מחותן האט געשריבן:derech eretz האט געשריבן:דאכט זיך אז אדמורים ורבנים לאזט מען עניוועי נישט אריין אינעם בנין ביום ל"ג בעומר, שטימט?
נישט ריכטיג,
רבנים וואס ווילען קענענן ניצען די אינטערשטע מערה בעצם היום, די תולדות ברידער אזוי אויף הגרי"מ שעכטער גייען אריין אין די אינטערשטע מערה, מען עפענט עס אויף נאר פאר רבנים, {און אויף פאר די וואס געבן עטליכע הינדערט דאלער פאר די ארגון וואס נעמט קעיר פינעם פלאטץ}
להעיר, אז דארט איז נאר דער 'פתח המערה' די מערה אליינס איז לכאורה אסאך טיפער אבער קיינער איז נאכנישט אריין אהין (ויש ע''ז סיפור עם ר' מנשה אייכלער הי''ו וואס האט אסאך אופגעטוהן פאר די ציון בפרט און פאר קברי צדיקים בגליל בכלל בשנים עברו). בעצם האט דאס שטופעניש ארום די מצבה אויבען נישט קיין שום זאכליכע הסבר ווייל רשב''י ליגט זיכער נישט אונטער דעם און לכאורה זייער טיף אונטער דעם אויב עפעס, אבער הנח להם לישראל.