ביכער צו לערנען וויאזוי צו פירן א ביזנעס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

ביכער צו לערנען וויאזוי צו פירן א ביזנעס

תגובהדורך Iphone » פרייטאג יוני 13, 2014 12:11 am

באמת אני נושא פאר זיך, אבער עס וואלט כדאי געווען ווען איינער באשרייבט ווען די פראגראמאטישע moves.

גיי ארויס אין די גואישע גאס, עס איז דא אזויפול איידיעס וואס מען ווייסט נישט ביי אונז פשוט ווייל מירזענען ב''ה נישט אזוי אפען צי די גואישע גאס.

נעם למשל א קאנצעפט ווי 80/20, עס ליגט אזויפיל אמת דערין. פשוט א שאד קייינער זעצט נישט איבער אפאר גוטע ביכער.
באמת א נושא פאר זיך אבער עס שטערט מיר זייער. דאס מיט נאך אסאך זאכן וואס איך האלט אז מען מעג ווען פארעכטן בענין לערנען ביזנעס

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יוני 13, 2014 12:19 am

Iphone האט געשריבן:באמת אני נושא פאר זיך, אבער עס וואלט כדאי געווען ווען איינער באשרייבט ווען די פראגראמאטישע moves.

גיי ארויס אין די גואישע גאס, עס איז דא אזויפול איידיעס וואס מען ווייסט נישט ביי אונז פשוט ווייל מירזענען ב''ה נישט אזוי אפען צי די גואישע גאס.

נעם למשל א קאנצעפט ווי 80/20, עס ליגט אזויפיל אמת דערין. פשוט א שאד קייינער זעצט נישט איבער אפאר גוטע ביכער.
באמת א נושא פאר זיך אבער עס שטערט מיר זייער. דאס מיט נאך אסאך זאכן וואס איך האלט אז מען מעג ווען פארעכטן בענין לערנען ביזנעס

אפשר קענסטו מיר אנצייגן עפעס מראה מקומות איבער דעם 80/20 פון וואס דו רעדסט דא?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 13, 2014 12:24 am

איי פאון, איך בין מיט דיר א מיליאן פראצענט.

80/20 איז א בוך וואס א יעדע היימישע יונגערמאן וואס גייט אריין אין סעילס אדער מארקעטינג דארף דאס קענען.

דער גוי כאפט עס נאך צען מאל ליינען דער איד כאפט עס נאך איין מאל.

פארוואס זאל נישט יעדער יונגערמאן מיט זיין בני בית דורעך ליינען די בוך פון "די סמארט מאני מעיקאווער" פון דעוויד רעמזי? עס וואלט פארשפארט הונדערטע הארץ אטאקעס אין דריי פערטל פון די טיי אווענטס.

א וודאי נישט די גויאישע בוק, מען זאל עס איבערטייטשען אויף אידיש אין דער עולם זאל עס ניצען לטוב.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » פרייטאג יוני 13, 2014 12:26 am

http://www.perrymarshall.com/80-20/

מען דארף נישט האלטן דערפון קודש ווי מיסטער מארשעל אבער די נקודה איז אמת.

באלד באקום איך אן אישי פארן פארדרייען אן אשכול...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5853
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג יוני 13, 2014 12:27 am

עס איז דא א סך ביכער אויף די 80/20 קאנצעפט.

איך האב הנאה געהאט פון פערי מארשאל'ס בוק ווי ער איז מסביר מיט משלים דעם קאנצעפט.
I would rather be conned by a conman than by a so called gentlemen

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » פרייטאג יוני 13, 2014 12:44 am

Iphone האט געשריבן:באמת אני נושא פאר זיך, אבער עס וואלט כדאי געווען ווען איינער באשרייבט ווען די פראגראמאטישע moves.

גיי ארויס אין די גואישע גאס, עס איז דא אזויפול איידיעס וואס מען ווייסט נישט ביי אונז פשוט ווייל מירזענען ב''ה נישט אזוי אפען צי די גואישע גאס.

נעם למשל א קאנצעפט ווי 80/20, עס ליגט אזויפיל אמת דערין. פשוט א שאד קייינער זעצט נישט איבער אפאר גוטע ביכער.
באמת א נושא פאר זיך אבער עס שטערט מיר זייער. דאס מיט נאך אסאך זאכן וואס איך האלט אז מען מעג ווען פארעכטן בענין לערנען ביזנעס


איך קום שוין פון דארט, איך האב די אלע זאכן גוט דורכגעקנעטן, און אפשר מיט צייט וועל איך אנגקומען צו געבן פארן עולם אביסל, דער עולם ווייסט ליידער נישט דאס מינדעסטע, אבער... א ריזיג חלק עולם וויל נישט וויסן און אוודאי נישט פאלגן קיין "נייע" רעיונות נישט קיין חילוק וויפיל סענטס ס'מאכט און נישט קיין חילוק וויפיל גוטע ביזנעסעס אפילו אידישע טוען עס, און נאכדעם וואס מ'הערט און מ'פארשטייט שוין טוט מען דאך נישט, אבער פארוואס פארדרייען די אשכול, מ'מער האבן געלעגנהייטן ערגעץ אנדערש, אבער אז האסט שוין געזאגט האב איך דיר נאר געוואלט זאגן אז נישט דוקא חסרון ידועה איז די פראבלעם, נאר לא לחכמים לחם שפילט אויך א ראלע.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11896
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג יוני 13, 2014 8:44 am

אפגעטיילט דעם אשכול אז מ'זאל קענען געהעריג איבערשמועסן אלעס ארום ביכער וואס לערנען וויאזוי צו פירן א ביזנעס. א גוטע געדאנק פון אן אשכול

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » פרייטאג יוני 13, 2014 9:55 am

דער באקאנטער ביזנעס עקספערט ר' אלעזר לאנדא האט א שיעור איבער די קאנצעפט פון 80/20 (פון זיינע ערשטע שיעורים)

דא קען מען עס הערן:

http://www.snapahead.com/blog/2010/kol- ... 0-20-rule/

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » פרייטאג יוני 13, 2014 3:17 pm

Iphone שיק מיר די ביכער און נעם דיך אונטער די הוצאות הדפות, בין איך גרייט זיי איבערצוזעצן.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » פרייטאג יוני 13, 2014 6:14 pm

שיקן די ביכער איז נישט קיין פראבלעם. געלט.... נו שוין.

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » פרייטאג יוני 13, 2014 6:33 pm

ס'דרייד זיך לעצטנס ארום א אינהאלטסרייכע דרשה פון איינער נפתלי הוראוויטץ איבער ביזנעס, ס'לוינט אויסציהערען.

https://db.tt/4fhnlDKK

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » פרייטאג יוני 13, 2014 6:34 pm

עס איז נאך דא אסאך וואס צי רעדן איבער לערנען ביזנעס ביי אונז. אי''ה נאך שבת

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג יוני 13, 2014 6:34 pm

שוין לאנג געטראכט פון עפענען אזא ביזנעס פון ביזנעס ביכער אין אידיש, מ'קען עס (אנפאנג הכפנים) מאכן בלויז דיזשיטעל (אויפן קינדל וכדו') און אויב ס'גייט גוט, אויך שיקן צום דריק.

נו ווער איז אינטו ביזנעס?..

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » זונטאג יוני 15, 2014 3:00 am

mini van האט געשריבן:ס'דרייד זיך לעצטנס ארום א אינהאלטסרייכע דרשה פון איינער נפתלי הוראוויטץ איבער ביזנעס, ס'לוינט אויסציהערען.

https://db.tt/4fhnlDKK


ווער איז ער?
ער רעדט זייער גיט צי די זאך

נאר איך ווייס נישט צי עס שטימט איגאצען מיט די חובת הלבבות

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 15, 2014 4:44 am

וועלכע חלק פון די דרשה לגבי וועלכע חלק פון חובות הלבבות?

איך האב געענדיגט די גאנצע דרשה.
זייער זייער שיין.
ער ווארפט צאם זייער אסאך.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

תגובהדורך קליינקעפיק » זונטאג יוני 15, 2014 9:08 am

איך האב עס נישט געהערט
אבער פ.ס. מיט מעדיקעיד דורך א דריידל איז יא?

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » זונטאג יוני 15, 2014 10:06 am

זאל ער קומען האט געשריבן:וועלכע חלק פון די דרשה לגבי וועלכע חלק פון חובות הלבבות?

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » זונטאג יוני 15, 2014 10:36 am

וויפיל השתדלות דארף א מענטש טון א טאג פאר פרנסה?טאקע א גאנצע טאג מבוקר עד הערב אזוי ווי ער זאגעט?
איך מיין אז די חובת הלבבות זאגעט אז נאר די מינימום

באמת איך האב נאך נישט דורך געלערט די גאנצע חובת הלבבות סאו איך ווייס נישט באמת

ער זאגעט זייער גיט בעיקר האב איך הנאה געהאט וועגען די גאווארמענט פראגראםס
ער רעדט צי די זאך ער איז אזוי גערעכט ער האט מיך גיט אויף געקלערט

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 15, 2014 12:36 pm

ער הייסט נישט ארבעטן מער וויפיל ס'פעלט אויס. ער ברענגט ארויס צוויי זייער שטארקע פוינטס וואס איז בכלל נישט אין קעגנזאץ צו אמונה און בטחון, חובות הלבבות אדער די ספה"ק די ספרי חסידות.

איינס מ'דארף טון השתדלות. וויאזוי צו טון די השתדלות קען זיין א חילוק הימל אין ערד. לאמיר נוצן מיינע ווערטער און משלים ארויס צוברענגען דעם פונקט.
דער הייליגער בעש"ט הקדוש - איז באקאנט - האט איינמאל נישט געהאט אויף שבת און ער איז געגאנגען צו א איד'ס הויז און געגעבן א קלאפ אויף די פענסטער און האט אוועקשפאצירט. ער האט שפעטער געזאגט אז ער האט געפילט אז ער האט יוצא געווען זיין חיוב השתדלות מיט דעם קלאפ.

פארוואס האט ער געקלאפט אויף די פענסטער ביי איינעם אינדערהיים?
פארוואס האט ער נישט געגעבן א קלאפ אויף בוים אין וואלד?

ווייל מ'דארף טון "השתדלות" נישט סתם אזוי ארבעטען. מ'דארף זיך משתדל זיין ממשיך צו זיין די השפעה אויף דער וועלט. יעדער דארף טון וויפיל ער האלט אז ס'קען אים ברענגען די פרנסה פון הימל. דער בעש"ט הקדוש האט בסך הכל געדארפט קלאפן אויפ'ן פענסטער - און נישט אויף א בוים. און איך דארף קאלן צוואנציג מענטשן, אדער זיין אין אפיס אין די פולע וואורקינג אוערס.
ווי דו האסט דערמאנט - ס'זאל זיין גענוג.

און דא קומט ער צו צווייטן פוינט. וויפיל איז היינט גענוג? אויף דעם דערמאנט ער אז היינטיגע צייט פעלט שוין אויס סאך מער. הרה"ק רבי הערשעלע מספינקא זצ"ל האט געזאגט פאר א איד, אז אוועקלייגן געלט אויף חתונה צו מאכן בעפאר מ'האט קינדער, איז א גרויסע שאלה אין בטחון, אבער פון דעם טאג וואס א קינד איז געבוירן געווארן ווייסטו שוין אז דו גייסט אים דארפן חתונה מאכן, מעגסטו און דארפסטו שוין אוועק לייגן געלט פאר דעם.

אויב האסטו שוין א שטוב מיט קינדער, דארפסטו זיי קענען אויסהאלטן אין די קומענדיגע פאר וואכן, זאלסט האבן גענוג אויב ס'מאכט זיך אן עמערדזשענסי און דו קענסט נישט ארבעטן פאר א צוויי-דריי וואכן. סאו אויב האסטו גענוג געלט פאר די הוצאות הבית פאר די קומענדיגע פאר וואכן, און דו האסט שוין אויך גענוג אז דו וועסט נישט דארפן בארגן חתונה צו מאכן (און נעם אין באטראכט אז די אינפלאציע גייט ארויף יעדעס יאר, דהיינו דיין געלט ווערט ווייניגער ווערד, און אויב צוואנציג-דרייסיג אלפים איז גענוג היינט מיינט עס אז דו מוזט אוועק לייגן פופציג אלפים אויב גייסטו חתונה מאכן צען יאר ארום, און מער אויב מער).

אויב מיט'ן ארבעטן בלויז פיר שעה - איין שעה א טאג האסטו זיך שוין געקאווערט די הוצאות, נו אוודאי טארסטו נישט ווייטער ארבעטען סתם אזוי להרבות הון. א בפירוש'ער חובות הלבבות.

אבער אויב דו האסט נאכנישט קיין הויז, און דו מוזט קאווערן דעם מארטגעדזש, און די שכ"ל און די גראסערי, און בר מצוה מאכן, און חתונה מאכן, און דיין קאפ הייבט זיך אן דרייען פון וויפיל געלט דו גייסט דארפן האבן, מעגסטו ארבעטן פולע שעות אן קיין תירוצים.

און יעצט צוריק צום ערשטן פונקט, אבער טיפער. אויב ווייסטו אז אפילו אויב דו וועסט ארבעטן שווער יומם ולילה זעסטו נישט בדרך הטבע אז דו זאלסט קענען קאווערן דיינע הוצאות וואס גייען זיכער קומען, ליגט אויף דיר א חובת השתדלות צו זוכן בעסער און מער אז דו זאלסט האבן וואס דו גייסט דארפן. און וועגן דעם זאגט ער, לייג זיך נישט אריין אין א מצב וואס דו קענסט בין יום ולילה פארלירן דעם איינציגן מקור פרנסה בכלל - אפגערעדט פון מאכן מער וואס לענגער דו גייסט עס טון.

ועוד האט ער ארויסגעברענגט, אז ביי אידן האלטן די הוצאות אין איין וואקסן. נאך די חתונה דארף מען קענען ארויסהעלפן די קינדער אין כולל אד"ג, מתנות פאר די אייניקלעך וכו' וכו', און די הוצאות גייען קיינמאל נישט אראפ, סקומט נאר צו.

און צומאכן די אויגן און זאגן חובות הלבבות איז שטארק נישט אויסגעהאלטן. הלמאי דו אליין ווייסט אז מ'טאר עס נישט טון. דו שטייסט נישט אין ביהמ"ד ביים עמוד און ווארטסט אז אידן זאלן דיר קומען געבן געלט… און דער בעש"ט האט נישט געקלאפט אויפ'ן בוים. השתדלות מיינט צו טון עפעס וואס קענען ברענגען וואס דו ווייסט אז ס'פעלט דיר אויס.

און ר' משה וואלפסאן האט געזאגט אז א די מינימום איז צוויי הונדערט אלפים א יאר.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » זונטאג יוני 15, 2014 12:52 pm

זאלער ;l;p-

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » זונטאג יוני 15, 2014 12:58 pm

איין שטארקע זאך זאגעט ער אז מען זאגט אז מען האט אמונה -חובות הלבבות- קומט עס פין פולקייט עס האט גארנישט מיט אמונה

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 15, 2014 2:08 pm

כ'האב זיך דערמאנט א שיינעם משל לגבי די אמונה-בטחון אישו, וואס אין פאקט טאג טעגליך ווייס איך אז מענטשן נוצן עס נאר ווען ס'קומט צום גרעניץ פון די קאמפערט זאון. אלעס וואס מ'איז באקוועם צו טון, טוט מען, אבער ווען ס'קומט צו א מצב וואס אויף כדי צו וואקסן דארף מען זיך צופלייסן און געבן די מיה, דארט דערמאנט מען זיך גלייך פונעם חובות הלבבות.

תנחום טענה'ט היציג: פארוואס זאל איך זיך גיין לערנען דרייוון? אלעס ליגט דעך סייווי ביים אויבערשטן אין די האנט, איז מה נפשך, וויל דער אויבערשטער אז אלעס זאל גיין כשורה, וועט דעך סיי ווי גארנישט געשען, און אויב וויל דער אויבערשטער אז ס'זאל זיין אן עקסידענט ח"ו זאל דער אויבערשטער שומר ומציל זיין, קען עס געשען אפילו ביים בעסטן דרייווער!

א שיינע מעשה…

אבער אין אמת'ן, דו ביסט א רוצח אויב דו רירסט צי א רעדל אן לערנען. פארוואס? ווייל דו דארפסט טון אלעס וואס איז ביכלתך נישט צו מאכן קיין עקסידענטס. דארפסטו זיך לערנען געהעריג לויט אלע רולס און רעגולעישאנס, און מיט דעם אלעם דארפסטו אויך זאגן יעדעס מאל ערליך תפילת הדרך ווייל נאך אלעם ליגט אלעס סייווי ביים אויבערשטן אין די האנט.

ווען מ'גייט אין ביזנעס קען מען אויך מאכן עקסידענטס… מיט אנזעצן קאסטומער, סופלייערס, נישט קענען אהיים ברענגען פרנסה פאר די ווייב און קינדער וכו'. פארוואס זאלסטו מעגן גיין אין ביזנעס מיט צוגעמאכטע אויגן און זאגן 'כ'האב בטחון' מער ווי דו מעגסט עס טון ביים דרייוון א קאר?

אויב קען מען זיך לערנען בעסער און טון די זעלבע השתדלות אויף אן אופן וואס זאל דיר קענען מער און שנעלער צוברענגען צו דיין תכלית המקווה, ס'זאל דיר זיין גענוג, אוודאי דארפסטו עס טון.

די זעלבע זאך איז אויך אמת לגבי די קללה פון אדם הראשון, בזיעת אפיך.
אידן זאגן: אמת טאקע, מ'קען אנקומען מער, בעסער, שענער און שנעלער, אבער, וואס קען מען טון? מ'דארף דאך אפקומען די נעוויירעס. מ'דארף מתקן זיין. מ'דארף זיך מוטשענען. אין חכמה ואין עצה ואין תבונה לנגד ה'. אויב איז באשערט זיך צו מוטשענען, וועט עס עניוועי גיין שווער. אויב נישט אין די פרנסה, קען עס אויסקלאפן אויפ'ן שלום בית אדער אויף צער גידול בנים. נו פארוואס זאל איך זיין אן אויבער-חכם?

פרעג איך יענעם, זאג נאר, דו האסט א הענד-טראק? דו דעליווערטס מיט א קאר? היתכן? אויב דיר איז באשערט זיך צו מוטשען וועסטו זיך סייווי מוטשען, און ס'קען ח"ו אויסקלאפן אויפ'ן שלום בית אדער אויף צער גידול בנים. גיי צופיס מיט'ן ארדער, און שלעפ באקסעס מיט די הענט.
נוץ דיין קאפ פאר די חשבונות, און נישט קיין קאמפיוטער. און שרייב בריוו צו די קאסטומערס און נוץ נישט קיין טעלעפאן, און על אחת כמה וכמה דעם טריפה'נעם אימעיל. מ'דארף זיך דאך סייווי מוטשענען…

זאגט ער, מאך זיך נאריש… כעל נישט גיין אריינגיסן קיין וואסער אין מיינע מאשינען און בידים זיך חרוב מאכן, צוליב מוטשענישן. ס'שטייט דאך וברכתיך בכל אשר תעשה, מ'דארף טון וואס מ'קען…

און לערנען די בעיסיקס אין ביזנעס אז מ'זאל נישט גיין אין די וואנט אריין איז נישט פון די זאכן וואס מ'קען?
עמ…

היוצא לנו מזה, אלעס וואס מ'קען האבן גרינג, קארס, היילאוס, אימעיל, וכו' וכו' מיינט וברכתיך בכל אשר תעשה, און אלעס וואס מ'דארף זיך געבן אביסל די מיה און אריינלייגן ערליכע שעה'ן אין די ארבעט צו פארשטיין וואס די ביזנעס איז, און וויאזוי מ'קען עס בעסער מאכן (ליין: ארויס פון די קאמפערט זאון) האט שוין דער חובות הלבבות נישט געלאזט…
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג יוני 15, 2014 2:32 pm

derech eretz האט געשריבן:שוין לאנג געטראכט פון עפענען אזא ביזנעס פון ביזנעס ביכער אין אידיש, מ'קען עס (אנפאנג הכפנים) מאכן בלויז דיזשיטעל (אויפן קינדל וכדו') און אויב ס'גייט גוט, אויך שיקן צום דריק.

נו ווער איז אינטו ביזנעס?..


שוין לאנג געטראכט דערפון, מיין שאלה איז אלס געווען, אויב קינדל סופארט אידיש (כ'מיין איווריט היברוי בלע"ז)?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג יוני 15, 2014 2:45 pm

ביז די קאץ וועט קומען איבערן וואסער, אנצוהייבן איבערזעצן אויף יודיש גאנצעטע ביכער פאר אונטער א מנין לייענער, קען מען אין דים אשכול צוווייזן ענגלישע ביכער איבער הצלחה אין ביזנעס, און אין ביזנעס כללים, יעדער וואס ער האטגעליינט או הנאה געהאט קען עס דא צוצייכענען, .(מ'קען העכסטענס צושרייבן זהירות וכו' אויב ס'איז דא דארטן וואס מ'דארף אויסלאזן).

און אגב דער שמועס דא איבערן חובת הלבבות איבער בטחון והשתדלות איז גראדע זייער שיין, אבער באלאנגט לגמרי אין אן עקסטערע אשכול.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג יוני 15, 2014 2:54 pm

פון קאפ ארויס א שטיקל ליסט פון ביזנעס פארשטייער וואס האבן מיר געהאלפן אין לערנען און פארשטיין ביזנעס.

In Business and Marketing: Napoleon Hill, Dale Carnegie, Bob Proctor, Jay Abraham, Robert Kiyosaki, Malcolm Gladwell, Seth Godin, and Eben Pagan.
In Copywriting and Sales Strategy: Dan Kennedy, Chet Holmes, John Reese, Tony Robbins, Brian Tracy and Oren Klaff.

דער פראבלעם איז, אז סתם ליינען און הערן די נושאים ברענגט נישט אייביג די געוואונטשענע רעזולטאטן.
ס'איז א שיעור עיון, און נישט יעדער זאגט אלעס. מ'דארף זיך געהעריג אריינלייגן דערין, און צוביסלעך באקומט מען געפיל און מ'כאפט דעם פארטל.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט