מארק הוראוויץ סעמינאר

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

מארק הוראוויץ סעמינאר

תגובהדורך מייקראסאפט » דאנארשטאג יולי 24, 2014 8:28 pm

אן קיין גרויסע הקדמות אדער לאנגע דרשות, ווילן מיר מעלדן אז אפאר אינגעלייט האבן אראנדזשירט א דרשה מיט דעם יעצט שוין אלעמען באקאנטן ר׳ נפתלי האראוויץ

וואס איז ווי באוויסט אלץ א געוואלדיגע מומחה און יעדע נושא אין ביזנעס און סעילס און האט שוין געלערנט הודערטער וויאזוי צו העכערן זייער אינקאם.

די דרשה איז גע׳סקעדשזועל׳ט די קומענדיגע וואך מאנטאג נאכט אין די ראוז גארדען האלל אין ווילימסבורג

עס איז נאך דא עוועילעבל עטליכע זיצן (לימיטעד פאר 100 מענטשן וכל הקודם זוכה).

א חלק פין די נושאים וואס ער וועט רעדן וועט בעז״ה זיין גע׳בעיס׳ט בערך אויף די פאלגענדע:

פארוואס זענען מיר דערשראקן פון דורכפעלער און פארוואס האלט דאס אונז צוריק פון מצליח זיין, זיך אויסלערנען וויאזוי אויפצונעמען א דורכפאל און זיך עפעס לערנען דערפון.

וויאזוי קען ״יעדער״ מענטש בויען קאנפידענץ.

אדאפטירן א ״נישטא קיינע תירוצים״ באשלוס פארן לעבן.

די וויכטיקייט פון האבן א חבר און רבי אין ביזנעס.



אנדערע שאלות אדער ענינים וואס איר זענט אינטערעסירט צו הערן ר׳ נפתלי רעדן קען מען אימעילן צו jolnys@gmail.com

און ער וועט דאס פראבירן צו אדרעסירן אלץ חלק פין די לעקטשור.

די פרייז פאר א זיץ איז 200 דאלער, ביז זינטאג 12:00 אויב רעזערווירט איר פאר נאכאיינעם צוזאמען מיט אייך איז עס 150 דאלער, און די רווחים גייט פאר א מאמע פין 5 קינדערלעך וואס דארף ל״ע דורכגיין א מח אפעראציע און האט נישט קיין געלט צו קאווערן די אינשורענס קאסטן.

ר׳ נפתלי האט אונז געזאגט ווען מיר האבן אים אנגערופן פרעגן צו מען קען אפשר אראנדזשירן אזא דרשה, אז ער רעדט נישט קיינמאל פאר געלט, נאר ווען עס איז לשם מצוה, למשל פאר א קהילה אבער יעצט איז אים אינטערגעקומען די מצוה פון העלפן די פרוי, איז ער גרייט צו קומען אויב מען קען צוזאמשטעלן א באדייטענדע סכום)

אויך וועט זיין א געלענהייט צו פרעגן שאלות פון ר׳ נפתלי בשעת מעשה ברבים אדער פארדעם אדער נאכדעם פריוואט.

ווי אויך וועט די באטייליגטע האבן די מעגליכקייט צו זיין אויף ווייטער בקשר מיט ר׳ נפתלי פאר שאלות אדער עדווייס אין פריוואטע ביזנעס אנגעלעגענהייטן.

עס וועט אויך סערווירט ווערן לייכטע איבערבייס פארן ציבור

צו רעזערווירען אייער זיץ שיקט אן אימעל צו jolnys@gmail.com

ווארט נישט לאנג ווייל די פלעצער פילן זיך אן שנעל.

שטעלט אויס אייערע טשעקס טעקס דידאקטעבל צו yad Yosef

----
באקומען פון מיין חבר איך זאל עס ארויף לייגן.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג יולי 24, 2014 11:11 pm

כהאב געראדע שוין געהערט א סידי וואו נפתלי רעדט פאר א היימישע עולם אוןמכהאב שטארק הנאה געהאט
ער שטיפט בעיקר אז אינגעליייט זאלן גיין ווערן סעילסלייט און ער שעירט אויכעט זיין היסטארי, אזוי אויך רעדט ער איבער מאכן געלט אויף א גראדע וועג.
בקיצור ער האט וואס צו פארקויפן

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » פרייטאג יולי 25, 2014 9:05 am

געהערט א סידי פון אים, נישט געגלייבט אז איי וועלט וועט דורך לאזן א אדווערטייזמענט פאר אים.....
זיין ערשטע יסוד איז נישט ליינען קיין אומנוצבארע נייעס, פארברענג נישט קיין צייט, זיי דיך משלים אין דיין פאך....בין זיכער אז ער וועט האקן אויף איי וועלט...

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

http://www.snapahead.com/

תגובהדורך מאגר » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 1:49 pm

בילד

Gedank 138: STOP With The תירוצים

I’m proud and happy to introduce you to Reb Naftuli (Mark) Horowitz. We are personal friends for a few years now and he’s a true inspiration. Mark has recently given a few lectures in Bobov, Belz and other moisdes about finance, sales and other money matters, all with great reception, the audiences loved it.

Mark does not want to speak, and he certainly does not accept payment for his peaking, so this is a rare opportunity… because Mark is raising $70k for a mother of 5 who has Cancer r”l, and needs another (hopefully her final) operation… Listen to this little clip which explains it all.

To my Dear Readers: I personally love Mark’s style, clear head and to-the-point, halachic approved mind-set towards making big money. I have personally been inspired by him a LOT over the years, so I highly highly recommend you join us on this rare event.

Basically: Mark will hold a Sales Training Seminar followed by Q&A.
This Tuesday Night 8/12/14 @ 8:00 pm, for 3 hours.
At the Rose Garden Hall in Williamsburg.

To reserve your seat call now 347-292-7535.
Tickets are $200 – with groups of 3+ $150.
Can pay from Masser money.

You can listen to this lesson on the SnapAhead phoneline at 718-831-7627 x3-138#.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 2:58 pm

לעצט פאראכטן דורך הערליך אום דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:14 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

באקומען אין אימעיל פון מעני האפפמאן

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:10 pm

Hello,

I'm passing along something that you may be interested in. Famed business speaker and New York University professor, Mark (Naftuli) Horowitz, will be delivering a fascinating business motivation lecture at the Rose Garden Hall in Williamsburg on August 12th.

If you are looking to advance your career and want to start thinking bigger, this is an opportunity to expand your horizons - in business and beyond.
Topic: Motivation for Achieving Success in Business - Followed By Q&A Session
Date: 8PM at the Rose Garden Hall in Williamsburg
Price: Individual Rate $200, Group Rate $150
Registration: Email jolnys@gmail.com or call 347-292-7535
Please note that the proceeds of this event will be allocated toward Tzedakah for a young mother who is battling cancer R'L. So prepare a list of your toughest sales questions, bring along a few business associates or friends, and prepare to broaden your business skills with Mark Horowitz.

Best regards,

MH

שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 8:10 pm

האמיר זיך איינגעשריבן, עס קוקט אויס רייכע סחורה

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:46 am

דער הארעוויץ איז גוט! איך האב איצט אויסגעהערט עפעס א קליפ וואס א חבר האט מיר אריינגעשיקט און איך בין נבהל ונשתומם פון אים, א יוד פיל מיט אמונה ובטחון, א מאלטי מיליאנער אן קיין טראפ גאוה כוחי ועוצם ידי, איך שרייב זיך איין בלי נדר צו דעם קורס.

איך וואלט געוואלט וויסן צו ער גייט קאווערן נייע טאפיקס? אדער זיין דרשה איז די זעלבע איבעראל, אבער אליבה דאמת, אפילו די דרשה איז אויפן האר די זעלבע ווי דאס וואס איך האב געהערט, וואלט איך נאך אלץ געצאלט די צוויי מאות פאר זיין צדקה ארג, פשוט אלץ דאנקבארקייט, דער יוד האט מיר געעפענט די אויגן.

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:24 pm

טעגלאש האט געשריבן:דער הארעוויץ איז גוט! איך האב איצט אויסגעהערט עפעס א קליפ וואס א חבר האט מיר אריינגעשיקט


אפשר טיילסט עס מיט מיטן עולם?

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג אוגוסט 10, 2014 3:45 pm

לכאורה רעדט ער פון דעם.
viewtopic.php?p=877560#p877560

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:18 pm

ידיד האט געשריבן:לכאורה רעדט ער פון דעם.
viewtopic.php?p=877560#p877560


שוין אויסגעהערט די אלע דרשות, אבער ער רעדט פון א קליפ.

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:49 pm

מאגר האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:דער הארעוויץ איז גוט! איך האב איצט אויסגעהערט עפעס א קליפ וואס א חבר האט מיר אריינגעשיקט


אפשר טיילסט עס מיט מיטן עולם?

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:54 pm

טעגלאש האט געשריבן: אבער אליבה דאמת, אפילו די דרשה איז אויפן האר די זעלבע ווי דאס וואס איך האב געהערט, וואלט איך נאך אלץ געצאלט די צוויי מאות פאר זיין צדקה ארג, פשוט אלץ דאנקבארקייט, דער יוד האט מיר געעפענט די אויגן.

א שטארקע געדאנק, כ'מיין איך מיין אז איך וועל דארפען גיין פאר די זעלבע סיבה

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:35 pm

דערמאנונג! מארגן איז דער סעמינאר בעזר ה'. . . . . . . . .

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:11 pm

וואו איז געלעגער?? איך מיין לעבן האלט זיך אינמיטן טוישן אויף אייביג.

לצנות אין א זייט, עס איז זייער אינספערירענד.

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:20 am

נא וואס טוט זיך מיט א רעפארט?
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:40 am

יעצט אהיימגעקומען פון עס
אריבער 3 שעה איז נפתלי געשטאנען אין גערעדט צו א געפאקטע זאל מיט ביזנעס אינגעלייט און מסביר געווען ווי אזוי מקען זיך פארבעסערן און גענומען שאלות ותשובות פון די עולם
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 610
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 6:36 am

אויסער עטליכע אנעקדאטן איז די לעקציע געווען אנגעפילט מיט נייע קאנטענט וואס ער האט נאכנישט אויסגעפאקט ביי די פריערדיג-פארשפרייטע דרשות. דער אווענט איז באשטאנען פון א דרשה וואס האט גענומען אומגעפער אנדערהאלבען שעה, ר׳ נפתלי האט ארומגערעדט איבער קאנפידענס אין עסטים, מען האט געקענט זען אז די אין דרשה ליגט מער הכנה ווי די פריערדיגע, עס איז געווען זייער שיין מסודר דבר דבר על אופניו.

דערנאך איז געווען א קורצע פינף מינוטיגע הפסקה וואס האט נאכגעפאלגט מיט נאך א אנדערהאלבן שעה שו״ת, דא האט דער עולם געשטעלט מער ספעציפישע פראגן איבער סעילס טעקניקס וכדו׳.

לויט ווי די ארגענעזירער האבן געזאגט וועט נישט זיין קיין רעקארדירונג אין האבן געבעטן די פארזאמעלטע נישט צו רעקארדירן.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

פרישע סמינר תשע"ו

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג נובעמבער 03, 2015 11:43 am

א פרישע סעמינאר וועט פארקומען אין די קומעדיגע וואכן דורך נפתלי הארעוויץ אינאיינעם מיט הרב ר' דניאל כץ שליט"א
ס'דא אן אינטערוויו אויף קולמע מיט נפתלי
ווער עס האט מער פרטים זאל ביטע ברענגן

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 5:01 pm

נפתלי (מארק) האראוויץ ארעינדזשט א גרויסע ביזנעס סעמינאר קומענדיגע זונטאג, פאר מער אינפארמאציע זעט די וועבסייט http://theelevationseminar.com/#the-ele ... ss-seminar
איר קענט הערן א אינטערוויא מיט נפתלי האראוויץ אויף קול מבשר  3-4-0-74 212-444-1100. עס קאסט 250 דאלער איינטריט (די געלט איז פאר צדקה) איר קענט נוצן קאוד YYK פאר א 100 דאלער דיסקאונט.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 5:15 pm

צוגעלייגטע
CS4_y3WWoAAzbjm.jpg

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 5:40 pm

וועט דאס זיין אויף די אידישע שפראך אדער די ענגלישע??

עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

תגובהדורך עם הנבחר » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 6:44 pm

English

yakovb
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:47 pm

אינטערוויו מיט ר' נפתלי הוראוויץ נ"י אויף קול מבשר

תגובהדורך yakovb » מיטוואך נובעמבער 04, 2015 10:29 pm

עס איז דא א אינטערוויו מיט ר' נפתלי הוראוויץ נ"י אויף קול מבשר נומבער 0-4-3 פון די מעין מעניו און דערנאך #74 עס נעמט בערך 1/2- 1 שעה, עס איז זייער איטערעסאנט.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2015 8:18 am

ער איז גוטע נייעס! כ'האב חשק צו גיין. ווייסט איינער אויב דארט גייט זיין פרויען אויך? אויב יא, וויאזוי גייען די זיצן זיין, איז דאס אויסגעשטעלט לכתחילה פאר א חסידישע אינגערמאן אהינצוגיין?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Tevye און 6 געסט