יוםטובערליך האט געשריבן:דאס איז נישט קיין וועג חלילה. אז מען וויל ר"ל עוקר מן השורש זיין די פרומע ישיבות און כוללים איז צייט צו טאן אלעס מען זאל מבטל זיין די גזירות, און עס איז נישט קיין צייט צו ווייזן שולד-פינגערס, אפילו מען רעדט בעיקר פון ישיבות וואס נעמען נעבעך געלט פון די מקורות הטמאות.
ר' יו"ט פאר דיר וועל איך ענטפערן.
איך האב נישט געמיינט ח"ו צו זאגן, אז מען זאל גארנישט טון און מען זאל זיי לאזן פאלן.
ביי מיר איז דאס אויך קלאר אז מען דארף ארויסגיין מוחה זיין און טון וואס מען קען, סיי צוליב דעם וואס מיר טראגן אויך א געוויסע אחריות אויף די פרעמדע קרייזן אז זיי זאלן נישט ח"ו אינגאנצן אוועקפאלן אין דעם מיליטער שמעלץ טאפ, און סיי צוליב דעם וואס די גזירה איז קלאר יא נוגע אונזערע קרייזן אויך, און סיי צוליב דעם וואס עס איז סתם אזוי גוט און כדאי צו פראטעסטירן קעגן די ממשלת השמד...
מיין נקודה וואס איך האב ארויסגעברענגט איז געווען גאנץ אן אנדערע. מיין נקודה איז ווי פאלגענד: ריכטיג אז מיר דארפן פראטעסטירן, און קעמפפן קעגן דעם גיוס פלאן, ריכטיג אז ווען עס איז א צרה דארף מען נישט קוקן ווער עס איז שולדיג. אבער דאס איז אלעס ווען מען רעדט ווען
אונזער פליכט פאר זיך און פאר אלע אנדערע אידן.
אבער ווען
זיי קומען צו
אונז בעטן אונזער הילף צו באקעמפפן די גזירה, דאן דארפן מיר זיי זאגן "אנטשולדיגט, איר האט זיך \ אונז אריינגעדרייט אין דעם פעקל, און יעצט קומט איר בעטן הילף? זייט מוחל גיטס אייך אליינס אן עצה, און לאזט אונז אפ".
איי, מען האט דאך געשמועסט אז ווען יענער איז אין א צרה זאגט מען נישט זכור מעשיך הראשונים און דאן איז נישט די צייט צו טייטלען אויף ווער עס איז שולדיג, דאס איז התינח ווען יענער קען יעצט גארנישט טון דערצו, אבער אויב יענער האט נאך יעצט אויך די גאנצע ליסטע פון ברירות וואס ער קען טון אוועקצולייגן דעם גזירה פאר אייביג, אין אנדערע ווערטער די אלע אלמלא'ס וואס איך האב אויבן אויסגערעכנט - ווען זיי זאלן דאס ווען "יעצט" טון וואלט מען אויך געקענט דורכדעם מבטל זיין דעם גזירת גיוס לגמרי:
ווארד האט געשריבן:אלמלא זיי הערן אויף צו נעמען געלט, אלמלא זיי לאזן איבער זייערע בענקלעך אין כנסת (וואלט דער לפיד נישט געהאט אזויפיל שטיצע וכו' וכו'), אלמלא זיי קומען ארויס מיט א קלארע הוראה אויף מסירת נפש, אלמלא זיי וואלטן קיינמאל נישט מסכים געווען אויף קיין פשרות פון חוק ט"ל מיט שירות אזרחי און נושרים וכו' וכו', און אלמלא...... וואלט קיינמאל דער גיוס געזעץ נישט געהאט קיין קראפט.
נאר וואס דען? זיי האלטן נישט דערביי, נאר אנשטאט דעם קומען זיי וויינען מיט קראקאדיל טרערן "העלפט מיר", אין אזא פאל דארף אונזער תשובה זיין "דו קענסט זיך אן עצה געבן מיט די גזירה!
נישט גענוג דו ווילסט נישט טון וואס דו דארפסט און דו דרייסט אונז \ זיך טיפער אריין אין פעקל, האסטו נאך די חוצפה צו קומען בעטן ביי אונז הילף?"
אגב, עס איז כדאי זאלסט ליינען דעם משל וואס איך לינק אין מיין חתימה