איך זוך ווערטער פון א ניגון...

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 29, 2013 5:36 pm

האבעך נאכגעקוקט.

וויזניץ און קיטעוו, זענען נאנט איינס צום צווייטן. קוסוב, איז עטוואס ווייטער. אבער וואס עס איז "צווישען קוסוב און וויזניץ" איז אויך ממילא "צווישען קוסוב און קיטעוו".

למעשה איז קיטעוו נענטער צו קוסוב, און עס איז מסתבר אז דאס איז טאקע די ניגון. ווייל אויס מען וויל געבען א סימן אויף א פלאץ, און מען זאגט "עס איז צווישען די און די שטאט", וועט מען געווענדליך נישט אנכאפן א שטאט וואס איז ווייטער, בשעת מען קען אנכאפן א שטאט וואס איז נענטער.

אויב איינער וויל געבן א סימן אויף די האום דיפא, וואס איז צווישען וויליאמסבורג און בארא פארק, וועט ער נישט זאגן "צווישען וויליאמסבורג און פלעטבוש", ווייל באראפארק איז נענטער.
צוגעלייגטע
x s AS.png
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מאנטאג ינואר 20, 2014 11:31 am

וואס זענען די ווערטער פון ....
והוא ???? ה' אלקינו ה' אחד,
ה' מלך ה' מלך ה' ימלוך לעולם ועד.

הערט זיך פון אומאן
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג ינואר 20, 2014 11:31 am

וואו קען מען הערן די ניגון?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מאנטאג ינואר 20, 2014 11:50 am

מאנ-יימער האט געשריבן:וואו קען מען הערן די ניגון?

https://copy.com/MBMesPJEuuvlvU0s
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג ינואר 20, 2014 12:22 pm

אזוי ווי פילע אנדערע גארביטש ניגונים איז עס א רעכטע גויאישע ניגון וואס מען האט קונה געווען בשינוי מילים.

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מאנטאג ינואר 20, 2014 1:03 pm

האב איך ערהאלטן אין אישי

אהלל ה' אלקים, ואגדלנו בתודה,
וי'- וה'- וו'- וה' ה' אלקינו ה' אחד x2
ה' מלך ה' מלך ה' ימלוך לעולם ועד x4

וואדילילה וואדילילה אובה דונסה אובה דונסה
ווער עס קען ענטשיידן די לחש פון די שורה ווערט געבעטן צו מיטטיילן
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג ינואר 20, 2014 1:17 pm

די ניגון קומט פון גד אלבז, די לעצטע שורה איז אראביש/פראנצויזיש

There are also a couple of lines in an Arabic-French mashup:
וואדילילה וואדילילה // אובה דונסא אובה דונסא
Being, to my shame, lousy at French and pretty much completely ignorant of Arabic, I don’t quite know what these lines mean. Based on an exchange of e-mails with my colleague David Simonowitz, my best guess is “and for God [repeat] we’re going to dance [repeat],” but don’t take that to the bank.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך ינואר 29, 2014 11:19 am

איך זוך די ווערט פון די ניגון ״פאפיראסען״ וואס דודי פישער זינגט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מיטוואך ינואר 29, 2014 11:26 am

ים רויבער האט געשריבן:איך זוך די ווערט פון די ניגון ״פאפיראסען״ וואס דודי פישער זינגט

פּאַפּיראָסן

אַקאַלטע נאַכט, אַ נעפּלדיק, פֿינצטער אומעטום,
שטייט אַ ייִנגעלע פֿאַרטרויערט און קוקט זיך אַרום,
פֿון רעגן שיצט אים נאָר אַ וואַנט,
אַ קאָשיקל האַלט ער אין האַנט
און זייַנע אויגן בעטן יעדן שטום:

איך האָב שוין ניט קיין כּוח מער אַרומצוגיין אין גאַס,
הונגעריק און אָפּגעריסן, פֿון דעם רעגן נאַס,
איך שלעפּ אַרום זיך פֿון באַגינען,
קיינער גיט ניט צו פֿאַרדינען –
אַלע לאַכן, מאַכן פֿון מיר שפּאַס.

קופּיטיע, קויפֿט זשע, קויפֿט זשע פּאַפּראָסן,
טרוקענע פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן,
קויפֿט זשע, ביליק בנאמנות,
קויפֿט און האָט אויף מיר רחמנות,
ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד.

קופּיטיע, קויפֿט זשע שוועבעלעך אַנטיקן,
דערמיט וועט איר אַ יתומל דערקוויקן,
אומזיסט מייַן שרייַען און מייַן לויפֿן,
ריינער וויל בייַ מיר ניט קויפֿן –
אויסגיין וועל איך מוזן ווי אַ הונט.

מייַן טאַטע אין מלחמה האָט פֿאַרלוירן זייַנע הענט,
מייַן מאַמע האָט די צרות מער אויסהאַלטן ניט געקענט.
יונג אין קבר זי געטריבן,
בין איך אויף דער וועלט פֿאַרבליבן
אומגליקלעך און עלנט ווי אַ שטיין,
ברעקלעך קלייַב איך אויף צו עסן אויף דעם אַלטן מאַרק,
אַ האַרטע באַנק איז מייַן געלעגער אין דעם קאַלטן פּאַרק.
און דערצו די פּאָליציאַנטן
שלאָגן מיך מיט שווערדן, קאַנטן,
ס'העלפֿט ניט מייַן בעטן, מייַן געוויין.

איך האָב געהאַט אַ שוועסטערל, אַ קינד פֿון דער נאַטור,
מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט האָט זי אַ גאַנצן יאָר,
מיט איר געווען איז מיר פֿיל גרינגער,
לייַכטער ווערן פֿלעגט דער הינגער [הונגער]
ווען איך פֿלעג אַ קוק טאָן נאָר אויף איר.
מיט אַ מאָל געוואָרן איז זי שוואַך און זייער קראַנק,
אויף מייַנע הענט געשטאָרבן איז זי,
אויף אַ גאַסבאַנק,
און אַז איך האָב זי פֿאַרלוירן,
האָב איך אַלץ שוין אָנגעוווירן.
זאָל דער טויט שוין קומען אויך צו מיר.

הרמן יאבלוקופ [Herman Yablokoff [1903-1981
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך ינואר 29, 2014 11:34 am

ים רויבער האט געשריבן:איך זוך די ווערט פון די ניגון ״פאפיראסען״ וואס דודי פישער זינגט


א קאלטע נאכט, א נעפל'דיגע פינצטער אומעטום
שטייט א אינגעלע פאטרויערט און קוקט זיך ארום
פון רעגן שיצט אים נאר א וואנט
א קאשיקעל האלט ער אין דער האנט
און זיינע אויגן בעטן יעדן שטום

איך האב שוין ניט קיין כוח מער ארומצוגיין אין גאס
הונגעריג און אפגעריסן פון דעם רעגן נאס
איך שלעפ ארום זיך פון באגינען
קיינער גיט ניט צו פארדינען
און זיי לאכן, מאכן פון מיר שפאס

קופיטיע, קויפט'זשע קויפט'זשע פאפיראסן
טרוקענע פון רעגן ניט פארגאסן
קויפט'זשע ביליג בנאמנות
קויפט און האט אויף מיר רחמנות
ראטעוועט פון הונגער מיך אצינד

קויפיטיע, קויפט'זשע שוועבעלעך אנטיקן
דערמיט וועט איך א יתומ'ל דערקוויקן
אומזיסט מיין שרייען און מיין לויפן
קיינער וויל ביי מיר ניט קויפן
אויסגיין וועל אין מוזן ווי א הונט

איך האב געהאט א שוועסטערל א קינד פון דער נאטור
מיט מיר צוזאמען זיך געשלעפּט האט זי א גאנצן יאר
מיט איר געווען איז מיר פיל גרינגער
לייכטער ווערן פלעגט דאס הונגער
ווען איך פלעג א קוק טאן אויף איר
מיט אמאל געווארן איז זי געווארן שוואך און זייער קראנק
אין מיינע הענט איז זי געשטארבן אויף א גאסן באנק
ווען איך האב זי פארלוירן
האב איך אלעס אנגעווארן
זאל דער טויט שוין קומען אויך צו מיר

קופיטיע, קויפט'זשע קויפט'זשע פאפיראסן
טרוקענע פון רעגן ניט פארגאסן
קויפט'זשע ביליג בנאמנות
קויפט און האט אויף מיר רחמנות
ראטעוועט פון הונגער מיך אצינד

קויפיטיע, קויפט'זשע שוועבעלעך אנטיקן
דערמיט וועט איך א יתומ'ל דערקוויקן
אומזיסט מיין שרייען און מיין לויפן
קיינער וויל ביי מיר ניט קויפן
אויסגיין וועל אין מוזן ווי א הונט
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך ינואר 29, 2014 11:43 am

ניגון עתיק האט געשריבן: מייַן טאַטע אין מלחמה האָט פֿאַרלוירן זייַנע הענט,
מייַן מאַמע האָט די צרות מער אויסהאַלטן ניט געקענט.
יונג אין קבר זי געטריבן,
בין איך אויף דער וועלט פֿאַרבליבן
אומגליקלעך און עלנט ווי אַ שטיין,
ברעקלעך קלייַב איך אויף צו עסן אויף דעם אַלטן מאַרק,
אַ האַרטע באַנק איז מייַן געלעגער אין דעם קאַלטן פּאַרק.
און דערצו די פּאָליציאַנטן
שלאָגן מיך מיט שווערדן, קאַנטן,
ס'העלפֿט ניט מייַן בעטן, מייַן געוויין.

יעצט איבערגעהערט ווי ער זינגט עס, ער זינגט נישט די דאזיגע שטיקל אויף קיין איין אלבום וואס איך האב אין מיין באזיס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » מיטוואך ינואר 29, 2014 11:46 am

מאנ-יימער האט געשריבן:יעצט איבערגעהערט ווי ער זינגט עס, ער זינגט נישט די דאזיגע שטיקל אויף קיין איין אלבום וואס איך האב אין מיין באזיס.

ער'ז נישט דער אייציגסטער וואס זינגט דעם ניגון...
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 29, 2014 1:34 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:יעצט איבערגעהערט ווי ער זינגט עס, ער זינגט נישט די דאזיגע שטיקל אויף קיין איין אלבום וואס איך האב אין מיין באזיס.

ער'ז נישט דער אייציגסטער וואס זינגט דעם ניגון...

כ'ווייס אבער נישט צו איינער קען עס זינגען ווי אים... (אויב מען מעג אים הערן, ווייסעך נישט.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:09 pm

וואס זענען די ווערטער פון ועתה בנים שירו למלך?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:13 pm

לכאורה האט געשריבן:וואס זענען די ווערטער פון ועתה בנים שירו למלך?

מילים: יוצרות לשבועות | לחן: הלל פלאי
ועתה בנים שירו למלך בתפארת מפואר
ואשרי עבדיו המשמיעים בקול שבחו
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:14 pm

א שיינעם דאנק!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:19 pm

יוצר ליום א' דשבועות (קוק אין מחזור''ל ביי קדושת יוצר, אונז חסידישע אידן זאגן מיר עס נישט)

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג אפריל 06, 2014 1:14 pm

איך זוך די ווערטער פון חד גדיא אין אידיש וואס איז געשריבן געווארן דורך יונתן שווארץ?
ס'איז נישט קיין סוד, דער טאטע האט, אמאל געטראפן, ארומגעלאפן...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אפריל 06, 2014 10:27 pm

חד גדיא חד גדיא

א טאטע האט אמאל געזען א קליין ציגעלע לויפן,
גלייך פאר צוויי גילדן טוט ער עס אפקויפן.
די טאטע מיינט מען אבינו מלכנו וואס היט אונז אפ אלעמאל,
און דאס שעפסעלע די קליינע מיינט מען כלל ישראל.

ס'איז נישט קיין סוד,
דער טאטע האט.
אמאל געטראפן,
ארומגעלאפן.
א ציג א קליינע,
גאר א שיינע.
חד גדיא,

עס שפרינגט און לויפט,
דער טאטע קויפט.
דעם ציג דעם ווילדן,
פאר צוויי גילדן.
דזבין אבא בתרי זוזא חד גדיא.

פלוצלונג איז א קאץ געקומען,
אויפן ציג שפרינג ארויף,
און דאס ציגעלע צוגענומען.
און זי עסט אים אויף.

די קאץ נבוכדנצר הרשע,
אזוי שטייט געשריבן,
פון ירושלים ביד קשה.
יודעלעך פארטריבן.

אויפן פלאץ,
קומט א קאץ.
און מאכט א קריץ,
צורייסט דעם ציג.
דעם ציג די קליינע,
גאר א שיינע.
חד גדיא,

עס שפרינגט און לויפט,
דער טאטע קויפט.
דעם ציג דעם ווילדן,
פאר צוויי גילדן.
דזבין אבא בתרי זוזא חד גדיא.

און אויף איינמאל קומט צוגיין,
פון איינע פון די גאסן,
א גרויסע הינט מיט שארפע ציין.
ער טוט דעם קאץ צובייסן.

ועשה כלבא און עס קומט כורש,
טוט צוברעכן בבל'ס מיליטער,
בלשצר נבוכדנצר'ס יורש.
גע'הרג'עט אן קיין קלער.

פלוצלינג קומט,
א גרויסע הינט.
די קאץ געביסן,
וואס האט צעריסן.
די ציג די קליינע,
גאר א שיינע.
חד גדיא,

עס שפרינגט און לויפט,
דער טאטע קויפט.
דעם ציג דעם ווילדן,
פאר צוויי גילדן.
דזבין אבא בתרי זוזא חד גדיא.

דעם בעל בית טוט נישט שמעקן,
ווען ער זעט וואס דאס הינטל טוט,
ער כאפט אן א געזונטן שטעקן.
באקלאפט דעם הינטל גוט.

אלכנסדר מוקדון דער גרויסער העלד,
פרס ומדי האט ער געקריגט
איינגענומען די גאנצע וועלט.
און דריווש'ן באזיגט.

א שטעקן שמייסט,
דעם הינט וואס בייסט.
ווייל די קאץ געביסן,
ווייל צוריסן.
די ציג די קליינע,
גאר א שיינע.
חד גדיא,

עס שפרינגט און לויפט,
דער טאטע קויפט.
דעם ציג דעם ווילדן,
פאר צוויי גילדן.
דזבין אבא בתרי זוזא חד גדיא.

פלוצלונג זעט מען פייער פלאמען,
כאפט זיך אן אויף אלע ווענט,
ס'טוט פארברענען אלץ צוזאמען.
דאס שטעקן ווערט פארברענט.

דער גרויסע פייער דער גרויסע גבורה,
וואס ס'איז דאן געקומען,
מלכות רומי הארורה.
די יוונים איינגענומען.

פייער פלאמען,
פארברענען צוזאמען,
דעם שטעקן וואס שמייסט,
דעם הינט וואס בייסט.
ווייל דער קאץ געביסן,
ווייל צוריסן.
חד גדיא,

עס שפרינגט און לויפט,
דער טאטע קויפט.
דעם ציג דעם ווילדן,
פאר צוויי גילדן.
דזבין אבא בתרי זוזא חד גדיא.

--------------------------------

עס פארפלייצט זיך דער גרויסער ים,
און טוט אלץ באדעקן,
עס לעשט אויס דעם פייער פלאם.
וואס האט פארברענט דעם שטעקן.

דער וואסער איז ישמאעל'ס מלוכה,
ותרא באר מים,
גענומען די וועלט מיט גרויס רציחה.
ביז ירושלים.

וואסער פון ים,
פארלעשט דעם פלאם.
ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל פארקלאפט.
ווייל דעם קאץ געביסן,
ווייל צוריסן.
חד גדיא,

עס שפרינגט און לויפט,
דער טאטע קויפט.
דעם ציג דעם ווילדן,
פאר צוויי גילדן.
דזבין אבא בתרי זוזא חד גדיא.

ס'קומט א אקס, אויפן ארט,
און ער גייט אריין אין הויז,
און דאס גאנצע וואסער דארט.
טרינקט ער תיכף אויס.

גוג ומגוג נעמט נקמה,
און ער טוט וואס אים געפעלט,
מיט ישמעאל האלט ער מלחמה.
און נעמט איין די וועלט.

א אקס געקומען,
א טרינק גענומען.
דעם וואסער פון ים,
ווייל פארלאשן דעם פלאם.
ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל פארקלאפט.
חד גדיא,

ווייל דער קאץ געביסן,
ווייל צוריסן.
דעם ציג די קליינע,
גאר א שיינע.
דזבין אבא בתרי זוזא חד גדיא.

דער שוחט כאפט דעם אקס ביים האלז,
און ער לייגט אים גלייך אראפ,
דעם גרויסן חלף נעמט ער באלד.
און ער שחט אים אפ.

משיח בן יוסף אליין,
וועט קומען צו די רשעים אן רחמנות,
טבוח טבח והכן.
און מאכן ביי זיי חרבנות.

דער שוחט איז גערעכט,
דעם אקס ער שחט.
ושתה למיא,
ווייל פארלאשן די פייער.
ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל פארקלאפט.
חד גדיא,

ווייל דער קאץ געביסן,
ווייל צוריסן.
דעם ציג דעם ווילדן,
פאר צוויי גילדן.
דזבין אבא בתרי זוזא חד גדיא.

דער מלאך המות געט א פלי,
מיט זיין גרויסן שארפן שווערד,
און דעם שוחט נעמט ער צו.
ער לייגט אים אויף דער ערד.

אזוי שטייט אין חז"ל קלאר,
דער מלאך המות וועט געבן א נעם,
משיח בן יוסף דעם קדוש וטהור.
אויף קידוש השם.

דער מלאך דער שלעכטער,
דעם שוחט שחט ער.
דשחט לתורא,
אן קיין מורא.
דשתא למיא,
ווייל פארלאשן די פייער.
חד גדיא,

ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל פארקלאפט.
ווייל דער קאץ געביסן,
ווייל צוריסן.
דעם ציג די קליינע,
גאר א שיינע.
חד גדיא.

אוי וויי ואתא הקדוש ברוך הוא דער רוכב בערבות,
לעתיד לבוא וועט ער שחט'ן דעם מלאך המות.

די גאולה שלימה וועט קומען אוודאי,
ווי דערלעבט מען שוין דערצו,
ונשגב ה' לבדו.
ביום ההוא.

דער רוכב בערבות,
שחט דעם מלאך המות.
ווייל דער מלאך דער שלעכטער,
דעם שוחט שחט ער.
ושחט לתורא,
אן קיין מורא.
חד גדיא

דשתא למיא,
ווייל פארלאשן די פייער.
ווייל דעם שטעקן פארכאפט,
ווייל דעם הינטל פארקלאפט.
ווייל דער קאץ געביסן,
ווייל צוריסן.
חד גדיא.

ס'איז נישט קיין סוד,
דער טאטע האט.
אמאל געטראפן,
ארומגעלאפן.
א ציג א קליינע,
גאר א שיינע.
חד גדיא,

עס שפרינגט און לויפט,
דער טאטע קויפט.
דעם ציג דעם ווילדן,
פאר צוויי גילדן.
דזבין אבא בתרי זוזא חד גדיא.

---
דאס איז טרעק 3 אויף די סידי א גוטע שעה.

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » מאנטאג אפריל 07, 2014 10:21 am

למעלה משבעים האט געשריבן:חד גדיא חד גדיא


---
דאס איז טרעק 3 אויף די סידי א גוטע שעה.
איין ווארט האב איך נישט פארשטאנען וואס ער זאגט דארט.



וועלכע?
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אפריל 07, 2014 10:24 am

מוזיקאליש האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:איין ווארט האב איך נישט פארשטאנען וואס ער זאגט דארט.

וועלכע?

למעלה משבעים האט געשריבן:חד גדיא חד גדיא...

אלכנסדר מוקדון דער גרויסער העלד,
פרס ומדי האט ער ?געקוויקט?
איינגענומען די גאנצע וועלט.
און דריווש'ן באזיגט....
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:05 am

אפשר געדרוקט?
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3769
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג אפריל 07, 2014 11:36 pm

צו מיר הערט זיך עס ווי געקריגט ,אבער יעך זעה נישט די גרויסע פראבלעם דער בעל מחבר לעבט נאך געטס עם א ריף אן...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

Forkosh
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 22, 2012 1:09 am

תגובהדורך Forkosh » מיטוואך אפריל 23, 2014 9:11 pm

איך זיך די אידישע ווערטער פון א ניגון קרב יום וואס יענקל אונגאר זינגט ביי יאקאב חוה"מ פסח. אויך אויב איינער ווייסט וועמעס ניגון ס'איז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:49 pm

איך האב נישט די ווערטער, אבער דער ניגון מיט די ווערטער זענען פארפאסט געווארן דורך דעם הורנוסטייפלער רבי'ן פון מילוואקי שליט"א.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט