זענען די בלאגס (היינטיגע משכילים) א סכנה פאר כלל ישראל?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ פאר אלע מגיבים און מוסיפים.

איך האף בעזה"י נאך ממשיך זיין מיטען שרייבען אין דעם אשכול. בנתיים נאט אייך צוויי שטיקעלעך פונעם פתיחה צום מורה נבוכים.
אטעטשמענטס
מורה.pdf
(224.13 KiB) געווארן דאונלאודעד 146 מאל
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

וואס מיינט שטיין ווייט פון אן אפיקורוס?

תגובה דורך אנעים זמירות »

פארציילט דער הייליגע גמרא (ע"ז ט"ז:) ת"ר כשנתפס ר"א למינות – ווען דער היייליגע תנא ר' אליעזר הגדול (בן הורקנוס) איז געפאנגען געווארען דורך די מינים און זיי האבען איהם געוואלט צווינגען צו דינען ע"ז, האבען זיי איהם געשטעלט צום משפט. דער שופט האט זיך געוואנדען צו איהם און געפרעגט מיט שפאס, "אזא אלטע יוד ווי דיר טוט זיך נאך באשעפטיגען אין אזעלכע נארישקייטען (תורה ומצוות, עפ"ל)?"

האט ר' אליעזר געענטפערט, "דער דיין איז באגלייבט אויף מיר – איך נעם אהן זיינע רייד."

דער הייליגע תנא האט געמיינט מצדיק צו זיין את הדין אויפען דיין ומוכיח ויודע ועד, אבער דער גוי'אישע ריכטער, דעם טיפש, האט געמיינט ר' אליעזר רעדט וועגן איהם זעלבסט, האט ער פארשיקט ר' אליעזר'ן אויף דער פריי, זאגענדיג, "היות דו האסט מיר געגרויסט וועל איך דיר אצינד לאזען גיין."

ר' אליעזר איז טאקע אפגעקומען מיט שרעק, אבער ער האט נישט געקענט קומען צו זיך. ער האט דאך געוואוסט אז אין יסורים בלא חטא, און טראץ זיינע פיהל רעכענונגען האט ער נישט געקענט דערגיין צוליב וועלכע זינד איז איהם געקומען צו ווערן געפאנגען ביי די מינים. אלע תלמידים האבען פראבירט איהם צו בארואיגען אויף פארשידענע אופנים אבער אהן ערפאלג.

ביז עס איז אריינגעקומען זיין תלמיד מןבהק דער הייליגע תנא ר' עקיבא. "רבי," זאגט ער, "אויב איהר ערלויבט מיר וועל איך עפעס זאגען."

"רעד," האט ר' אליעזר געבאטען.

"אפשר האט זיך אמאל געמאכט אז דער רבי האט געהערט א געשמאקען געדאנק פון א מין און דער רבי האט הנאה געהאט דערפון?"

ר' אליעזר'ס אויגען האבען אויפגעלאכטען. "אמת," האט ער אויסגערופען, "איך דערמאן מיר אז טאקע אזוי איז געוועהן די מעשה. אמאל ווען איך בין געגאנגען אין די גאסען פון ציפורי איז צו מיר צוגעקומען א מין און ער האט מיר פארגעלייגט זיין חידוש. ער האט געפרעגט אויב עס איז מותר צו נעמען געלט פון אן אתנן זונה צו מאכען דערמיט א ביה"כ פארען כה"ג אין די זיבען טאג פאר יו"כ ווען ער מוז וואוינען אין ביהמ"ק.

"איך האב איהם באמת גארנישט געענטפערט, ווייל מיט אן אפיקורוס איז אסור צו שטיין אין ווארט, אבער יענער האט אליין ממשיך געוועהן. ער האט געוואלט ברענגען א ראיה אז מען מעג פון א פסוק, מיטען סברא אז געלט וואס קומט פון א שמוציגע פלאץ זאל מען נוצען אויף טינופות. איך האב הנאה געהאט פון דעם געדאנק, און דערפאר בין איך געווארען באשטראפט אז איך בין פארכאפט געווארען ביי די מינים.

"כאטש איך בין נישט אריין אין קיין דין ודברים מיט יענעם, און איך האב ניטאמאל פארטוישט איין ווארט מיט איהם, בין איך אבער נישט אנטלאפען גענוג שנעל נאר איך האב איהם אויסגעהערט. דער פסוק זאגט אבער אויף מינות הרחק מעליה דרכך – שטיי ווייט דערפון."

ע"כ דברי הרב.

פון דא זעהן מיר אז בלויז פארען אויסהערן וואס דער מין האט געהאט צו זאגען איז ר' אליעזר הגדול געווארען באשטראפט. על אחת כמה וכמה דער וואס גייט אריין אין א דין ודברים מיט יענעם, און פארברענגט געשמאק.

ביי די אויבערדערמאנטע בלאגס זענען דא טייל וואס ווערן אנגעפירט דורך מינים ואפיקורסים גמורים, אבער אפילו ביי די טריפה'נע בלאגס און פארומס וועלכע ווערן אנגעפירט דורך פרומע יודען, דרייען זיך דארט אפענע כופרים מחללי שבת ואוכלי נו"ט רח"ל, און שרייבען ככל העולה על רוחם. שומו שמים על זאת, ווי מען מען דאס צו און מען שרייט נישט, "שגץ ארויס, ביזט א רשע, א מחלל שבת, און דו געהערסט נישט צווישען אונז!"

[הגם די לעצטע מאמרים זענען נישט געוועהן געצילט דוקא קעגן ק"ש, וויל איך מיר אצינד ווענדען* דייקא צו די וועלכע ליינען\שרייבען\שטיצען ק"ש כמות שהיא. מילא דאס אז עטס ווילטס א פלאץ וואו מען קען מער רעדן און ברייטער אויסשמועסען אלסדינג ווי אויף אייוועלט, קען מען נאך פארשטיין. איך האב שוין מאריך געוועהן אינעם איסור וסכנה פון חקירה און ליצנות, אבער איך קען נאך פארשטיין ווי מען פארענטפערט זיך און מען פארגלעט דעם געוויסען אז צו האבען אנדערע דעות הייסט נאך נישט קיין כפירה, און מען דארף נישט פארשטאפען די מיילער א.א.וו. פאר דעם האט זיך טאקע געעפענט ק"ש. נניח (לשיטתכם).

וואס איז אבער דער היתר אריינצולאזען אפענע אפיקורסים מסיתים ומדיחים? בערך א האלבע יאר צוריק האב איך געהערט פון איינעם אז אויף ק"ש שרייבט ש"ד – א רשע ואפיקורוס וואס פירט אהן א וועבסייט פון מינות והסתה. איך ווייס נישט צי ער איז נאך ממשיך צו שרייבען דארט, אבער דאס ווייס איך קלאר אז בשעתו האט מען איהם נישט ארויסגעטראסקעט בשם ועין ער זאל גיין צו אלע שווארץ יאר. היתכן? האט מען שוין טאקע פארלוירען יעדע יודישען רגש אז מען קען לאזען א כופר בעיקר ערקלערן זיינע פארפוילטע שיטות אויף א מכלומרשט'ע היימישע און פרומע פארום?

ווער ווייסט, אפשר איז דאס טאקע דער שטערקסטע ראיה לדברי, אז פון א קליינע ליצנות'ל און א תמימות'דיגע שאלה, ווערט מען ל"ע אזוי אפגעקילט אז מען איז שוין גארנישט מרגיש, און מען פארלירט יעדע פונק פון ערליכקייט.

ובחדא מחתא אליכם אישים אקרא*, לאחב"י אין אייוועלט: עס זענען דא פיהל שמועסען וואס פארען אראפ פון די רעלסען ווען מאנכע הייבען אהן שרייען קולות און עס מוז ווערן פארשפארט. דאס איז גורם אז טייל אירע זאלען זיך פאר'מיאוס'ען אינעם פלאץ און אפשר גיין אויף מקומות וואס טויגען נישט. ווער רעדט נאך פון דעם ביליגען אויסשפראך וואס מען הערט ליידער בינינו ווען עס געפעלט נישט פאר איינעם וואס דער אנדערע שרייבט 'קענסט גיין צו ק"ש'.

אמת, דאס אלעס איז נישט קיין היתר צו ליינען און באזוכען וועבסייטס פון כפירה און ליצנות, אבער חז"ל זאגען שוין כי יפול הנופל ממנו – ער וואלט ממילא געפאלען, אבער דו זיי נישט דער וואס איז גורם. דו פארטרייב נישט קיינעם. טאמער עס איז יא דא איין ריינעם פלאץ וואו מען קען זיך אויסשמועסען, זיי דו נישט דער וואס מאכט א צווייטען זיך שפירען אומאנגענעם און אומגעוואונטשען, ווייל יעדע האט אן אחריות פאר א צווייטען יוד.]


*הגם איך בין נישט ראוי קיינעם צו זאגען מוסר, שרייב איך מיינע געפילען, און טאמער ליגט דערין עפעס אמת איז פעליג דעם כלל קבל את האמת ממי שאמרו.
אטעטשמענטס
יזיר עצמו ד.pdf
(19.52 KiB) געווארן דאונלאודעד 162 מאל
לעצט פארראכטן דורך אנעים זמירות אום דאנערשטאג יולי 11, 2013 4:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובה דורך זאלץוואסער »

כדי צו פארמיידן סתם א ווידערקול פון די אמאליגע קולות וואס ווערן דא נאכדעם וואס מיין פריינט אנעים'ל שרייבט, וויל איך אויסדרוקן מיין פוהלסטע שטיצע צו וואס ער שרייבט (איך רעד נישט פון דעם חלק הרוחני וואס דאס דארף נישט מיין הסכמה, והלא הם מתוקים כדבש) און דא אין אייוועלט איז באמת יש מקום לתקן לגבי דעם ענין (פארשטייט זיך אז נאר ווער עס וויל מודה זיין מעג...)
אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובה דורך טראנספארט »

געוואלדיג אנעים, גאר שיינע געדאנקען און גאר גאר וויכטיגע נקודות.

ישר כח, און קיעפ איט אפ
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובה דורך לוי יצחק »

אנעים, ליידער ליידער רעדסטו דברים של טעם.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

זייער פיין געזאגט.

אבער די לעצטע נקודה איז ווי די קינדער וואס געבן א שטויס, און שרייען אז יענער טאר נישט צוריק געבן, ווייל ....... עס איז נקמה!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ פאר די מגיבים.

@לכתחילה,
איך וויל נישט אריינגיין אין קיין וכוח כדי נישט צו פארפארען. מיט איין ווארט בלויז: שטענדיג גילטעט די כללים דרכיה דרכי נועם, און דברי חכמים בנחת נשמעים.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אנעים זמירות האט געשריבן:ייש"כ פאר די מגיבים.

@לכתחילה,
איך וויל נישט אריינגיין אין קיין וכוח כדי נישט צו פארפארען. מיט איין ווארט בלויז: שטענדיג גילטעט די כללים דרכיה דרכי נועם, און דברי חכמים בנחת נשמעים.

אמת, איר האט בעצם רעכט מיט די נקודה וואס איר האט געשריבן, אבער עס איז אויג גילטיג די מציאות "אז ס'טוט וויי שרייט מען".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

זאלץוואסער האט געשריבן:כדי צו פארמיידן סתם א ווידערקול פון די אמאליגע קולות וואס ווערן דא נאכדעם וואס מיין פריינט אנעים'ל שרייבט, וויל איך אויסדרוקן מיין פוהלסטע שטיצע צו וואס ער שרייבט (איך רעד נישט פון דעם חלק הרוחני וואס דאס דארף נישט מיין הסכמה, והלא הם מתוקים כדבש) און דא אין אייוועלט איז באמת יש מקום לתקן לגבי דעם ענין (פארשטייט זיך אז נאר ווער עס וויל מודה זיין מעג...)


RT
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער פיין געזאגט.

אבער די לעצטע נקודה איז ווי די קינדער וואס געבן א שטויס, און שרייען אז יענער טאר נישט צוריק געבן, ווייל ....... עס איז נקמה!


די נקודה פון אנעים (און מי מלח) איז אז קיינמאל זאלסטו נישט אנקוקן יענעמס מיינונג ווי א שטויס...סה"כ זאגט ער אנדערש ווי דיר און דיינע אפציעס זענען א. צו ענטפערן ב. צו איגנארירן און ג. דווח'נען...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובה דורך זאלץוואסער »

לכתחילה! דו ביזט אלס גערעכט! אויסער ווען נישט!

אנעים זאגט דא זייער א וואליד נקודה.
אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2452
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:47 am

תגובה דורך משה יענקל »

טראנספארט האט געשריבן:געוואלדיג אנעים, גאר שיינע געדאנקען און גאר גאר וויכטיגע נקודות.

ישר כח, און קיעפ איט אפ
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

איך האב אויך געזאגט ער איז גערעכט. אבער אז מען זאגט א פוינט וואס ווערט ביי אנדערע אנגעקוקט אלס נישט ריכטיג, און נישט יעדער האט די ריכטיגע כלים, זיך צו טענה'ן, דיבעיטען איז א געוויסע פאך, וואס נישט יעדער קען, סא אז איינער ווערט ברוגז, קענסטו נישט האבן קיין טענות, ווייל דו האסט אויפגעברענגט די שמועס.

כאטש עס איז נישט ריכטיג, צוריק צורעדן שארף, און הלוואי וואלט יעדער גערעדט אהין און צוריק שיין און איידל (כ'מיין איך פראביר וויפיל כ'קען, צו טענה'ן רואיג) אבער נישט יעדער איז די זעלבע, און ווען מען ברענגט אויף א נקודה, וואס מען ווייסט אז געוויסע וועלן שפרינגען, דארפסטו זיין גערישט דעראויף.

און בעיקר, אז דו האסט געזעהן אז א נקודה איז געווארן היציג, און דוקא נישט ביי איינעם - וואס דאן קענסטו זאגן אז דו ביסט נישט שולדיג - נאר ווען עטליכע ניק'ס צוזאמען צייגען אן אז עס איז נישט ריכטיג, און דו (כ'מיין נישט דיר, פארשטייסט יא?) קומסט ווי א שיפעלע זיבעלע נאכאמאל 6 בלעטער שפעטער, און זאגטס איבער די זעלבע זאך, און א צווייטער שפרינגט, האב נישט קיין טענות נאר צו יענעם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

די עצה פאר אזא איינער וועם לכתחלה דעסקרייבד איז צו איגנארירן... טענה דיך נאר ווען דו ביזט אין די גיסטע...

אראפרייסן יענעם איז קיינמאל, נאכאמאל קיינמאל נישט acceptable

קיינער וועט נישט גיין צו ק"ש ווייל מ'האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון אים. אבער ווען איינער ווערט כסדר אראפגעריסן ווייל ער האט א DIFFERENT וועג פון טראכטן דאס איז שוין אנדערש!

נאר א משל... און א געוויסע אשכול רעדט מען וועגן נושא ביי-האר במחנינו. ווען א סאטמארער מיט א באבובער (למשל...) וועלן זיך נעמען רעדן LIVE וועגן די נקודה למשל וועט די שמועס אויסקוקן בערך אזוי ווי דארט. נאר נאך א פאר מינוט וועלן ביידע זאגן "נע, דו ווייסט נישט וואס טוט זיך. עניוועי וויזוי איז די וועטער?"... ביידע וועלן שוין וויסן אז אין די נושא איז נישט בא'טעמ'ט זיך צו טענה'ן און פערטיג. אט אזוי האב איך הק' געטוהן און בכלל נישט אריינגערעדט וזהו.

ווי פלעגט נאר יענער זאגן? "איגנרארין איז נישט קאפיטולירן"!


אראפרייסן יענעם איז קיינמאל, נאכאמאל קיינמאל נישט acceptable
לעצט פארראכטן דורך מילכיגער אום דאנערשטאג יולי 11, 2013 5:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
פרעג בעסער נישט
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2009 10:51 pm
לאקאציע: זעסט אפשר נישט גיט????!!!

תגובה דורך פרעג בעסער נישט »

מילכיגער ביזט נישט גערעכט, די סיבה פארוואס דער יעניגער ווערט אויפגעקאכט איז נישט סתם ווייל ער האט אנדערע וועג פון טראכטן, דאס איז ווייל ער האלט אויב גייט מען נישט מוחה זיין אויף וואס יענער שרייבט, אדער אויף די מהלך המחשבה, איז איי-וועלט פאר 'אים' נישט בעסער ווי אנדערע נישט אויסגעהאלטענע בלאג'ס.
נעקסטיים פרעג נישט............................
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

מילכיגער, עס איז דא אמאל א בחינה פון מדשתקי.

ס'איז שווער מסביר צו זיין אן דעסקרייבן א דוגמה, וואס דאס איז נישט וויכטיג יעצט..

פרעג בעסער נישט (יד"נ) האקט, און זאגט ענליך. עניוועי, צוריק צום הויפט נושא.

--

יישר כח אנעים, זייער שיין געזאגט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

סא שרייב א מחאה מיט גרויסע אותיות צוזאמען מיט א הבהרה אז דיין ווייטערדיגע שווייגן זאל נישט ווערן אויסגעטיישט ווי א הסכמה ח"ו.

אראפרייסן יענעם איז קיינמאל, נאכאמאל קיינמאל נישט ACCEPTABLE



און די עקסטרעמע אופנים קען מען אייביג מדווח זיין
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
פרעג בעסער נישט
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2009 10:51 pm
לאקאציע: זעסט אפשר נישט גיט????!!!

תגובה דורך פרעג בעסער נישט »

הייסט איך מעג גיין ליינען אין אנדערע נישט כשר'ע בלאג'ס, און העכסטענס וועל איך שרייבן א הבהרה אז מיין שווייגן מיינט נישט קיין הסכמה? יו געט די פוינט? פונקט ווי איך טאר נישט מוחה זיין טאר ער נישט שרייבן א זאך וואס איך וועל פילן איך דארף מוחה זיין דערויף.
נעקסטיים פרעג נישט............................
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

פרעג בעסער נישט האט געשריבן:הייסט איך מעג גיין ליינען אין אנדערע נישט כשר'ע בלאג'ס, און העכסטענס וועל איך שרייבן א הבהרה אז מיין שווייגן מיינט נישט קיין הסכמה? יו געט די פוינט? פונקט ווי איך טאר נישט מוחה זיין טאר ער נישט שרייבן א זאך וואס איך וועל פילן איך דארף מוחה זיין דערויף.


ניין. דו טארסט נישט ווייל ס'שטייט דארט זאכן וואס טשעפענען מיט דיין אמונה און קבלה, און די הנהלה לאזט עס צו. און ביי די וועי זאלסטו דארט נישט גיין אפילו מוחה צו זיין אויך נישט...

משא"כ דא. טאמער איז עפעס בניגוד אמונה קאן מען מדווח זיין ב"ה. סא מ'רעדט דא נאר פון חוש הריח זאכן ווי ס'גייט נישט אן הקהה את שיניו. (בע"כ מוז מען אזוי מוקים זיין דאם לאו טארסטו דיך דא אויך נישט דרייען אפי' אויף מוחה צו זיין וכנ"ל...) איז ממילא ביי דעם איז גילטיג אדער מוחה זיין (באופן המבואר למעלה עיי"ש אן אראפרייסן). אדער פראסט און פשוט איגנארירן ווען זאכן זענען נישט לפי חוש הריח שלך.

ובזה אסתגר
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובה דורך ווארד »

לכתחילה
דו ביזט אפשר גערעכט, אז מען קען נישט האבן קיין "טענות" צו דער וואס ענטפערט שארף ווייל מען רעגט אים אויף, און איך באטאן נאכאמאל "אפשר", ווייל עס איז יש מקום לומר אזוי ווי מילכיגער זאגט אז "קיינמאל", "קיינמאל", טאר מען נישט ענטפערן שארף, און די אפציע'ס זענען אדער צו ענטפערן רואיג וכו' (אזוי ווי מילכיגער האט געשריבן), און מיין מיינונג איז אויך אזוי.

אבער אפילו דו זאלסט זיין גערעכט, נעמט דאס אבער נאך אלץ נישט אוועק פון די שטארקייט פון די טענה פון "אנעים", ער זאגט אזוי:
ווען דו זעסט עפעס וואס מאכט דיר שפרינגען, דאן אנשטאט צו שפרינגען, און יענעם באפאלן, און זיך קלאפן דאס בייכל און זאגן שישי מעי איך האב פארשטילט א ______ (דו שרייב אריין וואס), אנשטאט דעם טראכט א סקונדע, "וואס גייט יענער טון נאכן ווערן עטליכע מאל אנגעשריגן?"
איך בין זיכער אז דו ווילסט נישט זיין דער שולדיגער אין דעם וואס א איד איז אוועקגעגאנגען זוכן גליקן ערגעץ אנדערש, און די רעשט איז היסטאריע.... אזוי ווי אנעים האט אזוי שיין (ביטער) ארויסגעברענגט.

דער עולם האקט....

איך בין פולשטענדיג מיט מילכיגער,
אויב יענער שרייבט עפעס נישט אויסגעהאלטן, קען מען עס דווח'נען, און מען קען ארויסברענגען די פארקערטע מיינונג, און "אנעים" רעדט "נישט" פון אזעלכע וואס באלאנגען אויף אנדערע בלאג'ס, נאר פון אזעלכע וואס לכל היותר האט ער אביסל אנדערע השקפות ווי דו, און אפילו ער האט קרומע השקפות אויף געוויסע ענינים, און מען שפירט אז מען דארף אים אפווענדן, קען מען דאס נאך אלץ טון אויף א לייכטע וועג "נישט אנשרייען און באשולדיגן און זידלן", און אזוי ווי מילכיגער האט שוין געשריבן דברי חכמים בנחת נשמעים.
איינער וואס האט געוויסע קרומקייטן (לשיטתך, נישט אייביג איז עס טאקע אזוי) באלאנגט נאכנישט אין ק"ש. פינטל

און מען מעג זיך אויסלערנען צו שרייבן איינגעהאלטן, איך אויך

----------
מילכיגער האקט...
מילכיגער איך בין מיט דיר, גיי אן פארליר נישט דיין געדולד צו ענטפערן, צום סוף וועסטו אנקומען, דברי חכמים בנחת....
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובה דורך גלייכגילטיג »

איך האב געמוזט אריינסיינען כדי צו באדאנקען חברינו היקר אנעים זמירות פאר זיינע אמת'ע רייד, געשריבן פיל מיט הרגש.

יישר כח רבי אנעים! שרייב ווייטער!
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קיינער קומט נישט זאגן אז מען מעג יענעם אראפרייסען, פינטל!

און יעדער איז מודה אז בעסער איז צו ענטפערען באופן רכה רואיג און שטיל, פינטל!

מיין פוינט איז געווען זייער א פשוטע.

אויב שרייבסטו אזאך וואס קען אויפרעגען געוויסע, - און דאס ווייסטו דאך נישט צו יענער וועט זיך קענען קאנטראלירן - און דאך שרייבסטו עס, האסטו געשטעלט אין ריסק, צו ווערן אראפ געריסען - מיט רעכט צו נישט -. און אויב אזוי, קענסטו נישט האבן אינגאנצען קיין טענה צו דעם אראפרייסער, ווייל דו ביסט אויך א חלק אינעם שפיל.

איי וועסטו זאגן, "איך בין אומשילדיג, פון ווי האב איך געדארפט וויסען אז געוויסע גייט עס ווייטאן"? אויף דעם איז די תירוץ צוויי פאכיג.

קודם געווענדליך ווייסט מען, קיינער דא איז נישט קיין 3 יאר אלט. און צווייטענ'ס - והוא העיקר - דאס אז דו האסט נישט געוויסט און ביסט אומשילדיג, איז הא תינח, אז דו זאגסט אזאך, און איינעם שמעקט עס נישט. אבער אויב זעהסטו אז פון די צען מגיבים, זענען אכט אדער זיבן - כ'מיין בעיקר א עולם ניכר - אנטקעגען, און דו זאגסט עס ווייטער, וואס האסטו געטראכט? דארפסט האבן שכל, אין אזא פאל אוועקצווואקען, האסט געמאכט דיין פוינט, און דער עולם האלט אנדערשט, טענה נישט צוריק נאכאמאל און נאכאמאל, ביז עס וועט זיך מאכן איינער וואס וועט ארויס פון די גלייזען, ווייל דאך ביסטו א שותף אין יענעמ'ס אויסברוך.

און געווענדליך וועט אזא אויסברוך טאקע נאר קומען נאך א לאנגע טענה'ריי.

כאטש עס שמעקט נישט אלעמאל אז מען קען נישט זאגן אלעס וואס מען האלט, אבער פונקט ווי דו פארלאנגסט פון יענעם איינגעהאלטענקייט, פארשטיי אז יענער פארלאנגט פון דיר די זעלבע, און האלט דיך אויך איין.

נאך איין נקודה "אביסעל אנדערע השקפה" איז גאר א דינער שטריקל. און וואס איז ביי דיר "אביסעל אנדערשט" איז ביי א צווייטען גאר שלעכט. סא קענסט נישט קומען זאגן "דילד "אביסעל" אנדערשט", ווייל אויב אזוי, דארפסטו דילדען "יעדעמ'ס "אביסעל אנדערשט".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובה דורך אנעים זמירות »

ייש"כ פאר אלע מגיבים. איך וויל נישט די הויפט נושא פונעם אשכול זאל פארפארען האב איך געעפענט א נייעם אשכול בענין וויאזוי זיך צו דינגען ווי א נארמאלע מענטש.
ביטע ממשיך זיין דארט.
א דאנק.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובה דורך מילכיגער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:קיינער קומט נישט זאגן אז מען מעג יענעם אראפרייסען, פינטל!

און יעדער איז מודה אז בעסער איז צו ענטפערען באופן רכה רואיג און שטיל, פינטל!

מיין פוינט איז געווען זייער א פשוטע.

אויב שרייבסטו אזאך וואס קען אויפרעגען געוויסע, - און דאס ווייסטו דאך נישט צו יענער וועט זיך קענען קאנטראלירן - און דאך שרייבסטו עס, האסטו געשטעלט אין ריסק, צו ווערן אראפ געריסען - מיט רעכט צו נישט -. און אויב אזוי, קענסטו נישט האבן אינגאנצען קיין טענה צו דעם אראפרייסער, ווייל דו ביסט אויך א חלק אינעם שפיל.

איי וועסטו זאגן, "איך בין אומשילדיג, פון ווי האב איך געדארפט וויסען אז געוויסע גייט עס ווייטאן"? אויף דעם איז די תירוץ צוויי פאכיג.

קודם געווענדליך ווייסט מען, קיינער דא איז נישט קיין 3 יאר אלט. און צווייטענ'ס - והוא העיקר - דאס אז דו האסט נישט געוויסט און ביסט אומשילדיג, איז הא תינח, אז דו זאגסט אזאך, און איינעם שמעקט עס נישט. אבער אויב זעהסטו אז פון די צען מגיבים, זענען אכט אדער זיבן - כ'מיין בעיקר א עולם ניכר - אנטקעגען, און דו זאגסט עס ווייטער, וואס האסטו געטראכט? דארפסט האבן שכל, אין אזא פאל אוועקצווואקען, האסט געמאכט דיין פוינט, און דער עולם האלט אנדערשט, טענה נישט צוריק נאכאמאל און נאכאמאל, ביז עס וועט זיך מאכן איינער וואס וועט ארויס פון די גלייזען, ווייל דאך ביסטו א שותף אין יענעמ'ס אויסברוך.

און געווענדליך וועט אזא אויסברוך טאקע נאר קומען נאך א לאנגע טענה'ריי.

כאטש עס שמעקט נישט אלעמאל אז מען קען נישט זאגן אלעס וואס מען האלט, אבער פונקט ווי דו פארלאנגסט פון יענעם איינגעהאלטענקייט, פארשטיי אז יענער פארלאנגט פון דיר די זעלבע, און האלט דיך אויך איין.

נאך איין נקודה "אביסעל אנדערע השקפה" איז גאר א דינער שטריקל. און וואס איז ביי דיר "אביסעל אנדערשט" איז ביי א צווייטען גאר שלעכט. סא קענסט נישט קומען זאגן "דילד "אביסעל" אנדערשט", ווייל אויב אזוי, דארפסטו דילדען "יעדעמ'ס "אביסעל אנדערשט".


גערעכט. איך בין מסכים אז באופן המבואר בדבריך איז א חלק קולר תלוי בצאוורי המתעקש. אזא איינער זאל אריינטראכטן אין וויסן ווען אויפצוגיבן אויך... נאך אלס איז פאר די איבריגער עולם די עצה צו איגנארירן.

עד כאן די נושא שמיצה א"ע ב"ה.

כלפי די אנדערע נקודה וואס דו שרייבסט, האלט איך פונקט ווי דיר מיט די אונטערשיד אז מ'דארף גיין לויט די רולס. יעדער פארשטייט אז דא איז ביי יעדן איינעם צאה"כ זייער הייליג סא טאמער קומט איינער דא זיך טענה'ן פאר שקיעה איז ער דא לקנתר. פון די אנדערע זייט איז יעדער מסכים זיך צו טענה'ן צו מ'מעג דאווענען אויפ'ן באס... וואס טוט זיך ביי אזא נושא ווי די צוגאנג צו קנאות? איז ווייטער די תקנה קלאר אז דא איז נישט דאס פלאץ וכו' וויבאלד די נושא איז זייער הייקל ביי יעדן איינעם לדעתו ממילא דארף מען דווח'ן איינער וואס מישט קאשע ביי דעם.

מעגליך שהארכתי מדי אבער מיין פוינט איז אז אזא נושא וואס א סאך האלטן אז ס'רירט די השקפה זייערע עס צו באהאנדלען איז די עצה צו מודיע זיין אז זיי ווילן פון דעם נישט רעדן (אפשר אפילו מוחה זיין אויפ'ן רעדנער...) און פון דארט און ווייטער איגנארירן. טאמער האלטן זיי אז זיי טארן זיך אפילו נישט דרייען אויף אזא פלאץ ווי מ'רעדט פון אזעלכע זאכן איז פאר דעם דא א הנהלה דא! אבער זיך צו טענה'ן א פאר בלאט און שרייען איז אפגעפרעגט סיי ווייל אויב ס'אזוי געפערליך פארוואס טענה'סטו דיך אפילו? און סיי ווייל נישט יעדער קען שרייען. בעסער געזאגט קיינער קען נישט שרייען מקען נאר מעקן :smile:

איך האף אז מיין נקודה איז קלאר.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובה דורך שוועמל »

אויף די פראגע פון פותח האשכול "זענען די בלאגס (היינטיגע משכילים) א סכנה פאר כלל ישראל?",

פון מיין אייגענע עקספיריענס, איך האב שוין צאמגעליינט היידפארק און ק"ש, די לעצטע איז פול פול ערגער אין יעדן תחום.
איך האב מיר מקבל געווען מער נישט צו ליינען דארט בל"נ, כקען נישט מער מקריב זיין מיין מוח און מחשבה אין אויסטויש פאר אביסל נייגער. שוין לאאאנג נישט איבערגעטרויטן דארט ב"ה.

איך וויל נישט מאריך זיין בגנותם, גענוג אנגעווייטאגט. והוא רחום יכפר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”