חמשה עשר באב
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13865
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
חמשה עשר באב
אינטערסאנט עס איז נאך נישט דא קיין אשכול
"אמר רבן שמעון בן גמליאל לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב וכיום הכיפורים"
דאס טייטש עס איז א גרעסערע יום טוב היינט אווי יום כיפור!!
פונקט געהערט לעצטענס א טעיפ פון ר' פישל שעכטער האט ער אנגעהויבן א דרשה פאר קינדער (על פי דרכם) בדרך צחות:
א יונגל איז אמאל געקומען שפעט פרעגט אים דער רבי: פארוואס ביסטו שפעט???!!
זאגט דער אינגעל: ווייל איך געהאט שטארקע מאגן ווייטאג... און אויך ווייל ווען איך בין אראפגעקומען מיט די עלעוועיטער איז עס געבליבן סטאק און ביז מען האט עס פאראכטן... און אויך ווייל מיין טאטע האט מיך געברענגט און עס האט באקומען א פלעט טייער און ביז חברים איז געקומען... און אויך וויי... רבי האקט אריין: גיי צום מנהל!!!!.. זאגסט מיר איין תירוץ, אדער עלעוועיטער אדער מאגן אדער פלעט טייער מילא, גלייב איך דיר.. אבער אלעס אויף איינמאל איז עפעס נישט אין ארדענונג!!
זאגט ער אז יעדע יום טוב האט איין טעם פסח איז געווען יציאת מצרים, סוכות ענני כבוד, שבועות מתן תורה, חנוכה מנורה און אזוי ווייטער..
ווידעראוים חמשה עשר באב איז דא כמה טעמים, די גמרא אליינס רעכענט גלייך אויס אויפן פלאץ פינף טעמים:
- יום שכלו בו מתי מדבר
- יום שהותרו שבטים לבוא זה בזה
- יום שהותר שבט בנימן לבא בקהל
- יום שפסקו לכרות עצים למערכה
- יום שניתנו הרוגי ביתר לקבורה
און נאך....
איך טראכט אזא פשט: אז אלע ימים טובים איז א יום טוב פאר גאנץ כלל ישראל וועגן איין גוטע זאך וואס איז געקומען פאר יעדן איינעם, חמשה עשר באב איז אבער א יום טוב פאר יעדן איבער אן אנדערע זאך
דאס מיינט יעדער קען מאכן א יום טוב פון חמשה עשר באב איבער א אנדערע נס וואס האט אים פאסירט!

געהערט א שיינע דערהער פין הרב פנחס כ״ף שליט״א ביי א דרשה, וואס איז פשט פין די טעם פין די יום טוב ״יום שפסקו לכרות עצים למערכה ״ אין וואס איז די ציזאם שטעל מיט מוסיף זיין אין לימוד התורה ״מאן דמוסיף יוסיף״ ?
נאר אז די מענשען וואס זענען געווען פארנימען מיט שניידען די האלץ האבן יעצט צי בייקימען מער צייט צי לערנען איז געווען פאר זיי א גרוסע שמחה האט זיך גאנץ כלל ישראל מיט געפרייט מיט זיי אז א פאר יודען האבן מער צייט צי לערנען איז עס נישט א גרוסע יום טוב?.
דעס איז די ציזאם שטעל פין די צויי זאכן.

- חסידישער יוד
- שר חמש מאות
- תגובות: 770
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm
להודיע האט געשריבן:הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע ברענגט אז חמשה עשר באב איז בגמ' כתיבה וחתימה טובה, חושבנא דדין כחושבנא דדין.
צדיקים האבן שוין אנגעהויבן די הכנות צו די הייליגע טעג. מען האט זיך שוין געווינטשן כוח"ט און אנדערע האבן שוין אנגעהויבן זאגן תיקוני זוהר וכו'.
זאגן?
אגב: וועלכע קהלות פירן זיך צו לערנען תיקו"ז אום חודש אלול?
...כי אם ליראה וגו'
- חסידישער יוד
- שר חמש מאות
- תגובות: 770
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm
להתחדד האט געשריבן:געהערט א שיינע דערהער פין הרב פנחס כ״ף שליט״א ביי א דרשה, וואס איז פשט פין די טעם פין די יום טוב ״יום שפסקו לכרות עצים למערכה ״ אין וואס איז די ציזאם שטעל מיט מוסיף זיין אין לימוד התורה ״מאן דמוסיף יוסיף״ ?
נאר אז די מענשען וואס זענען געווען פארנימען מיט שניידען די האלץ האבן יעצט צי בייקימען מער צייט צי לערנען איז געווען פאר זיי א גרוסע שמחה האט זיך גאנץ כלל ישראל מיט געפרייט מיט זיי אז א פאר יודען האבן מער צייט צי לערנען איז עס נישט א גרוסע יום טוב?.
דעס איז די ציזאם שטעל פין די צויי זאכן.
אויף די גמ׳ יום שפסקו לכרות עצים למערכה זאגט דארט דער רבינו גרשם אויפן פלאץ (במס׳ תענית איז עס געדרוקט על דף הגמ׳) יום שפוסקין מלכרות עצים למערכה ומכאן ואילך מוסיפין לעסוק בתורה.
חסידישער יוד האט געשריבן:להודיע האט געשריבן:הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע ברענגט אז חמשה עשר באב איז בגמ' כתיבה וחתימה טובה, חושבנא דדין כחושבנא דדין.
צדיקים האבן שוין אנגעהויבן די הכנות צו די הייליגע טעג. מען האט זיך שוין געווינטשן כוח"ט און אנדערע האבן שוין אנגעהויבן זאגן תיקוני זוהר וכו'.
זאגן?
אגב: וועלכע קהלות פירן זיך צו לערנען תיקו"ז אום חודש אלול?
ברעסלב זאגט תיקוני זוהר, אויך תנ"ך, פון ר"ח אלול ביז נאך יום כיפור (כפי השמועה)
אין די ברכה פון הטוב והמיטיב וואס איז היינט נתקן געווארן ליגט גאר א טייפע דערהער:
שניתנו הרוגי ביתר לקבורה
הטוב-שלא הסריחו, והמיטב שנתנו לקבורה.
אין די שווערסטע מצב קען מען טרעפען די גוטס פון דעם אייבערשטן
ליגן צוויי און פופציג יאר אן כדומן על פני האדמה זעט אויס צו זיין די נידריגסטע שפל המצב וואס מ'קען נאר אנקומען,
און דאך האבן אונז חז"ל געלערנט אז מ'דארף דאנקן און לויבן דעם פון אויבן, אויף יעדער טראפעלע חסד וואס ער טוט מיט אונז.

- קברנה סובניון
- שר האלפיים
- תגובות: 2234
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 10:38 am
- לאקאציע: אין וויין גארטן
אין די גמ' פון חמשה עשר באב (די לעצטע בלאט אין תענית) שטייט אז איינע פון די טעמים פארוואס די טאג איז א יו"ט ווייל מ'האט אויפגעהערט צו שניידן האלץ פאר די מערכה, ווייל מ'קען נאר צוצן די האלץ פון אינמיטן זומער ווען ס'דא א שטארקע זון וואס ס'הרג'ט די ווערים, אבער פון חמשה עשר באב ווערט שוין די זון אביסל שוואכער, ס'שוין נישט אזוי הייס במילא הערט מען אויף צו שניידן.
וואס איז פשט דערפון, וואס איז די יו"ט דערמיט?
איז עס א בחינה פון א סיום?

"ווייל ביי אונז אפילו ווען מען זעט זיך פנים אל פנים מיט'ן עכטן נאמען, ווייזט מען אויך נאר ארויס דעם ניק". (ליפא - אפענע בריוו צו אייוועלט)
די הייליגע קדושת לוי זאגט, אז פונקט ווי מ'זעהט ווען די לבנה ווערט גרעסער מאכט מען א ברכה און מ'פריידט זיך, ווייל די אידן ציילן צו די לבנה. איז חמשה בעשר באב ווען ס'איז תשש כחה של חמה, און די אומות העולם ציילן צום חמה, און כשזה קם זה נופל, קומט אויס אז די אידן ווערן שטערקער דעם טאג, דערפאר מאכט מען א יום טוב אין דעם טאג.
-
- שר מאה
- תגובות: 161
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm
- יידישע קהילות
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8685
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm
לטובה ולברכה האט געשריבן:ארויף לכבוד היוםפר בן בקר האט געשריבן:מיר איז אלעמאל שווער געווען וואס האט ט"ו באב למנין הלבנה צוטון מיט תשש כוחה של חמה?
די זעלבע קשיא אויף ט"ו בשבט שעולה השרף באילנות
די קשיא איז א סאך שווערער ביי אזא הלכה'דיגע נושא ווי ט"ו בשבט.
די תירוץ איז נישט נאר "רוב יארן", נאר עיבור השנה.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
לטובה ולברכה האט געשריבן:ארויף לכבוד היוםפר בן בקר האט געשריבן:מיר איז אלעמאל שווער געווען וואס האט ט"ו באב למנין הלבנה צוטון מיט תשש כוחה של חמה?
די זעלבע קשיא אויף ט"ו בשבט שעולה השרף באילנות
די קושיא פרעגט שוין תוס אין מס' ר"ה דף טו. אויף דעם וואס די גמרא פרעגט צו שבט מיינט פין די לבנה אדער שבט דתקופה (חמה) אין תוס' ענטפערט אז די פירות איז תלוי אין די לבנה אויך אזוי ווי עס שטייט ממגד גרש ירחים די תירוץ איז אבער נישט שייך אויף תשש כוחה של חמה
חסידישער יוד האט געשריבן:להודיע האט געשריבן:הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע ברענגט אז חמשה עשר באב איז בגמ' כתיבה וחתימה טובה, חושבנא דדין כחושבנא דדין.
צדיקים האבן שוין אנגעהויבן די הכנות צו די הייליגע טעג. מען האט זיך שוין געווינטשן כוח"ט און אנדערע האבן שוין אנגעהויבן זאגן תיקוני זוהר וכו'.
זאגן?
אגב: וועלכע קהלות פירן זיך צו לערנען תיקו"ז אום חודש אלול?
הגה"ק רבי אהר'לע ראטה זצוק"ל שרייבט גאר שטארק וועגן זאגן תיקוני זוהר אין חודש אלול, דעריבער די קהילות תולדות אהרן, תולדות אברהם יצחק, שומרי אמונים, מבקשי אמונה, וויטעבסק וכו' וועלכע פאררעכענען זיך אלס תלמידים והולכים לדרכו זאגן אויס תקו"ז חודש אלול..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2748
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2748
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
להודיע האט געשריבן:הרה"ק בעל מנחת אלעזר זי"ע ברענגט אז חמשה עשר באב איז בגמ' כתיבה וחתימה טובה, חושבנא דדין כחושבנא דדין.
צדיקים האבן שוין אנגעהויבן די הכנות צו די הייליגע טעג. מען האט זיך שוין געווינטשן כוח"ט און אנדערע האבן שוין אנגעהויבן זאגן תיקוני זוהר וכו'.
בטשערנאביל התחילו לומר תיקו"ז מט"ו באב ועד ומסיימים בזאת חנוכה
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2748
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
אוי רבותי עס פאלט דאך שוין א פחד און א שרעק. מען האט זיך קוים אויסגעטשוכעט, און עס קומט שוין באלד ראש השנה, ווי צדיקים האבן געזאגט אז חמשה עשר באב הייבט מען שוין אן צו ריקן די בענק אויבן אין הימל.
איך האב אמאל געהערט א שיינעם רמז (איך זיך טאקע די מקור) אויף די פסוק ה' בשמים הכין כסאו, בשמי"ם איז ר"ת י'ום ש'פסקו ב'ו מ'תי מ'דבר מ'למות, דעמאלס הכין כסאו, גרייט מען שוין אן די כסאות למשפט.
רבותי לאמיר זיך שוין ארייננעמען אין די הענט אריין, לאמיר נישט ווארטן ביז די לעצטע מינוט.

EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ