מחותן האט געשריבן:ער איז געווען ביי מיר און ער האט עס פאראכטען.. פאר מער דיטעליס דארפסטע פרעגן קנאפער..
און פארוואס מאלאווער האט עס נישט אויפגעכאפט ווייס איך אויך נישט
לפי ידיעתי,(באלד וועט מען הערן וואס קנאפער זאגט)
רוב ספייווער און מאלווער, כאפן כמעט נישט אויף קיין "סערטש היידשעקינג" וואס דאס איז לכאו' געווען דיין פראבלעם
----
אזוי דער פראבלעם מאכט זיך אסאך וועל איך עס אויסברייטערן לפי קט שכלי
ס'איז זייער אסאך מאל ווען מען סערטש אויף אינטערנעט פאר געוויסע סאפטווער, זיי מאכן עס אויסקוקן פאר זייער א לעגעטימע פראגראם, וואו לדוגמא א עמ פי טרי קאנווערטער,
ס'קוקט אויס פראפעשענאל, סאו גייט דער מענטש אין דאולאוט עס, ס'רוב מאל באקומט ער ניטאמאל דאס וואס ער האט געוואלט, נאר זיי היידשעקן זיין בראוזער, אין לייגען אים אריין א אייגענע סויערטש ענדשין
כ'מיין כמעט קיין איין וויירוס פראטעקטער קען זיך נישט מיט דעם אן עצה געבן, ווייל ס'ארבעט נישט וואו מאלווער
וואס מען דארף טוהן איז צוויי זאכן
1)אנאינסטולען די פראגעם וואס מען האט דאולאודעט, זיכער מאכן אז מען ווייסט וואס מען טוט
2)גיין צום בראוזער ביי די סעטינגס אין אראפנעמען די עדד אן וואס זיי לייגען ארויף, אין צוריק מאכן די אלטע סערטש ענדשין וואס מען האט גענוצט
#קנאפער, צוגעטראפן?