derech eretz האט געשריבן:דאכט זיך אז אדמורים ורבנים לאזט מען עניוועי נישט אריין אינעם בנין ביום ל"ג בעומר, שטימט?
נישט ריכטיג, רבנים וואס ווילען קענענן ניצען די אינטערשטע מערה בעצם היום, די תולדות ברידער אזוי אויף הגרי"מ שעכטער גייען אריין אין די אינטערשטע מערה, מען עפענט עס אויף נאר פאר רבנים, {און אויף פאר די וואס געבן עטליכע הינדערט דאלער פאר די ארגון וואס נעמט קעיר פינעם פלאטץ}
להעיר, אז דארט איז נאר דער 'פתח המערה' די מערה אליינס איז לכאורה אסאך טיפער אבער קיינער איז נאכנישט אריין אהין (ויש ע''ז סיפור עם ר' מנשה אייכלער הי''ו וואס האט אסאך אופגעטוהן פאר די ציון בפרט און פאר קברי צדיקים בגליל בכלל בשנים עברו). בעצם האט דאס שטופעניש ארום די מצבה אויבען נישט קיין שום זאכליכע הסבר ווייל רשב''י ליגט זיכער נישט אונטער דעם און לכאורה זייער טיף אונטער דעם אויב עפעס, אבער הנח להם לישראל.
איך האב דאס יאר געהאט די זכי' אריינצוגיין צום פתח המערה בעזרת הבורא יתעלה.
וואס האסטו באצאלט דערפאר? מען האט מיר עס איין יאר געאפערט פאר בערך 350 און איך האב עס אפגעזאגט מיט די מחשבה אז איך קום צו ר' שמעון וויל איך גיין מיט אלע אידן אינאיינעם און אזוי מיט א כוח הרבים זאל מיינע תפילות נתקבל ווערן.
derech eretz האט געשריבן:דאכט זיך אז אדמורים ורבנים לאזט מען עניוועי נישט אריין אינעם בנין ביום ל"ג בעומר, שטימט?
נישט ריכטיג, רבנים וואס ווילען קענענן ניצען די אינטערשטע מערה בעצם היום, די תולדות ברידער אזוי אויף הגרי"מ שעכטער גייען אריין אין די אינטערשטע מערה, מען עפענט עס אויף נאר פאר רבנים, {און אויף פאר די וואס געבן עטליכע הינדערט דאלער פאר די ארגון וואס נעמט קעיר פינעם פלאטץ}
להעיר, אז דארט איז נאר דער 'פתח המערה' די מערה אליינס איז לכאורה אסאך טיפער אבער קיינער איז נאכנישט אריין אהין (ויש ע''ז סיפור עם ר' מנשה אייכלער הי''ו וואס האט אסאך אופגעטוהן פאר די ציון בפרט און פאר קברי צדיקים בגליל בכלל בשנים עברו). בעצם האט דאס שטופעניש ארום די מצבה אויבען נישט קיין שום זאכליכע הסבר ווייל רשב''י ליגט זיכער נישט אונטער דעם און לכאורה זייער טיף אונטער דעם אויב עפעס, אבער הנח להם לישראל.
איך האב דאס יאר געהאט די זכי' אריינצוגיין צום פתח המערה בעזרת הבורא יתעלה.
ר' שלמה אליעזר מרגליות ז"ל שרייבט בשם אביו ר' ישעי' אשר זעליג ז"ל אז די מקום וואס מ'רופט פתח המערה איז סתם בדוי מן הלב. (ער האט אים געוויזן די ריכטיגע פתח המערה אויף גאר א אנדער פלאץ אבער ער וויל עס נישט מגלה זיין)
מחותן האט געשריבן:וואס האסטו באצאלט דערפאר? מען האט מיר עס איין יאר געאפערט פאר בערך 350 און איך האב עס אפגעזאגט מיט די מחשבה אז איך קום צו ר' שמעון וויל איך גיין מיט אלע אידן אינאיינעם און אזוי מיט א כוח הרבים זאל מיינע תפילות נתקבל ווערן.
נאכן געבן ח"י רוטל פאר די ארגאניזאציע וואס פארפיגט מיט די קיך אין די מערה, איז צו מיר צוגעקומען א יונגערמאן און ער פרעגט מיך צי איך וויל אריינגיין צו די פתח המערה, ער האט מיר גארנישט געבעטן דערפאר.
די יאר אזוי ווי די לעצטע פאר מאל וואס איך בין געווען אין מירון האב איך מיך ממש מוסר נפש געווען צו זיין ביי די תולדות אהרן הדלקה, און יא עס איז זייער שיין די שטאטע ניגונים, (איך זינג מיך אונטער די ניגונים אגאנץ יאר) אבער היות די געדרענג איז געווען אין לשער, און אינמיטן נאך פאר מען האט אנגעצינדען טרעף איך מיך אראפגעשטיפט צו די ארויסגאנג, קיין פייטער בין איך נישט, האב איך אויפגעגעבן און אראפגעגאנגען. אויפ'ן וועג זעה איך ווי די תולדות אברהם יצחק הדלקה ברענט נאך פעסט און מען טאנצט, האב איך מיך צוגעשטעלט טאנצן, און איך מוז זאגן אז איך האב חרטה פאר'ן זיך צוזאם קוועטשען א שעה צייט, ווען איך קען ווען האבן די זעלבע זאך מיט א רואיגקייט, און נאך אליינס טאנצען, בל"נ וועל איך מער נישט גיין צו די תולדות אהרן הדלקה נאר צו די תוא"י.
אגב ווייס איך נישט פון וואו איינער נעמט די ליגענט אז בני א"י גייען נישט קיין מירון, נאר ווער דען זענען די איבער א האלבע מיליאן מענטשען? פון אמעריקא גלייב איך נישט אז עס איז דא אפילו צען טויזענט.
לעיקוואד האט געשריבן:די יאר אזוי ווי די לעצטע פאר מאל וואס איך בין געווען אין מירון האב איך מיך ממש מוסר נפש געווען צו זיין ביי די תולדות אהרן הדלקה, און יא עס איז זייער שיין די שטאטע ניגונים, (איך זינג מיך אונטער די ניגונים אגאנץ יאר) אבער היות די געדרענג איז געווען אין לשער, און אינמיטן נאך פאר מען האט אנגעצינדען טרעף איך מיך אראפגעשטיפט צו די ארויסגאנג, קיין פייטער בין איך נישט, האב איך אויפגעגעבן און אראפגעגאנגען. אויפ'ן וועג זעה איך ווי די תולדות אברהם יצחק הדלקה ברענט נאך פעסט און מען טאנצט, האב איך מיך צוגעשטעלט טאנצן, און איך מוז זאגן אז איך האב חרטה פאר'ן זיך צוזאם קוועטשען א שעה צייט, ווען איך קען ווען האבן די זעלבע זאך מיט א רואיגקייט, און נאך אליינס טאנצען, בל"נ וועל איך מער נישט גיין צו די תולדות אהרן הדלקה נאר צו די תוא"י.
אגב ווייס איך נישט פון וואו איינער נעמט די ליגענט אז בני א"י גייען נישט קיין מירון, נאר ווער דען זענען די איבער א האלבע מיליאן מענטשען? פון אמעריקא גלייב איך נישט אז עס איז דא אפילו צען טויזענט.
קומענדיגע יאר העסטע אויספראבירן צו טאנצען אין די חצר. העסט מיר דאנקען.
מאנכע זאגן אז אזא ציבור איז נאך נישט געווען אין קרית יואל איך וואלט געזאגט אז אזא מסדרדיגע גרויסע איווענט האט נאך סאטמאר נישט בייגעוואוינט! די פאר געלע וועסטלעך וואס מען זעהט דארט האבן פשוט נישט געהאט וואס צו טוהן