רבי שלמה זלמן הורוויץ זצ"ל אב"ד פאטיק - קריג איבערלעבענישן

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

רבי שלמה זלמן הורוויץ זצ"ל אב"ד פאטיק - קריג איבערלעבענישן

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 24, 2014 3:35 pm

מיט א צייט צוריק איז געווען א באשרייבונג אין "די צייטונג - די אידישע צייט" דורך י.ש. דרעזנער, איבער געפונענע ארכיוון פון א רעפארטער נאכן קריג מיט נאמען דוד בראדער וואס איז ארומגעגאנגען אין די די-פי קעמפס און אינטערוויוט איבערלעבער.

דרעזנער האט בשעתו מעתיק געווען גאר אן אינטערעסאנטער שמועס צווישן בראדער און הרב ר' שלמה זלמן הורוויץ זצ"ל וועלכער איז געווען רב אינעם גאליציאנער שטעטל פאטיק, און שפעטער האט ער געוואונט דאהי אין ברוקלין. היינט האט ידידינו ר' הירשל ציג דערווישט דעם אריגינעלן רעקארדירונג מיטן פאטיקער רב, זעהט דא:
http://theantitzemach.blogspot.com/2014 ... st_22.html

-

אין אנדערן אשכול האט הרב זיידעניו מעתיק געווען וואס דער פאטיקער רב האט דערציילט ביי א געלגענהייט במחיצת דעם סקולענער רבי'ן זצ"ל:
זיידעניו האט געשריבן:רבי שלמה זלמן הורוויץ אב"ד פאטיק, האט דערציילט, ווען ער איז ביי די מלחמה יארן אנטלאפן פון די דייטשן ימש"ו, האט ער זיך אויפגעהאלטן ביים סקולענער רבי זצ"ל.
אין א דאנערשטאג נאכט איז די רעביצין אריין צו אים, און זי האט זיך פאר אים אפגערעדט, אז זי האט נישט קיין איין פרוטה צו מאכן שבת? און אין איר הויז, האבן זיך דעמאלט אויפגעהאלטן אסאך פליטים, קינדער און ערוואקסענע, און דער רבי זיצט זיך רוהיג ביי זיין צימער און לערנט און דאווענט, ווי גארנישט וואלט אים געהארט! צוליעב דעם, בעט זי, פון דעם פאטיקער רב, ער זאל אריין גיין צום רבי'ן, און ער זאל אים מעורר זיין אז מען דארף עפעס טוהן צו שאפן געלד אויף שבת!
דער פאטיקער רב איז אריין צום רבי'ן, און ער האט פאר'ן רבי'ן פארגעלייגט די טענות פון די רעביצין, פון ווי זאל זי נעמען צו מאכן שבת ?
דער רבי האט אים געזאגט מיט א שמייכל, זארגט זיך נישט, אין דעם זכות פון די קינדער יתומים, וואס זיי זענען ביי מיר, וועט דא גארנישט פעלן, ווייל די גמרא זאגט "תינוק וככר בידו", יעדעס קינד ווערט געבוירן, און ס'איז דא פאר אים ברויט, און דער טאטע פון די יתומים וואס דאס איז דער אויבערשטער, וועט זיכער נישט לאזן די קינדער הונגערן. און אין זייער זכות, וועלן אונז אויך האבן צו עסן. איז פארוואס דארף מען זיך זארגן? איצטער איז דאך נאר ליל שישי, און עס איז נאך דא צייט ביז שבת, מען דארף זעהן צו אריינטראכטן, און אנגרייטן א נייעם ניגון אויף "ישמחו במלכותך", לכבוד שבת.
דער פאטיקער רב, דערציילט, ווען איך האב געזען, ווי דער רבי רעדט מיט אזא גרויסן בטחון, האב איך אים מער נישט דערקוטשעט, איך האב נאר געווארט צו זעהן פון ווי וועט דער ישועה קומען!
פרייטיג פארטאג'ס, איז א איד געקומען צום רבי'ן, און האט אים געברענגט א גרויסן סכום געלד, ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן, אזוי ווי, ער וויל זיך אריבער שווערצן די גרעניץ פון רומעניא, און ווי ער הערט, האבן זיי לעצטנס געכאפט די וואס האבן זיך אריבער געשווערצט דעם גרעניץ, און זיי האבן פון יענעם אוועק גענומען אלעס וואס מען האט ביי אים געפונען, דעריבער האט ער מחליט געווען, זיך נישט אריבער שווערצן, מיט געלד און די הענט, ער האט געזאגט פאר'ן רבי'ן, "ס'איז מיר ענדערשט אז מיין געלד, זאל בלייבן ביים רבי'ן, ווי עס זאל חלילה אריינפאלן אין די הענט פון די קאמוניסטן" - נאר איין זאך בעט איך פונעם רבי'ן, ווען דער רבי וועט זיין אינדרויסן פון די קאמוניסטן, זאל ער דאס געלד מיר צוריק געבן.
דער רבי האט מסכים געווען צום געשעפט, ער. האט איבער גענומען דאס געלד פונעם איד, און ער האט געזאגט מיט א שמייכל צום פאטיקער רב, "איר זעהט, אז אין זכות פון די יתומים, וועלן מיר האבן צו מאכן שבת".


-

ווען איז דער פאטיקער רב אוועק, וואו ליגט ער און וואס איז געווען זיין יחוס למעב"ק?

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » דאנארשטאג יולי 24, 2014 3:47 pm

"דערווישט," לול

שכוח.
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג יולי 24, 2014 4:03 pm

בנו


ר׳ שמואל הורוויץ משב״ק באבוב

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » דאנארשטאג יולי 24, 2014 4:43 pm

איך וויס נישט אויב עס באלאנגט טאקע דא:
אין יזכור בוך פון שטאט "בייטש" אין גאליציע איז דא אפאר ווערטער געשריבן פון רבי יששכר דוב היילפרין דער רב פון בייטש.
ער איז ניצל געווארן פון די קריג, און שפעטער האט ער זיך אריבער געצויגן וואוינען אין אמעריקע.
דא איז פארהאן עטוואס וועגן אים
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 93#p228093

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג יולי 24, 2014 4:51 pm

שיינע סיפור. מען פארציילט ענליך אויף עטליכע צדיקים און די מענטשען האבען עס אנגעקוקט ווי א הבטחה אז זיי גייען איבערלעבען ווייל אז דער רבי איז 'שולדיג' וועט דער לווה/נותן זיכער איבערלעבען כדי צוריקצובאקומען.

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » פרייטאג יולי 25, 2014 3:14 am

ייש"כ הירשל, הערליך שיין דאס רעקארדירונג, כאטש וואס טרויעריג. הי"ד.

געדענקן מיר דעם פאטיקער רב ז"ל.
ס'ווערט יעצט 20 יאר פון זיין פטירה כ"ג אלול תשנ"ד.
קוקט דא
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 076_35.pdf

נאך בשייכות פון פאטיקער רב מיטן סקולענער רבי זצ"ל. פון דא
בשנת תש"ו, השתלטו הקומוניסטים גם על רומניה. מפעם לפעם הוזהר הרה"ק [מסקולען] כי פעולותיו הם נגד רוחם, אך כאב רחום לא שת ליבו לשום דבר והתמסר, יחד עם מחברתו הרבנית הצדקת ע"ה, לחינוך וגידול "ילדיהם".
סיפר הגה"צ ר' שלמה זלמן הורוויץ זצ"ל אבד"ק פאטיק, שבאותה תקופה ניגש אליו הרה"ק ביום אחד, ואמר לו, שהיות שהוא מצאצאי הבעשטה"ק זיע"א, מבקשו להעתיר עליו היום רחמים מרובים. כאשר ראה הרב שהרה"ק עומד מולו בריא ושלם, תמה על דבריו. הסביר לו הרה"ק, שהיות שהיום תפסו משפחה יהודית אחת שביקשו להבריח את הגבול, ופשוט שח"ו יהא דינם למיתה, ובעבר כאשר אירעו מקרים כאלה הלך להשתדל עבורם אצל שר הצבא המקומי, ונשא חן בעיניו ובכל עת מילא בקשתו, אבל בפעם האחרונה אמר לו: אילולא ידעתי שאתה קומוניסט (כך היו הגויים מכנים אותו, כי ידעו שהוא חי בדחקות ומחלק את כל אשר לו) טוב וישר, כבר מזמן הייתי הורגך, אבל כעת אזהירך שלא תבוא לפני יותר, ובאם תבוא עוד פעם להתחנן על אחיך הפושעים וכדומה, ירה אירה בך בלי שום אמתלא. ולכן, היות שכעת נתפסה מחדש משפחה בענין זה, והוא חושש לגורלם והולך כעת להתחנן בעדם אצל הגנרל, ע"כ בקשתו שיואיל לעורר רחמים עבורו לבל יאונה לו כל רעה.
כששמע הרב את הדברים, רצה להניא את הרה"ק מללכת, ואמר לו: מי התיר לרבי לעמוד על נפשו ולהכניס עצמו בסכנת נפשות? הלא "וחי בהם" כתיב, ומאי חזית וכו'? השיב לו הרה"ק, הלא המשפחה הנתפסת הם בחזקת סכנה ודאית, ואני רק בספק סכנה, כי אולי אשא חן לפניו, וע"כ עלי ללכת. חיל ורעדה אחזו את הרב מפאטיק בשומעו זאת, ולא היה יכול לענות לו דבר. אבל מרוב דאגתו לגורל הרה"ק, התפלל כל אותו יום בבכיות עצומות להשי"ת שיצליח את דרך הרבי. לפנות ערב פגש את הרה"ק בא מהגנרל שמח וטוב לב. כאשר שאלו מה נעשה בדינך, השיב לו בשמחה עצומה: כאשר באתי, דחף אותי מעל כל המדרגות, אבל ב"ה את בקשתי מילא סוף כל סוף... והוסיף הרב מפאטיק בספרו את המעשה, שדברים כאלה אירעו אצל הרה"ק יום יום!

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » פרייטאג יולי 25, 2014 3:48 am

געטראפן א הערליכע באשרייבונג אויפן פאטיקער רב מיט בילדער און אלעס ארום, תהנו.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=177

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » פרייטאג יולי 25, 2014 4:10 am

ער דערמאנט דארט בין השיחים איבער א ר' דוד בראדער א מאנזאן-ריזין אייניקל וואס איז געווען צוזאמען מיט אים ביים הוסיאטינער רבי.
דער דוד בראדער פון אינטערוויוא קומט דא ערגעץ אריין ?

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » מיטוואך פאברואר 03, 2016 6:06 am

איז ער אן אייניקעל בא"ב פון בעשטה"ק זי"ע ?

זע וואס כ'האב דארט געשריבן - viewtopic.php?p=1178188#p1178188

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך פאברואר 03, 2016 1:09 pm

הלוויתו ב"המאור"

קיקיון האט געשריבן:
נושא: וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען? ..........סקולענער רבי זי"ע געדענק איך די שמחה ווען ער איז אנגעקימען, (מיין מלמד איז געווען ר שמוא האראוויץ שפעטער משב"ק וואס ער ואביו הרב ר׳ שלמה זלמן האראוויץ. אב״ד דק״ק פאטיק זענען געווען מקושר צי סקולענער רבי זי"ע נאך אין רומעניע)..............

ר' שמוא' זז"ג האט אינז דאמאלט דערציילט ווער דאס איז אויב געדענק איך גוט אויך אויסגעלערנט סקולענער ניגונים

הרב יוסף טובי' בן ר' שמוא' פריווט אויפלעבען לוטאוויסקער בה"ם ווי דער זיידע איז געווען רב דא זענען די זמנים פון 2 יאר צוריק
262 Delancey St NYC

קאוד: וועל אויס אלע

One young rabbi, Yosef Tovia Horowitz, has returned directly to the synagogue that his grandfather used to lead. Several years ago, the president of the Lutowisker Synagogue asked Rabbi Horowitz, then living in Borough Park, Brooklyn, to help with services. In 1996 he agreed to head the congregation, which had only about nine active members. Ten are needed for proper prayer.
Having trained only as a scholar, Rabbi Horowitz, 38, said he was at a loss. He moved to the cooperative, finding two apartments sharing a wall that could be knocked out to accommodate his 11 children. The shul has grown to nearly 50 members, with about 20 children. There are daily services, with three on the Sabbath.
When he started, the synagogue needed a new roof and heating system. The upstairs was uninhabitable. ''All beginnings are hard,'' Rabbi Horowitz said. ''In the long run, it will pay.'' 

אשמע
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2009 8:42 am

תגובהדורך אשמע » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:49 pm

איך מיין אז סעקזעסטירט נאך אזא שוהל אין מאנהעטן. פאטיק

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג פאברואר 16, 2016 6:26 pm

אשמע האט געשריבן:איך מיין אז סעקזעסטירט נאך אזא שוהל אין מאנהעטן. פאטיק

זיין אייניקעל'ס ביהמ"ד הייסט כמדומה בני שלמה זלמן ליטאוויסק איז פארהאן א באזונער ביהמ"ד פאטיק לא שמעתי כמדומה מיינסטע מסתמא וואס כ'האב געשריבן,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 22, 2016 1:47 pm

דער פאטיקער רב זצ"ל (לינקס) אינעם האנאוויל די. פי. לאגער אין פראנקרייך וואו ער האט משמש געווען ברבנות נאך די קריג:
http://vishniac.icp.org/65982-rv405201
צוגעלייגטע
Potik.png

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » זונטאג יולי 14, 2019 1:11 pm

וואס איז די יחוס למעב"ק פון דעם רבי שלמה זלמן הורוויץ?
זה הקטן גדול יהי'

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג יולי 15, 2019 6:54 pm

יודל קליין האט געשריבן:וואס איז די יחוס למעב"ק פון דעם רבי שלמה זלמן הורוויץ?

viewtopic.php?p=1854785#p1854785

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג יולי 18, 2019 10:31 am

ספרו בית אהרן על התורה
צוגעלייגטע
ספר בית אהרן שער בלאט.jpg
ספר בית אהרן שער בלאט.jpg (71.13 KiB) געזעהן 399 מאל
הסכמת רבי משה פיינשטיין.jpg
הסכמת רבי משה פיינשטיין.jpg (132.48 KiB) געזעהן 399 מאל
מכתב מהרבי אליעזר זוסיא מסקולען.jpg
מכתב מהרבי אליעזר זוסיא מסקולען.jpg (144.44 KiB) געזעהן 399 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט