שמירת עינים - חיזוק והתעוררות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
בלא סייעתא דשמיא אי אפשר להשמר בתכלית השמירה, וכמו שאומרים בתפלת ערבית שומר עמו ישראל לעד, דבלא שמירת הקב"ה א"א לעמוד בהתגברות היצה"ר וכמו שאיתא בגמ' (קידושין פ"א ע"א) חזי דאת נורא ואנא בישרא.
והכל הוא רק בסייעתא דשמיא, ואנו צריכים לעשות רק התחלת השמירה, והשאר עושה הקב"ה, וכמו שאמרו פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם כפתחו של אולם, ועד שאין רואין כפתחו של אולם צריכין לידע שהסיבה היא מאתנו שלא פתחנו אפילו כחודו של מחט.
(חידו"ת יתרו תשי"ז)

מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
געהערט אמאהל בשם הרה"ק מקאצק זי"ע אז חז"ל באנוצען זיך פאר די באשרייבונג פון א קליין לעכעל
מיט דעם משל פון א חודו של מחט, ווייל כאטש דאס קליינע פתח דארף זיין דורך געשפיזט ביז אין טיעפען הארץ'ן אריין
געראדע פסח צייט און אפשר נאך אויך אין פ' בשלח וואס איז כנגד שביעי של פסח קען מען אויסבעהטען ביים באשעפער
צו באקומען הילף פון אים אפילו אויף רוחניות אזוי ווי עס איז געווען ביי יציאת מצרים
ווי הרה"ק ר' ברוך'ל מעזשבוזשער זי"ע האט געטייטשט ופסח ה' על הפתח
אז הקב"ה האט נישט פארלאנגט דעם פתח כחודו של מחט
נאר די אתערותא דלעילא איז געקומען אינגאנצען פון הימעל אהן א אתערותא דלתתא
געראדע איז דא א ווארט פון זרע קודש אויף דער נוסח אין קידוש
תחילה למקראי קודש, ווען א מענטש וויל אהנהייבען הערען דעם רוף זיך צו הייליגען
און ער האט מורא אז ער איז צו טיעף פארזינקען
זכר ליציאת מצרים, זאל ער זיך דערמאנען פון יציאת מצרים
וואס דארט איז מען ארויף פון די מ"ט שערי טומאה ביז מתן תורה וואס דעמאלס איז מען ריין געווארען פון די זוהמא
שכוח פריילאך פאר די חידו"ת

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
רבותי עס קומט די הייליגע יום טוב פסח....
קדושה מיט פסח גייט סינאנים. גיסט אריין אביסל חיזוק אין די ערב פסח בין הזמנים טעג, ווען די גאסן זענען פילער.
די הייליגע חתם סופר זאגט, מצות תאכל במקום קדוש! מען דארף זיין הייליג צו קענען עסן די הייליגע מצות.
געהערט אמאל בשם הרה"ק ר' שלמה מקארלין, ואמרת זבח פסח הוא לה'. ואמרתם זבח, יעדעס מאל א מענטש גיבט א שחט דעם יצר, ער האלט זיך אפ פון אן עבירה, פסח הוא לה', גיבט ער מיט דעם א שפרינג נענטער צום באשפער. כן יהי רצון.
קדושה מיט פסח גייט סינאנים. גיסט אריין אביסל חיזוק אין די ערב פסח בין הזמנים טעג, ווען די גאסן זענען פילער.
די הייליגע חתם סופר זאגט, מצות תאכל במקום קדוש! מען דארף זיין הייליג צו קענען עסן די הייליגע מצות.
געהערט אמאל בשם הרה"ק ר' שלמה מקארלין, ואמרת זבח פסח הוא לה'. ואמרתם זבח, יעדעס מאל א מענטש גיבט א שחט דעם יצר, ער האלט זיך אפ פון אן עבירה, פסח הוא לה', גיבט ער מיט דעם א שפרינג נענטער צום באשפער. כן יהי רצון.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
msp האט געשריבן:אמאהל געקומען א חסיד צום קאצקער און זיך באקלאגט אז דאווענען אהן מחשבות זרות קומט אים אהן ביטער שווער
און ער בעהט דעם רבי'ן אנ'עצה עס זאל אים זיין לייכטער
זאגט אים דער רבי: ווער זאגט דיר אז דיין תפקיד דארף זיין לייכט
אפשר גאר איז דיין תפקיד עס זאל גיין שווער?
גאר הנאה געהאט פון דער ווארט, טיפישער קאצק!
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
שוועמל האט געשריבן:msp האט געשריבן:אמאהל געקומען א חסיד צום קאצקער און זיך באקלאגט אז דאווענען אהן מחשבות זרות קומט אים אהן ביטער שווער
און ער בעהט דעם רבי'ן אנ'עצה עס זאל אים זיין לייכטער
זאגט אים דער רבי: ווער זאגט דיר אז דיין תפקיד דארף זיין לייכט
אפשר גאר איז דיין תפקיד עס זאל גיין שווער?
גאר הנאה געהאט פון דער ווארט, טיפישער קאצק!
דער הייליגער בעל התניא שרייבט ענדליך דא אינמיטען די עמוד
"ולכן אל יפול לב אדם וכו'"
א טייערע משל...
יעדער האט זיכער אמאל געשפירט ווי ערגעץ קראצט איהם, א מאסקיטא ביס וכדו' אויפן האנט, אויפן פיס..
אמת עס קראצט?.. אוי נאך ווי עס קראצט! מען קוקט אויפן וואונד און מען זאגט: ניין! איך גיי עס נישט קראצן, אויב איך וועל קראצן וועט עס מיר מאכן א געשווילעכטס..
ניין! נישט קראצן, אויב איך וועל קראצן וועט עס קראצן מער.. און עס וועט ווערן ערגער...
נאך אינערליכע קריגערייען.. ווייניג זענען די מענטשען וואס האלטן זיך צוריק פונעם קראץ.. אבער בעפאר קומט דעם מעלדונג אריין אין קאפ: "נו נאר א קליינע קראץ נאר צו בארואיגן דעם קיצל.." און נאכדעם קומט די קליינע קראץ.. און נאכדעם ווערט עס שטערקער.. און עס קראצט מער..
ביז די קיצל און די קראץ ווערט אזוי שטארק און עס ווערט א באמבאסטישע וואונד.
וואס לערנט דאס אונז?
די פליגל/מאסקיטא.. די יצר הרע.. קומט און בעהט זיך פאר א קליינעם קראץ.. גיב נאר איין בליק ווי מען דארף נישט.. פשוט צו בארואיגן דעם קראץ..
און דערנאך קומט די מלחמה.. יא אדער ניין..
נאר א קליינע קראץ .. ניין ! מען טאר נישט! נאכדעם וועט עס זיין ערגער.. און מען גיבט זיך נאך ליידער מיט א קלייניגקייט... אבער אנשטאט עס זאל בארואיגן, טוט די תשוקה נאר וואקסן.. און וואקסן... און דערנאך גייט עס ווייטער.. נאר נאך איין בליק נאר צו בארואיגן די יצר....
אבער עס איז דא מענטשען וואס זענען שטארק.. און זענען מצליח נישט צו קראצן.. אבער אויך זיי.. ווילן קראצן... עס ברענט זיי אויך דעם יצר...
אבער ווייסט וואס מען טוהט? מען לייגט אביסל בעסיטרעיסין-קריעם זאלב.. צו בארואיגן דעם קראץ און אזוי גייט עס אוועק...
יא יא איר הערט גוט.. מען ווארפט זיך אריין אין תורה.. אין אונזער הייליגער תורה וואס היילט.. בארואיגט.. און זעטיגט בעזהשי"ת.

א שיינע (קורצע) חיזוק שמועס פון הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א
http://www.kolhalashon.com/New/SearchRe ... nCall=True
גיבט א דריק די בלויע PLAY קנעפל, עס איז כדאי..
http://www.kolhalashon.com/New/SearchRe ... nCall=True
גיבט א דריק די בלויע PLAY קנעפל, עס איז כדאי..
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
א גוט מארגן רבותי, עס איז דאך היינט "יסוד שביסוד"..
ווי קען מען נישט דערמאנען אז עס איז די יארצייט פון הרה"ק ר' שלמ'קע מזעוויל זכותו יגן עלינו. וואס מהריי"ץ דושינסקיא זצ"ל האט אויף איהם געזאגט אז ער איז געווען בקדושת תנאים ואמוראים... נישט אומזינסט איז ער נסתלק געווארן ביסוד שביסוד.
הוא היה אומר: מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל. מה מקוה.. אזוי ווי אין א מקוה מאכט מען צו די אויגן און מויל ווען מען טובלט זיך.. אף הקב"ה מטהר את ישראל.. ווען מען פארמאכט די מויל און אויגעלעך..
לאמיר אלע כאפן א ריקוד מה מקוה מטהר..אויף די דאזיגע פשט..

- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
פריילאך האט געשריבן:א גוט מארגן רבותי, עס איז דאך היינט "יסוד שביסוד"..
ווי קען מען נישט דערמאנען אז עס איז די יארצייט פון הרה"ק ר' שלמ'קע מזעוויל זכותו יגן עלינו. וואס מהריי"ץ דושינסקיא זצ"ל האט אויף איהם געזאגט אז ער איז געווען בקדושת תנאים ואמוראים... נישט אומזינסט איז ער נסתלק געווארן ביסוד שביסוד.
הוא היה אומר: מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל. מה מקוה.. אזוי ווי אין א מקוה מאכט מען צו די אויגן און מויל ווען מען טובלט זיך.. אף הקב"ה מטהר את ישראל.. ווען מען פארמאכט די מויל און אויגעלעך..
לאמיר אלע כאפן א ריקוד מה מקוה מטהר..אויף די דאזיגע פשט..
פשי הא!!
ישר כח פאר די פשט, ס'איז געוואלדיג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
פריילאך האט געשריבן:........
הוא היה אומר: מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב"ה מטהר את ישראל. מה מקוה.. אזוי ווי אין א מקוה מאכט מען צו די אויגן און מויל ווען מען טובלט זיך.. אף הקב"ה מטהר את ישראל.. ווען מען פארמאכט די מויל און אויגעלעך..
כ'טראכט אפשר א ווארט, כ'ווייס נישט צו מען קען עס זאגן, פאר חיזוק איז עס אפשר כדי.
מה מקוה.. אזוי ווי אין א מקוה מאכט מען צו די אויגן און מויל ווען מען טובלט זיך.. אף הקב"ה מטהר את ישראל.. הקב"ה מאכט צו כביכול די אויגן, און מויל, און קוקט נישט, און זאגט נישט, חסרונות פון זיינע טייערע קינדער ..
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6747
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
שאינו יודע האט געשריבן:שטייט בערך אזוי אין תפארת שלמה אויף פסח.
פסח מלשון דילוג וקפיצה, אז השי"ת טאנצט איבער אויף די עבירות, און קוקט נישט דערויף (ער זאגט אז פסח איז אזוי)
א ישר כח. נישט געוואלט ס'זאל אריינגיין אין "כל מי שאומר" ח"ו.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
msp האט געשריבן:איך שטעל מיר פאר אז עס גייט אין אזא בחינה ווי ה' צלך
אויב אונז פארמאכען די אויגען פון שלעכטס
וועט דער רבש"ע פארמאכען די אויגען פון שלעכטס
האט עס שוין נישט מיט כל האומר
ישר כח! מי יבא אחרי רבינו!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
ייש"כ אייך אלע.
באותו ענין, האבעך געזעהן אין "די צייט", ווי הר"ר חיים דוב ווייסבערג שליט"א פארציילט:
דער צדיק רבי שלמה'קע זוועהילער זצ"ל האט געהאט א זון, רבי גדלי' משה זצ"ל. ער האט געהאט אן איידעם וואס ביי זיי אין שטוב האט מען געגעסן מאשין מצות. איז ער געגאנגען פרעגן דעם זיידן וואס צו טאן. ער איז אריינגעקומען און ער האט נאך גארנישט געפרעגט, האט ר' שלמה'קע באלד געזאגט: נאך די 120 יאר פרעגט מען נישט די ערשטע שאלה צו מען האט געגעסן האנט מצות אדער מאשין מצות, נאר צו מען האט געהיטן דאס מויל און די אויגן! און ר' שלמה'קע האט צוגעלייט, "דזבין אבא" אז מען וויל אפקויפן דעם טאטן, "בתרי זוזי" איז עס מיט די מויל און די אויגן!
(ר' חיים בער לייגט צו: וואס איז פשט בתרי זוזי זאל מיינען מויל און אויגען? נאר די הענט און פיס קען מען אויפהייבן. די אויגן און די מויל רירן זיך בלויז. זוזי איז א לשון פון זיך רירן.)
באותו ענין, האבעך געזעהן אין "די צייט", ווי הר"ר חיים דוב ווייסבערג שליט"א פארציילט:
דער צדיק רבי שלמה'קע זוועהילער זצ"ל האט געהאט א זון, רבי גדלי' משה זצ"ל. ער האט געהאט אן איידעם וואס ביי זיי אין שטוב האט מען געגעסן מאשין מצות. איז ער געגאנגען פרעגן דעם זיידן וואס צו טאן. ער איז אריינגעקומען און ער האט נאך גארנישט געפרעגט, האט ר' שלמה'קע באלד געזאגט: נאך די 120 יאר פרעגט מען נישט די ערשטע שאלה צו מען האט געגעסן האנט מצות אדער מאשין מצות, נאר צו מען האט געהיטן דאס מויל און די אויגן! און ר' שלמה'קע האט צוגעלייט, "דזבין אבא" אז מען וויל אפקויפן דעם טאטן, "בתרי זוזי" איז עס מיט די מויל און די אויגן!
(ר' חיים בער לייגט צו: וואס איז פשט בתרי זוזי זאל מיינען מויל און אויגען? נאר די הענט און פיס קען מען אויפהייבן. די אויגן און די מויל רירן זיך בלויז. זוזי איז א לשון פון זיך רירן.)
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
- שאינו יודע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6747
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
אין מיין ביהמ"ד האט מען לעצטנס ארויסגעשטעלט צו פארקויפן א קונטרס'ל "והאר עינינו", עס איז געשריבן געווארן דורך א ליטווישער איד אין אר"י, אבער ברענגט אסאך פון הרה"ק ר' אהרן ראטה זצ"ל און אנדערע חסיד'ישע רביים. דער ספר איז שוין איבערגעדרוקט געווארן מערערע מאל, און הונדערטער האבן קובע געווען דערין א טעגליכן שיעור [עס איז איינגעטיילט לויט די ימי החודש, און אויך לויט די וואכן פון יאר]. איך האב געמאכט א שיעור דערין יעדן אינדערפרי נאך תפילת שחרית, און איך מוז אייך זאגן אז דאס איז געוואלדיג. מיין מקוה איד בעט דערפאר בלויז דריי דאלער.