שמעון כיפא, א באהאלטענער צדיק אדער א נידריגער באנדיט?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 536
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

שמעון כיפא, א באהאלטענער צדיק אדער א נידריגער באנדיט?

תגובהדורך גלייכגילטיג » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 5:40 pm

דעם יו''ט האב איך געליינט אין איינע פון די גליונות א אפהאנדלונג וועגן אים. נאך אן אויבערפלעכליכע זוכעניש קוקט אויס אז מיר האבן נאכנישט קיין אשכול איבער אים. ברענג איך אהער די ראשי פרקים צו הערן פון אונזערע היסטאריקער און קאמענטירער וואס זיי ווייסן איבער די הוכחות אהער אדער אהין.

שמעון כיפא איז מער באקאנט אין די וועלט מיט זיין גויאישן נאמען 'פעיטער' אדער 'פעטרוס'. ער איז געווען אין אנפאנג פון די חכמים צווישן די אידן, שפעטער איז ער געווארן א נאכפאלגער פון יש''ו הנוצרי אדער יאשקע פאנדראק, און ער איז געווען דער ערשטער פויפסט אין רוים און ער האט געשריבן דעם ברית החדשה און אוועקגעשטעלט די דת הנוצרות.

די רוימים וואס זענען נאך דאן געווען קעגן די נוצרים האבן אים צום סוף געכאפט אין אים געקרייציגט פונקט ווי זיין פארגייער יאשקעלע.

אין זיינע שפעטערע יארן פלעגט ער צו זיצן איינגעשפארט אין א פעסטונג באהאלטן פון מענטשן און מען האט נישט געוואוסט וואס ער טוט דארט.

אין אונזערע ספרים איז פארהאן צוויי סארט מהלכים איבער אים מן הקצה אל הקצה.

עס זענען פארהאן וועלכע שרייבן אז ער איז געווען אן ערליכער, א צדיק, א בעל מסירת נפש. ער איז געגאנגען צו די קריסטן מיט דעם איינעם ציל זיי אפצוטיילן פון כלל ישראל. וויבאלד עס איז געווען זייער ענדליך די קריסטליכע רעליגיע צו להבדיל אלף אלפי אלפים הבדלות די תורה הקדושה זענען אסאך אידן נתפס געווארן אין דעם, דערפאר האט ער זיך זיך פארגעשטעלט פאר זיי, און זיי איינגערעדט אז דער אותו האיש האט זיך צו אים באוויזן און איבערגעגעבן די מצות וויאזוי זיי זאלן זיך פירן.

ער האט געטוישט זייער רוה טאג פון שבת צו זונטאג און גאר אסאך טוישונגען וואס דאס האט סוקסעספול באוויזן אפצושאקלען קריסטנטום פון כלל ישראל.

אזוי ווייט איז פארהאן ספרים וואס שרייבן אז דער שמעון כיפא איז גאר דער מחבר פון די הייליגע תפלה 'נשמת כל חי' און ''אתה כוננת'' וואס מען זאגט די עבודה יו''כ.

פארקערט געפונט מען אין מחזור ויטרי בשם רש''י וועלכע שרייבט "עס זענען פארהאן וואס זאגן אז דער נוול שמעון כיפא המכונה פטר חמור אז ער האט געמאכט די תפלה נשמת. ווער עס זאגט אזוי וועט דארפן ברענגען א חטאת שמינה ווען משיח וועט קומען"

דער שרייבער פון די גליון ווייזט דארט איבער מיט ראיות אז דער אמת איז אז ער איז געווען א רשע און באנדיט אזוי ווי רש''י שרייבט, און די אנדערע ווערסיע פארמאגט נישט קיין קראנטע מקורות.

לאמיר הערן ווער עס ווייזט מער. אז איך וועל האבן געדולט וועל איך צוריקקומען שרייבן נאך פון זיינע ארגומענטן.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 6:52 pm

בשעתו איז עס באשריבן געווארן באריכות אין "די צייטונג", און האט בפשטות אנגענומען אז ער איז געווען א צדיק, און געברענגט קראנטע מקורות...
בין איך פשוט נאכגעגאנגען יעדן מקור וואס דער שרייבער האט גענוצט.

למעשה איז נישט געווען קיין שום מקור וואס האט געוויזן הוכחה לדברי בעל הארטיקל, חוץ איין ספר חסידים.
האב איך אים אנגערופן און ער האט מיר געשיקט צו עפעס א מעשה ביכל...

למעשה דער מקור לכאורה ארום דעם פטר חמור, וואס איז ספר החסידים, דארף א ביאור, אויב רש"י שלאגט עס אפ אזוי שארף.

די אגדתא אויף שמעון כיפא איז נישט פון חז"ל, נאר אויסגעזויגן פון א געוויס שרייבערס פינגער,
דער יעלינעק ווייס איך נישט צו ער האט עס געשריבן אדער נאר געדרוקט.

אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 05, 2010 9:38 pm

תגובהדורך מוטשע נישט » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 7:04 pm

עטליכע יאר צוריק איז געווען א באהאנדלונג איבער איהם אינעם גליון אהבת יעקב אויף פסח.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 7:07 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:בשעתו איז עס באשריבן געווארן באריכות אין "די צייטונג", און האט בפשטות אנגענומען אז ער איז געווען א צדיק, און געברענגט קראנטע מקורות...
בין איך פשוט נאכגעגאנגען יעדן מקור וואס דער שרייבער האט גענוצט.

ווען בשעתו? ווען מען האט אים געקרייציגט?
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 7:12 pm

ר' סיני מאלאוויצקי באהאנדלט אים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 7:17 pm

האט איר דא פון איינער לאו דווקא פון אנזערע קרייזן ממש
און קוקט וואס ער שרייבט

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 7:21 pm

ווייסעך וואס האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:בשעתו איז עס באשריבן געווארן באריכות אין "די צייטונג", און האט בפשטות אנגענומען אז ער איז געווען א צדיק, און געברענגט קראנטע מקורות...
בין איך פשוט נאכגעגאנגען יעדן מקור וואס דער שרייבער האט גענוצט.

ווען בשעתו? ווען מען האט אים געקרייציגט?

ר' יעקב משלם, ר' יעקב מאי עבידתיה?...
הכא נמי אימא הכי,
בשעתו, ווען "די צייטונג" האט דאס געשריבן, האב איך מברר געווען וכו'...

בעל רגש
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

תגובהדורך בעל רגש » דאנארשטאג אפריל 04, 2013 8:34 pm

יש אומרים אז שממעון כיפא ליגט נישט מער און נישט ווייניגער אויפן הר הזיתים, צווישן אנדערע אלטע נוצרים.

עס איז פאראן דארט אן אלטן מצבה מיטן אויסשריפט שמעון בר יונה.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:20 am

אין איגרת פון רבן יוחנן בן זכאי צו די רוימישע אידן רייסט ער אים געפערליך אראפ, פון אים קומט דער שפעט נאמען פטר חמור.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
geek
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 27, 2011 6:33 pm

תגובהדורך geek » מאנטאג פאברואר 22, 2016 4:18 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:האט איר דא פון איינער לאו דווקא פון אנזערע קרייזן ממש
און קוקט וואס ער שרייבט


לינק ארבעט שוין נישט

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » מאנטאג פאברואר 22, 2016 8:44 pm

תעיינו נא בפייל המצורף, הוא הג"ה על רש"י מס' ע"ז דף י' ע"א, במהדורת עוז והדר, והוא מרש"י שבעין יעקב דפו"ר לפני הצענזור, ומבואר דנקט דשמעון היה איש כשר
צוגעלייגטע
Untitled.gif

אוועטאר
פומפדותא
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » מאנטאג פאברואר 22, 2016 9:28 pm

א ישר כח פוריםקטן פארן ברענגען די רש"י אין ע"ז.
און בנוגע איגרת פון רבן יוחנן בן זכאי אין לו מקור מוסך

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2002
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג פאברואר 22, 2016 11:58 pm

פומפדותא האט געשריבן:א ישר כח פוריםקטן פארן ברענגען די רש"י אין ע"ז.
און בנוגע איגרת פון רבן יוחנן בן זכאי אין לו מקור מוסך


ווער עס האט געשריבן דעם אגרת ווייס איך ניקס, אבער דאסאמאל זיכער אז דער כותב איז נישט דער הייליגער תנא רבן יוחנן בן זכאי. מען ברויך נישט זיין קיין גרויסער מבין צו זעהן אז דער שפראך איז רעלאטיוו ניי.

דא האט איר א לינק צי די אגרת רבן יוחנן בן זכאי. http://www.hebrewbooks.org/37982
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

תגובהדורך זיסקינד » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 7:39 pm

איך זע'ה אז דער עולם האט דא ממש נישט נאל געקוקט די מקורות ריכטיג איבער דעם ווייל פון אויב'ן אויף זעהט אויס אז סאיז א מחלוקת ראשונים,
אין ספר חסידים סימן קצ"א ברענג'ט ער אז ער איז געווען א צדיק,
אזוי אויך אין מחזור ויטרי סי' שכ"ה ברענגט ער אז ער האט מחבר געווען דעם פיוט פון אתה כוננת,
אין הגהות ר' ברוך פרענקל אויף שו"ע או"ח סי' תק"פ ברענגט ער אז דאס וואס ס'שטייט אז ט' טבת איז אויך א יום צרה פון כלל ישראל און מ'וויסט נישט גער סיבה ברענגט ער אז ער האט געטראפ'ן אז דער סיבה דערפון איז ווייל אין דעם טאג איז שמעון כיפה געשטארב'ן ד.ה. ער איז געווען א צדיק
מאידך אין מחזור ויטרי אליין הלכות פסח סימן ס"ו רופט ער עם אן מיט'ן טיטל נבל

בלי שם
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 5:15 am

תגובהדורך בלי שם » מיטוואך יוני 19, 2019 6:26 am



צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט