קודם די פאלס פון די "אמעריקאנער זייט" קען מען בכלל נישט זעהן סתם ווען מען שטייט אויף די אמעריקאנע זייט. ווייל עס איז דאך אויף די זעלבע זייט. מען קען נאר ארויסגיין אויף יענע "פארטש", און פון דארט "צוריק קוקען".
די "קענעדיען פאלס" - האורס שו - קען מען זעהן פון ביידע זייטן, ווייל עס ליגט "צווישען די גרעניצן".
אלזא האבן די אמעריקאנער געבויט אזעלעכע פלאטפארמעס, גערופן "די קעיוו אוו דע ווינד" (אויב כ'דענק גוט) וואס מען גייט אראפ ממש ביז צו די פואלס, און די וואסער "פאלט אויפן" מענטש ממש! מען שטעלט זיך "אונטער די פאול"! עס איז עפעס מורא'דיג.
אויף גי קענעדישע זייט, איז די נענטסטע וואס מען קומט צו די פאולס איז די "שיף", וואס פארט בכלל נישט נאנט, מען שפירט נאר די "מיסט", אדער די "דזשורני ביהיינד די פאולס" וואס מען שפאצירט אין טונעלן "אין בעק" פון די פאולס, און מען זעהט עס פון די ווייטן. און כאטש מען קען אויך ארויסגיין אויף א פארטש, איז עס ווייט נישט דאס ווי די אמערקאנער זייט.
עכ"פ זעכער איז די "האורס שו" פאול, גרעסער, אבער אלס אינטערטעמענט פון די פאולס, איז די אמעריקאנער זייט פיל פיל בעסער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש