רבי הילל ליכטענשטיין זצ"ל מקאלאמייא - י' אייר תרנ"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

רבי הילל ליכטענשטיין זצ"ל מקאלאמייא - י' אייר תרנ"א

תגובהדורך ללמוד וללמד » זונטאג אפריל 18, 2010 10:38 am

צום בעפארשטייענדער יארצייט פון דעם צדיק וקדוש, וואס איז דוכט זיך כמעט נישט ערווענט געווארן דאהי, איז דא גאר א קאלירפולן לעבנס ביאגראפיע, מיט פילע אינטערעסאנטע שטריכן. עס איז אבער די צייט, כח, און געדולד וואס דארף דאס ערלויבן. דעריבער איז כל הקהל הקדוש געלאדנט אנטיילצונעמען און מיטטיילען זייערע ידיעות איבער דעם צדיק.
איך זיך שוין לאנג א מקור צו א מעשה וואס כ'האב אמאל געהערט. טאמער איינער וואלט געקענט אויף דעם מעיר זיין, העט איך געוועהן זייער דאנקבאר.
וכך הוה העובדא: ער איז אמאל, צווישען זיינע פילע וואנדערונגען כידוע, אנגעקומען קיין בעלזא, ווי עס שיינט וואלט דאס געדארפט זיין אין די צייטן פון מיטעלען בעלזא רב הרה"ק ר' יהושע'לע זי"ע. די חסידים האבען באמערקט אז ער גייט נישט אין מקוה כמנהג חסידים האבען זיי איהם אנגעפאנגן צו דערקוטשען און רודפ'ען אויף דעם... איז ער אריין צום רבי'ן זיך מתמרמר זיין אויף דעם און פרעגן. בתוך הדברים האט איהם דער רבי געפרעגט טאקע היתכן ער גייט נישט יעדן טאג אין מקוה זיך מטהר זיין לפני התפלה ווי עס פאסט פאר אן אדם גדול כמותך, זיי האבן דאך לכאורה רעכט? אזוי ווי ער האט דאס געהערט, האט ער מקבל געוועהן און איז געגאנגען זיך טובל'ען. נאך אלאנגע צייט און מ'זעהט ער קומט נישט צוריק איז מען געגאנגען זעהן וואס די אריכות איז. האט מען געטראפן דעם צדיק פארחלישט אין א קאלוזע בלוט! עס האט זיך ארויסגעשטעלט, אז אזוי ווי ער האט דאך כל ימיו מתאבל מרה געוועהן אויפן חורבן, איז ער געוועהן אנגעטאן מיט א זאק אונטער די קליידער וואס איז שוין געוועהן אריינגעוואקסען אין זיין פלייש פאר דעם האט ער יענע תקופה נישט געקענט זיך טובל זיין געהעריג. נאר אזוי ווי דער רבי האט איהם פארגעהאלטן האט ער פרובירט אראפצורייסן דעם זאק פון זיך ביז ער האט פון דעם געחלישט. ע"כ הסיפור.
ס'איז א פלא'דיגער מעשה. כ'זיך נישט דן צו זיין סברא'דיג צו ס'אמת אדער נישט, כ'זיך א מקור טאמער איינער ווייסט.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג אפריל 19, 2010 10:48 am

הגה"ק ר' הילל קאלאמייער איז געבוירן אין יאהר תקע"ה צו זיין פאטער הגאון ר' ברוך בענדיט ליכטנשטיין דיין און וועטש. ר' הלל פלעגט זיך טאקע אונטערשרייבן אזוי, הק' הילל ל"ש מוועטש. ער האט געהייסן נאך זיין זיידן די מאמע'ס טאטע הגאון ר' הלל פאללאק אב"ד אייבשיץ.
דער גאון ר' הלל פאללאק האט געהאט נאך אן אייניקל מיטן זעלבן נאמען דאס איז הגאון ר' הלל פאללאק אב"ד סאסרעגען.
עס פארציילט הגאון ר' חזקי' פייבל פלויט זצוק"ל בעמח"ס חבר בן חיים אז די צוויי הללס זענען געוועהן גאר נאנטע ידידים לערנענדיג צוזאמען אין די הייליגע ישיבה פון מרן החת"ס זי"ע. די הייליגער חת"ס האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף זיי - אין אן ערב יום הקדוש ווען זיי זענען געקומען זיך געזעגנען ביים רבין, "קודש הילולים לה'".
ער איז געוועהן רב אין די פאלגענדע פלעצער: מארגערעטין, קלויזנבורג, סיקסא, קאלאמייא.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג אפריל 19, 2010 11:05 am

בלעטערנדיג אין די אינהאלטסרייכע "החתם סופר ותלמידיו" קומט מיר אויס גאר אן אינטערעסאנטן משפחה חשבון:
ר' הלל קאלאמייער איז געוועהן אן איידעם בזוו"ש פון הגאון רבי יחיאל שלעזינגער די פאטער פון הגאון ר' עקיבא יוסף שלעזינגער די איידעם פון ר' הילל קאלאמייער. קומט אויס אז ר' הלל איז געוועהן בזוו"ש א שוואגער מיט זיין איידעם. (זיין מחותן\שווער איז געוועהן בלויז 5 יאהר עלטער פון איהם, א שטייגער ווי דער רעק"א פונעם חת"ס בלויז איין יאהר גערוקט).
נאכמער קומט אויס, ר' ברוך בענדיט ליכטנשטיין די זוהן פון ר' הילל קאלאמייער איז געוועהן אן איידעם בזוו"ש ביי ר' צבי דוב שלעזינגער דער פאטער פון ר' יחיאל שלעזינגער. קומט אויס אז ר' ברוך בענדיט איז געוועהן א פעטער פאר זיין טאטען בזוו"ש, ווי אויך א פעטער פאר זיין שוואגר ר' עקיבא יוסף.
אויב דאס איז ריכטיג מוז מען לכאורה זאגן אז דער זוו"ש פון ר' ברוך בענדיט איז געוועהן פיהל עלטער ווי איהם. ווייל ר' צבי דוב איז שוין געבוירן שנת תקמ"א און ר' הלל די פאטער פון ר' ברוך בענדיט איז הערשט געבוירן תקע"ה. אויסער אז מ'העט זאגן אז ר' צבי דוב האט געהאט זיין טאכטער ביי די 55 אין ר' הלל זיין זוהן ביי די 20. (בערך תקצ"ה עד"מ)

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג אפריל 20, 2010 10:38 am

ווי באקאנט, איז ער געוועהן אן אש להבה, און איז אויפגעטרעטן מיט פלאמפייערדיגע דרשות אין מיטן מארק, און געפייערט קעגן די בייזע השכלה'ישע ווינטן וואס האבן געבוזעוועט יענע צייטן.
אין יעדע שטאט ווי ער איז געקומען און געדרש'ענט האט ער מעורר געוועהן לבבות ישראל אויף די פרצות הדור.
כ'האב אמאל געהערט, ער האט געדארפט אנקומען צו א שטאט. האט מען זיך ווי פארשטענדליך געגרייט דערצו, אז ס'קומט דער אדם גדול בענקים, וואס איז שטענדיג מעורר אויף וואס זיך צו פארבעסערן, מוז מען זיך דאך אנגרייטן דערצו מיט תיקון המעשים וכו' וכו'. איינע פון די תיקונים וואס מ'האט באשטעטיגט אין קהל,אז מען האט פריש מסדר געוועהן און געבינדען די ספרים פון ביהמ"ד, צוזאם גענומען פון די טישן און שיין אריינגעפאקט אין די שענק, לפאר ולרומם בית אלקינו, האפענדיג דאס מאל זיך צו פארשפארן דברי כבושים פון דעם גרויסן גאסט איבער כבוד ביהמ"ד.
אבער ווי נאר דער צדיק האט אנגעהויבן צו דרש'ענען כדרכו בקודש, האט ער אנגעהויבן: ווי פאסט דאס פאר אזא קהלה קדושה, אז די ספרים זאלן זיין אזוי שעהן פארפאקט און געבינדען. עס וואלט דאך מחמת ריבוי לימוד התורה ליבערשט געדארפט זיך וואלגערן אויף די טישען אויסגענוצטערהייט, נאר ווי עס שיינט איז מען נישט גענוג קובע עתים לתורה...

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך אפריל 21, 2010 9:45 am

כ'האב מיך דערמאנט היינט אז ס'איז דא עפעס אן עובדא מיט איינע פון די צדיקים וואס האבן זיך איינגעשפארט מיטן ספר "עת לעשות" אויף אפאר שעה ווען ס'איז ארויסגעקומען, ווען איינער האט איהם עס געברענגט, איך געדענק נישט די איינצלהייטן פון די פארציילונג, קען איינער ארויסהעלפן?

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך אפריל 21, 2010 3:27 pm


ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אפריל 21, 2010 3:29 pm

ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אפריל 21, 2010 3:29 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:כ'האב מיך דערמאנט היינט אז ס'איז דא עפעס אן עובדא מיט איינע פון די צדיקים וואס האבן זיך איינגעשפארט מיטן ספר "עת לעשות" אויף אפאר שעה ווען ס'איז ארויסגעקומען, ווען איינער האט איהם עס געברענגט, איך געדענק נישט די איינצלהייטן פון די פארציילונג, קען איינער ארויסהעלפן?

בעלזא
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך אפריל 21, 2010 3:40 pm

יישר כוחכם! האט איהר מער דעטאלן?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אפריל 21, 2010 4:08 pm

סעמיטשקע האט געשריבן:אין גדולת יהושע [ח"א שיחות קודש אות פ"ב] ווערט דערציילט אז ר' משה ארי' פריינד פרנס עיר סיגעט איז אמאהל גיפארין אויף בעלז צו ר' יושעלי, אויפן וועג איז ער אדורך די שטאט קאלאמייא, האט ער מחליט גיווען אריין צו צוגיין צו ר' הלל ליכטענשטיין די דארטיגע רב, ר' הלל האט יענע תקופה ארויסגיגעבין זיין ספר עת לעשות לאור עולם, ווען ער האט זיך דערוואוסט אז ר' משה ארי' איז אויפן וועג קיין בעלז האט ער מיטגישיקט מיט אים א ספר כדי ער זאל דאס איבערגעבין פארן בעלזער רב במתנה.
היות דער עת לעשות איז געשריבען גיווארין אויף אידיש [דער ספר איז געווידמיט מעורר צו זיין די המון עם בשעתו ווען סהאט געבוזשעוועט קאלטע ווינטען און לתועלת האט ער דאס מפרסם גיווען אויף זארגאן אידיש, בדרך שאלה ותשובה], האט ר' משה ארי גיקווענקעלט צו ער זאל דאס איבערגעבין פארן בעלזער רב להיות ספאסט נישט איבערצוגעבין א ספר אויף די אידישער שפראך, אבער נישט ווילנדיג מועל זיין בשליחותו האט ער באין ברירה איבערגיגעבין די ספר.
שבת צופרי האט דער בעלזער רב זיך שארק פארזוימט פארן דאווינען און ר' משה ארי' זייענדיג פון די נכבדים איז ער גערופען געווארין לבא אל בית המלך טרינקען א קאווע, ר' משה ארי' האט אויסגענוצט די געלעגינהייט און האט אריינגעקוקט בקודש פנימה צוזעהן די עבודה פון בעלזער רב, אזוי קוקענדיג באמערקט ער ווי ער איז מעיין אינעם עת לעשות, דאס איז שוין גיוען א תימה בעיניו, ווען בעלזער רב האט זיך אויפגישטעלט גייענדיג צום דאווינען רופט ער זיך אן צו ר' משה ארי', כבין דיר מכיר טובה אויך די מתנה טובה וואס האסט מיר גיבריינגט פאר שבת, און בעלזער האט מסביר גיווען "אלעס וואס מיר ריידין די אלע יארען שטייט דא אין ספר".

נעתק מפה
ועמך כולם צדיקים

פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2010 3:50 pm

תגובהדורך פייטל » מיטוואך אפריל 21, 2010 6:25 pm

ר' אברהם אבא הערצל מגיד מישרים בפררעשבורג בעל מחבר שפתי חכמים על הש"ס איז אויך געווען א איידעם ביים אויבענדערמאנטען ר' יחיאל שלעזינגער
און די הקדמה צו זיינע ספרים דערמאנט ער "גיסי הגה"ק ר' הלל מקולומייא"

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 8:36 am

ריכטיג פייטל, ר' אבא הערצל האט טאקע ממלא מקום געוועהן זיין שווער'ס פאסטן אלץ מגיד מישרים אין חברא מחזיקי הדת אין פרעסבורג.
בדרך אגב, ס'איז אויך דא פון איהם ס' נחלת אברהם על התורה. מ'זאגט אז פון די גאנצע שטאט איז מען איהם געקומען הערן דרש'ענען און מ'איז ממש געשטאנען קעפ אויף קעפ, ער איז געוועהן ממש א פה מפיק מרגליות, אויפן בעל בתי'שען שטייגער.

פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2010 3:50 pm

תגובהדורך פייטל » דאנארשטאג אפריל 22, 2010 2:37 pm

כ'האב לעצטענס ביי א דרשה געהערט נאכזאגן פון איהם גאר א געשמאקע ווערטל וואס איז מיר געפאלן, האב איך אביסל זיך ארייגעלייגט לדעת את האיש ואת שיחו.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » פרייטאג אפריל 23, 2010 10:47 am

געהערט אמאל, הגאון הגאון ר' הלל קאלאמייער און הגאון ר' יודא אסאד זענען געוועהן אין זעלבע תקופה, ידידים נאמנים. אבער ווי מען ווייסט האט זיך ר' הילל פון גארנישט איינגעהאלטן אויך פאר די גרעסטע בבחינת אדברה עדותך נגד מלכים ולא אבוש. האט ער זיך אמאל געראנגלט מיט ר' יודא אסאד איבער אן ענין. רופט זיך אן ר' יודא אסאד: איהר הייסט טאקע "הלל" אבער גלייבן זיך מיך דאס איך בין "הלל" (ע"ש הלל הנשיא) אז איך האב געדולד אויסצוהערן וואס איהר זאגט...
מענין לענין, האב איך געזעהן א מעשה נורא איבערן שידוך פון הגה"ק ר' שמואל ראזנבערג זצוק"ל אב"ד אונסדארף ווי עס האט זיך געקאכט אין חילוקי דעות צווישן די צוויי גדולים. עס אן אריכות וואס כ'העל לאזן אויף נאך שב"ק בעזהשי"ת, חוץ טאמער איינער איז מקדים, בכבוד גדול!

השקדן
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

תגובהדורך השקדן » פרייטאג אפריל 23, 2010 12:10 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:בדרך אגב, ס'איז אויך דא פון איהם ס' נחלת אברהם על התורה. מ'זאגט אז פון די גאנצע שטאט איז מען איהם געקומען הערן דרש'ענען און מ'איז ממש געשטאנען קעפ אויף קעפ, ער איז געוועהן ממש א פה מפיק מרגליות, אויפן בעל בתי'שען שטייגער.


זענען ערגעץ געדרוקט זיינע מייסטערהאפטע דרשות?
די נחלת אברהם איז נישט אויף א דרשה'דיגע פארנעם.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » זונטאג אפריל 25, 2010 9:43 am

השקדן האט געשריבן:
ללמוד וללמד האט געשריבן:בדרך אגב, ס'איז אויך דא פון איהם ס' נחלת אברהם על התורה. מ'זאגט אז פון די גאנצע שטאט איז מען איהם געקומען הערן דרש'ענען און מ'איז ממש געשטאנען קעפ אויף קעפ, ער איז געוועהן ממש א פה מפיק מרגליות, אויפן בעל בתי'שען שטייגער.


זענען ערגעץ געדרוקט זיינע מייסטערהאפטע דרשות?
די נחלת אברהם איז נישט אויף א דרשה'דיגע פארנעם.

איך קען אייך נישט זאגן אויף זיכער, אבער מיר דוכט זיך - אזוי ווי פריער דערמאנט, זענען זיינע דרשות געוועהן מער אויפן בעל בתי'שען פארנעם, א שטייגער ווי זאגען שיינע תורה'לעך און ווערטלעך אויפן סדרה, ענדערש ווי לאנג געפלאכטענע דרושים, וממילא קאן זיין אז טאקע אט דאס זענען די ווערק פון זיינע שיעורים. מ'וואלט אבער געדארפט ווען נאכקוקען די הקדמה צו עס ווערט דארט דערמאנט אונזער נידון, ואינו תחת ידי כעת.

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:30 pm

טויט סערטיפיקאַט פון הגה"ק ר' הלל קאלאמייער.
http://lichtensteinheritage.blogspot.co ... html#links

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » מוצ"ש פאברואר 12, 2011 10:12 pm

ס'איז באקאנט דער מעשה פון אים און רבי הערשעלע ליסקער, אז ער איז גוועהן א שארפער בחינת פועה, און רבי הערשעלע ליסקער מער רואיג בחינת שפרה, א מעשה באריכות הובא בילקוט הגרשוני
זיינע דרשות איז געדרוקט און עת לעשות אויף יודיש, און מח"ס שו"ת בית הלל

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » זונטאג אפריל 21, 2013 10:49 am

נעכטן שבת איז געווען די 122'סטע יארצייט פון רבי הילל מקאלאמייא זי''ע

אן אונטערסאנטע זאך וואס ווייניג מענטשן ווייסן אז די יונגטע קינד פון ר' הילל, ר' בנציון זצ''ל איז נפטר געווארן אזוי שפעט ווי אין שנת תשכ''ג

ד.ה. אז עפעס מער ווי 50 יאר צוריק האט נאך געלעבט מיט אונז א זון פון ר' הילל קאלאמייער
נא גוט...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אפריל 21, 2013 6:43 pm

Good האט געשריבן:נעכטן שבת איז געווען די 122'סטע יארצייט פון רבי הילל מקאלאמייא זי''ע

אן אונטערסאנטע זאך וואס ווייניג מענטשן ווייסן אז די יונגטע קינד פון ר' הילל, ר' בנציון זצ''ל איז נפטר געווארן אזוי שפעט ווי אין שנת תשכ''ג

ד.ה. אז עפעס מער ווי 50 יאר צוריק האט נאך געלעבט מיט אונז א זון פון ר' הילל קאלאמייער


טאקע א חידוש, ער איז געווען א זון פונעם זווג שני פון רבי הילל (אחותו של רע"י של"ז) פארט איז עס אינטעראסנט, ווי אלט איז ר' בנציון געווען תשכ"ג ווען ער איז אוועק? ווען איז ער ארויף קיין אר"י? איז ער געווען א רב/שיינער איד?

Good
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » זונטאג אפריל 21, 2013 7:59 pm

ער איז נפטר געווארן 72 יאר נאכן טאטנ'ס פטירה איז ער לכאורה געווען אן אלטער איד פונקטליך ווי אלט ווייס איך נישט

ער איז לכאורה ארויף אין אר''י שוין נאכן קריג וויל זיין גאנצע משפחה איז אומגעקומען ל''ע בשנות הזעם
נא גוט...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 25, 2013 11:49 am

מחזיקי הדת אייר תר"ם - מודעה אז הרה"ק מהר"ה מקאלאמייא וועט אפשטאטן א באזוך אין לעמבערג אויף זיין וועגן קיין וויען לצרכי רפואה
צוגעלייגטע
לש.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 01, 2014 7:06 pm

מכתב מרבי עקיבא יוסף של"ז זצ"ל אל הפקו"א ובו מזכיר את ההספד שנשא על חמיו הגה"ק רבי הילל מקאלאמיא זצ"ל:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D212708

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 16, 2014 3:24 pm

גאר אן אינטערעסאנטער לעבעדיגע באשרייבונג פון שנת תר"ם ווי דער צדיק רבי הילל קאלימאייער זצ"ל קומט קיין לעמבערג, די ערליכע אידן ווילן הערן א דרשה פון אים, דער רב (הברכת רצ"ה - רבי צבי הירש אורנשטיין) איז מסכים, און די משכילים שטערן די דרשה:

http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_heb/ ... oYjT92M%3D

אנגעהויבן פון זייט 2 דער באשרייבונג ציעט זיך איבער עטליכע בלעטער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 25, 2014 6:48 pm

בריוו פון רבי הילל קאלאמייער מיט זיין זיגל:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=28


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט