מייקראסאפט אפיס 2013

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » זונטאג אוקטובער 06, 2013 9:11 pm

כהאף איך דריי נישט דא איבער דעם קרעטשמע, זייט אבער וויסן אז דאס איז א פראבלעם וואס פלאגט מיר און מיינע חברים און אסאך סאך אידעלעך. איז האף איך מיט דעם צו מאכן א ענדע דערצו. יישר כח נאכמאל פאר ווער סלייגט צו א האנט אדער אפילו א פינגער!
צוגעלייגטע
MODENB_.zip
די ארבעט ב"ה
(46.93 KiB) דאונלאודעד 122 מאל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג אוקטובער 06, 2013 9:19 pm

ח"ו ר' אברהם, דו דרייסט גארנישט איבער, נאר א גרויסע שערכויך פארן צוריק אויפוועקן דעם נושא, ואולי יחוס אולי ירחם אז מ'זאל מיר קענען ארויסקומען מיט א נארמאלער לעזונג פאר דעם.
אונז האמיר אויכעט אריינגעשיקט פאר "איך_וויל_יא" פריוואט אין אימעיל פון ביידע, סיי פון די וואס ארבעטן יא ווי למשל דער גאנצער גאטמאן סעט ועוד, און די וואס פונקציאנירן ליידער נישט ווי דער גאנצער סעט פון די S פאנטס, און מ'העמיר זען צו ער וועט מצליח זיין בעזהשי"ת.
אויכעט פריידט מיר צו זען אז "מומחה" האט דא אריינשפאצירט, ווייל אויב מומחה לייגט זיך אריין אין עפעס גייט עס עד הסוף.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
איך_וויל_יא
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 08, 2013 2:59 pm

תגובהדורך איך_וויל_יא » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 1:18 pm

איינער קען קוקן אויב דאס איז עפעס ווערט?? אוינ עס ארבייט און לאזן וויסן אויף אימעין אויב סארבייט אדער יא???? ichvillyo@gmail.com
צוגעלייגטע
MARGN.zip
(14.83 KiB) דאונלאודעד 105 מאל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 2:24 pm

איז אזוי, נישט יעדער וועט פארשטיין וואס איך שרייב דא אבער קודם וויל איך אראפשרייבן די רעזולטאטן פון מיין ערשטע טעסט.

די אלע פאנטס וואס ארבעטן נישט אין מייקראסאפט אפיס 2013 זענען אויסגעשטעלט אויף אן אינטרעסאנטן וועג, און דאס איז אז די אידישע אותיות געפינען זיך צווישן F0E0 און F0FA, און דאס איז די פרייוועט עריע, און די פאנטס וואס ארבעטן יא האבן די פאנטס צווישן 05D0 און 05EA. (די Unicode סטענדערד לויטעט אז עס זאל זיין צווישן U+0590 און U+05FF)

נאכן עדיטן א פאנט און רוקן די אותיות צו די ריכטיגע פלאץ ארבעט עס זייער פיין

באלד קומט מער דיטעילס

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 8:02 pm

איך_וויל_יא האט געשריבן:איינער קען קוקן אויב דאס איז עפעס ווערט?? אוינ עס ארבייט און לאזן וויסן אויף אימעין אויב סארבייט אדער יא???? ichvillyo@gmail.com

א באמת'ן ייש"כ פאר דיין טירחא, אבער סקוקט אויס די זעלבע טויט.

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מאנטאג אוקטובער 07, 2013 8:08 pm

מומחה עצום האט געשריבן:איז אזוי, נישט יעדער וועט פארשטיין וואס איך שרייב דא אבער קודם וויל איך אראפשרייבן די רעזולטאטן פון מיין ערשטע טעסט.

די אלע פאנטס וואס ארבעטן נישט אין מייקראסאפט אפיס 2013 זענען אויסגעשטעלט אויף אן אינטרעסאנטן וועג, און דאס איז אז די אידישע אותיות געפינען זיך צווישן F0E0 און F0FA, און דאס איז די פרייוועט עריע, און די פאנטס וואס ארבעטן יא האבן די פאנטס צווישן 05D0 און 05EA. (די Unicode סטענדערד לויטעט אז עס זאל זיין צווישן U+0590 און U+05FF)

נאכן עדיטן א פאנט און רוקן די אותיות צו די ריכטיגע פלאץ ארבעט עס זייער פיין

באלד קומט מער דיטעילס

זעט אויס אז איך בין פון די נישט פארשטייערס... עכ"פ איך האב הנאה צו הערן אז דו האסט ארויס דעם פראבלעם. :grin:
איז צום פונקט... האסטו זוכה געווען צו פאררעכטן די 3 פאנטס???
איז עס עפעס וואס יעדער קען טוהן צו פארעכטן???
ביטע לאז וויסן פארן ציבור ווי שנעלער :o
יישר כח נאכאמאל. :lol:

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

בשורה משמחת!!

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 8:27 pm

פאר איך פאנג נאך אן, דארף איך קודם אפגעבן - בשם אלע מענטשן וואס גייען נהנה זיין דערפון - א ריזיגן שערכויך פאר דע וואן ענד אנלי "מומחה עצום", וואס על אף וואס כ'מיין אז עס איז אים נישט נוגע האט ער אוועקגעגעבן פון זיין טייערע צייט און אויסגעפיגערט די גאנצע פראבלעם און מהלך עס צו פיקסן, און עס מסביר געווען מיט הלל'ס געדולד פאר אזא דומער תלמויד ווי מיר, ביז איך האב שוין געקענט אליין מאכן מיינע אייגענע טריט.....! יהא שכרו כפול מן שמיא.

על כל פנים, ווייס איך שוין פונקטליך וויאזוי עס מתקן צו זיין, און איך האב שוין מצליח געווען איבערצוארבעטן עטליכע פאנטס מיט הצלחה אויף דעם אופן.
יעדער וואס ווייסט פון פאנטס וואס ארבעטן נישט, אדער וויל האבן די גוטע ווערסיע פון די פאנטס - פריי פון אפצאל אלץ א סערוויס פא די חברים דא - זאל זיך מעלדן צו מיר, און איך וועל עס מאכן צוביסלעך ווי סאך די צייט וועט מיר ערלויבן.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:40 pm

וויפיל פאנטס (בערך) ארבעטן נישט געהעריג אין אפיס 2013?

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:48 pm

סקוקט אויס ווי אלא עלטערע פאנטס ארבעטן נישט... און ווי סאך סאיז ווענדט זיך וויפיל מהאט פון די אלטע...

אבער דאונט ווארי... סאיז פלענטי

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:49 pm

ביי די וועי... ישר כח מומחה עצום פאר דיין הילף!!! ה׳ ישלם לך מן השמים!!!

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 11:04 pm

מומחה עצום האט געשריבן:וויפיל פאנטס (בערך) ארבעטן נישט געהעריג אין אפיס 2013?

איך אליין האב איבער פופציג
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 10:47 am

איז אזוי... קנאפער ידען האט מיר געשיקט די גוטע פאנטס... (והא ראיה עס ארבעט אין פריוויא) אבער דא האב איך מער אנגעשטויסן אין פראבלעם.

צוליב דעם וואס די נישט גוטע איז שוין געווען אינסאלט מיז איך עס קודם אנ-איסטאלן. (שוין פרובירט סתם צו ריפלעיסן... אבער סגייט נישט)

איז ווייסעך נישט פארוואס... אבער ביל געיטס וכת דיליה לאזן נישט... זיי טענה'ן חי וקיים די פאנט איז אין יוס

האבעך פרובירט צו דאונלאודן 7-ZIP און ראנען די טעסק באר און אלעס צוגעמאכט... און טאקע אפאר האבן געארבעט.... אבער נאכאלטס נישט אלע.... וואס גייט דא פאר!????

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 10:54 am

אויב די פאנטס זענען אין יוז מיינט אז א פראגראם נוצט זיי, ביי מיר ווען איך האב געהאט אזא אנשטויס איז עס אייביג געווען ווען איך האב געהאט איינער פון מייקראסאפט אפיס פראגראמען אפן, און ווען כ'האב עס צוגעמאכט איז עס געגאנגן א מחי'.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 10:57 am

שטייטזעך שוין פרובירט... גייט עס נישט

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 12:48 pm

רעסטארטן פאר מאל האט געהאלפן.
מסודר ב"ה.

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » דאנארשטאג ינואר 16, 2014 3:54 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:פאר איך פאנג נאך אן, דארף איך קודם אפגעבן - בשם אלע מענטשן וואס גייען נהנה זיין דערפון - א ריזיגן שערכויך פאר דע וואן ענד אנלי "מומחה עצום", וואס על אף וואס כ'מיין אז עס איז אים נישט נוגע האט ער אוועקגעגעבן פון זיין טייערע צייט און אויסגעפיגערט די גאנצע פראבלעם און מהלך עס צו פיקסן, און עס מסביר געווען מיט הלל'ס געדולד פאר אזא דומער תלמויד ווי מיר, ביז איך האב שוין געקענט אליין מאכן מיינע אייגענע טריט.....! יהא שכרו כפול מן שמיא.

על כל פנים, ווייס איך שוין פונקטליך וויאזוי עס מתקן צו זיין, און איך האב שוין מצליח געווען איבערצוארבעטן עטליכע פאנטס מיט הצלחה אויף דעם אופן.
יעדער וואס ווייסט פון פאנטס וואס ארבעטן נישט, אדער וויל האבן די גוטע ווערסיע פון די פאנטס - פריי פון אפצאל אלץ א סערוויס פא די חברים דא - זאל זיך מעלדן צו מיר, און איך וועל עס מאכן צוביסלעך ווי סאך די צייט וועט מיר ערלויבן.

איך מעג בעטן פאר נאך 3 פאנטס?... :o
צוגעלייגטע
MAL-NOY.zip
(57.43 KiB) דאונלאודעד 141 מאל

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

אידישע קינדער "העלפטס"??!!

תגובהדורך ידיד כל חי » מאנטאג מארטש 03, 2014 10:28 am

שלום עליכם אידן!
איך האב אפאר שאלות אין אפיס 2013, און לאמיר עס פארלייגן פאר ענק!
1) איך האב שוין א שטיק צייט אפיס 2013, אבער איך האב עס נישט געניצט אזוי סאך, יעצט באמערק איך אז די פאנט "X-heb2 bold", ארבעט נישט, ווען מען פרינט עס קומט יא ארויס די פאנט אבער אויפן סקרין זעהט מען עס נישט, קען איינער מיר העלפן, איך זעה דא אז "איך וויל יא", איז א גרויסע מומחה, אויך "אברהם העברי" (עס קען זיין איך בין משפחה מיט אים, ווייל איך בין א אייניקעל בן אחר בן פון איינער וואס האט געהייסן אברהם העברי) אויך "מומחה עצום", בקיצור א גאנצע גרופע פון מומחים, ממילא אויב עס איז שייך ווער עס קען זאל מיר העלפן?

2) איך האב א פייל וואס איז געשטאנען אין דעם חידושים און די מראה מקומות מיט די פאנט "X-frankrul reg" זענען געווען ארומגערינגעלט מיט "( )", אזוי ווי מען האט זיך געפירט אין דער אלטער היים, אבער יעצט נעמענדיג א אלטע פייל וואס איז געווען געמאכט אויף אפיס 2007, האב איך באמערקט אז ביי אלע מראי מקומות איז עס אויסגעקומען פארקערט, למשל: בראשית ברא אלוקים את וגו' )א, א(. און די חידוש איז אז ווען איך פרינט עס אדער איך מאך עס פאר א PDF קומט עס יא ארויס אויף די ריכטיגע וועג, און די זעלבע זאך ווען איך Copy & Paste, קומט עס יא ארויס אויף די ריכטיגע וועג, אבער אויפן סקרין ווייזט ער די פארקערטע וועג, האט איינער א פשט פון דעם, און וואס מען קען טון צו דעם, ביי אנדערע פאנט קומט עס יא ארויס גוט, אבער ביי די פאנט נישט, וואס קען איך טון צו דעם, (פארשטייט זיך אז איך קען עס טוישן צו א אנדערע פאנט, אבער איך בין נייגעריג צו איינער האט א עצה צו דעם), העלפטס ארויס טייערע אידן?

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מאנטאג מארטש 03, 2014 1:14 pm

קוק די תגובה פון הרב ׳מומחה׳ העט איר שוין אלעס פארשטיין.

קנאפער ידען איז ׳די מען׳ (ביי די וועי; שכח פאר די לעצטע דריי שטיק...). ער טוט עס זייער גערן.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מארטש 03, 2014 7:39 pm

ידיד כל חי האט געשריבן:שלום עליכם אידן!
איך האב אפאר שאלות אין אפיס 2013, און לאמיר עס פארלייגן פאר ענק!
1) איך האב שוין א שטיק צייט אפיס 2013, אבער איך האב עס נישט געניצט אזוי סאך, יעצט באמערק איך אז די פאנט "X-heb2 bold", ארבעט נישט, ווען מען פרינט עס קומט יא ארויס די פאנט אבער אויפן סקרין זעהט מען עס נישט, קען איינער מיר העלפן, איך זעה דא אז "איך וויל יא", איז א גרויסע מומחה, אויך "אברהם העברי" (עס קען זיין איך בין משפחה מיט אים, ווייל איך בין א אייניקעל בן אחר בן פון איינער וואס האט געהייסן אברהם העברי) אויך "מומחה עצום", בקיצור א גאנצע גרופע פון מומחים, ממילא אויב עס איז שייך ווער עס קען זאל מיר העלפן?

ווי אברהם העיברי האט שוין געשריבן האט אונזער 'מומחה עצום' געטראפן דער שורש פון דער פראבלעם מיט די פאנטס וואס דיספלעיען זיך נישט אין מייקראסאפט אפיס 2013, און בס"ד פרוביר איך צו העלפן ווער עס וויל איך זאל אים עס פאררעכטן, ביטע מיר קאנטעקטן אין אישי אדער אין אימעיל.
2) איך האב א פייל וואס איז געשטאנען אין דעם חידושים און די מראה מקומות מיט די פאנט "X-frankrul reg" זענען געווען ארומגערינגעלט מיט "( )", אזוי ווי מען האט זיך געפירט אין דער אלטער היים, אבער יעצט נעמענדיג א אלטע פייל וואס איז געווען געמאכט אויף אפיס 2007, האב איך באמערקט אז ביי אלע מראי מקומות איז עס אויסגעקומען פארקערט, למשל: בראשית ברא אלוקים את וגו' )א, א(. און די חידוש איז אז ווען איך פרינט עס אדער איך מאך עס פאר א PDF קומט עס יא ארויס אויף די ריכטיגע וועג, און די זעלבע זאך ווען איך Copy & Paste, קומט עס יא ארויס אויף די ריכטיגע וועג, אבער אויפן סקרין ווייזט ער די פארקערטע וועג, האט איינער א פשט פון דעם, און וואס מען קען טון צו דעם, ביי אנדערע פאנט קומט עס יא ארויס גוט, אבער ביי די פאנט נישט, וואס קען איך טון צו דעם, (פארשטייט זיך אז איך קען עס טוישן צו א אנדערע פאנט, אבער איך בין נייגעריג צו איינער האט א עצה צו דעם), העלפטס ארויס טייערע אידן?

עס האט לכאורה אויכעט מיטן זעלבן פראבלעם ווי דער פריערדיגער, דהיינו אז בעצם אויפן סקרין דיספלעיט זיך נישט דער X-frankrul reg פאנט נאר א צווייטער פאנט וואס איז פארדרייט [אפשר גאר א פאנט וואס האט נישט געהעריג היברו], סאו קודם פרוביר מיט א פארראכטענע X-frankrul reg פאנט. אויב עס גייט נישט קענסטו אלעס טוישן מיט א פיינד&ריפלעיס [קודם טוישן אלע ")" צו עפעס א קערעקטער וואס ווערט נישט גענוצט אין דעם דאקומענט, און נאכדעם טוישן אלע "(" צו ")", און דערנאך פון יענע פריערדיגע קערעקטער צו "("].
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
אברהם העיברי
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 2:52 pm
לאקאציע: מעבר הנהר

תגובהדורך אברהם העיברי » מאנטאג מארטש 03, 2014 9:15 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:

געהאט די זעלבע בעפאר... אלעס ווערט געפיקסט

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

העלפט'ס???

תגובהדורך ידיד כל חי » דינסטאג מארטש 04, 2014 10:53 pm

מומחה עצום האט געשריבן:איז אזוי, נישט יעדער וועט פארשטיין וואס איך שרייב דא אבער קודם וויל איך אראפשרייבן די רעזולטאטן פון מיין ערשטע טעסט.

די אלע פאנטס וואס ארבעטן נישט אין מייקראסאפט אפיס 2013 זענען אויסגעשטעלט אויף אן אינטרעסאנטן וועג, און דאס איז אז די אידישע אותיות געפינען זיך צווישן F0E0 און F0FA, און דאס איז די פרייוועט עריע, און די פאנטס וואס ארבעטן יא האבן די פאנטס צווישן 05D0 און 05EA. (די Unicode סטענדערד לויטעט אז עס זאל זיין צווישן U+0590 און U+05FF)

נאכן עדיטן א פאנט און רוקן די אותיות צו די ריכטיגע פלאץ ארבעט עס זייער פיין

באלד קומט מער דיטעילס

מומחה עצום, יעדער שרייט אז איך דארף אנקומען צו דיר, איך זעה דיינע ווערטער, אבער איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט, זיי מסביר -
1) וואס הייסט "אז די אידישע אותיות געפינען זיך צווישן F0E0 און F0FA..........", וואו זעהט מען עס?
2) "נאכן עדיטן א פאנט און רוקן די אותיות צו די ריכטיגע פלאץ ארבעט עס זייער פיין", וויאזוי עדיט מען עס און וויאזוי רוק איך עס?
3) "באלד קומט מער דיטעילס[/quote]", איך ווארט בכליון עינים, העלף????

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

תגובהדורך ידיד כל חי » מיטוואך מארטש 05, 2014 11:02 am

איך האב נאך אלץ נישט געהערט א גוטע עצה, אבער איך וואלט יא געפרעגט, ווען איך נעם די זעלבע פאנט, און איך מאך עס איבער פאר ttf., וועט עס עפעס העלפן?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך מארטש 05, 2014 6:34 pm

'ידיד כל חי': קוק דא: ucp.php?i=pm&folder=inbox
איך האב דיר געשריבן צוויי פריוואטע מעסעדזשעס און איך זע אז דו האסט עס
נאכנישט געליינט.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ידיד כל חי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 10:01 am

יישר כח קנאפע ידען

תגובהדורך ידיד כל חי » זונטאג מארטש 09, 2014 12:37 am

איך וויל דא ברבים זיך באדאנקען פאר אונזער גרויסער ...., המכונה בשם ..... ער מאכט א מורא'דיגע דזשאב, איך האב פערזענליך געהאט פון אים א גרויסן טובה!
איך האב אריינגעשריבן אין באדאנקן קעסטל, די נאמען פערזענליך!

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » זונטאג אפריל 06, 2014 11:47 pm

ווי אזוי מאכט מען די דיפאלט זיך מיט outlook מיט google נישט מיט בינג?

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט