בין איך טאקע פון די 'באשערט צו גיין גוט גרופע'?...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

בין איך טאקע פון די 'באשערט צו גיין גוט גרופע'?...

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 3:39 pm

יעצט לאמיר פורבירן די פארקערטע צוגאנג, ס'גייט מיר נישט גוט, אקעי?

זינט מיין געבורט גייט מיר אלעס גוט. כ'בין געבוירן אין א משפחה מיט אסאך קינדער בלע"ה מילא האב איך אלץ געהאט מיט וועם צו שפילן.

זייענדיג אין א משפחה פון אסאך קינדער האט מען זיך נישט געהעריג געקענט אפגעבן מיט מיר!

שוין פון וויגל האט מיר שוועסטער נומבער 3 כסדר געצערטעלט. נאך היינט זאגט זי מיר, ווען זי איז שוין א באבע און איך א גרויסע טאטע "ווען שמעלקי האט געוויינט האב נאר איך אים געמעגט האלטן", כ'האב געהאט ווער ס'זאל מיך מאכן "באמסי קעפעלע" און "פאטשי הענטעלע" און וואס דען נישט!

מיין מאמע האט נישט געהאט קיין צייט צווישן איין באס און צווייטן מיך אויפצוהייבן, נאך א מזל מיין שוועסטער האט עס געטוען - כ'בין געווען א אביוזד קינד, ווען כ'האב געוויינט האט מיר מיין מאמע נישט קעיר גענומען נאר מיין שוועסטער!

ווען כ'בין קומען לכלל דעת, עכ"פ אויף יענע השגות, האב איך אלץ געהאט שמחות, דא א וואכנאכט און מארגן א ברית און כ'האב געקענט קומען שפעט אין חדר. קיינער, קיינער אין מיין חדר האט נישט געהאט אזויפיל שמחות ווי מיר. יעדע איין אהאלב יאר א ברודער אדער שוועסטער חתונה.

כ'האב נישט באקומען א נייע רעקל ביי יעדע חתונה, דער חתן'ס ברודער האט יא!

געלט? וואס ווייסט א קינד וועגן געלט! כ'האב געוויסט אז יענעמ'ס טאטע האט אסאך געלט, זיין טאטע איז אפי' א מיליאנער, און מיין טאטע איז א מחוסר לחם, אבער וואס האט יענער געהאט מער פון מיר? א שענערע העמעד? מ'האמיר עס ביידע שנעל שמוציג געמאכט! א שענערע הויז? המממממ.... טאקע, אבער ס'אחילוק, איך שפיל ביי זייער הויז אסאך, ער לאזט מיר אלץ דארט זיין!

איינטריט קארד'ס, געלט אין קעמפ, וואס נאך? איבעראל האט זיך אנגעמערקט אז מיין טאטע האט נישט איבריגס. כ'בין געווען אין "קאנטיען" נאר איין מאל א וואך!

כ'בין קיינמאל נישט געווען דעם מלמד'ס ציהל צו כאפן פעטש, אחוץ ווען יא, אבער נאר פאר אביסל, אנדערע קינדער האבן געכאפט מער שלעק.

מיינע מלמדים האבן נישט געקוקט אויף מיר, נישט לרע און נישט למוטב!

כ'האב געהאט א הערליכע בר מצוה. טראץ וואס מיינע עלטערן האבן שוין געהאלט ביים בר מצוה פון די איינע פון די אינגערע קינדער, און ס'איז געווען אין א שווערע צייט פון יאר, איז עס געווען אין א שיינע זאל, א הערליכע תפילין קעיק וואס די מאמע האט אליין געמאכט, און בעיקר אסאך מתנות פון אלע חתונה געהאטע שוועסטערס און ברודער...

פארוואס האב נאר איך געמוזט אזויפיל מוטשען אז מ'זאל מיר מאכן א תפילין קעיק?!

אלץ בחור, וואס? געמאכט א לעבן! טאקע איין מגיד שיעור האט מיר שלעכט באהאנדעלט, אבער מיינע עלטערן זענען געווען אויף מיין זייט. זיי האבן זיך אנגענומען פאר מיר, זיי האבן מיר ארויסגענומען פון יענע ישיבה און געלייגט ערגעץ אנדערש ווי כ'האב גראדע געהאט א שטיקל תכלית ברוב הימים!

הממממממ... מ'האט מיך אוועקגעשיקט פונדערהיים זייער אינג, כליפ כליפ כליפ!

פעסט פארווארד אפאר יאר, אלץ בחור איז אלעס געווען גאנץ פיין, קיינמאל נישט געווען אויף צרות ב"ה, געהאט פיינע חברים, געלערנט, גוט געדאוונעט, די עלטערן האבן געהאט נחת (היינט ווייסעך וואס ס'מיינט עכט...). כ'האב טאקע געטוישט ישיבות צוויי מאל במשך מיינע זיבן בחורישע יארן, אבער גארנישט איז נישט געווען געפערליך!

מיין טאטע האט מיר נישט פארשטאנען, ער האט נישט אויסגעהאלטן אז מ'ווארפט מיך ארויס, ער האט מיר געוואלט אריינלייגן אין א ישיבה וואס כ'האב בשו"א נישט געוואלט (ווער האט דיר געפרעגט, אהא?)!

מזל טוב, כ'בין א חתן געווארן, טאקע אביסל שפעטער ווי מיינע חברים, אבער אין די שטאט וואס כ'האב עכט געוואלט אנקומען, און די משפחה איז ב"ה א פיינע משפחה, ממש ענבי הגפן בענבי הגפן!

געווארן א חתן "שפעט", עכ"פ לויט יענע השגות, שוין נישט געהאט קיין חברים פארוועם צו טיילן ציגראטן!

נאך די חתונה... וועם גייט דען נישט גוט? עכט, קיינעם נישט! מ'ווייסט דאך נאכנישט אין וואספארא וועלט מ'איז הערשט אריין, אבער מיר איז גאנץ גוט געגאנען. א קינד צום יאר, א דזשאב גאנץ פיין, א קאר (לא"ל) און א טעלעפאון, און כ'האב אפי' געהאט א קאוטש אין מיין דיינונג רום!

דא העלען מיר נישט אריינגיין... נאר אזויפיל, כ'האב געארבייט ביטער שווער אויף א פלאץ וואס כ'האב געוויסט אז ס'נישט פאר מיר!

פרנסה ב"ה האט מיר קיינמאל נישט "עכט" געפעלט (חוץ ווען יא, איז אויך נאר געווען פאר א שטיק צייט, וואס באמת אנדערע האבן זיך דענמאלט, ביים גרויסן קראך, אסאך מער געמוטשעט, מילא נישט געפערליך, מ'דארף דאך עפעס דורכגיין אויך, יא?), כ'האב אלץ געהאט און כ'האב יעצט אויך א גוטע דזשאב, אמת מ'ארבייט שווער (וואאאאאססססס? ער שרייבט אויף אייוועלט און ער ארבייט שווער??!! #מ'האט_שוין_געהערט_אזאנס!) אבער אדם לעמל יולד און ס'איז און ס'וואלט געקענט זיין אסאך ארגער.

מיינע פראבלעמן אין די ארבייט קענען אויפנעמען א בוך!

געזונט? וואס רעדט איר. געלויבט זיין זיסן נאמען זעמיר נאך קיינמאל נישט געווען אין שפיטאל, נאר פאר א לאך אין קאפ, א איינגעבויגענע פינגער, ביים געבורט פון עטליכע קינדער בחסדי ה', באזוכן א זיידע פון צוויי און ניינציג יאר, און נאך אפאר מאל מבקר חולה זיין! ב"ה כ'האב נאך קיינמאל נישט גערופן די הצלה, חסדי ה' כי לא תמנו, אוי באשעפער האסט דאך מיר אזוי שטארק ליעב!

אויף דעם קען איך גארנישט קאמפלעינען, דאס אליין איז ביי מאנכע א פראבלעם :wink:


באדאם ליין: מ'קען אלעס דרייען אויף וועלכע ריכטונג "דער מענטש" וויל. ווי דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע האט געזאגט (געהערט פון הר"ר אלימלך בידערמאן שליט"א): דעם פעקיל באקומט פון הקב"ה אבער וויאזוי עס צו נעמען נעמט מען זיך אליין!
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא טויב אום מאנטאג נובעמבער 18, 2013 11:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 3:48 pm

;l;p-
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 3:49 pm

אט אזוי שמעלקא! גאר גאר גוט!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 4:00 pm

ביסט פון מיינע מענטשן!! אין ספּאַניש זאגט מען אזא פאל: אהבתי!

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 4:01 pm

שמעלקא ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 4:04 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
שטיק תוכן.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11153
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 4:05 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:וואס אונזער תכלית אויף די וועלט איז, פארוואס מיר זענען אין דעם דור נתנסה געווארן מיט אזויפיל נסיונות, איבערהויפט מיט די צוויי שווערע נסיונות פון קדושה און שמחה, דאס איז נישט פאר יעצט, ס'איז אן אריכות גדול, פארדעם דארף מען א געהעריגע משפיע, אבער יעדער ווייסט אז עפעס א סיבה האט עס, פאר עפעס זעמיר דא, און ס'וועט נישט נעמען לאנג און ס'וועט אונז אלע קלאר ווערן, אבער דערווייל דארפ'ן מיר זיין גליקליך מיט וואס מיר האבן "יא", נישט באדויערן אויף עפעס וואס "פאר א סיבה וואס מיר ווייסן נישט" האבן מיר נישט!

הקיצור, ס'גייט מיר יא גוט און ענק אלע אויך!

אם קטן אתה בעיניך וגו', דו ביסט שוין לאנג צוריק דערקלערט געווארן משפיע רוחני דא אין קרעמל, אלזא, לך בכוחך זה והושעת את ישראל.

געבענטשט זאל זיין דאס ווינטעלע וואס האט דיך לעצטנס צוריקגעבלאזן אהער.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 4:07 pm

רבותי: קוקט ווי גוט ס'גייט מיר דא היינט...
:twisted:
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1948
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 4:09 pm

איך מיין אז ביז שמעלקע האט דיך דא אזוי צושמעלקעט איז נאך נישט געשמעלקעט געווארן אזא שמעלקע ווי דער שמעלקע דא. ;l;p-
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 4:12 pm

גאר גוט און צום זאך (נד"נ) שמעלקא (יד"נ) חביבי, געוואלדיג שבגעוואלדיג!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21586
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 4:15 pm

שנעלקא, נאדיר א קלאפ אין רוקן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 4:38 pm

לכאורה האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:וואס אונזער תכלית אויף די וועלט איז, פארוואס מיר זענען אין דעם דור נתנסה געווארן מיט אזויפיל נסיונות, איבערהויפט מיט די צוויי שווערע נסיונות פון קדושה און שמחה, דאס איז נישט פאר יעצט, ס'איז אן אריכות גדול, פארדעם דארף מען א געהעריגע משפיע, אבער יעדער ווייסט אז עפעס א סיבה האט עס, פאר עפעס זעמיר דא, און ס'וועט נישט נעמען לאנג און ס'וועט אונז אלע קלאר ווערן, אבער דערווייל דארפ'ן מיר זיין גליקליך מיט וואס מיר האבן "יא", נישט באדויערן אויף עפעס וואס "פאר א סיבה וואס מיר ווייסן נישט" האבן מיר נישט!

הקיצור, ס'גייט מיר יא גוט און ענק אלע אויך!

אם קטן אתה בעיניך וגו', דו ביסט שוין לאנג צוריק דערקלערט געווארן משפיע רוחני דא אין קרעמל, אלזא, לך בכוחך זה והושעת את ישראל.

געבענטשט זאל זיין דאס ווינטעלע וואס האט דיך לעצטנס צוריקגעבלאזן אהער.


מוראדיג!!!!!

איך וואלט מציע געווען צוריק צו שמעלצן "דארט". ס'איז דאך איין שמועס...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 5:01 pm

האללאאאאאו איינער האט געזעהן ערגעץ שמעלקא????

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 5:21 pm

סגייט אים גוט יעצט ער האט שוין נישט קיין צייט צו אייוועלט...

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 5:30 pm

זאגסט דאך אזוי גוט האסט מיר אריין געשניטען ווי סדארף צו זיין יי"כ
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 5:43 pm

farshlufen האט געשריבן:שנעלקא, נאדיר א קלאפ אין רוקן.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 8:16 pm

נאך אזא ארטיקעל דאנק איך השי"ת אויף אלעמען, און איך זעה אז פון א יעדע פאסורונג קען מען ארויס נעמען גוט און שלעכט, דער אייבערשטער זאל געבן די ריכטיגע ברילען פאר כלל ישראל, אמן.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 8:36 pm

בראווא שמעלקא! ;l;p- לאמיר אנהייבן קוקן אויף די האלבע פולע גלעזל!

מילכיגער האט געשריבן:איך וואלט מציע געווען צוריק צו שמעלצן "דארט". ס'איז דאך איין שמועס...


פארדעם האט ער עס געשריבן!!!!!

בינעך גערעכט שמעלקא?!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 9:51 pm

איין ווארט:

ודפח"ח!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

כווייס נישט
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 10, 2009 10:25 am

תגובהדורך כווייס נישט » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 9:55 pm

שמעלקא, מאכט מיר זייער זשעלוס.... דשזאסט קידינג...

ברענגסט עס זייער גוט ארויס, זאל ביי יעדעם טאקע גוט גיין

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג נובעמבער 14, 2013 11:10 pm

דו ביסט זיסער פון זיס! ייש"כ גדול פארן געוואלדיגע שמועס!

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג נובעמבער 15, 2013 10:21 am

כווייס נישט האט געשריבן:שמעלקא, מאכט מיר זייער זשעלוס.... דשזאסט קידינג...

ברענגסט עס זייער גוט ארויס, זאל ביי יעדעם טאקע גוט גיין


נעם זיך אריין אין קאפ: ס'גייט פאר יעדען איינעם גוט, און פאר מיר און דיר אויך, נאר נישט יעדער שפירט עס און זעהט עס. שטייט דאך אזוי, עצביהם כסף וזהב מעשה ידי אדם, די טרויער וואס מ'קלאגט אויף גאלד און זילבער איז וואס דער מענטש מאכט זיך אליין אן, הקב"ה מאכט צו מ'זאל יא האבן געלט צו נישט, אבער די בחירה איז ביי מיר וויאזוי כ'זאל עס אנעמען.

טראכט גוט ווען זיין גוט!

נאר די אמת איז: ס'איז גרינג צו זאגן; שרייבן און; זינגען, אבער שווער צו טראכטן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

פונעם גליון הליכות החיים די וואך

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג נובעמבער 15, 2013 11:18 am

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 16&gil=342
לחיים טובים ולשלום
אין א שמועס איבער דעם ענין פון אנערקענען דאס
גוטס וואס דער רבוש"ע טוט מיט אונז, האט הרה"ג ר'
אלימלך בידערמאן שליט"א נאכגעזאגט פון צדיקים א
געדאנק אויף דער תפלה פון "בספר חיים" וואס מיר
זאגן ראש השנה אין דער שמונה עשרה. מען רעכנט
דארט אויס "ברכה ושלום פרנסה טובה וגזירות טובות
ישועות ונחמות", און צום סוף בעט מען נאכאמאל
"לחיים טובים ולשלום". זעט דאך עס לכאורה אויס
אביסל אינטערעסאנט, ווייל אז מען באקומט שוין
פרנסה מיט ישועות און גוטע גזירות, איז מען דאך
שוין א געהאלפענער און אלעס איז דאך שוין אין דעם
אריינגערעכנט, און וואס בעט מען נאך ווייטער "לחיים
טובים ולשלום"?
נאר אפט זעט מען ווי עס דרייען זיך ארום אויף דער
וועלט מענטשן וואס האבן פרנסה, געזונט, א משפחה
א.א.וו. און מיט דעם אלעם האבן זיי א שווער לעבן,
ווייל זיי באמערקן פשוט נישט וואס זיי פארמאגן אלץ.
דערפאר בעט מען דעם רבוש"ע אז א חוץ די אלע גוטע
ישועות און גזירות טובות זאל ער אונז אויך געבן חיים
טובים, אז מיר זאלן אנערקענען דאס גוטס וואס מיר
פארמאגן, און אזוי וועלן מיר האבן א גוט און גרינג
לעבן.
בקשר צו דעם האט ר' אלימלך דערציילט: א
צייט צוריק האט א אינגערמאן אנגערופן צו מיר און
דערציילט אן אינטערעסאנטע זאך וואס האט פאסירט
מיט אים יענעם טאג. דער אינגערמאן באשעפטיגט זיך
מיט ריעל-עסטעיט, ער בויט הייזער און פארקויפט
זיי. יענעם אינדערפרי האט ער געהאט אין פלאן צו
גיין קוקן וואו מען האלט מיט דער ארבעט ביי זיינע
הייזער, און אויך האט ער געדארפט גיין ארויסנעמען
געלט פון באנק. ער האט באשלאסן צו גיין ערשט
אין באנק און ארויסגענומען פון דארט טשעקס אין
דער סומע פון פערציג טויזנט דאלער, וואס ער האט
אראפגעלייגט אויפ'ן פאדערשטן זיץ נעבן זיך אין קאר,
אונטער א הויפן פון פארשידענע ענוועלאפס, סי-די'ס
און אנדערע חפצים, און דאן איז ער צוגעפארן צום
פלאץ וואו מען האט געבויט זיינע בניינים.
אנקומענדיג, איז ער ארויס פון קאר פאר עטליכע
מינוט צו כאפן א בליק וואו עס האלט מיט דער ארבעט,
און ווען ער איז צוריקגעקומען איז אים געווארן שווארץ
פאר די אויגן, זעענדיג ווי דאס פאדערשטע פענסטער
פונעם קאר איז אויסגעזעצט. מיט וואקלדיגע טריט איז
ער צוגעגאנגען נענטער צום קאר און אריינגעקוקט,
ערווארטנדיג צו זען וואס ער וויל נישט, אבער צו זיין
גרויס וואונדער האט ער געזען אז די סי-די'ס און
אנדערע זאכן וואס זענען געלעגן אויפ'ן פאדערשטץ
זיץ זענען גע'גנב'עט געווארן, אבער דער ענוועלאפ
מיט'ן געלט איז דארט געבליבן אומבארירט. עס האט
גענומען א פאר מינוט ביז ער האט געקענט קומען צו
זיך פון התרגשות און זיך צוריק אריינזעצן אין קאר און
אהיימפארן.
אויפן וועג אהיים איז דער אינגערמאן געווען זייער
פרייליך און געהויבן ביי זיך. ער האט אנגערופן זיינע
נאענטע און זיי דערציילט דעם נס וואס האט אים נאר-
וואס פאסירט, ווען דער גנב האט גע'לקח'נט זאכן פון
זיין קאר און נאר דעם ענוועלאפ מיט דער "ריכטיגער
סחורה" האט ער איבערגעלאזט. אזוי טראכטנדיג, האט
דער רבוש"ע אים אריינגעגעבן א מורא'דיגן געדאנק:
וואס וואלט געווען אויב די מעשה וואלט געווען
א טראפ אנדערש, דאס הייסט אז ער וואלט נישט
געגאנגען ערשט אין באנק, נאר באלד אהינגעגאנגען
צו זיינע הייזער זיך אומקוקן ביי דער בוי-ארבעט און
צוריקקומענדיג וואלט ער געזען אז דאס פענסטער
איז אויסגעבראכן און מען האט אים צוגע'גנב'עט
עטליכע וויכטיגע זאכן - אזא טאג וואלט זיכער ביי
אים נישט געהייסן מזל'דיג, נאר ער וואלט ארויס פון
די כלים, ווייל פאררעכטן א פענסטער קאסט עטליכע
הונדערט דאלער, און דערצו דארף ער נאך אהיימפארן
יעצט א וועג וואס נעמט איבער א שעה, ווען די היצן
אינדרויסן זענען גרויס און די הייסע לופט בלאזט אריין
און שלאגט אין קאפ, און דערנאך די גאנצע טירחא צו
פארזארגן קאפיעס פון די זאכן וואס זענען פון אים
גערויבט געווארן, וואס דאס אלץ וואלט געווען א שאדן
פון געלט און צייט. אזא טאג - לויט זיין שפראך -
וואלט ער באצייכנט אלס "אנגעזעצט".
נו, אויב אזוי, וואס איז יעצט אנדערש? וואו זענען
פארשוואונדן די אלע דאגות? נאר דער תירוץ איז איין
ווארט: עס קען זיין הייס, עס קען קאסטן צייט און
באטרעפן א שאדן פון עטליכע הונדערט דאלער, אבער
דאס אלעס האט נישט שום שלעכטע ווירקונג אויפ'ן
געמיט ווען מען זעט אין דער זייט פערציג טויזנט
דאלער וואס וואלטן שוין בדרך הטבע נישט געלעגן
דארט און זענען נאר בדרך נס אפגעראטעוועט געווארן.
די אלע זארגן און עגמת-נפש'ן זענען דאך גארנישט
קעגן פערציג טויזענט דאלער וואס בלייבט ליגן פאר
די אויגן.
אין יענער מינוט האט ער געטראכט צו זיך: וויפיל
מאל מאכן זיך אין לעבן שוועריגקייטן וואס זענען
באמת שווער אדורכצושוויצן; אמאל איז עס א געלט
שאדן, אמאל ליידער אן ענין פון צער גידול בנים א.ד.ג.,
וואס די אלע זאכן זענען טאקע נישט גרינג דורכצוגיין,
אן דעם וואס עס זאל אוועקנעמען די מנוחה פונעם
מענטש. אבער דער אמת איז - לויט ווי ער האט עס
יעצט אליין געזען - אז דאס אלעס קען אוועקרויבן
די מנוחה נאר אויב מען פארגעסט די אלע גוטע זאכן
וואס זענען געבליבן אין דער זייט און נישט געווארן
אוועקגענומען פון אים, די אלע חסדים פון אויבערשטן
וואס ער טוט מיט אונז יעדע רגע פון טאג, ווי חז"ל
לערנען אונז, "על כל נשימה ונשימה תהלל קה". וואס
מער מען געדענקט דאס און מען קוקט דערויף, אלץ
מער העלפט עס אז מען זאל קענען דורכשטופן די
שוועריגקייטן און דאגות, ביז דער רבוש"ע העלפט אז
מען זעט שוין די גאנצע ישועה.

היסח הדעת פון פראבלעמען
הוספת המערכת: פארגאנגענעם יום טוב סוכות האבן
מיר געדרוקט אין "הליכות החיים" די ווערטער פון
הרה"ק ר"ר מענדעלע וויטעבסקער זי"ע, וואס שרייבט
אז ווען א מענטשנ'ס מחשבות זענען פארנומען מיט
טראכטן וועגן דעם גוטס וואס דער רבוש"ע גיט אים
און ער איז מסיח דעת פון זיינע פראבלעמען, העלפט
דאס אליין אז די פראבלעמען זאלן פארשוואונדן ווערן,
ווייל די מחשבה פון א מענטש האט א שטארקן כח, און
ווען ער האלט אין איין טראכטן פון זיינע שוועריגקייטן
האלט ער זיי דערמיט אן און לאזט זיי נישט אוועקגיין.
איז אינטערסאנט צוצולייגן צו דעם וואס מען האט
אונז צוגעוויזן אז דער "אברבנאל" אויף סוכות שרייבט
אז דערפאר האט די תורה הק' געגעבן דעם יו"ט סוכות
אנהייב יאר, כדי מען זאל אנהייבן דאס יאר מיט א
שמחה, ווייל אזוי איז די טבע און מציאות העולם,
אז ווען איינער דרייט זיך ארום פרייליך ברענגט ער
דערמיט נאך שמחה, און פארקערט, אז מען איז
פארנומען מיט קרעכצן און קלאגן וועט מען אלעמאל
זיין פארנומען מיט קרעכצן ח"ו. דערפאר האט די תורה
הק' געהייסן אז מען זאל זיך פרייען יום טוב, כדי אז
מען זאל אנהייבן דאס יאר פרייליך און אזוי ארום וועט
עס צוברענגען פאר'ן מענטש נאך און נאך שמחה.
הרב ר' בערל טויבער שליט"א האט צוגעגעבן, אז מיט
דעם געדאנק קען מען פארשטיין אן אינטערעסאנטע
זאך: עס איז באוואוסט אז אין דייטשלאנד זענען דא
געוויסע געגנטן וואס עס זענען נישטא דארט קיין
געזעצן ווי שנעל מען מעג פארן און מען איז ערלויבט
צו פארן ווי שנעל מען וויל. פארשטייט זיך, אז ווען מען
פארט גאר שנעל פאסירן טאקע מער עקסידענטן, און
איינמאל נאכדעם וואס עס איז פארגעקומען דארט
א צאל שרעקליכע עקסידענטן, האבן די שטאטישע
באאמטע פאררופן א זיצונג צו באטראכטן וואס מען
קען טון אפצושרעקן די דרייווערס אז זיי זאלן זיין
מער פארזיכטיג און נישט פארן אזוי ווילד, ביז מען איז
געקומען אויף א געדאנק אז מען זאל אוועקשטעלן
ביי די זייטן פון די שאסייען אויף יעדע פאר מייל
צעזעצטע קאַ רן, וואס זענען געשעדיגט געווארן אין
צוזאמענשטויסן צוליב דעם וואס מען איז געפארן גאר
שנעל, און אזוי וועט דאס דינען אלס א דערמאנונג
נישט צו פארן שנעל און ווילד.
ארויסגעשטעלט האט זיך אבער אז די עצה האט
געווירקט גאר פארקערט, און ביז עטליכע וואכן האט
מען איינגעזען אז די צאל עקסידענטן איז דראסטיש
געשטיגן. זעענדיג אז די עצה איז נישט ווירקזאם, האט
מען שנעל אפגערייניגט די שאסייען און באזייטיגט די
געשעדיגטע קארן.
לויט די אויבנדערמאנטע ווערטער פון הרה"ק ר"ר
מענדל וויטעבסקער זי"ע און דער "אברבנאל", קענען
מיר דאס גוט פארשטיין, ווייל א מענטש וואס זעט פאר
זיך די גאנצע צייט צעזעצטע קארן און זיינע מחשבות
זענען דערמיט פארנומען, באשאפט ער דערמיט
במציאות צעזעצטע קארן, אבער אז א מענטשס קוקט
אויף גוטע זאכן זענען זיינע מחשבות פארנומען און
אנגעפילט מיט פרייליכע זאכן, און דאס אליין ווירקט
אז עס זאל אים ברענגען נאך און נאך גוטע זאכן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21586
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג נובעמבער 17, 2013 9:28 am

ידידים אהובים, לאמיר לערנען פשוט חו"ר עברי-דייטש, יעקב אבינו האט געזאגט "כי חנני אלקים" דער אויבירשטער האט מיך געשאנקען, דהיינו קומען קומט מיר גארנישט, והשנית "וכי יש לי כל" ופירש"י הק' "כל ספוקי" דהיינו איך פארמאג וויפיל איך ברויך צו האבן גענוג אויפן טאג טעגליכן לעבן צו שפייזן מיין פאמיליע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 6:28 pm

כ'באמערקט יעצט אז אנשטאט צו לייגן נאך א תגובה האב איך פאראכטן מיין ערשטע...

גם זו לטובה!

שמעלקא טויב האט געשריבן:יעצט לאמיר פורבירן די פארקערטע צוגאנג, ס'גייט מיר נישט גוט, אקעי?

זינט מיין געבורט גייט מיר אלעס גוט. כ'בין געבוירן אין א משפחה מיט אסאך קינדער בלע"ה מילא האב איך אלץ געהאט מיט וועם צו שפילן.

זייענדיג אין א משפחה פון אסאך קינדער האט מען זיך נישט געהעריג געקענט אפגעבן מיט מיר!

שוין פון וויגל האט מיר שוועסטער נומבער 3 כסדר געצערטעלט. נאך היינט זאגט זי מיר, ווען זי איז שוין א באבע און איך א גרויסע טאטע "ווען שמעלקי האט געוויינט האב נאר איך אים געמעגט האלטן", כ'האב געהאט ווער ס'זאל מיך מאכן "באמסי קעפעלע" און "פאטשי הענטעלע" און וואס דען נישט!

מיין מאמע האט נישט געהאט קיין צייט צווישן איין באס און צווייטן מיך אויפצוהייבן, נאך א מזל מיין שוועסטער האט עס געטוען - כ'בין געווען א אביוזד קינד, ווען כ'האב געוויינט האט מיר מיין מאמע נישט קעיר גענומען נאר מיין שוועסטער!

ווען כ'בין קומען לכלל דעת, עכ"פ אויף יענע השגות, האב איך אלץ געהאט שמחות, דא א וואכנאכט און מארגן א ברית און כ'האב געקענט קומען שפעט אין חדר. קיינער, קיינער אין מיין חדר האט נישט געהאט אזויפיל שמחות ווי מיר. יעדע איין אהאלב יאר א ברודער אדער שוועסטער חתונה.

כ'האב נישט באקומען א נייע רעקל ביי יעדע חתונה, דער חתן'ס ברודער האט יא!

געלט? וואס ווייסט א קינד וועגן געלט! כ'האב געוויסט אז יענעמ'ס טאטע האט אסאך געלט, זיין טאטע איז אפי' א מיליאנער, און מיין טאטע איז א מחוסר לחם, אבער וואס האט יענער געהאט מער פון מיר? א שענערע העמעד? מ'האמיר עס ביידע שנעל שמוציג געמאכט! א שענערע הויז? המממממ.... טאקע, אבער ס'אחילוק, איך שפיל ביי זייער הויז אסאך, ער לאזט מיר אלץ דארט זיין!

איינטריט קארד'ס, געלט אין קעמפ, וואס נאך? איבעראל האט זיך אנגעמערקט אז מיין טאטע האט נישט איבריגס. כ'בין געווען אין "קאנטיען" נאר איין מאל א וואך!

כ'בין קיינמאל נישט געווען דעם מלמד'ס ציהל צו כאפן פעטש, אחוץ ווען יא, אבער נאר פאר אביסל, אנדערע קינדער האבן געכאפט מער שלעק.

מיינע מלמדים האבן נישט געקוקט אויף מיר, נישט לרע און נישט למוטב!

כ'האב געהאט א הערליכע בר מצוה. טראץ וואס מיינע עלטערן האבן שוין געהאלט ביים בר מצוה פון די איינע פון די אינגערע קינדער, און ס'איז געווען אין א שווערע צייט פון יאר, איז עס געווען אין א שיינע זאל, א הערליכע תפילין קעיק וואס די מאמע האט אליין געמאכט, און בעיקר אסאך מתנות פון אלע חתונה געהאטע שוועסטערס און ברודער...

פארוואס האב נאר איך געמוזט אזויפיל מוטשען אז מ'זאל מיר מאכן א תפילין קעיק?!

אלץ בחור, וואס? געמאכט א לעבן! טאקע איין מגיד שיעור האט מיר שלעכט באהאנדעלט, אבער מיינע עלטערן זענען געווען אויף מיין זייט. זיי האבן זיך אנגענומען פאר מיר, זיי האבן מיר ארויסגענומען פון יענע ישיבה און געלייגט ערגעץ אנדערש ווי כ'האב גראדע געהאט א שטיקל תכלית ברוב הימים!

הממממממ... מ'האט מיך אוועקגעשיקט פונדערהיים זייער אינג, כליפ כליפ כליפ!

פעסט פארווארד אפאר יאר, אלץ בחור איז אלעס געווען גאנץ פיין, קיינמאל נישט געווען אויף צרות ב"ה, געהאט פיינע חברים, געלערנט, גוט געדאוונעט, די עלטערן האבן געהאט נחת (היינט ווייסעך וואס ס'מיינט עכט...). כ'האב טאקע געטוישט ישיבות צוויי מאל במשך מיינע זיבן בחורישע יארן, אבער גארנישט איז נישט געווען געפערליך!

מיין טאטע האט מיר נישט פארשטאנען, ער האט נישט אויסגעהאלטן אז מ'ווארפט מיך ארויס, ער האט מיר געוואלט אריינלייגן אין א ישיבה וואס כ'האב בשו"א נישט געוואלט (ווער האט דיר געפרעגט, אהא?)!

מזל טוב, כ'בין א חתן געווארן, טאקע אביסל שפעטער ווי מיינע חברים, אבער אין די שטאט וואס כ'האב עכט געוואלט אנקומען, און די משפחה איז ב"ה א פיינע משפחה, ממש ענבי הגפן בענבי הגפן!

געווארן א חתן "שפעט", עכ"פ לויט יענע השגות, שוין נישט געהאט קיין חברים פארוועם צו טיילן ציגראטן!

נאך די חתונה... וועם גייט דען נישט גוט? עכט, קיינעם נישט! מ'ווייסט דאך נאכנישט אין וואספארא וועלט מ'איז הערשט אריין, אבער מיר איז גאנץ גוט געגאנען. א קינד צום יאר, א דזשאב גאנץ פיין, א קאר (לא"ל) און א טעלעפאון, און כ'האב אפי' געהאט א קאוטש אין מיין דיינונג רום!

דא העלען מיר נישט אריינגיין... נאר אזויפיל, כ'האב געארבייט ביטער שווער אויף א פלאץ וואס כ'האב געוויסט אז ס'נישט פאר מיר!

פרנסה ב"ה האט מיר קיינמאל נישט "עכט" געפעלט (חוץ ווען יא, איז אויך נאר געווען פאר א שטיק צייט, וואס באמת אנדערע האבן זיך דענמאלט, ביים גרויסן קראך, אסאך מער געמוטשעט, מילא נישט געפערליך, מ'דארף דאך עפעס דורכגיין אויך, יא?), כ'האב אלץ געהאט און כ'האב יעצט אויך א גוטע דזשאב, אמת מ'ארבייט שווער (וואאאאאססססס? ער שרייבט אויף אייוועלט און ער ארבייט שווער??!! #מ'האט_שוין_געהערט_אזאנס!) אבער אדם לעמל יולד און ס'איז און ס'וואלט געקענט זיין אסאך ארגער.

מיינע פראבלעמן אין די ארבייט קענען אויפנעמען א בוך!

געזונט? וואס רעדט איר. געלויבט זיין זיסן נאמען זעמיר נאך קיינמאל נישט געווען אין שפיטאל, נאר פאר א לאך אין קאפ, א איינגעבויגענע פינגער, ביים געבורט פון עטליכע קינדער בחסדי ה', באזוכן א זיידע פון צוויי און ניינציג יאר, און נאך אפאר מאל מבקר חולה זיין! ב"ה כ'האב נאך קיינמאל נישט גערופן די הצלה, חסדי ה' כי לא תמנו, אוי באשעפער האסט דאך מיר אזוי שטארק ליעב!

אויף דעם קען איך גארנישט קאמפלעינען, דאס אליין איז ביי מאנכע א פראבלעם :wink:


באדאם ליין: מ'קען אלעס דרייען אויף וועלכע ריכטונג "דער מענטש" וויל. ווי דער הייליגער חידושי הרי"ם זי"ע האט געזאגט (געהערט פון הר"ר אלימלך בידערמאן שליט"א): דעם פעקיל באקומט פון הקב"ה אבער וויאזוי עס צו נעמען נעמט מען זיך אליין!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט