קרית יטב לב - בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

איך זיץ מיר דא אין איך חלום, איך חלום פין א שטעטל וואס שטעלט צי יעדע סעזאן פין יאר די שענסטע וואס דעם אייבירשטענס בריאה שטעלט מיט זיך פאר, איך חלום פין א שטעטל וואס די טויזענטער קאלירן וואס די ביימער וועלן ווארפן אינעם אט קומענדיגן הערבסט סעזאן וועלן קענען האלטן א מענטש געצויבערט נישט קענענדיג אראפ נעמען אן אויג דערפין, איך חלום פין א שטעטל ווי איך וועל פראווענען דעם זמן שמחתינו אין א סוכה וואס וועט זיין גרעסער ווי די דירה אין וואס איך וואוין איצט, אזש אז יעדער וועט קענען מאכן א לישב בסוכה מיט א גראדע ריקן אריינגערעכנט די בית יעקב והמבין יבין, איך חלום פין א שטעטל פין ווי מיר וועלן ארויסקיקן פין די שפאלטן פין די פארהאקטע לאדנס דורכאויס דעם ווינטער, ווען פאר די אויגן ליגט אויסעשפרייט א ווייסע ליילעך וואס גלאנצט און שפיגלט, א שטעטל וואס נאך דעם ישלח דברו וימסם, די שניי בערג וועלן צוביסלעך נעלם ווערן פינעם האריזאנט וועט זיך פראווען א חודש האביב אווי עס דארף זיך אביב'ן די הערליכע גרינע גראז אין ביימער וועלן זיך צושפראצן אין ווארפן די אנגענעמסטע גערוכן וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן, א שטאט ווי דער זימער וועט נישט מיינען היצען פין ניינציג דעגרי און ארויף וואס צולאזן יעדע מין נערוו וואס ליגט נאר אינעם מענטשליכן מח, ועל כולם א שטאט וואס וועט נישט האבן אין זיך די דור המבול'דיגע איבלען וואס אינזער ירושלים דאמעריקא שטעלט אונז צי לעצטענס, א שטאט ווי מען גייט ארויס אויף א שפאציר אין די טינקעלקייט פין די נאכט ושאו עיניך בלויז צי ציילן די טויזענטער שטערן אין הימל וואס זענען אזוי בולט צוליב די לויטערקייט פין די אויר, א צי אריין א פריש ליפטל וואס ענטהאלט אין זיך אלע ווייטאמינען פין שעקלי, מעקסי העלטה, אין זאהלער'ס אינאיינעם, א קיצור א גן עדן התחתון, רואיגע צופרידענע מענטשן וואס האבן צייט צי זיך אליינס, ועתה אהה חסרנו כל אלה נאר ווייל....... יענער.......
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

איז דאס א געהעריגע דירה גרייט צום וואוינען אדער איז דאס א סטעמפל פון א דירה?
אוועטאר
באדינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 12:56 pm
לאקאציע: אויף דייעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדינער »

כרם האט געשריבן:
באדינער האט געשריבן:יישר כח פאר די בילדער, הערליך און קלאר,
די פיפטע בילד מיט די טיש און בענקלעך וואס איז?

Looks like Dinette

?? so what is picture number 10
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

יציב פתגם האט געשריבן:איז דאס א געהעריגע דירה גרייט צום וואוינען אדער איז דאס א סטעמפל פון א דירה?

די סעמפל דירה. עס האט דאך פורניטשור
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

1. גייט מען קענען צובויען? עס איז דאך נאר 4 בעדרומס, ווי אויך די קאך איז אביסעלע קליין. איז אויב מען קען ארויסציען די קיטשען דיינעט און אריינשטיפען נאך א בעדרום אויבן איז עס א ישועה.
בילד
2. די אינפארסטראקטור איז נישט געבויעט פאר א גרויסע שטעטל. דהיינו די ראודס זענען היפש שמאל. איז לכאורה גייט מען עווענטועל אוועקנעמען די פראנד גארדענס. רייט?

עני וואן מיט אינסייד אינפא?
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

באדינער האט געשריבן:
כרם האט געשריבן:
באדינער האט געשריבן:יישר כח פאר די בילדער, הערליך און קלאר,
די פיפטע בילד מיט די טיש און בענקלעך וואס איז?

Looks like Dinette

?? so what is picture number 10

Fixed up garage
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יענקל »

משה יענקל האט געשריבן:1. גייט מען קענען צובויען? עס איז דאך נאר 4 בעדרומס, ווי אויך די קאך איז אביסעלע קליין. איז אויב מען קען ארויסציען די קיטשען דיינעט און אריינשטיפען נאך א בעדרום אויבן איז עס א ישועה.
בילד
עני וואן מיט אינסייד אינפא?

נישט גיט געקוקט. עס איז דא פינף בעדרומס. אבער די קאך וואלט איך נאך אלץ ארויסגעצויגן און העכסטנס געמאכט א געבויעטע סוכה.

וואס טוט זיך מיט די דירות וואס זענען אינצווישן צוויי אנדערע דירות? וויאזוי האבן זיי פענסטערס אין אלע שטובער?

די גאראדש איז לכאורה ניצבאר פאר א פלעי רום
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

האט טאקע נישט קיין פענסטער ס'האט א סקיי לייט
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

משה יענקל האט געשריבן:די גאראדש איז לכאורה ניצבאר פאר א פלעי רום

קוק אויף די בילד פון די דיינעט באטראכט די פענסטער, קוקט אויס ווי די גאראדזש איז נאר למראית עין פון דרויסן און הונטער די גאראדזש טיר איז די דיינעט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
כרם
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרם »

מאנ-יימער האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:די גאראדש איז לכאורה ניצבאר פאר א פלעי רום

קוק אויף די בילד פון די דיינעט באטראכט די פענסטער, קוקט אויס ווי די גאראדזש איז נאר למראית עין פון דרויסן און הונטער די גאראדזש טיר איז די דיינעט.

דיינעט איז נעבן די קיטשען
ביי מאדעל הויז האבן זיי פארבויט די גאראטש און געמאכט א אפיס
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

יחזקאלע ביזט אייזן....יעדעס ווארט אמת ויציב
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

אט אזוי האט געשריבן:יחזקאלע ביזט אייזן....יעדעס ווארט אמת ויציב
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מען דארף די פיקטשערס ארום שיקען אין אויפהענגען אין די גאסען איבער גאנץ וויליאמסבורג. זאל עס כאטש וויי טוהן פאר די איינגערעדטע...
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מטעמים האט געשריבן:מען דארף די פיקטשערס ארום שיקען אין אויפהענגען אין די גאסען איבער גאנץ וויליאמסבורג. זאל עס כאטש וויי טוהן פאר די איינגערעדטע...

איינגערעדט‎ ‎אין‎ ‎וואס‎?
איינער‎ ‎אין ‎וויליאמסבורג‎ ‎רעדט‎ ‎זיך‎ ‎איין‎ ‎אז‎ א ‎דירה‎ אין‎ ‎וויליאמסבורג‎ ‎איז ‎מער‎ ‎רחבּות‎'‎דיג‎?‎

דאס‎ ‎דארף‎ ‎מען אויפהענגען אין וויליאמסבורג‎!‎
יחזקאלע האט געשריבן:איך זיץ מיר דא אין איך חלום, איך חלום פין א שטעטל וואס שטעלט צי יעדע סעזאן פין יאר די שענסטע וואס דעם אייבירשטענס בריאה שטעלט מיט זיך פאר, איך חלום פין א שטעטל וואס די טויזענטער קאלירן וואס די ביימער וועלן ווארפן אינעם אט קומענדיגן הערבסט סעזאן וועלן קענען האלטן א מענטש געצויבערט נישט קענענדיג אראפ נעמען אן אויג דערפין, איך חלום פין א שטעטל ווי איך וועל פראווענען דעם זמן שמחתינו אין א סוכה וואס וועט זיין גרעסער ווי די דירה אין וואס איך וואוין איצט, אזש אז יעדער וועט קענען מאכן א לישב בסוכה מיט א גראדע ריקן אריינגערעכנט די בית יעקב והמבין יבין, איך חלום פין א שטעטל פין ווי מיר וועלן ארויסקיקן פין די שפאלטן פין די פארהאקטע לאדנס דורכאויס דעם ווינטער, ווען פאר די אויגן ליגט אויסעשפרייט א ווייסע ליילעך וואס גלאנצט און שפיגלט, א שטעטל וואס נאך דעם ישלח דברו וימסם, די שניי בערג וועלן צוביסלעך נעלם ווערן פינעם האריזאנט וועט זיך פראווען א חודש האביב אווי עס דארף זיך אביב'ן די הערליכע גרינע גראז אין ביימער וועלן זיך צושפראצן אין ווארפן די אנגענעמסטע גערוכן וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן, א שטאט ווי דער זימער וועט נישט מיינען היצען פין ניינציג דעגרי און ארויף וואס צולאזן יעדע מין נערוו וואס ליגט נאר אינעם מענטשליכן מח, ועל כולם א שטאט וואס וועט נישט האבן אין זיך די דור המבול'דיגע איבלען וואס אינזער ירושלים דאמעריקא שטעלט אונז צי לעצטענס, א שטאט ווי מען גייט ארויס אויף א שפאציר אין די טינקעלקייט פין די נאכט ושאו עיניך בלויז צי ציילן די טויזענטער שטערן אין הימל וואס זענען אזוי בולט צוליב די לויטערקייט פין די אויר, א צי אריין א פריש ליפטל וואס ענטהאלט אין זיך אלע ווייטאמינען פין שעקלי, מעקסי העלטה, אין זאהלער'ס אינאיינעם, א קיצור א גן עדן התחתון, רואיגע צופרידענע מענטשן וואס האבן צייט צי זיך אליינס, ועתה אהה חסרנו כל אלה נאר ווייל....... יענער.......
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
עמרם יודא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 26, 2014 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמרם יודא »

מטעמים האט געשריבן:מען דארף די פיקטשערס ארום שיקען אין אויפהענגען אין די גאסען איבער גאנץ וויליאמסבורג. זאל עס כאטש וויי טוהן פאר די איינגערעדטע...

RT
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מיסטער, איך רעד פון די איינגערעדטע אידענעס וואס מיינען אז מען קען נאר וואוינען דארט ווי סיז אוממעגליך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איר‎ ‎מיינט‎ ‎אז‎ ‎זיי‎ ‎מיינען‎ ‎אז‎ ‎נאר‎ ‎אין‎ ‎וומ‎''‎ס‎ ‎איז‎ ‎דא‎ ‎הייזער‎?‎
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
חיים האמבורג
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 12:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים האמבורג »

מטעמים האט געשריבן:מיסטער, איך רעד פון די איינגערעדטע אידענעס וואס מיינען אז מען קען נאר וואוינען דארט ווי סיז אוממעגליך.

בדרך אגב, פאריגע ב' אלול ווערט אפגעצייכנט גענוי א יאר פון די ערשטע תגובה פון די בלומינגבורג בלעטל וועלכע האלט אצינד ביי 106 בלעטלעך
אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2011 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך private »

שלום עליכם רב חיים, מאכט אייך באקוועם.
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

יחזקאלע האט געשריבן:איך זיץ מיר דא אין איך חלום, איך חלום פין א שטעטל וואס שטעלט צי יעדע סעזאן פין יאר די שענסטע וואס דעם אייבירשטענס בריאה שטעלט מיט זיך פאר, איך חלום פין א שטעטל וואס די טויזענטער קאלירן וואס די ביימער וועלן ווארפן אינעם אט קומענדיגן הערבסט סעזאן וועלן קענען האלטן א מענטש געצויבערט נישט קענענדיג אראפ נעמען אן אויג דערפין, איך חלום פין א שטעטל ווי איך וועל פראווענען דעם זמן שמחתינו אין א סוכה וואס וועט זיין גרעסער ווי די דירה אין וואס איך וואוין איצט, אזש אז יעדער וועט קענען מאכן א לישב בסוכה מיט א גראדע ריקן אריינגערעכנט די בית יעקב והמבין יבין, איך חלום פין א שטעטל פין ווי מיר וועלן ארויסקיקן פין די שפאלטן פין די פארהאקטע לאדנס דורכאויס דעם ווינטער, ווען פאר די אויגן ליגט אויסעשפרייט א ווייסע ליילעך וואס גלאנצט און שפיגלט, א שטעטל וואס נאך דעם ישלח דברו וימסם, די שניי בערג וועלן צוביסלעך נעלם ווערן פינעם האריזאנט וועט זיך פראווען א חודש האביב אווי עס דארף זיך אביב'ן די הערליכע גרינע גראז אין ביימער וועלן זיך צושפראצן אין ווארפן די אנגענעמסטע גערוכן וואס מען קען זיך נאר פארשטעלן, א שטאט ווי דער זימער וועט נישט מיינען היצען פין ניינציג דעגרי און ארויף וואס צולאזן יעדע מין נערוו וואס ליגט נאר אינעם מענטשליכן מח, ועל כולם א שטאט וואס וועט נישט האבן אין זיך די דור המבול'דיגע איבלען וואס אינזער ירושלים דאמעריקא שטעלט אונז צי לעצטענס, א שטאט ווי מען גייט ארויס אויף א שפאציר אין די טינקעלקייט פין די נאכט ושאו עיניך בלויז צי ציילן די טויזענטער שטערן אין הימל וואס זענען אזוי בולט צוליב די לויטערקייט פין די אויר, א צי אריין א פריש ליפטל וואס ענטהאלט אין זיך אלע ווייטאמינען פין שעקלי, מעקסי העלטה, אין זאהלער'ס אינאיינעם, א קיצור א גן עדן התחתון, רואיגע צופרידענע מענטשן וואס האבן צייט צי זיך אליינס, ועתה אהה חסרנו כל אלה נאר ווייל....... יענער.......


איך וויש מיר די טרערן...

יחזקאלע גאר גוט! לאז די פאנטאזיעס לויפן און שרייב אראפ, אולי וועט נאך עפעס ווערן דערפון איין טאג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

private האט געשריבן:שלום עליכם רב חיים, מאכט אייך באקוועם.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

109 כצ"ל
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אלץ ווייזער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ ווייזער »

מטעמים האט געשריבן:מען דארף די פיקטשערס ארום שיקען אין אויפהענגען אין די גאסען איבער גאנץ וויליאמסבורג. זאל עס כאטש וויי טוהן פאר די איינגערעדטע...

גוט געזאגט!
ווען יעדער וועט זען די בילדער וועט מען פשוט פון קנאה קויפן דירות
דאס איז זיכער ווען מען וועט ארויסוואקן פון די שמאלע דירה'לע פשוט צו שעפן אביסל לופט און מען וועט זען די שרייעדיגע בילדער וועט עס "זיכער" אויפטון
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

ק/פ


העמיר זען ווער ס׳לאכט די לעצטע...

צום ערשטן מאל וואס איך פארשטיי באמת דעם טיפקייט פונעם מאמר ״אינו דומה שמיעה לראיה״. יעפ.
Seeing is believing.

כ׳האב געהערט פון בלומינגבערג; געלייענט פון בלומינגבערג, כ׳האב אפילו געפירט גאנצעטע דיסקוסיעס וועגן דאס פלאץ אין די לעצטערע מאנאטן. נעכטן בין איך אין פאקט געווען דאס ערשטע מאל דארטן... און צוגעזען מיט די אייגענע אויגן די אויג-פארכאפענדע פראיעקט וואס א גרויס טייל דערפון ווערט ׳רעדי טו מאוו אין׳ אין די קומענדיגע טעג.- ס׳איז הערליך שיין.

איך בין נישט בלינד. און איך בין נישט קיין איינגערעדטער. איך ווייס זייער גוט אז ס׳וועט נישט זיין קיין מאסן אויסוואנדערונג פון וויליאמסבורג איבער נאכט. טראצדעם וואס טויזנטער משפחות לעבן אין ענגשאפט און צאלן נאך דערפאר תבין ותקילון וואס זיי קענען נישט עפארדן. און ווען נאר א קליינער טייל פון וויליאמסבורג זאל פארשטיין אין וואספארא שווערער מצב אונז זעמיר וואלטן אונז געקענט מאכן בלומינגבערג פאר אן עיר ואם בישראל איבערנאכט.- מ׳האלט דאך אבער נישט דערביי. מען וויל בלייבן מיט׳ן פראבלעם און קרעכצן ווי ביטער ס׳איז.- דאך האלט איך אז עס וועלן זיין פארשטענדליכע וואס וועלן ענדגילטיג אהינמופן.

יהדות וויליאמסבורג האט זיך שוין געקענט אויסברייטערן טיף אריין אין בעד סטיי, מיט יארן צוריק. יעדער האט אבער זיך געוואלט צוזאמקוועטשן צו זיין נענטער צו ראדני... אונז האבן זיך אויסגעברייטערט אין גאסן נאר ווען ס׳איז געווען א מוז.

ווען די רעגירונג האט געטיילט דירות פאר חצי בחינם ביי סאוט אכט און ביי סאוט ניין האבן אסאך פון אונז עס אפגעזאגט ווייל ס׳איז נישט אין צענטער.- יעצט האט מען חרטה פארן אפטרעטן דערפון.

מיט אפאר יאר צוריק האט מען געמאכט א גורל צו קענען קרוגן א דירה אויף קוק סט, אין די גורל איז יעדער אריין אבער ווען ס׳איז געקומען למעשה האבן א גרויסער פראצענט ארויסגעטשיקענט... איי ס׳איז נייע דירות פאר שפאט ביליג, א גאס אוועק פון וואלעבאוט און בראודוועי, אבער דאך ס׳איז קוק סט., ס׳איז נישט ראטלידזש, פען, הויז, וכדומה. ס׳איז אביסלע סקערי... ס׳איז א נייע נאמען.

מען האט געדארפט מאכן אן אסיפה צוזאמצונעמען די אידישע זוכים בגורל און זיי ערקלערן אז זיי זאלן אריינמופן. יא! איר הערט גוט! מען האט זיי נאך געדארפט מסביר זיין... א טייל פון די זוכים האבן ענדגילטיג אריינגעמופט דארטן.- איבריג צו זאגן א זיי לאכן פון יעדן און קענען אוועקלייגן יעדעס יאר א שיינע סכום געלט אויף די קומענדיגע יארן.

בלומענגבערג איז נישט דע פראבלעם. קוק סט איז נישט דע פראבלעם. פולאסקי סט איז נישט דע פראבלעם, מיר זענען דע פראבלעם! און מיר וועלן האבן אלע שיינע הסברים נישט צו נעמען די קלענסטע move פאר אן עפארדעבל דירה. מען וועט האבן הונדערט איידיעס וואו צו בויען שטעטלעך, טענות וועט מען האבן אויף אלע עסקנים.

בקיצור, מערסטנס טייל פון אונז האלטן סייווי נישט ביים מופן אפילו מען זאל זיי געבן עפעס פאר בחנם ממש...

ווידערום זענען פארהאן מענטשן וואס האבן שכל און פארשטאנד און לעבן מיט א בודזשעט. זיי זענען נישט גרייט ווייטער צו לעבן אן א חשבון. עס זענען פארהאן אזעלכע וואס זענען גרייט צו נעמען דעם move פאר די וואוילזיין פון זייערע קינדער. און אויך זענען פארהאן די וואס אנערקענען אז אפילו אויב זיי קענען נאך וואוינען דא בהרחוה וועלן זייערע קינדער עס נישט קענען באווייזן. און פון די אויבערדערמאנטע וועט זיך בעז״ה צוזאמנעמען א שיינע קבוצה וואס וועלן אנהויבן לעבן איבער נאכט בהרחוה. און זאל דער בוכ״ע העלפן אז ס׳זאל שיין בליען אלס א אידישע שטאט לשם ולתפארת.

וויליאמסבורג וועט סייווי אלס חוזק מאכן פון בלומינגבערג. אויב וועלן שוין וואוינען זיבעציג פאמיליעס וועט מען זאגן אז ס׳איז פונקט ווי נייטרא שטעטל. ווען ס׳וועט זיין צוויי און הונדערט משפחות וועט מען זאגן אז ס׳איז פונקט ווי קרית טאהש. א.א.וו.

ניין! בלומינגבערג וועט קיינמאל נישט זיין אויפן זעלבן לעוול ווי וויליאמסבורג. קיינער קען זיי נישט ביטן. פארט וועלן דארטן בעז״ה וואוינען אידן וואס וועלן קענען האבן א רואיג לעבן.

אין וויליאמבורג וועט מען אייביג קרעכצן אויפן דירות פראבלעם וואס ווערט נאר ערגער און מען וועט כסדר אויפקומען מיט חסרונות פון יעדע שטאט וואו מען קען לעבן במנוחה. א מערהייט וועלן בלייבן איינגעווייקט מיטן פראבלעם און אלס וועט זיין א קליינער פראצענט וואס וועלן זיך אויפהייבן צו עפארדעבל געגנטער, און ב״ה אז די פראצענט מערט זיך וואס א יאר ס׳לויפט פארביי.

אין די זעלבע צייט וועט מען אין די אופסטעיט ישובים ווייטער אנגיין מיטן אידישן לעבן, עפארדעבל און בהרחוה.

און אט אזוי וועט זיך עס ווארשיינליך ציען ביז משיח׳ס טאג.- זאל ער שוין קומען בקרוב.
אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
וואו גוט דו זאגסט
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”