חסדו לשם יודו
שזיכני להוציא לאור - זה ה-סידי
• קאמפאזירט ערב יום כיפור תשע"ג
• גרעפיקס: שמערי בערי פון דעם אידישן וועלט
• מער כרעדיטס אינעם דאהנלאהד
• ביטע נישט ארויף לייגן דא איינצעלע פיילס פון דעם דאהנלאהד איך האב א טעם פאר דעם
• ווער עס וויל עס, זאל עס דאהנלאהדן פון דעם לינק אויבן
• ווער עס קען נישט אנקומען צום וועב זייטל זאל מיר ביטע שיקן אין אישית, כוועל עם געבן אן אנדער לינק
• דער דאהנלאהד לינק איז אלץ הכרת הטוב פאר דעם איי-וועלט גרעפיק פארמעסט עיין שם
על כן, ביטע זיך נישט יאגן דאס צו פארשפרייטן פאר אזא איינער וואס האט א געשעפט [וואס פארקויפט דאס] אין זיין געהגענט
• ווייל די סידיס זענען יעצט דא צו באקומען אין די געשעפטן פאר [אויך] די וואס האבן ב"ה נישט קיין אינטערנעט
• און מ' דארף דעקן די הוצאות פונעם פרינטן די סידיס - נישט קיין רוח
• דער סידי ענהאלט אלעס וואס דער דאהנלאהד ענהאלט חוץ דער פאסטער און דער סידי face
• דער סידי איז א "מאלטי פארמאט סידי"
• עס איז א Audio CD און א Data CD
• אינעם data חלק באקומט איר נאך סחורה כדלהלן [חוץ דעם vocal version וואס דאס איז דער צווייטער טרעק אינעם Audio CD]
• איר באקומט: דעם עצם ניגון קולי שמע [Full Version]
• קולי שמע אן די סולוס אבער מיט די קווייער [אזוי קענט איר זיך אליין צו-זינגן און נעמן דעם שטעלער אדער דאס אריין פירן אין סטודיא למשל ביי MK און דארט זיך אליין אויפכאפן און דאס אויסטיילן פאר אייער באקאנטער- איר קענט דאס פארקויפן אויך, מצידי, איר דארפט נאר זעהן אויב איי-וועלט איז מסכים עיין בגרעפיק פארמעסט ע"ג
• קולי שמע בלויז מוזיק אן קיין שום זינגען [אזוי קענט איר דאס אריין פירן אין סטודיא אדער ארויס שפילן לייוו און לייגן אנדערע ווערטער - למשל פאר א ישיבה, קעמפ אדער סקול פרעזענטעהשן אדער פארשטעלונג
• קולי שמע אן קיין שום מוזיק בלויז די זינגען [ניין נישט פאר ספירה ]
• גרעפיק פיילס ניין נישט די 25 איי וועלט דיזיינס נאר דעם פראנט קאווער און דעם בעק קאווער
• אחינו בני ישראל פון אויסער ניו יארק און ווייט פון א געשעפט זענען מכובד צו דאהנלאהדן און שיקן ווייטער אויב איר ווייסט פון אזעלכע וואס וועלן הנאה האבן פון דעם.
• אויב קען דאס איינער לייגן אויף א פארום פון אחינו בני ארץ ישראל זאל ער דאס גערן טהון.