פיזישע איבערווייזן אויפן טויט לאגער טראבלינקע 2 אפגעפונען!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
פיזישע איבערווייזן אויפן טויט לאגער טראבלינקע 2 אפגעפונען!
נאף 6 יאר זוכען, האבן א גרופע ארכילאגען באוויזען אויפצוגראובען און טרעפען די פונקטליכע פלאץ ווי עס האבן זיך געפונען די גאז קאמערען אינעם טויט לאגער טראבלינקע. טראבלינקע איינס איז געווען א ארבייטס לאגער - און אסאך אסאך לעבענס זענען אבער דארט אויך פארלוירען געגאנגען -, און - אפגעטיילט צוויי קילעמעטטער (בערך 1.2 מייל) - איז געווען טראבלינקע צוויי וואס איז געווען לויטער א טויט מאשין.
אין איין יאר - פון יולי 42' ביז יולי 43' - האבן איבער 900,000 אידן פארלוירן זייער לעבען אין די טרויריג בארימטע לאגער. ביים סוף קריג, האבן די דייטשען ימ"ש פראבירט צו באדעקען די איבערווייזען פון זייערע גרויליגע ארבייט, מיטן צוווארפן און באגראבען אלע פיזישע איבערווייזונגען פון די טויט מאשין. אנדערשט ווי אוישוויץ\ביקאנוי אדער דאכאו וכו' וואס איז געווען אין באנוץ ביזן סוף קריג, איז צוליב דעם וואס די לאגער טראבלינקע איז שוין ארויס פון באנוץ נאך אין 43' איז נישט געווען דארט קיין "באפרייאונג" ווי די סאלדאטען זאלן האבן געקענט זעהן די טויט מאשין, און די נאציס ימ"ש האבן געהאט גענוג אין נאך צייט עס שיין צו צוזאם ווארפן און באדעקען.
די גאנצע ארט ווי די טראבלינקע לאגער האט זיך געפונען, איז געווארן דעזעגנירט אלס א "געדענק פלאץ" קיין גראבענישען איז נישט געווען ערלויבט דארט, און אלעס וואס איז געבליבען אין געווען די פיינפולע זיכרונות פון די געציילטע איבערלעבער פון ווערן געפירט צו א בנין וואס האט אויסגעקוקט ווי א מקוה אדער באדהויז, פון ווי מען איז שוין נישט ארויסגעקומען צוריק.
נאכען באקומען ספעציעלע ערלויבעניש פון די פוילישע רעגירונג - און פון "אידישע אינסטאנצען" (??) אויף צו גראבען אויף דעם ארט, האבן זיי מיט פארגעשריטענע מאשינען, סאפיסטעקירטע לעיזער סקענערס וכו', באוויזען אויפצוכאפען געוויסע ענדערונגען אין די ערד אויף געוויסע פלעצער אין די שטח פון די געוועזענע קעמפ. וואס דאס האט אנגעדייטעד אז עפעס ליגט דארט באהאלטען.
זיי האבן באוויזען צו טרעפען מענטשליכע איבערבלייבענישן - וואס מען האט צוריק באגראבען גלייך אוין ארט ווי מען האט עס געפונען - אין עטליכע פריער אומבאוויסטע מאסן קברים, די גרעסטע 63 ביי 58 פיס גרויס! דאס איז געווען אין טרעבלינקע איינס, וואס איז ניטאמאל געווען עמטליך א טויט לאגער.
אין טראבלינקע 2 האט מען געגראבען אויף עטליכע פלעצער. מען האט אין די ערשטע פלעצער נאר געפונען איבערבלייבענישען פון פארשידענע מיסטען צוזאם געמישט, וואס טוט לויט די ארכילאגען באשטעטיגען די השערה אז די נאציס ימ"ש האבן געברענגט מאטריאל פון ערגעץ אנדערשט צו באגעקען זייער גרויליגע איבערבלייבענישן. אויף א צווייטע ארט - אין טרעבלינקט 2 - האט מען שוין געפינען יסודות און ווענט פון א שטיינענע בנין - די איינציגסטע שטיינענע בנין אינעם לאגער איז געווען די גאז קאמערען - און "טיילס" מיט מגן דוד'ס אריינגעקריצט - אדער ארויסגעשטארט -.
די מגן דוד'ס שטימען מיט די "מקוה" עדות, אז די גאז קאמערען האבן אויסגעזעהן ווי א מקוה, און ווי די איבערלעבער האבן פארציילט "עס זענען געווען מגן דוד'ס, וואס האט עס געמאכט אויסקוקען ווי א מקוה\באדהויז".
די אידן זענען אנדעקומען מיט באנען, מען האט זיי געמאכט איבער לאזן אלע חפיצים אויסטאן די קליידער, און מיט די פאפירן אין די הענט האט זענען זיי געגאנגען א שמאלע וועג ביזן גאז קאממער, און דארט אריין און קיינמאל מער ארויס ר"ל.
ארץ ארץ אל תכסי דמם!! וינקום לעינינו נקמת דם עבדך השפוך, בב"א
בילד נומער 2 און 3 זענען נאכגעמאכטע מאדעלן דורך די פארשער פון די לאגער, איינס איז א 3-D און די צווייטע א "סעטעלייט" בילד.
בילד 4 איז איינע פון די טיילס וואס מען האט געפינען.
און בילד 5 איז ווי זיי האלטן די באדהויז האט אויסגעזעהן לויט איבערלעבער.

לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג מארטש 31, 2014 5:45 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
א שיינעם דאנק לכתחילה.
די חוצפה איז אז מ'דארף נאך באווייזן ווען ס'איז קוים זיבעציג יאר נאכ'ן מערדעריי, א שטייגער ווי מ'וואלט ווען געזוכט ארכילאגישע געפינסן אין עגיפטן אז מ'האט געבאלזאמט די צוראדעלטע פרעה'ס אין זייערע פיראמידן.
בשעת ס'איז געווען צענדליע מענטשן וואס האבן דאס צוגעזען מיט די אייגענע אויגן און ס'איז נאך דא פון זיי בין החיים ! ממש א גרויל.
דאס איז פאר די האלאקאוסט לייקענער.

- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
- AHA
- שר האלפיים
- תגובות: 2007
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 30, 2011 6:14 pm
- לאקאציע: בין פטיש לסדין
אונז ערליכע אידען האבען נאך די מערסטע דערלייגט פונעם קריג, די אנטעסמיטען גלייבען נישט די גאנצע מעשה אין די וואס גלייבען יא האבען אונז געגעבן די מדינה.
אונז וועט שוין נאר דער באשעפער אויסלייזען.
ועלו מושיעים בהר ציון לשפוט את הר עשיו.

איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4055
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
- להגדיל שמו
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3332
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אין פלאץ
צייטליך האט געשריבן:עס כאפט א ציטער בלויז דאס צו ליינען. 900,000 אידן. ניין-הונדערט-טויזענט!!! נפשות זענען דארט בארבאריש אומגעברענגט געווארן.
כ'קען בלויז איבערזאגן דיינע ווערטער:
ארץ ארץ אל תכסי דמם!! וינקום לעינינו נקמת דם עבדך השפוך, בב"א
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
קרעפטיג האט געשריבן:.......
בשעת ס'איז געווען צענדליע מענטשן וואס האבן דאס צוגעזען מיט די אייגענע אויגן און ס'איז נאך דא פון זיי בין החיים!
.......
שוועמל האט געשריבן:אדאנק לכתחלה,
........
אגב, איז דא ניצולים פון דעם לאגער?
דער לעצטער באוויסטער איבערלעבער פון דעם פינסטערן לאגער איז היינט נפטר געווארן אין ארץ ישראל אין עלטער פון 93 יאר. זיין נאמען איז געווען שמואל ווילענבערג.
סך הכל איז געווען באוויסט פון 67 איבערלעבער פון דעם קעמפ, און ער איז געווען דער לעצטער. שמואל אליין האט דארט פארלוירן צוויי שוועסטערס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
וויקיפעדיע זייטל איבער שמואל ווילענבערג ע"ה
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
יאר אלט ליאן טייץ
לויט באריכטן איז נאך דא נאך א איבערלעבער פון טראבלינקע, דאס איז די 89 יאר אלט ליאן רייץ פון שוועדען.
שמואל איז נאך אלס די לעצטער איבערלעבער פון די אויפשטאנד אינעם לאגער, אבער ליאן האט איבערגעלעבט ווייל ער איז אנטלאפן מיט נאך צוויי אידן, פון וואס צוויי האבן איבערגעלעבט.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, עפעס וואס ר' בנציון ווידער האט מסביר געווען אויף א אינטערוויו אויף קול מבשר, אז עס זענען פאקטיש נישטא גארנישט קיין איבערלעבער פון די טראבלינקע לאגער, און עס זענען קיינמאל נישט געווען!! די לאגע רהאט קיינער נישט "איבערגעלעבט". נאר יד עטליכע צענדיגער וואס זענען געבליבן לעבן זענען פשוט געבליבן פון א אויפשטאנד אדער אנטלאפן.
איבערגעלעבט האט קיינער! אנדערש ווי אנדערע לאגערן - אריינגערעכענט אוישוויץ - ווי עס זענען יא געטראפן געווארן איבערלעבער ביים באפרייאונג. איז אבער טרעבלינקע געווען נאך מער ברוטאל.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:קרעפטיג האט געשריבן:.......
בשעת ס'איז געווען צענדליע מענטשן וואס האבן דאס צוגעזען מיט די אייגענע אויגן און ס'איז נאך דא פון זיי בין החיים!
.......שוועמל האט געשריבן:אדאנק לכתחלה,
........
אגב, איז דא ניצולים פון דעם לאגער?
דער לעצטער באוויסטער איבערלעבער פון דעם פינסטערן לאגער איז היינט נפטר געווארן אין ארץ ישראל אין עלטער פון 93 יאר. זיין נאמען איז געווען שמואל ווילענבערג.
סך הכל איז געווען באוויסט פון 67 איבערלעבער פון דעם קעמפ, און ער איז געווען דער לעצטער. שמואל אליין האט דארט פארלוירן צוויי שוועסטערס.
לויט באריכטן איז נאך דא נאך א איבערלעבער פון טראבלינקע, דאס איז די 89 יאר אלט ליאן רייץ פון שוועדען.
שמואל איז נאך אלס די לעצטער איבערלעבער פון די אויפשטאנד אינעם לאגער, אבער ליאן האט איבערגעלעבט ווייל ער איז אנטלאפן מיט נאך צוויי אידן, פון וואס צוויי האבן איבערגעלעבט.
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן, עפעס וואס ר' בנציון ווידער האט מסביר געווען אויף א אינטערוויו אויף קול מבשר, אז עס זענען פאקטיש נישטא גארנישט קיין איבערלעבער פון די טראבלינקע לאגער, און עס זענען קיינמאל נישט געווען!! די לאגע רהאט קיינער נישט "איבערגעלעבט". נאר יד עטליכע צענדיגער וואס זענען געבליבן לעבן זענען פשוט געבליבן פון א אויפשטאנד אדער אנטלאפן.
איבערגעלעבט האט קיינער! אנדערש ווי אנדערע לאגערן - אריינגערעכענט אוישוויץ - ווי עס זענען יא געטראפן געווארן איבערלעבער ביים באפרייאונג. איז אבער טרעבלינקע געווען נאך מער ברוטאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 313
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 5:18 pm