"בי.פי.די." ליידנדע (באשריבן אין המספיק גאזעט)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » פרייטאג אוקטובער 04, 2013 12:07 pm

געלעגער האט געשריבן:מתבונן. דיינע ווערטער קעגן אונז אייוועלט ליינער איז געווען סארקאסטיש אדער מיט ווייטאג?

ווייטאג.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » פרייטאג אוקטובער 04, 2013 12:33 pm

join us האט געשריבן:
Alien האט געשריבן: מיינסט אוודאי צו זאגען, ביז דער בפד וועט איינזען אז די איינציגע וועג זיך צופארשטיין מיט זיינע ארומיגע, איז זיך צו טוישען. (ער כאפט טאקע נישט...?)


אז ער כאפט נישט דעמאלדס איז א שאד פאר די ארומיגע צוגיין פאר העלפ ווי אזוי זיך צובאגיין מיט אים. און וועגן נישט משוגע צו ווערן דארפן זיי נישט וועלן בלייבן ביים ליידן


די העלפ פאר די ארומיגע איז נישט ער זאל כאפען, עס איז פאר חיזוק און צו קענען אנגיין ווי ווייט מעגליך, און צו קארנערען די בפד אויפצוהערען מיט זיין אגענדע.

join us האט געשריבן: און וועגן נישט משוגע צו ווערן דארפן זיי נישט וועלן בלייבן ביים ליידן

האסט אנגעכאפט א האקעלע פוינט.
וואס טוט זיך ווען מען איז געבינדען?
ואכמ"ל בזה.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג אוקטובער 04, 2013 5:01 pm

מתבונן האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:מתבונן. דיינע ווערטער קעגן אונז אייוועלט ליינער איז געווען סארקאסטיש אדער מיט ווייטאג?

ווייטאג.

טוט מיר זייער וויי צו הערן. אפשר קומט עס פשוט פון ווייניג ידיעה אין דעם ענין. אז איר וועט מער שרייבן וועט מען מער וויסן?

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3262
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מוצ"ש אוקטובער 05, 2013 8:25 pm

מענטשן וואס ליידן פון א אינדיווידועל וואס איז ביפידי, אויב/ווען זיי גייען צו א טערעפיסט, אויב דער טערעפיסט וויל אייך אנצייגן וויאזוי מען גייט יענעם פארעכטן, שטייט אוועק, אויב יענער וויל אייך לערנען וויאזוי צו לעבן דערמיט, דאס איז די ריכטיגע מהלך

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג מארטש 23, 2014 1:10 am

ווי איך געדענק איז געווען באשריבן אין מעלות דערוועגן, קען עס איינער ארויף לאדענען לזכות הרבים?
ייש"כ
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » זונטאג מארטש 23, 2014 1:15 am

די מעלות איז מסכים?
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג מארטש 23, 2014 1:31 am

גערעכט.
נישט געטראכט דערפון.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 30, 2014 7:38 pm

תשס"ד האב איך געליינט די מעלות פון בי פי די און באשלאסן אז מיין בני בית ווען זי וועט שרייען, וועל איך לערנן טאנצן... פארשטייט זיך איך האב נישט געזעהן קיין פירות... ס'האט גערעגנט און גע'בוכה'ט, ביז איך האב געכאפט אז "מ'מוז זיך יא וויסענדיג מאכן ווען זי שרייט" עכ"פ ביי מיר. און דייקא יא פרובירן צו בארואיגן דעם מצב, און איך האב באשלאסן אנצונעמען אן אנדערער מהלך און ס'האט זיך ארויסגעוויזן אז איך בין נישט געגאנגען ריכטיג... נעבעך פאר איר פיין און פלאג... וואס וויל איך דא זאגן,

אז איך האב פשוט נישט געוואוסט אז פרויען קענען זיין שרייערלעך... אזוי פון צייט צו צייט, ס'איז נישט די אויסגעגאסענע קלעפיגע אראנדזש דזשוס, ס'איז די כח העצרה וואס פילט זיך איבער אירע גרעניצן, און ס'נעמט זיך גיסן.

מ'דארף פשוט אויסהערן מיט הכנעה און פארשטיין פארוואס זיי שרייען. אן עכטער בי פי די לויט ווי מעלות האט באשריבן, בעט קיינמאל נישט איבער. איך כשלעצמי האב נאך נישט געטראפן נאר געציילטע, געציילטע מיט בי פי די.

נישט אלעמאל אז דער שותף פייניגט קומט עס פון בי פי די, ס'קען קומען פון אנגעשטרענגטע נערווען, און משרייט... ס'מיינט גארנישט, מ'לאזט עס אויסבלאזן געזונטערהייט און מ'זעהט אז זי זאל טאקע אלעס ארויסבלאזן און ביי מיר האט זיך מיין מצב אינגאנצן געטוישט, אויף אזוי ווייט, אז דייקא דורכ'ן יא אויסהערן און איבערבעטן בשעת'ן שרייען האט עס בארואיגט די מצב ביז נישט צום דערקענען. ממש רואיגקייט...

א גרויסער פסיכאלאג האט מיר געזאגט "ווען זי שרייט, מאך דיך (פארשטייט זיך, נישט מיט רשעות) ווי עפעס א ווינט בלוזט אינדרויסן.

בקיצור נישט יעדער דארף גיין מיט אגרעסיע, מ'דארף שוקל זיין.

אן עכטער בי פי די "איז אלעמאל בי פי די" אלעמאל קאנטראלירן, און זיך רעגן. און ארויסציען דיין מארך.

והשם ישמור אותנו מאוד מטעות
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » זונטאג מארטש 30, 2014 7:47 pm

דאנק דער פון אויבן אז זי איז נישט בפד. איך ווייס ליידער פון עטליכע פעלער. הער נישט אויף צו דאנקן.
בי פי די האט צוויי פראבלעמען ווי דו האסט בארירט. איינס ווען איינער איז בי פי די. און די צווייטע פראבלעם איז ווען מען שמירט עס ארויף אויף איינעם אויף די אייגענע האנט. ס'איז א גרויסע אחריות.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 30, 2014 8:06 pm

יארן, יארן, האט גענומען ווילאנג כ'האב געטוישט צום יעצטיגן מהלך. יארן פון פיין און עגמת נפש, קולות וברקים ועוד...

ביז איך האב אנגענומען א מהלך אז ווען זי שרייט "פארענטפער איך מיך יא" אנדערש ווי מ'דארף טון ביי א בי.פי.די.

ביי א BPD איז ממש א סכנה זיך וויסענדיג צו מאכן, ס'מאכט ערגער in the long run, ווי מ'זאגט.

אבער ס'איז אנדערש ביי א non bpd.

דא מעג מען יא זיך געהעריג וויסענדיג מאכן און אויסהערן און בארואיגן.
ביידע קענען פייניגן דאס זעלבע, אבער ביי יעדעם פון די צוויי איז אנדערש די תגובות.

בעת ביי א בי פי די טאר מען נישט זיך בעטן רחמנות ווייל ס'מאכט נאר ערגער לא עלינו

איז ביי איינער וואס איז נאנ-בי פי די, פארבעסערט עס גאר, און שטעלט איר אריין אין א געוואלדיגער הכנעה וענוה, און רואיגקייט. און ס'איז גורם אז די אטאקעס זאל ווערן ווייניגער און ווייניגער ביז אויס.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » זונטאג מארטש 30, 2014 8:11 pm

זיך בעטן ביי א בפד שאפט דעם מידות קראנקן בפד א מוראדיגן הנאה. און וואס טוט א מענטש ווען ער האט הנאה פון עפעס?
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 30, 2014 8:16 pm

ער טוט עס נאכאמאל...
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג מארטש 30, 2014 8:49 pm

נשמה האט געשריבן:געליינט די מעלות פון בי פי די און באשלאסן אז מיין בני בית ווען זי וועט שרייען, וועל איך לערנן טאנצן... פארשטייט זיך איך האב נישט געזעהן קיין פירות...

"באשלאסן" פון "לייענען מעלות" אז ווען זי שרייט האט זי בפ"ד? :shock:

כ'מיין, וועלכע פרוי שרייט דען נישט? :wink:
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 30, 2014 8:52 pm

ביענטע אני מדבר
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 30, 2014 8:58 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:געליינט די מעלות פון בי פי די און באשלאסן אז מיין בני בית ווען זי וועט שרייען, וועל איך לערנן טאנצן... פארשטייט זיך איך האב נישט געזעהן קיין פירות...

"באשלאסן" פון "לייענען מעלות" אז ווען זי שרייט האט זי בפ"ד? :shock:

כ'מיין, וועלכע פרוי שרייט דען נישט? :wink:

וואס? דו האסט אויך אזאנס?
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 30, 2014 9:11 pm

דער אמת איז אבער לויט ווי איך האב נאכגעהערט פון די מחבר פון "מענער זענען פון מארס פרויען פון ווענוס".

דארף עס צו זיין אן עמטליכע ערשיינונג יעדע חודש איינמאל, זיך אויסליידיגן.

איך האב טאקע נישט געוואוסט אז א פרוי קען דאס אויך...

מיין סטעטמענט אז מ'דארף גיין מיט גוטן אפילו ווען מ'איז קלאר ביי זיך אז מ'איז אן אומשילדיג שעפעלע, איז קלאר ביי מיר...

די כלל איז אז ווען די build-in mic system צינד זיך אן. מוז מען זיך 'יא' וויסענדיג מאכן און בארואיגן(פארשטײַט זיך אויב מ'איז נישט קיין קלארער BPD) .

קענסט מיר נישט קומען זאגן אז יעדע פרוי שרייט, ווייל איך האלט אז איך בין זייער אומשולדיג, נאר איך האלט אז פונדעסט וועגן דארף מען זיך יא וויסענדיג מאכן און בארואיגן "יא" בארואיגן..
אסאך אירע מיינען "זי איז א 'זעקסער' עלעכער ווייזן.
אבער ס'נישט אזוי
זעקסער שמעקסער, וויסענדיג מאכן דארף מען זעך.

און איך רעדט דא פון האבן אויסגעטרייט ביידע מהלכים. איינס מאכט צרות און ס'צווייטע ארבעט פיין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מארטש 30, 2014 9:18 pm

כ'וויל נישט פארפאטשקענען דעם שמועס, אבער אויב די פרויען וואלט דא געווען, וואלט זיי מסתם אויך הערשט געוואויר געווארן אז... א מאן קען אויך אמאל שרייען (יא?) און אפי' נישט זיין בי פי די... :smile: :smile: 8.)
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 30, 2014 9:22 pm

א מאן וואס שרייט, איז א ביטערע צרה. ווייל מה-דאך א פרוי וואס איז שוואכער ווי א מאן, און דער מאן האט איר אין די לעצטע האר פון די לינקע פאה, שרייט. יעצט טראכט א מאן וואס שרייט ווי painful ס'איז.
נאר וואס דען, די פרוי וועט numb. און שוין
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג מארטש 30, 2014 9:25 pm

יעדע פרוי שרייט, איינע מער איינע ווייניגער. ערב פסח, ערב שבת, מוז נישט זיין אז זי שרייט אויף איינעם. זי שרייט...

לדוגמ'
נאכן אויפקלינען די גאנצע הויז, נאכן שווער ארבעטן דאנערשטיג און א גאנצן פרייטיג, און א שעה פארן זמן האט א קינד אויסגעגאסן א פלאש אויל וואס דער טאטע האט אנגעגרייט צו מאכן די ליכט, אוודאי גייט קומען א פארציע שבע ברכות אזוי ווי עס דארף צו זיין, אבער, זי שרייט דען אויף דיר???

אזוי ווי יעדע האט מוד'ס און צייטן... הארמאנס קענען זיך צעשפילן...

אוודאי שפילן די מידות פונעם מענטש מיט, א פרוי מיט בעסערע מידות וועט מער ארבעטן אויף זיך וכו'.

אויך איז עס תלוי אין די שטוב פון ווי זי קומט, דער חינוך צו שרייען...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 30, 2014 9:26 pm

איינער האט פארציילט, אז ביים שכן ווען דער שבת בעל צינד זיך אן, צינדן זיך אן נאך צוויי בעלס.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג מארטש 30, 2014 9:28 pm

@שויתיניק: גערעכט!
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר ולשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג מארטש 30, 2014 9:42 pm

כהמשך צו דעם איטרעסאנטן שמועס פון כעס ביי מענער און ווייבער, וואלט געווען כדאי מעתיק צו זיין א שטיקעל גמ' (סוטה ג':) און פארשטיין וויאזוי עס שטומט מיט די מציאות און וואס פונקטליך איז די כוונה פון די גמרא.
א"ר חסדא זנותא בביתא, כי קריא לשמושמא (ופיר"ט, קריא, תולעת של שמושמין האוכלתן, כך הזנות מחרבת את הבית), תוקפא (ופירש"י, תוקפא, כעס) בביתא כי קריא לשומשמא. אידי ואידי באיתתא, אבל בגברא לית לן בה, ופירש"י, באיתתא, כשהאשה מזנה או כעסנית, לפי שהאשה מתעסקת בזנוניה ואינו עושה מלאכתה ולא משמרת ביתה ומפקרת את של בעלה למנאפים, עכ"ל.
הנראה מדברי הגמ', אז דווקא ווען די פרוי איז אין כעס מאכט עס חרוב די שטוב אבער נישט ווען די מאן איז אין כעס, ווייל די פרוי דארף קער נעמען און האלטן די שטוב אין סדר, און ווען זי איז אין כעס איז צרות, איז די שטוב צוווארפען.
וועלן נאך קומען די מענער און זאגן, שוין איך דארף נישט אזוי אכטונג געבן נישט צו זיין נערוועז, איך וועל נישט אזוי קאליע מאכן די שטוב אויב איך רעג מיך... ווען די מציאות איז זייער שטארק אז אפילו ווען די מענער רעגן זיך אינדערהייים מאכט עס אן א פאניק אין שטוב און סאיז פונקט אזוי צרות. נישט אומזינסט זאגט די משנה אז אל יטיל אימה יתירה בתוך ביתו, און דאס איז געזאגט געווארן פאר די מענער.
בפשטות דארף מען זאגן אז די גמרא דא אין סוטה באציט זיך בעיקר צום פראבלעם אז די מענער ווערן לויז אין זייער יחס צו זייערע ווייבער און זייער יצה"ר קען זיי מער איבעררעדן צו טון עבירות ווי רש"י ברענגט ארויס, ממילא ליגט דאס אן אחריות אויפן פרוי זיך צו האלטן אין די ראמען כלפי איר שטוב, אז אזוי זאל דער מאן זיך אויך האלטן אין די ראמען, און דאס איז די עיקר דגוש אז עס ווערט כי קריא לשומשמא. אבער די גמרא רעדט נישט דא כלפי די נפשיות'דיג נזק וואס קומט ארויס פון זיין נערוועז אין שטוב, וואס דאס איז די משנה פון אל יטיל אימה יתירה.
נייגעריג וואס דער עולם זאגט.
בכל אופן ליגט דא א גרויסע אחריות אויף די פרויען זיך מער אכטונג צו געבן זיך צו האלטן רוהיג.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » זונטאג מארטש 30, 2014 9:46 pm

אמת. אבער עס קוקט אויס ווי בי פי די מיט א פרוי איז איין זאך... מען מאכט דא א מיש מאש.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג מארטש 30, 2014 9:52 pm

Alien האט געשריבן:אמת. אבער עס קוקט אויס ווי בי פי די מיט א פרוי איז איין זאך... מען מאכט דא א מיש מאש.


כהאב מיך נישט מתייחס געווען צו די בפד חלק. פרויען, כעס און בפד, האבן נישט קיין דיירעקטע שייכות, הגם עס גייט געווענליך צוזאמען. אז מהאט גערעד פון כעס האב איך שוין מגיב געווען אויף דעם פרט.
בכל אופן, מדארף טאקע אכטונג געבן נישט אנצוקוקען יעדע כעסן ווי א בפד ליידענדע, און ווי נשמה האט אזוי שיין צולייגט, האט דאס א אנדערע מהלך.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » זונטאג מארטש 30, 2014 9:54 pm

זעמער אויפן איין פעידזש.
ביטע זיך האלטן צום שמועס.
Alien
פה לבנה יצ"ו


צוריק צו “געזונטהייט”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט