די קלוגסטע, רייכסטע, ווארעמסטע, מערסטע פאווערפול, וכו'

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

די קלוגסטע, רייכסטע, ווארעמסטע, מערסטע פאווערפול, וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איידער איך הייב אן רעדען צום ענין וויל איך מאכען אן הקדמה.

דער אשכל וואס איך עפען דא אויף איז איבער א בריוו וואס איך האב דערהאלטען (צוויי מאל) לעצטענס אין די פאסט.

איך האב געמעקט וואס איך האב געפילט איז וויכטיג צו מעקען און איך האב עס אריין געסקענט אין מיין קאמפיוטער.

עס איז זייער א לאנגע בריוו (8 זייטען) און דערפאר האב איך עס געמוזט פאוסטען אין שטיקלעך. (צוויי זייטען אויף אמאל)

איך פארשטיי אז די וואס וועלען עס וועלען אדורעך ליינען וועלען עס מוזען ליינען אדער ווען זיי האבן אסאך צייט אדער אביסל אויך אמאל.
(איך וואלט ג'עצה'ט אז מען זאל עס ארויס פרינטען און ליינען אין בית הכסא)

עס איז זייער אן אינטרעסאנטער בריוו און איך האב עס שוין אדורך געליינט כאטש א 7-8 מאל. פארוואס? ווייל עס מאכט מיר זייער נייגעריג.

און דאס איז טאקע די סבה אז איך פאוסט עס דא, סיי ווייל איך פארגין אנדערע צו ליינען אזא אינטרעסאנטער בריוו און סיי ווייל איך וויל הערען פון אזעלעכע וואס ווייסען מער איבער די נושא.

פארשטייט זיך אליין אז איך האב נישט רעספאנדעד צו דער בריוו, סאו צו די אלע וואס וועלען ווילען שרייבען אז איך זאל נישט רעספאנדען צו עס ווייל עס איז סקעם, וויל איך ענק זאגען, טענק יו! איך בין קלוג גענוג דאס אליין צו וויסען.

דאס איז א בריוו ווי איינער שרייבט איבער א סיקרעט סוסייעטי וואס ווייסען די סיקרעטס ווי אזוי צו מאכען מיליאנערס, זיין פאווערפול, מאכען אז א יעדער זאל דיר ליב האבן, קאנטראלען א יעדער איינער אין די וועלט, האבן א גוטע רעלעישאנשיפ ועוד.............. או אפאר מענטשע אין דער סאסייעטי האבן אדורך געטון מיין פראפייל און זיי האלטען אז איך בין פון די טייפ מענטשען וואס זענען ווערט אריינגענומען צו ווערען אין דער סאסייעטי און לערנען די סודות.

דאס איז זייער בקיצור און ווילאנג איר האט נישט דורך געליינט די גאנצע בריוו וועט איר בכלל נישט פארשטיין וואס די מדובר דא איז.

אויב איר וועט אדורך ליינען די בריוו וועט איר פארשטיין פארוואס איך האב נישט רעספאנדעד צו די בריוו.

ווי אויך וועט איר פארשטיין וואס איז מיר אזוי אינטרעסאנט פון דער בריוו און פארוואס עס מאכט מיר אזוי נייגעריג.

אטיך האב א געוואלד מיט קשיות והערות אויף דער בריוו, און עס איז דא אסאך אונטרעסאנטע שמועסען וואס מען קען דן זיין פון דער בריוו.

אבער קודם וועל איך יעצט עטעטשען די בריוו צוטיילט אין פיר חלקים און אן אנדערס מאל ווען איך האב מער צייט וועל איך אנהייבען די דיון.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

פעידז 1-2
אטעטשמענטס
page 1-2.pdf
(162.66 KiB) געווארן דאונלאודעד 257 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

פעידז 3-4
אטעטשמענטס
page 3-4.pdf
(162.48 KiB) געווארן דאונלאודעד 203 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

פעידז 5-6
אטעטשמענטס
page 5-6.pdf
(161.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 181 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

פעידז 7-8
אטעטשמענטס
page 7-8.pdf
(128.54 KiB) געווארן דאונלאודעד 192 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אוי איז דאס גוט משוגע! חא כא חא!!!

די איינציגע גוטע סיבה וואס איך זעה דערווייל פארוואס דו שיקסט דאס נישט צוריק, ווייל דו ווילסט בלייבן נארמאל, און נישט אז אלע זאלן דיר נאכלויפן ווי משוגע...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כ'אב אביסל געליינט דא דארט. עס דערמאנט מיך פון די rich jerk סקעם וואס האט זיך געדרייט און גייט נאך היינט אן איבער די נעץ.

ריטש זשערק פארקויפט א ביכל פאר צען דאלער מיט געוואלטיגע סיקרעטס וויאזוי צו ווערן א מיליאנער פון די אינטערנעט דורך גארנישט טון (געווענליך גייט די סלאגאן: מאך געלט ווען דו שלאפסט). הקיצור האב איך געקויפט אזא ביכל אין פדפ פארמאט נאך לאנג זיך מוטשענען, כאב עס דורכגעליינט עטליכע מאל (און שוין אויך פארגעסן) מדאשקע למאשקע און וואס אן אמת, ס'יז דא דארטן אסך נייעס, יא , כ'על מודה זיין, ער גיבט דיר לינקס צו אקטועלע וועבסייטס כדי דורכצופירן זיינע סטרעטעגיעס, כ'אב געקליקט, באזוכט, געזוכט, געליינט און געטראכט און כ'טראכט נאך אלץ. ביי עטליכע פון זיינע לינקס האב איך דורכגעפירט טרענזעקשאנס ווייל כ'אב געהאלטן אז דאס פעלט זיך אויס אויב האט מען א סייט.

גייט נישט דורך א וואך פון ווען כ'אב געקויפט דעם דאונלאד בוך און מר. ריטש זשערק איז אויך די ליין מיט מיר און האט א גאר וויכטיגע זאך איבערשמועסן מיט מיר פערזענליך, דאס איז די פיוטשור פון מיין ביזנעס און פון מיין לייפסטייל, נו אז מען רופט גייט מען און כ'אב פארבראכט ווייסעך ווי לאנג מיט אים אויפן פאון. דער יעניגער האט מיט גאר א כיטרער צינגל אנגעהויבן פון אלף און מסביר געווען מיט זיין שיינע שפראך אז זיי גייען מיר געבן פרייע לעקציעס, וויאזוי אויפצובויען א סוקסעספולע ביזנעס אנהויבן פון סקרעטש. ער האט זיך שטארק אינטערעסירט אין מיינע אקטיוויטעטן און גע'סעט מיט מיר 'גאולס' אויף פען און פעיפער וואס צו זיי דארף איך אנקומען.

איך האב אים איבערגעגעבן מיין לייפסטייל בערך אזוי:
יעדן וויקענד ארויספארן אין אפסטעיט ניו יארק למשל האנטערס אדער פליישמאנס;
קויפן א BMW X5 פולי לאודעד;
פריידעי נייטס גיין אין קאסינא אדער אין ...;
עפענען א קליינע פריוואטע ווארקשאפ אלס מיין פערזענליכע האבי, איך גלייך האלץ ארבייט;
קויפן א שיינע 3 סטארי הויז אין מיין געגענט;

נו וואס טוסטו כדי אנצוקומען צו דיינע גאולס? פרעגט ער מיך. זאג איך וואסערע ביזנעס איך האב און וואס איך טוה דערצו. נו, ער נעמט די גאנצע אינפארמאציע און אלע חשבונות שרייבט דאס אראפ פונקליך און מאכט מיר א פייל וואס לויט דעם גייט מען ארבייטן.
(ער האט געארבייט גאר כיטרע און קיינמאל נישט גערעדט פון געלט, אנשטאט בין איך געווארן מוראדיג נייגעריג אזש כ'אב ממש געפלאצט פון אים. ער האט גערעדט געלאסן מיט א זעלטענעם רואיגקייט כאילו די גאנצע וועלט עקזיסטירט נישט, געענפערט די בעסטע אויף אלע מיינע פראגעס. און בעיקר האט ער געוואלט פון מיר א פארפליכטונג אז איך גיי מיך צושטעלן צו אים און זיינע אפפערס יעדן טאג אן קיין אויסנאם און איך מוז אים שוין געבן ענטפער. ער קאלט מיך צוריק מארגן 12 אזייגער פונקטליך. איך האב אים פרובירט אפצושטופן אבער ער האט זיך נישט געלאזט איך מוז שוין מסכים זיין אויב נישט ענדיגט ער דעם קאלל און רופט מיך מער קיינמאל נישט).

כאב שוין קיין נערוון צו שרייבן אזוי לאנג וועל איך ענדיגן בקיצור נרמז.. ער האט געקאלט און געקאלט יעדן טאג, ער האט גערעדט פון אלעס ארום און ארום אבער נאר נישט פון דעם וואס ער האט געוואלט צוקומען. פארשטייט זיך ער האט מיר געמאכט מוראדיג נייגעריג ביז איך בין שוין געוון רעדי לויט אים צו גיין א שטאפל ווייטער. ער האט מיך געשטעלט אויף האלד א מינוט און א ספעשל 'סיניאר אדווייזער' איז ארויפגעקומען אויפן ליין ער האט מיר באגריסט פארן זיין א סעקאנד דעגריי קאנסומער וואס איז שוין זוכה צו רעדן מיט א סיניאר סיטיזען.. איך מיין סיניאר אדווייזער. ער האט אין קורצן איבערגעחזרעט וואס דער ערשטער האט אנגעהויבן און געגאנגען ווייטער.

ענדליך האט מיר דער בורא חונן דעת געווען און געזאגט אפן און פנים אריין פאר דעם סיניאר, וואס ווילט איר פון מיר? וואס דארף איך יעצט טון? אדער וואס האט איר מיר צו אפפערן? ער זאגט מיר וועל, מיר וועלן דיר געבן פרייוועט קאוטשינג פאר גאנצע דריי חדשים און אויב ס'פעלט אויס פאר גאנצע זעקס חדשים. זיי וועלן מיר אלעס אויסלערנען וואס מען דארף צוטון ווען מען האט א ביזנעס וכו' וכו'. דאס אלעס איז פאר פריי בלויז פאר 8,995 דאלער און אלע אינפארמאציע בלייבט מיינס, אויב איך האב א פראבלעם אדער סיי וואסערע פראגע אפילו דערנאך וועלן זיי נישט אנטלויפן איך קען זיי גלייך אנרופן פאר העלפ און פאר יעוץ והדרכה

כאב אים געזאגט איך מוז מיך שוין אראפלייגן ווייל ס'יז שוין שפעט פארמיר, ביי דעם איז עס געבליבן. מארגן צופרי רופט מיך דער ערשטער צוריק און פרעגט נו וויאזוי איז געווען נעכטן, כאב אים אריינגעגעבן קאטס און געמויזעכטס פארן משוגע מאכן. ער האט זיך אנטשולדיגט אז ער טוט טאקע נישט זיין זשאב אזוי אזוי פראפעשינאל. כאב אויסגעשאסן אין געלעכטער און מער האט ער מיך נישט צוריקגעקאלט ב"ה.

די מעשה איז געשריבן אין עטליכע שורות, אבער ס'יז פול לענגער פון דעם. כאב נאר געוואלט אנרירן וואסערע סקעם'ס היינט איז אלס דא צו באקומען..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

למעשה איז אזוי,

די ערשטע זאך וואס א מענטש טראכט איז אז דאס מיז זיין א סקעם! וואס מיינט א סקעם? א סקעם מיינט אז איינער וויל דיר ארויסשויינדלען פון דיין געלט אן דיין וויסען.

אבער נאכען ליינען די בריוו נאך אמאל און נאך אמאל שטעלט זיך די פראגע, ווי איז די געלט חלק? זיי שרייבען דאך קלאר אז זיי גייען דיר שיקען די סודות פריי פון אפצאל! איי וועסטו טענה'ן אז טאקע די ערשטער פעקל פון זיי וועסטו באקומען בחנם אבער פאר די צווייטע פעקעל וועסטו שוין דארפען טייער באצאלען, האב איך דאך אבער די ברירה עס דעמאלטס אפצושטעלען.

איי וועסטו זאגן אז זיי ווילען ארויס באקומען דיין פריוואטער אינפארמאציע, דאס איז דאך אויך נישט אמת ווייל זיי בעטען נישט פאר קיין שום אינפארמאציע חוץ פון א קאנפארמעישאן אויף דיין אדרעסס.

איין זאך איז מיר קלאר אז עס איז נישט לידזיטעמיט! מיין באבע האט געלאזט א צואה אז קיין שום ווערטפולע זאך באקומט מען נישט בחנם!

אבער וואס איז יא זייער מטרה?

בכלל וויל איך וויסען אויב איינער ווייסט פון עפעס אזא מין סאסייעטי?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

אנדי..!! א-נ-ד-י !!

אר יו עוועילעיבעל??????

איינער איז אויף די ליין מיט מיר.. נו ער איז אויף האטלד, די רויטע באלי ביי די טעלעפאן ליין בלינקט שטארק, ער לייגט שוין באלד אראפ....... נו !!

וואס טו איך?? ווי שיק איך אים?? וואס זאג איך אים??

שוועמל, דיינע 'געמוזעכטס' העלפט עפעס נישט, ער טאנעט מיט מיר, "נאו נאו די וועסט זיך נישט ארויסדרייען אוזוי ווי ר' שוועמל! !"

...הילף ביטעניו!!
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

אנדי

אקעי איך פריוואט וואלט עס גענומען פשוט ווייל איך גלייך צו ליינען, וואלט איך אפגעליינט נאך א בוך,

אבער לויט וויפיל איך האב ארויס גענומען דערפון איז עס קאמפליטלי בו. ... צוליב כמה סיבות,

ערשטענס ער איז זיך סותר צופיל מאל למשל קודם שרייבט ער אז ער האט באקומען א בריוו, דערנאך פארציילט ער א מעשה איבער לאס וועגאס, סאו וואס איז געווען די מעשה מיט אים לאס וועגאס אדער בריוו,

נישט קיין חילוק וואספארא פאווערס מען האט, האבן זיין נישט קיין רוח הקודש, אפשר קען מיר איינער עקספלעינען אין היס רייט מיינד, וויאזוי האט יענער געמבלער געוואוסט אז ער גייט אריינסטעפן אין די לייבערי?

נעקסט ס'איז צופיל מאל געדריקט געווארן די ווערטער פרי אףף טזשארדזש, לו יהא אז עס איז אמת איז גענונג אז ער זאגט איז אנפאנג און סוף,

נאך אזאך ווען איינער מאכט דיך משוגע און פראבירט צו בויען דיין דריעם, וואס דו גייסט האבן וויאזוי דו גייסט אויסזעהן וכדומה וכדומה, דאן האט ער א ציל דערמיט, דו גייסט אריין אין לא לא לענד, דיינע פאנטאזיעס ארבעטן פיין, און דו טראכסט, וואס איז אויב ער איז נאר אביסל גערעכט? כ'קען דאך דעמאלטס האבן דאס און דאס וכדומה, און פאנגסט אן טראכטן, וואס שאדט שוין צו פראבירן.

אקעי אינףף מיט די ביע. האמער געמאכט הארד ריסערטש, היער ווי גאו, ער דערמאנט אינמיטן א בוך פאוקער עי גערנטירט אינקאם פאר לייף פון ווארנער בוק'ס, טעירנס אוט ס'איז פון קראון פאבלישינג, דאזענט מעטער, האמער אויף געזוכט אלע ביכער געשריבן דורך דעם פרענק ר. וואלעס, טרעף מיר דארט אלעס וואס ווערט דערמאנט אינעם אכט בלעטערדיגן בריוו, דא האט איר א לינק צו אלע זיינע ביכער, אויף עמעזאן.

לויט די אינפארמאציע האט ער עפעס א ניאו טעק סאסייעטי, גיימער ווייטער, דא האט איר איינע פון זייערע בלאגס אויף בלאג ספאט, מורא'דיג סיקרעט:(.

נאך נישט פארטיג, אינעם בריוו רופט ער זיך איינמאל קעווין (נישט פארגעסן ער טאר נישט שרייבן ווער ער איז) דערנאך שרייבט ער זיך אינטער דזשאן פינן, פיין מאך מיר א סעירטש, זעה מיר אז עפעס אן טיווי פערסענאל הייסט טאקע דזשאן פינן, אבער שווער צו זאגן אז ער, זוכענדיג קומט די ערשטע ארויף די לינק'ס,

א פארום מיט 88 פעידזשעס איבער די טאפיק

דא איז פון ריפאףף ריפארט איבער זיי.

כ'מיין אז עס איז גענונג פאר יעצט,

(נ.ב. נאך די ריסערטש גלייב איך נישט אז איך וואלט עס אנגענומען)
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

אינטערעסאנט די לעצטע תגובה דא שרייבט אויך כמעט אזוי.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מעסטערמיינד, דו ביזט טאקע א מעסטערמיינד!!!! :grin:

אזוי ווי איר זעהט אב איך שוין באקומען דער בריוו א שטיק צייט צוריק (מיין צווייטע) און איך האב עס שוין דורך געליינט מערערע מאל .

אלע קשיות הערות און סתם אינטרעסאנטער זאכען האב איך שוין באמערקט.

נאר וואס דען? איך האב פארגינט די עולם דא אן אינטרעסאנטער נושא (אויף יענער בלאג איז דא אן 88 פעידז שמועס דערוועגען). ווי אויך האב איך געוואלט זען ווי לאנג עס וועט נעמען פאר מענטשען אויף צו קומען מיט די קשיות וסתירות אין דער בריוו אליין.

למשל, די קשיא פון מעסטערמיינד:

ערשטענס ער איז זיך סותר צופיל מאל למשל קודם שרייבט ער אז ער האט באקומען א בריוו, דערנאך פארציילט ער א מעשה איבער לאס וועגאס, סאו וואס איז געווען די מעשה מיט אים לאס וועגאס אדער בריוו,


דיין אנדערע קושיא:
נאך נישט פארטיג, אינעם בריוו רופט ער זיך איינמאל קעווין (נישט פארגעסן ער טאר נישט שרייבן ווער ער איז) דערנאך שרייבט ער זיך אינטער דזשאן פינן,


עס איז מיר אויך שווער געווען אבער איך האב אים פארענטפערט אז היות ער קען נישט אויס זאגען זיין עכטע נאמען האט ער אנגענימען א פעקטישעס נאמען. (עס וואלט נאר געמאכט מער סענס ווען ער ניצט ווען די זעלבע נאמען די גאנצע צייט.)

מיר איז אויך שווער געווען אז אין די בריוו שטייט אז אויב איך ריפליי נישט דאן וועל איך מער נישט הערען פון זיי נאך אמאל. דאן פארוואס האב איך באקומען א צווייטע בריוו?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

שוועמעל כתב:
איך האב אים איבערגעגעבן מיין לייפסטייל בערך אזוי:
יעדן וויקענד ארויספארן אין אפסטעיט ניו יארק למשל האנטערס אדער פליישמאנס;
קויפן א BMW X5 פולי לאודעד;
פריידעי נייטס גיין אין קאסינא אדער אין ...;
עפענען א קליינע פריוואטע ווארקשאפ אלס מיין פערזענליכע האבי, איך גלייך האלץ ארבייט;
קויפן א שיינע 3 סטארי הויז אין מיין געגענט;


שוועמעל, דו האסט גאנץ ברייטע השגות אבער נישט צו גרויס. :smile:

עס זעט אויס אז דו זעסט דיך צו האבן אן ערך פון 10 מיליאן און נישט הונדערט מיליאן. :smile:

א ב.מ.וו. פולי לאודעד ווילסטו האבען אבער דו ווילסט נאך אלץ וואונען אין אין דיין געגענט.

דו האסט נישט געפלאנט צו וואוינען אין די קאריביען איילענדס אדער אין דוביי גאר? עט ליסט אין בעווערלי היללס?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעסטערמיינד »

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

איך מיין אז די סתירה פון די צוויי מעשיות איז נישט ריכטיג, די חלק פון לאס וועגא'ס איז נישט 'זיין' מעשה, ער ברענגט אראפ וואס 'עמיצער אנדערש' פארציילט, אזוי קוקט עס אויס פאר מיר, ליינט איבער און זאגט מיר צו איך בין גערעכט.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

דו ביזט גערעכט ווייל פאר די מעשה פון לאס וועיגעס הייבט זיך אן שרייבט ער איין פאראגראף בלשון נסתר און דערנאך ברענגט ער אראפ די מעשה כלשון המספר.

און דאכט זיך אז מיט דעם איז פארענטפערט נאך א קושיא ווייל די נאמען קעווין ניצט ער נאר אין די מעשה פון לאס וועיגעס.
אטעטשמענטס
Untitled.jpg
Untitled.jpg (18.82 KiB) געזען 3684 מאל
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

כא... כא... כא... איך האב דאס יעצט דורכגעליינט, און וואט-זאלעך אייך זאגן? מעשוגע איז דער וואס גלייבט איין ווארט אפי'!

דער מורא'דיגער סיקריט פון פקוד פקדתי... גייט שוין איבער מדור דור בלויז פאר די אנשי שם. און וואס וואונדערליך איז, אז עס איז נאך עד היום פארבליבן אין סיקריט...

בכלל די גאנצע מעשה פונעם לאס וועגאסער, קוקט אויס ווי עפעס א שלשה אחים דרים, אדער בעסער געזאגט: ווי א מעשה פון אן עלעפאנט אין א נאדל לאך...

וואס יא אינטערסאנט איז, אז פונעם אופן פון זיין געשרייבעכץ זעט מען קלאר אז ס'גארנישט מיט נישט. ער זאגט איבער און איבער די זעלבע זאך אהין און צוריק. ער זאגט איינמאל וואס דו וועסט געווינען דערפון און באלד דערויף נאכאמאל. דערויף דערציילט ער דיר איינמאל דעם סוד הסיקרעט און באלד דערויף נאכאמאל. ווידער דערציילט ער דיר דעם טויש וואס ווארט דיר און באלד דערויף נאכאמאל. וחוזר חלילה, אהין און צוריק צוואנציג מאל.

נארמאל וואלט מען געקענט אפשרייבן אזא זאך אין צוויי בלעטער. מ'דערקענט אויפן שרייבן אז ער צילט איבערצו'חזר'ן זיינע ווערטער כדי ס'זאל דיר קלאמפערשט אריינגיין אין קאפ, אבער כ'מוז אים זאגן אז ס'נישט גוט געמאכט, ווייל מ'דערקענט ביים ליינען זיין ציל. א פראפעשענל וואלט דאס געמאכט בעסער.

(ב.ד.וו. ס'געשריבן אין זייער א לאו לענגוויטש, אזש אפי' 'איך' האב פארשטאנען יעדעס ווארט. האט דאס נאכאיינער באמערקט?)
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

(ב.ד.וו. ס'געשריבן אין זייער א לאו לענגוויטש, אזש אפי' 'איך' האב פארשטאנען יעדעס ווארט. האט דאס נאכאיינער באמערקט?)


דאס איז מינעסטאם בכונה, ווייל זיי ווייסען אז נאר נערנים וועלען ווערען אריין גענערט אין דעם האבן זיי פארדעם געמוזט שרייבען אויף א נער'ישע שפראך.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

זארעכ, די לענגוויטש איז מן הסתם ספעציעל אזוי אהערגעשטעלט טאקע אז דער סרוכל זאל עס פארשטיין און עס אפקויפן.

בנוגע די בריוו זעלבסט, זאג זיי אז זיי קענען פארקויפן די גאנצע סטארי פאר 'דיסני ווארלד', זיי קענען מאכן דערפון א שפיל מיט זייערע פאלשע קאריקטורן מיט די בלויע קערפערס און ריזיגע ציין, וואטעווער.
אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 726
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענטאאש »

אנדי, דזשינגס.

נאדיר א ציפ:

בילד
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אבער איך פארשטיי נשט וואס די סקעם איז פונקטלעך דא?

איז עס צוויי מענטשען וואס זוכען פשוט צו פארקויפען בוכער?

זאלעם זיי אדווערטייזען אז זיי פארקויפען בוכער אין בארנס און נאבעלס!

וואס האבן זיי פון שיקען אזא בריוו פאר 100 טויזענט מענטשען?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אנדי, דזשינגס.

נאדיר א ציפ:


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

זאג די אמת יענטאאש!!!!!!!

ווי לאנג האסטו שוין געהאט דער בילד אויף דיין דעסקטאפ און געווארט פאר אזא אפערטוניטי צו קענען מאכען די עולם אויסשפריצען די קאווע פון אלע 4 נאזלעכער????????

זאג די אמת!!!!!!!!!!!

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

און אז מ'וויל מאכן לאכן, ברויך מען נאכנישט געבן אזא שטארקע ציפ.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דער ציפ האט ער געגעבן צו מאכן וויינען
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לעצטנס האב איך יא באמערקט אזא "סיקרעט סאוסייעטי" אין וועלכן סיי פרעזידענט בוש און סיי זיין געוועזענער קעגנער דזשאן קערי זענען מיטגלידער, עס איז די "קאפ-ביין און ביינער" גרופע פון יעיל אוניווערזיטעט, ליינט מער דערוועגן: http://en.wikipedia.org/wiki/Skull_and_Bones
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”