שם הגדולים לגדולי ישראל באמעריקא מלפני מלחה"ע השני'
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
איך זיך אינפא
איך זיך אינפא איבער הרב אלימלך אויגענשטיין ז"ל פון גרינפאונט ניו יארק
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום מאנטאג נובעמבער 25, 2013 6:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
- farshlufen
- שר עשרים אלפים
- תגובות: 25675
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
רב דקהל אהבת ישראל אויף noble street 108 די שול עקזיסטירט נאך.
www.greenpointshul.org
www.greenpointshul.org
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.
רבי נתן נטע זובער
למד בישבת תומכי תמימים ליובאוויטש וכשבא לארה"ב למד אצל הרב לעווינבערג בישיבת נוא-הייווען
ונתמנה לרב בעיר ראזעל
חיבר זכרון מנחם http://beta.hebrewbooks.org/3089
ודברי נתן http://beta.hebrewbooks.org/2862
נפטר ד' שבט תשמ"ח http://kevarim.com/rabbi-nosson-nuta-zuber/

רבי נחום צבי קארנמעהל
נולד בתרס"ח לאביו רבי מרדכי מ"ץ דפעצלוב ואח"כ וויען בעמ"ס מאמר מרדכי ח"א http://beta.hebrewbooks.org/7075
הגיע לארה"ב בשנת תרצ"ט ונעשה אב"ד אלבאני
ובשנת תשכ"ד נעשה לרב בסידערהיורסט
חבר מאמר מרדכי ח"ב http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 54&hilite=
ותפארת צבי http://beta.hebrewbooks.org/9748
נפטר ד' טבת תשנ"ג

- יוסף שרייבער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4568
- זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm
ווילוויסן האט געשריבן:מכון מורשת חכמי אמעריקא ווייסט צו זאגן פון א אידישע קהלה אין דולוטה מינעסאוטע בשנת תר"ס-תרס"ה [ה'תר"ס?] ?
הרב שרייבער חבר המכון האט שוין מער/ווייניגער געברעגנט די פרטים, נאר דאס וואס איר פרעגט איבער די פונקטליכע יאר, הגרא"א אלפערשטיין שרייבט דארט אונטער אלס רב אין סט. פאול מינעסאוטע, לפי ערכו בתולדות אנשי שם שימש כרב בעיר ההוא משנת תרנ"ט עד תרס"א.
dovidal האט געשריבן:מי היה זה
נפטר ל' מנ"א שנת תש"ז ומנו"כ בעיר בענגאר:
http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... d=93082811
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14026
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אקעגען חמרא טבא
מיללער האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:מי היה זה
נפטר ל' מנ"א שנת תש"ז ומנו"כ בעיר בענגאר:
http://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.cg ... d=93082811
א פלא פון א מציבה
קיין אייון אידיש ווארט וועגען פעולות לרבים
נאר איין ווארט אויף ענגליש RABBI
משלחן המורשת
הרב יעקב דוב מיללער, נשיא המורשת
-
מיר וועלן דא אין דיזען אשכול פרובירען, מיט די הילף פון אנדערע חברי המורשת, צו שטעלן פון צייט צו צייט נייע געפונסען, שאלות ותשובות, אדער אנדערע נאטירנסווערטפולע אינפארמאציע ארום די רבנים און גדולים וואס האבן געלעבט און געווירקט דא אין אמעריקא אין אירע בראשית יארן.
א ספעציעלן דאנק קומט פאר אלע חברי "מכון מורשת חכמי אמעריקא" וועלכע נעמען אראפ פון זייער צייט שלא עמלק"פ, מנציח צו זיין זכרן של הראשונים נוחי עדן, שכמעט ונאבד זכרם ובטל סיכוים, דאס איז א ריכטיגע חסד של אמת, ישלם השם פעלם הטוב.
-
געפונען די מציבה פון רבי אברהם נפתלי גאלאנטי ז"ל - רב ואב"ד ביהמ"ד ת"ת בית אברהם
מיט גרויס פרייד האבן חברי המורשת ערהאלטן נעכטן א בילד פון די מציבה פון רבי אברהם נפתלי גאלאנטי ז"ל, באדיבות חבר נכבד בהמורשת הרב רבי פישל פ. פון בראנזוויל הי"ו.
הרב גאלאנטי האט מחבר געווען עטליכע ספרים:
חזיונות אברהם
דבר בעתו
מועדים לשמחה
משל ומליצה - ה' חלקים
המדרש והמשנה
אביו היה ר' ישראל יצחק ב"ר אליהו יוסף גאלאנטי אב"ד ראדזאנאוו בפוילן דור עשירי בעל מגן אברהם ותלמידו של רבי בונם מפרשיסחא (?), ר' אברהם נפתלי נשא את מרת יוטא ב"ר משה אהרן אייבשיץ, גיסו ורבו היה ר' יונה מרכי זלאטניק אב"ד פלאצק בפוילן, בארה"ב שימש כרב ואב"ד ביהמ"ד ת"ת בית אברהם בבראנקס ניו יארק וגם היה היו"ר של וועד הרבנים דבראנקס.
צאצאיו; בנו ישראל יצחק, בנו אליהו יוסף בנותיו; מאשע דבורה ופיגא גיטל עם בעלה אביגדור.
תולדותיו (בענגליש) נדפסו בספרו משל ומליצה חלק ה' שי"ל ע"י צאצאיו לאחר פטירתו:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=11
נפטר כ"ט שבט תרצ"ו ומנו"כ בביה"ח מאונט ציון, קווינס
"המסלה" באוויינט די פטירה:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 28&hilite=
"היהודי" על פטירתו:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 23&hilite=

יישר כח כבוד הנשיא פאר אלע אייערע פעולות הטובות.
א שטיקל באשרייבונג איבער אים און זיין ספר

מיללער האט געשריבן:אין אן אימעיל וואס ר' יחיאל מאיר קנאבלאך הי"ו שיקט ארום פאר שומעי לקחו (אפשר איז כדאי ער זאל טאקע דא אויך האבן אן אשכול אזוי ווי רנ"א וועקשטיין) האט ער ערווענט איבער א צוואה פון ר' אברהם פאללאק אב"ד מקיספארט, פענסילוועניע (זעה בייגעלייגט)
ר' אברהם איז געווען רב אין זשאמבעק אין אונגארן, נאכהער איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווען רב אין פוקיפסי, און פון דארט קיין מקיספארט, ביז ער איז נפטר געווארן תרצ"ד, דער צוואה האט זיין ברודער ר' יואל פאללאק געדרוקט, ר' יואל האט געוואונט אין נעוויארק.
א זון פון דעם ר' אברהם (שהיה חתנו של ר' יעקב חיים פליישמאן אב"ד זשאמבעק) איז דער באקאנטער ר' יעקב פאללאק רב דק' שומרי אמונה אין ב"פ
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 956_30.pdf
דא איז די צוואה אויף אוצה"ח
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?84728&&page=6&
באדיבות ידידינו הרב אשר לאווי, חבר במכון מורשת חכמי אמעריקא, ברענגען מיר א בילד פון די קבר פון רבי אברהם פאללאק אב"ד זשאמבעק ובסו"י בארה"ב.
הרב אברהם בן יעקב פאללאק
ששימש ברבנות
ק״ק זשאמבעק, אונגארן, פםקעפסי,
ומקיספארט, מגמתו היתה לנהג
עדתו על פי המסורה ולגדל
בניו ובנותיו ביראה תמימה
ועל ברכי התורה, תנוח
נפשו במנוחה נכונה
נפטר ערב ר״ח אייר תרצ״ד
ושם אמו חוה
ת נ צ ב ה
30 Nisan, 5694
15 April 1934
די מציבה געפונט זיך אינעם יוניאן פיעלד סעמעטערי, געיט # 32
הרב חיים סאקאלסקי
א גרויסער דאנק אייך נשיא.
=======
יענע וואך האבן מיר אפגעפונען דער מציבה פון הרב ר' חיים סאקאלסקי. ער איז געווען א טייל פון די וועלכע האבן אום ט"ו אב שנת תרי"ב געגרינדעט דער ערשטער רוסיש פוילישער שטיבל אין נוא יארק. אבער ווי עס איז באקאנט האט דארט נישט געהערשט קיין פאראייניגונג, און אין משך פון די יאהרן זענען געווען א רייע מיינונגס פארשידנהייטן און קאנפליקטן, וועלכע האט געברענגט דערצו אז הג"ר אברהם יוסף אש זאל זיך אפטיילן און גרינדן דער 'בית מדרש הגדול', ווידער די וואס זענען צוגעשטאנען צו הג"ר יודל מידלמאן האבן עווענטואל געגרינדעט דער קאלוואריער שוהל מער באקאנט אלס דער 'פייק סטריט סינעגאג'. אויך אינעם ביהמ"ד הגדול זענען פארגעקומען אין פארשידענע תקופות א רייע קאנפליקטן וועלכע האבן געברענגט הג"ר א"י אש צו רעזיגנירן און צוריק אמטירן זיין רבנות שטעלע, אין איינע אזא פאל האבן זיך א פראקציע אפגעטיילט און געגרינדעט אן אייגענע קהילה וואס איז עווענטואל אינקארפארירט געווארן אלס דער קהל עדת ישורון (אנשי וויזאן) אויך מער באקאנט אלס דער 'עלדרידזש סטריט סינעגאג', די האבן אויפגענומען דעם דערמאנטער ר' חיים סאקאלסקי אלס זייער פירער.
הרב סאקאלסקי פון דער סאוואלקער אומגעגנד איז געווען א תלמיד פון הגאון ר' חיים וואסערצוג מער באקאנט אלס ר' חיים פיליפאווער וועלכע איז געווען בימי הגר"א. אין פאך איז ער געווען א סופר סת"ם און אנגעפירט מיט א ספרים געשעפט אויף דיוויזשאן סטריט אין מאנהעטן.
ער איז נפטר געווארן כ"ו תשרי שנת תרמ"ד, און נטמן געווארן אינעם חלקה פון בית מדרש הגדול אין די מכפילה סעמיטערי (בערך 15-20 פיס צו לינקס פון הרב אש אביסל אויף צוריק).

בן בוזי האט געשריבן:אם ברעקלאמע עסקינן, איז דאס אינטערעסאנטער, פון דער רעקלאמע איז משמע אז הרב סאקאלסקי איז געווען א שותף מיטן באקאנטער ר' ירוחם קאנטראוויץ
ניין, ראזענבאום האט אפגעויפט דעם סאקאלסקי געשעפט און ווערבעלאווסקי האט איבערגענומען דעם קאנטראוויץ געשעפט, און שפעטער האבן זיי זיך צאמגעשטעלט (כן עולה לי ממחקרי)
הר"ר חיים מיכל גרינבערג
יעצט וועלן מיר דערציילן וועגן א איד א בעל הבית און דוקא א גביר, אבער ער האט מיט אזא נאבעלקייט אויסגענוצט זיין צייט און געלט אויף לימוד התורה, אז ער איז ווערט צו פארצייכנט ווערן אין די ראמען פון שיינע אידן בארה"ב; זיין נאמען איז געווען רבי חיים מיכל גרינבערג.
רבי חיים מיכל גרינבערג א פוילישער איד פון דער שטאט מלאווא איז אין זיין יוגנד געפארן צום חידושי הרי"ם. אום תרל"ג האט ער צוליב אומבאקאנטע סיבות אימיגרירט אויף אמעריקא, ווי ער האט זיך ערווארבן א גרויסער פארמעגן אלס ריזיגער ריעל עסטעיט מאגנאט, אבער דאס אלעס האט נישט געהאט קיין ווירקונג אויף זיין רעליגיע, אט איז ווי ער איז אויף זיך אייגנס מעיד אום תרע"ו; כי עסקתי בתורה מיום בואי לנויארק אמעריקא זה ערך ארבעים ושלש שנים, ואף תורתי עמדה לי כי כל כמה שנים שאני זוכר לא עבר עלי יום בלא תורה!. ער האט פארמאגט ביי זיך אין שטוב א גאר גרויסער ביבליאטעק פון ספרים.
אום תר"ס און שפעטער אום תרע"א האט ער זוכה געווען ארויף צו פארן קיין ארץ ישראל, א נסיעה וואס ער האט געשילדערט מיט קלארע דעטאלן אין דער הקדמה צו זיין ספר 'אור חיים' עם 'לקוטי רחם', דורכאויס זיין אויפהאלטונג דארטן האט ער צווישן אנדערע וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן געגרינדעט אין עיר האבות -חברון א ישיבה מיטן נאמען 'מגן אבות' אדער ווי ער רופט עס אן 'ביהמ"ד וישיבת רבי חיים מיכל גרינבערג' און געשיקט א מאנאטליכער געהאלט פאר די וואס האבן דארטן געלערנט.
וויבאלד רבי חיים מיכל האט בס"ד זוכה געווען אויפצושטעלן א שטוב פון צעהן קינדער (פיר זוהן מיט זעקס טעכטער), דעריבער האט ער ביי זיין ערשטער נסיעה מיטגענומען זיין אינגסטער זוהן אברהם יוסף, און בתורת מעשר האט ער איהם דארט אוועק געזעצט לערנען מיט א ספעציעלער מלמד, און איהם אויפגעהאלטן אויף אנדערטהאלבן יאהר, ער האט איהם דארט אויכעט פארהייראט (נאך די חתונה איז אברהם יוסף צוריק געקומען).
פילע וואוילטעטיגע צוועקן האט רבי חיים מיכל אויסגעהאלטן ספעציעל פאר שמירת התורה ומצוות, ווי גרינדן תלמוד תורה'ס פארטיילן מצות לכבוד פסח און נאך, איינע פון די אינטערעסאנטע אויפטוען פון רבי חיים מיכל איז געווען דאס אפקויפן א גרויסער חלקה אין דער מכפילה סעמיטערי וואס ער האט א נאמען געגעבן 'דער גרינבערג לאדזש', אין דער חלקה האט מען געמעגט באערדיגן נאר שומרי שבת. (דער חלקה געפונט זיך עטליכע רייעס בעפאר די חלקה פון ביהמ"ד הגדול).
ער איז נפטר געווארן ד' סיון תרע"ט און איז געברענגט געווארן לקבורה אין זיין חלקה אויפן מכפילה סעמיטערי.
ווי דערמאנט האט ער איבערגעלאזט די ספרים אור חיים-לקוטי רח"ם ח"א, אור חיים-לקוטי רחם ח"ב, דער ערשטער חלק איז אויף די פרשיות און די צווייטע זענען הדרנים אד"ג, א גרויסער חלק דערפון איז ליקוטים פון אנדערע ספרים איבערגעשריבן אויפן לשון, כאטש וואס ער שרייבט געווענטליך נישט פון וועלכע ספר ער דופליקאטירט, אבער ער שרייבט בפירוש אין דער הקדמה אז ס'איז א ליקוט. דער ספר האט די חשובע הסכמות פון די פראמינענטע רבנים הג"ר אברהם אליעזר אלפערשטיין, הג"ר אלטר שאול פפעפער, הג"ר ברוך בנמין גוטה, הג"ר מנחם גוזיק. עס איז אינטערעסאנט אויסצוליינען דער הקדמה צום ספר ווי ער שילדערט זיינע נסיעות קיין ארץ ישראל בימים ההם.
אין זיין צוואה וואס איז געשריבן געווארן אויף פארמעט, באפעלט ער צווישן אנדערע די פאלגענדע; מען זאל ווייטער אנהאלטן די טעגליכע תפלות אין מיין שול וואס געפונט זיך אין מיין היים, מען זאל באצאלן פאר צעהן אידן תלמידי חכמים זאלן דארט דאווענען און לערנען משניות, אזוי אויך זאל מיין שול זיין ברייט אפען פאר אלעמען אן דארפן באצאלן קיין מעמבערשיפ, מען זאל אפיר זוכן די הייליגע ערד וואס איך האב מיטגעברענגט פון ארה"ק און דאס אונטערלייגן מיין באגרעבעניש, דאס פארמעגן זאל צוטיילט ווערן אויף צוואנציג טיילן, צעהן דערפון זאל גיין פאר מיינע קינדער זיבן טיילן פאר די אייניקלעך און דריי טיילן זאל מען יעדעס יאר פארטיילן צווישן די פאלגענדע ארגענעזאציעס, חברה קדישא תלמוד תורה אנשי פוילן, ישיבת רבינו שלמה קלוגר, דער ישיבה אין חברון און אויך פאר אנדערע צוועקן אין ארה"ק, יערליך פארטיילן מצות אויף פסח אין די ווערט פון הונדערט פופציג דאללער, אויף מיין חלקה 'דער גרינבערג לאדזש' זאל מען אומבאדינגט נישט ערלויבן צו באערדיגן אזעלכע וועלכע האבן פארשוועכט דעם שבת קודש, "מען מעג אוועק געבן א חלקה אויף אומזינסט פאר איינער וואס איז געשטארבן אין ארעמקייט, אבער פאר איינער וועלכע פארשוועכט דעם שב"ק מעג דאס זיין אפילו פון מיין פאמיליע, זאל מען איהם נישט פארקויפן אפילו פאר טייער געלט".
יהא זכרו ברוך

- לכתחילה אריבער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 19988
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
איבערקוקנדיג די ארכיוון באמערק איך דער דאזיגער בילד וואס איז שוין מיט עטליכע מאנאטן אריינגעשיקט געווארן צו מורשת חכמי אמעריקא דורך מר. פיסקיאטס - א פרייוויליגער אונטערנעמער וועלכע גיבט אוועק זיין צייט מיט צוריק שטעלן דער צושטערטער בעיסייד סעמיטערי צו א בכבוד'יגער פארנעם. דאס זענען די מציבות פון צוויי נוא יארקער רבנים וועמענס באגרעבעניש איז געווען צושטערט, און א דאנק דער אינטערווענץ פון חברי המורשת זענען די מציבות צוריק געשטעלט געווארן אויפן ארט.
רבי ישראל יפה ש"ץ פון סאוואלק, און ארויסגעבער פונעם ספר תורת העולה מיט א ביאור און הגהות 'אשי ישראל' דער ספר האט זוכה געווען צו געוואלדיגע הסכמות פון די גרעסטע גדולי פולין, http://kevarim.com/rabbi-yisroel-jaffe/
רבי יהודה באריט איז געווען דאהי בלויז אויף א קורצע וויילע, און געדינט אלס מגיד משרים ביי די משכן ישראל אנשי סאוואלקער שוהל, http://kevarim.com/rabbi-yehuda-barit/
ביידע ליגן אין די בעיסייד סעמיטערי געיט נומער 55 אין די חלקה פון משכן ישראל אנשי סאוואלק.
(בייגעלייגט זענען די מצבות ווי זיי ווערן אפגעפונען און באטראכט דורך חברי המורשת בעת'ן באזוך אינעם בעיסייד סעמיטערי דעם פארלאפענעם זומער, און ווי עס צוריק געשטעלט געווארן א וואך דערויף)

לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום דינסטאג ינואר 21, 2014 5:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט