זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די עליוועטער איז נישט צעבראכן, די מענטשן קענען נישט גרייכן אן א בענקל העכער נומער 2.
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

תמהואומר האט געשריבן:אין יעדן דור ווערט דער עלעוועיטער שוואכער און שוואכער, בדרך כלל ווייסט מען אז די תנאים זענען געווען גרעסער ווי אמוראים וכו' וכו'

געוואלטיג! ממש דאס האב איך געפרעגט ודו"ק, און עכ"ז האט דער רמב"ם בדורו געשריבן דבריו הקדושים
טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

די מיוזיק פון מנוחה כי טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

די מיוזיק אין די הונטערגרינד מיין איך צו זאגן אז ס׳איז גוט געמאכט לויט די ווערטער וואס ער רעדט. למשל ער רעדט דארט פון שבת, מאכט ער א ניגונ׳דל פון שבת. אונזערע יודעלעך קענען גוט שפילן די בעקראונד מוזיק. שטייסט? ער היפנאטייזד נישט. זעהט אויס אז ער האט עס געוואלט מאכן דאס קורצסטע מעגליך פאר פאריאגטע מאמעס.
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

האט מען דאך שוין פארענטפערט דעם רמב"ם
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

אידעלעך פראבירטס און נאכדעם רעדטס
איים סארי פארן אריין מישן משה רבינו און די נבאים אין פיקטשער, די עצם זאך פון מידטציה איז גוט, פארזיכט עס און דערנאך לאמיר זיך צוזאמען הייבן העכער און העכער
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

איך האב נישט ארויס גענוי וואס דער 'מנוחה כי טוב' סידי איז פונקטליך. איז פאראן ערגעץ א פריוויא דערפון?
הנותן לשכוי בינה...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אז מ׳זאל יעדן טאג רילעקסן די טיפסטע מעגליך. און אזוי וועט מען קענען בעסער פונקציאנירן
פארשטייסט?

רוב מענטשן זענען זייער סטרעספול. אפילו ווען מ׳כאפט זיך נישט.

מ׳ווערט צומאל אזוי סטרעספול אז דאס ווערט שוין די ׳נארמאל׳ און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס מ׳שרייט אויף יעדע פיצי זאך.

בקיצור ס׳איז א רילעקסעשאן פראגרעם וואס מ׳הערט און ער שלאגט פאר וואס צו טון, ווי צומאכן די אויגן, אטעמען רואיג און טיף, און ספעציעל דיזיינט מיוזיק אין די בעקראונד, איז ס׳געוואלדיג. ס׳בארואיגט. דאס איז נאר אין קורצן
ס׳געווען אדווערטייזט אויף די ווענט צווישן די אדר טיי אווענטס.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

די אופן וויאזוי מ׳הערט עס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך בין צוויי נשמות

איין נשמה איז ווען איך בין הויעכשטאפלעריש, און איך קוק יעדן אן פון ווי יעדער קוקט מיר אן, דהיינו פון קעגן איבער אראפ. און דאן בין ׳איך׳ א הויעכגעשעצטער ׳טאטע׳ מיט א פעסטן שכל וואס לאזט זיך נישט ׳פארנארן׳ פון קיינעם און ׳האלט קאפ׳ צו דערגיין דעם הונטערליגענדן פשט פון יעדע זאך,
מיט אזוינע חשדנות׳דיגע אויגן צו כאפן יעדן ׳שקר׳ און ׳נארישקייט׳ פון מענטשן ארום און פון מיר אליין. להבדיל בין החכמה ובין שאינו חכמה, און צומאל קען מען פלאצן פון מיין ׳איך׳.

אבער דאס טויג נישט ווען מ׳הערט סיי וועלכען רילעקסעשאן פראגראם.

ביי א רילעקסעשאן פראגראם מוז איך ווערן מיין אנדער נשמה, וואס ליגט טיפער באהאלטן.

איך מוז מיך אינגאנצן איבערגעבן ווי א קליין דריי יעריג יונגעלע אין די הענט פון דעם וואס רעדט. און אויב נישט...

און אויב נישט ארבעט עס נישט...

פון אנהייב דעם סעשאן, דארף איך מיך לאזן פירן און אויפהערן צו אנאליזירן צווישן קלוג און נאריש.

מ׳מוז, און איך באטאן נאכאמאל, מ׳מוז ווערן א בעיבי.

ווייל דער הונטערבאוואוסטזיין גייסט, האט נישט קיין שום לאגיק. און כדי איהם ארויפצוברענגען טאר איך נישט נוצן אנאליזירונג און הבדלה.

בקיצור, איז די רעדע דא פון דעם הונטערבאוואוסטזיין געדאנק. און דייקא ווען דער מענטש איז א ׳נאר׳ און א ׳בעיבי׳ (בייבי) דייקא דאן געט מען זיך איבער דאס גאנצער ׳שכל׳ אין די הענט פונעם ׳רעדנער׳. און מ׳הערט אויף צו אנאליזירן, און מ׳הייבט זיך אן צו לאזן פירן. דייקא דאן גייט עס א מחי׳ בעזרת השי״ת.

און אויב איך בין קלוג, וועל איך מיך לאזן אריינארן אין די קלוגסטע זמן פון טאג וואס דאס איז די דריי און צוואנציג מינוט פון ׳מנוחה כי טוב׳.

שא! זאג נישט קיינעם אז איך לאז מיך פארנארן צו א קלוגן מעטאדע פאר אפאר מינוט א טאג.
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

תרנגול האט געשריבן:איך האב נישט ארויס גענוי וואס דער 'מנוחה כי טוב' סידי איז פונקטליך. איז פאראן ערגעץ א פריוויא דערפון?


דא האט איר אויסצוגן פונם רייכן צוגאבע-ביכל וואס קומט מיט דעם מנוחה כי טוב CD:


"וואס איז רילעקסעישן?

רילעקסעישן איז ברייט אנגענומען און ווערט אסאך פראקטיצירט אין דער אלגעמיינער וועלט. דער מעטאד איז באשטעטיגט און רעקאמענדירט דורך עקספערטן אלס געזונטער מיטל זיך צו באפרייען פון סטרעס – נאכלאזן די אנגעצויגנקייט און אריינפירן דעם מוח אין א רואיגער שטימונג.

א רילעקסעישן סעסיע נעמט נישט מער ווי עטליכע און צוואנציג מינוט. אין אנהויב איז ראטזאם עס צו טאן אין דער באגלייטונג פון א רעקארדירונג, וואס דינט אלס א וועגווייזער צו די געוואונטשענע געדאנקען און פעולות. מיט דער צייט קען מען זיך אבער לערנען עס צו טון אליין.

דער ציל פון דער סעסיע איז צו בארואיגן דעם מענטש, סיי פיזיש און סיי גייסטיג. דורכאויס דעם רילעקסעישן איז דער מענטש דעריבער מצמצם זיין קאנצענטראציע אויף די צוויי געביטן: דער אטעם (פיזיש) און די געדאנקען (גייסטיג).

דער אטעם שפילט א וויכטיגע ראלע אין דער רואיגקייט פון דעם מענטש. דער קערפער דארף האבן קראפט צו פונקציאנירן, און די דאזיגע קראפט איז אקסיגען (oxygen). דאס גייט אויך ארויף אויפן מוח, וואס איז א פיזישער ארגאן, כאטש עס פירט אויס א גייסטיגע פונקציע.

פון וואו באקומט דער קערפער אקסיגען? ווען דער מענטש אטעמט איין, שעפט ער דערביי אקסיגען פון דער לופט. דער אקסיגען גייט אריין אין די לונגען, וואס פירן עס אריין אין דעם בלוטשטראם. דאס בלוט ווערט דורך די אדערן צעשפרייט צו אלע טיילן פון קערפער, אריינגערעכנט דער מוח.

ווען דער גוף און דער מוח באקומען נישט גענוג לופט, האבן זיי נישט גענוג אקסיגען אויף וואס צו פארן, און זיי קענען דעריבער נישט פונקציאנירן געהעריג. אוודאי וועלן דער גוף און מוח נאך דינען דעם מענטש מיט זיינע סאמע וויכטיגסטע געברויכן, אבער עס וועט זיין ווי א סעלפאן אין א געגנט פון שוואכע סערוויס. דער מוח וועט פשוט נישט קענען צושטעלן קיין "סערוויס" מיט דער פולסטער קראפט, און וועט נישט קענען טראכטן מיושב'דיג; דער גוף וועט זיין אפגעשוואכט אדער ברענגען שמערצן.

דאס קען מען קלאר זען ביי מענטשן וואס זענען אויף א רעספּעראטאר ל"ע, אז זייער קאנצענטראציע און געדאנקען ווערן אפעקטירט. דאס קומט פון דעם וואס די אומנאטירליכע אטעמס פון דעם רעספעראטאר גיבן נישט דעם גוף און מוח די געפאדערטע מאס אקסיגען. אזוי איז אויך, אויף א שוואכערן פארנעם, ווען א מענטש נעמט זיך נישט די צייט איינצואטעמען געהעריג.
"על כל נשימה ונשימה תהלל י-ה." אויף יעדן אטעם דאנקען מיר דעם באשעפער, ווייל דורך דעם אטעם האלט זיך די נשמה אינעם גוף. אן אטעמען איז נישטא קיין נשמה אין דעם גוף. נשָׁמה און נשִׁמה האבן א נאנטן שייכות, ווי עס איז צו זען פון זייערע אייניגע אותיות. און אז מען האט א בעסערן אטעם האט מען מער נשמה, מער חיות.

דאס ווארט "רוּחַ" שרייבט זיך גענוי ווי דאס ווארט "רֵוַח". מיט רוּחַ – לופט – איז דא רֵוַח – פלאץ אין גוף און מח. עס איז ווי מען זאל צולייגן א גרויסן פליגל אויסצוברייטערן דעם טיש. אז דער טיש באקומט נאך פלאץ, קען מען ארויפשטעלן מער זאכן דערויף.

רש"י הקדוש ברענגט אויף דעם פסוק אין פרשת וארא "ולא שמעו אל משה מקצר רוח": פארוואס האבן די אידן זיך נישט געקענט צוהערן צו משה רבינו? ווייל, "מקצר רוח" – עס האט געפעלט רוח. אויף דעם זאגט רש"י, "כל מי שמיצר רוחו ונשימתו קצרה ואינו יכול להאריך בנשימה" – יעדער וואס איז ענג אין אטעם, איז "ולא שמעו אל משה" – קען זיך נישט קאנצענטרירן און הערן וואס מען רעדט צו אים.

וואס טיפער דער אטעם איז, אלץ מער אקסיגען נעמט מען איין, און אלץ רואיגער זענען דער גוף און מוח. ווען דער מענטש שלאפט אדער ליגט אטעמט ער זייער טיף, און יעדער אטעם איז לאנג. אזוי האלט דער גאנצער מענטש זיך רואיג. ווען מען לויפט איז דער אטעם שווער און קורץ, און דעריבער איז דער גאנג האסטיגער.

ווען מען אטעמט נישט גענוג טיף ווערט מען מער אנגעצויגן. ווען דער מענטש איז אנגעצויגן איז זיין קערפער אויך אומרואיג. די קורצע, שווערע אטעמס ברענגען אים נישט אריין גענוג אקסיגען, און דאס מאכט אז זיין מח און גוף זאלן נישט פונקציאנירן ווי געהעריג.

ווידער ווען מען אטעמט טיף, שיקט מען אריין א פלוס פון אקסיגען וואס צעעפנט דעם גוף און מוח. אין אנדערע ווערטער, דער מוח ווערט אויסגעברייטערט מיט א געבענטשטער הרחבה, וואס ברענגט די אויבנדערמאנטע געוואונטשענע תוצאות. דאס איז א פשוט'ע געזעץ פון נאטור, וואס יעדער מענטש קען אויספרואוון פאר זיך.

דער ערשטער שריט איז איינצונעמען שטייטע, טיפע און פולע אטעמס. מען אטעמט אריין לאנגזאם, גענצליך אנצופילן די לונגען. וויבאלד די לונגען זענען אנגעפילט, האלט מען איין דעם אטעם אויף א סעקונדע, און דערנאך בלאזט מען עס לאנגזאם ארויס, פרובירנדיג דערביי ארויסצולאזן די גאנצע איינגעאטעמטע לופט. דאס ברענגט א שטראם פון גענוג לופט אנצוקומען צו אלע טיילן פון קערפער, ברענגענדיג דעם גוף צו ארבעטן רואיגער און לאנגזאמער.

פרובירט עס אליין. נעמט אראפ צען מינוט צו בלויז אטעמען לאנגזאם און טיף.
אטעמט פאמעליך און טיף, ווי פריער אנגעוויזן, און דאן פארגלייכט דעם קערפערליכן צושטאנד צו פריער.

שפירט איר אנדערש ווי פריער?
שפירט איר אביסל רואיגער?
שפירט איר אביסל בעסער?
אויב זענט איר ווי רוב מענטשן, וועט דער ענטפער זיין יא. ס'איז כמעט אוממעגליך צו בלייבן פונקט אזוי אנגעצויגן ווי פריער.




די געדאנקען
אטעם-מוח-קערפער זענען צונויפגעפלאכטן איינס אין צווייטן, און איינס פירט צום אנדערן. דער אטעם איז משפיע אויף דעם מוח, און דער מוח אויף דעם קערפער.

דער מוח און דער גוף זענען נאנט פארבונדן איינער מיטן צווייטן. א געדאנק אדער געפיל וואס דער מוח טראכט אדער שפירט, האט א דירעקטע ווירקונג אויף דעם קערפער. עס איז אפשר שווער צו פארדייען וויאזוי עס שאפט זיך אזא נאנטער פארקער צווישן אזעלכע צוויי היפוכ'דיגע זאכן; איז עס אבער א פאקט, און מיר אלע זענען עדות דערצו.

ווען א מענטש איז בשמחה, וועלן זיינע ליפן שמייכלען, דאס פנים וועט לאכן, דאס מויל וועט זינגען, און די הענט און פיס וועלן טאנצן – הגם דאס געפיל איז גייסטיג, און די רעאקציע איז פיזיש. אויב דער גייסט איז בעצבות, וועט דאס פיזישע פנים ווערן פארזויערט,און דער מענטש וועט פארקלאפן מיט די הענט, קרעכצן, זיפצן אדער וויינען. צומאל וועט מען, אין אזא מרה שחורה'דיגער שטימונג, פילן א פיזישע ווייטאג אדער שוואכקייט אין קערפער.

איר האט אפשר שוין אמאל בייגעוואוינט – אדער האט מיט אייך אליין פאסירט – אזא סצענע:
איר שטייט אויפן צוואנציגסטן שטאק פון א בנין און ווארט אנצוקומען אונטן. אט-אט פארשפעטיגט איר דעם באס אהיים, אבער דער עלעוועיטאר ווערט קענטיג אויפגעהאלטן אויף יעדן שטאק אונטער אייך. אין מוח דריקט און ברענט, און דער פינגער... דריקט דאס קנעפל איינמאל. און נאכאמאל. און נאכאמאל. שטארק.

איי, וואס וועט דאס נאכאנאנדער דריקן העלפן?

גארנישט. דאס קנעפל האט שוין נאכן ערשטן דרוק געטון אלעס וואס עס קען: זיך אנגעצונדן, און מודיע געווען דעם עלעוועיטאר אז עמיצער ווארט אויף אים ביים צוואנציגסטן שטאק. דער צווייטער און דריטער דרוק איז ווערד דאס זעלבע ווי דאס קראצן דעם קאפ, בייסן די נעגל, טופען מיט די פיס, און אלע אנדערע נערוועזע אויסדריקן וואס מיר ניצן אין אזעלכע פעלער.

מיר ווייסן גענוי אז מיר טוען גארנישט אויף דערמיט. אבער מיר פארשטייען דערביי אויך, אז די פעולה האט קיין שום שייכות מיט אייער לאגיק. דער קערפער איז עפעקטירט פון דעם מוח'ס אנגעצויגנקייט, און פירט זיך אויף לויט דעם – אן זיך דורכרעדן אינצווישן מיט אייך. דער מוח איז משפיע דירעקט אויפן קערפער, ווי עס איז צו זען אין דער פאלגנדער שילדערונג:


שרגא גייט אוועק פון אפיס נאך א טאג ארבעט, שפירנדיג ווי ער טראגט די וועלט אויף זיינע פלייצעס. די מיטארבעטער האבן היינט עפעס נישט קאאפערירט. ער איז געבליבן א שעה אווערטיים, אבער מיט דעם אלעם האט ער פארפאסט זיין דעדליין. דערצו האט ער געמאכט א טעות וואס וועט אים געבן מארגן אסאך ארבעט צו פאררעכטן. צו אלע צרות האט ער אויפן וועג ארויס פון אפיס באקומען א טעלעפאן קאל, וואס האט אים געברענגט א פרישן, אומגעראכטענעם קאפ-ווייטאג וואס וועט אויפנעמען די ערשטע פאר שעה פון זיין מארגנדיגן טאג.

קוים אנגעקומען אונטן. ער זעצט זיך אריין אין קאר און פארהאקט די טיר. אנקומענדיג צו זיין הויז שפרינגט ער ארויס פון קאר, און עספיעט אויפן וועג צו פארהאנקען דאס צעעפנטע שוך בענדל. ער לויפט ארויף די טרעפ, דאס האלז כמעט דערשטיקט פון די קולות וואס האלטן אט ביים ארויספליען. ער פראלט אויף די טיר אן קלאפן, די שלייפן קלאפנדיג האסטיג און דאס פנים איבערגעהיצט פון דער אנגעצויגנקייט וואס ווארט אויף דער רגע צו קענען ארויספלאצן פון איר קערפערליכער געפענגעניש.

אן אנגענעמע גערוך שפארט ארויס פון דער צעעפנטער טיר. די בני בית האט געהאט אן איבריגע שעה, איז דאס הויז דערווייל געווארן אויפגערוימט. זיינע דריי קינדערלעך לויפן אין זיינע ארעמס אריין, די בא'חנ'טע, רונדיגע פנימ'לעך פריש געבאדן און גרייט צום שלאפן, ווארטנדיג נאר אויף דער מינוט וואס טאטי וועט אהיימקומען, אויסהערן א חכמה'לע און זאגן א גוטע נאכט. זיי נעמען אים ארום מיט פרייליכע אויסרופן, די שמייכלענדיגע פנימ'ער פרובירנדיג ציען זיין אויפמערקזאמקייט. שרגא שפירט ווי ער צעגייט פון ליבשאפט.

שרגא נעמט עס קוים אין אכט, אבער אז מיר וועלן אים גוט באטראכטן וועלן מיר זען ווי די צעשטייפטע גלידער ווערן ווי אויפגעלאזט, די געזיכט-שטריכן – פריער צעקנייטשט ווי א פאפיר אינעם ווינט – גלייכן זיך אויס, און דער האסטיגער גאנג ווערט רואיגער. אן אויפפאסן דערויף, ווערט זיין הארץ-קלאפן פארלאנגזאמט צום געווענליכן טעמפא, און פון די קאפ שמערצן האט ער שוין לאנג פארגעסן.

אפגעזען צי מיר זענען שוין געווען אין שרגא'ס שיך, קענען מיר פארשטיין וואס דא איז געשען – און פארוואס. פון אויבן-אויף האט דער מצב דא שייכות בלויז מיטן מח, אויף וויפיל ס'איז שייך אויף דער מינוט בשעת דער סצענע. עס איז דאך שוין סוף טאג, שרגא איז אויפן וועג ארויס פון אפיס, און ביז מארגן אינדערפרי קען ער גארנישט טון דערצו. פארט איז שרגא יעצט אנגעצויגן. נישט נאר וואס ער איז נערוועז, נאר זיין קערפער רעאגירט אויף פארשידענע אופנים. און ווען ער איז ענטפאנגען געווארן דורך דער אומגעראכטענער בארואיגנדער סצענע אריינקומענדיג אין שטוב, איז זיין גוסטע, אינאיינעם מיט זיין קערפער, אריבער א שארפן, דראסטישן טויש.

ווייל דאס מציאות איז, אז דער צושטאנד אין מוח גיסט זיך אריבער און ווירקט אויפן קערפער אויך. נערוועזקייט צעשפילט דעם מענטש, פארשטייפט דעם קערפער, פארשנעלערט דעם אטעם און דאס הארץ קלאפן. רואיגקייט האט די זעלבע השפעה, אויף פארקערט.

רילעקסעישן באניצט זיך מיט אט דעם שטארקן כוח. עס ארבעט אויף די געדאנקען פון דעם מענטש, און א דאנק דער מוח-גוף פארבינדונג, האט עס אויך א דראסטישע ווירקונג אויפן קערפער.
רילעקסעישן באניצט זיך מיט פארשידענע וועגן וויאזוי צו בארואיגן דעם געדאנק, און מיט דעם, אויך דעם קערפער. עס ארבעט אויפ'ן מהלך פון הס קטיגור וקח סניגור – פון איין זייט שטילט מען איין די שעדליכע מעסעדזשעס וואס קומען אין געדאנק, און פון דער צווייטער זייט שאפט מען א בארואיגנדע שטימע וואס זאל רעדן גוטס. דאס קומט ספעציעל צונוץ פאר מענטשן וואס ליידן פון נעגאטיווע מחשבות, ווי זעלבסט-קריטיק, עמפינדליכקייט, שווארץ קוקן; ווי אויך געדאנקען צושטאנדן ווי anxiety, OCD אא"וו. רילעקסעישן ארבעט אויף ביידע פראנטן: עס פלאנצט איין פאזיטיווע מחשבות פון איין זייט, און באזייטיגט די נעגאטיווע מחשבות פון דער אנדערער זייט. אינדערמיט בלייבט שטיין א בארואיגטער מענטש מיט א געזונטן צושטאנד אין געדאנק.

"מנוחה כי טוב" שלאגט פאר בארואיגנדע שטאף פארן מוח צו טראכטן, פול מיט אמונה, בטחון און מוטיגונג. די בא'טעמ'טע, בארואיגנדע בילדער און געדאנקען ערלויבן דעם מענטש אריינצוברענגען דעם מוח אין אן אנגענעמען אטמאספער, וואס וועט דאן ווירקן אויך אויפן קערפער.


גענוג געCOPY PASTE פונ'ם ביכל.
קויפט עס אליין. דער ביכל אליין איז ווערד די געלט. די CD איז שוין א FREE באנוס..
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

דאס ביכל איז געשריבן דורך ראטה פארלאג. זייער רייך אין גראמאטיק. דאכט זיך אז אויך די ריקארדינג איז דורך ראטה פארלאג. רילעקסעשאן הייסט ענטשפאנונג. אז מ׳ווערט געשפאנט און מ׳לעבט מיט שפאנענדע מעשיות יעדן טאג, דארף מען סיך ענטשפאנען.
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

מנוחה כי טוב פאר "פערזענליכע שוועריגקייטן"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

נשמה מיין פריינט, זיי מגיב אויף וואס ער שרייבט דא. בפרט ביי די ענדע ווי ער שרייבט וועגן דעם פראגראם פאר א הילף אויף אונזער בשותפות'דיגער ADHD.
וואס איז דיין מיינונג.

וז"ל:

פערזענליכע שוועריגקייטן
דאס זענען אומגינסטיגע כאראקטער שטריכן, מיט וואס א מענטש איז אומשטאנד זיך צו מוטשען ווען ער קומט אונטער סטרעס.
עטליכע ביישפילן:

• נידריגע זעלבסטזיכערקייט
• כעס
• זעלבסט-קריטיק
• קוקן נעגאטיוו, זיין א "שווארץ-קוקער"
• שטארקע עמפינדליכקייט
• אומצופרידנהייט
• פערפעקציאניזם



דער צד השוה צווישן די אלע פערזענליכע שוועריגקייטן איז, אז ביי אלע נעמט דער ליידנדער אויף סטרעס אויף אן איבערגעטריבענעם אופן. פאלגנד זענען עטליכע ביישפילן פון סטרעספולע סצענעס, און דער חילוק צווישן א דורכשניטליכן מענטש און א ליידנדן ווען עס קומט צו שפירן און אויפנעמען דעם דרוק.

סצענע א:
שפרה האט געבאקן א קוכן, און עס איז דורכגעפאלן.

דורכשניטליך: ממש א שאד, מיין גאנצע ארבעט אין מיסט אריין! נו, וואס קען מען טאן, גם זו לטובה. לאמיר כאטש פרובירן צו טרעפן וואו מיין טעות איז געווען, כ'זאל וויסן אויף א צווייטן מאל. אפשר וועל איך פרעגן צירי'ן; זי פארשטייט גוט צו באקן.

אומזעלבסטזיכער: א פרישער דורכפאל! איך מיט מיינע צוויי לינקע הענט. כ'האב דען נישט געוואוסט אז עס גייט נישט געלונגען? פארוואס האב איך זיך עס בכלל אונטערגענומען? צירי וואלט אזוינס געקענט אפבאקן נאך צוויי טעג נישט שלאפן – און ס'וואלט נאך אלץ אויסגעקומען בעסער ווי מיינעם. שוין, פון היינט אן וועל איך וויסן אז איך קען נישט מצליח זיין און פארטיג.


(רעזולטאט: שפרה בלייבט מיט א שלעכטן בילד אויף זיך, וואס פירט צו נאך ערגערע דורכפאלן, וואס וועט ווייטער אראפקלאפן איר זעלבסטזיכערקייט און הייבן איר סטרעס.)

סצענע ב:
זלמנ'ס ווייב האט בטעות אוועקגעווארפן א וויכטיגן דאקומענט.

דורכשניטליך: איך גלייב עס נישט, ס'איז געגאנגען אין מיסט? אוי, וואס טו איך דא? מ'וועט מוזן רופן די פירמע פרעגן. אבער איך בעט דיר אויף א צווייטן מאל, ביטע פרעג מיר פאַרן אוועקווארפן מיינע זאכן!

כעסן: אין מיסט האסטו עס געלייגט?! פונקט אין מיסט! פון אלע פלעצער וואו דו האסט געקענט לייגן דעם פאפיר, האסטו געמוזט אויסקלייבן פונקט דעם מיסט-קאסטן? האסט מיר נישט געקענט פרעגן?! וואס האסטו געטראכט?! געענדיגט, איך קען פארשפארן די גאנצע ביזנעס! זאג מיר, וויפיל נאך געלט וועל איך דארפן אויסגעבן צוליב דיין פאר'חלומ'טקייט? ווען וועסטו זיך אויסלערנען צו ניצן דעם קאפ אביסל?!

(רעזולטאט: דער שלום בית ווערט אנגעצויגן; ביי דער קומענדיגער געשעעניש קומט נאך אן ערגערע אטאקע.)

סצענע ג:
פראדל דערזעט זיך שפעט ביינאכט מיט א הויפן אומצאמגעלייגטע וועש.

דורכשניטליך: נו, ס'מאכט זיך א פארנומענער טאג. כ'בין דאך היינט געווען ביים דאקטאר, די שוויגער האט מיר אויפגעהאלטן א שעה אויפן טעלעפאן, די קינדער זענען סתם אזוי געווען מער צעווילדעוועט און האבן געמאכט שפעט נאכט. לאמיר אויסלייגן די וועש וואס קנייטשן זיך, און מארגן וועל איך אלעס צאמלייגן.

זעלבסט-קריטיקירער: אך, איך בין אזוי פארשלעפט היינט! איך וואלט געדארפט אינזין האבן צאמצולייגן וועש בשעת דעם טעלעפאן-געשפרעך מיט דער שוויגער. און פארוואס האב איך נישט פרובירט עס צו טאן בשעת'ן דערציילן פאר די קינדער א מעשה? אפשר אזוי וואלטן זיי געווען אביסל רואיגער און שנעלער געגאנגען שלאפן. שוין, וועל איך עס מוזן טאן יעצט מיט האלב פארמאכטע אויגן. ווייל איך בין נישט גענוג געשיקט דארף מיין משפחה נאכנישט ליידן.

(רעזולטאט: איר מארגנדיגע מידקייט לאזט איר נישט אניאגן צופיל, ברענגענדיג נאכמער באשולדיגונגען אויף זיך אליין.)

סצענע ד:
גרשון האט זיך געטראפן מיט זיין זונ'ס מלמד, און געהערט אז דאס קינד דארף פארבעסערן זיין התנהגות.

דורכשניטליך: אַה, ס'טוט וויי. כ'האב געמיינט כ'וועל אהיימברענגען עפעס נחת, און דא אזא פראסק. מ'דארף טאקע זען טאן וואס מ'קען צו פארבעסערן. ס'זעט מיר אויס ווי ער גייט דורך א שווערע תקופה; אפשר וועל איך זיך דורכרעדן מיט א מחנך. נו, ער איז נאך אלעם נישט מער ווי צען יאר, ער האט נאך צייט זיך איבערצוקערן מקצה אל הקצה בעזהשי"ת.

שווארץ-קוקער: וואס איז דאס מיט די היינטיגע מלמדים וואס מאכן א מצב פון יעדער קלייניגקייט? ער מיינט אז מיט דעם וועל איך אים אנקוקן ווי עפעס א גרעסערן מומחה? אבער איך זאג נישט, דעם מענדי'ן דארף מען אויך איבערלייגן. כ'ווייס דאך, דאס קינד ווייסט פשוט נישט וואס ס'מיינט איינרוען. נו, ער האט אין וועמען צו ראָטן – דער שווער און די גאנצע משפחה זענען גארנישט בעסער. מ'דארף זיך שוין נעמען אין די הענט אריין, אז נישט קען ער נאך חלילה ארויסגיין לתרבות רעה!

(רעזולטאט: זיין נעגאטיוויטעט קלעבט זיך אן אינעם קינד, אנמאכנדיג ערגערע חורבנות, וואס שאפן ביי גרשון נאך א שווארצערן בילד.)

סצענע ה:
א מיידל אין פייגי'ס קלאס לאזט פאלן א באמערקונג וועגן איר שוואכקייט אין רעכענען.

דורכשניטליך: וויאזוי האט זי געקענט זיין אזוי אומסענסיטיוו? און אין מיין פנים אריין נאך אויך? שוין, איך קען דאך איר שארפע צונג נישט פון היינט. יא, ס'טוט וויי, אבער ביז א טאג-צוויי וועל איך זיך בארואיגן און ווייטער געגאנגען.

עמפינדליך: איך קען פשוט נישט גלייבן וואס זי האט מיר געזאגט. ס'איז ווי זי וואלט אריינגעשטאכן א מעסער גראד אין מיין הארץ אריין. אירע ווערטער קלינגען מיר אין די אויערן, איינמאל און נאכאמאל. אוי, רבונו של עולם, וויל איך דען זיין אזוי? וויל איך דען דורכפאלן די רעכענען פארהערן איינמאל און נאכאמאל? (שלוכץ, זיפץ, געוויין...) זי קוקט גארנישט ווי שטארק איך שטרענג זיך אן צו חזר'ן, ווי שטארק איך פרוביר. איך ווייס אז ס'איז כפרת עוונות, און זי איז נאר א שליח. אבער דאך, דער ווייטאג איז נישט צום אויסהאלטן!

(רעזולטאט: זי בלייבט בעצבות, און די מינדעסטע זאך וואס נאך עמיצער זאגט צעברעכט איר נאכמער.)


סצענע ו:
נחום קומט אן אין א דארמיטארי צום ערשטן מאל.

דורכשניטליך: כ'האב זיך פארגעשטעלט אביסל א גרעסערן צימער, מיט מער פלאץ. איך קען קיינעם נישט אין מיין שטוב. א שאד וואס מ'האט נישט אריינגעשטעלט דא מיין חבר פון ישיבה קטנה; וואלט איך כאטש געהאט איין היימיש פנים. וואס פאר א סארט שטוב-חברים האב איך טאקע באקומען? כ'בין נייגעריג. איך האף אז כ'וועל האבן מיט וועמען צו גיין צום טיש.

אומצופרידענער: איך זע שוין, איך בין דא געקומען צו אנטוישט ווערן. קודם כל, בין איך נישט אין איין צימער מיט מיין חבר. איך בין נישט אינטערעסירט צו פלוצלונג טיילן מיין לעבן מיט בחורים וואס איך קען נישט און איך וועל ווייטער נישט קענען. און בכלל איז דער צימער נישט נארמאל צוגעשטעלט. קוק נאר ווי נידריג דער דאך איז, ס'מאכט דאך ממש א מרה שחורה. ווער רעדט נאך די לעדלעך – קוים פלאץ צו האלטן א נאדל. וויאזוי האב איך פארבלאנדזשעט אין אזא חורבה? ווען איך שעם זיך נישט וואלט איך שוין גערופן מיינע עלטערן מיר אהיימצונעמען.

(רעזולטאט: זיין אומצופרידנהייט שטערט אים פון זיך אריינווארפן אין די סדרים, שאפנדיג א שוואכן אנהויב וואס ברענגט נאכמער אומצופרידנהייט מיט דער גאנצער ישיבה.)

די אלע סצענעס שטעלן פאר ווי די שוואכקייטן פון די באטרעפנדע ערוועקן זיך און קומען צום אויבערפלאך ווען זיי קומען אונטער סטרעס. דער נאכפאלגנדער אויסברוך פון נעגאטיווע געדאנקען, געפילן און ווערטער ברענגט דאך, ווי פארשטענדליך, נאכמער סטרעס, און אזוי ווערט די שוואכקייט ווייטער פארערגערט.

ברענגט אריין "מנוחה כי טוב"... און דער אויסגאנג וועט זיין גאר אנדערש. אפגעזען צי איר האט זיך איינגעשטעלט א טעגליכן מנוחה-כי-טוב שיעור, אדער איר גייט דורך איין אזא סעסיע נאך א דורכפאל אדער שווערן איבערגאנג – גרינגער וועט אייך בעזהשי"ת זיכער ווערן.

ווען די אומזעלבסטזיכערע שפרה וועט נאך איר "סעסיע" שפירן א ברייטקייט אין מוח, וועט זי דארט האבן דאס געפאדערטע פלאץ צו פארנעמען איר דורכפאל און זיך בעזהשי"ת בארואיגן דערפון אויף א געזונטן אופן. אנשטאט די נעגאטיווע מחשבות איבער איר ווערדלאזיגקייט, וועט זי טראכטן די פאזיטיווע געדאנקען פון אמונה און השגחה פרטית. אזוי ארום וועט זי פארמיידן דעם דורכפאל פון פאראורזאכן נאכמער שאדן צו איר הייקעלן זעלבסטשאץ. (דאס איז אויסער דעם וואס זי וועט באקומען פלאץ פאר ישוב הדעת צו באהאנדלען איר אלגעמיינעם פראבלעם פון שוואכע זעלבסטזיכערקייט.)

ווען דער כעס'יגער זלמן וועט דורכגיין א סעסיע נאך זיין איבערלעבעניש, אדער, נאך בעסער: ער וועט אריינברענגען רילעקסעישן אין זיין סדר היום אלס א רפואה קודם למכה, וועלן די ברויזנדע געפילן זיך בעזהשי"ת איינשטילן. ער וועט באקומען פלאץ אין מוח צו דערהייבן זיין ווייב'ס טעות, און זיין מוח וועט פול ווערן מיט פאזיטיווע מחשבות. מיט זיין ניי-געפינענער רואיגקייט וועט ער זיך אנטשולדיגן פאר זיין ווייב, און דער שלום בית וועט געראטעוועט ווערן באצייטנס. (און נאכאמאל, דאס איז אויסער דעם וואס ער וועט באקומען פלאץ פאר ישוב הדעת צו באהאנדלען זיין אלגעמיינע כעס-שוואכקייט.)

דאס זעלבע איז מיט די אנדערע ביישפילן. דורכן זיך באניצן מיט "מנוחה כי טוב", טאג-טעגליך אדער אפילו בלויז נאך א סטרעספולן מצב, וועט דער עצם מצב פארבעסערט ווערן, און אין צוגאב, וועט אין קאפ אריינקומען א ישוב הדעת צו טרעפן די געפאדערטע לעזונגען בעזהשי"ת.

2 פסיכאלאגישע שוועריגקייטן

פיל פסיכאלאגישע שוועריגקייטן זענען דירעקטע צווייגן פון דער אנגעצויגנקייט (סטרעס) פאמיליע. רילעקסעישן איז דעריבער אן אויסגעפרואווטער מעטאד צו דראמאטיש פארבעסערן די סארט שוועריגקייטן; עס פלאנצט איין אין מוח פאזיטיווע געדאנקען, און באזייטיגט די סטרעס – וואס פארערגערט נאך די פראבלעם.

דער רמב"ם שרייבט אז דער וועג צו באהאנדלען אנגעצויגנקייט אין מוח איז דורך בארואיגן דעם מוח מיט אנגענעמע זאכן. דאס ברענגט דעם מוח צו ווייטער דינען ווי געהעריג, אז דער מענטש זאל קענען ממשיך זיין מיט עבודת ה':

כן מי שהתעוררה עליו מרה שחורה – יסירה בשמיעת הנגונים, במיני זמר, בטיול הגנות, בבנינים הנאים, וכו' וכיוצא בהם ממה שירחיב הנפש ויסיר חולי המרה השחורה ממנו. והכונה בכל זה שיבריא גופו ותכלית הכונה בבריאות גופו לקנות חכמה, וכו'.
(רמב"ם פירוש המשניות, שמנה פרקים להרמב"ם, פרק ה)

לאמיר צענעמען עטליכע שכיח'דיגע פסיכאלאגישע שוואכקייטן, און וויאזוי רילעקסעישן קען לינדערן זייער אפעקט. די ליסטע ענטהאלט עטליכע מער פארשפרייטע דוגמאות; דער רילעקסעישן מיטל איז ווירקזאם פאר נאך א צאל פעלער וואס ווערן נישט אויסגערעכנט.

און ווידעראמאל, אויסער מינימוזירן דעם עצם פראבלעם, וועט דער צוגעקומענער ישוב הדעת געבן דעם מענטש די כלים זיך צו ספראווען מיט דעם מצב.

• OCD
• Anxiety (אנגסט)
• Phobias (פחדים)
• Panic attacks (פאניק אטאקעס)
• ADHD


OCD
ליידנדע פון OCD זענען כסדר אנגעצויגן. די סיבה צו דער אנגעצויגנקייט קען קומען פון אומרעאליסטישע פאדערונגען פון זיך, איבער'חזר'נדע געדאנקען, ספיקות צי מען זאל איבערטון אן אקט/פעולה/אויפגאבע וואס מען האט נארוואס געטון אא"וו. דער מוח געפינט זיך אין א נאכאנאנדיגער אנגעצויגנקייט, וואס טרייבט דעם מענטש כסדר איבערצוטון זאכן איינמאל און נאכאמאל.
וויאזוי העלפט רילעקסעישן פאר OCD?

1. הס קטיגור: עס שטילט איין די עצם אנגעצויגנקייטן, און פארלאנגזאמט דעם דראנג איבערצומאכן די זעלבע מעשים. עס העלפט טון זאכן מער געמיטליך, און דערביי לכתחילה ניצן ישוב הדעת אויב וואס מען טוט פעלט טאקע אויס צו טון.
2. קח סניגור: בשעת דער סעסיע פארגרעסערט דער מענטש די שליטה אויף זיינע אייגענע געדאנקען. דער ישוב הדעת גיט אים א קאנטראל אויף זיך אליין. קאנטראל אויף זיך מיינט קאנטראל אויף דעם מוח, קאנטראל אויף די מחשבות – קאנטראלירן וואס מען וויל יא אדער נישט טראכטן.

דאס לאזט א ווירקונג אויף שפעטער אויך, אז מען זאל מער און בעסער קענען באהערשן די מחשבות אפילו נישט בשעת דער סעסיע. דאס איז פונקט ווי מאכן איבונגען צו פארשטארקן די מוסקלען: די השפעה אויף דער מוסקלען-קראפט פארבלייבט אויף שפעטער.
דעריבער, ווען ער וועט ארבעטן מיט "מנוחה כי טוב", וועט דער מענטש קענען זיך אליין זאגן, "איך קען ממשיך זיין, ווייטער אנגיין. דאס וואס כ'האב יעצט געטאן איז גענוג גוט. און אפילו אויב ס'איז נישט פינקטליך ווי איך וויל, איז עס אויך גוט."
רילעקסעישן פלאנצט איין אין מוח פיל בארואיגנדע, געזונטע, גינסטיגע מחשבות. עס גיבט דעם מענטש נייע "שטאף" צו טראכטן, אנשטאט די פריערדיגע אנגעצויגענע מחשבות.


•פאניק אטאקעס
א פאניק אטאקע איז אן עקסטרעמער פארעם פון אנגסט; דאס הארץ קלאפט שנעל, די מוסקלען ווערן פארשטייפט, מען שוויצט, מען שפירט ווי מען פארלירט קאנטראל איבער דעם גוף. מען ווערט אנגעצויגן וועגן דעם עתיד; מען איז באזארגט איבער וואס עס גייט זיין, מען שרעקט זיך אז עפעס גייט געשען.
וויאזוי העלפט רילעקסעישן פאר פאניק אטאקעס?
פאניק אטאקעס זענען באזירט אויף א פחד אז עפעס גייט געשען. די אטאקעס זענען נישט באזירט אויף עפעס אין דער געגנווארט. אין א רילעקסעישן סעסיע משל'ט דער מענטש זיך אויס א רואיגן מצב, א פאזיטיווען עתיד. דער מוח ווערט בארואיגט, און א רואיגער מוח בארואיגט דעם גוף. ס'איז כמעט אוממעגליך צו האבן א פאניק אטאקע ווען דער גוף און מוח זענען רואיג; עס איז ווי אנצינדן א פייער אין א שיסל וואסער. און פארשטייט זיך אז וואס רואיגער דער מענטש איז בכלל, אלץ קלענער זענען די שאנסן אז אזעלכע אטאקעס זאלן אנקומען לכתחילה.



Phobias / פחדים
פאָביעס נעמען איבער דעם מענטש מיט פחדימ'דיגע געדאנקען אז עפעס שרעקליך גייט פאסירן, ווי "ווער ווייסט צו מיינע קינדער וועלן אהיימקומען פון חדר/שולע היינט געזונט און שטארק?" – כאטש ס'איז למעשה נישטא קיין שום לאגישע סיבה פאר אזא חשש, ווייל גארנישט באזונדערס און אויסערארדנטליך איז היינט געשען אז ס'זאל זיין א סיבה פאר זארג איבער אזא מעגליכקייט.
וויאזוי העלפט רילעקסעישן פאר פאביעס?

1. הס קטיגור: עס גיבט דעם מענטש זעלבסט-קאנטראל צו באהערשן די סארט אומבאגרינדעטע געדאנקען, אז דער מוח זאל זיך קענען מיט זיי ספראווען.
2. קח סניגור: עס פלאנצט איין אין מוח פאזיטיווע געדאנקען, וואס פירן צו קוקן אויפ'ן לעבן מיט א גינסטיגן בליק. אזוי ארום קען דער באטרעפנדער ערזעצן די שרעקעדיגע פאנטאזיעס מיט ווארעמע, בארואיגנדע מחשבות, אזעלכע געדאנקען ווי אז ער געפינט זיך אין דעם אויבערשטנ'ס הענט, וואס באשיצט אים פון אלעם בייזן.


ADHD
ליידנדע פון ADHD זענען קינדער אדער ערוואקסענע וואס קענען זיך שווער קאנצענטרירן. מענטשן מיט ADHD קענען זיין ווילד, "הייפּער", און טון זאכן שנעל, אימפולסיוו, און אן טראכטן.
וויאזוי העלפט רילעקסעישן פאר ADHD?

דורך רילעקסעישן הייבט דער מוח אן ארבעטן לאנגזאמער. אז די מחשבות לויפן מיט א רואיגערן טעמפא, האט דער מענטש מער צווישנצייט פון ווען עס כאפט אים אן דעם אימפולס, ביזן פאקטיש טון די פעולה. אזוי באקומט דער מענטש די געלעגנהייט צו נעמען קאנטראל איבער זיינע מעשים פארן טאן. רילעקסעישן "פארוואסערט" די אימפּולסיווקייט און העלפט טראכטן פאר מען טוט.
רילעקסעישן העלפט אויך קאנצענטרירן דעם מוח. דורכדעם וואס מען פארלאנגזאמט דעם געלויף פון געדאנקען, געוואוינט דער מוח ביסלעכווייז זיך צו מצמצם זיין און בלייבן קאנצענטרירט.
.


שעדליכע געוואוינהייטן

גענוג פאר יעצט, מיין איך.
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך טראכט אז ס׳קען העלפן אז מ׳זאל ׳רואיגערהייט׳ ווערן פארשלעפט... אן אפילו באמערקן...

בקיצור, אן אדהד קען ליידן פון אנגעצויגענקייט, מיינענדיג אז מיט אנגעצויגענקייט וועט ער עס דאס מאל יא באווייזן...

ניין שעפעלע... נאר מיט פראפעציאנאלע הילף דורך איינעם וואס פילט מיט און ווייסט דאס וואס דו ווייסט נישט, ווייסט וואס דו וועסט קיינמאל נישט וויסן וואס ס׳מיינט האבן א קלארער מח.

א.ד.ה.ד. טוט זיך זיין ארבעט ׳אומבאמערקטערהייט׳. אתה ישן והוא ער לך.

מ׳קען נישט זאגן ״איך וועל שטיין אויף די וואך, ווען איך וועל כאפן ווי מיין מח שלעפט מיך אראפ פון וועג, וועל איך פעסט אנהאלטן די טיר״

ווייל בשעת די דערמאנסט דיך, ביסטן שוין לאנג אין פעקל... אזויפיל מאל ביז... ביז ס׳פארגייט דיך דער אפעטיט צו פרובירן נאכאמאל.

שטילער בחור, איז עס דען נישט אזוי?
קען מען דען געווינען דעם אייגענעם מח?

מיט וואס ווילסטו איהם געווינען? מיט וועמענס מח?
ווער איז אין וועמענס הענט?

מיט ׳מנוחה כי טוב׳ וועסטו זיך אביסל בארואיגן פון די אנגעצויגענקייט אז אפשר וועסטו דאס מאל אויך נישט באווייזן...

די מח פון א מענטש איז קלוגער ווי דעם מענטש, מ׳קען נישט דרייען דערמיט צופיל...

וויאזוי האט מיר איינער א ידען נפלא און אייגענער ערפארונג געזאגט

לעב דערמיט, וועסטו מער אנקומען...

אננעמען וואס מ׳איז, מאכט דעם מח פרייער צו פרובירן נאכאמאל.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

אבער מיט דעם אלעם הער איך עס יעדן מעת לעת. צו שטארקן מיין אויסגעמוטשעטן מח וואס שלאגט זיך מיט אדהד פון בעגינען ביז די אויג לעפל מאכט זיך צו... בידך אפקיד רוחי פדיתה אותי ה קל אמת
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

רעדענדיג פון מעדיטיעישען / היפנוסיס, וויאזוי מקען זיך טוישן אונטער א רילעקסד מיינד, וועל איך געבן אביסל טועם צו זיין. נייגעריג צו הערן פון די ליינער וואספארא השפעה עס האט געהאט אויף איינעם.

ליין נאך נישט, קוק קודם אן די ווערטער פון דעם תגובה... וועלכע פאנט האט עס? איז עס גרויס אדער קליין? וועלעכע קאליר? קענסט עס ליינען געהעריג? זענען די ווערטער אביסל אומקלאר? אדער זייער קלאר? און בשעת דו באטראכסט די ווערטער צו זעהן אויב ס'איז קלאר געשריבן, זאלסטו געבן א ט-י-פ-ע אטעם, און בשעת דו וועסט אטעמען וועסטו באמערקן ווי דו פאנגסט דיך אן אביסל צו רילעקסן, ווייל רילעקסעישען איז א אויטאמאטישע ריספאנס ווען דו לאזט ארויס דיין אטעם, און יעדע מאל דו געסט נאך א אטעם וועסטו באמערקן ווי דו ווערסט אוטומאטיש מער רילעקסט, און דאס מיינט אז דו גייסט אריין אביסל טיפער אין די סאבקאנשעס מיינד, און דאס וועט אוטומאטיש דיך בארוהיגען נאך מער בשעת דו ליינס דעם תגובה, ווייל רילעקסעישען בארוהיגט זייער שטארק די מח אין וואס מטוט נאר, און בשעת דו פילסט נאך מער רוהיגער ווי פריער איז מעגליך אז דו וועסט באמערקן אז דיינע אויגען וואקלען זיך אביסל, ווייל דאס איז א נארמאלע ריספאנס ווען מען גייט אריין אין טרענס... וואס דאס מיינט אז דו האסט מער עקסעס צו די סאבקאנשעס מיינד, ווייל ווי מער רילעקסד דו ווערסט, וועסטו פילן ווי דו ווערסט... נאך מער רילעקסד... און ווי מער רילעקסד דו ווערסט... וועסטו אריינגיין מער און מער טיפער און טיפער אין טרענס... און ווי טיפער דו גייסט אריין אין טרענס מיינט דאס אז דו ביזט דאס בעסעטע וואס דו קענסט זיין, ווייל דאס בעסטע איז מען ווען מלעבט מיט די אמת'ע טיפע זיך, און מיט די אייגענע טיפע רצונות... און די טיפע רצונות ליגען אין די סאבקאנשעס מיינד, און צו דו ווייסט אדער נישט... ביזטו די בעסטע מענטש וואס סקען נאר זיין... ווייל יעדער האט די פאטענשעל צו זיין די בעסטע וואס ער קען נאר זיין, און ווי מער דו זעהסט ווי גוט די ביזט, וועסטו ארייגיין טיפער און טיפער אין טרענס, ווייל ווען מאזי קאנעקטעד צו די בעסטע חלק אין זיך וואס מקען נאר זיין, וויל מען אויפגעבן די פאלשע זיך, און מקען מער רילעקסען, פילן מער פריש און פילן גוט מיט זיך מיט אסאך קאנפידענס און זיכערקייט, און ווי מער קאנפידענס און זיכערקייט דו וועסט פילן וועסטו האבן א בעסערע בליק אויף די קליינע וועלט דו ביזט אין... ממיינט אז מווייסט אלעס, און דערווייל זענען זאכן שוין פון לאנג געשען... און דאס מיינט אז דו קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס טוט זיך אונטער דיין נאז, ווייל דו מיינסט נאר אז דו פארשטייסט וואס טוט זיך, אבער עכט ווערט אלעס געפירט פון אונטער די טיר אן דיין וויסן בכלל... און ווי מער דו זעסט איין אז ס'טוט זיך אין די וועלט אונטער דיין נאז אסאך אסאך מער ווי דו מיינסט, וועסטו כאפן נאך א אינטרעסאנטע זאך וואס איז געשען אונטער דיין נאז נאך פאר דו ווייסט וואס דאס איז, ווייל זאכן אונטער דיין נאז געשעהן כסדר אן דיין וויסן, ווייל אזוי פירט זיך די וועלט בהשגחה עליונה, און ווי מער דו וועסט וויסן אז זאכן געשעהן אונטער דיין נאז אן דעם וואס דו ווייסט אפילו, וועסטו באמערקן ווי דיין אטעם ווערט מער און מער רוהיגער... און נאך אביסל רוהיגער... ווייל ווי מער דו לאזט זאכן געשעהן אליין, ווייסטו אז דו קענסט לאזן זאכן לויפען, ווייל דו לאזט שוין סייווי זאכן לויפען און די פונקטליכע פלאץ ווי סדארף אנקומען, און ווי מער דו זעהסט ווי זאכן לויפן ווי סדארף אנקומען, וועסטו באמערקן ווי דו ווערסט נאך טיפער רוהיגער און דיך... און דיין רוהיגקייט ווערט נאך מער טיפער... און נאך מער ט-י-פ-ע-ר... יא... דאס איז עס... ווי טיפער דו גייסט אלטס רוהגיער וועסטו ווערן... וויסענדיג מיט א קלארקייט אז זאכן ווערן געטון פון זיך אליינס אן דיין וויסן, און ס'מאכט אפילו נישט קיין סענס... צו וועלן מאכן זאכן זאלן געשעהן... ווייל נאר דער באשעפער קען טון זאכן, דו קענסט נאר פראבירן צו טון... און אפילו פראבירן דארפסטו נישט אלעמאל... ווייל ס'איז שוין געשען... און וויסענדיג אז ס'איז שוין געשען... ווערסטו ווערן ט-י-פ-ע-ר ר-ו-ה-י-ג-ע-ר.... .... .... ..... ..... .... ... און ווי טיפער דו גייסט, וועסטו ווערן פרייליכער... דו וועסט אפילו באמערקן א שמייכעל אויף דיין פנים... יא... דאס איז די שמייכעל... די שמייכעל וואס ווייסט אז אלעס פירט זיך אליינס... און ווען דו וועסט ארויסקומען צו די וועלט און ענדיגען דעם אימעיל, וועסטו וויסן ביי דיר זייער קלאר, אז דו קענסט אלעמאל צירוקקומען צו דעם שמייכעל וואס ווייסט אז זאכן געשעהן שוין פון זיך אליינס, און יעדע מאל דו וועסט זעהן איינער שמייכעלט... צו אין ביהמ"ד... אין די גאס... ווי סזאל נאר זיין... וועסטו זיך אלעמאל דערמאנען... אז זאכען געשעהן שוין, ס'איז דא א באשעפער אויבען אין הימעל וואס היט דיך אפ פון אלעם שלעכטס און וואס זיכט נאר דיין גוטס, און דו דארפסט גארנישט טון צו דעם, און די נעקסטע מאל דו פאנגסט אן צו דאגה'נען אויף וואס גייט זיין, וועסטו זיך שוין סאך גרינגער קענען טרעפן דיין רוהיגקייט דורך דיין אייגענע שמייכעל, און די שמייכער וואס דו זעהסט ביי אנדערע, וואס ווייסט אז זאכן זענען שוין געשען, אזוי ווי א בעיבי וואס וויינט און ווייסט נישט אז זיין מאמע האט שוין גרייט די עסן פאר איהם, ווייל א מאמע האט זייער ליב זיין קינד, און דער באשעפער האט דיר זייער ליב, און ווי מער דו וועסט פילן ווי די באשעפער האט דיר אזוי שטארק ליב, וועסטו ווערן נאך טיפער רוהיגער... טיפער... און טיפער... און טיפער... און דו וועסט נישט וועלן ארויסקומען... און בשעת דו ביזט אזוי טיף וועסטו זיך דערמאנען די בעסטע מאמענט ווען דיין מאמע האט געשמייכעלט צו דיר, אפילו אין איר הארץ... און דו וועסט טרעפן דיין עכטע ריינע קינד אין דיך, די אמתע דיך... און דו וועסט ווערן מער און מער אינערליך צופרידען מיט דיך, און ווינדער איבער ווינדער, דו וועסט בלייבן מיט דעם געפיל פאר די נעקסטע 24 שעה... ווייל ווען מפילט אזוי גוט גייט עס נישט אוועק אזוי שנעל, און דו וועסט שמייכלען פאר די נעקסטע 24 שעה אן אויפהער פון גרויס שמחה, און ווען דו ביזט גרייט וועסטו צוביסלעך צירוק קומען צו זיך פון דיין נסיעה אין די סאבקאנשעס מיינד צירוק אריין אין ריעלעטי מיט דיין שמייכעל אויפן פנים, פריש רילעקסט און דערהויבן... און אויפמאכן די אויגען ברייטער ווען דו ביזט גרייט...
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מתבונן? הערסט?
איך גיי עס אריינזאגן אינעם ריקארדער און מאכן סעלף היפנאזיס.
אזא גוטע טעקסט... פאר היפנאזעס
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

איך זעה.
די אנפאנג איז נאר נוגע ווען מען ליינט. צו הערן וואלט געדארפט זיין עפעס אנדערש בדומה לזה, ווי:
קוק אויף די שפיץ פון דיין ספרים שאפע און געב א טיפע אטעם... קוק אזוי פאר בערך 15 סעקונדעס און נעם נישט אראפ דיין אויג... אטעם... און יעדע מאל דו אטעמסט ארויס וועסטו ווערן אביסל רוהיגער און מער רילעקסד... און ווען דו באמערקסט אז דו ווערסט מער רילעקסד, גייסטו אריין אביסל טיפער אין טרענס... יא... אביסל טיפער... און ווען דו אטעמסט די נעקסטע מאל ארויס וועסטו באמערקן אז דו ביזט נאך מער אריין אין טרענס...

פון דא אין ווייטער איז אזוי ווי געשריבן...

ווען דו זאגסט עס אריין אין ריקארדער דארפסטו עס זאגען מיט די ריכטיגע tone of voice, און מאכען א pause ווען עס איז דא דריי פינטעלעך וכוד'... איך פארלאז מיך אויף דיר נשמה... ווייל דיין סאבקאנשעס מיינד ווייסט פונקטליך וויאזוי עס צו ריעקארדען, און אויב דיין סאבקאנשעס מיינד ווייסט שוין וויאזוי עס צו ריקארדען, מיינט דאס אז דו האסט זייער אסאך קאנפידענס אין דיר, ווייל אויב די סאבקאנשעס מיינד קען דאס נישט טון, וואלסטו עס אויך נישט געקענט טון, ווייל אין די טיפענישען פון ודי נשמה, ביזטו נישט 'דיך', די ביזט דיינע טיפע רצונות וואס ווילן זיין וואויל און טוןו וואס מדארף... און ווי מער דו ביזט קאנעקטעד מיט דיין אמת'ע דיך, איז שוין געשעהן די ריקארדינג אין דיך... אלעס איז שוין דארט אפילו פאר דו האסט עס אריינריקארדעד אין דיך... ס'איז שוין פון לאנג דארט... ווייל ווען מאיז קאנעקטעד מיט די אמת'ע זיך, דארף מען שוין גארנישט טון, און דו קענסט מ-ע-ר און מ-ע-ר רילעקסען... און ווי מער דו רילעקסט גייסטו אריין נאך טיפער אין טרענס... און דו ווערסט מ-ע-ר און מ-ע-ר פרייליך, און א שמייכעל באווייזט זיך אויף דיין פנים... און דיינע ליפען שפרייטען זיך יעצט אויס פון איין אויער צום צווייטען... און דו ווערסט פריילעך ביזן הימעל... און דיין פרייד האט נישט קיין עק... ווייל דו ביזט קאנעקטעד מיט דיין אמת'ע זיך וואס איז אלעמאל געווען...
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

מתבונן איך האב זייער הנאה וויזוי די ביסט מסביר די גאנצע זאך און וויזוי די צונעמסט עס, אז ממש איך האב שוין גארנישט געטון, געליינט און ס'איז געשען אליינס,
אפשר וואלסטו געדארפט זיך ריפן מסביר, בעל הסבר....
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

אידישע קאפ האט געשריבן:געליינט און ס'איז געשען אליינס,


האסט ערווארטעט סזאל געשען? האסט נישט. האסט יא? וואס מיינט עס פאר דיר אז ס'איז געשען אליינס... אינגאנצען אומערווארטעט? ווייל צו דו ווילסט אדער נישט, איז עס געשען אומערווארטעט. דען נישט? און דאס מיינט עפעס, ווייל זאכען געשעהן נישט סתם אזוי, דאס מיינט אז דיין סאבקאנשעס מיינד און דיין נשמה האבן שוין פון לאנג געוויסט אז זאכן געשעהן אליינס אן דיין טון גארנישט. דען נישט? און ווי מער דו זעהסט קלאר אז זאכן זענען שוין געשען פון זיך אליינס קענסטו אסאך מער רילעקסן פון ווי דו ביזט יעצט, ווייל די יעצט איז שוין פאריבער און וועט שוין קיינמאל נישט זיין, אבער דיין שמייכעל וואס ווייסט אז דו קענסט דיך פארלאזן אז זאכן פאלן אין פלאץ פון זיך אליינס, גייט אלעמאל בלייבן... טיף אין דיך... געזונטערהייט... עד ביאת גואל צדק... במהרה בימינו... אמן...

אידישע קאפ האט געשריבן:אפשר וואלסטו געדארפט זיך ריפן מסביר, בעל הסבר....

ס'איז שוין פון לאנג... :lol:
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

א ריזן דאנק מתבונן,

אגב, וואס איז דאס "טרענס" און מאזי. ס'הערט זיך חלילה ווי נעמען פון כישוף מאכערס...
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

א שטולער בחור האט געשריבן:אגב, וואס איז דאס "טרענס" און מאזי.


טרענס מיינט, ווען דער מוח איז אזוי בבחינת, נים ולא נים טיר ולא טיר, אזוי האלב פארחלומט. די באוויסטזיין פון די מוח פונקציאנירט נישט געהעריג, און ממילא איז די מוח נישט אזוי סענסעטיוו וואס גייט אריין. ווען מאיז זייער וואך, איז דער מענטש מער א קריטיקירער אויף וואס ער איז מקבל, אבער ווען דער מוח איז מער פארחלומט טראכט עס נישט אזוי אריין וואס מאיז מקבל, דעמאלטס קען מען אלעס הערן און פאלגן. ווען מקוקט א ווידיאו וכוד', איז די מוח אין טרענס, מקריטיקירט בכלל נישט וואס מנעמט אריין, אלעס נעמט מען אריין, די גאנצע חיות פון די ווידיאו, מלאכט צוזאמען און מוויינט צוזאמען מיט די מענטשן וואס מזעהט, וואס פון איין זייט קען א שכל'דיגע מענטש טראכטן, וואס לאכסטו און וויינסטו, ס'איז נאר א ווידיאו! ס'איז נישט עכט! אבער מקוקט עס נישט אן אזוי, מקוקט עס אן כאילו מטוט עס יעצט ממש בייוואוינען, ממש אין דער סעקונדע פילט מען די ענערזשי וואס די עקטערס טוען. און דאס איז די סיבה פארוואס ווידיאוס, בפרט נישט ערליכע, איז זייער זייער שעדליך, ווייל ס'איז נישטא קיין שום מסך המבדיל אין די מוח וואס זאל זאגען, נע, איך בין נישטא, ווייל אויב מוואלט עס יא געזאגט, וואלט די גאנצע ווידיאו נישט געווען אינטרעסאנט. ויש עוד להאריך.
און פארדעם שרייבט דער פיסצנה זי"ע אין די בריוון ווי דערמאנט אין א אנדערע תגובה, אז ווען דער מוח איז שטיל, אין טרענס, דעמאלטס זאל מען ארייבאקן אין זיך עניני אמונה, ווייל דעמאלטס נעמט עס דער מוח סאך גרינגער אן און עס ווערט א חלק פון די מענטש. און דאס איז געווען די מטרה צו געבן אביסל צו פילן פאר די ליינער וויאזוי עס פילט זיך אריינצובאקן אביסל אמונה ווען דער מוח איז נאר האלב וואך.

די ווארט 'מאזי', ווייס איך נישט וואס דו מיינסט, מסתמא איז עס עפעס א ט"ס.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ענדליך האט מתבונן ארויסגעברענגט ס'עמקות. אמאל פלעג איך פיינט האבן די נארישע מחשבות וואס פלעגן קומען צוקריכן ביי סליחות אדער ווען איך בין שוין יא אויפגעשטאנען פארטאגס. אזוינע נישט געהעריג לאגישע מחשבות. היינט ווייס איך שוין אריינצופאקן וואס איך וויל. און די זעלבע זאך קען מען אריינפראגרעמען אין יונגע בחורים פארטאגס.

אויב איך וויל זיך לאזן באיינפלוסן פון אייגענע פרי-ריקארדינג היפנאזיז. וועל איך אריינזאגן

געב דיך אינגאנצן איבער צו מיינע ווערטער, פארגעס פון אלעם, געב אויף, אויף אלעם, אויף אלעם. און הער וואס איך זאג דיר...
פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2012 3:56 pm

מנוחה כי טוב CD

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט... »

איז דאס פון וואס מ'רעדט? ס'שטייט DVD... איז עס א DVD אדער א CD?
דאכט זיך מיר ס'דארף צו קומען א שטיקל ביכל אויך!?
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1712
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והמבין יבין »

נשמה האט געשריבן:כרמי איך מיין אז דו נעמסט אחריות אויף זאכן. און איך מיין אז ווי מער אחריות אלץ מער כעס.
טייערער כרמי דער אייבערשטער איז אוסדרוקליך נאר דן לויטן מענטש. איך גלייב אז דו האסט מער געארבעט אויף כעס ווי מיר. און נאך דערצו דיין צער און עגמת נפש....
פארוואס האב איך מיך גערעגט. איך וואלט געקענט סך א בעסערער לעבן. וואס די מחשבה אליין איז ממש א גיהנם. די זאך אליין אז מ'לייד דערפון פייניגט נעבעך.
קוק מיין יונגעל קוקט מיך יעצט אן פאר א שלעכטער טאטע.

בקיצור כעס איז אויסדרוקליך אזאך וואס קומט ווען מ'איז נישט אויפמערקזאם
..

טייערע נשמה יעצט דורך געבלעטערט דיינע ווינדערליכע ארבעט זייער זייער שיין
יעצט צום ענין פון כעס ווי מער איינער איז אחריות'דיג פאראנטווארטליך איז א גרעסערע כעסן ?! דאס מיינט אז ווי עלטער מ'ווערט{ געווענטליך א עלטערע מענטש איז מער אחריות'דיג} אלטץ א גרעסערע כעסן ווערט ער (כרעד נישט פון מושב זקינים ) כ'מיין אז ס'איז נישט ריכטיג
אין וועגן אויףמערקזאם איז דאך אויף יעדע מידה נישט דווקא כעס ודו''ק
אין נאכאמאל שקויעך פאר די הערליכע טיפפע ארבעט
צו געבן
יומא דהילולא כ״א אדר ב' לחזק ידידינו נכד מרבי רבי אלימלך זצוק”ל לצרכי רפואה
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ווי עלטער מ'ווערט אלץ מער איז דא צייטן פון כעס. און מ'ארבעט עס אויס. ניין?
יונגערהייט רעגט מען זיך נישט אזויפיל.
ווי עלטער אלץ מער ווערן די קפדנות צייטן מער.
ווי אחריות'דיגע אלץ מער א געלעגענהייט פאר כעס.
פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 02, 2012 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט... »

איז דאס פון וואס מ'רעדט? ס'שטייט DVD... איז עס א DVD אדער א CD?
דאכט זיך מיר ס'דארף צו קומען א שטיקל ביכל אויך!?

ווי קען מען קויפן דעם CD?
נו... פארוואזשע טאקע נישט...?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”