אין קעלער פון קרעטשמע...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מומחה עצום

אין קעלער פון קרעטשמע...

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יולי 17, 2013 9:30 pm

איינמאל ווען איך האב נישט געהאט בעסערס וואס צו טון, האב איך געכאפט א שפאציר אין די קעלער פונעם קרעטשמע און געכאפט א בליק וואס דארט טוט זיך, און אט הערט וואס איך האב דארט געטראפן.

די טרעפ אראפ זענען געווען פארקלעבט מיט אנגעווארפענע ליקעריש מיט צוויבעל עטליכע יאר אלט, איך האב מיר שיער נישט אויסגעגליטשט, אויפן טיר הענגט נאך א משנכנס פון די נ' יארן, איך דריי די קלאמקע פון די טיר און איך עפן עס שטייטליך אויף, עס איז שא שטיל דא אלעס שלאפט עס זעהט אויס ווי לי עווניו נאך א האריקעין, ליידיג וויסט און פארלאזט.

אין די זייט ליגט א הויפן אלטע פארגעלטע ספרים אן א סדר, זעהט אויס אז דער ספרים פאקער האט נישט געהאט קיין צייט עס צו פאקן, איך עפן אויף א ספר צוויי אפשר וועל איך דערגיין די סוד פונעם קעלער אבער איך בין גארנישט קלוגער געווארן אין איינס שטייט מרדכי היהודי און אין א צווייטע שטייט צדיק הדור הכלל פון די ספרים וועט מען גארנישט דערגיין.

איך קוק מיר אזוי אום און מיינע אויגן פאלן אויף א שאפע אין די זייט וואס דערויף ליגט א חלה דעקל איך הייב עס אויף און עס בעווייזט זיך אן אלט פערשימעלט זעמל און דערנעבן א פלעשעלע יין שרף, אהא זעהט אויס אז דא איז עפעס אן אכסניא געווען.

מיין בליק פאלט אויף א ביכל וואס איז פעט פון שמאלץ, איך עפן עס און אט שטייט דארט ווער עס האט אלס דא בעזוכט, איינער א עניו האט - נישט וועלענדיג שרייבן זיין נאמען - געשריבן א איינפאכער יוד, א צווייטער שרייבט זיך ישיבה בחור, איך מיש אהער און אהין און פלוצלונג דערזעה איך א בעקאנט נאמען, בעל שם טוב, ווער ווייסט נישט פונעם בעל שם טוב, אבער עס קען נישט זיין, טראכט איך מיר, דער בעל שם טוב האט דאך געלעבט מיט הונדערטער יארן צוריק, קען עס דען זיין?

קיין סאך צייט האב איך נישט געהאט און ווי ביי בדיקת חמץ האב איך מיר גענומען דאס לעכטל און ווייטער געגאנגען טיפער און טיפער אין קעלער, מיט האפענונג אז פריער אדער שפעטער וועל עפעס דא אנטדעקן.

אזוי מיטן שאטן אויפן וואנט באמערק איך אויפן ערד א קאך לעפל, קען זיין אן אנטיק טראכט איך, און איך לייג עס אין טאש. אביסל ווייטער ליגט א גאנצע ביר-ברענער מאשין אזוי פארשטויבט אז קוים וואס איך האב עס דערקענט, מוז זיין אז א גרויסער עושר האט דא געוואוינט, זיך צו ערלויבן אזוינע טייערע זאכן צו ליגן אין קעלער, אבער לויט די ספרים אין די ערשטע שטוב מוז זיין אז ער איז אויך געווען א תלמוד חכם און האט ליב געהאט צו לערנען, עכ"פ א ליידיג גייער איז ער נישט געווען.

די נעקסטע צימער האט געהאט א קליינע מאדעל פון די שטול פון שלמה המלך געמאכט פון גאלד און זילבער, און נעבן דעם א קליינע פערד און וואגן פון לויטער קריסטאל מיט א געמאלן בילד פון די טורעם אין די צייטן פון די דור הפלגה, א מין טשולענט געמיש פון טשאטשקעס דא...

איך זעה שוין, דא וועט מען דארפן א פראפעסאר צו אנאליזירן די אלע זאכן, דער הויז בעזיצער איז זיכער געווען אן אדם חשוב און א בן תורה, געלט האט אים נישט געפעלט ווייל אינעם בוידעם האב איך שוין נעכטן אנטדעקט א מעכאנישע קוטשמע מאכער, וואס איז שוין דאן געווען א יקר המציאות. אויך האט ער געהאט א גוטע וויין געשעפט און פון די פערבליבענע ביכער זעהט אויס אז ער איז געווען א גוטע סוחר פערהאנדלנדיג מיט אסאך גרויסע פריצים און אפילו דער קריגס גענעראל.

ער איז ווארשיינליך אויך געווען ווארעם צום עולם החסידות, ווארום אין די ביכער זעהט מען אז ער פלעגט שיין באצאלן דעם מקוה איד און אויך דערמאנט ער אין עטליכע פערזענליכע בריווען א מרן אדמור וועם ער האט געפרעגט א שאלה צו ער מעג אראפשניידן א פרוכט בוים.

המשך יבא אי"ה

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 17, 2013 9:36 pm

צוקער'דיג זיס ;l;p-

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך יולי 17, 2013 9:37 pm

פיינע נייעס.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

פריי זיך
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2013 12:19 pm

תגובהדורך פריי זיך » מיטוואך יולי 17, 2013 9:40 pm

האהאהא!!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 17, 2013 9:58 pm

געוואלדיג! דאס זענען אלעס דיינע ניקס?

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך יולי 17, 2013 10:01 pm

מומחה, כ'ווייס נישט צו דו האסט געהאט וואס צו טון, אבער איך יא!
גראדע עטליכע האבן זיך איינגעשריבן ממש לעצטענס, אויב וועלן זיי עפעס שרייבן וועט דיין גאנצע ארטיקל צעפאלן...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 17, 2013 10:06 pm

לוי, נישט אלע ניקס וואס ער האט געברענגט האבן 0 תגובות.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4261
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך יולי 17, 2013 10:10 pm

רוב, כ'האב נישט געקליקט אלע, כ'בין דאך א ביזי מענטש...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11289
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 17, 2013 10:14 pm

אויסער א מומחה עצום, האט ער א געוואלד מיט געדולד און נערוון אויך...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 17, 2013 10:23 pm

סארא איידיע!!

פיין געשמייכעלט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » דאנארשטאג יולי 18, 2013 10:23 am

דער איז א מומחה, אזוי שיין אריינצושמעלצן איינס צום צווייטן, נישט סתם א מומחה נאר א מומחה עצום.

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:03 am

מומחה, א גוט שטיקל ארבעט.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דאנארשטאג יולי 18, 2013 11:52 am

מומחה "עצום"

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג יולי 18, 2013 1:17 pm

יושש איז דעס גוט

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יולי 18, 2013 5:21 pm

מומחה זיסע איידיע.

איך האב אמאל געוואלט מאכן די זעלבע זאך נאר מיט אלטע גוטע אשכולות, אבער וואו וואס ווען דאס איז דאך א געוואלד מיט ארבעט.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג יולי 18, 2013 5:26 pm

דאכט זיך עס איז אמאל געוועהן בערך אזאנס פון אקטיווע ניקס.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יולי 18, 2013 5:28 pm

טייבעלע האט געשריבן:דאכט זיך עס איז אמאל געוועהן בערך אזאנס פון אקטיווע ניקס.

אן קיין לינקס צו יעדע ניק'ס פראפייל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דאנארשטאג יולי 18, 2013 5:33 pm

גווווווווט

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג יולי 18, 2013 5:36 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:דאכט זיך עס איז אמאל געוועהן בערך אזאנס פון אקטיווע ניקס.

אן קיין לינקס צו יעדע ניק'ס פראפייל.

גרעכט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג יולי 18, 2013 5:47 pm

משה יענקל האט געשריבן:
מומחה "עצום"
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9577
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג יולי 18, 2013 7:13 pm

מומחה מעכטיג.
---
מיר ליגט אין קאפ שוין יא געווען מיט לינק'ס אמאל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 18, 2013 7:14 pm

מומחה,
קיוט...
עטליכע זענען מיינע ניקס נעבעך
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג יולי 18, 2013 10:26 pm

שוין גארנישט נעבעך...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג יולי 19, 2013 12:54 am

למעלה משבעים האט געשריבן:מיר ליגט אין קאפ שוין יא געווען מיט לינק'ס אמאל.

האבעך נישט געזען וואס ס'טוט זיך אין דיין קאפ צו ס'איז דא דארט מיט לינק'ס.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » פרייטאג יולי 19, 2013 1:20 am



צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כהאב נישט קיין ניק און 11 געסט