היכי מצטטין?

פארוואלטונג מעלדונגען, און טעכנישע הילף אויפן זייטל

אחראי: אחראי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

היכי מצטטין?

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2007 10:18 pm

איך דענק אז עס איז שוין אמאל ברייט ארומגעשמועסט געווארן דער נושא, איך האב געזוכט בלי ליאות אבער אן ערפאלג דערווייל.

ילמדינו רבותינו היכי מצטטין?
וויאזוי איז מען מצטט פון צוויי מקומות אויפאמאל, און ביי ביידען זאל זיך אויפשרייבן אין באלד דער מקור הציטוט?

והיה מעשה הציטוט שלם.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג נובעמבער 29, 2007 11:11 pm

פילייכט איז דא א גרינגערע וועג, אבער איך וואלט געטאן אזוי:

געדרוקט צטט אויף די ערשטע תגובה וואס איך וויל ציטירן, קאפירט דעם אינהאלט דערפון (כולל די סימבאלן וואס זיי שטעלן מיר אריין פון אנהייב און צום סוף, הגורמים צום בולט'ן מקור), אריינגעפיצט (PASTE) אין מיין פרישן תגובה, דאן דאס זעלביגע ביים צווייטן.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג נובעמבער 30, 2007 1:11 am

גם אני ונערותי מצטטין כן. (אויך איך מיט מיין נערנות בינעך אזוי מצטט.)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג נובעמבער 30, 2007 11:58 am

מען קען עס מאכען און א שנעלע תגובה אויך
ביישפיל

פאטאקי האט געשריבן: מען טייפט אריין די ווערטער quote דערנאך א איקוועלס סיין און דערנאך די נאמען וואס די ווילסט זען אין באלד און די נעמסט ארום די נאמען מיט גענז פיסלעך און דערנאך נעמסטו ארום די גאנצע זאך מיט ברעקעטס (ד.ה. באקסלעך) און ווען די ענדיגסט שרייבען די גאנצע סענטענס טייפסטו נאכאמאל quote מיט א פארדווערד סלעש (ד.ה. "/") און די נעמסט זיי ארום מיט ברעקעטס
לעצט פאראכטן דורך פאטאקי08 אום פרייטאג נובעמבער 30, 2007 1:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג נובעמבער 30, 2007 12:00 pm

דרך אגב מיין פריערדגע תגובה האב איך געמאכט אין א שנעלע תגובה

2) דאס איז וויאזוי מען שרייבט בכלל הטמל נאר אנשטאט ברעקעטס ניצט מען דאס <>

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18577
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » פרייטאג נובעמבער 30, 2007 12:03 pm

דאכט זיך מיר אז אונזער וועג איז שנעלער, און אנו אין לנו לצטט אלא כמו שצטטו אבותינו.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג נובעמבער 30, 2007 12:13 pm

אוודאי איז עס שנעלער אבער די חכמה איז אז מען קען עס טוהן אפילו אן דריקען פרסום תגובה

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » פרייטאג נובעמבער 30, 2007 12:28 pm

מיר ווילען נישט ווייזען קיין חכמה'לעך!!! (ספעציעל ווען מען קען ניטאמאל באמערקן אויף וואספארא אופן מ'האט עס געשריבען)
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג נובעמבער 30, 2007 1:27 pm

פאטאקי, כ'בין מיט דיר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 02, 2007 6:12 pm

קרעמער האט געשריבן:פילייכט איז דא א גרינגערע וועג, אבער איך וואלט געטאן אזוי:

געדרוקט צטט אויף די ערשטע תגובה וואס איך וויל ציטירן, קאפירט דעם אינהאלט דערפון (כולל די סימבאלן וואס זיי שטעלן מיר אריין פון אנהייב און צום סוף, הגורמים צום בולט'ן מקור), אריינגעפיצט (PASTE) אין מיין פרישן תגובה, דאן דאס זעלביגע ביים צווייטן.


דעמאלטס שאפט זיך דער פראבלעים פון פארלירן די ציכענונגען וועלכע אשכולות עס האבן נייע תגובות ודו"ק.

הער גאווערנער מלפנים,
דיין עצה געפעלט מיר גראדע, עס איז זייער פראפעשינעל געשטימט, אבער דאס וואס דו באצייכנסט עס אלס "שנעל" איז מיר אביסל אויפאלנד ווייל מיט די אלע גענזן-פיסלעך, קאטשקע-הענטלעך און טורקי-דיכטלעך, איז שוין שנעלער אפצוקאכן א פיינעם נאכטמאל ווי צו שרייבן א שיינע תגובה.

דו_הערסט,
דער "גם אני ונערותי" איז מיר געפאלן, דו פארמאגסט זעלטענע כוחות המליצה און מיט אזא פשטות ווערן מיר עס געוואור טאג-טעגליך ביתר ס'הייס וביתר ס'קאלט.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג דעצמבער 03, 2007 1:44 pm

דער עולם האלט נישט ביים פארשטיין העל איך מיזען מאריך אף זיין

ווי באקאנט ליודעי חן איז דא צוויי וועגן צו שרייבען א תגובה
1) דריקען פרסם תגובה און טייפן און דריקען שלח
2) איז א שענעלערע וועג דורך גיין ביז אונטען פונעם בלאט און דארט איז דא א קעסטעל ווי מען טייפט אריין אלע שתותים והבלים און מען קנאקט אראפ אויף "שלח"

נומער 2 רופ איך א שנעלע תגובה
שטייסטו????????????אז נישט ביסטו פטור

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25864
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 03, 2007 2:03 pm

איך שטיי שוין איינמאל, איך האב נאר ארויסגעברענגט דעם אבסורדיטי פונעם געדאנק נישט חלילה אז דו האסט עפעס שלעכט געשריבען.

שטייסט? אז נישט ביסטו אן אנגארישער, אה דאס ביסטו דאך טאקע.........


צוריק צו “הילף - און וויכטיגע מודעות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט