מטבעות חשמונאים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מטבעות חשמונאים

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 1:24 pm

סקירה כללית.

מטבעות חשמונאים זענען מטבעות וואס די חשמונאים האבען געמאכט. מיר האבען היינט מיליאנען דערפון. דא אזעליכע וואס מיר האבען הונדערטער טויזענטער דערפון, און דא אזעליכע וואס מיר האבען נאר געציילטע, און אפילו נאר איינס דערפון (אדער גארנישט דערפון, אויב עס געפינט זיך איינס אין דער ערד וואס מען האט נאך נישט געטראפען - שטארק ימלט).

וואס מיר האבען יא, איז מיט אויף שריפטען אין כתב עברית (אין איין פאל אויך בכתב אשורית) ווי:
יהוחנן
יהונתן (אויך יונתן)
יהודה
מלכא אלכסנדרוס (איז בכתב אשורית אויף בליי, נישט קיפער)
מתתיהו (אייגענטליך "מתתיה", אן דער "ו" לבסוף).

יעצט צו די פרטים.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 20, 2013 2:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

שמעון בן מתתיהו

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 1:35 pm

מען האט אמאל געמיינט אז די גרויסע קיפערנע מטבעות מיטען אויף שריפט "שמעון", איז שמעון בן מתתיהו כהן גדול. עס איז געווען באזירט אויף דעם וואס אין ספר המכבים האט דער גריכעשער קעניג געשיקט א בריוו צו שמעון (דער עלטצטער און לעצטער לעבען געבליבענער מבני מתתיהו כהן גדול), אז ער גיבט אים רשות צו מאכען מטבעות.

די מטעות האט מען גערופען בירושלים של מעלה "שימעלעך".

בשעתו, זענען אין אלע ביכער (ווי מעידאן, וכו') געווען געשריבען אז דאס זענען מטבעות פון שמעון בן מתתיהו. היינט ווייסט מען שוין אז די מטבעות פון שמעון זענען פון שמעון בר כוכבא, און נישט פון שמעון בן מתתיהו וואס האט ווארשיינליך נישט געמאכט קיין מטבעות.

דא איז א בילד פון אזא מטבע. עס איז א ביסעל גרעסער ווי א קוואדער, און א סאך דיקער.
צוגעלייגטע
BarKochbaMediumObverse.jpg
BarKochbaMediumObverse.jpg (59.25 KiB) געזעהן 1894 מאל
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 20, 2013 2:13 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

שמעון בר כוכבא

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 1:37 pm

דער אנדער זייט.
צוגעלייגטע
BarKochbaMediumReverse.jpg
BarKochbaMediumReverse.jpg (53.32 KiB) געזעהן 1894 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

הוכחה אז עס איז פון בר כוכבא

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 1:50 pm

אויף איין זייט איז דא א טייטעלבוים, דער סימבאל פון ארץ יהודה. עס איז דא אויף דעם זיבען צווייגען. אויף אלע אידישע מטבעות וואס מען טרעפט מיט א טייטעלבוים איז דא דערויף זיבען צווייגען. לאידך גיסא, אויף די רוימישע מטבעות מיט א טייטעלבוים איז דא דערויף נאר זעקס צווייגען.

ארום דער טייטעלבוים איז דא פינעף אותיות ש מ ע ו ן. דער ש-מ איז אויף דער רעכטע זייט, און דער ע-ו-ן אויף דער לינקע זייט.

אויף דער אנדערע זייט איז דא א בלעטעל פון א געהענגעל פון טרויבען, און ארום דעם שטייט:

ל-ח-ר-ו-ת י-ר-ו-ש-ל-ם.

דער הוכחה אז עס איז פון בר כוכבא און נישט פון שמעון בן מתתיהו, קומט פון דעם וואס בר כוכבא האט נישט געמאכט קיין אייגענע מטבעות אין גאצען פון דאס ניי, נאר גענומען רוימישע מטבעות, צוהאקט זייערע צורות אין ארויף געסטעמט אויף זיי א נייע צורה. דעריבער פון אזויפיל טויזענטער מטבעות פון בר כוכבא וואס מיר האבען געטראפען, געפינט זיך א שיינע פאר, וואס מען קען נאך זעהן א חלק פון דער פריערדיגער צורה, צורות ווי למשל פון אדרינוס הרשע אדער פון טיטוס הרשע וכו'. איז אויב אזוי קען דאך נישט זיין אז מען זאל ארויף האקען "שמעון" בן מתתיהו איבער א מטבע פון אדרינוס הרשע וואס האט געלעבט באלד 200 יאר נאך אים.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 2:44 pm

פאר מיר גייען ווייטער (ווייל למעשה איז דאך דער אשכול געשטעלט דייקא אויף מטבעות חשמונאים און נישט אויף מטבעות בר כוכבא), איז אבער כדי ארויס צו ברענגען עטליכע פונקטען בנוגע דער מטבע דא.

דער ארגינעלער מטבע דא איז געווען א Roman As, דאס הייסט א רוימישער איסר.

וועגען דער אחד משמונה באיסר האטלקי, איז א מחלוקת הראשונים אויב עס איז קיפער אדער זילבער.

אינטרעסאנט אז אנדערע מדינות ווי למשל דער גריכישער מאנטערי סיסטעם איז געווען באזירט אויף גאלד, זילבער, און נאכדעם ערשט קיפער. משא"כ די רוימישע מאנעטערי סיסטעם איז געווען באזירט אויף דעם קיפערנעם איסר,
Aes grave
Aes signitum
Aes Rude

נאכדעם ערשט (א פאר הונדרעט יאר שפעטער) האבען זיי אנגעהויבען מאכען דער זילבערנעם דינר, דער גאלדערנעם דינר, און די קופערנע איסרים, פונדיונים, מוסמוסים וכו'.

מיר טייטשען "איסר האיטלקי" א "איטאליענישען איסר", ווייל אזוי זאגט תוספות און קדושין: תוס' ד"ה איטלקי, מפרש רבינו תם שנקרא איטלקי ע"ש איטליא של יון, כדאשכחנא (בעזרא ד') שושנכיא ע"ש שושן.

Aes אויף לאטייניש (זאגט מען מיר) מיינט קיפער (bronze).
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 20, 2013 3:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 20, 2013 2:50 pm

זייער אינפארמאטיוו שכוח!
צוויי שאלות
איינס, וועלכע מטבע כהיום(פון יודישן היסטאריע) איז ממש א יחיד וואס איז דא נאר געציילטע אין די וועלט?
צוויי, וועלכע מטבע כהיום (כנ"ל) איז טאקע דאס עלטסטע?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

יהוחנן כהן גדול

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 2:55 pm

כ'ווייס אז דער עולם וויל שוין זעהן מטבעות חשמונאים, וועלען מיר קודם זיי ארויף לייגען און נאכדעם וועט מען שמועסען.

אויף דער מטבע שטייט אזוי:

A יהוחנן כהן הגדל וחבר היהודים.

עס איז צוטיילט אויף פינעף שורות, אזוי:

A
יהוחנן
הכהן הג
דל וחבר ה
יהודים
צוגעלייגטע
YehochenenA4.jpg
YehochenenA4.jpg (7.07 KiB) געזעהן 1853 מאל
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 20, 2013 3:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 3:12 pm

הרב יהיה כן, א יישר כוחכם.

א פראטאטיפ שנת א' (פון א דריי יאר פאר דער חורבן בית המקדש), וואס עס זענען שוין געפונען געווארען דערפון צוויי, איז יעצט געגאנגען אין אקשען פאר איבער א מיליאן דולער. עס זענען דא קיפערנע און זילבערענע מטבעות וואס נאר איינס דערפון האט מען ביז יעצט געפונען, אבער זיי האבען נישט ארויס גערופען אזא נייגעריגקייט ווי דער.

שטייטליך וועט מען גיין צו די שפעטערדיגע מטבעות און אויך צו די פריערדיגע מטבעות, און זעהן וועליכע איז די עלצטע וואס מיר האבען שוין געפונען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

יהונתן כהן גדול

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 3:26 pm

דא איז א פרוטה, אדער א חצי פרוטה, אדער גאר צוויי פרוטות, פון יהונתן.

עס שטייט דערויף:

יהונתן הכהן הגדל וחבר היהודים

דער פינפטער און זעקסטע שורות פעלען, וואס אנטהאלט אין זיך דער ווארט "היהודים".

עס צוטיילט זיך אזוי:

יהו
נתן הכ
הן הגד
ל וחבר
[היהודים]
צוגעלייגטע
Yehonathen.jpg
Yehonathen.jpg (7.02 KiB) געזעהן 1832 מאל
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 20, 2013 3:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

יהודה כהן גדול

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 3:36 pm

דא איז א מטבע וואס שטייט אויף דעם "יהודה".

עס שטייט דערויף:

יהודה הכהן הגדל וחבר היהודים

עס צוטיילט זיך אין זעקס שורות אזוי:

יהו
דה הכה
ן הגדל
וחבר ה
יהו
דים
צוגעלייגטע
Yehudah3.jpg
Yehudah3.jpg (7.33 KiB) געזעהן 1825 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

"הגדול" חסר וא"ו

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 3:40 pm

אינטרעסאנט אז "הגדול" אין אלע מטבעות שטייט "הגדל" חסר וא"ו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתתיהו (אנטיגנוס)

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 3:59 pm

דא איז א מטבע פון מתתיהו (אנטיגנוס), דער לעצטער פון די חשמונאים צו מאכען מטבעות.

עס שטייט דערויף "מתתיה"

און צוויי שורות:

תתמ
ה-י

צוויי חילוקים צווישען דעם פרוטה/חצי-פרוטה/שני-פרוטות און די פריערדיגע איז, אז:
דעס איז געמאכט געווארען mirror image, דאס מיינט אז מען האט געמאכט דער die אזוי ווי מען דארף עס ליינען, און נישט פארקערט ווי מען דארף מאכען דיי'ס. דעריבער ליינט זיך עס פון לינקס צו רעכטס, און אויך "שפיגעל"אותיות.

דער צווייטער חילוק איז, אז די פריערדיגע מטבעות האבען אין דערמיט (פון דער אנדערע זייט פון די אותיות) א רימון א מילגרוים, אבער דאס האט א שעורה א ווייץ. ביידע פון די שבעת המינים.

ווי באוויסט, אז מתתיהו אנטיגנוס בן (יהודה) אריסתובלוס איז געווען פאריאגט פון די רוימער פאר דריי יאר, און דעריבער זענען זיינע מטבעות שוואכער (זיין מינט איז מיט געלאפען מיט אים); אבער לאידך גיסא האט ער זיך צולאזט און געמאכט גרעסערע קיפערנע מטבעות ווי די פריעריגע, און אויך ארויף געלייגט אויף איין פרוטה/חצי-פרוטה/שני-פרוטות א בילד פון די שלחן און דער מנורה! אדער ווייל ער האט שוין נישט געהאט וואס צו פארלירען, אדער כדי צו ערוועקען פאטריאטיזם ביי די אידען. ווען ער קען ווען מאכען שקלים און מחצית השקל, וואלט ער עס זיכער געמאכט.
צוגעלייגטע
Matisyuhi500.jpg
Matisyuhi500.jpg (14.89 KiB) געזעהן 1812 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתתיהו (מנורה)

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 4:28 pm

מתתיהו, אויף איין זייט די מנורה.
צוגעלייגטע
MatisyuhiMenorah.jpg
MatisyuhiMenorah.jpg (11.26 KiB) געזעהן 1802 מאל
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מאנטאג מאי 20, 2013 4:32 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתתיהו (שלחן ומנורה)

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 4:29 pm

מתתיהו, אויף איין זייט דער שלחן
און אויף דער אנדערע זייט דער מנורה.
צוגעלייגטע
Menorahantignos5.jpg
Menorahantignos5.jpg (35.94 KiB) געזעהן 1800 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 4:34 pm

א נקודה.

אויף דער מטבע שטייט נישט אז דאס איז דער שלחן, נאר מען שטעלט זיך אזוי פאר, ווייל וואס דען וואלט ער דארט געלייגט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתתיהו

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 4:35 pm

נאך איינס.

אמת'דיג דער זעלבער ווי די ערשטע, נאר ביידע זייטען.
צוגעלייגטע
Menorahantignos3.jpg
Menorahantignos3.jpg (56.48 KiB) געזעהן 1799 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתתיהו

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 4:38 pm

נאך איינס.
צוגעלייגטע
Menorahantignos2.jpg
Menorahantignos2.jpg (35.94 KiB) געזעהן 1796 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתתיהו

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 4:40 pm

נאך איינס.
צוגעלייגטע
Menorahantignos4.jpg
Menorahantignos4.jpg (45.81 KiB) געזעהן 1796 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 4:55 pm

אינטרעסאנט אז אויף דער זייט פונעם שלחן שטייט און לשון קודש "מתתיה הכהן", און אויף דער זייט פון די מנורה שטייט אויף גריכיש "באסילאוס אנטיגנוס", דאס מיינט "מלך אננטיגנוס".

ער איז נישט דער ערשטער פון די חשמונאים וואס האט געשריבען "מלך" אויף זיינע מטבעות, יהונתן האט שוין געשריבען אויף זיך דער טיטל "מלך" סיי אויף גריכיש, און סיי אויף לשון קודש.

היות אויף די מטבעות פון מתתיהו, אפילו די גרעסערע ווי ער וואלט געקענט שרייבען "מלך" און האט נישט, זעהט מען פון דעם אז דער טיטל "כהן גדול" איז ביי אים געווען א סאך חשובער און וויכטיגער ווי דער טיטל "מלך", אז ער האט זיך באגניגענט מיט דער טיטל "מלך" נאר אויף דעם גריכישען טיטעל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 20, 2013 4:59 pm

דער עולם קאמענטירט נישט, נישט ווייל עס איז נישט אינטערעסאנט, נאר מען זיצט פשוט מיטן אפענען מויל, און ס'גיסט זיך!! דו לייג ווייטער, און ווען ס'וועט זיין פערטיג בינעך זיכער אז דער עולם וועט פיין אריין רעדן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 5:08 pm

פערטיג וועט עס קיינמאל נישט זיין, אבער איך וועל נאר פראבירען היינט ארויף לייגען נאך א פאר בילדער וואס איז שטארק נוגע ארויס צו זעהן דער גאנצעע בילד. איך בעהט דער עולם זאל עס איבער נעמען ווען איך גיי אהיים און יא אריין רעדען. אפילו פריער אויך; וועגען דעם לייג איך עס דאך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתתיהו'ס גרויסע מטבעות

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 5:13 pm

דא איז א גרויסע קיפערנע מטבע פון מתתיהו אנטיגנוס.

עס ליינט זיך אויף איין זייט (מען הייבט עס אן צו ליינען פון "כמעט זיבען א זייגער" קלאק-ווייס, און נאכדעם שנירעלט זיך אריין דער "הגדל" מיט נאך אותיות אין דער מיט):

מתתיה כהן הגדל וחבר היהודים

און אויף דער אנדער זייט אויף גריכיש ליינט זיך "באסילאוס אנטיגונוס".

דער מטבע דא איז די גרעסטע פון זיינע מטבעות, עס איז דא א ביניני וואס זעהט אויס פינקט ווי דאס, אבער קלענער ווי דאס און גרעסער ווי די פריערדיגע.
צוגעלייגטע
MattisyuhiLarge.jpg
MattisyuhiLarge.jpg (19.39 KiB) געזעהן 1784 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

מתתיהו מיטעלע סייז

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 5:30 pm

געטראפען א מתתיהו מיטעלע סייז (נישט אזוי שיין, אבער ברענגט ארויס דער נקודה)

דער חילוק צווישען דער מיטעל סייז און דער גרעסערע סייז, איז אז דער גרעסערע האט צוויי הערנער (שופרות) (cornucopia בלע"ז), אבער די מיטעלע האט נאר איין הארן. אויך אויף דער גרעסערע פיט ארויף מער אותיות.

וואס איז אינטרעסאנט איז אז דער מיטעלע מיט דער גרויסער סייז איז געמאכט געווארען אנדערש ווי די קליינע (אלע קליינע) חשמונאים מטבעות, און דעם אז עס איז געמאכט געווארען ענליך צו די גריכישע מטבעות פון בימים ההם. דאס הייסט אז עס איז געגאסען געווארען און א פארם (דמות) וואס האט ארום גענומען דער planchet פון ביידע זייטען און מען האט אריין געגאסען די הייסע קיפער אינעם פארם. וועגען דעם האבען די מטבעות א פינטעל אין דער מיט (נישט אלעמאל זעהט מען דאס), אויך קומען זיך נישט צוזאם פינקטליך די עקען. משא"כ די קליינע האט מען געגאסען אין א שטיינערנע טעלער וואס האט געהאט לעכער און זיך, און נאכדעם האט מען אפגעבראכען די פלענטשעטס (ענדליך צו די געים'ס וואס קומען מיט באהאפטענע שטיקלעך), און אויף דעם האט מען ארויף געזעצט די צורות.
צוגעלייגטע
MatisyuhiMedium.jpg
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

יהוחנן כהן גדול ראש חבר היהודים

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 20, 2013 5:39 pm

יעצט וועלען מיר צוריק גיין צו יוחנן כהן גדול.

מיר טרעפען נאך א סארט "יהוחנן כהן גדול" מיט דער טיטעל "ראש חבר היהודים". די אותיות זענען געשריבען א ביסעל אנדערש, וואס צייגט אז מסתמא איז עס נישט געמאכט געווארען פון די זעלבע וואס האבען געמאכט די פריערדיגע. צוליעב דעם שפעקולירט מען אז עס זענען געווען צוויי יהוחנן'ס וואס האבען געמאכט מטבעות, און אז הורקנוס (ברידער פון אריסתובלוס) האט געהייסען יהוחנן.

אויף דעם מטבע וואס פעלט אותיות קען מען ליינען:

יהוחנן הכהן הגדל ראש חבר היהודים.

עס זענען דא א פינעף/זעקס שורות ווי פאלגענד:

יהו
חנן הכה
ן הגדל ר
אש חבר
היה[ודים]
צוגעלייגטע
RoshChaverHayehudim.jpg
RoshChaverHayehudim.jpg (8.44 KiB) געזעהן 1779 מאל
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 20, 2013 5:44 pm

כ'העט געזאגט זאלסט צולייגען א "טיים ליין" אויב ס'מעגלעך. עס וועט אסאך ארויסהעלפן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private און 4 געסט