קורצע עובדות און געדאנקען

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

קורצע עובדות און געדאנקען

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג יוני 30, 2013 12:44 pm

איך האב מיך געטראפן מיט א איד א תלמיר פון הרה"ג ר' שמואל בירנבוים זצ"ל.

פארציילט ער מיר אזא מעשה,

זיינס א חבר - אויך א תלמיד פון הרה"ג הנ"ל - האט באקומען רח"ל א ביטערע בשורה אויף א קינד ל"ע, די דאקטארן האבן אים בנשימה אחת אויך צוגעלייגט אז דער ענין איז פארלוירן רח"ל, "בעט פאר א נס ווייל נאר "ער" קען העלפן"

דער תלמיד האט מקיים געוועהן דעם מאמר חז"ל פון ילך אצל חכם ויבקש עליו רחמים, ער קומט אריין צו זיין רבי'ן רבי שמואל זצ"ל, און גיסט זיך אויס די הארץ פאר אים, צולייגנדיג אויך וואס די דאקטארן האבן געזאגט בנוגע מתפלל זיין.

רופט זיך אן רבי שמואל זצ"ל "דאס געהערט דאך צו א רבי'ן און איך בין נישט קיין רבי"

דער תלמיד לאזט נישט נאך און זאגט מיט טרערן אין די אויגן "רבי, אין בין א תלמיד פון רבי'ן, און דער רבי איז מיין רבי, און איך בעט אז דער רבי זאל מתפלל זיין פאר מיין קינד"
רבי שמואל זצ"ל איז נכמרו רחמיו עליו, האט אים צוגעזאגט אז ער וועט מתפלל זיין.

א קורצע צייט ארום איז געשהן א דראסטיש שינוי לטובה ביים קינד ב"ה, וואס האט פארגעזעצט מיט שנעלע טריט ביז צום גענצליך געזונט ווערן ב"ה.
די שטוינעדע ריאקציעס פון די דאקטארן איז געוועהן למעלה מכל גדר, זיי האבן פארשטאנען אז דא האט 'געארבייט' דער "בעל הבית" דער רופא חולים, דער ממית ומחיה... דער קידוש השם איז געווען גרויס.

דער תלמיד איז פארשטייט זיך באלד געלאפן מבשר זיין די בשורה טובה פאר זיין רבי'ן רבי שמואל זצ"ל, און לייגט צו אז אין זכות פון רבי'נס תפילות איז דאס אלעם געשעהן...

רבי שמואל זצ"ל מיט זיין טהרת הלב און מיט זיין קדושת התורה מאכט באלד אוועק דעם תלמיד, און זאגט אים:
"ס'האט גארנישט צו מיר, איך ביך פשוט אויף מארגן אינדערפרי זעצנדיג זיך ביי די גמרא זיך אנגערופן צו די הייליגע אמוראים 'אביי און רבא, איך לערן שוין ביי אייך לערך זיבעציג יאהר, און איך האב נאך ביי אייך קיינמאהל נישט געבעטען גארנישט, וויל אייך יעצט בעטן, מיינער א תלמיד האט א קינד וואס דארף א גרויסע ישועה, פועל'ט ביים כסא הכבוד למענו' און דאס איז אין זכות פון אביי ורבא"

מבהיל הרעיון! ס'איז דא כמה דברים גדולים צו לערנען פון די קליין עובדא!

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג יוני 30, 2013 1:06 pm

געוואלדיג געוואלדיג!! א יישר כח בעאבאכטער.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג יוני 30, 2013 1:10 pm

מענין לענין:

צום חפץ חיים איז אמאל געקומען א איד מיט א צרה, און געבעטן פון דעם חפ"ח זאל אים צוזאגן א ישועה.
דער חפץ חיים האט אים געענטפערט מיט עניוות אז ער איז נישט קיין חכם.

דער איד האט זיך נישט געלאזט, און געבעטן, אז היות די חפץ חיים האט דאך א ריזיגע זכות אין זיכוי הרבים מיט זיין ספר משנה ברורה, זאל ער אים צוזאגן אז בזכות דעם גרויסן זכות זאל זיין קינד האבן א ישועה.

דער חפץ חיים האט זיך צעוויינט, און געזאגט:
"רבונו של עולם! דו טיסט דאך מיט מיר אזויפיל חסדים עד אין גבול! דו האסט מיר אפילו געגעבן די גרויסע זכי' מזכה צו זיין את הרבים מיט'ן ספר משנה ברורה, גיב'זשע מיר נאך איין מתנה, שיק פאר דעם איד א ישועה שלימה!".
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 30, 2013 1:35 pm

יי"כ בעאבאכטער און לוי יצחק

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג יוני 30, 2013 1:49 pm

א שיינע מעשה
עפעס ליגט מיר אין זכרון אז ביים ט"ז געווען עפעס אויך אזוי
אבער ער האט געבעהטען אז מען זאל נישט מפרסם זיין
ווייל אויב יא וועט ער שוין מעהר נישט האבען קיין צייט צום לערנען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » זונטאג יוני 30, 2013 2:13 pm

msp האט געשריבן:א שיינע מעשה

ר' מנחם שלום, א שיינע מעשה?... א מעשה וואס צושאקלט!
ער האט געלערנט "ביי אביי ורבא"... ער האט זיי "קיינמאהל נישט געבעטן גארנישט"... ער האט דאס מאהל "יא געבעטן"...

ווען דער תלמיד מאכט נישט פון זיין ברכה אן עסק א מופת, וואלט ער עס קיינמאהל נישט פארציילט...
עס איז דאך "נארמאל"... מ'גייט לערנען ביי די הייליגע תנאים ואמוראים... מ'שעמט זיך צו בעטן... מ'בעט יא...

דער האט געלערט תורה ה', און זיינע רבי'ס זענען געוועהן מלאכי ה' צבאו-ת, די תנאים ואמוראים...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג יוני 30, 2013 2:16 pm

יא באמת גאר שיין, געקאסט א טרער פון התרגשות.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג יוני 30, 2013 2:29 pm

א וואזשנער רעיון אזא אשכול! קורץ און שארף! יישר כח פאר די מתחילים.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 30, 2013 3:54 pm

א תלמיד פון חת"ס האט חתונה געהאט קיין גאליצחע און נתקרב געווארען צי איינעם פון די מאורי החסידות נאך א פאר יאר האט ער זיך פארבעננקט צום חת"ס
Capture.PNG

מס' זכרון למשה סוף העמוד והלאה
די סוף פון די מעשה האב איך זיך ניט געוואגט איבערשרייבען

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג יוני 30, 2013 6:50 pm

הגאון הרידב״ז בהקדמתו לשו״ת שלו שנדפס בטשיקאנא, מתאר מימי בחרותו משנת חרט״ז האיך הי׳ נוהגים העולם בעת שמחה ומשתה: הלומדים הי׳ רגילים לספר מגאוני התורה הגר״א. והחת״ם, החסידים הי׳ נוהנים לספר מרבותיהם הבעש״ט והרבי ר׳ בער. שם בארץ רחוקה בליטא המדיגה. אשר הגר״א שכן שם, כיילינהו אהדדי, מזה ניכר גדולת שמו בכל העולס, תורתו וקדושתו הכריזה עליו מסוף העולם עד סופו.— משולח א׳ מאה״ק סיפר לי שהי׳ בשליחות מצוד. בערי אפריקא, ובא אצל זקן אחד אשר לא ידע כלל מדינת אונגארן אם הוא בעולם, וכשסיפר לו המשולח שנם פ״ב הוא באוגגארן, עי״ז ידע, ואמר ששם הי׳ הח״ס, והוציא ס׳ שו״ת ח״ס יו״ד והראה לו.
זכרון למשה

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג יוני 30, 2013 6:58 pm

בעאבאכטער א גוטע געדאנק, תבוא עליך ברכה,

בנוגע דעם סיפור פון הרב בירענבוים: נישטא קיין ווערטער, ס'איז מלא רגש.

עיים בברך משה פר' ויצא על דברי חז"ל ילך אצל חכם ויבקש עליו רחמים, אז דער ת"ח פועלט נאר בכח התורה, און ער ברענגט דעם עובדא אז ווען דער הייליגער דברי חיים זי"ע איז געווען אין לובלין האט ער געזעהן ווי דער חוזה הקדוש זי"ע האט אינמיטן פראווען זיך אפגעשטעלט לערנען. און ער האט ערקלערט אז ער קען פועל'ן ישועות נאר מיט זיין כח התורה און ער האט געשפירט אז ער דארף שוין האבן נאך!

-

נאך האט אמאל דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט: אלע צדיקם, אלע גדולים האבן דערגרייכט זייערע מדריגת דורך די תורה הקדושה, אחוץ דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע און דער הייליגער רבי ר' הערש זי"ע וואס האבן גענומען העק און געהאקט!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג יוני 30, 2013 7:00 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:נאך האט אמאל דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט: אלע צדיקם, אלע גדולים האבן דערגרייכט זייערע מדריגת דורך די תורה הקדושה, אחוץ דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע און דער הייליגער רבי ר' הערש זי"ע וואס האבן גענומען העק און געהאקט!

מקור?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » זונטאג יוני 30, 2013 7:02 pm

לוי יצחק האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:נאך האט אמאל דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט: אלע צדיקם, אלע גדולים האבן דערגרייכט זייערע מדריגת דורך די תורה הקדושה, אחוץ דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע און דער הייליגער רבי ר' הערש זי"ע וואס האבן גענומען העק און געהאקט!

מקור?


כ'האב עס לכאו' געהערט פון הרה"ג רבי שלמה רובין שליט"א אויב נישט פון אים פון א אנדערע ענדליכע מקור.

(ר' שלמה דערציילט אסאך אסאך פון צאנז אין שינאווע, זיין זיידע, ר' חיים יעקב'ס פאטער, איז געווען א זעלטענע בעל מספר וואס האט דערציילט נאר אמת'ע מעשות)
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג יולי 01, 2013 8:39 am

ר' שמעלקא, עפר אני תחת כפות רגלכם.
נישט אלעס וואס מ'הערט שרייבט מען! אפילו ווען ס'איז פון א פארלעסליך מקור.
ווי וואלט דער רבי זיע"א רעאגירט אויפן שרייבן אדער דערציילן ברבים אזא מימרא? וד"ל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 01, 2013 8:45 am

בעאבאכטער האט געשריבן:ר' שמעלקא, עפר אני תחת כפות רגלכם.
נישט אלעס וואס מ'הערט שרייבט מען! אפילו ווען ס'איז פון א פארלעסליך מקור.
ווי וואלט דער רבי זיע"א רעאגירט אויפן שרייבן אדער דערציילן ברבים אזא מימרא? וד"ל.


איר זענט גערעכט!

מאידך גיסא, ס'מיינט נישט ח"ו אז ס'איז נישט געווען קיין כח התורה, די התחלה איז געווען מיט עקשנות דקדושה מער ווי מיטן כח התורה. אבער ריכטיג, ס'איז אפשר נישט כדי צו דערציילן אלעס, וטעות לעולם חוזר.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג יולי 01, 2013 8:51 am

ר' שמעלקא,
לאזט אפ פאר א מינוט אייער פעדער, און דרייט אויס אייער פנים צו מיר, אין וויל זעהן אייער לעכטיג צורה.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג יולי 01, 2013 8:51 am

פרשת בלק בעת קריאת התורה איז מיר ביי געפאלן.

ומספר את "רבע" ישראל ועי' רש"י.
כמדומה אז דעם אויסדרוק טרעפט מען בעיקר ביי בע"ח.
בלעם הרשע האט געזעהן שבחן של ישראל ובתפארתם, ער האט זיך געוואונטשן מות ישרים (און ווי ספה"ק לערנען, אז דאס מיינט נישט מיתת הגוף ואכמ"ל) ווען האט געזעהן דברים של קודש קדשים, האט ער דאס געזעהן מיט זייע גראבע בהמה טמאה אויגן, פון הלא אנכי אשר רכבת עלי...
וכן דער המשך פון שתום העין, מי שהוא קדוש...

וואס האבן די נידריגע ערלים געזאגט ווען זיי האבן געזעהן כרובים מעורים זה בזה? נישט יחוד השלם אפי' בעת הגלותם מעל שלחן אביהם, נאר וואס א גראבער טמא'נע גוי זעהט...

די גרעסטע און איידלסטע עבודה קען מען זעהן ווי דאס גרעבסטע זאך, אפילו אויפן גרעסטן צדיק.

ווען די מטרוניתא האט געזהען רבי יהודא, די שכינה האט גערוהט אויף זיין הייליג צורה, חכמת אדם תאיר פניו, וואס האט זי געזעהן פאר זיך? א שיכור! און אים גאר ג'עמוסר'ט... מורי ורוי?...

דער בעל עגלה האט געזהען דעם הייליגן רבי'ן רבי אלימלך מיטן רויטן גענאק "ווייל ער האט געטרונקען ווי אלעמען צוזאם"...

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג יולי 01, 2013 8:53 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:ר' שמעלקא, עפר אני תחת כפות רגלכם.
נישט אלעס וואס מ'הערט שרייבט מען! אפילו ווען ס'איז פון א פארלעסליך מקור.
ווי וואלט דער רבי זיע"א רעאגירט אויפן שרייבן אדער דערציילן ברבים אזא מימרא? וד"ל.


איר זענט גערעכט!

מאידך גיסא, ס'מיינט נישט ח"ו אז ס'איז נישט געווען קיין כח התורה, די התחלה איז געווען מיט עקשנות דקדושה מער ווי מיטן כח התורה. אבער ריכטיג, ס'איז אפשר נישט כדי צו דערציילן אלעס, וטעות לעולם חוזר.


און איך מיין אז די מעשה מוז קודם האבן א שטארקע מקור איידער מ'זאגט עס בכלל נאך.
כ'מיין ר' שלמה רובין... וואס זאגט נאך אסאך פון זיין זיידן... וואס האט נאר איבערגעזאגט אמת'ע זאכן...
יעדעס איינס פון דעם דארף נאך א בירור צו ס'איז טאקע אזוי... והבן.

(נאטינג פערסענול, אבער מ'רעדט פון כבוד פון רבותינו הקדושים והטהורים זי"ע).
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג יולי 01, 2013 8:55 am

בעאבאכטער האט געשריבן:דער בעל עגלה האט געזהען דעם הייליגן רבי'ן רבי אלימלך מיטן רויטן גענאק "ווייל ער האט געטרונקען ווי אלעמען צוזאם"...

איך זוך שוין לאנג די מעשה. ווייסט א מקור צו דעם?
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 01, 2013 9:06 am

די התחלה איז געווען מיט עקשנות דקדושה מער ווי מיטן כח התורה.



הסיפור דלהלן נשמע מפי רבנו שליט"א (הגרח"ק) כאשר במהלך הסיפורבכה בהתרגשות בדמעות זולגות(כעדות נכדו שליט"א) וכה
אמר: (מובא בספר מאחורי הפרגוד)
היו אצלי כמה ראשי ישיבות בעניינו של בחור שהוא לא כלכך בסדר, חלש מאד ולא ראוי לרמה של הישיבה בכלל, ואם
יכניסו אותו, אולי בסוף יאלצו להוציא אותו, ובאו לשאול אם נכון לקבל אותו או לא, כאשר הבחור מצד עצמו רוצה מאד
להתקבל.
סיפרתי להם את המעשה עם החתם סופר. פעם בא אליו בחור שביקש להתקבל לישיבה, שאל אותו החת"ס בן כמה אתה,
והשיב בן שמונה עשרה. למדת משהו? ענה לא. אפילו חומש לא ידע. אמר לו החת"ס: בן שמונה עשרה? הרי צריך להתחתן.
תינשא. יהיו לך ילדים ואותם תשלח ללמוד בישיבה. שאל הבחור בצער: ואני ישאר עם הארץ?!.
ראה החת"ס שהנער מתעקש ורוצה כל כך ללמוד השאיר אותו בישיבה וביקש מבחורים שיעסקו אתו, שילמדו איתו קצת.
הוא לא הבין מילה. הם למדו איתו שלושה ימים משהו,למחרת הוא כבר לא זכר מאומה. באו לחת"ס והתאוננו: "בחינם
אנו יגעים". אמר להם: אין דבר לאט לאט הוא יגיע למשהו. ואכן אט אט הבחור התחיל לקלוט סידור, חומש, טיפין טיפין תפס
משהו, ועדיין היה לו הדבר כמו קריעת ים סוף, בכל התחומים התקדם לאט.
כעבור כשלושים שנה נח על שולחנו של החתם סופר מכתב. וכאשר עיין בו, קרא לבנו הכתב סופר והורה לו תקרא ותעיין
במכתב. הוא עיין. ואז החת"ס שאל: נו מה דעתך על המכתב? "כנראה איזה ת"ח גדול כתב אותו" – הגיב הכתב סופר. שאל
החת"ס: האם אתה זוכר את הבחור ההוא, ללמוד איתו היה כמו לדבר לעצים ולאבנים, אבל, אי אפשר לדעת. הנה הוא למד
ונהיה...
גם פה, אמרתי להם, לגבי הבחור הנ"ל, הוא כל כך רוצה, תנסו... (והגר"ח בכה בהתרגשות).


-----
כידוע האט דער מהר"ם שיק זי"ע אלס אינגעל ג'האט א שווערע תפיסה

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 01, 2013 10:43 am

ישר כח קיקיון.

מיט'ן נצי"ב איז דאך אויך דא א מעשה כידוע. ער האט געזאגט אז מ'וואלט אים געוויזן דעם חומש העמק דבר מיט'ן נאמען "נפתלי צבי יהודה בערלין" און ער וואלט נישט אויסגעהאלטן די בזינות.

פונקט היינט זאג איך מיין חבר (כ'וואלט געמאכט א באזונדערע שמועס דערוועגן) אז דער חובות הלבבות זאגט אין חשבון הנפש אז א עושר דארף מאכן א חשבון וויפיל ער איז שולדיג פאר מענטשן וכו'. פשט איז, די וועלט שטייט פון מיליאנען מענטשן, קיינער קען נישט טוען אלעס אליינס, יעדער מענטש געט צו אז די וועלט זאל אנגיין. און דאס איז נישט נאר פראקטיש נאר אויך אידישליך, יעדער איד האט א פליכט אויף וואס ער איז דא און יעדער דארף טוען וואס ער קען בעסער צו מאכן די וועלט.

פון א ארעמאן פארלאנגט קיינער נישט אז ער זאל בויען א בנין פאר א ישיבה, און פון א סטאלער פארלאנגט מען נישט אז ער זאל היילן קראנקע, מילא יעדער לויט זיין גרויסקייט האט א פליכט צו די מענטשהייט. זאגט דער הייליגער חובת הלבבות אז דער עושר ער דארף אין באטראכט נעמען זיין חוב צום מענטש, וואס ער איז מחיוב צו-צוגעבן פאר די מענטשהייט, ער האט דאך א גרעסערע יכולות ווי סתם איינעם.

און דאס איז אויך געזאגט פאר אונז אלע (ס'דא עשירים דא? יא, מיר אלע!), ווען מ'וועט ארויפקומען אויבן און מ'וועט אנצייגן פארן מענטש וואס ער האט אלץ געקענט און געדארפט טוען וועט ער איינפאקן פאר בושה. מיר שאצן זיך אסאך אונטער, עס ליגט אין אונז כוחות וואס קענען ריקן בערג, מיר דארפן עס נאר אויסניצן צו בעסער מאכן דעם מצב איינער פארן צווייטן. ווען א משולח קלאפט צו דיר אין טיר, קענסט אים טאקע נישט געבן א מאה, אבער וואס די קענסט טוה יא, דעם גוט ווארט, דעם שמייכל און געפיל!

עניוועי, בעק טו ווארק מיי פרענדס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12542
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג יולי 01, 2013 10:58 am

קיקיון האט געשריבן:
די התחלה איז געווען מיט עקשנות דקדושה מער ווי מיטן כח התורה.


כידוע האט דער מהר"ם שיק זי"ע אלס אינגעל ג'האט א שווערע תפיסה

ועד״ז אמר המהר״ם שיק לפני
התלמידים כי הוא לא הי' יכול לתפוס הענין כשלמד א׳ או ב׳ פעמים והי׳ צריך
לחזור הרבה פעמים, ובראשונה הי׳ צריך לחזור אף מ׳ פעמים ובכל פעם ופעם
בכה לפני בורא עולם ואמר הלא בתורה לא מצינו שמי שהוא קשי הבנה אין
צריך ללמוד לכן אבקש ממך אב הרחמן נא תן לי בינה והשכל בתורתך הקדושה
ואחר כל בכיה ובכיה הרגיש בעצמו כי התחיל להבין את דברי הלימוד וזה הי׳
מדי יום ביומו זמן ארוך ועתה אומרים עלי שאני יכול ללמוד אף שאני איני
יודע זאת כי אנכי יודע שלא הגעתי לקרסולי רבותינו הקדושים, אבל כל אחד
ואחד צריך ללמוד בהתמדה גדולה והבא לטהר מסייעין אותו מן השמים וא״כ
אני יכול לחייב את אותם שיאמרו שאינם יכולים ללמוד כי ראשם בל עמם לזה
אבקשכם לא תאמרו כן רק תתפללו למי שהחכמה שלו שהוא יתן לכם בכל יום
ויום דעה בינה והשכל כדי להבין את שיעור של היום הזה ואח״כ תתחילו לחזור
וללמוד עד שיהי׳ השיעור רגיל על פיכם ואם תעשו כן ה׳ הגדול יעזור לכס
ותוכלו לקיים את מצות ה׳ ובתורתו תהגו יומם ולילה ע״כ דה״ק של מרן המהר״ם
שיק זי״ע.עוד יוסף חי תולדות מהרי"צ דושינסקי
___
נצי"ב
געטראפען אויף ענגליש ואתכם הסליחה

קאוד: וועל אויס אלע

The Netziv, Rav Naftali Tzvi Yehuda Berlin - Until The Dying Day Of Volozhin
The Netziv was the quintessential success story.  Rav Naftali Tzvi Yehuda Berlin was born in 1817 in the town of Mir.  Not very gifted as young child, his parents decided to take him out of cheder and teach him a profession.  Upon hearing this plan the Netziv burst out in tears and begged for one more year to prove himself.  And prove himself he did.  When the first volumes of his famous work Hemek Shaila were printed he made a Seudas and said that had he not shed those tears he would have ended up as a Baal HaBayis and an Ehrlicher Yid.  However in Shamayim they would have brought him a copy of the Sefer with his name in it as the author.  They would have explained to him that this was his destiny, but he lost out.

קאוד: וועל אויס אלע

It didn't take long for him to catch up and by time the Netziv was 11 years old he was sent to learn in Volozhin.  Half a year after his Bar Mitzva, the Rosh Yeshiva Rav Itzele Volozhin the son of Rav Chaim Volozhin, saw him fit from all the other budding stars, to take him as a son-in-law.

His hasmada was legendary.  Once asked if it was true that he learned twenty hours a day, he said he only learned sixteen hours a day.  However he added that he did this every day including Friday, Shabbos, and Yom Tov for 25 years straight.  On his wedding day he was no where to be found.  They finally found him in the local Bais Medrash as if it were an ordinary day.  He quickly washed up and changed and was taken to the Chupah.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » מאנטאג יולי 01, 2013 11:42 am

לוי יצחק האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:נאך האט אמאל דער הייליגער צאנזער רב זי"ע געזאגט: אלע צדיקם, אלע גדולים האבן דערגרייכט זייערע מדריגת דורך די תורה הקדושה, אחוץ דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע און דער הייליגער רבי ר' הערש זי"ע וואס האבן גענומען העק און געהאקט!

מקור?


י"ג אורות.


ולא הבנתי הרעש.

ר' יענקעלע איז מסביר דארט, אז זיי זענען געגאנגען שלא בהדרגה.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג יולי 01, 2013 11:46 am

רב קקיון יי"ש פאר די געוואלדיגע עובדות.
אזא עובדא מפורסמת ווי דער נצי"ב האט איר געטראפן בלויז אויף ענגליש גאר?...
נו, לאז געמאכט, אתנו הסליחה...

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 01, 2013 12:10 pm

ישר כח שאינו יודע פארן צוברענגן דעם מקור, ביזט עס בעסער מסביר פון מיר, ישר כח נאכמאל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט