כ'בעט דיר איבער!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

כ'בעט דיר איבער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דער פאסירונג גייט שוין צוריק טאקע מיט עטליכע צענדליג יארן, דעמאלט ווען מיר זענען נאך געוועהן א אינגעל אין חדר, וועט איהר מסתמא פרעגן, וואס איז היצטער דער פאסירונג דיר ארויף געקומען אויף דער געדאנק?

עס איז טאקע נישט דעם היינטיגען טאג ארויף געקומען אויף מיין געדאנק, ניין, נישט היינט האבן מיר זיך דערמאנט פון דער פאסירונג, שוין עטליכע חדשים וואס מיר האבן זיך דערמאנט אין יענעם פאסירונג, עס האט אונז צוריק גברענגט צו יענע יארן, מיר האבן נאכאמאל איבער געטראכט, און איבער געקלערט זיך דערמאנען וואס עס איז דורך זייט יענעם טאג, און מיר האבן זיך טאקע אויף געפרישט די געדאנקען ווי ווייט מעגליך, און א שוידער האט ארום גענומען מיינע אלע גלידער, א שרעק און א ציטער האט אריין געדרינגען אין מיין הערצעלע, ווער ווייסט אויב מיר זענען ריין פון יענעם אקט, אין דער ווייטאג וואס איז געטוהן געווארן פאר יענעם אינגל, קענען דען מיר זאגן זכיתי ליבי? אפ' וואלטן מיר געקענט טוהן מער אויף אפשטעלן דער געמיינער און קאלטבלוטיגער אויפפירונג צו יענעם אינגל.

ווער ווייסט ווי יענער אינגל וואס איז היינט שוין ערוואקסען דרייט זיך, וואס איז ארויס געקומען פון איהם נאך אזוינע מיטליידענישן, דער געשיכטע וואס מיר גייען דא מיטטילען מיט אייך איז טאקע נאר איין פאסירונג אינעם קייט פון יענעם אינגעל, אבער דאס איז געוועהן דער הויפט רינגעל פונעם קייט, און וויבאלד עס איז שווער צו וויסען וואו יענער איז היינט, און וואס טהוט זיך מיט איהם היינטיגען טאג, ע"כ באנו לפרסם זאת אפשר קען זיין אז דער השגחה פרטית, און סייעתא דשמיא האט געפירט אז יענער געפונט זיך דא, טוהען מיר דא אויסרופען בקול רעש גדול, ביטע מיין טייער פריינד "זיי מיר מוחל!", זיי מוחל די קידנער וואס האבן געלערנט מיט דיר אין כתה, מיר זענען נאך געוועהן קינדער, מיר האבן נישט געוויסט און געטראכט וואס דאס קען אפעקטירן, מיר טוהען דיר איבער בעטען בשם די גאנצע כתה, ווייל מיר זענען זיכער ווער עס וועט זיך נאר דער מאנען אין יענע פאסירונג וועט תיכף חרטה האבן און דיר וועלן איבער בעטן, "ביטע זיי אונז מוחל", פערזענליך זענען מיר טאקע נישט געוועהן פון די יענעגע וואס האבן געהאט א דירעקטען שייכות אין די אנגייענדע טשעפערייען, מיר זענען געוועהן פון די איינציגע וואס האבן נישט געטשעפעט, אבער אפשר וואלטן מיר מער געקענט טוהן עס אפשטעלן.

וויבאלד עפעס אן ארטיקל דא אינעם קרעטשנעפון די לעצטע חדשים האט מיר דערמאנט פון דער פאסירונג, האבן מיר געאטראכט אז קען זיין דאס איז א באוויז אז דא איז דער פלאץ צו אויסרופן, אנא שא נא נא פשע פשע אחיך וחטאתם כי רעה גמלוך, מיר האפן מיט דער הילף פון דער בוכ"ע אז עוף השמים יוליך את הקול ובעל כנפים יגיד דבר, עס וועט אריינגיין אין יענעמס הארץ אן ערוועקונג צו אונז אלע מוחל זיין מיט א גאנצ הארץ.

אנטשולדיגט אויף די לאנגע הקדמה, אבער מען האט געדארפט קודם שרייבן וואס האט אונז צוגברענגט צו שרייבן די קומעדיגע שורות.

מיר זענען געוועהן א כתה בלעה"ר פון ארום פינף אין צוואנציג קינדער, יענעם יאר עטליכע טעג נאך פורים (וויפיל עס ליגט מיר אויף דער זכרון) האט איין אינגעל פארפעלט צו קומען אין חדר, עס איז אריבער איין טאג, און אזוי א צווייטער דריטער און פערטער, די פערטע טאג מיטאג רופט אויס דער רבי אין כתה מען זאל זיך אהנטוהן די מאנטלען און מאכען א שורה, מען גייט ערגעץ פארן, מיר האבן נישט געקענט איבערטראכטען וואס אין מיטן טאג, א שיינעם מיטוואך פארט מען ערגעץ, מיר זענען שוין געוועהן גרעסערע קינדער צו פארן אויף קרי"ש ליינען, אויף דער באס פארציילט דער רבי אז יענער אינגעל וואס פעלט שוין עטליכע טעג פון חדר, זיצט ל"ע ולא עליכם שבעה, א שוועסטער איז ביי זיי נפטר געווארן, מיר זענען אלע געווארן ארום גענומען אין א שאק, מען גייט מנחם אבל זיין, דער רבי גיבט אינסטראקציעס ווי אזוי מען דארף זיך אויף פירן וכו', מען איז אנגעקומען ביי זיי אין שטוב מנחם אבל געוועהן און צוריק אין חדר, עס רעש'ט זיך עס רודערט ארום וואס איז געשעהן מיט זיין שוועסטער, ווען?! וואו?! און ווי אזוי?! אויף די אלע פראגעס איז נישטא קיין אנטווארט, וועט מען ווארטן ביז ער קומט צוריק אין חדר און מען וועט איהם נעמען אויף א קרייץ פארהער.

אריבער די שבעה דער אינגל באווייזט זיך אין חדר, אנהייב געוועהן א ביסעל שעמעוודיג, און מיט אשעה לענגער זיין אין חדר איז אלעס צוריק כסדרן, אינמיטן טאג ביי מיטאג הפסקה האט מען איהם נאכנישט צופיל געמוטשעט, אבער אויף דער וועג אהיים אןיפן באס האט זיך דאס שוין אנגעהויבן, און אזוי ווייטער איז אנגעגאנגען מער און מער די קומעדיגע טאג אין חדר, זעהט אויס אז דער אינגל איז נמאס געווארן צו איבער דערציילן די פונקטליכער געשיכטע איין מאל און נאכאמאל, האט ער מחליט געוועהן איינעמען א שווייגעניש, היינט ווען מיר טראכטען אויף צוריק איז דער אינגל געוועהן מער ווי טויזנט מאל גערעכט, אבער דענסמאל האט דאס כלל נישט געשמעקט פאר די קינדער פונעם חדר, און נישט מער און נישט ווייניגער האבן עטליכע קינדער אנגעהויבן ארויסלאזן שמועות, אז נישט אומזינסט וויל ער נישט פארציילן וואס איז פארגעקומען (הערט און שטוינט וואס מען האט ארויף געקלעבט אויף א צובראכענעם אומשולדיגען שעפעלע), ער וויל נישט פאר ציילן "ווייל ער האט איר געהארגט, ער האט איר ארויס געשטופט פון פענסטער", געוואלד מיר קוקען צוריק אויף יענע טעג און מיר פרעגען מיט וואונדער, פון וואו האט דער אינגעל געהאט כח איבער טראגן דער באשולדיגונג און ווייטער בלייבן שטיל.

פארשטייט זיך אז נאך א זוינע שמועות האטמען שוין דעם שעפעלע ערלעדיגט, מען האט זיך אנגעהויבן צוביסלעך דערווייטערען פון איהם, חברים האבן איהם אנגעהויבן אפצולאזן, ביי די שפילן האט מען איהם פראבירט צו דערווייטערען, ווען אימער עס איז געוועהן א איבערקערעניש אין חדר האבן די קינדער אויף איהם אנגעוויזען, קיינער האט נישט געוואלט לערענען מיט איהם, איז פארשטייט זיך האט ער נישט געהאט קיין חבר צו חזר'ן דאס וואס מען האט געלערנט, און די תוצאות דערפון איז פון זיך אליין פארשטענדליך אז ער האט נישט גקענט וואס מען האט געלערנט אין חדר, וע"כ ווען מען האט געטייטלט אויף איהם אז ער האט איבערגעדרייט די כתה, האט דער רבי/מנהל געגלייבט ער לערענט דאך סיי ווי נישט, איז וואס קען ער טוהן אויב נישט איבער דרייען, דער רבי אין חדר פלעגט איהם אייביג אנשרייען און פאדערען פארוואס ער האט נישט קיין חברותא, האט ער גבעטען דעם רבי אז דער רבי זאל איהם צושטעלען, איז אדורך דריי פיר וואכן און האט ווייטער נישט געהאט קיין חברותא, האט איהם דער רבי ווייטער פארגעהאלטן, זאגט ער פאר דעם רבי דער רבי האט מיר פארשפראכן א חברותא, זאגט דער רבי ער גדענקט נישט, איה סופר ואיה שוקל צובאשרייבן וואס יענער שעפעלע האט מיטגעמאכט, נישט איין טאג נישט צוויי טעג און נישט א וואך און נישט קיין צוויי וואכן, נישט איין יאר און נישט צוויי יאר, נישט נאר אין חדר נאר נאכדעם ווען מען איז שוין געגאנגען אין ישיבה.

מיר זענען טאקע געוועהן נאנטע פריינד, נישט געוואוינט ווייט אינעם פונעם צווייטען, כ'געדענק זיך שפילן מיט איהם נאך חדר לעבן אונזער שטוב, אמאל לעבן זייער שטוב, אער אין חדר ווער עס האט געשלאסען מיט איהם א פריינדשאפט האט מען דערנידערט, מען האט יענעם אראפגעקוקט, און טאקע ווייל מען האט אלע שילד פונעם חדר אנגעווארפן אויף איהם האטמען איהם געקענט זעהן ביי די הפסקה פון מיטאג און נאמיטאג, אדער סיי וועלעכער איבריגע צייט זיצען אין כתה שרייבען זיינע שטראפן, אמאל הונדערט מאל אמאל פינף הודערט מאל, "איך גיי מער נישט וכו' ", גדענקען מיר איינמאל ווי ער איז געוועהן זייער צובראכן נישט אויף זיין נארמאלען שטייגער פרעגן מיר איהם מה היום מיומיים, האט ער זיך פאר מיר אויסגעוויינט מיט טרערן אין די אויגן, שוין צוויי חדשים (בערך מיר גדענקען נישט פונקטליך פון דענסמאל, דאס איז ביי אונז זיכער ער האט געזאגט חדשים) וואס כ'האב נישט קיין הפסקות, און אויך אינדערהיים קען איך מיך נישט שפילן ווי מיינע ברידער און שוועסטער, פרעגן מיר איהם וואס איז? זאגט ער, דער רבי האט אויף מיר געהאט ארויף געלייגט א שטראף פון צו שרייבן "פינף טויזנט מאל" איך גיי וכו' (יאפס איהר הערט גוט א אינגעל זאל שרייבן פינף טויזנט מאל, און דער קינד דארף נאך זיין פריילאך, און אויפגעלעבט), דערציילט ער ווייטער, היינט ביי די הפסקה נאכמיטאג קומט דער רבי אריין אין כתה, און ער טרעפט מיר זיצן דארט און שרייבן, פרעגט ער מיר פארוואס איך זיץ דא יעדן טאג און גיי נישט ארויס שפילן מיט אלע אינגלעך? זאגט מיר יענער אינגעל כ'האב מיך איינגעהאלטן מיט אלע כוחות צו אויספלאצען אין א געוויין, איך האב איהם גענטפערט אז דער רבי האט מיר געהייסען שרייבן אזוי פיל מאל כך וכך און איך האלט נאר ביי טויזנט און +איך דארף דאס פארטיגן צו שרייבן, רופט זיך אהן דער רבי צו מיר "איך האב דיר געהייסען שרייבן?! איך געדענק נישט אזא זאך, קיינמאל נישט געועהן אזוי, רופט זיך אהן דער אינגל צו מיר וואס פייניגט מיר דער רסי?! איך שרייב ווייל ער הייסט, און אויב וואלט איך נישט געשריבן וואלט ער מיר ווייטער געשטראפט, און יעצט נאך די וואכן און חדשים וואס כ'האב נישט קיין שום מנוחה זאגט ער מיר מיט א קאלטקייט איך האב דיר גארנישט געהייסען, א ווייטאג פון א קינד, עס האט מיר דאן אזוי וויי געטוהן, עס ליגט מיר אין די ביינער ווי יענער אינגעל האט אויסגעפלאצט אין א געוויין, כ'האב נישט קיין חברים אין חדר דער רבי און דער מנהל גייט זיי נישט אהן פון מיר, זיי טוהען מיט מיר וואס עס פאלט זיי אין קאפ, פארוואס דאף איך קומען אין חדר, אבער דער אינגעל איז ווייטער געקומען טאג טעגליך אין חדר.

און ווען מען האט איהם געוואלט טשעפענען באליידיגען האט מען איהם נאכגעשריגען טאנץ ארויס פון פענסטער, דאס האט געמיינט צו זאגן גיי ווארף ארויס וכו', ער פלעגט זאגן פאר דעם רבין אז מען שרייט איהם נאך אזוי, ער פלעגט איבער געבן פאר די מנהל, פלעגט מען איהם אפענטפערן מאך זיך נישט צו טוהן, היינט טראכטן מיר צוריק, איז דאס וואס א מנהל דארף טאקע ענטפערען, אפשר ווען א צווייטע אינגל גייט מיט איהם מיט צום רבי צום מנהל צום משגיח מגיד שיעור וואלט עס יא אויפגעטוהן, פארוואס האבן מיר זיך נישט אנגענומען מוט און כח זיך גענעהנען צום מנהל אין חדר אדער צום משגיח אין ישיבה זיי זאלן דאס אפשטעלן, א ווייטאג פון פארלירן א שוועסטער זאל מען אזוי אויסנוצען אויף א געמיינעם נידריגען אופן, קענען מיר זאגן מיר זענען ריין? חז"ל זאגן אף השומע ושותק, אויף דעם דוה לבי, וואו קענען מיר איהם טרעפן און פערזענליך איבערבעטן, מיין טייער פריינד וואו דרייסטו זיך היינט? וואס איז געווארן מיט דיר? מיר ווילן זיך באגעגענען מיט דיר, כ'האף ביסט געבליבן ווייטער אין דער בחינה פון הנעלבין ואינן עולבין שומעין חרפתן ואינן משיבין.

מיר גדענקען א פאסירונג ווי דעם היינטיגען טאג, מיר זענען געוועהן אין ישיבה, עס איז געוועהן אנהייב זמן עס זענען אריינגעקומען נייע בחורים אין ישיבה, און איינע פון די בחורים זענען געווארן יענעמס חבר, און זיי האבן אפי' געמאכט א חברותא, אבער! נישט דורך קיין דריי טעג און יענער האט זיך אפגעזאגט פון די חברותא שאפט, און אזוי זיך אנגעהויבן צו דערווייטערען פון יענעם, אויף דער וועג אהיים רעדט ער זיך אפ צו מיר אויף דעם ער זאגט ער איז דאך א נייער פרישער בחור, וואס האט דא געקענט פאסירן, מיר האבן איהם צוגעזאגט דאס מברר זיין, מיר וועלען מאכען זיכער אז ער זאל נישט וויסען אז דו פרעגסט עס נאך, די קומעדיגע טאג כאפען מיר א שמועס מיט יענעם נייעם אנגעקומענער בחור, און אזוי מענין לענין קומען מיר צו שמועסען אויף זיין פארלאזטען חברותא, זאגט ער מיר כמשיח לפי תומו אז מען האט אפגערעדט פון זיך צו חבר'ו מיט יענעם, פרעגן מיר פארוואס זאגט ער אז מען האט איהם פארציילט אז "יענער איז א רוצח", ער האט ארויס געווארפן זיין שוועסטער וכו', מיר האבן דאס נישט אויסגעהאלטן, וואס גייען מיר ענטפערן יענעם, וואו גייען מיר זיך אהין טוהן ווען יענער וועט וועלן הערן דעם צוויטענס אנטוואראט, און דאס איז שוין געוועהן לכאו' קנאפע פיר יאר נאך דער פאסירונג, און מען איז שוין נישט קיין קינדער, ערוואקסענע בחורים, וואס טוהט זיך דא?! און דער פארוויטאגטע בחור האט קיינמאל געהאלטן אין הארצן עפעס בייז אויף די וואס האבן איהם געטשעפט, עס האט געקענט זיין אז איינער זאל איהם נאכשרייען יענעם באליידיגונג און א שעה דערנאך דער יעניגער זיך נישט געשעמט צו בעטען אז דער בחור זאל איהם א טובה טוהן, און ער האט דאס גערן געטוהן, נישט נאר דאס נאר אמאל האט ער געקענט באמערקן ווי יענער וויל עפעס פון איהם נאר עס פאסט איהם נישט צו בעטן, האט ער זיך אליין אנגעטראגן צו העלפן.

מיין טייער פריינד וואו דו ביסט נאר עס מיר א כבוד צו גדענקען אז מיר זענען געוועהן נאנטע ליבע פריינד, אבער עס טוהט מיר וויי עד דכדוכה של נפש אז מיר האבן נישט געטוהן פאר דיר וואו א חבר וואלט זיך געדארפט פירן מיט א צווייטן, האסט מיר טאקע אפגעשטופט, פארטשעפע זיך נישט מיט די כתה, אבער מיר האבן דאס נישט געדארפט אויסהערן.

וע"כ קומען מיר דא בלב קרוע, ובלב שבור, אויב ביסטו דא און דו דרייסט זיך דא אינעם קרעטשמע, איז זיכער גוט האפן מיר אז דו וועסט זיכער זעהן מיין אויסשריי אז מיר בעטן דיר איבער, אז נישט האפן מיר צום בוכ"ע עס וועט אנקומען צו דיינע חושים, צו דיינע הרגשים אז דו זאלסט אונז מוחל זיין, מיר ווייסען וויפיל מיר וועלן דיר איבער בעטן וועט דאס קינמא, קיינמאל קענען פאריכטען דער וייטאגליכער וואונד וואס איז געשאפען געווארן ביי דיר, עס איז נישט מיטאמאל מעגליך זיך דאס פארשטעלן וויפיל וויטאג דו ביסט אריבער.

ומכאן הקריאה יוצאת בקול רעש גדול, בשברון לב ובהכנעה:

איך בעט דיר איבער! איך בעט דיר איבער! איך בעט דיר איבער!


ביטע מיין ליבער פריינד האסט דעמאלטס געהאט א ווייך הארץ, און א גוטער הארץ, כ'האף אז מיט דיין ווייך הארץ וועסטו מיר און אלע אנדערע וואס זענען דעמעלט געוועהן אין יענעם כתה, און אלע קינדער פון חדר וואס האבן זיך פארטשעפעט וועסטו מוחל זיין מיט א גאנץ הארץ.

און אז דו געפונסט זיך דא אינעם וועלטעל זאלסטו זיך ביטע נישט אנטפלקען אין דער עפענטליך אז דיר מיינען מיר, עס איז גענוג אז דו זאגסט עס בינך לבין המקום ב"ה וב"ש.

און אויב איז דא איינער וואס האט אויך געלערנט אין יענעם כתה, זאל ער ביטע נישט מפרסם קיין נאמען.

א דאנק
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

שרעקלעך!!!
איך האף נאר אין נארצן אז די מעשה איז נישט געווען פונקט אזוי, אבער חזקה על חבר וכו', זאל דער בורא עולם אודאי רחמנות האבן.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

דאס איז נאך ווייניג פארציילט, גלייבט אז מיר האבן נישט געשריבן בגוזמא, מיר האבן איבער גקלערט עטליכע חדשים זיך דערמאנען וואס מער פונקטליכע פרטים, און בכ"ז האבן מיר איבער געהיפט כמה וכמה פרטים.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

שרעקליך שרעקליך שרעקליך!

נישט צום אויסהאלטען.

מען דארף די מעשה אפדריקען, און אויסטיילען אין אלע חדרים! אזעלעכע מעשות - פארשטייט זיך אויף סאך איידעלערע אויפנים - פאסירן כסדר. מען כאפט זיך ארויף אויף א שוואכקייט פון א קינד, אמאל אינגאנצען שקר, און אמאל עטוואס אמת, און מען שטעמפעלט יענעם אפ.

פון דארט ביז פארלירען אלע חברים, און ווערן א "שלעכט קינד" איז א קאצן שפרינג, ווייל אויב נישט "פאזעטיוו עטענטשען" - וואס יעדע קינד דארף קריטיש - דאך איז עס "נעגעטיוו עטענטשאן".

עס איז רציחה ממש, און נעבעך די קינדער ווייסען נישט וואס זיי טיען, און זיי האבן נישט קיין שכל צו פארשטיין. אבער טרערן גייען נישט לאיבוד. ר"ל וואס עס קען ברענגען, מען דארף פשוט אויפקלערן די קינדער דעראויף.

אזא מעשה וואס אונזער טייבעלע האט געברענגט, איז זייער גוט דערפאר. עס ברענגט ארויס אין א זייער "גראבע" וועג, ווי אזא זאך קען פאסירן. מנהלים, נעמט די מעשה, און טוט למעשה.

טייבעלע, ישר כח.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15904
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ק.נ.א. וועטער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:שרעקליך שרעקליך שרעקליך!

נישט צום אויסהאלטען.

מען דארף די מעשה אפדריקען, און אויסטיילען אין אלע חדרים! אזעלעכע מעשות - פארשטייט זיך אויף סאך איידעלערע אויפנים - פאסירן כסדר. מען כאפט זיך ארויף אויף א שוואכקייט פון א קינד, אמאל אינגאנצען שקר, און אמאל עטוואס אמת, און מען שטעמפעלט יענעם אפ.

פון דארט ביז פארלירען אלע חברים, און ווערן א "שלעכט קינד" איז א קאצן שפרינג, ווייל אויב נישט "פאזעטיוו עטענטשען" - וואס יעדע קינד דארף קריטיש - דאך איז עס "נעגעטיוו עטענטשאן".

עס איז רציחה ממש, און נעבעך די קינדער ווייסען נישט וואס זיי טיען, און זיי האבן נישט קיין שכל צו פארשטיין. אבער טרערן גייען נישט לאיבוד. ר"ל וואס עס קען ברענגען, מען דארף פשוט אויפקלערן די קינדער דעראויף.

אזא מעשה וואס אונזער טייבעלע האט געברענגט, איז זייער גוט דערפאר. עס ברענגט ארויס אין א זייער "גראבע" וועג, ווי אזא זאך קען פאסירן. מנהלים, נעמט די מעשה, און טוט למעשה.

טייבעלע, ישר כח.

גם אני מצטרף
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28043
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

:-(
א גוטע הכנה פאר די ניין טעג, וואס מיר דארפן מתקן זיין שנאת חנם שבעבורה חרבה ביהמ"ק השניה.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

אז דו רעדסט פון שנאת חנם, גהערט פונעם טאטען זז"ג לאויוש"ט געזונטערהייט, אז ער גדענקט נאך ווען עס האט געבושעוועט אאויף די יוראפערישע גאסען חרב המלחמה, מצר הצורר ימ"ש, האט פאסירט צוויי חסידישע אידן זענען געוועהן אין א ביהמ"ד און זיי האבן זיך ארום גטענה'נט וועמענס רבי איז גרעסער, איינער שרייט מיין רבי, און דער צווייטער שרייט מיין רבי, ביז איינער איז ארויס פון די כלים, געכאפט דעם מעשענעם לייכטער וואס איז געשטאנען ביים עמוד און געשפאלטן דעם צווייטענס קאפ.

זאגט דער טאטע זז"ג אז עס איז געוועהן אזא חילול השם דאנסמאל, די צייטונגען האבן געשריבן, דא הארגעט מען זיי אויס, און מען פארקנעכט זיי, און זיי שרייען אוי ואבוי, און דא הארגענען זיך זיי איינער דעם צווייטען, ה"י.

שנאת חנם שטעלט זיך ליידער נישט אפ ביים מויל, עס קען רח"ל ברענגען צו שוידערליכע מעשים, מען דארף זיך שטארקען, און פארגיטוגען דעם צווייטען, האלט אייך בשלו' ובשוה, באחדות, וואס גייט דיר אהן צו וועלעכער קרייז דער צווייטער גהערט, וואס גייט דיר אהן יענער האט אויך אן עולם, זאלן אלע זיין ערליכע אידן עובדי ד' יראים ושלמים.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

רח"ל, א מיטגעמאכט קינד נעבעך!

לדעתי איז א מצוה זאלסט אויפזוכן דעם קינד, היינט האפענטליך אינגערמאן וואס לעבט א גוט לעבן, און אנקניפן מיט אים א פריינטשאפט.

איך ווייס פון איינעם וואס מ'האט אסאך גערודפ'ט אין חדר, און יארן שפעטער ווען ער איז שוין געווען געסעטעלט האט ער נאך אלץ געהאט דעם ווייטאג ביז קינדער פון זיין אלטע חדר האבן זיך פריש באפריינדעט מיט אים, איבערגעבעטן, און פורבירט צו פארגלעטן די מעשה ילדות.

חטאות נעורי ופשעי אל תזכור, רח"ל וואס קינדער קעענן שופך דם זיין, און שולדיג זענען מלמדים און מנהלים וואס זענען נישט געניג אויף די וואך אויף די זאכן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

sorry for my english

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

This story is hearth wrenching but I think in order it should have the proper effect it needs to be edited. Just my opinion.

The part about the "rebbes" that carelessly gave him punishments 1000+ times is a totally separate crime and is something which couldn't happen today as far as I know. My point is that this part will carry away the story to a different angle at all and destroy the main message of the story

Thank you for taking the time to write such a terrible story.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

שמעלקא טויב האט געשריבן:רח"ל, א מיטגעמאכט קינד נעבעך!

לדעתי איז א מצוה זאלסט אויפזוכן דעם קינד, היינט האפענטליך אינגערמאן וואס לעבט א גוט לעבן, און אנקניפן מיט אים א פריינטשאפט.


איך גלויב אז וואס טייבעלע האט געקענט טון וואלט ער זיכער געטון, ווען ער טרעפט אים ווען וואלט ער געמאכט מיט אים יעדן טאג א שיעור צו פארפילן וואס ער האט נישט דעמאלט געלערנט, ווער ווייסט וואס נאך ער וואלט געטון מיט אים..
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

וויפיל מיר האבן שוין גזוכט, מען זיכט און מען זוכט, און מען זוכט ווייטער, אין יאוש בעולם כלל, האפענטליך מיט דער הילף פונעם בוכ"ע וועט מען איהם צום סוף טרעפן.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מילכיגער האט געשריבן:This story is hearth wrenching but I think in order it should have the proper effect it needs to be edited. Just my opinion.

The part about the "rebbes" that carelessly gave him punishments 1000+ times is a totally separate crime and is something which couldn't happen today as far as I know. My point is that this part will carry away the story to a different angle at all and destroy the main message of the story

Thank you for taking the time to write such a terrible story.

האסט א פוינט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

טייבעלע האט געשריבן:וויפיל מיר האבן שוין גזוכט, מען זיכט און מען זוכט, און מען זוכט ווייטער, אין יאוש בעולם כלל, האפענטליך מיט דער הילף פונעם בוכ"ע וועט מען איהם צום סוף טרעפן.


שכרך הרבה מאד פאר אייער טרחא צו טרעפן דעם חבר.

--

מיליכיגער זאגט דברים של טעם
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

געב נישט אויף! דו גייסט אנקומען איין טאג.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

פאמיליעמירעלס האט געשריבן:געב נישט אויף! דו גייסט אנקומען איין טאג.

אמן!
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

מיליכיגער, האסט א פאוינט, אבער דאס וואס דו זאגסט אז היינט קען עס ווען נישט געשעהן, דאס איז נישט ריכטיג, נישט לאנג צוריק מיטגעהאלטן לייוו, מיר וואלטן אויך נישט געגלייבט ווען מיר האלטן נישט מיט פרזענליך.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

עס רייסט און ציפט. עס דערמאנט די קינדער יארן ווער ווייסט צו מיר זענען נקי פון אלע זאכן.. אוטש עס ציפט..
יישר כח טייבעלע פאר די אויפריכטיגע דערוועקונג
אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילכיגער »

הערליך האט געשריבן:מיליכיגער, האסט א פאוינט, אבער דאס וואס דו זאגסט אז היינט קען עס ווען נישט געשעהן, דאס איז נישט ריכטיג, נישט לאנג צוריק מיטגעהאלטן לייוו, מיר וואלטן אויך נישט געגלייבט ווען מיר האלטן נישט מיט פרזענליך.


Fine. Even more reason to edit so we don't discuss this issue which is totally separate from the main point.

Thanks everyone for agreeing...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

מען מוז דאס אריינהאקן אין די קינדער, אז דאס זאל זיי בלייבן איינגעקריצט אין זכרון לעלמי עד, וויי טון א צווייטן קינד איז דאס ערגסטע.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

עס מאכט נישט קיין סענס אין די היינטיגע וועלט נישט צו טרעפן קיין מענטש
כמיין וואו איז עדווארד סנאודן אוואו?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

פאטאקי08 האט געשריבן:עס מאכט נישט קיין סענס אין די היינטיגע וועלט נישט צו טרעפן קיין מענטש
כמיין וואו איז עדווארד סנאודן אוואו?


כ'ווייס נישט וואו, אבער דארט וואו מ'דארף אים נישט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
געלט_גייציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:42 pm
לאקאציע: 100 פלאנעט ערד ציווישן מארס און דשופיטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלט_גייציג »

צום ערשט, זיך אויף די מנהל מיטן מלמד, דאס דארף זיין גרינג. און לייג זיי פאר די מעשה, און פרעג זיי צו זיי האבן עפעס א מעלפרעקטעס אינשורענס מיט השי"ת, אויב נישט דאן זענען זיי לאנג אווער דאָ.

צווייטענס, אויב ווייסטו א נאמען און א אדרעס בערך ווי זיי האבן געוואוינט, דאן ברויכסטו צו קענען געפינען דעם אינגל/אינגערמאן איינס צוויי.

דריטענס. עס איז א הימל שרייענדען פראבלעם וואס גייט "היינט" פאר (נישט נאר פאר 15 יאר צוריק) מען נעמט אינגעלייט וואס ווערן נערוועז און פארטראגן נישט די טשעלענדשעס וואס קינדער געבן. לענ"ד אזוי ווי א איד וועט נישט ווערן א פוסק פאר זיך לאזן פארהערן און באקומען הוראה, די זעלבע דארף א מלמד האבן די 3 אויסצייכענונגען
1) ער דארף ליעב האבן און ענדשויען קינדער (דווקא די עידש מיט וועם ער וויל ארבייטן )און די ליבשאפט ברויך זיין פון נאטור אויס.
2) ער מוז אדורכלערנען "הלכות מלמדים" אדורך און אדורך און זיך שטעלן צום פארהער דערויף.
3) "שימוש" ער מוז זיין אין א קלאס רום און זיך צוקיקן וויאזוי א מלמד- מומחה פירט א קלאס, סיי די חלק פון לערנען און סיי די חלק פון פראבלעם סאלווינג. אזוי ווי א דאקטאר וועט נישט שניידן א מענטש פאר ער האט נישט א געוויסע נומבער פון שעות וואס ער האט זיך בלויז צוגעקיקט.

מנוגע מנהלים, וועל איך שרייבן עקסטער. איך בין אזוי אנגעווייטאגט אויף די סיסטעם פון די מנהלים אז איך דארף מאכן ארדענונג אין מיין מוח "וויאזוי" דאס מסביר צו זיין. באלד באלד
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

געלט_גייציג,
כ'ווייס נישט צו איר ווייסט,
אין רוב מוסודות פאר מ'נעמט א מלמד, אמת מ'לייגט אים נישט אויף א פארהער ממש, אבער ער דארף זיין א שטעל-פארטרעטער ביז דער מנהל איז מחליט אז ער איז טאקע גוט.
ס'איז בכלל נישט אזוי הפקר ווי איר זאגט!
עכ"פ ווי ווייט איך ווייס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

מיר רופן דאס דאס, געפענט א קען פיל מיט ווערים
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

דאס האט דאך מילכיגער געזאגט. לאזט אויס די אספעקט פון די מעשה מיטן מלמד און מנהל, לאמיר ריידן פון די קינדער, און נעמען א לימוד אויף ווייטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”