דבר השמיטה - גליון ראשון

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צו די זאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו די זאך »

איך זע דער עולם כאפט נישט.

וואס מ'רעד דא פון "משכיל'יש", האט מען אינזין געהאט די ליצנ'ישע ווערטער, וואס איז מכלומר'יש נאכגעזאגט געווארן פון האדמו"ר דחסידי סקווער, אז אינזערע עלטערן האבן אויך נישט געהאט אינזערע עבירות, במילא זאל מען זיך נישט זארגן אויף אינזער "נייע" מצוות, דאס איז א ריין משכיל'ישע אויסשפראך, און ווי אזוי איינער האט שוין ערווענט, אז אויב מ'זאל גיין מיט די טענה, קען מען ריקאנסידרן אינזער גאנצע ידישקייט.

איבער די עצם טענה פון קויפן קרקע, דאס איז אן הלכה'דיגע צוזאם געפלאכטן מיט השקפה'דיגע שאלה, אויף וואס מען קען דן זיין.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

ניק ניק האט געשריבן:אז מ'קויפט א קרקע אין אר"י פון איין זייט קען מען טאקע זוכה זיין צו א מצוות עשה דאורייתא (לכמה שי' דרבנן ואכמ"ל) אבער פון די אנדערע זייט דארף מען מאכן זיכער בשבע חקירות ודרישות אז מ'ארבעט טאקע נישט אין די פעלדער און מ'איז דיר נישט מכשיל מיט אזא הארבע איסור


אויב איינער ארבעט אין מיין פעלד בין איך עובר?

שוועמל האט געשריבן:איך האב געהאט אביסל א מחשבה דערביי, נישט געוואלט ארויסשרייבן, אז לאמיר זאגן איך קויף א קרקע און יענער סוף יאר קען זיך נישט איינהאלטן נעבעך... און טוט ח"ו יא עפעס א איסור אפילו א דרבנן, פארוואס זאל איך האבן א חלק דערין, סיז דאך מיין קרקע?
ווער גאראנטירט אז יענער איז טאקע א שומר שביעית כהלכה?
הגם דאס קען מען זיך אויסנעמען אין שטר אז איך בין נאר א שותף לזכות נישט לחובה, ויש לדון בזה.


כ'מיין אז מען מאכט נישט קיין שותפות, מען קויפט א שטיקל קרקע. איך בין דער שומר שביעית נישט יענער

ווער האט די שטר? ביטע ארויפלייגן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

זאגסט א גוטע ראיון, וויבאלד ער איז נישט מיין שליח זאל איך נישט עובר זיין, דארף מען וויסן צו שמיטה איז א חובת גברא צו א חובת חפצא אזוי ווי די איסור פון שביתת כלים בשבת.
אטעטשמענטס
שמיטה.JPG
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

דא שטייט טאקע יא שותפות.
איז דאס די זעלבע ווי https://he.shviit.com/shmita_how_it_works/?
ביי שביתת כלים בשבת בין איך יא עובר ווען איך טו נישט קיין מעשה? אגב להלכה אין דין אין שביתת כלים בשבת
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

בנימין הלוי האט געשריבן:ביי שביתת כלים בשבת בין איך יא עובר ווען איך טו נישט קיין מעשה? אגב להלכה אין דין אין שביתת כלים בשבת

גערעכט איך האב געוואלט שרייבן שביתת בהמה, והא לך המחבר או"ח סי' רמ"ו ס"ג
אסור להשכיר או להשאיל בהמתו לאינו יהודי כדי שיעשה בה מלאכה בשבת שאדם מצווה על שביתת בהמתו:

הגה: אבל יכול להשכירה או להשאילה ולהתנות שיחזירנה לו קודם השבת אבל לא מהני אם מתנה עם האינו יהודי שתנוח בשבת כי אין האינו יהודי נאמן על כך (סמ"ג וסה"ת ומרדכי פרק קמא דשבת):
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנימין הלוי »

לדעתי נישט קיין צושטעל.
איך לאז עס צו די די רבנים וואס שטייען דערינטער
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

מען האט דאס שוין געפרעגט דא, און איך פרעג עס אויך.
צו וואס פעלט דאס אויס קויפן א זכות אין א קרקע אין ארץ ישראל אין יאר פון שמיטה, וואס ווער ווייסט וואס גייט מען למעשה טאן מיט די קרקע אין שמיטה, אפשר וועט מען זיך פארלאזן אויף קולות וואס זענען נישט מקבל ביי אונז, ווער איז משגיח אז מען זאל טאקע נישט ארבעטן דארט, און וויפל קען מען זיך פארלאזן אויף די מענטשן וואס זענען ארויס געקומען מיט דעם פלאן.
צו וואס פעלט דאס אויס?
ואס איז שלעכט שטיצן דעם "קרן השביעית" אזוי ווי אלע אידן האבן געטאן די לעצטע שמיטות, פון די פארלאפענע צענדליגער יארן?
עס איז קלאר אז מיטן שטיצן שומרי שביעית כדין האט מען אויך א חלק אין די מצוה, און אן קיין חששות, ווייל אין "קרן השביעית" דינען אלץ יו"ר באקאנטע און ארענטליכע מענטשן, ווי דער קוממיות'ער רב און זיין פעטער דער קוממיות'ער רב פון ירושלים.

ברענגט מיר נישט אז דער האט אזוי געזאגט אדער יענער האט אזוי גע'חתמ'ט, ווייל אונזערע רבי'ס, נישט נאר סאטמאר, זענען געווען גענוג אזוי קלוג, און דער געדאנק איז נישט ביי געפאלן ביי זיי.
אזלא וויל איך זעהן תשובות צו די זאך.

בדרך אגב, האב איך געהערט, נישט קראנט, אז ביי די פריערדיגע שמיטה האבן געוויסע עלעמענטן פארקויפט א פארקינג אין שטאט פתח תקוה פאר אידן אין חוץ לארץ, כדי צו מקיים זיין מצות שמיטה, עס איז ליידער ממש א געלעכטער.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

פרשיסחא, דו ביזט אליין מעיד אז "קרן השביעית" איז א פארלעסליכע ארגאניזאציע אנע חששות. אויב אזוי, ווא'זשע זאל זיין די פראבלעם צו קויפן א שותופות דורך זיי?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

א. איך ווייס נישט צו זיי האבן טאקע אזא זאך.
ב. אפילו ווען זיי האבן יא, וואס פעלט אויס אריינגיין אין איבעריגע חששות, און זיך אריינלייגן אין א זאך וואס מען איז נישט מחויב אין דעם, און מען האט דאך נישט אט די מענטשן ממש לעבן זיך, אז מען זאל קענען אלעס קאנטאלירן.

און מען ווייסט דאך וואס ר' חיים כהן זאגט אין תוס' כתובות, אז היינט איז נישט נוהג ישוב א"י ווייל מען קען נישט האלטן די מצוות התלויות בארץ ווי מען דארף, און אפילו אויב מען פסק'נט נישט ווי אים, אבער דא איז נאך דא זיין טענה וואס פעלט דאס אויס.
ממילא וויפל איך מיין איז די גלאטסטע וועג צו האבן שייכות מיט די מצות שביעית איז שטיצן די עושי המצוה.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”