קליענטס נשמה, מאכט א וויש-וואש, און... ואיננו, קענסט צירוקגיין רוהגיערהייט. יענער וואלט געהאט אסאך קאסטומערס. ווייטער שרייבט דער תפארת שלמה אז דאס אויך געווען די מהלך פון משה רבינו ע"ה וויאזוי ער האט געהאלפן די יודען. ער שרייבט אזוי:

ולזה אמרו רז"ל שמשה היה הדעת של כל ישראל כמ"ש והודעתי את חוקי א-לקים ואת תורותיו... והיה בכוחו להמשיך כל נשמות ישראל והדעת שלהם לנשמתו ולדעתו לדבר עמם ואח"כ להחזירו להם, ואם האר"י ז"ל היה בכוחו לעשות כן, מה נאמר במשה רבינו ע"ה...

אבער אזאנס איז נישטא היינט.

היינט האבן מיר נישט די סארט צדיקים וואס קענען מאכן אזא quick fix. לאמיר זעהן וואס דער פיאסעצנער שרייבט דארט ווייטער אין מבוא השערים וויאזוי מען דארף זיך היינט מתקן זיין דעם נפש:

לא כן עתה שאין הרבי כהרבי ר' בער זצוקלל"ה וכמעט שאין חברייא ואנו רק רוצים ומבקשים בזה להעמידה בעזרת ד' ואין נסיעת החסיד עתה כמלפנים כנ"ל, עד כמה שהרבי והחברותא והנסיעה כמו שהיא עתה, מוספת גם עתה קדושה להחסיד הנוסע נסיעות החסידות, קשה לאמור שכל עצמו וטבעו וסדר הרגשותיו יתבטלו לגמרי... לכן צריך הוא לשמש בעצות יותר מאשר לפנים... וצריך הוא לדעת את סדר וחקי הדמיון הנ"ל ואז ישלול את החקים טבע הסדר והרגשותיו מן יצרו וישמש בהם לטובה... וכשיודעים את סדר וחקי נפשו וחסרונותיו אז נדע איך לכובשם ולהכניסם לקדושה, והגם שלע"ע לא ביארנו את כל סיבות ומניעות נפש הגופניות... ובפנים הספר מקוים אני לה' שיזכני לבארן יותר...

אין א ווייטערדיגע שטיקעל שרייבט ער:

אף סדר תיקון המדות צריך עיון בתוכיות הנפש והתגלותה בגוף כי יש בהן אמהות ותולדות, ואם ירצה להקדים תיקון מדה שהיא תולדה לא יוכל לה או רק ירמה א"ע לחשוב שתיקנה ולא תיקנה, וא"א לתקנה באמת כל עוד שהאם שלה המסבבת אותה לא נתקנה. ומה הנה מחשבות העוברות בקרב האיש שגם הוא לא ידע מהן כמו שאיתא בספה"ק נועם אלימלך פ' וירא, אם מנפש הבהמיות הן, למה גם דעת האנושי שגם הוא מנפש הבהמי' לא ידע מהן, מתפללים אנו לד' שנדבר מזה בפנים הספר כי הכל נחוץ לדעת לעבודתו ית', עכ"ל.

רעד דא דער פיאסעצנער אפילו לגבי סתם עבודת ה' און עבודת המידות (וואס דער ספר מבוא השערים איז געווידמעט אויף מסביר צו זיין וויאזוי צו זיין חסידים היינטיגע צייטן) גייט דאס נישט סתם אזוי ווי אמאל, נאר מען דארף וויסן פונקטליך וויאזוי די שרשי המידות ארבעטן, און ער האפט ארויסצוגעבן א ספר דיירעקט אויף דעם, וואס ליידער האבן מיר נישט זוכה געווען צו דעם ספר. כ"ש וכ"ש אויב איינער האלט שוין ביי ענקזייעטי אדער דיפרעסיע דארף ער גיין צו איינעם מיט וועמען ער קען זיך דורכרעדן און דורכטון זיינע כוחות הנפש, און זעהן וויאזוי ער קען זיך ארויסדערזען פון זיין פלאנטער מיטן דערגיין וועלכע כוחות הנפש ארבעטן אין איהם אומבאלאנסירט.

אינטרעסאנט צו באמערקען, אז כידוע האט מען ביי חסידים בעיקר געלייגט א דגוש אויף די חלק הטוב פונעם מענטש, און ווייניגער געקוקט אויף די חלק הרע. ווידער די תנועת המוסר האט בעיקר געקוקט אויף דעם אז דער מענטש דארף אנערקענען זיין חלק הרע און זיך נישט נער'ן מיט זיך אליין, נאר קלאר זעהן זיינע חסרונות און עס עוקר מן השורש זיין. ווי מען זעהט קלאר, פארשטייט דער פיאסעצנער, אז כיום, אפילו צו זיין א חסיד, מוז מען דורכטון די חלקי הנפש, די אבות און די תולדות, כדי זיך צו באקענען מיט די נפש הבהמיות מיט אלע אירע נטיות רעות, און ערשט נאכדעם קען מען צוקומען צו זיין א חסיד. און ס'איז א דבר פשוט אז היינט אין אלע ישיבות איז דא א סדר פאר מוסר, און א סדר פאר חסידות. מען מוז האבן ביידע. בפרט ווען מען האלט שוין אזוי ווייט אז מען ווערט שוין פארקריפעלט מיט ענקזייעטי, איז נישט מומלץ סתם צו זאגען 'איך וועל קוקן אויף די גוטע פאזעטיווע זייט פון מיר און פון מיין לעבן און ס'וועט אריבער גיין', ווייל בדרך כלל וועט עס נישט העלפן צו לאנג, עס פעלט אויך אויס צו גיין 'בדרך המוסר', אריינקוקען אין זיך אויף די חלק הרע, וואס איז אריינגעמישט אין די ענקזייעטי, און צו גיין צו איינעם וואס פארשטייט גוט צו תורת הנפש ער זאל איהם ארויסהעלפן אין דעם.

דאס מיינט נישט אז מען טאר נישט גיין צו א צדיק בעטן א ברכה אויף הצלחה, אבער לפי ידועתי שיקן ממילא רוב צדיקים היינטיגע צייטען צו מומחים וואס האבן זיך געלערענט צו פארשטיין די כוחות הנפש, און האבן די הבנה צו פארשטיין וויאזוי ארויסצונעמען דעם מענטש פון זיין פראבלעם. ס'איז ב"ה דא היינט א פלוס פון ריפערעל עיזשענסיס וואס זענען מדריך מענטשן פערזענליך צו וועלכע מומחה צו גיין. על כולם, איז דער באקאנטער וועלטס ארגענעזאציע Relief.

ברוך השם באופן כללי איז אכשר דרא, און עס איז דא אסאך ערליכע טערעפיסטן, און אפילו נישט היימישע, ווערן היינט מער טרענירט זיך צו רעכענען מיט יענעמס רעליגיעזע סענסעטיווע צרכים און בעקראונד, אויף א אופן אז מען קען זיין מער פלעקסיבעל צו וועמען מען גייט. אבער פארשטייט זיך אז עס ליגט אויף יעדעמס אחריות זיך דורך צורעדן מיט זיין מורה דרך צו וועמען צו גיין.

* * *

די נעקסטע שאלה וואס קומט ארויף איז, פון אזויפיל מיני שיטות אין טערעפי וואס איז דא היינט אויפן גאס, וויאזוי ווייס איך וואס איז די בעסטע? וואס קען איך ערווארטען זאל פאסירן מיט מיר בשעת איך גיי דורך די טערעפי, און וואס האב צו ערווארטן ווען איך ענדיג די טערעפי?

כדי צו קענען ענפערן אויף דעם, וועלן מיר צוטיילען די שיטות אין טערעפי אין צוויי קאטעגאריעס.

א. שיטות וואס זיכען צו 'פיקסען' און גיין 'קעגן' דעם סימפטאם, זיי קוקען אן דעם ענקזייעטי ווי א שונא וואס האט ממש נישט קיין פשט. און אויב האט עס נישט קיין פשט, ברויך מען עס פאררעכטן ווי שנעלער אז דער מענטש זאל זיך נישט ארומדרייען מיט א 'פעילער' אין זיך. די קאטעגאריע גלייבט אז א מענטש דארף זיך פשוט שלאגען מיט זיך אוועקצושיקען די ענקזייעטי (אזוי ווי מאנכע ווילן צוגלייכען צו די 40 טעג פון צעטל קטן), און זיי געבן פארשידענע וועגן וויאזוי דאס צו טון.
אין דעם קאטעגאריע גייט אריין דעם אלעמען באקאנטן Cognitive Behavioral Therapy, אדער מיט די באקאנטע ראשי תיבות, CBT, וואס אין דעם איז אויך נכלל Exposure Therapy פאר פוביעס וכדו'. אין דעם גייט אויך אריין Acceptance And Commitment Therapy, positive psychology, ועוד. ועל כולם, די דראג קאמפעניס וואס שטופען צו נעמען מעדעצינען צו פיקסען די ביאלאגישע פראבלעם וואס מאכט דעם ענקזייעטי.

ב. ווידער איז דא א אנדעדרע קאטעגאריע, וואס קוקט אן א סימפטאם פון ענקזייעטי וכדו', אז עס האט יא זייער א קלארע פשט און איז בכלל נישט קיין פעילער, נאר פארקערט, אין א געוויסע זין וויל עס דער מענטש אנהאלטן פאר געוויסע סיבות, אפילו אויבען אויף שפירט זיך עס זייער אומבאקוועם. לשיטתם, דארף מען מיטגיין מיט באטראפענעם ביז מען טרעפט דעם שורש וואס טרייבט דעם ענקזייעטי, און נאכדעם גייט דער ענקזייעטי אוועק פון זיך אליינס.
אין דעם קאטעגאריע גייט אריין טערעפיס ווי, Internal family Systems, Focusing, Emotion Focused Therapy, Coherence Therapy, ועוד. ווי אויך איז נכלל אין דעם כלל דר. סארנא'ס מעטאד צו היילען פיזישע ווייטאגען.

וואס זענען די מעלות און חסרונות איבער די ביידע? און וואס קען מען ערווארטען פון די ביידע? אויף דעם האפען מיר אי"ה אנצוהייבן צו ערקלערן קומענדיגען שיעור אי"ה.
לעצט פאראכטן דורך מתבונן אום זונטאג אוקטובער 05, 2014 10:50 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

דיסקלעימער...

תגובהדורך מתבונן » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:00 pm

ארטסקרול האט געשריבן:ברויך נישט אזאנע דיבורים אן הסכמה?


אזוי ווי שטארק זיך האט געשריבן, הלכה למעשה זאל יעדער פרעגן זיין מורה הוראה.

דיסקלעימער: די אינפארמאציע וואס איך ברענג אראפ איז להעיר לב הקוראים, און יעדער זאל טון וויאזוי ער פארשטייט אויף זיין אייגענע אחריות.
לעצט פאראכטן דורך מתבונן אום זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:05 pm

עת לחשוב האט געשריבן:לכבוד הרב מתבונן, אפשר קענט איר געבן א קורצן איבערזיכט אדער דערמאנען א נאמען פאר דעם נייעם מהלך וואס איר האט דערמאנט כדי צו שטילן דעם נייגער ביז נאך דעם גאנצן אריכות.


ס'יאז נישט א נאמען פון א מהלך, נאר ענדערש א נאמען פון א פרעצאדור וואס ווערט דורכגעפירט אין אסאך מהלכים אין טערעפי נישט כאפענדיגערהייט. דער פראצעדור הייסט memory reconsolidation, מיר האפן מסביר צו זיין וואס דאס איז און וויאזוי דאס ארבעט, און וויאזוי עס קען העלפן מענטשן פון זייער ווייטאג.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 11:07 pm

WOW, מתבונן אויף דעם האבעך זיך נישט גערישט, אזוי קלאר כשמלה נקיה
יישר כוח, האלט אן, מיר ווארטן מיט שפאנונג אויף די קומענדיגע שיעור


צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט