אשכול תמונות מרן רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:19 pm

ולא מיין האט געשריבן:נאכ'ן דאונלאודן, וויל איך אריינלייגן די בילדער אין א געהעריגע פאלדער, נישט אין זיפ, אבער ס'לאזט מיר נישט פעיסטן, עני עצה???

שוין נאכן עקסטרעקטן אדער פארדעם?

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:41 am

וואס איז דאס???????????.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:55 am

זייט א לומד מכל האדם ואף מן שפל כמוני, א זיפפד פייל ברויך מען צו עקסטרעטן דהיינו ארויסציען אויפמאכן, אנדערש קאנט איר גארנישט קאפירן פון דערינען.

בתקווה שהבנת.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:36 pm

יש''כ הרב ישן.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 4:41 pm

יקירנו ר' הירשל ציג האט א הערליך בילד פון רביה"ק זצ"ל ביי א מסיבה, וואס איר ציהל איז נאכנישט געהעריג אידענטיפיצירט.

אויסער דעם רבי'ן ווערט דערקענט שטייענדיג דער צווייטער רעכטס (מיט'ן גרויען אנצוג) הרה"ח ר' חיים אלטר ראטה ע"ה מחסידי קלויזענבורג, אויך ווערט דערקענט שטייענדיג לינקס (מיט א האמבורגער הוט און טונקעלער בארד) הרה"ח ר' בנימין וויליגער לאויט"א ממונקאטש, דער צווייטער לינקס איז ר' מרדכי מענטליק ר"י תומכי תמימים, הרה"ח ר' יאסל אשכנזי דער משב"ק ווערט געזעהן אונטערן רבי'ן (מיט א שטאפענעם הוט)

דערקענט עמיצער נאך באטייליגטע, אדער ווייסט איינער וואס די מסיבה איז?

(עס קומט מיר פאר אז דער וואס זיצט מיט'ן רוקען צום בילד דער צווייטער פון לינקס איז דער באיאנער רבי ז"ל ר' מרדכי שלמה, די שאלה איז צו ער פלעגט האבן אזא קראך אינעם הוט (אויף אנדערע בילדער זעהט מען געווענליך נישט דעם אויבערפלאך פונעם הוט), האט נאך איינער אזא חשד?
צוגעלייגטע
img.jpg

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:58 pm

נעבען ר' יוסף אשכנזי שטייט ר' שלמה בראווער, איגאנצען פון הינטען שטייט דער פאיע רב ז"ל (מיט א פלאכע הוט)

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אפריל 09, 2013 12:31 am

מיללער האט געשריבן: עס קומט מיר פאר אז דער וואס זיצט מיט'ן רוקען צום בילד דער צווייטער פון לינקס איז דער באיאנער רבי ז"ל ר' מרדכי שלמה, די שאלה איז צו ער פלעגט האבן אזא קראך אינעם הוט (אויף אנדערע בילדער זעהט מען געווענליך נישט דעם אויבערפלאך פונעם הוט, האט נאך איינער אזא חשד?


זיכער נישט.. ווייל רבי מרדכי שלמה איז געווען עלטער פון מרן מ'סאטמאר מען וואלט אים נישט געשטיפט דארט אינדערזייט אזוי פאריקט, און בכלל איז ער נישט געגאנגען מיט א קראך אינעם הוט, איך העל אייך נאכגעבן אז ס'איז יא ער, נאר אויב דער איינס נאך אים איז דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל ז"ל, ערליידיגט?

הוצאת.אמת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 11, 2011 5:50 pm

תגובהדורך הוצאת.אמת » דינסטאג אפריל 09, 2013 9:44 am

רבניש האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: עס קומט מיר פאר אז דער וואס זיצט מיט'ן רוקען צום בילד דער צווייטער פון לינקס איז דער באיאנער רבי ז"ל ר' מרדכי שלמה, די שאלה איז צו ער פלעגט האבן אזא קראך אינעם הוט (אויף אנדערע בילדער זעהט מען געווענליך נישט דעם אויבערפלאך פונעם הוט, האט נאך איינער אזא חשד?


זיכער נישט.. ווייל רבי מרדכי שלמה איז געווען עלטער פון מרן מ'סאטמאר מען וואלט אים נישט געשטיפט דארט אינדערזייט אזוי פאריקט, און בכלל איז ער נישט געגאנגען מיט א קראך אינעם הוט, איך העל אייך נאכגעבן אז ס'איז יא ער, נאר אויב דער איינס נאך אים איז דער ליובאוויטשער רבי ר' מנחם מענדל ז"ל, ערליידיגט?


גראדע איז דאס יא לכאורה דער באיאענער רבי, די צורה פון די הוט און די פיאות שטימען צו

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

עטוואס בילדער וואס ס'נאך נישט געווען אויף די עפענטליך...

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אפריל 09, 2013 10:56 am

תמונה א'

מרן זצ"ל ארויסקומענדיג פון ביתו נאוה קודש ביים אפרייזען צום פארט ביים האפן פון נוי יארק פארענדיג צו ארה"ק בשנת תשכ"ה
__1 copy.jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אפריל 09, 2013 11:01 am

תמונה ב'
מרן זצ"ל ביים איבערגעבן א פתיחה בהיכל הישיבה הקדושה בסאנדז סט. לתלמידי 'תורה ויראה דרבינו יואל' בשנות הלמ"ד

satmer_2 copy.jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2986
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג אפריל 09, 2013 11:05 am

תמונה ג'

א שיין בילד, קוקט אויס ערגעץ ביי א באן הויף, אפשר אין די שטאט מונטריאל אשר בקאנאדא
איך האב געפונען דאס בילד ביי די ארכייון פון א זקן חשוב, כמיין ס'איז נאך נישט אין די עפענטליכקייט. דערקענט איר נאך איינמיצן אין דעם בילד?

Untitled-3.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אפריל 09, 2013 3:05 pm

שיינע אינטערסאנטע בילדער

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דינסטאג אפריל 09, 2013 4:25 pm

ר׳ ישראל זופניק אוף די לינקע זייט

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג נובעמבער 12, 2013 5:56 pm

שוין געווען?
מ'זעט פון רעכטס, ר' פסח קרישבסקי ממקורבי העדה החרדית, ר' אנשיל פוקס, ר' אליעזר אבראמאוויטש, ר' גדלי' יאזשעף, אינגאנצן לינקס איינער פייערשטיין.
צוגעלייגטע
1103132154b_1600x1001.jpg

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » פרייטאג דעצמבער 27, 2013 10:49 am

זיידעניו האט געשריבן:שמירת עינים

דעם בילד האט איינער אפשר נישט געקראפט? CROPPED
ס'איז מיר זייער וויכטיג

א דאנק
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

מגיד מרדכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 11:48 am

האט אפשר א בילד פון רבי זי"ע מיט הרה"ג ר' מרדכי ווילליגער

תגובהדורך מגיד מרדכי » פרייטאג דעצמבער 27, 2013 11:23 am

איך זיך שוין לאנג, האט איינער אפשר א בילד פון רבי זי"ע מיט הרה"ג ר' מרדכי ווילליגער זצ"ל
דא איז א בילד מיט בעל הברך משה זי"ע
צוגעלייגטע
Wulliger - 002.jpg
בעל הברך משה זי"ע מיט הרה"ג ר' מרדכי ווילליגער זצ"ל מח"ס פרדס מרדכי ועוד ביי א שמחה
טראכט גוט וועט זיין גוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 31, 2013 2:54 pm

מיללער האט געשריבן:יקירנו ר' הירשל ציג האט א הערליך בילד פון רביה"ק זצ"ל ביי א מסיבה, וואס איר ציהל איז נאכנישט געהעריג אידענטיפיצירט.

אויסער דעם רבי'ן ווערט דערקענט שטייענדיג דער צווייטער רעכטס (מיט'ן גרויען אנצוג) הרה"ח ר' חיים אלטר ראטה ע"ה מחסידי קלויזענבורג, אויך ווערט דערקענט שטייענדיג לינקס (מיט א האמבורגער הוט און טונקעלער בארד) הרה"ח ר' בנימין וויליגער לאויט"א ממונקאטש, דער צווייטער לינקס איז ר' מרדכי מענטליק ר"י תומכי תמימים, הרה"ח ר' יאסל אשכנזי דער משב"ק ווערט געזעהן אונטערן רבי'ן (מיט א שטאפענעם הוט)

דערקענט עמיצער נאך באטייליגטע, אדער ווייסט איינער וואס די מסיבה איז?

(עס קומט מיר פאר אז דער וואס זיצט מיט'ן רוקען צום בילד דער צווייטער פון לינקס איז דער באיאנער רבי ז"ל ר' מרדכי שלמה, די שאלה איז צו ער פלעגט האבן אזא קראך אינעם הוט (אויף אנדערע בילדער זעהט מען געווענליך נישט דעם אויבערפלאך פונעם הוט), האט נאך איינער אזא חשד?


דער בילד איז לעצטענס פריש נתפרסם געווארן, דאסמאל אינעם "עמי" מאגאזין וואו די קינדער פונעם חתן אינעם בילד הרה"ח ר' אברהם צבי לאנדא הי"ו מחשובי חסידי חב"ד האבן אידענטיפיצירט עטליכע אינעם בילד, די חתונה איז פארגעקומען אין גאלד מענאר, בשנת תש"ח ממש אין די ערשטע צייטן וואס מרן זצ"ל איז דא געווען אין אמעריקא.

לויט ווי זיי שרייבן ווערט געזעהן אויפן בילד זיצענדיג:
אויבנאן: הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל ולימינו (בהתמונה) יבלחט"א החתן ר' אברהם צבי לאנדא
(די כלה, זוגתו מרת חיה שתחי' איז א טאכטער פון ר' יצחק קליין ע"ה וועלכער איז געוואן אן אונגארישער איד פונדערהיים, ר' יצחק האט גערופען דעם רבי'ן און אים מכבד געווען מיט סידו"ק (זעהט באזונדערן בילד פון די חופה)
אויף די רעכטע זייט פונעם חתן: זיצט הרה"ק רבי מאיר'ל מאמשינוב זצ"ל (דער חתן איז געווען א תלמיד פון די ליובאוויטשער ישיבה אין שאנכאי, דארט האט זיך אויפגעהאלטן הרה"ק רבי שמעון שלמה מאמשינוב זצ"ל דער פאטער פון רבי מאיר'ל) - דער צווייטער איז ר' מרדכי גראנער (?) דער דריטער איז אומאידענטיפיצירט
אויף די לינקע זייט פון די מיטלסטע טיש: זיצט דער ערשטער רעכטס רבי יצחק א פלימעניק פונעם אמשינובער רבי? ער שמועסט מיט ר' מרדכי מענטליק ר"י תומכי תמימים, דער לעצטער אויף די לינקע זייט פונעם טיש איז אומאידענטיפיצירט, און אזוי אויך דער איד זיצענדיג גאנץ לינקס אויפן אויבן-אן טיש.

שטייענדיג ווערט דערמאנט די פאלגענדע; פון רעכטס צו לינקס; ערשטער אומאידענטיפיצירט, ר' חיים אלטר ראטה, הגה"צ דער פאיע רב ז"ל, אומבאקאנט, ר' שלמה בראווער, ר' יושע בארנשטיין א ליובאוויטשער תלמיד, הרה"ח ר' יוסף אשכנזי משב"ק, אומבאקאנט, ר' פסח ראבינאוויטש א ליובאוויטשער תלמיד פון שאנכאי, אומבאקאנט, ר' בנימין וויליגער לאויט"א.
צוגעלייגטע
005.jpg
img.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 10:53 am

מיט זעקס יאר צוריק איז אין דעם אשכול אויפגעדעקט געווארן א זיוף איבער א בילד פון רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל מיט הגר"א קאטלער זצ"ל
viewtopic.php?p=91339#p91339
ליפא האט געשריבן:די פאלשע בילד

דער בילד איז געווען א פאטא-שאפ פון אן אנדער בילד פון רבי'ן מיטן דעמאלסדיגען מעיאר וואגנער (נישט לינדזי ווי עס שטייט אויבן).

דער פאלשער בילד איז יעצט געדרוקט געווארן אינעם נייעם ספר לתולדות הגר"א קאטלער "אש התורה" וואס האט באלד ארויסגערופען א שטורעם ביי געניטע ליינערס, און געברענגט דעם פאלענגדן פאוסט פון ידינו ר' הירשל ציג:
http://theantitzemach.blogspot.com/2014 ... me-in.html
צוגעלייגטע
Satmer Rebbe %28Small%29.jpg
2008220_2040278104_linzi.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 10:57 am

אז מ'רעדט שוין פון בילדער פון רבי'ן מיט רבי אהרן, האבן מיר געהאט דא א גוט בילד ביי איינע פון די פראטעסטן (וועלכע?) ווי מ'זעהט דעם רבי'ן נעבן רבי אהרן אינעם צענטער פונעם אויבן-אן, איז דער בילד אויך אינעם אש התורה?
viewtopic.php?p=90601#p90601
צוגעלייגטע
2008220_20144818128_1.jpg

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:48 pm

מיללער האט געשריבן:מיט זעקס יאר צוריק איז אין דעם אשכול אויפגעדעקט געווארן א זיוף איבער א בילד פון רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל מיט הגר"א קאטלער זצ"ל
viewtopic.php?p=91339#p91339
ליפא האט געשריבן:די פאלשע בילד

דער בילד איז געווען א פאטא-שאפ פון אן אנדער בילד פון רבי'ן מיטן דעמאלסדיגען מעיאר וואגנער (נישט לינדזי ווי עס שטייט אויבן).

דער פאלשער בילד איז יעצט געדרוקט געווארן אינעם נייעם ספר לתולדות הגר"א קאטלער "אש התורה" וואס האט באלד ארויסגערופען א שטורעם ביי געניטע ליינערס, און געברענגט דעם פאלענגדן פאוסט פון ידינו ר' הירשל ציג:
http://theantitzemach.blogspot.com/2014 ... me-in.html

כ'האב געזעהן די בילד אינעם בוך, און זיך שטארק געווינדערט אז כ'האב נאך נישט געהאט געזעהן אזא היסטאריש שיין בילד......
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » מאנטאג ינואר 13, 2014 10:34 am

איז די חתונה בריוו'ל פון רבין'ס ערשטע חתונה נישט געווען ביז יעצט באקאנט? איך האב עס געזען די חודש און דער אוצר איך מיין אז איך האב עס נאך נישט געזען איז דאס נישט געווען ביז יעצט מפורסם ?
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 522
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מאנטאג ינואר 13, 2014 2:29 pm

און קדושת יום טוב החדש (מהדורת ירושלים) איז עס געווען געדרוקט אין די הקדמה אלס א פרסום ראשון

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אפריל 06, 2014 1:54 pm

אינעם אויסגאבע יובל הארבעים פון "מבצר הכוללים", איז געווען א קאלירט בילד פון רבינו ז"ל ביים ל"ג בעומר טיש אויף די גאס לעבן די רויטע הייזער, אבער נישט אזוי קלאר, (ווייל ס'איז געדרוקט אויף א צייטונג פאפיר), איז דער בילד א פארשפרייטער בילד? האט דא איינר שענער און קלארער?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג אפריל 06, 2014 2:09 pm

עקבי הצאן האט געשריבן:אינעם אויסגאבע יובל הארבעים פון "מבצר הכוללים", איז געווען א קאלירט בילד פון רבינו ז"ל ביים ל"ג בעומר טיש אויף די גאס לעבן די רויטע הייזער, אבער נישט אזוי קלאר, (ווייל ס'איז געדרוקט אויף א צייטונג פאפיר), איז דער בילד א פארשפרייטער בילד? האט דא איינר שענער און קלארער?


דאכט זיך אן אלטער בילד!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25679
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 29, 2014 2:38 pm

צוויי נייע בילדער וואס ווערט די טעג נתספרסם פון מרן רבינו זצ"ל מ'סאטמאר, דערקענט דער עולם די ארומיגע און די מאורע?
צוגעלייגטע
IMG-20140529-WA0008.jpg
IMG-20140529-WA0007.jpg


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א חסיד, מקבל און 15 געסט