לכתחילה, פארוואס שטערט עס דיך?

עקסקלוסיוו: ארטיקלען און אנאליזן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

לכתחילה, פארוואס שטערט עס דיך?

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:34 pm

אפגעטיילט פון דא

הרחב פיך האט געשריבן:שלום עליכם צו מיינע טייערע פריינד (און פארקערטע) פה אייוועלט הע"י

......

אחרון אחרון חביב,
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'האב נישט געליינט די ארטיקל, און פארשטייט זיך נישט קאמענטירט.

אבער פארדעם אליינס וואס יעדעס מאל איינער ברענגט אן ארטיקל ווערט א "ק"ש V אייועלט" פארמעסט, אלע "מייז און לייז" קומען ארויס פון די לעכער, פארדעם אליין טאר מען גארנישט ברענגען פון דארט אהער! (אפגעזעהן פון די אנדערע טעמים.)

עס פארגרוילט דאס לעבן!!

לכתחילה, דו ביסט דאך א קלוגער איד א ידען נפלא, ס'א געשמאק צו ליינען דיינע ארטיקלען אויף כל מילי דעלמא, פארוואס ווערסטו אזוי דערשראקן יעדע מאל וואס דו זעהסט די צוויי אותיות קש, און דו ווערסט אזוי צעווילדעוועט ווען איינער שרייבט עפעס דערוועגן, עס פאסט גארנישט פאר דיר, וואס איז מיטן מקבל את האמת ממי שאמרו, איגנאריר די לייז און די מייז, און עס אויף דעם גוטן חלק. (לול פאר יוסל שרייבער מיטן עצה פונעם בילד פון ר' ישעי'לע, האסט מיר אויפגעפלאצט, ווי אזוי זאגט מען נאר דאהי? נאדיר א גרינע...)

די גמרא זאגט אז ר' מאיר רמון מצא, תוכו אכל וקליפתו זרק, א קלוגער איד קען אראפנעמען די פאר שטיקלעך שאלאכץ, און זיך פאסמאקעווען מיט די איבריגע גוטע חלקים. דאס זעלבע איז פאר די אלע אנדערע אידן דא, מען האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם מעגליכן שטיקל שאלאכץ פון ספק בגדי שבת, אפגע'פסק'ענט אז דאס איז גיפט, און דער גאנצער תוכנ'דיגער ארטיקל וואס פלאגט אונז אליין און אונזערע ברודער, און זוכט אונז צו העלפן מיט אונזערע אייגענער קינדער (דער מצב ווערט דאך נישט בעסער, נאר פארקערט) איז געווארן עקלהאפטיג און פסול. דאס איז נישט קלוג. און נישט גוטע מדות.

אין תנא דבי אליהו ווערט געברענגט א מעשה אז אליהו הנביא האט געזאגט אויף א נבילה מוסרחת "ווי ווייס זענען אירע ציין", כדי אונז צו לערנען א לימוד אז אפילו אויף א נבילה זאל מען זוכן א גוט ווארט, א גוטן חלק. איז דאך על אחת כמה וכמה אזוי אויף א צווייטן איד, שנראה מעלת חברינו ולא חסרונם! איך פלאג זיך אן אפשרייבן אן ארטיקל מיט בלוט און שווייס, קאפ און מח, נאר כדי אונז אליינס צו העלפן, און וויבאלד עס איז מעגליך אריינגעפאלן א פעלער לויט א טייל דעות, איז אלעס געווארן פסול אן מען שיסט מחאות ווי ראקעטס... איז דאס נארמאל??

........

האסט אדרעסירט צו מיר א פראגע, וועלעך ענטפערן. נישט ווייל כ'האלט איין רגע אז דו און אזעלעכע ווי דו גייען עס אננעמען, אבער אז מען פרעגט, איז נישט שיין צו איגנארירן......

האטס זייער שיין אנגעהויבן מיט א קאמפלימענט, און כ'קען נישט זאגן עס שמעקט מיר נישט! א גוט ווארט וויל יעדער הערן. אבער עס טוט מיר וויי ווי אזוי דו טוסט "אפמעסטען" וואס דו רופסט מיין "חכמה".

לאמיר איין מינוט מאכען א שטיקל הקדמה.

אין די וועלט איז באוויסט די מושג פון "נייע-אנטיסעמעטיזעם".

דאס ווערט גערופן "אנטי-סעמעטיזעם" וואס איז באהאלטן אונטער די שלייער פון "אנטי-זייאוניזעם". ווען איינער וואס איז באמת אן אנטיסעמיט און באמת דאס וואס ער שרייט און העצט קעגן אידן איז ווייל ער האט פיינט א איד, צו צוליב קנאה, צו צוליב זיין גלייבן אז מיר אידן האבן געקרייצט זיין אפגאט. אבער אזוי ווי עס איז נישט "אין סטייל" צו זיין אן אנטיסעמיט, זאגט ער נישט "מיר ברויכען הארגענען אלע אידן, ווייל "די אידן קאנטראלירן די וועלט", נאר "מיר מוזן פטור ווערן פון די .... "ציונים".. ווייל די ציונים פירן די וועלט"!

אן אריינגיין אין די אמת פון די קאנצעפט פון "נייע אנטיסעמעטיזעם", צו איז עס א ריכטיגע קאנצעפט צו נישט, און ווי אזוי מיר אידן דארפן "אויפנעמען" אזא איינעם, דאס איז נישט דא דאס פלאץ.

דערנאך איז דא א ווארט אין די אמעריקאנער קולטור: "בלענק" איז דע נו "בלעק"!

למשל אזוי ווי מען לעבט היינט לענגער, און מען האט אפגעשטיפט די ריטייערמענט יארן, זאגט מען: "60 איז דע נו 50"! (60 איז די נייע 50). פשט איז, וואס איז אמאל געווען א "עלטערער" איז היינט א "מידל עידזש". נאך א משל, אין קליידונג איז אלס אנגענומען "שווארץ" אלס די "נארמאל". און ווען מען וויל ארויסברענגען אז עס איז דא א נייע סטייל, זאגט מען "בלענק" איז דע נו "בלעק". אזוי ווייט גייט די משוגעת, אז איינער אין א געגענט האט באשלאסן אז "אראנדזש" איז דע נו "בלעק" און האט אנגעהויבן צו מאכן פאפולער קליידער מיט די קאלירן פון תפיסה! און דער ווארדען האט נישט געהאט קיין ברירה, נאר צו טוישען די קאליר פון די קליידער מיט וואס די ארעסטאנטען גייען אנגעטאן!

צו וואס ווילעך צוקומען...

אלע יארן זייט די וועלט באשאף, איז געווען אין די וועלט פארשידענע גלויבונגען, ביז אברהם אבינו האט מכיר געווען את בוראו, און פארשפרייט די אמת'ע אמונה אויף דער וועלט. דורך די יארן, זענען זיינע קינדער אויסגעקליבן געווארן צו זיין די "פאלק פון הקב"ה", מען האט אונז געגעבן די תורה. פון די יארן פון קבלת התורה ביז היינט, איז כלל ישראל אויסגעשטאנען גרויסע צרות מבחוץ. מען האט פון אונז געריסן לעבעדיגע שטיקער! אמאל ווייניגער און אמאל מער. און גלויבט השי"ת אז אין אמעריקע איז רעלאטיוו גוט פאר אידן ב"ה, זאל דער אויבערשטער ווייטער העלפן ביזן גאולה במהרה.

פון די צווייטע זייט האבן אידן אלס געליטן פון נאך א צרה. די צרה מבפנים. ליידער ליידער, צו ווייל געוויסע האבן געזוכט א ענטפער אויף צו פטור ווערן פון די צרות פון די גוים, צו פשוט די יצר הרע האט באוויזען די "שיינקייט און גלאנץ" פון די דרויסענדיגע גאס, און געמאכט געוויסע שפירן אז זיי פארפאסן, צו נאך פשוטער, "תאוה און חמדה" האבן זיך ביי געוויסע פארשטארקט, איז אלס געווען ביי אידן, וואס האבן אנגעהויבן גליטשען.

אנדערע האבן "ארויס" געגליטשט אינגאנצן, אנדערע נאר טיילווייז, און אנדערע גאר זענען געבליבן, און פראבירט "אראפצוברענגען" דאס גאנצע פאלק, צו זייערע שטאפלן.

די לעצטע סארט זענען וואס מען האט אין די יארן פארן קריג גערופן "משכילים". זיי האבן באשלאסן - צוליב איינע פון די פריערדערמאנטע טעמים - אז עס איז צייט צו ריפארמירן אידישקייט! מיר ליידן פון די גוים, און מיר מוזן זיך צושטעלן צו זיי, אזוי וועט דאס ליידן גרינגער ווערן - אבער דאס זענען שוין געווען די "גוטע" - געוויסע ביי זיי, האבן זיך מיט אן אמת איינגערעדט אז זיי גייען העלפן מיט דעם כלל ישראל. (ארויס געשטעלט האט זיך פארשטייט זיך פונקט פארקערט, ווי מען מען האט זיך צוגעשטעלט, אלס מער איז די שנאה געוואקסן ואכמ"ל.)

אבער דערנאך זענען געווען די נידעריגערע! זיי האבן פשוט געוואלט אפטאן אלעס וואס די תורה פארבאט, - פשוט אלס "וישמע משה את העם בוכה למשפחותיו", אדער ענדליכס - און באשלאסן צו ענדיגען די "איינגעצוימקייט" פון וואס די תורה ברענגט.

און אין יענע צייט איז עס געווען א "שטאלצע" באוועגונג! די משכילים האבן פאמפעגאנדירט זייערע אנשויאונגען און געדאנקען, און געשלעפט דאס יוגענט ביי די טויזענטער.

יעצט קומער צו צו היינט.

עס איז ליידער היינט אויך דא אסאך וואס גליטשען נעבען אינגאנצען ארויס, היינט איז עס נישט צוליב מורא פון די גוים, נאר ליידער בעיקר פשוט צוליבן "ככל הגוים בית ישראל" זיי ווילען ליידער נישט לעבן אין די "צוימונגען" פון די תורה, און זענען בועט. זיי וועלן האבן אלע ערליי תירוצים, אבער אונטער אלעס איז די איין גרויסע תירוץ, "עבדא בהפקירא ניחא ליה". (כ'פארשטיי דא וועט ווערן ביי געוויסע א ווילן צו דעבאטירן די פונקט, אבער דא איז נישט די פלאץ.)

און אזוי ווייטער, איז היינט אויך דא אזעלעכע וואס ווילן "נישט ח"ו" אויסרייסן די תורה, נאר פשוט "אביסעלע" רעפארמירן, ווי אזוי עס איז די "דאגמע" וואס מען האט ביי אידן געלערענט.

אבער אזוי ווי "השכלה" איז "אויט אוו סטייל" - טיילווייז צוליב די קאנסעקווענצען וואס עס האט אין די פארגאנגענהייט געברענגט - איז עס היינט פארשטעקט אין באהאלטענע פארמעס!

עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "די סיסטעם טויג נישט"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "זיי נישט אזוי נאיוו"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "מאך זיך נישט נאריש מיט די "אלטע זאכן"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "מיינסט אוודאי אינדערהיים איז בעסער געווען, הא?"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "זיי נישט פון די רעבעזיכרוינעלעבראכע אידן"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "פארוואס מעג איך נישט פרעגן?"!
עס הייסט שוין נישט "השכלה" עס הייסט היינט "היינט איז א אפענע וועלט, די אלע אמאליגע "שקרים" ארבייט שוין נישט"!

און אזוי קען איך גיין און גיין, אפשרייבן אז די סערווערס דא זאלן קראכען, א ליסטע מיט "נייע" קאוד ווערטער, פון די "אפגרעידעד" השכלה.

"אויפגעקלערטקייט" איז דע נוא "השכלה"!
"אנטי-סיסטעם" איז דע נוא "אנטי-תורה"!!

די אינטערנעט, האט זייער זייער שטארק ארויסגעהאלפן צו די "מערכה"! די "ארויסקריכען" פונעם צוקוועטשטע "צמצום און איינגעצויגענקייט" די "שמאלקייט" וכו'.

און ליידער ליידער, איז די "קש" אין די פראנט אין די מערכה! עס שטעלט זיך נישט אינגאנצען ארויס מיטן גאנצען עק - ווי אסאך אנדערע זייטלן - "דערווייל", אבער ארבייט אויף קעסל און כלים, צו ווייטער טראגן די "וויכטיגע ארבייט" פון "נידער מיט די שמאלקייט"!

לאמיר איין רגע אנרירן מיט וואס דו האסט אנגעהויבן. יא עס איז אמת אז כ'בין באקאנט אין וועלטליכע זאכן אין וויסענשאפט, יא עס איז אמת אז מיין קאפ איז נישט "פארמאכט", אבער:

אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס מיין מאמע האט מיר געלערענט אין וויג!
אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם "שמע בני מוסר אביך ואל תיטוש תורת אמך"!
אלעס וואס איך ווייס און פארשטייי, איז בטל ומבטל - ניטאמאל כעפרא דארעא - צו דעם וואס אונזערע חז"ל רבי'ס און צדיקים האבן אונז געלערענט!
אלע ווערטער און לערעס פון נוטן און איינשטיין צוזאמען, זענען נישט ווערט די טינט מיט וואס זיי זענען געשריבן, קעגן להבדיל אלף אלפי הבדלות איין תג פון איין אות פון די הייליגע תורה!
די גאנצע וועלט וויסענשאפט, איז נישט ווערט די שמוץ אונטער די נעגל, קעגן וואס איז ביי אונז הייליג און טייער!

אלזא, ווען איך הער די ווארט "קש" - יא די ווארט אליין - קומט מיר ארויף די בלוט אין קאפ! ווייל איך בין - וואס מען רופט היינט - א "פאטריאט" פאר ארגינעלע אידישקייט! און די באשעפעניש "קש", איז וואס שלאגט זיך דערמיט, און במילא איז עס מיין שונא! איך האב עס פיינט, ווייל עס האט פיינט דאס וואס איך האב ליב!

ווען מען שטייט אין קריג, קען מען נישט קומען מיט א טענה, "קבל את האמת" פון די שונא! אין קריג איז די שונא דאס וואס דארף ווערן אומגעברענגט! נישט אז כ'וויל נישט "אננעמען" וואס מיין שונא זאגט, נאר ..... כ'וויל עס אפי' נישט הערן!! און נישט נאר כ'וויל עס נישט הערן, נאר .... כ'וויל אפי' נישט וויסען אז ער האט עס געזאגט!!!

אלזא, ווען איך הער די ווארט "קש" דערמאנט עס מיך נאכאמאל, אז מיין שונא עקסעסטירט! און דאס מאכט מיך אויפגערעגט, און וועגן דעם, איז עס מיר זייער אומוטיג ווען די זאך קומט ארויף אויפן טיש.

כ'האף כ'האב דיר גענטפערט אויף דיין פראגע, און אפי' ביסט נישט מסכים וואס איך זאג, אבער פארשטיי מיין פרעספעקטיוו. אמער עטץ זענטס דאך פאר "טאלעראנס", ביטע טעלארירן מיין ווילן פון בלייבן "צוקוועטשט".

ישר כח.
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:58 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

פאליש'ל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 7:40 pm

תגובהדורך פאליש'ל » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:45 pm

נאדיר א גרינע
איך וויל זיך אנטשולדיגן בעפאר - היות איך בין בטבע א בעל בכי, בוכה איך אפט.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:46 pm

יישר כח לכתחלה אריבער, ס'האט זיך שוין באלד געלוינט דעם אומאנגענעמע גערוך די לעצטע פאר טעג פאר דעי תגובה.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 14778
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:52 pm

מען דארף די אמת'ע ערליכע רייד פון "לכתחילה אריבער" פרעימען אין גאלד און אויפהענגן ביים טויער פון היימישע קרעטשמע.

א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!
איך ווייס אז איך ווייס נישט אלעס - למשל, ווייס איך נישט וועלכע זאך איך ווייס נישט

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4640
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:54 pm

לכתחילה!!!!
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14610
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:54 pm

לכאורה האט געשריבן:מען דארף די אמת'ע ערליכע רייד פון "לכתחילה אריבער" פרעימען אין גאלד און אויפהענגן ביים טויער פון היימישע קרעטשמע.

א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!

גם אני מצטרף

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:55 pm

לכתחילה, אייזן שטארק!

אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע: צווישן די סטרונעס

תגובהדורך איד'ל מיטן פידל » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 3:59 pm

לכאורה האט געשריבן:מען דארף די אמת'ע ערליכע רייד פון "לכתחילה אריבער" פרעימען אין גאלד און אויפהענגן ביים טויער פון היימישע קרעטשמע.

א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!

א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!
א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!
א שטאלץ פאר אונז צו פארמאגן אזא מיטגליד!

ניכרין דברי אמת

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:00 pm

ידיד האט געשריבן:לכתחילה, אייזן שטארק!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:02 pm

לכתחילה, דברים כדרבונות.
הגם כהאב געהאלטן אז די ספיעשיס זענען נישט ווערט קיין אנטווארט.

שכח עניוועי
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7626
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:03 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:יישר כח לכתחלה אריבער, ס'האט זיך שוין באלד געלוינט דעם אומאנגענעמע גערוך די לעצטע פאר טעג פאר דעי תגובה.

יא! ס'האט זיך אלעס געלוינט!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אש קודש
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 24, 2014 2:33 pm

א לייק קנעפל עמערדזשענסי

תגובהדורך אש קודש » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:06 pm

איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער ארויס צו ברענגען שעצונג צו חילי.

פאר דע תגובה און פאר אלעס.
לעצט פאראכטן דורך אש קודש אום דינסטאג אוגוסט 05, 2014 6:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2601
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:10 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:יישר כח לכתחלה אריבער, ס'האט זיך שוין באלד געלוינט דעם אומאנגענעמע גערוך די לעצטע פאר טעג פאר דעי תגובה.


ניין און נאכאמאל ניין!!! ס'האט זיך נישט געלוינט! יעדער וואס האט זיך מטפל געווען מיט די שופכים איז כמי שנכנס לבית בורסקי שריחו נטל עמו. נאר אז ס'שוין געשען דארף מען דאס בליטשן מיט שארפע מאטעריאל און דא איז אונזער ראקסטאר מר. אריבער אריינגעקומען מיט זיין גאנצע ארסענאל.

כה לחי!!
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:12 pm

שוין, האב איך שוין געהערט א תשעה באב דרשה אויכעט.
געווענליך הערט מען פון ציונות השכלה וכו, דא האב איך שוין אלעס אריינגעכאפט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

Zik
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 19, 2014 6:02 pm

תגובהדורך Zik » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:13 pm

כה לחי אזוי ארויס צוברענגען דעם דע מה שתששיב...
ישר כח לכתחילה!

שעבאשנוט
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:26 pm

לכתחילה, יפה דברת, גוט געזאגט, ירבו כמותך

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:27 pm

יישר כח לכתחילה פאר די ווארעמע ווערטער נכנסין אל הלב בוער כאש

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:27 pm

א דאנק פאר לכתחלה אריבער פאר די געוואלדיגע תגובה, מען דארף זיך שרעקליך מתרחק זיין פון די אפיקורסים און משכילים אויף קש. וואס ליידער פלעג איך אמאל דארטן קוקן און ליינען.
איך בין זיך מתוודה פריערד איז דא געווען א שגצ'דיגע תגובה פון איינעם פון די קש לייט וואס דער מנהל האט ברוך השם שנעל פארמעקט. אויך געווען אויפ'ן נוסח פון די משכילים. ס'טוט מיר נאר וויי אז איך האב אפילו פאר א סעקונדע געשפירט סימפאטיע און נישט גלייך מוחה געווען אויף אזעלכע דברי בלע, איך בין זיך מודה ומתודה און איך טוה תשובה.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:30 pm

אנביליוועיבל גוט, שכוח הרב לכתחלה אריבער, מיינסט אז מיר אלע דארפן נישט דעם חיזוק, קלאר אז יא, זכות הרבים תלוי בך, כמים קרים על נפש עייפה. א פערזענליכן שכוח פון מיר.

עפל-בוים
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 17, 2014 11:38 pm

תגובהדורך עפל-בוים » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:54 pm

געוואלטיג!! יישר כח לכתחילה.

ציפקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 4:58 pm

ראו מה בין מיללער לכתחילה, נעבעך אויסגעגאסן זיין גאנצע הונגער שלא במקומו.
הארך אויס, כוואלט אויך זייער שטארק געקענט באשטיין אז ק'ש זאל באשטיין פון וויסטע משכילים וואס ווילן יעדן אראפשלעפן פון וועג. סאיז אבער פשוט נישט אזוי. דיינע ווערטער שטימען נישט מיטן רעאליטעט.
קאווע שטיבל באשטייט אין פאקט פון זעלבן שניט מענטשן ווי אייוועלט, היימישע יונגעלייט, און סאיז זינלאז און פארפירעריש צו זאגן אז דארט זענען די משכילים, דארט זיצט דיין ברודער שוואגער און שכן און סטאפ מיט די טפשות און שקר פון משכילים ווערסוס די שומרי משמרתו של תורה.
דו מיט דיין פול טיים קאריערע אויף דער אינטערנעט איז נישט ר' הילל קאלאמייער און זיי זענען נישט הירץ וויזל.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 5:01 pm

איז אפשר זענט איר מיך מסביר פארוואס ווען קש האט זיך געפענט און איך האב געליינט דארט האב איך געפילט אז עס שאדט מיך מער ווי אסאך
אנדערע וועבסייטס וואס זענען אפיציעל שלעכט?

איך האב טאקע שנעל אפגעטראגען פין דארט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25847
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 5:06 pm

איך ליין נישט קאווע שטיבל, און איך האב נישט געליינט די פרנסה ארטיקל אלס א פראדוקט פון השכלה אדער פון "אנטי-סיסטעם".

לכתחלה שרייט מנהמת לבו אקעגן קאווע שטיבל, ס'קען זיין ער איז כשר גערעכט, אבער אין דעם אשכול האט דאס נישט קיין פשט.

דאס איז מיין נער'ישע אפיניאן

אוועטאר
אייער_קיכל
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:37 pm

תגובהדורך אייער_קיכל » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 5:10 pm

ציפקע האט געשריבן:ראו מה בין מיללער לכתחילה, נעבעך אויסגעגאסן זיין גאנצע הונגער שלא במקומו.
הארך אויס, כוואלט אויך זייער שטארק געקענט באשטיין אז ק'ש זאל באשטיין פון וויסטע משכילים וואס ווילן יעדן אראפשלעפן פון וועג. סאיז אבער פשוט נישט אזוי. דיינע ווערטער שטימען נישט מיטן רעאליטעט.
קאווע שטיבל באשטייט אין פאקט פון זעלבן שניט מענטשן ווי אייוועלט, היימישע יונגעלייט, און סאיז זינלאז און פארפירעריש צו זאגן אז דארט זענען די משכילים, דארט זיצט דיין ברודער שוואגער און שכן און סטאפ מיט די טפשות און שקר פון משכילים ווערסוס די שומרי משמרתו של תורה.
דו מיט דיין פול טיים קאריערע אויף דער אינטערנעט איז נישט ר' הילל קאלאמייער און זיי זענען נישט הירץ וויזל.


פילייכט ביי אייך פאסט מען נישט היינט אז איר קענט זיך ערלויבן שרייבן אין אזא געלאסענע טאן אויף א זאטער מאגן שלא בזמנו

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג אוגוסט 05, 2014 5:18 pm

ציפקע האט געשריבן:ראו מה בין מיללער לכתחילה, נעבעך אויסגעגאסן זיין גאנצע הונגער שלא במקומו.
הארך אויס, כוואלט אויך זייער שטארק געקענט באשטיין אז ק'ש זאל באשטיין פון וויסטע משכילים וואס ווילן יעדן אראפשלעפן פון וועג. סאיז אבער פשוט נישט אזוי. דיינע ווערטער שטימען נישט מיטן רעאליטעט.
קאווע שטיבל באשטייט אין פאקט פון זעלבן שניט מענטשן ווי אייוועלט, היימישע יונגעלייט, און סאיז זינלאז און פארפירעריש צו זאגן אז דארט זענען די משכילים, דארט זיצט דיין ברודער שוואגער און שכן און סטאפ מיט די טפשות און שקר פון משכילים ווערסוס די שומרי משמרתו של תורה.
דו מיט דיין פול טיים קאריערע אויף דער אינטערנעט איז נישט ר' הילל קאלאמייער און זיי זענען נישט הירץ וויזל.

הרב ציפקע, ביזט נישט גערעכט, אזוי ווי דער אנדערע מגיב זאגט, איך האב אויך געשפירט ווי דאס נעמט מיך אריינשלעפן אין שאול תחתית. איך זאג נישט אז יעדער וואס שרייבט דארטן איז א משכיל, אבער דאס אליינס אז מען טאלערירט דארטן אפיקורסות און דאס חוזק מאכן פון כל הקודש לנו און דאס גאנצע גיפט וואס גיסט זיך דארטן צווישן די שורות, איז שוין גענוג. עס איז ליידער א געפערליכער אבן נגף פאר כלל ישראל. איך האב שוין צוויי-דריי מאל געהאט די זעלבע זאך, נאך אין די אמאליגע צייטן, כ'האב זיך פארטרויט פאר חברים אז איך ליין קש, די חברים מיינע, דייקא נישט קיין ספעציעל פרומע, האבן אויף מיר געעפענט מויל און אויערן, נינטאמאל געקענט פארשטיין ווי איך גיי דארטן, עס איז באקאנט אלס א סייט פון כפירה און השכלה און בארדער-ליין כיעור.
דזשאסט אינטערסאנט, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט פון קש, איך בין אנגעקומען דערצו דורך עפעס א מגולח אן אפגעפארענער, דאס אליינס, ווי שטארק ער האט ליב דעם סייט, ווי ער האט מיר געזאגט, איז א צייכן וואס דאס איז, לא לחנם הלך הזרזיר אצל העורב. מיין נישט אז הערץ וויזל און די אנדערע אפיקורסים האבן עפעס אויסגעקוקט ווי גוים גמורים, זיי זענען געווען אידן מיט בערד און פאות און די פולע טראגע, אזוי מיין איך
געדענק די גמרא היכי דמי אפיקורס כגון דער וואס זאגט מי אהני לן רבנן, און דאס האט דער סייט במדה גדושה מאד מאד. דאס לעצטע מאל וואס כ'האב דארטן געבליקט (א לאנגע לאנגע צייט צוריק) איז געווען א ווילדע העצעריי קעגן דעם צניעות אסיפה לנשים אין בארא פארק, געשריבן מיט אזויפיל האס, מיט אזויפיל בזיון תלמידי חכמים, מיט אזויפיל ליצנות און שנאה צו ערליכקייט און מיט אזויפיל כיעור, אפילו די פאר שורות וואס כ'האב געליינט האב איך געשפירט ווי עס שלעפט מיך אראפ.
געדענק, שאני מינות דמשכי, און ליצנות אחת דוחה מאה תכחות


צוריק צו “היימישע דזשורנאל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט