מה רבו מעשיך ה'

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

מה רבו מעשיך ה'

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:26 pm

אזויווי מומחה איז שוין ליידער נישט בתוכינו, וועלן מיר פרובירן צו איבערנעמען די לייצעס פונעם אשכול.
איך בין נישט דער גרויסער מומחה, און אודאי נישט קיין מומחה עצום, אלזא ווער עס האט עני אינטערסאנטע איידיע וועל איך מיך זייער פרייען צו הערן באישי.

טייגערס.

טייגערס זענען פון די גרעסטע אין די קעץ משפחה זייער לענג דערגרייכט ביז 10 פיס און זייער וואג ביז 770 פונט.
זיי האבן זייער א דיקע ווארימע פעל וואס האלט זיי ווארעם אין די שווערע סיבירישע פרעסט.
זיי לעבן געווענליך אינדיווידועל און נישט אין גרופעס.
מען טרעפט זיי בעיקר אין די דרום-מזרח אזיע לענדער.
זיי וואוינען סיי אין טראפישע הייסע פלעצער ווי אויך אין גאר קאלטע טעמפראטורן.
טיגערס זענען זייער גוטע שווימער.
פאנגען זייערע קרבנות וועלן זיי בעיקר ביינאכט, זיי קענען וואנדערן אפאר מייל פון ווי זיי האבן אנגעפאנגען, כדי צו פאנגען זייער עסן.
א טיגער וועט נאר כאפן א קרבן איין מאל פון צוואנציג(א גרויסע לימוד אין רוחניות, מען טאר נישט אויפגעבן).
פאר א טיגער איז גענוג צו עסן איין מאל אין 5-6 טעג.
ער עסט דאן אויפאיינמאל א חשבון פון בערך 88 פונט פלייש.
די איבריגע לאזט ער דארט און נאך אפאר טעג קומט ער צוריק עס אויפעסן, אויב סאיז נאך דא וואס.
דער בענגאל טיגער וועט הארגענען מענטשן צו עסן, אנדערש ווי די געווענליכע טיגער וואס טוען דאס נישט.

file-2.jpeg
file-2.jpeg (11.37 KiB) געזעהן 7389 מאל


file-1.jpeg
.
file-1.jpeg (6.87 KiB) געזעהן 7389 מאל


file.jpeg
לעצט פאראכטן דורך אויסערן מיניסטער אום מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 1:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:27 pm

2
צוגעלייגטע
th.jpeg
malayan_adrianotavano_zoomaimi2_2012.jpg
Sumatran-Tiger-Hero.jpg
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:29 pm

3
צוגעלייגטע
5375416427_d1b8a42d1b_z.jpg
tiger-1.jpg
tiger-1.jpg (13.13 KiB) געזעהן 7431 מאל
siberian.jpg
siberian.jpg (14.7 KiB) געזעהן 7431 מאל
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:34 pm

4
צוגעלייגטע
tiger-2.jpg
tiger-2.jpg (21.9 KiB) געזעהן 7425 מאל
tiger-grass-kaziranga_26753_990x742.jpg
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:49 pm

די בילדער זענען "ארויס פון די וועלט" פראכטפול!! עפעס אויסערגעווענדליך!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:49 pm

אויסי...ואת ביתם ואת זרעם....
אלס א שטארקע נאטור ליבהאבער וויל איך באגריסן דיין נייע אמט פין אויסשלייפן די וועלטס וואונדער אריין דא אין אייוועלט די בילדער זענען סופיג און הערליך אפגערעדט פינעם שיינעם מיטערקלערונג וואס די גיבסט אזוי שיין
פליעז האלט אהן דערמיט

כרם
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 9:51 pm

אויסי, זייער זייער אינטערעסאנט קיפ אפ וועסט ווערן א מומחה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:31 pm

אז מ'רעדט שוין פון די קעץ משפחה, משפחת לביאה פונעם פילאדעלפיער טיר-גארטן

די מאמע-לייב האט נארוואס זוכה געווען צו די פירלינג, און איז זיך משתעשע בבניה
צוגעלייגטע
c874abb0-35f0-11e4-a6c3-fdcebdfb44e9_AP205912705281_16.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:43 pm

מז"ט מז"ט מז"ט מז"ט שיין שיין שיין שיין!!!!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 4:45 pm

מיללער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון די קעץ משפחה, משפחת לביאה פונעם פילאדעלפיער טיר-גארטן

די מאמע-לייב האט נארוואס זוכה געווען צו די פירלינג, און איז זיך משתעשע בבניה

דא ביי אונז אין די שכינות אין בראנקס זו, איז אויך עפעס דא נייע חברה "שניי לעפערדס".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 6:08 pm


שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 8:30 pm

הערליך א הערליך בילד מיט איהרע טויזנט ווערטער...

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:38 pm

מיטן באשעפערס הילף וועל איך פאוסטן נאך אסאך אינטערעסאנטע בילדער מיט קורצע פאקטן וכדו' אבער לאו דוקא פון בעלי חיים נאר פון אלעס גראדע האב איך אנגעהויבן מיט דעם צוליב וואס איך גלייך שטארק נאטור, לאמיר האפן מיטן באשעפערס הילף צו אנגיין.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 9:58 pm

ביסט שוין גארנישט קיין קליינע מומחה.
זייער שיין.
האלט אן.
Alien
פה לבנה יצ"ו

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:37 pm

ממש איך בין בשמחה מיט דיין לעצטן תגובה אויסערן ....איך בין שטארק פאר נאטור
גוט ווען די פארסט דאך אזויפיל ארום זאלסטו זיין אויפמערקזאם אין פין יעדן פלאץ אראפציפן אין אינז פארנאשן...

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:48 pm

Alien האט געשריבן:ביסט שוין גארנישט קיין קליינע מומחה.
זייער שיין.
האלט אן.

יישר כח
שלום אויש האט געשריבן:ממש איך בין בשמחה מיט דיין לעצטן תגובה אויסערן ....איך בין שטארק פאר נאטור
גוט ווען די פארסט דאך אזויפיל ארום זאלסטו זיין אויפמערקזאם אין פין יעדן פלאץ אראפציפן אין אינז פארנאשן...

גוט גוט... מוועל מיר פרובירן אונזער בעסט, יישר כח.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:42 pm

קאנקארד.

פאר גאנצע 27 יאר האט דער קאנקארד דשעט באצירט די הימלען מיט איר הערליכן אויסקוק.
אנגעהויבן אין 1976 האט זי געפירט פאסאזשירן אריבער די אטלאנטיק אין גאר א קורצע צייט, בערך האלב פון די צייט וואס א געווענליכע רייזע נעמט.
א געוענליכע פליגער פארט סוב סאניק, שטייטער ווי דער קול, משא"כ דער קאנקארד איז געפארן שנעלער ווי דער קול,(ווען איר זעהט א בליץ וועט איר הערשט עטליכע רגעים שפעטער הערן דעם דונער, ווייל פאר די קול נעמט צייט צו רייזן) וואס דאס ווערט גערופן סופער סאניק.
דער קאנקארט וואס האט אפגעקאסט גאר אסאך געלט בערך 125 מיליאן פונט א שטיקל אין היינטיגע געלטער האט זיך שטארק פארשלעפט מיטן בויען, ביז די צוויי לענדער, פראנקרייך און גרויס בריטאניע (ענגלאנד) האבן זיך פאראייניגט דערויף און עס אנגעהויבן פינאנצירן.
יארן לאנג איז געווען א געפעכט צווישן דער אמעריקאנער קאמפאני, באואינג און די אלע קליינע קאמפאניס אין אייראפע, ביז די אייראפעאישע קאמפאניס האבן זיך פאראייניגט אלס איין גרויסע קאמפעני גערופן, עירבאס, ווען באואינג איז ארויסגעקומען מיט די 747 דשאמבא דשעט, דאן איז עירבאס ארויסגעקומען מיט די קאנקארד אלס אן ענטפער.
העכער די יבשה איז עס געפארן די געהעריגע ספיד, דאן העכערן ים גאר הויך ווי קיין איין פליגער פארט נישט איז עס געפארן סופער סאניק.
פון אינוויניג האט זיך געפילט ווי מען שוועבט אין די לופטן, זייער באטעמט מען האט נישט געפילט די שטארק און שנעלע געפליעכץ.
אין די ערשטע יארן איז עס נישט געפלויגן קיין  אמעריקע, די איינוואוינער ארום די עירפארט האבן פראטעסטירט דערגעגן זאגנדיג אז עס וועט מאכן צו שטארקע גרידער.
א ס"ה פון 20 שטיק זענען געבויעט געווארן דערפון.
אין '00 איז א קאנקארד ארויף אין פלאמען גראד נאכן זיך הייבן אומברענגענדיג אלע דערויף וואס דאס האט עווענטועל אונטערגעברעגט איר באניץ.

בילד
בילד
בילד
בילד
בילד
בילד

פון אינווייניג
בילד

די רוסן האבן אויך געבויט א סופערסאניק פליגער גאנץ ענליך צו די געהעריגע קאנקארד, מיטן נאמען, "טאפאלאוו".
מנהג רוסלאנד, סהאט אפאר מאל געקראכט, אבער כדי צו ווייזן פאר די וועלט אז זיי זענען אויך פארגעשריטן האבן זיי באצווינגען אז עס זאל בלייבן אין באנוץ.
מערקט די צוויי פאדערשטע סעט קליינע פליגלען, דאס שטערט געווענליך פאר א פליגער.... מאנכע זאגן אז דאס האט אויך געהאלפן צו די קראכן פון די פליגער, ווייל סהאט געשטערט.
בילד
בילד

די קאנקארד אין פלאמען....
די אומקלארע בילד העכער די ביימער איז די איינציגסטע עכטע בילד דערפון, א ציווילער מענטש וואס האט עס צוגעזען האט עס אפגעכאפט, די אנדערע איז ווארשיינליך אן אילוסטראציע.
בילד
בילד

א קליינע הסבר אויף סופערסאניק.
פארשידענע מאל קען זיך מאכן אזא וואלקן אזויווי ארום די מלחמה פליגער, דאס קומט פון די לופט.
דער דשיף, מערקט ווי דער פליגער פליט מיט אזא שנעלקייט אז ער צוברעכט די קול.
בילד
בילד
בילד
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:44 pm

דער אשכול וועט מיטן אויבערשטנס הילף ווערן אפדעיטעד איינמאל א וואך מיט פארשידענע איטרעסאנטע וועלטליכע זאכן, יעדע מיטוואך בלי נדר.
ליינט און האט הנאה.
לעצט פאראכטן דורך אויסערן מיניסטער אום מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:58 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16620
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:48 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:דער אשכול וועט מיטן אויבערשטנס הילף ווערן אפדעיטעד עטיליסט איינמאל א וואך
ליינט און האט הנאה.

א גרויסן דאנק אייך מיני-סטאר איר זענט ממש סופער סאניק [מסתם איז עס א קאמפלימענט גלייביך]

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 2:51 pm

געווען א שיינע ארטיקל אין די בליץ נישט צו לאנג צוריק איבער דעם קאנקארד און וויאזוי סופער-סאניק ארבעט.
ייש"כ אויסערן פאר די אשכול.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:01 pm

ישר כח, זייער שיין.

א קאנקארד פליגער ליגט אויף די זייט פון די אינטרעפיד מלחמה שיף אין מאנהעטן. ביז נשיט לאנג צוריק האט מען געקענט אויך אריינגיין.

אין מיין ארטיקל אויף די פלאן פאר נייע באנען פון עללען מאסק, האבעך געשריבן איבער סופערסאניק. ווי אזוי דאס ארבייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:03 pm

אפשר קענט איר ברענגען א לינק?
מיר ליינען מיט אינטערעסע אייערע באשרייבונגען.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:04 pm

ש'כח ר' אויסערן, קיפ איט אפ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:06 pm

אויסערן מיניסטער האט געשריבן:אפשר קענט איר ברענגען א לינק?
מיר ליינען מיט אינטערעסע אייערע באשרייבונגען.

אינמיטן די ארטיקל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 3:08 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
אויסערן מיניסטער האט געשריבן:אפשר קענט איר ברענגען א לינק?
מיר ליינען מיט אינטערעסע אייערע באשרייבונגען.

אינמיטן די ארטיקל.

א שיינעם דאנק!!
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט