זיך טוישן מיט מעדיטעישאן (אויף יודיש: העמקת המחשבה)

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

(איך וויל נישט איבערהאקן דעם שמועס מיט מיינע אמעראצעס, דעריבער רינגל איך עס איין... ישר כח נשמה, גאר אינטערעסאנטע נושא, קיינמאל געהערט דערפון [כ'האב געליינט ערגעץ וועגן השקטה פונעם פיעסצענער, אבער קיינמאל נישט געטראכט וואס דאס איז.])
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

מתבונן האט געשריבן:אונז ווייסן, און אפילו אסאך אין די גויעשע וועלט האט שוין אנערקענט אין דעם, אז צו זיין מקושר צום נשמה, קען מען דאס טון אינטער א מינוט.


מאנכע האבן מיר אנגעפרעגט אין אישי וויאזוי ממאכט דאס. וועל איך דא ציטירן וואס איך האב געשריבן אין אישי.

די געדאנק איז טרעפן די שטילקייט אין די מחשבה אין א מינוט. ווען דו ביזט דארט ביזטו קאנעקטעד מיט א 'כח היולי' וואס האט נישט קיין פארעם, און פארט פילט זיך עס זייער דערהויבן, און יעדער פילט דאס אויף א אנדעדרע פארנעם. איינער עפעס א טיפע אינערליכע רוהיגקייט, איינער עפעס א אינערליכע תענוג, און איינער אהבה וכו' וכו'. געפילן וואס ממיינט נישט זיך זעלבסט. ס'איז מער פאר יענעם, אדער פארן באשעפער. ודו'ק.
אנצוקומען צו דעם שטילקייט קען מען טון דעם עקסערסייז.
זעץ דיך אראפ רוהגיערהייט מיט די אויגען פארמאכט, און באמערק ווי די מחשובת לויפן אין מוח אן פראבירן צו סטאפן אדער טראכטן עפעס ווער-ווייסט-וואס. פרעג דיר די שאלה, 'פון ווי גייט מיין נעקסטע מחשבה קומען?' בפשטות איז נישטא קיין תשובה אויף דעם, און די מח וועט בלייבט שטיל פאר אפאר סעקונדעס. נאכדעם גייט אנהויב קומען נאך מחשבות. פרעג דיר די שאלה נאכאמאל, וועט ווערן שטיל פאר נאך אפאר סעקונדעס. וועסט באמערקען די שטילקייט אין די מחשבה נאכאמאל. יעצט לייג צו awareness צו דעם שטילקייט. סוועט פילן זייער מורא'דיג פאר אפאר סעקונדעס. ווי מער די געוווינסט דיך צו דעם שטילקייט, וועסטו קענען מער און מער ווערן באהאווענט מיט דעם. און ווי מער דו וועסט צולייגען געפיל צו דעם שטילקייט וועסטו אנהויבן פילן א געפיל וואס האט נישט קיין מטרה, אדער פארעם, סאיז סתם א 'געפיל', א פנימיות'דיגע געפיל פון זיין סתם מיט זיך. ווען איינער קומט צו צו דיר אין אזא מאמענט, זעסטו נאר זיין גוטס, און דו האסט איהם ליב, ווייל דאס איז דער פנימיות'דיג מענטש, א ריינע נשמה וואס וויל זיין גוט און זיין מקושר מיטן אויבערשטען. גארנישט מער. אויב איז מען מסיח דעת פון דעם קומען די מחשבות צירוק און נעמן איבער די לייצעס, און דעמאלטס ווען איינר קומט צו צו דיר זעהסטו איהם אין א נעגעטיוון בליק, ווייל דעמאלטס ארבעט די נפש הבהמיות.
ווי מער די געוווינסט דיך צו צו דעם, קענסטו אפילו אינמיטן א העווי טרעפיק טרעפן דעם אינערליכען געפיל, און דעמאלטס זעהט מען די שיינקייט פון די וועלט אפילו אין די טרעפיק.
ע"ז הדרך, פעלט נישט אויס צו זיצן שעה'ן לאנג מיט מעדיטישען. כי קרובה אליך הדבר מאד.
בערך ע"ז הדרך (אבער נישט ממש) ארבעט די לעצטע אויפגעכאפטע 'איננעיט העלט' שיטה (Innate Health), אז די מינוט וואס די מחשבות זענען נישטא, זעהט מען אויטאמאטיש די זיסקייט פון די וועלט און פון יעדעם איינעם.
איך האב די ערשטע מאל געזעהן דעם געדאנק פון דר. פראנק קינסלאו http://www.kinslowsystem.com/
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמהואומר »

שיין פון דיר גלייכגילטיג פאר'ן זיין סענסיטיוו און נישט גלייכגילטיג
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מתבונן ביסט אלעמאל טיפער. דו שרייבסט פון מעדיטעשען, איך האב געשריבן נאך מער, וויאזוי מ׳קען טוישן פארגעסענע סעטינגס, פון די ׳הונטערבאוואוסטזיין מיינד׳.
אסאך מאל זעהט מען אן איינגעקריצטע ביטערקייט אין א מענטש, א פערמענענט frown כאטשיג ס׳גייט איהם גוט. און דאס איז די עבר וואס איז געווארן די סובקאנשעס מיינד. אויסצומעקען דעם גאנצן טשאלענט פונעם עבר דארף מען יא מאכן מעדיטעשען/רילעקסעשען פאר צוואנציג מינוט און דאן גיין ווייטער ווי אויבן געשריבן.
דער געדאנק איז פון
דר. דזשאו דיספענזא
מיט זיין שיטה קען מען טוישן ׳געפילן׳ מ׳קען אזויפיל טון דערמיט.
ס׳איז נישט נארמאל וואס מ׳קען אלץ טון דערמיט.
זיץ און טראכט וואס דו פילסט אין א געוויסן מאמענט. שפיל עס איבער אין דיין געדאנק, קוק עס ווי פונדרויסן. איז דו ווערסט קאנשעס/באוואוסטזיניג אויף די געפילן וואס איז אמאל געווען באהאלטן, און נישט געהעריג באקספלריא המאירה. דו זעהסט עס, און ביסט עס אינגאנצן מגלה מיט איר גאנצן ׳געפיל׳ און מיט תפלה ותחנונים. ווי דוד המלך זאגט ׳גול על ה׳ דרכך ובטח עליו והוא יעשה׳. אז דער אייבערשטער העלפט אז מ׳זאל ארויסקריכן דערפון, א מענטש איז קיינמאל נישט גענוג קלוג, דער אייבערשטער ווייסט בעסער וויאזוי פונקטליך צו ברענגען דיין ישועה. איז ווי מער מווארפט עס ארויף אויפן אייבערשטען אלץ מער העלפט ער.
א מענטש אליין קען דען וויסן פונקטליך וואס צו טון ארויסצוקריכן פון כעס. אז דער אייבערשטער העלפט און ווייזט איהם אז אפילו ׳נשמה׳ קען ווען אויך זיין א מוצלח. אבער נאר אויב איך טראסט אז בידו הכל. נאר אויב איך ווארף אמת׳דיג ארויף אלעס אויפן רחמנות׳דיגן גאט, אז ער זאל מיך פירן. אויב בין איך מודה אז איך האב נישט געוואוסט וואס צו טון ביז היינט און פון היינט אן וויל איך אז ער זאל מיך העלפן . און איך גיב איהם איבער מיין לעבן, מיין אלעס. אפילו א גוי פארשטייט דאס, נאכדערצו מיר יודן. מיר יודן דארפן זיכער אזוי לעבן. אזוי ווי די מעשה מיט יענער מיסטער וואס האט געקענט זעהן צו איינער גייט געזונט ווערן צו שטארבן, ווייל ער האט מכבד געווען דעם שם הוי׳. נאכדערצו מיר עם קרובו. עם סגולתו. כי לא יטוש ה׳ עמו ונחלתו לא יעזוב. מיר דארפן אזוי לעבן. און אלעס ארויפווארפן אויפן רחמנות׳דיגן גאט. כי רב חסד הוא. און דערנאך אז מ׳איז אין א טיפע מצב פון רילעקסעשען וואס מ׳טראכט אז מ׳וויל ווען פילן, דאס ווערט איינגעפלאנצט אין מח, אלץ די נייע פילונגען. אלץ די נייע איך. מ׳טראכט איך וויל פילן ווען איך קום אהיים אזוי און אזוי, אמאל טאקע האב איך געפילט אזוי און אזוי. אבער פון היינט און ווייטער ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבעט וויל איך פילן אזוי און אזוי. אמאל פלעג איך טאקע נישט זיין פרייליך אבער היינט וויל איך פילן אזוי און אזוי. און די טויש אין מח ווערט בשעת מעשה. ווי מער מ׳טראכט עס אלץ מער ווערט עס איינגעפלאנצט. ס׳איז הפלא ופלא. המשך יבוא
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מאנטאג פעברואר 03, 2014 8:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

נשמה'לע, איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט/געליינט איבער דעם נושא דעריבער האב איך זייער הנאה געהאט, פון די עצם טעמע אזוי אויך ווי די האסט עס אזוי שיין צולייגט,

יישר כח, שרייב נאך.
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

געוואלדיגע סחורה. עמוק עמוק. כ'האב געמאכט א PDF פון די טייערע נשמה/מתבונן רייד.

וויאזוי לייג איך עס דא ארויף?
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

נשמה האט געשריבן:מתבונן ביסט אלעמאל טיפער. דו שרייבסט פון מעדיטעשען, איך האב געשריבן נאך מער, וויאזוי מ׳קען טוישן פארגעסענע סעטינגס, פון די ׳הונטערבאוואוסטזיין מיינד׳.
נשמה האט געשריבן:דער געדאנק איז פון
דר. דזשאו דיספענזא


כהאב דיר פארגעסן צו צוכיינען א ביך וואס ארבעט אויס וויאזוי מקען איבערארבעטן די מוח מיט מעדיטעישען לפי די באקאנטע שיטה פון די אניארגראם (וואס איז געווען באשריבן דא), וויאזוי יעדע טייפ קען זיך אויסדרייען די מוח מיט מעדיטעישען. די ביך הייסט Heal your mind rewire your brain פון די מחברת Patt LInd-Kyle (קענסט עס גוגלען). עיין שם ותמצא נחת.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

למשל אויב איך וויל מער נישט דורכפאלן מיט ראיות אסורות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

נאך צוואנציג מינוט טיף רילעקסן יעדע מוסקעלע און מוסקעלע, מיט פארמאכטע אויגען זיץ איך. און טראכט אין מיין געדאנק, ווי איך זיץ ביים קאמפיוטער אדער וואטעווער און איך האלט דזשאסט פארן גיין צו עפעס א ר״ל. צו אזאך וואס איך ווייס יעצט ווען איך בין קלאר אז דארט וויל איך נישט גיין. און איך פרעג מיך יעצט בשעת איך זיץ אויפן בענקעל מיטן גראדן רוקן און פארמאכטע אויגען. וואס ׳פיל׳ איך דעמאלסט דזשאסט ׳פארן׳ אהין גיין.

איך טראכט...

נו? וואס פיל איך דעמאלטס?.

דער ענטפער קומט ארויף,
איך פיל ווי ס׳גייט מיך גארנישט אן...

הייליגער הייליגער באשעפער ברוך הוא געוואלד, העלף מיך.
נאר דו קענסט מיך העלפן אז איך זאל ווערן ריין, אינגאנצן ריין. רבש״ע הרב כבסני.

הייליגער באשעפער ברוך הוא איך בין מודה אז איך האב געפילט נישט ווי א יוד דארף פילן. איך בין מודה און איך פארצייל דיך ווויאזוי איך האב געפילט, וויאזוי איך בין געווען. אבער יעצט, וויל איך מיך אמת׳דיג טוישן.

יא! כ׳האב געפילט אז ס׳גייט מיך נישט אן וואס איך טו. יא! כ׳בין מודה. יא! פאר דיר זאג איך עס ארויס.

הייליגער באשעפער ברוך הוא איך געב איבער אין דיינע הענט וויאזוי איך בין געווען.
און טו דו וואס איז גוט פאר מיר. ביסט דאך א בעל רחמן נפלא. האסט דאך ליב יעדען איינעם. ביסט דאך אין סוף לרחמנותך.
נעבן דיר עקזיסטירט נישט קיין שלעכטס כתר, בלויז גוטסקייט. בלויז ליבשאפט.
איז, ערלעדיג עס אין א וועג וואס איז די בעסטע פאר מיר, טו עס דו מיט דיין גוטסקייט אין א וועג וואס איך וועל זעהן דיין רחמנות און דיינע חסדים.

איז, דאס פיל איך דעמאלטס.
הא! נישט געוויסט אז דאס פיל איך דעמאלטס. אזוי טאקע פיל איך. טאקע?

איז. איך ווער אזוי אויפמערקזאם פונקטליך וויאזוי איך פיל דאן, אז מער וועל איך נישט ווערן ׳אומבאוואוסטזיניג׳ צו וואס איך טו, וואס איך פיל. וויאזוי איך פיר מיך אויף, וויאזוי איך בין.

איז, איך טראכט וואס פיל איך דזשאסט פארן גיין צו אזא מין סייט.

נו וואס?

ענטפער...
אז ס׳גייט מיר גארנישט אן, אלעס איז גוט און פיין, וואס איך טו איז נישט קיין שום פראבלעם... איך דארף מיך אפילו נישט אפשטעלן באטראכטן וואס איך טו, צו ס׳איז יא גוט צו אפשר נישט...

סטאפ!!! גיב איך א זאג ״טויש״.
איך ׳וויל׳ פילן אז מ׳טאר נישט.

איז, איך שטעל מיך פאר, כאילו איך פיל גאר שטארק אז איך וויל נישט דארט גיין. נישט אז איך דערמאן מיך אז איך וויל נישט, איך ׳פיל׳ אז איך וויל נישט. איך פיל ׳יעצט׳ אז איך וויל נישט דא גיין בשום אופן... איך וויל עס נישט טון בשום אופן...
די אלע עבירות געשעען ווען מ׳איז נישט געהעריג וואך.

איז, די עצה איז, אז ווען מ׳איז אין א טיפע, טיפע מצב פון רילעקסעשען. נאך א גוטע צוואנציג מינוט רילעקסען, יעדע מוסקעלע טיפער און טיפער און טיפער. טראכט איך צו זיך, וואס פיל איך דזשאסט פאר איך גיי שוין ממש עפענען די רחמנא ליצלן פעידזש.

וואס...

נו וואס?

איך פיל דעמאלסט אז ס׳גייט מיך גארנישט אן, אלעס איז זייער גוט, און איך טו גוט.

סטאפ!!
גיב איך א זאג ״טויש״
איך פיל ׳יא׳
איך ׳פיל׳ אז איך וויל נישט דא גיין
איך פיל עס.
איך פיל עס ׳שטארק׳.
׳זייער׳ שטארק...
איך פיל שטארק מיט מיין גוטן ווילן אז איך וויל נישט דא גיין. איך פיל אז איך וויל נישט...
איך פיל אז איך וויל נישט.

איז, איך ווער אויפמערקזאם אויף די ׳הונטערבאוואוסטזיין׳ געפילן, וואס שפילט זיך אפ הארט פארן דורכפאלן.

איך רייס ארויס די געפיל אז אלעס איז גוט יעצט מיט וואס איך טו. אדער וואטעווער געפיל איך האב דעמאלסט. און איך פלאנץ איין א געפיל פון ׳שטארקייט׳ א געפיל פון ׳יוסף הצדיק׳. אדער וואטעווער געפיל איך וויל ווען פילן.

נישט געצווינגען, נאר מיטן גוטן ווילן...
איך וויל דאך בלייבן א ריינע ׳נשמה׳.
א ׳ריינע׳ נשמה.

׳אמאל׳ טאקע האב איך געפילט אזוי און אזוי וואס דאס האט גורם געווען צו טון אזוי און אזוי, אבער ׳היינט׳ בין איך שוין גאר אנדערש. אמאל בין איך געווען אזוי און אזוי, אבער היינט ׳פיל׳ איך שוין אזוי און אזוי.

און איך פרעג מיר אליין.
וויאזוי דארף איך פילן אויב איך וויל פילן ווי אן ערליכער יוד. ווי יענע און יענע ערליכער יוד. די אידיאלסטע געפילן וואס איך וואלט ווען געוואלט פילן. ׳די אידיאלסטע׳.

איך קען נישט אויפשטיין פונעם מעדיטעשען דער זעלבער מענטש וואס איך בין געווען בשעת׳ן אנהייבן... איך דארף ווערן טראנפארמירט.
טראנספארמירט צו אן אנדערער בעסערער מענטש. צו א מענטש מיט א שטארקער געפיל זיך אפצוהיטן. צו א מענטש מיט אן אומגלויבליכער פעסטער כאראקטער וואס לאזט זיך נישט אריינשלעפן...

און איך ׳פיל׳ ווי איך בין עס שוין יעצט. שוין יעצט פיל איך אזוי... בין איך אזוי...
פיל איך די ״אידיאלסטער״ געפיל. וואס איך קען מיך אויס׳משל׳ן אין מיינע באהאלטעניש׳סטע דמיון וואס קיין נברא ווייסט נישט...


איך קריץ איין די גוטע געפיל וואס איך פיל יעצט. איך קריץ עס אריין פעסט, פעסט, טיף, טיף.

נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז, ס׳ווערט די ׳עקזיסטענץ׳ וואס הייסט ׳נשמה׳

און איך בין זיך מצייר.
אזוי און אזוי פילט די נייע מענטש, וואס איך וויל זיין. אזוי און אזוי, אטעמט ער. אזוי און אזוי באוועגט ער זיך. אזוי און אזוי, לאכט ער. איז ער.

נישט ער, איך.

איך בין יעצט אזוי. איך בין עס.


די בחירה איז אין מיינע הענט. איך קען יעצט טראכטן וואס איך וויל. איך טראכט, איך וויל, איך באשלוס. און דער אייבערשטער זאל מאכן אז ס׳זאל געשען ״והוא יעשה״.

און איך בעט, הייליגער באשעפער ברוך הוא, אל תשיבני ריקם מלפניך, ווייז מיר דיין ליכטיגען פנים, ווייז מיר אז דו האסט אנגענומען מיינע תפילות. ווייז מיר עס אויף אזא אופן וואס איך האב מיך נישט געקענט אויס׳משל׳ן פאראויס בשום פנים, אויף אזא אופן וואס דו ווייזט א יעדע וואונדערליכער זאך וואס מ׳זעהט קלאר אז ס׳מוז קומען פון דיר. איך וויל דיך פילן, איך וויל דיך זעהן, איך וויל האבן שייכות מיט דיר. הייליגער באשעפער ברוך הוא ווייז מיר.

ווייז מיר...

טו עס
האב דיך גענוג ליב עס צו טון...
והשם יעזור
כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמי »

איך קען אייך נישט געונג באדאנקן פאר די געדולד און טאלאנט

אזא שאלה פרעג איך, אויב ארבעט עס ארזוי שטארק, ווי אזוי קען זיך נאך אלס וועלן ווערן אויס-צופלויגן?
איר האט דאך דער מהלך זיך צו טוישן?

והשנית, איז דא א סכום פון צייט וואס מ'דארף אינוועסטן פער מידה, פער שוואכקייט וכדו, (איך פרעג עס שוין צום 3'טען מאל, זייט מוחל און ענטפערט מיר א תירוץ (: )
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

@כרמי, א גוטע פאר וואכן, עס מאכן גוט.


אויב למשל איך ארבעט אויף עמעזאן. און יעדן טאג, סוף טאג זעה איך אז די צייט איז מיר אוועקגעגאנגען מיט ארומקריכן אויף וועב סייטס וועגן יו עף אוס, אדער די מלחמה אין וויעטנאם. אדער אומוויכטיגע אימעילס. בקיצור סך הכל אז סוף טאג בין איך מודה אז כ'האב דארט נישט געדארפט פארברענגען ס'צייט.
איז, ווען איך מאך די מעדיטעשען, איך רילעקס אלע מוסקעלס, יעדע פיצעלע מוסקעל, וואס איך טרעף אין מיין קערפער רילעקס איך מער און מער. טיפער און טיפער און נאך טיפער. און בעיקר איך גיי אריין אין א מצב פון יעצט. און א מצב ווי עס איז געווען פאר די יקום. תוהו ובוהו. אלעס האט זיך נאך נישט אנגעהויבן. איך זינק איין אין מיר.
און איך לאז נאך טיפער און טיפער.

דער עיקר איז באקומען צוטריט צום אייגענעם סובקאנשעס מיינד. צום הונטערבאוואוטזיין.

ווען איר ווילט למשל כאפן א שמועס מיט איינעם. וועט איר ארויסבאקומען סך מער אינפארמעשען ווען איר שמועסט מיט יענעם אין א פארק, נעבן ביימער, וואסער שטראם, און זינגעדיגע פייגלעך. א טיפע הארציגע שמועס דארף מען כאפן מיט זיך אליין. נישט א גערעגטע שמועס. ״פארוואס קענסטו נישט זיין א מענטש? הא?״

נאר א טיפע טיפע שמועס וועט מען ארויסבאקומען די שליסל און קענען דערמיט עפענען פארשלאסענע טירן.

דער פיעסעצנער ווארענט שוין אין זיינע רייד לאמר, נאר געמיטלעך, גיי זייער רואיג אויף די שפיץ פינגער.

איז, ווען איר רעדט מיט איינעם באנאכט און יעדער ארום שלאפט. רעדט איר טאקע, אבער שטיל. איר האלט קאפ אויף צוויי זאכן. אויף וואס צו רעדן און אויף שא שטילקייט. שא! וועק נישט אויף. שא!

איז צוריק צו אונזער שמועס. ווען איך זעה אז ווען איך קום אריין אין ארבעט, האב איך נישט קיין געדולד זיך צו נעמען טון וואס איך דארף. קען עס טאקע האבן אסאך אונטערליגענדע סיבות, פארוואס איך הייב נישט אן. אמת. און דערפאר ווען איך באמערק אז איך פיל נישט ריכטיג וויאזוי איינער וואס איז מוצלח און ארבעט פלייסיג דארף ווען פילן און זיין. איך פיל נישט ווי איהם. איז אויב אזוי זאג איך "אייבערשטער" איך בין מודה אז איך פיל נישט געהעריג. איך בין מודה אז איך ווייס נישט. איך בין מודה אז איך בין נישט צופרידן. איך בין מודה אז ביז היינט בין איך נישט געווען דער ריכטיגער פלייסיגער ארבעטער. איך בין מודה אז איך פיל נישט געהעריג ווי מ'דארף בנוגע דעם דזשאב וואס איך טוה.

הייליגער באשעפער ברוך הוא, דו וואס דו ביסט אלעס. און צו דיין שכל און דיין חכמה איז נישטא קיין סוף און קיין באגריף, איך געב איבער פאר דיר מיינע געפילן, מיין הצלחה. דו זאלסט עס ארלעידיגען פאר מיר אויפן בעסטן אויפן.
אויף אזא אופן אז איך וועל קלאר זעהן אז ס'קומט פון דיר. באור פניך ה'.

און איך באטראכט און קוק ווי כאילו איך קוק ווען א ווידיאו. א מאווי. (יודישע :-)
און איך באאבאכט מיינע 'עמאושענס'

עמאושענס הייסט די אינערליכער מצב פון געפילן. דאס איז דער מצב פון מיין אינערליכן עקזיסטענץ אין יענע מינוטן.

איך טראכט וויאזוי איך וויל פילן. וויאזוי 'פילט' א מענטש וואס פארקויפט אויף עמעזאן און איז מצליח און ס'גייט איהם. וויאזוי פילט ער ווען ער קומט אריין אין ארבעט. איך טראכט צו מיר "איך וויל פילן גוט מיט וואס איך טו" איך וויל פילן "העפי" אזוי! "העפי" געשמאק. אויפגעלייגט. מעכטיג. קאנצענטרירט. מוצלח'דיג. פליסיג. איך מאך געלט. אז דער אייבערשטער העלפט מיך.

טראכט גוט וועט זיין גוט, איז אן אייזענער כלל.

טראכט און פיל אז דו מאכסט אסאך געלט.

וויאזוי וועל איך באקומען קאסטומערס? וויאזוי וועל איך באקומען א גוטע נאמען? דאס לאז אויפן הייליגער באשעפער ברוך הוא. לאז עס אויף איהם. גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה. והוציא כאור צדקך ומשפטך כצהרים. שטיי נישט אין וועג מיט דיין עבר.

מ'קען נישט האבן א נייעם עתיד מיט אן אלטען עבר.

דו קענסט נישט זיין דער זעלבער מענטש ווען דו שטייסט אויף פון מעדיטעשען.

גול על ה' דרכך ובטח עליו והוא יעשה. אין לך אדם שאין לו "שעה" ואין לך דבר שאין לו מקום.

והשם יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך גלייב זייער אין די שיטה, ס׳קוקט אויס נישט אלץ ׳בוק סמארט׳ נאר יעדער וועט פארשטיין אז ס׳דארף העלפן, נאר וואס, דער יצר׳ל שלאפט אויך נישט. איז ס׳געדויערט, איך אליין פרוביר עס אויס אויף מיר און איך זעה וואונדער. און איך בין געווען אזא צופלויגענער, היינט בין א נארמאלער מענטש, (איך זאג אזוי, ווייל די שיטה טענה׳ט מ׳זאל אזוי זאגן,) היינט בין איך נארמאל. פארשטייסט, נישט נאר פונדרויסן, נאר בעיקר מיינע געפילן זענען געווארן שטארק נארמאל, פרייליך און צופרידן. און באמת זעה איך געוואלדיגע שינויים,

כרמי טייערער מאך עס
ווארט איך וויל נאך שרייבן וויאזוי פונקטליך מ׳מאכט עס אז ס׳זאל זיין גאר שטארק מאכטפול.

און בעיקר געדענק ׳השלך על ה׳ יהבך והוא יכלכלך׳ גול על ה׳ דרכך ובטח עליו והוא יעשה. טראכט גוט וועט זיין גוט. טראכט רחמים גמורים וחסדים גלויים וועט נשפע ווערן פונקט דאס. דער אייבערשטער איז גרייט משפיע צו זיין...

בקיצור, איך מאך עס פעסט בעזרת השם והשם יעזור להלאה, מ׳דארף וויסן וואס מ׳טוט און מ׳מוז האבן געדולד, איך בין אין דער זעלבער פעקל ווי דו. און איך פרוביר און טריי, אסאך אסאך שיטות האב איך שוין פרובירט און געהערט, זייער פיין און וואויל אבער דאס ברענגט צוזאם זייער אסאך שיטות און וועגן, און איין מעטאד.
גלייב מיר איך ווייס וואס איך רעד...
די שיטה וואס איך האב דיר געזאגט איז פון די בעסט אף די בעסט, הגם ס׳איז נאר א געוויסע אופן פון די מהלך פון ריפראגרעמען די מיינד.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג פעברואר 04, 2014 10:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א שטולער בחור
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2012 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטולער בחור »

(שכוח נשמה. באמת. דיין ארבעט איז באמת אנערקענט. שרייב נשמה שרייב.) (כ'האק נישט אריין)(ס'ארומגערינגלט)
א *שטילער בחור כצ"ל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס׳ארומגעריגעלט :-)
כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמי »

נשמה טייערער, יישר כח
דיין סטראגעל איז מיין סטראגעל
פוילקייט, נישט טוהן צו דער זאך
דאס איז חוץ כעס, אכילה, שינה וכדו'.
מיר האבן אסאך ארבעט צו טוהן, און איך בין שטארק מכיר טובה דיין שרייבן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

וואס מיינט פויל? פראקרעסטינעשען. מארגן קרענק?
כרמי
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 12, 2013 10:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרמי »

נשמה האט געשריבן:וואס מיינט פויל? פראקרעסטינעשען. מארגן קרענק?


פראקרעסטינעשען ווייס איך נישט ווי עס וואקסט... מארגן קרענק יא! אבער נאך וואו...
כ'האב ליעב צו ליינען און וויסן ווי און ווי אזוי, אבער טוהן... מארגן, מ'וועט זעהן, אפשר, מ'ברויך טאקע....
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

כא כא! איך וויל דיר צוריק ענטפערן, אבער ווייל די נושא איז אבער טון צום זאך און טון מיט פרייאריטיס, וועל איך עס דיר שרייבן ביינאכט. איך מיין דאס איז א גוטער סטעפ צו גיין טון צום זאך...
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

ס'איז דא א ספרים פון ר' אריה קפלן א גרויסע מקובל – ווי איך געדענק האט ער געמאכט זיינע ספרים אויף ענגליש און מ'האט עס טרענסעלעיטעד צו פארשידענע שפראכן – מדטציה ויהדות (היברא), מדטציה וקבלה און נאך...
דארט איז ער מסבר אז מדטציה קען מען טון אויף 2 אופנים, 1. אויסליידיגען די מחשבה אזוי נשמה האט געשריבן. 2. דורך טראכטן פון איין געוויסע זאך, למשל די ווארט כעס אריינגעקרוצט אויף פארמעט
ביי רוב מענטשען ארבעט די צווייטע וועג שנעלער
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

אידישע קאפ האט געשריבן:ס'איז דא א ספרים פון ר' אריה קפלן א גרויסע מקובל – ווי איך געדענק האט ער געמאכט זיינע ספרים אויף ענגליש און מ'האט עס טרענסעלעיטעד צו פארשידענע שפראכן – מדטציה ויהדות (היברא), מדטציה וקבלה און נאך...
דארט איז ער מסבר אז מדטציה קען מען טון אויף 2 אופנים, 1. אויסליידיגען די מחשבה אזויווי נשמה האט געשריבן. 2. דורך טראכטן פון איין געוויסע זאך, למשל די ווארט כעס אריינגעקרוצט אויף פארמעט
ביי רוב מענטשען ארבעט די צווייטע וועג שנעלער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פארוואס די ווארט כעס, ס׳רייסט ארויף די נעגעטיוויטי ניין?
ענדערש דעם שם הוי׳ ב״ה ניין?
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

גערעכט ער שרייבט עס לגבי שם הוי'
כ'האב עס געשריבן פאר ווער עס האט געפרעגט וויזוי מ'ארבעט אויף כעס...
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

ער נוצט עס אויך פאר התקשרות
למשל די האלטס און מיטן דאווענען און איין ווארט האט דיר געכאפט – כי קל מלך רופא נאמן – כאפ עס נעם עס אריין טיף אין מוח "מדטציה" און די וועסט אנפאנגען פילן א געוואלדיגע קשר מיט הקב"ה
איך וועל לאזן אונזער "נשמה" עס מסביר זיין...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ס׳דא מענטשן וואס פאר זיי איז בעסער ווערטער. און ס׳דא וואס איז בעסער א בילד. און ס׳דא א געפיל.
ס׳דא וואס קענען טראכטן פון א ״יולי״
דהיינו א מחשבה פשוטה וטהורה אן אן עכטער ציור, מ׳דארף זיך איבן דערין. דאכט זיך אז ס׳איז מער געפיל ווי בילד, אבער ס׳דא דרגות דערין, ווי מער מ׳טראכט אלץ מער קען מען כאפן און אויפבויען דקות. די מח איז נישט געוואוינט, מ׳דארף עס געוויינען. אין בני מחשבה טובה רעדט ער דערפון הצדיק מפיעסעצנאר
ער רעדט פון ׳שכלול המחשבה׳ איבעראל רעדט ער נאר פון דעם, דינען דעם אייבערשטען מיט יעדן פאדעם פון אונזער קערפער. לאמיר זיך מחזק זיין טייערע יודן, דא האט איר, טרינקט... א געשמאקער בראונפן הא? און יעצט ווען מיר זענען אביסל געהויבן לאמיר א ניגון זינגען צום קל חי... לחיים. לחיים. לחיים טובים ולשלום.
אידישע קאפ
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2014 11:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע קאפ »

איך רעד פונעם וועג אריין פון ווי ס'איז גרינגער אנצוקומען צו אונזער מוח
צו דורך ליידיג מאכן ד.מ. אוועק נעמען אלע מחשבות
אדער דורך נעמען איין מחשבה און מיט דעם איעדעם אוועק שטיפען
נאכדעם וואס די האסט שוין א שפראך צום מוח קענסטו מאכן זייער שנעל התקשרות, סיי צום רבש"ע סיי צו דיינע מידות סיי צו דיין נשמה...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יא ביסט גערעכט, אז ווען מ׳וויל אויסליידיגען דעם מח דארף מען טראכטן פון איין זאך אדער אויף אנאנדערע וועג. אבער ווי גייט מען נאכדעם מיטן מח, סתם זיצן און טראכטן פון שם הוי׳ א שעה צייט איז נישט דער זעלבער עבודה ווי זיך מעמיק זיין אין גדלות השם, און אויפבויען אין זיך א נאנטשאפט, איך לכשעצמי האב ליב צו טון דערמיט עפעס. ווען איך גיי צו א חתונה און איך ווער געהויבן, ארבעט איך אריין צו דערגרייכן עפעס מיט מיינע מחשבות, אויפצובויען. פארשטייסט? אינמיטן שמו״ע איז אזא דביקות וואס מ׳איז צופרידן ווי מ׳איז, מ׳איז צופרידן וואס מ׳זעהט און ס׳אינטערעסירט נישט מוסיף צו זיין. מ׳פרייט זיך אז מ׳קען זאגן ברוך אתה. אבער סתם אינמיטן טאג ווען איך מאך עס שוין, האב איך אינזין אויפצובויען אין עפעס.
די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט זאגען איז, אז איך מיין דערמיט ״מיך״, מיך אויפצובויען, מיין מחשבה צו משכלל זיין, ס׳קען זיין ס׳דא א דרגה פון עבודה דזשאסט צו טראכטן פון שם הוי׳ וכו׳. הגם דער רמב״ם זאגט אז דאס איז נישט גענוג, סתם זכרון השם, מ׳דארף משיג זיין, טראכטן און אריינברענגען אין זיך דעם שטארקייט פון ׳השם הוא האלקים׳ ׳אין עוד מלבדו׳ איך האב אפגעמאכט אז איך טו וואס איך ענדזשוי, איך פרוביר ס׳מערסטע צו ענדזשויען עבודת השם. נאר דער גוי מעג ענדזשויען זיינע געימס. איך ענדזשוי מיין טראכטן און זיך פארטיפן אין אייבערשטען, מיין געים איז ארומארבעטן מיט מיין מח, ארום ארבעטן מיט מיינע געפילן, איך זאל מער און מער און מער ענדזשויען עבודת השם.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”