וואס איז דיין מוד היינט?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
הרי אני מגלה דעת
אז אלע מחשבות וואס איך טראכט, אפילו די מחשבות וואס איך טראכט פארדוקא, וואס זיי זענען קעגן קודשא בריך הוא, טו איך מגלה דעת זיין. דא. אז בין בשום אופן מסכים
אמת, אז איך האב א גאנצע זאק מיט אומפארשטענדליכקייטן, פארוואס די וועלט איז אזוי ווי ס'איז, און כופרים וואלטן זיך באלעקט די פינגער מיט מיינע דיבורים, אבער ווער בין איך.
און די אלע קושיות וטענות והרהורים וכל מיני אויפגערעגטקייטן על ה' ועל משיחו, איז בטל כחרס הנשבר ממש.
איך גלייב אין קודשא בריך הוא אזוי ווי מיין מאמע האט מיר געלערנט, אן קיין חכמות...
און אויב ווייל איך האב שוין א היבש ביסל געטראכט און זיך גערעגט ועוד, וועל איך נישט האבן א חלק לעולם הבא, וועל איך דינען דעם אייבערשטען אן עולם הבא... און די אלע קליפות און חיצונים און מחוצפים. (אנדערע רופן עס או סי די) וואס לאכן אפ פון די נארישע פאנאטישע גלייבונגען אין זאכן וואס קוקט אויס חס ושלום ווי ס'איז דירעקט נישט אזוי... מוז איך נישט פארשטיין אלעס... הגם אז מ'קען קבלה און זוהר פארשטייט מען מער ווי ס'ווערט געברענגט אין פתח אליהו
אבער עניוועי. מגלה דעת זיין דארף איך קלאר און דייטלעך אקייגן די אלע פעסטע ליצנות'ער, ועוד ועוד... אוועקצומאכן כל הקודש לנו
איך בין א נאר און נישט ווי דעם בעל שם טוב'ס נאר, נאר אן אפגעפליקטער נאר און איך גלייב.
און יא איך דאווען פונקט ווי מיינע עלטערן... ווי א שטעטלישער תמימות'דיגער יוד אן חכמות
כמובא בהחיד"א

-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4647
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm
- נישט אלעס איז אמת
- שר חמש מאות
- תגובות: 983
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 2:45 pm
- לאקאציע: אין א וועלט פון שקר